נייעס, אנאליזן, און באטראכטונגען פון "שלום אויש"

אנאליזן און דעבאטעס

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

שלום אויש
שר האלף
תגובות: 1266
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 18, 2014 1:38 pm

נייעס, אנאליזן, און באטראכטונגען פון "שלום אויש"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלום אויש »

איך עפן דעם אשכול מיטן ציהל ארויפצולאדענען נייעסלעך, און אנאליזן, אפשאצונגען, און באטראכטונגען אונטער מיין ניק נעים און איך האף מען וועט הנאה האבן דערפון
אוועטאר
משזר
שר האלפיים
תגובות: 2375
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 31, 2011 10:39 am
לאקאציע: בין השמשות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משזר »

די ערשטע נייעס אינעם אשכול איז אז דו האסט געפענט א אשכול פאר נייעס, איך הער.
נישט, איז נישט קיין אפציע...
שלום אויש
שר האלף
תגובות: 1266
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 18, 2014 1:38 pm

מיין מיינונג איבערן קאנפליקט און אוקראינע...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלום אויש »

און אוקראינע טוט זיך יעצט ווידער לעבעדיג נאך א לאנגע און שטורעמישע צייט פון העפטיגע קריגערייען וועל איך און קורצן אויפפרישן וואס האט פאסירט און דערנאך זיך דערנענטערן וואו מיר האלטן יעצט,
*אוקראינע'ס געוועזענע פרעזידענט "וויקטאר יאנוקאוויטש האט געוואלט דערנענטערן די לאנד'ס ביזנעס און האנדל צו רוסלאנד צוליב זיין וויסטן אליאנץ מיט וולאדימיר פוטין דער נעא-רוסישע דיקטאטור
*שטורעמישע פראטעסטן ברעכן אויס און קיעוו און מען שטירצט אים פון בענקל אוקראינע און איין ווארט: מיר ווילן נישט האבן מיט/פון/און וועגן רוסלאנד ביטע לאזט אונז אפ!!!
*יאנוקאוויטש אנטלויפט,פארשווענדערישע פאלאצן ווערן אנטדעקט,וולאדימיר פוטין שוימט פון האס און כעס אזש רויעך קימט אים פון די נאז...ער איז גרייט צו אויפעסן מענטשן (ער ציטערט פון אוקראינע'ס איינשליסונג מיט
נאטא)
*פוטין המלך שיקט אריין זיינע טרופן און ער אנעקסירט קריימיע ד.ה. ער גנבט ערד פשוט ווייל ער האט מער מאכט...
לאמיר אריין טראכטן וואס דא גייט פאר...דא זיצט א דעמאקראטישע לאנד וועלכע איז טאקע אביסל שוואך און אומאויפגעריסטעט מיט א ציריסענע עקאנאמיע דערנעבן נעסטיגט דער שרעקעדיגער מאפיאנער רוסלאנד וועלכע ווערט געפירט דורך אן בערישן קעי דזי בי אגענט א פארביטערטן פירער וואס חלומט פון רוסלאנד פינעף און צוואנציג שטונדן פון טאג אכט טעג א וואך, און 366 טעג און יאר ער איז פארכישופט פארן ווארט מלחמה, וואו א אקס צו א רויטן שמאטע און ער הערט נישט אויף צו פארפירן אויפן גלאוב,
אנשטאטס איינזיצן באקוועם און זיין אנגעזעהן וואו א מערב וועלט פיהרער איז ער א אויבער חכם און זיכט צו טשעפענען מיט יעדע ציוויליזירטע מערב וועלט לאנד מיט נארישע אומדיפלאמאטישע שריט ( א שטייגער וואו ביי די "שפיאנאזש סקאנדאל" פון עדווארד סנאודען א בלוט פיינט צום אמעריקאנער רעגירונג
וועלכע האט פראסט ארויפגעברענגט א רויטן געזיכט אויף די פאראייניגטע שטאטן, און איהר געברענגט זיך צי צואמפערן מיט אלע נאענטע פריינט דורך ארויסגעבן געהיימע באווייז איבער שפיאנאזש...און ווען אמעריקא האט געוואלט ברענגען דעם פאררעטער צו יוסטיץ האט אים פוטין באקוועם אריינגעלאזט און רוסלאנד וואו ער זיצט אקאמאדירט ביזן יעצטיגן מינוט...) ער איז ארויסגעווארפן און דערנידערט ביי יעדן רעכטדענקיגן, ציוויליזירטן מענטש און זיינע נאענטע זענען אראבישע מאדנע לענדער וואו סיריע און נאך שונאים וואו "כינע" זיך אליין אריינלייגנדיג דערמיט צוליב זיינע אקסידענטליכע אמפערייען, תמיד בכל עת מיט אלע דערנעבנדע לענדער
