מיש א רגע צוריק צו כ"ו אב...און פועל'ט אויס אלעס גוטס!

געשמאקע ארטיקלען און באשרייבונגען

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
רייזענדער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 257
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 29, 2013 11:42 am
לאקאציע: אינטערוועגנס

מיש א רגע צוריק צו כ"ו אב...און פועל'ט אויס אלעס גוטס!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רייזענדער »

וואס?? עפעס גייט פאר מיט דיין קאלענדער??!! כ"ו אב איז שוין געווען פאר אפאר וואכן צוריק, און יעצט קומסטו אן?!....שא שא באזידל מיך נישט אזוי...אז דו האסט טענות שריי אויף מיין בעלעבאס וועלכער האלט אינאיין טענה'ן אז זמן ארבעט לחוד וזמן אייוועלט לחוד...גיי זיי אים מסביר...אקעי גענוג גערעדט, הקיצור מחמת קוצר הזמן וריבוי הענינים וחוסר העקסעס האמיר נישט אנגעיאגט ביז יעצט, אבער ווארטן אויף נעקסטעס יאר האט אויך נישט קיין פשט ווייל נעקסטעס יאר איז א פרישע יאר מיט פרישע פאסירונגען ולא ראוי זה כראוי זה, אלזא דא האט איר מיין ווערק, העכסטנס אויב פארנעמט איר נישט קיין המן טאשן אינמיטן שובבים דאן לייגט עס אוועק אויפן קומעדיגעס יאר ווען עימיצער מחשובי הניקים וועט עס ארויפברענגען לכבוד כ"ו אב תשע"ה הבעל"ט...

איז אזוי, כאטש אסאך קערעקטארס זענען שוין געקלאפט געווארן איבער דעם נושא, עם כל זה, חזרה שאדט קיינמאל נישט פלעגן מיינע מלמדים זאגן...סוי גארטעלט אייך זיך אן און געגאנגען...געטס נאר אבוואכט זיך נישט צופיל זיך פארקוקן אויפן ארום ווייל ס'איז שוין באלד די זמן כניסת השבת, סוי אויב זעהט איר אז איך שטיי צי לאנג אויף איין פלאץ, כאפט מיר אן ביים קארג און שלעפטס מיר ווייטער ארויף דעם בארג לעלות לציון.

נאכן פארברענגען דעם ערשטן האלב נאכט אינעם קוגל-גליטש ביים סעודת הילולא, זיך טונקנדיג אין די געפילטע פיש באגלייט מיטן אלעמען-באקאנטן "שלש-סעודות-גערוך", זענען מיר שוין די גלידער געווען היבש פארשלאפן צו קענען זיך ארויפשלעפן דעם שווערן בארג ארויף אויף סקאנעמאנק רד. דעריבער האמיר באשלאסן רייכער צו מאכן דיזע ארטיקל מיט א 'היטש' אויכעט און זיך מיטכאפן מיט א צווייטער איד – גאנץ אן אפטער געפיראכץ ביי אונז. אומר ועושה נאכן באטראכטן די יערליכע אוונכרי'ס וואס באגיסן די גאסן דורכאויס דעם הייליגן טאג, יעדער מיט זיינע חדשות'ער, האמיר געריכטעט אונזערע טריט קיין סקאנעמאנק קארנער פארעסט, ווארטנדיג אויפן באשערטן קאר וואס וועט דאסמאל האבן דעם זכי' צו א פרייע "אדווערטייזמעט וויט ריזאלטס" דאהי בעלמא דיהודאה...

בתוך עמי אנכי עומד ווארטנדיג צוזאמען מיט א געמיינדע אידן אויף א היטש, נאך א גאנץ-קורצע וויילע האט דערגרייכט אונזער אויערן דעם קול פון א מאטאר סייקל וואס נאכדעם וואס מ'האמיר געזעהן דעם מקור פון דעם נאוז האט זיך ארויסגעשטעלט אז הקול קול מאטאר סייקל והידים ידי אפגעריבענע סובערבן וואס כפי איר אויסזעהן האט שוין דער אויטא געפירט הונדערטער חרדי'שע אידן אויף היטשעס, דער קאר שטעלט זיך אפ, און דער דרייווער – דעסקריפשאן: א ליטוויש אידל א בן חמישים; מלובש אין אזא קראך-היטל פון די סארט וואס ביינונז אין מאנדרא טוט אזא היט קלאר אנדייטן אז דער היט באזיצער איז עפעס ענליך צו א תינוק שנשבה וועמען ס'א'מצוה מקרב צו זיין... - דער אביעקט וואס האט פונדרויסן אויסגעקוקט ווי אן אויטא האט זיך יעצט – אריינקריכנדיג אין איר - אויסגעשטעלט צו זיין א שאפינג קערעדזש פאר א רעסיינקלינג קאלעקטאר זייענדיג אויווערלאוידעד מיט ריזיגע פלעסטיג בעגס אנגעפילט מיט ליידיגע פלעשער כלים מכלים שונים, גיי ווייס פארוואס ער דארף די אלע באטלעך – אבער ווי געשמועסט לאמיר זיך נישט צי לאנג פארקוקן, הקיצור מתחלה האט אויסגעקוקט אז דא איז קיין פלאץ פארהאנען פאר נאך אפילו איין דארער מענטש; אפילו דער דרייווער האט זיך קוים דארט מיישב געווען בדוחק גדול כשושנה ביין הבאטלעך, אבער נאכן ארומשליידערן די אלע בעגס הין-און-צוריק איז ענדליך נתגלה געווארן א שטיקל ישוב.

