בת קול זאגט: יא, איך בין דא!

געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
דער תהילים איד
שר ששת אלפים
תגובות: 6353
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 26, 2009 9:54 pm

בת קול זאגט: יא, איך בין דא!

תגובהדורך דער תהילים איד » מאנטאג סעפטעמבער 22, 2014 11:45 am

שמעו נא רבותי קוראים מומחים, דא רעדט... ווער? עפעס א בת קול פון הימל.

איז אזוי. ס'געווען אמאל א איד (נאכאלס דא גראדע, נאר בבחינת ווי מענטשן זאגן "מזל טוב כהאב 'געהאט' א אינגל" כידוע), וואס האט זיך באקאנט געמאכט אויף אייוועלט מיטן ניק-נעים "תהלים איד". פאר עטליכע לאנגע יארן האט ער פארברענגט אינאיינעם מיט די מערערע אומבאקאנטע ידידים פארשטעקט אונטער אלע סארט ניק'ס, מ'האט געשריבן, געלויבט, גע'טענה'ט, אפגעפרעגט, פארענטפערט, געקריגט, פארגלייכט, והצד השוה שבהן: פיין פארברענגט געשמאק און אנגענעם, פיהל מיט הנאה.

א שיינעם טאג נישט לאנג צוריק, איז געקומען א החלטה אז די ארבעט איז צו אנגעשטרענגט, מען מוז אראפציפן עפעס פון די ליסטע אינעם סדר היום, און פארשידענע חשבונות האבן געברענגט דערצו אז דער גורל איז דאסמאל געפאלן אויף אייוועלט. דער תהלים איד האט מיט א שווערע געפיהל ארויסגעסיינט פון אייוועלט, אבער: זיך נישט געזעגנט דערפון. ער איז ווייטער אדוק ומקושר אין אייוועלט נאכדעם וואס דאס איז געבליבן זיין איינציגער פארברענג-ארט פאר ווען עס פעהלט זיך אויס א לופטער, אויב נישט צום שרייבן, דאן צום ליינען! מ'האט ווייטער הנאה פון יעדן איינעם באזונדער.

מוז איך אייך זאגן, עס זענען פארהאן צוויי באזונדערע נסיונות וואס גרידשענען טעגליך און דרוקן אויף די געפיהלן ארויפצוגיין דרוקן "אריינסיינען". איינס איז כמובן... ווען מען האט עפעס א גוט'ס צו זאגן, און עס בלייבט נעבעך אין בויך... אבער די צווייטע קען אמאל זיין נאך שווערער, מען ליינט פון איינעם א זאפטיג שטיקל, צומאל א זאפטיגע ארטיקל, צומאל א תגובה אין א דעבאטע וואו עס וויל זיך זאגן פארן שרייבער "פיין געזאגט! ארויסגעכאפט מיינע ווערטער פון מויל!" קוועלנדיג פון יעדעס ווארט יענעמ'ס, אבער פארפאלן.. מען מוז זיך איינהאלטן, מען מוז צוזעהן ווי עס שפראצן צו פרישע תגובות פון קאמענטירער און אפווענדער אנדעם וואס איינער זאל וויסן אז תהלים איד איז אלל דע וועי פאר יענעם'ס ווערטער!.. ס'איז שווער.

עס איז אבער פארהאן א דריטע זאך. ס'איז פארהאן א סארט תגובה וואס ווען תהלים איד טרעפט עס, קוועלט ער פאר נחת. דאס איז ווען עס שווימט ארויף די אשכול איבער פארשוואונדערע ניק'ס, און עמיצער באוויינט "אוי, תהלים איד איז נישטא מער". א צווייט מאל טרעפט מען א אשכול וואו מען ברענגט אויף געשעענישן פון יאר, און ש'מער ש'ווייניגער, צווישן די תגובות טרעפט תהלים איד עמיצער וואס זעהט זיין פארשוואונדונג זאגאר ווי א געשעעניש פון יאר... א געשעעניש פון אייוועלט. איך ברויך קיינעם פון אייך נישט זאגן אז עס פילט זיך גאר גוט אזאנס צו ליינען.

