זכרונות: September 11

זכרונות פון די פארגאנגענע יארן

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

כ'שעם מיך
שר מאה
תגובות: 211
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 15, 2011 4:24 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כ'שעם מיך »

יאנקעלע קליגער האט געשריבן:איך ווייס נישט פארוואס
אבער קיין איינס פון די העדליינס ברענגט נישט ארויס ריכטיג וואס דער עולם האט געשפירט יענעם טאג

נאך איינער האלט אזוי?


כהאב שוין דעמאלטס געקלערט אזוי, דעמאלטס איינמאל איז עכט געווען דער מציאות פון "ס'איז נישט מעגליך אין די ראמען פון א צייטונג צו שילדערן.." די פענע איז באמת געווען רוי צו ארויסברענגען די טראגעדיע.

גראדע די איזראעלי צייטונגען זענען נאך דאס בעסטע, דער מעריב קעפל און דער ידיעות זענען גאנץ אויפרייסעריש, און ווער געדענקט דען נישט דער בלאט פראנט קאווער 'אמעריקע אונטער טעראר'... (איין ארטיקל געדענק איך האט מיר דעמאלטס זייער באנומען אין דער בלאט, מיט'ן קעפל בערך 'רבי אמיתי בן רבי שפטיה באוויינט דעם חורבן', סהאט ארויסגעברענגט דעם צושטעל ווי צובראכן אמעריקע איז פון דעם דורכפאל און עס צוגעשטעלט צום בראותי כל עיר על תילה בנויה ועיר אלקים מושפלת עד שאול תחתיה'.)

נאך איין קלייניגקייט וואס איז אינטערסאנט צו נאטירן, אז געווענליך זענען אונז אידן נישט אינוואלווד אין די נייעס, און מיר הערן נאר דערוועגן פון דערווייטנס, ביי די ניין עלעווען אבער האט א ניינציג פראצענט פונעם וויליאמסבורגער אידנטום לעבעדיג מיטגעהאלטן די סצענעס, וואס וועט טאקע נישט ארויסגיין פון זכרון, כ'געדענק די שרעק ווען די ערשטע בילדונג האט זיך צאמגעלייגט מיט א זעץ, און כהאב פשוט געווארט צו זען ווען די צווייטע וועט זיך צאמלייגן... א פחד.
אפטימיסט
שר האלף
תגובות: 1240
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 15, 2012 10:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אפטימיסט »

איך האב געשריבן א תגובה דא און איך זעה עס נישט
אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 15939
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am
לאקאציע: אדערע זייט שאך ברעט פון חמרא טבא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קיקיון »

וואס מען האט געפיעלט יענע טעג איז אזוי מעורפל אז איך געדענק נור אז מען איז געווען אינגאנצען נבוך
ווען איך בין ארויס יענעם טאג פון הויז אויפען וועג אין בה"מ טרעף איך אן צווי אידען שמיעסדיג זאגט
מיר איינער "לויפ שוין צי די עלטערין זיי זאלען ניט זיין אליין" איך האב ניט געוויסט וואס ער וויל דערציילט
ער מיר
וויפיל מענשען האבען געווארט אויף א ידיעה פון די נאנטע וואס האבען געארבעט און מאנהעטען
וויפיל אידען האבען שפעטער דערציילט אפענע ניסים און השגחה פרטית. פארשלאפען, פארפאסט דעם טרעין, וויפיל זענען געווען
און די בנינים און זענען ניצל געווארען
געטראפען זכרונות פון חברי הצלה
ר חיים ברוך גלאק
ר שמאי גאלדשטיין
ר זאב ברייער
הרבנית אסתר פאכטמאן ע"ה איז יענעם טאג אוועק און א שפיטאל אין
מאנהעטטען מיט גרויס סיעתא דשמיא האט מען איר געברענגט קיין ב"פ ווי נשים חשובות וביניהם זוגתי שתחי' האבען געמאכט
די טהרה און מען האט איר געפירט אין אן אמבולאנס (אנדערע קארס האט מען דאך נישט געלאזט) קיין שיכון סקווירא אויף קבירה
גם אני מצטרף לבקשתו של ידידני מבראונזוויל
ענגליש? נוצט דעם Left קנעפל


אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 15939
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am
לאקאציע: אדערע זייט שאך ברעט פון חמרא טבא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קיקיון »

זכרונות פון א איד וואס איז ניצל געווארען
ער איז אריין אין TOWER 2 און געוואלט אריין גיין און עלעוועטאר צו די ארבייט ווען .....
גם אני מצטרף לבקשתו של ידידני מבראונזוויל
ענגליש? נוצט דעם Left קנעפל


עליכם שלום
שר חמישים
תגובות: 62
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 29, 2014 2:48 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עליכם שלום »

בין לאדען ימ''ש! מיר האבן דיר דעריאגט - סוף גנב לתליה! יעצט פוילסטו אינעם שאול תחתית לעד ולעולמי עולמים!!! :roll:
אוועטאר
private
שר האלפיים
תגובות: 2948
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 16, 2011 11:30 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך private »

עליכם שלום האט געשריבן:בין לאדען ימ''ש! מיר האבן דיר דעריאגט - סוף גנב לתליה! יעצט פוילסטו אינעם שאול תחתית לעד ולעולמי עולמים!!! :roll:

אמת ויציב. טפוי
אוועטאר
verveist
שר חמש מאות
תגובות: 969
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 09, 2010 7:41 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך verveist »

אויך מיר א נחמה..
אוועטאר
חסידישער יוד
שר חמש מאות
תגובות: 770
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 26, 2014 7:17 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חסידישער יוד »

עליכם שלום האט געשריבן:בין לאדען ימ''ש! מיר האבן דיר דעריאגט - סוף גנב לתליה! יעצט פוילסטו אינעם שאול תחתית לעד ולעולמי עולמים!!! :roll:

אמעריקא האט אים דעריאגט.
...כי אם ליראה וגו'
אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 15939
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am
לאקאציע: אדערע זייט שאך ברעט פון חמרא טבא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קיקיון »

תשובת הרהג"הצ ר שלמה גראסס לרפ"ש להתיר
אלמנות הרה"ח ר שמעון דוד ביגעלאייזען י"ד והרה"ח ר אברהם נתנא' איליאוויץ הי"ד
הרה"ח ר אברהם נתנא' האט אוועקעגעשטעלט דעם בה"מ פון ספרדישע פאר א מקום תורה
מען האט אום געמאכט א לוי' עטליכע וואכען שפעטער (ראה סוף התשובה)
איך האב געדאווענט יענעם ימים נוראים אין איין בה"מ מיט די קינדער פון ר אברהם נתנא' איליאוויץ (צווי בחורים)
זיי האבען נאך ניט געקענט זאגען קיין קדיש עס איז געווען הארץ רייסענד
דער היתר פאר אלמנת א תושב מאנסי
גם אני מצטרף לבקשתו של ידידני מבראונזוויל
ענגליש? נוצט דעם Left קנעפל


אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 15939
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am
לאקאציע: אדערע זייט שאך ברעט פון חמרא טבא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קיקיון »

ר' אברהם יוסף זעלמאנאוויץ הי"ד וואס האט געארבייט אויף 27'טען שטאק פון טאוער 1 וואלט זיך געקענט
מציל זיין אבער ניט געוואלט איבערלאזען א מיטארביטער און א ווילטשעיר
בילד
אין די סוכה וואס ער האט געבויט אן א מעמיד דמעמיד
avremel zelmanowitz-
גם אני מצטרף לבקשתו של ידידני מבראונזוויל
ענגליש? נוצט דעם Left קנעפל


אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 15939
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am
לאקאציע: אדערע זייט שאך ברעט פון חמרא טבא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קיקיון »

גם אני מצטרף לבקשתו של ידידני מבראונזוויל
ענגליש? נוצט דעם Left קנעפל


אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 15939
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am
לאקאציע: אדערע זייט שאך ברעט פון חמרא טבא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קיקיון »