מ'שטופ מיר זיך אריין צוויי חברה איש ע"ל אחיו; מ'פארקנאקט דעם טיר, און ויסעו, דער דרייווער פרעגט אונז צי אונז גיימיר אפשר צום ציון, ווייל ער גייט יעצט אהין... דער קאר רוקט זיך געמוטליך (?) – ברעיק נאך ברעיק, טו מעיק א שארט סטארי לאנג, נאכדעם וואס דער האט אויסגעפאלגט ווי א וואויל אינגל דעם דזשי-פי-עס וואס טוט זיך ריקאלקעלעטן ביי יעדן באמפ, האמיר ענדליך זיך דערזען צווישן די רייעס געילע מאנדראער אייזקרעים-קאהן-בלאקערס, אונטער די השפעה פון א פלייץ פון בליצער מיט וואס מיר זענען באשאנקן די והותר, דער שאפער האט באשלאסן אז ער גייט ענדערשער זוכן פארקינג אויף זענטע ראוד נישט וואוסנדיג אויף זיכער אז ער גייט טרעפן א חלקה דארט אינעם אפיציעלע פארקינג לאט ביים בית החיים, אריינפארנדיג אויף זענטע ראוד האט מען אנגעהויבן דעם עבודה קשה פון זיכן פארקינג, דער דרייווער האט מיט א תמימות זיך פארמיטן צו פארקן ביי א פאמפ אדער דרייוועי – זעהט אויס אז זיין דשי פי עס האט אים נישט איינגעמאלדן אז ער געפונט זיך יעצט אין די הייליגע שטעטל וואו מ'לעבט למעלה מן ה'גשמיות'דיגע פארקינג רעגולאציעס, און נאכן טרייען אריינצובעקן אין יעדן מייזן-לעכל דורכאויס דעם בלאק האט ער ענדליך געטראפן פארקינג אקעגן איבער ביי קארטער רד. ודין גרמא צו מאכן א שארפן יו-טורן און מ'האט געכאפט דעם פארקינג, יעצט שטייעך צוזאמען מיטן דרייווער און מ'זוכמער צו כאפן א היטש ארויף צום ציון...

איידער מ'טרעט מיר ארויף אויפן באדן פונעם בית החיים, שפיר איך פאר וויכטיג מיטצוטיילן מיין אויפפאסינג וואס איך טוה שוין אבזערווירן א לענגערע צייט: לויט מיין אבזערוואציע קומט מיר אויס, אז אויף דער וועלט געפונט זיך א גרויסער גלגל וואס דרייט זיך ארום איבער דער גאנצער כדור העולם משך א גאנץ קאלעכיג שנת הלבנה, אויף דעם גלגל איז אויפגעהאנגן א פלייץ פון 'חסרונן להחיות בהם'ס'... וואס קומען דורכ'ן יאר אן איבעראל בכל קצוי תבל, און ס'איז עפעס אזוי אויסגעשטעלט אז אויף כ"ו אב קומען אן עקסטרע-לארדזש שיפמענט דאהי אויף קרית יואל, מיין אפשאצונג איז געבויעט אויף דעם נאכדעם וואס כ'האב אויפגעפאסט אז יאר נאך יאר קומען אן אלע פון די סארט חברה, אלעס קומט יעדעס יאר לויט א סדר, יעדער אין זיין באשטימטע צייט לא פחות ולא יותר לא מוקדם ולא מאוחר, כל זה לעניית דעתי הרמה, אבער לאמיר נישט דא שטיין בלייבן מחמת חשש אז כ'גיי באלד אנהייבן זאגן נעמען... הקיצור, בלויז א זייטיגן נאטיץ!

צוריק צו אונזער שפאציר: אנקומענדיג בתחתית ההר האמיר שוין געהערט די קולות וברקים ולפידים נוראים, כ'הייב אן ארויפצוקריכן דעם בארג, ווען אויף וועלכע זייט איך דריי מיר גייעך קעגן דעם שטראם, די ערשטע וואס כ'האב באגעגנט איז אויף די רעכטע זייט אויף די גראז איז געזעסן עפעס אן עזרת נשים פון די אלעמען באקאנטע 'צעֶ-דאַאַ-קֶע' פאמילע, וועלכע האט נישט אויפגעהערט צו קול באשה'נען עפעס אויף די העברעיאישע שפראך וואס נאר די צוויי תימנ'ע נעבן איר האבן פארשטאנען וואס זי דערציילט. יעך יאג זיך ווייטער ארויף אויפן וועג, די נעקסט סטאפ איז די גרויסע אויספארקויף פון ברסלב'ער ספרים פאר האלסעיל פרייזן, איך שטופ זיך דארט אויך אריין די נאז- אפשר וועל טרעפן דארט עפעס פאר מיין נשמה, אבער אן ערפאלג... קורץ דערנאך קום איך אן צו דעם ערשטן "טועמי'-טענט", וואס דארט שטייט\זיצט דערוילעם און ליל שישי'ט ארום זה בציגערעטל וזה בטשאלענט וכו' וכו' ס'שטייען דארטן אפאר בחורים און סערווירן מאכלי ליל שישי טשאלענט-קוגל-פערפל וואס דער ציבור עסט מיט אפעטיט ווי נאך א הונגער יאר. נאכן פארזוכן א לעפל טשאלענט, איז צוריקגעקומען די רעזולטאטן פון דעם לעבראטארי וואס געפונט זיך ביי מיר אין מאגען, אז די די-ען-עי פון דעם טשאלענט ציען פעדימער צו דעם ישיבה-טשאלענט, מיט וואס מיר האבן זיך געראנגעלט יעדן שבת נאכמיטאג בימי הבחרות... נאך א טעלער עפל-סאוס האט נאך אויסגעפעלט אז איך זאל זיך פילן באקוועם צו כאפן א טוץ מיט לעפלעך און ווארפן אויף דעם בחור וואס איז 'נעקסט'.. כידוע ליודעים.

