מיר זענען שיך, מיר זענען לעצטע עדות...

געשמאקע ארטיקלען און באשרייבונגען

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

ראפאגאש
שר העשר
תגובות: 37
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 24, 2011 3:14 pm

מיר זענען שיך, מיר זענען לעצטע עדות...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ראפאגאש »

אנטשולדיגט יונגעלע.. גיי שיין ביי די זייט. דארט. אזוי, דארט קענסטו וואקן.
יונגעלע, דארט! דא וואק איך יעדן טאג.

וואס פייפט דער קאר דא?! האלללאו... קוק וואו דו קראסט.. דא פארן קארס.

אברומי... אברומי.. שרייט דער קליינער פונעם אנדערן זייט גאס.
מיין מאמע האט געפרעגט אויב איך קען בארגן דעם הענט טראק.

ווא וואסס? פרעגט דער קליינטשיק איינגעשוויצטע זעהל וואס זעהט זיך קוים ארויס פון אונטער די באקסעס.

די הענט טראק, מיט וואס דו שלעפסט דיינע באקסעס. כ'קענעס בארגן?

ווידער אנטפלעקט זיך א בארג מיט באקסעס ריקן זיך דא. גארנישט אנדערש ווי די אנדערע 'דראון-באקסעס' וואס איז פילאטלאז ביז ס'זעהט זיך דעם קליינטשיקער דערינטער.

זאג נאר, יונגעלע.. דאס איז דיין באקס?

וועלכע? שרייט דער קליינער צוריק, ארויסבליקענדיג פון צווישן די לעכער פונעם 'קליפ-אן פען' וואס געפינט זיך אין איר דעזיגנירטן ארט צווישן אלע באקסעס.

מיט א האסטיגן אפשטעל צעשטרויבלען זיך די באקסעס אלע זייטן. ווען פון זיין פנים רינט אים די שווייס. אוי ווען די פען זאל נאר ארבעטן יעצט.. מורמלט ער זיך אונטער.

אה, ס'האט א רויטע סטיקער. יא! ס'איז מיינס!

מיטאמאל פון אלע זייטן צעוואקסן זיך ארויס קינדער און מיט זייער קעלעכלער שרייען זיי אלע 'א רויטע סטיקער....' דאס איז מיינס!

די געזעמל מיט קינדער האבן אנגעהאלטן א לענגערע וויילע, ווען די טענער העכערט זיך מינוטליך.
מיין באקס האט געהאט א רויטע סטיקער.. ניין, מיין באקס האט געהאט.. מיינס האט אויך געהאט. רויטע סטיקער... סטיקער.. טע סטיקער... טיקער.

דער ערוואקסענער דערזעהט זיך שוין אינעם חורבן וואס ער האט זיך זעלבסט אריינגעלייגט. און זעענדיג אז גאנץ באנק 'סעווענטין' האט געהאט רויטע סטיקערס.

אלע פון באנק סעווענטין זאלן אהערקומען. שרייט ער אויס.
דא קומט דער צוציקל אז עריז טאקע נישט געווען אין יענעם באנק, אבער זינט זיין עלטערע ברידער האט פיר יאר צוריק פארלוירן א באקס ביים אהיימקומען פון קעמפ, האט זיין מאמע אנגעהויבן לייגן איר אייגנגעמאכטע סימן. נעמליך, א רויטע סטיקער...


נישט ווייט פונעם גאנצן איבערקערעניש שטייט זיך א פרוי עלענד ביי א ווינקל, איינגעזינקן אין אירע שנעל-לויפענדע געדאנקן, אינגאנצן פארטראכט. איר ווירטואלישע געשטאלט איז דא אונטערן רושם אבער גאר ווייט פונעם גערויש. און ניטאמאל האט זי אין אכט גענומען דעם סומאטוכע וואס איז פארגעקומען ממש נעבן איר. אירע אויגן צילן גאר עפעס אנדערש.