צוריק צום כראנאלאגישן סדר המהומה...
*אמעריקא און די איבריגע זעקס מערב וועלט גרויסמאכטן שענקען דיפלאמאטישן פראסק פאר רוסלאנד מיטן דערקלערן g-7 וועלכע זי האט שטארק געקעמפט צו זיין דערין...און אנשטאט זיין פארנימען מיט עקסטרימיסטישע אראבער און איראן איז מען פארנימען טראכטן וויאזוי צו פארשליסן אביסל די גרויזאמע אפעטיט פון דעם לאנד פרעסער שאין אפשאץ לו...א שאנדע (צוריקגעברענגט קאמוניזם?!!!...)
*אן אויפשטייג פון רוסקיס מיט טאטועס און ציגארעטלעך האבן אונטערן שיינע פראז "פרא ראשען סעפעראטיסטס" אנגעהויבן בונטעווען פולע שטעט און לאנד מיט א ווייטאגליכע עמער פאטריאטיזם צו די וואדקע אויף די לעפצן סטייל :מוטער רוסלאנד, און איז נאריש און מיינע אויגן ...גלייכסט נישט דעם קאנטינענט ? מוף קיין רוסלאנד ! שטעלט אייך פאר אז און אמעריקא געשעהט איין נאכמיטאג א אויסברוך פון טויזענטער ספאניאלאס וואס ווילן אז אמעריקא זאל ווערן די "ראבערטא דע עספאניעל גלאסיעס" אדער ווייס איך וואס פאר א נאמען זיי וועלן עס געבן מען וועט שטורעמען אמעריקא פונעם בארדער אין טעקסאס.....און די ארמיי וועט מיזן האקן קעפ...
*געשלעגן,גאסן פלינדערייען,אנארכיע און יעדן וואונקל די סעפעראטיסטן פארפירן און שיסן ציווילע
*פעטרא פאראשענקא ווערט ערוויילט
*סעפעראטיסטישע וואלן ווערן איגנארירט טראץ וואס זיי שרייען אז ניינציג פראצענט ווילן זיך אפטיילן
*די חיות רעות ווערן באשאנקען מיט רוסישע מאכטפולע געווער און אינטערן אייפלוס פון שיכרות און עקסטאז ברענגען די סעפעראטיסטן אראפ א געפאקטע פליגער פון מאלאזיען עירליינס מיט 298 פאסאדזירן, מיט א "ערד צו הימל" ראקעט", עס שיסט אויף די פליגער און אלע פאסאדזירן קראכן אויף קוים וואס מען געפינט די צישטיקלטע קערפער אויסגעשפרייט איבער וואסערן און פעלדער,די סעפעראטיסטן לייקענען זייער שאנדפולע שייכות דערמיט אבער רעקארדירונגען צוטראסקענען אלע בלאף און צייגן ווער סהאט געשפיעלט די הויפט ראלע דא,די רעבעלן פירן אוועק באווייזן
*פעטרא פאראשענקא באווייזט שטארק צו ארויפארבעטן דעם לאנד און זיינע טרופן מאכן שטארקע פארשריט קעגן די סע'פיראט'יסטן
ווען רוסלאנד האט געזעהן וואו יעדער האט געשוויגן פון די קריימיע שטיק, און אז זיינע גורילא קעמפער ווערן אויסגעראטן און ארימגערינגלט האט ער באשלאסן צו ווערן אן אקטיאר! ער וועט שפילן "גוטהארציג" און ער וועט ווייטער דעמאראליזירן זיין אויפשטענדלעריש חוצפה'דיגן און אומפאלגזאמער שכן...די קאוד נאמען פון דעם מיליטערישן מיסיע האט געהייסן "אפעראציע הומאניטערישע הילף"....נישטא ווער סזאל לאכן...
איז דא איינער וואס דארף פוטינענ'ס הילף ? זיי ווילן אים נישט קענען! צינד נישט קיין פייער און לעש עס נישט אויס!!!
שטעלט אייך פאר ביים צווייטן וועלט מלחמה, אמעריקא מאביליזירט אירע טרופן, מענטשן שטארבן פון הינגער און דייטשלאנד זאל וועלן שיקן בעבי פארמולא און פעמפערס אהער צי די פאראייניגטע שטאטן...
לאמיר זאגן מען נעמט עס אהן ,אבער די עף.בי.איי.מוז עס אינטערזיכן בעפאר..וואס וואלט געווען די רעאקציע פון אמעריקע ווען דייטשלאנד דערקלערט זו צורירן פארבאטן...וואס וואלט מען געטראכט איינס מיט איינס איז צוויי און אז אינעם פעקל ליגט באמבעס !!!!
נו איינס מיט איינס איז צוויי און אוקראינע מעג האבן רעכט צו פארדעכטיגן און אפהאלטן א צווייטע לאנד פון אריינליפערן און איהרע גרעניצן געווער וועלכע מען וועט נוצן איהר אינטערצוהאקן די פיס
פוטין איהר הערט ? די וועלט איז נישט אייער פריוואטע אייגנטום און איהר קענט אויסדריקלעך נישט טוהן וואס איהר שמעקט