אלזא טייערע ידידים, תהלים איד האט יעצט אריינגעסיינט פאר א סיבה: ער וויל ארויסברענגען א "נמשל". תהלים איד איז א פראסטער באשעפעניש אויף די גרויסע בריאה, אבער ער קען גענוצט ווערן אלס א משל פאר א נמשל.

אפגעזעהן צו איר גלייכט יא אדער נישט דעם ברייט-באקאנטן "הסתרה-ניגון"... האבן מיר אבער אלע געלערנט אין די סדרה די פארגאנגענע וואך א פסוק אין די הייליגע תורה "ואנוכי הסתר אסתיר פני ביום ההוא". דאס איז עס, מיר זענען געשיקט געווארן צו א וועלט וואו דער אייבערשטער איז בהסתרה, ער זעהט אויס וואו א "באהאלטענע גאסט" אויף אייוועלט.

דער רבוש"ע זעהט דאך אלעס וואס דא טוט זיך, אפילו מיר הערן נישט ווי ער רעאגירט כביכול. מיר דארפן אלזא וויסן אז יא, דער אייבערשטער לעכצט זיך צו באקענען מיט אונז און אונז אויסקלארן אויף טריט און שריט וואס ער וויל פון אונז, אבער חכמתו גזרה להיות בהסתרה, און דעריבער יעצט ביזדערווייל שטייט ער און קוקט זיך צו. ווען א איד טוט עפעס וואס דער אייבערשטער האט ליעב, א איד טוט סיי-וואס פארן אייבערשטן'ס וועגן, שטייט דארט השי"ת און בענקט זיך צו די צייטן ווען ער האט זיך כביכול געקענט באווייזן און זאגן פארן איד "אנוכי עמך!", השי"ת וויל אונז זאגן וויפיל ער האט הנאה פון יעדע קליינע גוטע פעולה, יעדע גוטע קבלה, יעדע דאלער צדקה, יעדער טובה פאר א יד, יעדע שטיקעלע גמרא, יעדע תפילה, וכו' וכו'. דער איד שפורט אמאל אז זיין פיצי מעשה ווערט פארשוועמט צווישן די מיליאנען פאסירונגען אויף דער וועלט, אבער באמת שטייט השי"ת און קוועלט פון דעם איד.

ווען קוועלט השי"ת כביכול דאס מערסטע נחת פון אונז? זייער פשוט: ווען מיר זאגן "טאטע אין הימל לייז אונז אויס" "אוי, הייליגער טאטע העלף מיר" "אה, ברוך השם פאר דעם" "באשעפער איך ווייס דיין אהבה צו מיר" "געלויבט דער פון אויבן" - דאס איז דאך דער תכלית הבריאה אז אויף דעם וועלט זאלן מיר ממליך זיין השי"ת, אפילו בהסתרה שבתוך הסתרה זאלן מיר וויסן און געדענקען השי"ת.

איך זעה אים טאקע נישט, אבער ווען איך טוה א גוטע זאך קוועלט ער, ווען איך טשעפע אים חלילה ווארט ער אויף א איבערבעטונג, ער איז מיט אונז אין אלע אומשטענדן, אריינגעסיינט באהאלטענערהייט.

יא, דער אייבערשטער קוועלט! מען געדענקט מיר! מען רעדט פון מיר! מען האט נישט פארגעסן פון מיר! אפילו בהסתרה.
רבינו שאג בקול גדול וגו'

אוועטאר
מאנ-יימער
שר עשרת אלפים
תגובות: 10550
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 14, 2011 10:36 am
לאקאציע: אויפן וועג ארויף

תגובהדורך מאנ-יימער » מאנטאג סעפטעמבער 22, 2014 11:52 am

איינער האט געזעהן תהלים איד? א שאד ער איז מיר פארשוואונדן געווארן, א שאד ער טיילט אונז נישט מיט זיינע זאפטיגע תגובות.