איר טאג האט זיך אויך נישט דא אנגעהויבן.
זי שלעפט זיך שוין מיט איר אייגענע באגאדש אנגעפולט מיט מיטמאכענישן פונעם טאג, אויף איר אייגנארטיגן שטייגער.


איר טאג מיט קושמארן האבן זיך שוין אנגעהויבן גאר פרי אין די פריע פארטאגס שעות.

אויב די אומציילבארע צוזאמגעלייגטע אייער באקסעס וואס האבן פארנומען ס'מערסט אקטיווע ארט אין זייער זוממער שטיבל, האט נישט געברענגט אויפמערקזאמקייטן.
אויב די אויסגעליידיגטע שאפע'ס פון א וואך בעפאר, האט נישט געניג געוויזן אויף דעם אויסדערוועלטן טאג.
אויב די צעשטיקעלטע פיקל עקלעך אינעם פרידשעדער לעדל האט נישט געברענגט מיט זיך געניג פראגע צייכענעס איבערן קומענדיגן טאג.
אויב די רעפטלעך חלה פון פריזער איז שוין ארויסגעגעבן געווארן ביי שאלעשידעס.
אויב די טינקעלקייט פונעם נאכט האט נישט ארויסגעצייגט קיין שום מיטגעפיל פארן מארגנדיגן טאג.
און ס'האט זיך קיינעם געדאכט אז עפעס אויסערליך גייט דא פארקומען אין די קומענדיגע שטונדען.
איז דאס געווען די מאסן פויגלען אויף די ארומיגע ביימער וואס האבן זיך פאראייניגט און געווארפן זייערע שארפע בליקן ארויסקוקנדיג צוריק צו איבערנעמען די ווירטשאפט אין זייער גאנץ יעריגע וואוין ערטער.

געניג מיט די זוממער באנגעלאו'ס! שרייט דער הויפט העצער פון צווישן די פויגלען. "אכט וואכן וואוינען אין א מייזן לאך אונטערן עירקאנדישאן איז איבער געניג".

די גאנצע צייט טראפט וואסער העכער אונזער קאפ! שרייט א צווייטער. אונז זענען נישט די וויליאמסבורגע פייגלעך וואס וואוינען א גאנץ יאר ביים ווינדאו-שוועל אונטער דעם עירקאנדישאן.

אבער למעשה -זאגט א צווייט פייגל- האבן די שטאטישע פייגלעך די תשליך ברויט.

ניין! שרייען אלע צוריק. "גאנצע צעהן חדשים וועלן מיר האבן מנוחה פון זיי".. טען-מאאר-מאנטס! טען-מאאר-מאנטס!


פאסירט האט דאס אום האלב זיבן אינדערפרי, אינעם דיינינג רום/קאך פונעם באנגעלאו וואו די פיר קינדער זענען פלאצירט צו שלאפן אויפן באנג-בעט. מיט די לעקטער פארלאשן און אלע איינגעהילט אין זייער טיפן שלאף.
מיט א טרייסל פונעם בעט האבן זיך אלע פלוצלינג ערוועקט. דערזעענדיג דעם טאטע'ן מיט א איינגעהאלטענעם שטילקייט קריכט צווישן די קינדער און הייבט אן ארויסשלעפן דעם עירקאנדישאן פונעם פענסטער.

נאך א גאר הויעכע גרידזשע פונעם שלעפ, דריידט ער זיך אויס קוקן אויב די קינדער שלאפן נאך.. און דערזעהט זיך מיט אלע קינדער אויף.

טאטי, וואס גייט פאר?
שא! וועק נישט אויף. די טראק פארט שוין אכט אזייגער!

ארויסשלעפענדיג דעם עירקאנדישאן פונעם באנגעלאו, דערזעהט ער וואסער גיסט זיך פון אלע זייטן.
חני! -דרייט ער זיך אויס- לויף נאך טאטי מיט א שמאטע און וויש אפ איבעראל וואו ס'טראפט אראפ...