נאך א גניחה גדולה האמיר זיך ווייטער געלאזט אין וועג אריין, ווען על אם הדרך האבעך זוכה געווען זיך צו באקענען מיט דעם 'לעוויס דעלישעס פוד' פון וואס קאלמעוואסער רעדט שטענדיג פון זיי מיט אז אפעטיט, כאפנדיג א בליק אין דעם געצעלטל דארטן, האט זיך מיר אנדעקט א פליישיגן 'פת שחרית טרעקל', וואו עס ווערן אריינגעשטופט מער פארקויפער ווי עסן, ע"ע "וואס מיינט פת שחרית" דא אויפן וועלטל.

משם קומער אן צו דעם געצעלט, וואו עס שטייען דארטן טיכטיגע 'חברה מזונות וואלונטירן' וועלכע פארמאגן צוליב דעם פאך 'לייטס און סיירינס' אויף זייער אויטא כמנהג המקום, און זיי שטייען און פאקן אויס דארטן בעקעלעך געפרוירענע קעיק, איך שטיי און איך וואונדער זיך וויאזוי ס'קען זיין אז די זעלבע קעיק ליגט שוין דא זינט פאריאר און עס איז נאכאלץ נישט אויפגעלאזט געווארן... אט באמערק איך א שאכטל פול מיט גרויסע האני-קוקיס געפאקט שנים שנים, יעדעס פאר אין א באזונדערע בעג כיס בתוך כיס, פארמאכט חותם בתוך חותם, מיט א סטיקער דערויף "פריש געבאקן נאך כ"ו אב תשע"ג"...אפס ניין, כ'האב א טעות געהאט; ס'שטייט עפעס א לעילוי נשמת דארטן...ס'איז ממש א געשמאק צו באטראכטן ווי דערוילעם זיצט בד בבד אויף די רעגן-באגאסענע לאנטש-רום בענק, און מ'קייעט פארפרוינע אייסעס קעיק, יאכלו ענוים וישבעו...

והשתי' כדת: קאווע; טיי; פלעין וואסער; קאלעי וואסער; רעגן וואסער, און וואס נישט, וגם את הצרעה – די בינען וועלכע זענען שוין אייניקלעך פון די בינען מיט וועמען מיט האבן זיך געאמפערט ווען מיר זענען געקומען פון קעמפ צום ציון, די שטייען ווייטער אויף זייער מקום קבועה, אונטער די שיין פון די פאלערעסאנס דארט נעבן דעם טרעקל וואס איז מוציא מים מצור החלמיש, ס'וואונדערט מיר פארוואס זייערע זיידעס האבן נישט צוואה געלאזט פאר די אייניקלעך זייער עקספיריענס אז די וואסער וואס קומט פון דארט ארויס האט מיט קיין צוקער קיין שייכות; ס'איז נישט מער ווי קאלירטע\געבליטשטע וואסער...א קשיא אויף א בין!

פארענט טוצעך א מארק, פון אלע זייטן זיצט מען און מ'פארקויפט; מ'טיילט; בחנם; חצי בחנם וכו' וכו', אויף די לינקע זייט – ביים פארקינג לאט - שענק איך אויך א בליק, און יא, דער זעלבער צורה פונקט ווי יעדעס יאר: איין קאר קען נישט ארויסבעקן זייענדיג פארזינקן אין בלאטע; א לאנגע ווען האט בטעות אריינגעסקרעטשט אין א פיצי קאר וואס אן 'ערפארענער' פובליק-סעפטי אגענט פראבירט צו שפילן פאליס דארט; פיל מיט יודן זקנים עם נערים טרייען צו כאפן היטשעס קיין אלל-אווער די יונייטעד סטעיטס והגלילות; דער שמות טראק וואס דינט כ"ו אב אלס ווענדינג-מאשין שטייט ווייטער אויפן זעלבן פלאץ וואו כ'האב אים פאראיאר איבערגעלאזט, און פארקויפט סענדוויטשעס\דענישעס והמסתעף. איר שכן טוב דער מוכר ספרים האט היי יאר אויך נישט פארגעסן דעם אדרעסס, און איז דא צוריק מיט די פילע באקסעס מכל מיני ספרים\סידיס וכו' ווען הונטער אים הענג דאס בילד פונעם בעל ההילולא, אויף זיין טישל ליגט אויסגעלייגט אן ערבביא פון מינע ספרים אין ביכער אויף אלע שבעים לשונות, הצד השווה שבהן אלעס רעדט פונעם בעל ההילולא והמסתעף. לכבוד ליל שישי האט ער אויכעט צוגעשטעלט גליונות לשבת קודש צום פארקויפן לעשות כרצון איש ואיש. דעם ספר זכר צדיק לברכה מיט איר שוועסטער דער ספר מושיען של ישראל, זענען ווי יאר-יערליך פריש ערשינען מיט א 'נייעם' באנד – ווי קיינמאל בעפאר...קחו ברכה אל בתיכם!