שיינער משל ונמשל, איטס גוד טו העוו יו בעק.
ווער זאגט?... ער האט געזאגט איז וואס?... נו! האט ער געזאגט, ווער איז ער צו זאגן?

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14186
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

תגובהדורך שוועמל » מאנטאג סעפטעמבער 22, 2014 11:55 am

געוואלדיג.
האט זיך געלוינט דיין אפוועזנהייט צו קריגן אזא נמשל!
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)

אוועטאר
שנאפס
שר עשרת אלפים
תגובות: 15218
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 12, 2011 9:59 pm
לאקאציע: אויף די קרעטשמע פאליצעס
פארבינד זיך:

תגובהדורך שנאפס » מאנטאג סעפטעמבער 22, 2014 11:59 am

שפראכלאז!

ווי מיססד יו
kraitchmah עט גימעיל

באקומט סטאקס בחנם

אוועטאר
א גראם מיט טעם
שר שלשת אלפים
תגובות: 3894
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 23, 2013 8:40 pm
לאקאציע: אויף א שפאציר, פונעם מח צום פאפיר

תגובהדורך א גראם מיט טעם » מאנטאג סעפטעמבער 22, 2014 12:03 pm

שוועמל האט געשריבן:געוואלדיג.
האט זיך געלוינט דיין אפוועזנהייט צו קריגן אזא נמשל!
ווילט איהר אויסגראמען אייער טאטע ביי מצוה טאנץ?
זיכט איר א פאסיגע פאום מיט צו שיקען מיט א מתנה?
מיר קענען עס צושטעלען פאר אייך,
ווי אויך שרייבען מיר גראמען פאר דיננערס, זינגערס ועוד,
שיקט אן אישי אדער אימעיל צו gram.mit.tam@gmail.com

אוועטאר
ענדע צדיק!
שר ששת אלפים
תגובות: 6240
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 17, 2013 4:44 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך ענדע צדיק! » מאנטאג סעפטעמבער 22, 2014 12:04 pm

שנאפס האט געשריבן:שפראכלאז!

ווי מיססד יו
צ' כפופה וץ' פשוטה... היינו נאמן כפוף נאמן פשוט. וברש"י: נאמן כפוף - אדם כשר צריך להיות כפוף ועניו וסופו להיות פשוט וזקוף לעולם הבא: (שבת קד.)
בלאג - מיינע ארכיוון

פיטום
שר שלשת אלפים
תגובות: 3047
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 19, 2014 9:02 pm
לאקאציע: אינעם קאמפאט לכ' חאמיש אסער

תגובהדורך פיטום » מאנטאג סעפטעמבער 22, 2014 12:12 pm

איי וועלט זאגט: יא, עס איז צום זאך!
א גרויסן דאנק פאר ברענגן אזא שיינעם געקאנק
מיינע תגובות זענען לחדודי דברים בעלמא!

אוועטאר
אויסערן מיניסטער
שר האלף
תגובות: 1202
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 03, 2014 9:19 pm
לאקאציע: אינעם ווייסן הויז

תגובהדורך אויסערן מיניסטער » מאנטאג סעפטעמבער 22, 2014 12:18 pm

הערליך ארויסגעברענגט, פון צייט צו צייט ווען סאיז נישט אנגעשטרענגט, מיינעך מעגסטו אונז ברענגען נאך פון די סחורה...
די ווינדער פון די נאטור מה רבו מעשיך ה'

אוועטאר
private
שר האלפיים
תגובות: 2930
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 16, 2011 11:30 am

תגובהדורך private » מאנטאג סעפטעמבער 22, 2014 12:34 pm

שוועמל האט געשריבן:געוואלדיג.
האט זיך געלוינט דיין אפוועזנהייט צו קריגן אזא נמשל!

I דיסאגרי! עס האט זיך נישט געלוינט (קרעדיט זעמיל)

תהלים יוד good to have u back. אפשר מאכסטו איבער דיינע חשבונות...