די אנגעצויגענקייט אינעם באנגעלאו שפירט זיך אין אלע עקן און לעכער.
קיין פרישטאג איז אפגערעדט פון צוגעשטעלט ווערן. חוץ די ווייעכע גרינע פיקל עקלעך וואס איז ספעציעל אוועקגעלייגט געווארן במשכ'ן זוממער פאר אט דעם דאזיגן טאג.
קיין טעפל זיך אפצוגיסן איז שוין נישט געווען ווייל אלעס איז שוין געווען פארפאקט אין די באקסעס גרייט אפגעפירט צו ווערן צום טראק.

ס'איינציגסטע פארבליבען אבדזשעקט אינעם גאנצן ארום איז בלויז די שויער-פירהאנג וואס דער פאריעריגער האט איבערגעלאזט.


וואו האמער געהאלטן?! ס'קוקט שוין אויס באלד ווי די האן אין בני אדם ווען ער נעמט זיך לאכן הויעך אויפן לייטער, און דער מענטש פון אונטן וואונדערט זיך וויזוי די לייטער איז אנגעקומען נעבן אים ביים שעפן מים אחרונים פארן אייז באקענטע טשענעל סיקס.


שטייט זיך די פרוי פארטראכט אין אירע געדאנקן. ווען פארענט פון איר האבן שוין מאסן באסעס אראפגעלייגט קינדער.
די קינדער צעשפרייטן זיך, די הויפענעס באקסעס ווערן איינגעשרינקען קלענער וואס א מינוט גייט פארביי. און איר זוהן איז נאכאלץ נישט דא.

מיטן פאון אין די האנט, בליקענדיג וויזוי די זייגער רוקט זיך מיט א שנעלקייט. קוקט זי אויף יעדע אנקומענדיגע באס האפענדיג איר זוהן וועט דאס מאל ערשיינען.

עטליכע מאל האט זי שוין אנגערופן דעם געשעפטסמאן זיכער צו מאכן ביז ווען ער פארבלייבט אינעם געשעפט.

ווען די קליין הייפעלע צוריסענע באקסעס קומט שוין כמעט צו א ענדע, ווערט זי געוואר פון די טראנספארטאציע דעפארטמענט אז איר זוהן'ס באס האט געהאט טעכנישע פראבלעמען אויפן וועג, און די באס וועט דא זיין ביז א האלבע שעה..


ענדליך ווען די באס קומט שוין אן. אומגעדולדיג קוקט זי מיט בייזע בליקן ווען נאך וואס רוב קינדער קלעטערן שוין צווישן די פארבליבענע באקסעס, שפאצירט זיך איר זוהן אראפ געמיטליך פונעם באס.
אלץ ברויכסטו זיין דער לעצטער!. אייביג קומסטו מיט די לעצטע באס, זעצט זיך אין די לעצטע זיץ. און קומסט אראפ די לעצטע. יעדעס יאר טוהסטו דאס.

כ'האב שוין גערעדט מיט די געשעפטס אייגנטומער. ער איז גרייט געווען צו ווארטן אינעם געשפעט. אבער ער קען נישט ווארטן אזוי לאנג. ווי לאנג מיינסטו קען מען ווארטן אויף דיר?!

מארגן וועסט מיזן אנטוהן דיין שבת'דיגע שיך!

מיט די שיך קענסטו מער נישט גיין!

פון יעצט ביז יום טוב, וועסטו גיין אין די וואכן מיט די אלטע שבת'דיגע שיך. און שבת מיט די נייע וואכענדיגע שיך.
אויף יו"ט אי"ה וועסטו קענען אנטוהן די נייע שבת'דיגע שיך.‎
אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12505
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צייטליך »

חחחחחחח... א ביטער געלעכטער. אבער ווער נאך איז אזא עדות צום זימער ווי די קינדערישע שיך?..