פארא סעקונדע סטאפ איך אריין אינעם טהרה שטובל, וועלכער ווערט אין אזא טאג פארמירט אין א צווייטער לאקאל פונעם 'שומרי שבת' ביהמ"ד אין בארא פארק, פון איין זייט דאווענט מען מעריב ווען די מנין באשטייט פון אידן מעשרת השבטים יעדער פון א צווייטע קרייז\רעליגיע\פארטיי, ווען צווישן יעדער מתפלל זיצט איינער וואס איז פארטיפט אין א סענדוויטש והמסתעף, אונטערן מחיצה זיצן יודן און שרייבן קוויטלעך וכדומה, יעדער איז פארזונקן אין עפעס אנדערש, די ביהכ"ס איז אונטער ראש-אויאער, ווען צענדליגער פאר הענט טרוקענען זיך אונטער דעם לופט-בלאזער וועלכער לויפט נישט אויס פון לופט פון ווען איך געדענק אים, מיין אויגן פאלט אויף עפעס א באוואקסענעם באשעפעניש וואס קוקט אויס ענליך צו די נ-נח משפחה, ער שטייט ביים ווינקל ופניו אל הכותל, כפי הנראה האלט ער אינמיטן דעם הרינו מקשר עצמי, אבער לויט ווי לאנג ס'נעמט האט ער זיך צעמישט ערגעצוואו צווישן דעם 'נח' און דעם 'נחמ' – 'נח' מיט זיבן גרייזן!...צדקה גייערס איז אויך נישטא דארט קיין מאנגעל ווען די געלט געקלאפעכץ גייט אן מיט איר פולן אימפעט. א "היטש" אדער א "סעלפאון" איז די מערסטע 'האט-אייטעם' אין אזא טאג, פון אלע זייטן הערט זיך די זעלבע צוויי פראגעס, געווענליך א בחור: איר האט אפשר א טעלעפאון צו בארגן?, א מער עלטערער: איר פארט אפשר קיין וכו'?, מיר האט מען אויך נישט דורכגעלאזט 'אן קיין פראגעס'... א קליין בחור'ל מיט רויטע בעקעלעך שארט זיך צו מיר צו: איר האט אפשר 5 דאלאר צו בארגן?... איך קוק אים אזוי אן: כ'מיין, איך\דו קען\קענסט דיך\מיר פון ערגעץ? דו גייסט מיר אמאל באצאלן? ער שענקט מיר צוריק אזא בליק אוואו איינער זאגט: ווארט מיר ביים קארנער; כ'וועל דיר דארט באצאלן ממש אין א מינוט ארום... הקיצור סוף דבר – נישט האבנדיג קיין צייט זיך צופיל איינצו'טענה'ן מיט אים וואוסנדיג אז איך האלט אויף אפאר ליינער אויפן וועלטל... - האבעך אים 'געבארגט' די 'געפאדערטע' סומע, און כ'האב אים געזאגט אז ער זאל דאס באצאלן פאר די פושקע... מתן בסתר אויפן שענסטן אופן! וכלשון הגמרא הניח מעותיו על קרן הצבי...

הגיע הזמן זיך אריינצולאזן אינעם ראנוועי ארויף צום ציון המצויינת...אוי וואו טרעפט זיך די ווערטער צו שילדערן וואס דארט קומט אלס נישט פאר...דארף איך דען אייך דערציילן וואס דארט טוטצעך אלס אפ?!...ווייסטע וואס; איך גיי זאגן וואס כ'האב געזעהן און ווער ס'האט עפעס צוצולייגן זאל אויפהייבן א האנט...

איז אזוי, קודם א קורצע הקדמה'לע, יעך בין דערווייל אין מירון קיינמאל געווען, והא ראי' ווייל קיין ארטיקל פון מיין נסיעה קיין מירון עקזעסטירט נאכנישט אויפן וועלטל.. אבער לויט ווי איך הער כסדר אויף אלע טעיפס\הוקאפס\נאכגעמאכטע אמעריקאנע הדלקות וכו', זינגט מען אלס דעם ניגון פון ואמרתם כה לחי אויף צענדליגער פסוקים, זה בכה וזה בכה, הצד השווה שבהן אלעס ענדיגט זיך מיט די ווערטער 'בהילולא דבר יוחאי', לענינינו אויף כ"ו אב איז אויך פארהאן א לידל וואס מ'זינגט כסדר ביים ציון וואס אלעס ענדיגט זיך מיט די זעלבע ווערטער: פולצויס-סאלעס-קיטס! אין דעם ניגון איז דא פארשידענע נוסחאות אבער רובא דרובא זינגען עס אויף איינע פון די צוויי ווערסיעס – יו כ'האב פארגעסן צו ברענגען מיין טעיפ רעקארדער כ'זאל דיר עס געבן צו הערן – אבער די ערשטע נוסח הערט זיך בערך אזוי ווי דער בעל קורא אין אונזער שוהל זאגט די טראפן אויף 'מירכא-טיפחא מינח אתנחתא!!' - פויל-צויס סאלעס קיטס!! ווייסט וואסעך מיין?... די צווייטע ווערסיע הערט זיך מער בלשון שאלה\תמוה אזוי ווי דעם נוסח וואס מיין יונגעלע פירט אויס פסח ביים סדר דעם סימן פון כרפס: און מ'הא טינזיןצו פאטערן דעמארוהוהור??!!... אדער ווי מ'הערט ארויס ביי לאנטש פון די חדרים: איינער האט בורא פרי האדמה 'כ'האב אלע דרייהיי??!!'...-פויל צויס סאלעס גוהוהוטס??!!, הקיצור דאס איז נאר צו וויסן וועלכע מוזיק דו דארפסט הערן בשעת מיר גייען ארויף אויפן וועג צום ציון המצויינת...