זכרונות פון עטליכע וואס האבען מיטגעהאלטען אין מאנהעטען
נושא: 5 יאר זינט סעפטמבער 11 - וואו זענט איר געווען יענעם טאג?

scy4851 האט געשריבן:איך בין קיינמאל נישט אהנגעקומען און ארבעט יענעם טאג.
איך ארבעט און וואל סטריט.
מיט מיין זוהן האב איך גערעדט טעלעפאניש, ער האט דענמאלטס געארבעט אונעם פעדערעל ריזערוו בילדינג אויף ליבערטי סטריט א פאר בלאקס פון די טאוערס, ער האט געהאט א גיטע וויוא פון די טאוערס.
און מיטען רעדען צי מיר הער איך וויא עס כאפט אוהם א ציטער, איך פרעג אוהם אויב אלעס איז אלרייט, זאגט ער מיר אז ער זעהט יעצט מעטשען שפרינגען פון די הייך. אפאר מיניט דערויף זאגט ער מיר אז נאך א פליגער האט יעצט אריינגעקראכט אונעם צווייטען בילדינג.
ער האט מיר געזאגט אז ער האקט אף רעדען, ווייל ער וויל זיך גלייך ארויסאיילען אהיים פארען.

Jewboy האט געשריבן:איך בין נאך אויך געווען יעמאלט א בחור.
געווען בין אויך אויפן וועג צום ארבעט מיר האבן געהערט ווי געווענליך די נחום סיגל שאו, אבער ווען מיר זענען געקומען נאנט צום ביזנעס פלאץ וואס איז געווען פונקט קעגן איבער די טווין טאור'ס האבן מיר געזעהן ווי אלע גויים פון די ביזנעס קוקן אויף יענעם כיוון, און מיר האבן געפרעגט וואס ס'איז געשעהן האבן זיי געשריגן לאק לאק, יעמאלט איז נאך געווען נאר די ערשטע בילדונג קראך, איך מיט נאך אפאר זענען געפארן צום צווייטן ווערהאוז און מ'האט אריינגעשיקט אלע גויים און מיר אידעלעך און מענדזשיער'ס זעמער געשטאנען אינדרויסן און צוביסלעך איז דער עולם אריין, אבער איך מיט נאך א גוי זענען געשטאנען אינדרויסן און פלוצלינג זעהן מיר ווי א ערפלאן פארט שיף געדרייט און ס'געט א שפראץ ארויס פייער פונעם בילדינג, האבן מיר פארשטאנען אז די צווייטע בילדונג האט אויך באקומען א קראך.
און טאקע א סקאנדע דערויף האט די ראדיא געמאלדן אז די צווייטע בילדונג האט אויך געהאט אן אטאקע.
יענע טאג האבן מיר שוין נישט געארבעט, אלע גויים און להבדיל אידן זענען געשטאנען אינדרויסן און צו געקוקט ווי די צוויי גרויסע בילדונגס פאלן און א הויפן מיט רויך. (איך וועל עס קיינמאל נישט פארגעסן).
צוריק פארן קיין ניו יארק האט מען נישט געקענט (די ביזנעס איז געווען אין ניו דזשערסי) און די גויים און להבדיל האבן פארפירט ווי מ'גייט גיין, אלע האטעל'ן אין געגנט זענען שוין געווען פארדינגען.
אונזער בעה"ב האט אפגעדינגען שארלעי האטעל אין וואדברן, באשטעלט אפאר באסעס ביי ר' חיים פריינד פון קרית יואל און עסן פון עפעס א קעיטערינג אין מאנסי און אזוי זעמער אלע געפארן קיין שארלעי, א חלק זענען געפארן מיט זייער אייגענע קאר'ס און די קאמפאני האט באצאלט די געז.
איך בין געפארן מיט דריי גויים וואס זענען אויך געפארן מיט די אייגענע קאר זזיערע, און זיי האבן זיך אפגעשטעלט עסן אין עפעס א כינעיזער רעסטוראנט, און איך האב נעבעך געמוזט בלייבן אינדרויסן ווארטן, זיי האבן נישט געקענט די וועג אהין און איך האב זיי ארויס געדרייווט, ווען זיי זענען געגאנגען אין רעסטוראנט האב איך מיר אויסגענומען מיט זיי אז ווען מ'קומט אן וויל אויך גיין אין א דזאויש רעסטוראנט דארט אין געגענט מיט זייער קאר, זיי האבן מסכים געעוען, איך האב זיי אראפ געדראפט אין שארלעי און די באסעס מיט די עסן איז נאכנישט געווען אנגעקומען דארט, האב איך געזאגט נאו איז מיי טורן טו גאו איט, און זיי האבן מיר געגעבן ווייטער דעם קאר און איך בין געפארן צו ר' יצחק לעבאוויטש הי"ו אין ישיבה און דארט געבעטן עסן, די רבנית דארט האט מיר געגעבן צוויי שטיקלעך קעיק און מיט דעם האב איך מיר דערקוויקט.
געווען איז א ווען פון די קאמפאני וואס האט יא מצליח געווען אנצוקומען קיין ווילי טאון דורך געדרייטע וועגן די וועג זייערע האט גענומען קנאפע 4 שעה, וואס נארמאל נעמט עס בערך א האלבע שעה.
ערגעץ אין יענע צייט האב איך עס באשריבן אויף ה"פ. מיט מער פונקטליכע באריכטן.