אייזן אראפגעלייגט דעם גאנצן אהיימגיין פון קאנטרי, די פרעשור וואס אלע טראגן, אנגעהויבן ביי די מאמע - און דאסמאל אויך די טאטע! - ביז אלע קינדער צוגלייך. און דאס איז שוין ווען מ'שיקט אלעס מיטן טראק! שטעלט אייך פאר די וואס שלעפן דאס אליין אונעם אדעסי מיט א טוץ פון קינדער צווישן צענדליגע באקסעס און בייקס. (אדער א טוץ באקסעס צווישן צענדליגע קינדער.. וויטש עווער קאמס פוירסט..)

דאס אפווארטן די קינדער ווען זיי קומען אהיים פון קעמפ איז א מסכתא פאר זיך, בלויז פון די פרעשור צו טרעפן אלע באקסעס אויפן גרויסן גאס קען אויסגיין א שאכטל טיילענאול.

אוי ווי גוט ער זאגט, און לאמיר זינגען אינאיינעם: מיר זענען שיך, מיר זענען די לעצטע עדות....
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.
אוועטאר
מאנ-יימער
שר עשרת אלפים
תגובות: 10560
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 14, 2011 10:36 am
לאקאציע: אויפן וועג ארויף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאנ-יימער »

חחחח... האסט מיר צושאקעלט פון דאס אראפלייגן די לעצטע טאג אין קאנטרי, מען פילט ווי מען שלאפט אויף דריי בענקלעך אין א אויסגעליידיגטע חתונה זאל נאכן מצוה טאנץ, אלעס פארפאקט ניטאמאל איז דא מיט וואס זיך אפציווישן די הענט.

;l;p- ;l;p-
און א עקסטערע פארן קעפל ;l;p-
ווער זאגט?... ער האט געזאגט איז וואס?... נו! האט ער געזאגט, ווער איז ער צו זאגן?
אוועטאר
משזר
שר האלפיים
תגובות: 2375
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 31, 2011 10:39 am
לאקאציע: בין השמשות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משזר »

ראפאגאש מיר בענקען זיך נאך די טעגליכע נייעס באריכטן.
נישט, איז נישט קיין אפציע...
אוועטאר
ידיד
שר שלשת אלפים
תגובות: 3822
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 16, 2012 6:37 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ידיד »

מיין פנים איז רויט ווי א רויטע סטיקער... ניין, איך בין נישט פון באנק סעווענטין... כ'האב פלעין געליינט א שטיקל ראפאגאש..

סופער אראפגעלייגט!
אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרים אלף
תגובות: 20191
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכתחילה אריבער »

WOW זייער גוט אהערגעשטעלט!! און - ווי אנדערע האבן שוין אנגעוויזען - דאס קעפל! דאס קעפל קומט א מעדל!!
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש
אוועטאר
לאדיךארויס
שר האלף
תגובות: 1379
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 04, 2011 4:09 pm
לאקאציע: נישט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לאדיךארויס »

חחח... למען האמת מוז איך דיר זאגן, עטליכע מאל אינמיטן האב איך געשפירט ווי איך שוויץ. אזוי לעבעדיג אראפצולייגן.
אוועטאר
א גראם מיט טעם
שר שלשת אלפים
תגובות: 3947
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 23, 2013 8:40 pm
לאקאציע: אויף א שפאציר, פונעם מח צום פאפיר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א גראם מיט טעם »

פון פראג ,פאריז און אמסטערדאם...

גוט געשריבען,ווי וואנט מאר !!
אוועטאר
טייבעלע
שר עשרת אלפים
תגובות: 10652
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 11, 2012 4:00 pm
לאקאציע: ביי אלאסקא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טייבעלע »

א דאנק, שיין באשריבן.
יונתי בחגוי הסלע בסתר המדרגה הראיני את מראיך השמיעני את קולך כי קולך ערב ומראיך נאוה: (שה"ש ב יד)
teibele1 at birdlover.com
אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 12250
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געלעגער »

יאפ, ראפאגאש בלייבט ראפאגאש! אנדערש ווי מיין חלה וואס ווערט אויס נאך א שטיק צייט, דער בלייבט פריש און מונטער!