אקעי ביסט רעדי? געגאנגען! כ'שפרינג דורך דעם בעריקעיד וואס בלאקירט כווייסנישוועמען ארויפצופארן, אויסמיידנדיג די אלע טרעקלעך – געפירט דורך געוויסע .. אה מ'האט געשמועסט אז מ'גיימיר נישט זאגן קיין נעמען.. וועלכע פרייען זיך צו יעדן איד וואס צייגט שוין ארויס סימני זקנה וועלכער ווערט אויטאמאטיש זייערס א קרבן כדי נישט ארויפצופארן מיט קיין ליידיגע הענט אן קיין דעליווערי אין די בעק - אין די רגע וואס איך שטיי שוין אינעווייניג ווער איך פארוואנדעלט אין א וועלטס עושר, אלעס קומט צו מיר מיט אויסגעשטרעקטע ארעמעס-מיט טרערן אין די אויגן, כ'קוק זיך אזוי אום, ס'איז נישטא קיין מויל – מגדול ועד קטן - וואס רירט זיך נישט...אלעס איז שפתותיו דובבות... טייל שרייען; טייל זינגען; איינער שרייט איינער מער איידל; דער פראטעסטירט און א צווייטער וויינט; איינער סטראשעט און א צווייטער בעהט וכו' וכו' פון אלע זייטן הערט זיך דעם א.ד. ניגון: שטיצט א בזב-אומקלאר-זבז און פויל-צויס סאלעס קיטס!!; מ'קען דא טוישן געלט און פויל-צויס סאלעס קיטס!!; כשר'ע טעלעפאון ווער וויל קויפן און פויל צויס סאלעס גוהוהוטס??!!; כעברע הצלה און פיול צויס סאלעס גוהוהוטס??!!; שטיצט בזב-אומקלאר-זבז דעם רעבינס הייליגן מוסדות און פוילט וכו'; קאלטע סלאש צום פארקויפן און פויל.. וכו'; זייט דער געווינער פון ... דאלער און וכו'; און אזוי זינגט יעדער זיין לידל - אלעס מיט זיין מעסעדזש כפי הוראתו פון זיין 'מארקעטינג עקספערט', כל אחד כפי שורש נשמתו, איינער שפירט ווען ער וועט זאגן א גאנצע מגילה בנשימה אחת ווי די עשרת בני.. וועט ער מיך מער קאנווינסטן ארויסנעמען דעם גרייצער פון מיין פארשלאסענעם בערזל, א צווייטער שפירט אז ענדערשער איין קורץ און שארפע ווארט וועט מאכן דעם דזשאב, איינער מיטן שווייגן, א צווייטער מיטן קוויטשן, דער מיט א בילד, דער מיט סתם א קול קורא וכו' הקיצור יעדער פארכאפט דעם בעל הילולא פאר זיך: דעם רבינ'ס מוסדות; דעם רבינ'ס צוואה; דעם רבינ'ס שיטה; דעם רבינ'ס התנגדות; דעם רבינ'ס רצון; דעם רבינ'ס אויג אין קאפ; דער רבי האט געזאגט; דער רבי האט געהייסן; דער רבי האט פארלאנגט; דער רבי האט צוגעזאגט; דער רבי שרייבט; דער רבי וכו' וכו'

הקיצור מ'לאז מיר זיך ארויף אויפן וועג, ווען יעדע פאר מינוט ווער איך געשטעלט צו דערזייט דורכ'ן ווינט פון דעם טרעקל וועלכער שמייסט אויף קראאז ווי אויפן טראוועי, די רגע איך לייג אריין די האנט אין טאש ארויסצונעמען א טישו ווער איך ארומגערינגעלט מיט צענדליגער פאר הענט – אלע סייזעס און אלע קאלירן... כ'רוק זיך צו מיט גיכע טריט צום טענט וואס טוישט אויף געלט, און איך האנדל זיך איין א הויפן קאונס, און געגאנגען, איך שטעל מיך צו דער בעריקאדן אונטער וועלכע עס שטייען אויסגעשורה'ט אלע 'אסורי ציון' מיט אויסגעשטרעקטע הענט, און איך הייב אן צו לייגן געלט אין יעדע זאך וואס האט נאר א בית קיבול: זה בריזיגע סחורה'נעם פושקע זעקל – דער זיידע פון אלע קליינע פושקע זעקלעך ביי די טעגליכע מנינים, וזה בגרויסע קאנטעינער, איינער האלט א באקס, א צווייטער אן אויסגעליידיגטער פלעסטיק קאנטענאר ווען ער האלט נאך אינמיטן קייען דעם סענדוויטש וואס איז פארא מינוט צוריק געלעגן אין איר. עס איז ממש הפלא ופלא דער כח פון א נארישער קוואדער; יעדעס מין קול\געשריי\געוויין\קוויטש טוט דאס פארשווייגן אין איין סעקונדע, צי איז דאס דער וואס רוקט זיך צו צו מיר און רוימט מיר אריין אין אויער זיין צוועק, אויפן זעלבן קול ווי ער וואלט מיך ווען איינגערוימט אין אויער אז איך בין געבליבן מיט מיין שלאף קאפל; צי איז דאס דער וואס מאכט אויף מיר אזעלכע קולות ווי איך וואלט ווען עובר געווען אויף כווייסנישטוואס; צי איז דא דער וואס מבין ריסי עיניו שרייט זיך ארויס אדער געסטו מיר געלט אז נישט כאפסטו א באקעט קאלטע אייז אין פרצוף וכו' יעדע פאר מינוט פארלויפט מיר עימיצער דעם וועג, יעדער מיט א צווייטע צרה ר"ל שגור על פיו, דא פארלויפט מיר א בחור'ל דעם וועג און ער שרייט אויף מיר א גאנצע דרשה און ווען איך וואק אים אדורך אן געבן דעם דיים געט ער אזא קלאפ צאם די הענט אוואו איינער וואס לויפט נאך דעם באס וואס שטייט ביים רעד לייט, און ווי נאר ער דערגרייכט דעם ד' אמות פונעם באס נעמט זי זיך פארן - ווייסט וואסעך מיין?...
נאכן דורשוויצן דעם 'דרך קצרה וארוכה' דערגרייך איך ענדליך דעם 'שטיצט די מתיבתא הקדושה ביומא דהילולא – און דא שרייט דער אויבערחאכעם – נישט פארגעסן צו מאכן די ברכה??!!... נו אז מ'הייסט מאכן א ברכה מאכט מען א ברכה - שוין לאנג נישט געמאכט א ברכה מיט די סארט כוונה... דאן שפאציר איך אריין דעם צוים וואס שרייט פון זיך: פאר חברה קדישה און פויל.. וכו', און דא ווארט מיר אפ פון ביידע זייטן א לאנגע רייע פון הענט, איך שפיר זיך אזוי ווי די סאלאוויטא ברודער ווען זיי האבן געדארפט אדורכמארשירן די לאנגע רייעס פון קאזאקן\דזשאנדארן - כ'דענק נישט פונקטליך- דא האלט מיין סאבסיטוט ביי די מעשה...