cano האט געשריבן:איך האב געהאלטען אינמיטען ארבעטען דעמאלטס איך בין געשטאנען ביים אסעמבלי טיש אין געפעקיטש ווען מיין בעה"ב האט זיך פליצלינג גענימען אויפפירען וואו א צעווילדיוועטער באשעפעניש וואס האט נאך קיינמעל נישט טועם געווען קיין טעם דעת אין זיין לעבען פון אנפאנג האט עס נישט געצויגען קיין שטארקע אויפמערקזאמקייט משטיינס געזאגט עס איז דאך נישט דער ערשטער מאל וואס ער פארלירט זיין באלאנס אבער ווען א צוויטע אפיס ארבעטער האט אים אנגעפאנגען נאכצימאכען און אויך פארלירען זיין באוויסט זיין בין איך אריין געלאפען און אפיס זעהן וואס עס גייט פאר צי אלעס איז אקיי האב איך שוין געהערט אויפן רעדיא וואס איז נארוואס געווארען איינגעפלאגט אינעם וואנט וואס דא גייט פאר בין איך ארויסגעלאפען און גאס ציגעלאפען צום קאר און א כאפ געטאן מיין פארטעבעל ראדיאו און וואו נאר איך האב געהערט אז די צוויטע פלעין האט געקראכט אינעם צוויטען טארעם בין איך וואו פארגליווערט געווארען פאר עטליכע מיניט דערנאך האב איך נאר געהאט איין יאוש האפענונג אז איך חלום אבער נאך געציילטע מיניט האב איך מיך איבערצייגט אז איך בין אויף און ביז איך האב נישט געהערט דזשוליאני'ס קול אויסריפען אז מען זאל אנפאנגען צי גיין נארט אויף איך געדענק שוין נישט פינקטליך וועלעכע גאס האב איך נישט געקענט מצמצם זיין מיין מוח אויף גארנישט איך בין געזיצען אויף א הויפען באקסעס ציטערען וואס קימט נעקסט
גם אני מצטרף לבקשתו של ידידני מבראונזוויל
ענגליש? נוצט דעם Left קנעפל


אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 15939
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am
לאקאציע: אדערע זייט שאך ברעט פון חמרא טבא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קיקיון »

איך געדענק ניט צי דאס איז געווען אן אלגעמיינע זאך אין אלע בה"מ
אדער נור דארט ווי איך האב געדאווענט
נעבען די פובליק טעלעפאן איז שוי"ט געווען אנגעגרייגט קוואדערס
און איינער האט אריינגעלייגט א סעלפאן און עמוד און מפרסם געווען
גם אני מצטרף לבקשתו של ידידני מבראונזוויל
ענגליש? נוצט דעם Left קנעפל


אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 15939
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am
לאקאציע: אדערע זייט שאך ברעט פון חמרא טבא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קיקיון »

עס האט קיינער ניט וואס מוסיף זיין פון יענע פחדים'דיגע צייטען?
גם אני מצטרף לבקשתו של ידידני מבראונזוויל
ענגליש? נוצט דעם Left קנעפל


אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרים אלף
תגובות: 20191
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכתחילה אריבער »

איך האב אסאך מוסיף צו זיין, אבער כ'וויל נישט! למשל די אלע קליפס וואס מען ברענגט דא, האבעך אפי' דעמאלס נישט געוואלט קוקן, כ"ש היינט. ווער וויל זיך דערמאנען יענע קאשמארן?

ווייט פון די אויגן, ווייט פון הארצן.
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש
SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12993
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך SPUSMN »

איך בין דענמאלט עטליכער מאל א וואך געווען אין מאנהעטען, אין דער סיטי האל געגענט, און יענעם טאג האביך ב"ה נישט געדארפט דארט זיין אין דער פרי.

בין געווען דענמאלט אין דער היים, און מיר האבען געזעהן פון פענסטער ווי דער ערשטער טורעם ברענט. פון אונזער הויז האט מען געקענט ארויס זעהן נאר די צעהן העכסטע שטאקען.

דער ראדיא איז געגאנגען אין איך בין געשטאנען ביים פענסטער און פליצלינג זעה איך ווי א ערעפלאן דרייט זיך אויס אין פראנט פון מיין נאז, זייער נידעריג. כ'האב א שריי געגעבען צו מיין ווייב אז עפעס איז נישט אין ארדענונג מיט דער ערעפלאן וואס איז נאך קיינמאל נישט געפארען אזוי נידעריג איבער די וויליאמסבורגער גאסען.

אזוי שטייענדיג, הער איך אויפען ראדיא אז א צווייטער ערעפלאן האט אריין געקראכט אינעם צווייטען טורעם (טאקע נידיעריגע ווי דער פריערדיגע), און טאקע מען האט געקענט זעהן ווי די ברענענדיגע טורעם (יעצט ברענענדיגע טורעםס) האבען זיך צופלאקערט נאך מער.

פון אונזער פענסטער האט מען קיין סאך נישט געקענט זעהן נאר רויעך און פלאמען, האבען מיר זיך אריין געזעצט אין קאר און פרובירט כאפען א בעסערע בליק.

מיר זענען אראפ געפארען פערדע עוועניו אין ברוקלין און געזעהן ווי אראבער שטייען אויף די סטריט קארנערס, און מיט א געוואלדיגע פרייד פרייען זיי זיך און קענען זיך נישט אנזעטיגען פון צו זעהן א נקמה אין אמעריקע. א שאד איך האב נישט אראפ גענומען קליפס דערפון (נאך נישט געהאט קיין סעלפאן). דער ניו יארק טיימס האט עס געמאלדען צוויי טעג שפעטער אבער ממש א פאר שורות און באגראבען אויף זייט פינעף אין דרייסיג.

איין סורפרייז האבען מיר געהאט און א גוטע סורפרייז. מיר זענען געווען זיכער אז מער ווי פופציג טויזענט מענטשען זענען אמוגעקומען (און מסתמא טויזענטער אידען), אבער שפעטער האט זיך אויס געלאזט אז אפילו נישט קיין פיר טויזענט, און רעלאטיוו גאר ווייניג אידען.

מיין גוטע ידיד און חבר רבי משה לעדערער ז"ל, פון די קווינס הצלה, האט זיך איבער געגעבען לייב און לעבען אין געשלינגען עמערס פון די פארסם'טע לופט אין מאנהעטען און האט טאקע א פאר יאר שפעטער פארלוירען זיין לעבען צו א פארעם פון יענער מחלה וואס די דאקטוירים האבען קיינמאל נישט געזעהן, און נישט געהאט א רפואה צו דעם. ער פלעגט מאכען טהרות, און ספעציעל פאר געהארגעטע פון עקסידענטען ה"י. יהא זכרו ברוך, הי"ד.
לעצט פארראכטן דורך SPUSMN אום מאנטאג סעפטעמבער 15, 2014 2:49 pm, פארראכטן געווארן 5 מאל.
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז
באזעסענער
שר מאה
תגובות: 139
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אפריל 24, 2009 10:00 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך באזעסענער »