טרעף מיך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 342
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 21, 2014 4:21 pm

תגובהדורך טרעף מיך » מאנטאג סעפטעמבער 22, 2014 12:55 pm

עפעס א געזאלצענע פליסיקייט מאכט זיך זיין וועג אומגעשטערט,

#טאטע

אוועטאר
מחותן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9997
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 09, 2010 11:39 am

תגובהדורך מחותן » מאנטאג סעפטעמבער 22, 2014 1:40 pm

שוועמל האט געשריבן:געוואלדיג.


גערעכט..!

שוועמל האט געשריבן:האט זיך געלוינט דיין אפוועזנהייט צו קריגן אזא נמשל!


נישט גערעכט...!

וועלקם תהילם איד.. דבר בעיתו מה טוב..

אוועטאר
fiena nieas
שר שלשת אלפים
תגובות: 3038
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 23, 2011 8:56 am

תגובהדורך fiena nieas » מאנטאג סעפטעמבער 22, 2014 2:05 pm

געוואלדיג!! האסט מיר ארויפגעברענגט די געפיל

אוועטאר
פשוט'ער אידל
שר חמש מאות
תגובות: 941
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש נובעמבער 02, 2013 9:08 pm

תגובהדורך פשוט'ער אידל » מאנטאג סעפטעמבער 22, 2014 2:25 pm

תהלים איד, כ'מיין דו קענסט נעמען דיין צייט פאר אייוועלט פון מעות מעשר. (כ'מיין שעות מעשר). זינט דו האסט פארלאזט האב איך צומאל געזעהן ווי א ניק זאל (פון אומוואוסנקייט נוואדאי) זאגן זאכן וואס זענען נישט אויסגעהאלטן בעניני אמונה ודעות, און איך קלער זיך אזוי, שוין, תהלים איד האט אונז פארלאזט, ס'איז א שטח הפקר...! העט ווען תילעם איד דא געוועזן העט דאס נישט פאסירט. ער העט עם ווען געשטעלט אין פלאץ.

כ'האב שוין געפלאנט צו גנב'ען נשמה'ס חתימה "אין אני מסכים בשום פנים ואופן לשום דברי ציונות וואס ווערט דא געזאגט פארקערט ווי ס'שטייט אין דעם סאטמאר רבינ'ס ספרים".
written using the Meshimer web filter

אוועטאר
לכאורה
שר עשרת אלפים
תגובות: 17898
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 20, 2009 2:43 pm

תגובהדורך לכאורה » מאנטאג סעפטעמבער 22, 2014 2:32 pm

וועלקאם בעק ר' תהלים איד, מיר בענקן אלע.
עס איז מארגן אין אמעריקע, אז מען לעבט דערלעבט מען

יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9195
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

תגובהדורך יהיה כן » מאנטאג סעפטעמבער 22, 2014 2:34 pm

תהלים'ל, זייט דו האסט אפגעדאנקט פון דאנעט, האביך פשוט נישט מיט וועמען זיך צו קריגן.....
ביטע קום צוריק, זאג כאטש עפעס פארקערט ווי איך...

SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12854
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

תגובהדורך SPUSMN » מאנטאג סעפטעמבער 22, 2014 2:54 pm

וועלקאם בעק רבי תהלים איד; ווי מיססד יו!
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז

אוועטאר
ידיד
שר שלשת אלפים
תגובות: 3816
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 16, 2012 6:37 pm

תגובהדורך ידיד » מאנטאג סעפטעמבער 22, 2014 3:50 pm

געוואלדיגע משל ונמשל! הערליך אראפגעשריבן!

תהילמ'ל, דו פעלסט אונז אויס דא.

אוועטאר
א איד אין גלות
שר חמש מאות
תגובות: 900
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 05, 2014 2:31 pm

תגובהדורך א איד אין גלות » מאנטאג סעפטעמבער 22, 2014 4:11 pm

תהילם, האסט אויפגעוועקט אונזער בענקעניש, לאז אונז נישט אליין.

אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרת אלפים
תגובות: 19989
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

תגובהדורך לכתחילה אריבער » מאנטאג סעפטעמבער 22, 2014 4:20 pm

שיינע שיינע געדאנק!!

איבער דיין אפוועזענהייט, טו וואס דו האסט צו טאן, אבער ווען עס איז מעגליך, טשעק אריין!!
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש

אוועטאר
למעלה משבעים
שר עשרת אלפים
תגובות: 10946
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע: ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

תגובהדורך למעלה משבעים » מאנטאג סעפטעמבער 22, 2014 5:26 pm

איך זע גוט!? תהלים איד?
איי ווי עס בענקט זיך, עס בענקט שטארק צו דיינע נייעס באריכטן, צו די שיינע געדאנקן דיינע.
דער נמשל איז געוואלדיג.

אוועטאר
באדינער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 420
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוקטובער 30, 2013 12:56 pm
לאקאציע: אויף דייעט

תגובהדורך באדינער » מאנטאג סעפטעמבער 22, 2014 7:05 pm

ידיד האט געשריבן:געוואלדיגע משל ונמשל! הערליך אראפגעשריבן!

תהילמ'ל, דו פעלסט אונז אויס דא.

אוועטאר
שמעלקא טויב
שר חמשת אלפים
תגובות: 5359
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 04, 2010 2:41 pm
לאקאציע: אויפ'ן באשעפער'ס וועלט'ל!

תגובהדורך שמעלקא טויב » מאנטאג סעפטעמבער 22, 2014 7:09 pm

איך באגריס נישט אונזער ר' תהילים'ל ווילאנג כ'זעה נישט א תגובה פון אים אינעם גיוס אשכול!

#סטריים
הק' שמעלקא טויב
נו"נ להחסיד המפורסם רבי שלום טויב ע"ה
shmelketaub@gmail.com

אוועטאר
אסותא
שר חמש מאות
תגובות: 897
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 24, 2013 2:44 pm
לאקאציע: בה'איי עלמא'

תגובהדורך אסותא » מאנטאג סעפטעמבער 22, 2014 9:33 pm

געוואלדיג!

שוין לאנג נישט געזען אזא פאסיגע משל וואס זאל זיך אזוי אריינפאסן אינעם נמשל, ווי א הענטשוך אויפן האנט.

תהילימל, איך האב פארלאט א טרער ביים ליינען דעם נמשל. און יא אויך ביים משל.

(אוי תהילימל תהילימל, ווי טוט דיר נישט שטערן, אזויפיל טרערן....)

אוועטאר
זאכליך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7627
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 19, 2010 5:23 pm

תגובהדורך זאכליך » מאנטאג סעפטעמבער 22, 2014 10:17 pm

ס'געווען אמאל א געוואלדיגע משל (נאכאלס דא גראדע, נאר בבחינת ווי מענטשן זאגן "ס'געווען אמאל א איד"...)

וועלקאם בעק, ווי מיס יא!
אמור מעט, קוק ווייניגער אויף וואס ער זאגט,
ועשה הרבה, און קוק מער וואס ער טוהט.

אוועטאר
לוי יצחק
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4290
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש דעצמבער 01, 2012 11:20 pm
לאקאציע: זאג אמר רבי בנימין...

תגובהדורך לוי יצחק » מאנטאג סעפטעמבער 22, 2014 11:57 pm

די דאזיגע תגובה שרייב איך בשעת'ן זיין ארויסגעסיינט, אויב איז עס באשערט עטעס אנקומען...

א געוואלדיגע ייש"כ. שיינע משל, אמת'ע נמשל.
א דאנק פאר אלע וואס טוען אונז אפדעיטן כסדר.


צוריק צו “היימישע קרעטשמע”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: בלוט בלבול, ליבי ובשרי, נו גוט נו שוין, סאסובער, רוסישע פרינץ און 18 געסט