ווי נאר איך קום אן צו די אנדערע זייט פון דעם דורכגאנג, דארט נעבן דעם אוהל איז דער אויבנאן פון די געלט גייערס, דארט זיצן אפאר לאנגע ווייסע בערד – פארשטייער פון אלע שיכטן און קרייזן – יעדער מיט א הויפן באנקנאטן אין איין האנט און אין די צווייטע האנט א תהלימ'ל, איך מערק ווי עימיצער נעמט יעדע פאר מינוט ארויס פון בוזעם א טאבאק פושקעלע און געט צו פארזוכן פאר דעם גאנצן אויבנאן, גייעך אריין אינעם גרויסן טענט וואו די יונגעלעך שפילן זיך פרייוויליג מיט לעכט – אן זיין אונטער פרעשור פון 'די טאטע מיט די לאנגע בארד' וואס שטייט נעבן די לעכט באקס אין שוהל און שרייט אויף זיי... אריינקומענדיג אינעם טענט זיצט יעדער ווי ביי די בחינה בכתב אין חדר, אלעס זיצט און שרייבט אן אריינטשידן ביים שכן, טייל נוצן דעם קאמענד-סענטער טרעקל פון די פובליק סעיפטי אלס א קליפ באורד צו שרייבן אויף איר קוויטלעך, יעך בין זיך מצטרף מיט די קוויטלען שרייבערס, איך גארטל זיך אן און איך דערנענטער זיך צום אוהל – און ווי זאגט דער דזשי פי עס: יו העוו ריעטשד יור דעסטינעישאן!!!

האהאהאטס געפועלט אלעס גוטס אלעס גוטס – מיטן ניגון הידוע (נישט הסתרה...).
אוועטאר
green
שר האלף
תגובות: 1554
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אפריל 22, 2013 12:49 pm
לאקאציע: בין השמים ובין הארץ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך green »

אזאנס צו לאכן ערב שבת...אנבעליוועבל זאפטיג
#קיינמאל נישט צו שפעט
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28197
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

WOW WOW WOW
אזוי זיס אזוי נאטורליך אזוי 'רייזנדער' סטיל
אוועטאר
זאכליך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7634
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 19, 2010 5:23 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זאכליך »

רייזענעדער רייזענעדער, ריזיג! יעדע שורה גין גאלד! אזוי דיטעילד אראפגעלייגט, דאס קען נאר רייזענעדער!

יעצט קען מען כאפן א נאכמיטאג דרימעל
אמור מעט, קוק ווייניגער אויף וואס ער זאגט,
ועשה הרבה, און קוק מער וואס ער טוהט.
אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14264
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוועמל »

WOW אזוינס צאמצוקלאפן...
ווארטענדיג אין א שטאטישע אפיס, האסטו מיך ממש מחיה געווען מיט דעם ארטיקל.
(די שחורים שאקלען זיך און איך לאך. נישט געפערליך..)

בין איך געוואר געווארן אז סיז דא א טישל וואס וועקסעלט געלט.
דיין סלאוויטא ברודער איז ממש מרפסין איגרא... אויפגעקראכט....