א שיינע מעשה פון אן אמעריקאנער פילאט וועלכער האט שיער געדארפט אומברענגען אייגענעם טאטן!
http://www.ditzeitung.com/newsbulletin3b.pdf
אוועטאר
אייער_קיכל
שר האלפיים
תגובות: 2424
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 14, 2010 7:37 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אייער_קיכל »

פארוואס געדענק איך נישט צו זען דעם ארטיקל אינעם די צייטונג?
אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 15939
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am
לאקאציע: אדערע זייט שאך ברעט פון חמרא טבא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קיקיון »

אייער_קיכל האט געשריבן:פארוואס געדענק איך נישט צו זען דעם ארטיקל אינעם די צייטונג?

די טעמא איז זכרונות נישט "נישט זכרונות"
וואס האסט די פארפאסט?
וואס האט דער ארטיקעל מיט דעם אידישען חלק פון די געשענישען ?
אויזער אז השגחה פרטית איז אויף יעדען נברא
גם אני מצטרף לבקשתו של ידידני מבראונזוויל
ענגליש? נוצט דעם Left קנעפל


יקוםפרקן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 396
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 30, 2011 4:03 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יקוםפרקן »

אייער_קיכל האט געשריבן:פארוואס געדענק איך נישט צו זען דעם ארטיקל אינעם די צייטונג?


די צייטונג אפדעיט לעצטענטס יעדן טאג זייער וועב זייטל, און דאס ארטיקל איז הערשט היינט ארויף.
אוועטאר
אייער_קיכל
שר האלפיים
תגובות: 2424
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 14, 2010 7:37 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אייער_קיכל »

און? די וואס האבן נישט קיין אנליין עקסעס זעען קיינמאל נישט די ארטיקלן?
יאנקעל פעדראטשיק
שר ששת אלפים
תגובות: 6090
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 20, 2011 5:39 pm
לאקאציע: דארט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאנקעל פעדראטשיק »

מגרייט זיך שוין צום יארצייט. די גרויסע יארצייט לעכט ארבעט שוין
אוועטאר
אויסגערעכנט
שר ששת אלפים
תגובות: 6858
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 10, 2015 9:50 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אויסגערעכנט »

געזען מיט מיינע אייגענע אויגן ווי ס'ברענט און ווי ד'צווייטע פלעין קראכט אריין איך האב נישט געקענט שלאפן יענע נאכט
איך האב אויסגעפינען אז עב איז דא מענטשן וואס האבן פיינט א יעדע מענטש וואס וואוינט אין אמעריקע איך בין געווען זיכער אז מיר אויך (איך בין נאך אלץ זיכער)
די פלאמען זענען מיר נישט ארויס פון קאפ פאר אפאר וואכן
ווער געדענקט נישט די שווארצע וואלקענעס העכער ווילאמסבורג
ביי ברינקס אויף קענט זענען געשטאנען פאליס מיט לאנגע גאנ'ס וואס דאס האט אריינעברענגט אזא שרעק אין מיר וואס איך געדענק ביזן היינטיגן טאג

דעם נעקסטן אינדערפרי ארויסקוקנדיג פון פענסטער ווען איך האב נישט געזען די בילדינג'ס האב איך געפילט ווי צען האט מיר עפעס פערזענדליך אוועקגענימען
קען זיין וועגן דעם בין איך היינט אזוי פרא נקמה ווען מען טשעפעט אמעריקע
בענאק
שר חמש מאות
תגובות: 957
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 12, 2015 4:35 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בענאק »

אליעזר גרינפעלד האט געשריבן:נישט וואוסענדיג די מעשה פונקטליך, זענען מיר אלע ארויפגעלאפן אויפ'ן דאך פונעם בנין הישיבה
אזוי ווי עס איז איין בילדינג מיטן חדר, זענען אלע מלמדים מיט די כתות אויך ארויף אויפן דאך.