חחחח!
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7114
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

אזוי געלאכט. מיר האט געפאלן די שאוער קערטון (האסט דערמאנט די דין אייזערנע פארשעמטע הענגערס?) די פיקל עקלעך... און צום לעצט די שבת'דיגע שיך...
אוועטאר
green
שר האלף
תגובות: 1554
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אפריל 22, 2013 12:49 pm
לאקאציע: בין השמים ובין הארץ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך green »

מ'פרעגט מיר דא וואס ס'גייט פאר זאג איך זיי ראפארגאש, וואס? ראפארגאש! וואס?
שוין א שאד עטס ווייסט נישט

גוט שטיקל! וואס שטיקל אסאך גוטע שטיקלעך צוזאמגעשמאלצן פאר איין גרויסע ראפארגאש, אויסגעשאסן עטליכע מאל, אזויגוט אראפצולייגן
שטארק זיך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7810
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 28, 2009 8:23 pm
לאקאציע: ביים נעקסטן שטאפל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטארק זיך »

יוי איז דער גוט... ראפאגאש גראמט מיט יענטאאש... ערגעץ אין שורש נשמה זענען זיי קאנעקטעד...
דער פראבלעם איז קיינמאל דער פראבלעם!
עס איז וואס ליגט אונטערן פראבלעם.
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28204
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

מיר זענען לעצטע עדות אויף א פריש שטיקל ראפאגאש ארטיקל וואס איז ארויסגעהויבלט געווארן אויפן שייטערהויפן פון אייוועלט, אוי וואו נעמט מען די פאסיגע רייד צו באדאנקן?
אוועטאר
אידיש גערעדט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 444
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 22, 2016 6:00 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אידיש גערעדט »

לכאורה האט געשריבן:מיר זענען לעצטע עדות אויף א פריש שטיקל ראפאגאש ארטיקל וואס איז ארויסגעהויבלט געווארן אויפן שייטערהויפן פון אייוועלט, אוי וואו נעמט מען די פאסיגע רייד צו באדאנקן?

;l;p-
נודה לך
שר האלפיים
תגובות: 2779
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 09, 2015 5:47 pm
לאקאציע: אינעם אויבערשטענס הענט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נודה לך »

ליינט און האט הנאה...
איך דאנק און לויב השי"ת אויף די גרויסע חסדים וואס ער טוט מיט מיר יעדע מינוט
אוועטאר
אדער יא
שר שלשת אלפים
תגובות: 3157
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 11, 2018 11:00 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אדער יא »

ראפאגאש האט געשריבן:וואו האמער געהאלטן?! ס'קוקט שוין אויס באלד ווי די האן אין בני אדם ווען ער נעמט זיך לאכן הויעך אויפן לייטער, און דער מענטש פון אונטן וואונדערט זיך וויזוי די לייטער איז אנגעקומען נעבן אים ביים שעפן מים אחרונים פארן אייז באקענטע טשענעל סיקס.

;l;p- ;l;p- ;l;p-


שקויעך נו"ל
אוועטאר
נו גוט נו שוין
שר עשרת אלפים
תגובות: 12236
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 07, 2018 12:33 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נו גוט נו שוין »

אדער יא האט געשריבן:
ראפאגאש האט געשריבן:וואו האמער געהאלטן?! ס'קוקט שוין אויס באלד ווי די האן אין בני אדם ווען ער נעמט זיך לאכן הויעך אויפן לייטער, און דער מענטש פון אונטן וואונדערט זיך וויזוי די לייטער איז אנגעקומען נעבן אים ביים שעפן מים אחרונים פארן אייז באקענטע טשענעל סיקס.

;l;p- ;l;p- ;l;p-


שקויעך נו"ל


טען מאנטס מאר!! טען מאנטס מאר!!
האבן די פייגעלעך פראטעסטירט......
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע קרעטשמע”