עניוועי, ביסט נישט אריין אין אוהל?
האסט נאכנישט קיין ארטיקל דערפון אויף אייוועלט...
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)
שטארק זיך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7809
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 28, 2009 8:23 pm
לאקאציע: ביים נעקסטן שטאפל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטארק זיך »

וויאזוי זאגט מען וואאאאאף אוי דשזואיש?...
יוי רייזט ער גוט
דער פראבלעם איז קיינמאל דער פראבלעם!
עס איז וואס ליגט אונטערן פראבלעם.
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7114
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

און פוילטס אויס אלעס גוטס???!!!...
און ווען דו גייסט צוריק אהיים, דאס איז שוין...
שלום אויש
שר האלף
תגובות: 1266
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 18, 2014 1:38 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלום אויש »

איך שפיר מיך ממש וואו עמיצער האט מיך פארכאפט און אראפגעלייגט ערגעץ אהן מיין ווילן איך בין נישט דא...איך זעה מיך ביים ציון איך הער די געזאנגען...יוי ביזטו גוט איך מיין מען זאל דיר ציזאמשטעלן דאס געלט פאר א טיקעט קיין מירון, עס וואלט געקימען באריכטן נאך באריכטן
אויסנאם!!!!גוט
אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 12250
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געלעגער »

נאכנישט געליינט, אבער די שמאלץ רינט נאר קלערענדיג פון א רייזענדער ארטיקל.
אוועטאר
חברותה
שר חמש מאות
תגובות: 970
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 29, 2010 1:18 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חברותה »

יויש ביזטו גוט... שוין לאנג נישט געלאכט אזוי גוט א שעה פארן זמן...
אוועטאר
ידיד
שר שלשת אלפים
תגובות: 3822
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 16, 2012 6:37 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ידיד »

וויאזוי האט נאר איינע פון די צדיקים געזאגט? איך האב שוין אסאך מאל געהערט די מעשה, אבער ווי דער האט עס אראפגעלייגט...!

נישט אויסגעלאזט קיין איין דעטאל. געוואלדיג!

זאל מען האבן געפויעלט אלעס גוטס.
אוועטאר
פליגל
שר חמשת אלפים
תגובות: 5988
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג סעפטעמבער 04, 2009 1:27 pm
לאקאציע: ביים פענסטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פליגל »

יעפ, גע'פועל'ט א גוטס! כ'אב געלאכט...
אוועטאר
אורייתא
שר חמש מאות
תגובות: 744
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 13, 2013 2:33 pm
לאקאציע: בד' אמות של הלכה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אורייתא »

וויזוי זאגט מען נאר?
א רייזענדער ארטיקעל איז אן ארטיקעל פון יאר!
יעך האבמעך גישפירט מיט וואקען דיג און שמעקענדיג איעדע פלאטץ ווי די ביסט געווען. אונגעהויבען ביי די קוגעל גליטש. און גענדיגט ביי די חערברע קאדישע געשריי
שכוח קיעפ איט אף
אורייתא וישראל חד הוא
אוועטאר
אויסערן מיניסטער
שר האלף
תגובות: 1219
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 03, 2014 9:19 pm
לאקאציע: מיר האבן רעזיגנירט אונטער ביידן!...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אויסערן מיניסטער »

הערשט יעצט אנגעקומען צו ליינען, זייער זאפטיג און באטעמט אראפגעלייגט
כשפיר מיך ביים ציון....
די ווינדער פון די נאטור מה רבו מעשיך ה'
אוועטאר
ענדע צדיק!
שר שמונת אלפים
תגובות: 8114
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 17, 2013 4:44 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ענדע צדיק! »

אין איין ווארט?! טיפיקעל רייזענדער
צ' כפופה וץ' פשוטה... היינו נאמן כפוף נאמן פשוט. וברש"י: נאמן כפוף - אדם כשר צריך להיות כפוף ועניו וסופו להיות פשוט וזקוף לעולם הבא: (שבת קד.)
בלאג - מיינע ארכיוון
אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 12250
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געלעגער »

נארוואס אפגעליינט געהעריג און טאקע נישט אנטוישט געווארן. א ריכטיגע 'רייזענדער' ארטיקל מיטן גאנצן געשמאק, די שמאלץ פונעם ארטיקל רינט פון יעדע זאץ. אויסנאם אויסנאם גוט!
אוועטאר
מי יודע
שר שמונת אלפים
תגובות: 8736
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מי יודע »

אויסערן מיניסטער האט געשריבן:הערשט יעצט אנגעקומען צו ליינען, זייער זאפטיג און באטעמט אראפגעלייגט
כשפיר מיך ביים ציון....

ידיד האט געשריבן:וויאזוי האט נאר איינע פון די צדיקים געזאגט? איך האב שוין אסאך מאל געהערט די מעשה, אבער ווי דער האט עס אראפגעלייגט...!

נישט אויסגעלאזט קיין איין דעטאל. געוואלדיג!

זאל מען האבן געפויעלט אלעס גוטס.

שוועמל האט געשריבן:דיין סלאוויטא ברודער איז ממש מרפסין איגרא... אויפגעקראכט....

עניוועי, ביסט נישט אריין אין אוהל?
האסט נאכנישט קיין ארטיקל דערפון אויף אייוועלט...
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.
אוועטאר
הרבטייטעלבוים
שר ששת אלפים
תגובות: 6379
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 20, 2012 5:52 pm
לאקאציע: שתולים בבית ד'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הרבטייטעלבוים »

כפי תקנת הפורם להגיב שנהנים מארטיקל.

באתי פה להגיב שנהנתי מאוד
אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרים אלף
תגובות: 20191
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכתחילה אריבער »

ווען מען פלעגט שרייבן אויף אן ארטיקל אז עס איז אראפגעלייגט מיט "לעבעדיגע פארבן", האט מען לכאורה געמיינט צו זאגן "כגון רייזענדער אינעם "כאָפאָוופאָוו" ארטיקל"!!!
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש
אוועטאר
טרעוולער
שר חמש מאות
תגובות: 558
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 30, 2013 12:34 am
לאקאציע: אין פליגער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טרעוולער »

איך זעה אז די ביזט נישט געווען אין אוהל מסתם ביזטו א כהן!