איין מלמד, דאכט זיך דער כיתה ה' רבי, האט געהאט א קאָקער (שפאקטיוו),
א הצלה מעמבער (איך מיין ר' זלמן גראסבערג ע"ה) איז אויך געווען מיט אונז זעהט אויס ער האט געזעהן פון אונטען אז די דאך איז פיל מיט מענטשן איז ער אויך ארויף


פון דיינע ווערטער איז משמע אז דו רעדסט פון די שאפראנע תלמוד תורה. זעהמיר אויב אזוי געשטאנען נעבן דיר.
ר' זלמן גראסבערג ע"ה האט געהאט זיין ביזנעס דארט אקעגן איבער.
אפטימיסט
שר האלף
תגובות: 1240
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 15, 2012 10:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אפטימיסט »

זעמיר דארט געשטאנען מיט ענק ביידע. איך קען נישט לייענען פון 9/11 ווייל איך בין געווען צו אינג משיג צו זיין וואס עס גייט פאר, איך האב געלייענט אין 'דער איד' אין די נאכפאלגענדע וואכן און יארן 'טעראר' האב איך געמיינט אז ער איז בין לאדין'ס באלעבאס און מ'זוכט אים... עס איז דאך געווען א געשעעהניש וואס האט געטוישט די וועלט פאר אייביג, אבער אונז קינדער האבן נישט געוואוסט וואס פונקטליך גייט פאר, איך מוז דאנקבאר זיין מיין מלמד פארן אונז ארויפנעמען אויפן דאך, ער האט ווארשיינליך יא משיג געווען ווי היסטאריש דער טאג איז און האט געקענט באשטיין אונז זאל מיר מיטהאלטן. מיר זענען ארויף איינמאל און דער ערשטער בנין האט געפלאקערט, א וואלקן פון שווארצע רויך האט זיך געצויגן צושטייטליך, עפעס האט זיך ארומגעדרייט דעם ערשטן בנין אפשר אן העליקאפטער, אונזער רבי האט אונז אראפגערופן צוריק אין חדר אבער פאר סאם ריזען זעמיר באלד צוריק ארויף און דער ערשטער בנין איז שוין נעבעך נישט דארט געווען און דער צווייטע בנין איז שוין געווען אטאקירט, אנדערע האבן געזאגט אז דאס וואס האט זיך ארומגעדרייט פריער איז געווען דער צווייטער פליגער ה"י. אנגעקומען אהיים איז מיין טאטע זז"ג שוין געווען אינדערהיים פון די ארבעט, ער האט אריבערגעוואקט דעם בריק פון מאנהעטאן, מיין מאמע תחי' האט ארויסגעלייגט בענקלעך, קוקי'ס, וואסער און אראנדזש דזשוס פאר פארבייגייער וואס זענען אראפגעקומען פון בריק וואס האבן דורכגעוואקט אונזער גאס. א פלעטבוש בחור איז געקומען און זיך אפגעשטעלט ביי אונז און פארציילו זיין געשיכטע וואו ער האט געזעהן דעם בילדינג צאמפאלן און איז געלאפן פאר זיין לעבן, זיינע עלטערן זענען אים געקומען אפנעמען מיט זייער קאר און האבן אזוי געוויינט פאר התרגשות אז ער לעבט און איז געזונט, שפעטער איז פארעפנטליכט געווארן א פיקטשער אויפן פארנט פעידזש פון איינס אדער מערערע צייטונגען וואו מ'זעהט אים אנטלויפן פונעם בילדינג, אויב איינער קען עס ברענגען.

עס איז טראגי-קאמיש אז עס האט געדויערט אזויפיל יאר צו כאפן דעם טעראריסט און הויפט אינספירירער פון די אל-קאידא אבער מען האט דערלעבט א נקמה אינעם, טראץ וואס די אלע מענטשן וואס זענען געהארגעט געווארן וועלן שוין קיינמאל נישט צוריקקומען.
שרייב תגובה

צוריק צו “זכרונות”