אויב אזוי מה לכהן בקברות??

קען זיין צו מהנה זיין אידן מעג מען?!
אט אזוי
שר האלף
תגובות: 1283
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2014 5:49 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אט אזוי »

געוואלדיג.....
אוועטאר
רייזענדער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 257
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 29, 2013 11:42 am
לאקאציע: אינטערוועגנס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רייזענדער »

הננו מוכן ומזומן לקיים ומשיב כהלכה...

green: קיינמאל נישט צו שפעט צו לאכן, אפילו ערב שבת אויכעט.

לכאורה: דערווייל האמיר פונעם ניק 'זיס' קיין ארטיקל געלעזט...

זאכליך: שוין אויסגערוהט? כ'האף דו האסטעך נישט געזעהן בחלום אינעם בית החיים.

שוועמל: כ'האב הנאה צו הערן אז א איד האט געהאט וואס צוטאן אין א שטאטישע אפיס, אפשר טאקע לכבודך וואלטעך געדארפט לענגער מאכן דעם ארטיקל מיטן חלק האוהל...

שטארק זיך: כפי שיטת ידידי גוגל טרענסלעיט זאגט מען אלעס אויפן זעלבן וועג, אפשר די הברה איז אנדערש...

נשמה: גאנץ שנעל געכאפט דעם ניגון!

שלום אויש: א טיקעט קיין מירון? המממ נישט קיין שלעכטע איידיע, איין זייט איז שוין מסכים...

געלעגער נומ. 1: אל תאמין בעצמי עד יום...

חברותה: WOW, א שעה פארן זמן ארויסצוציען פון א איד א שמייכל...דאס איז שוין סאמטינג!

ידיד: געוואלדיגע זאך צו האבן אלץ א מימרא פון צדיקים שגור על לשונו...

פליגל: געוואלדיג! גע'פועל'ט מיט שמחה!

אורייתא: אז כ"ו אב געפאלט אויס נאר איין מאל א יאר, נ'וודאי איז עס אן ארטיקל פון יאר – עניוות שאין כדוגמתו הא?

אויסערן מיניסטער: דאכצעך כ'האב עפעס איבערגעלאזט דארט ביים ציון, אפשר פיקסטו עס אויף פאר מיר, כ'ווארט דיר ביים קארנער...

ענדע צדיק: אין צוויי ווערטער?! טיפיקעל ענדע צדיק!

געלעגער נומ. 2: איצט קען מען שמועסן... זעה נאר אויפצואווישן די שמאלץ וואס דו האלסט אינאיין גיסן.

מי יודע: המביא דבר בשם אומרו...צוטייל דיך מיט מיין ענטפער צו אויסערן מיניסטער, ידיד, און שוועמל...

הרבטייטלבוים: ממנו ילמדו וכן יעשו לקיים כל תקנות הפורים – אנטשולדיגט - הפורם בדקדוק רב.

לכתחלה אריבער: כ'מיין אז כ"ו אב איז עפעס נישט גוט געספעלט...אדער קען זיין אז 'לכתחלה' קומט עס אזוי...

טרעוולער: גאר א טיעפע פשעטל גג על גג! כפתור ופרח! מ'דארף וויסן וויאזוי אפצולערנען אן אשכול...

אט אזוי: טענקס!...

טענק יו עווערי באדי, לחיים לחיים, האטס גע'פועל'ט אלעס גוטס!!!
אוועטאר
מאנ-יימער
שר עשרת אלפים
תגובות: 10560
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 14, 2011 10:36 am
לאקאציע: אויפן וועג ארויף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאנ-יימער »

וואזאלעכייך זאגן, יאר נאך יאר גיי איך ארויף דעם בארג און אבזעוויר דעם געטומל, אבער אזאנס צו מאכן דערפון דארף מען זיין רייזענדער.

יוש האבעך געלאכט.
ווער זאגט?... ער האט געזאגט איז וואס?... נו! האט ער געזאגט, ווער איז ער צו זאגן?
אוועטאר
אנעים זמירות
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4693
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 05, 2012 10:32 am
לאקאציע: ווען מען זאגט אמר ר' בנימין הכל בחזקת סומין וכו'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אנעים זמירות »

דאס מערסטע טייל פונעם ארטיקעל איז 'אינערליכע וויצען' וועלכע רעדען נישט צו מיר, אלס באבובער. עס איז אבער זאפטיג אראפגעלייגט און דאס קען איך יא שעצען. ייש"כ.
א מענטש קען זיך טועה זיין.
ואולי אין דברי ההלכות (הרי"ף) בזה נכונים כי אין השלימות בלתי לה' לבדו יתברך ויתעלה ויתנשא שמו יתברך. (ספר הזכות להרמב"ן יבמות כד: מדפי הריף)
די סכנה פון באזוכען כפירה\ליצנות בלאגס

מיינע שיעורים
אוועטאר
א גראם מיט טעם
שר שלשת אלפים
תגובות: 3947
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 23, 2013 8:40 pm
לאקאציע: אויף א שפאציר, פונעם מח צום פאפיר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א גראם מיט טעם »

א שריפט ווי א קייזער
אלעמאל געשמאק צו ליינען דיין רייזע

ברענגסט ארויף א שמייכעל ביי אידען
זיך אביסעל אפריען פינעם סדר היום דעם מידען

דיין פעדער ווייטער ניץ
און האבען גע'פועלט אלעס גוטס
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע קרעטשמע”