איך האף ווייטער צו גיין מיט דעם נושא
לעצט פארראכטן דורך שלום אויש אום מוצ"ש אוגוסט 30, 2014 11:30 pm, פארראכטן געווארן 7 מאל.
אוועטאר
א גראם מיט טעם
שר שלשת אלפים
תגובות: 3947
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 23, 2013 8:40 pm
לאקאציע: אויף א שפאציר, פונעם מח צום פאפיר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א גראם מיט טעם »

שלום דו שרייבסט פיין, קיעפ איט קאמינג
אוועטאר
א גולם
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4239
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 06, 2014 10:32 pm
לאקאציע: אין מיין שיך!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א גולם »

א גראם מיט טעם האט געשריבן:שלום דו שרייבסט פיין, קיעפ איט קאמינג
אוועטאר
green
שר האלף
תגובות: 1554
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אפריל 22, 2013 12:49 pm
לאקאציע: בין השמים ובין הארץ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך green »

שלום
ס'זאפטוג
#קיפ איט אפ
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28203
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

זייער שיין ר' שלום, די נייעס מיט א ניכטערע בליק.
שלום אויש
שר האלף
תגובות: 1266
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 18, 2014 1:38 pm

מיין מיינונג איבערן רוסישן אינוואזיע אויף אוקראינע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלום אויש »

איך האב מיך אפגעשטעלט פארגאנגענע וואך נאכן שרייבן די כראנאלאגיע ביז אהער איך וועל יעצט ווייטער ממשיך זיין וואס די ברענעדיגע ערד דערציילן און האלטן מיט,
סאנקציעס, און שטראפן,געשפרעכן און פארהאנדלונגען האבן נישט געגעבן דעם ריכטיגן אפהאלט פאר אונזער "היסטארישער" טראבל מעיקער און ער האט קלאר באשטעטיגט אז ער האט די גאנצע ערד קוגל מיט איהרע אינטערנאציאנאלע געזעצן, טיעף פארפאקט,
ביים צווייטן וועלט מלחמה האט "די וועלט" און די ליגע אפגעמאכט אינאיינעם אז עס איז שוין פארגאסן געווארן גענוג בלוט און מען וועט אינאיינעם פארארדענען געזעצן אז מער זאל קיין מלחמה נישט פארקומען,
דייטשלאנד און יאפאן האבן מסכים געווען צו אויפגעבן זייער ארמיי און געווער און ביזן היינטיגן טאג פארשטייען זיי די אומרעכטן וואס זיי (און נאך) האבן געטוען און האבן נישט קיין מיליטער ביזן היינטיגן טאג!
פוטין איז אנדערש,ער וויל עס נישט פארשטיין און ער וויל זעהן א ברענעדיגע אייראפע,
אט זענען צוויי סטעיטמענטס וואס פוטין האט געלאזט פאלן
:רוסלאנד קען איינעמען קיעוו און צוויי וואכן...

:איך בין נישט אינטערסירט און קיין מלחמות אבער איך פארשטערקער די נוקלעארע כוחות וואס רוסלאנד האט און געדענקט רוסלאנד איז איינע פון די שטערקסטע נוקלעארע לענדער און די וועלט...

פעטרא פאראשענקא דער פרעזידענט פון אוקראינע האט געזאגט אז וואו עס קוקט אויס וועט א מעכטיגע מלחמה אויסברעכן מיט טויזענטער טויטע (רח"ל)
זינט די וועלט מלחמה וואו אויבנדערמאנט איז נאכנישט געווען אזא פאל אז א דעמאקראטישע לאנד זאל אנגרייפן די גרעניצן פון א צווייטן לאנד אויף אזא פארנעם און אט די סטעיטמענטס ברענגען האפט אז עס זאל זיין פארוואס מורא צו האבן אז די חשדות פאר א מלחמה זענען באגרינדעט
יעדער האט געציטערט, יעדער האט מיטגעהאלטן, אבער יעדער האט געהאפט אז עס זאל און "פאקט" נישט פאסירן, און אז פון די ערשטמאליגע געשפרעכן פון רוסלאנד'ס פרעזידענט פוטין אינאיינעם מיט אוקראינע'ס פרעזידענט פאראשענקא זאלן ווערן אויסגעהאמערט א שטילשטאנד און אזוי ארום לינדערן דעם קריזיס אויף קלענערע שטאפלען און מעגליך ביז א פאקטישע ענדע,
איז אבער אנדערש געווען ווען גארנישט האט זאכליך פאסירט פון דעם זיצונג און אלעס האט זיך צוריקגעשטעלט וואו בעפאר אופפפס טעות...נאך ערגער וואו בעפאר!
היסטאריע!
א לאנד וועלכע אינוואדירט א אנדערע לאנד בלי פוצה ומצפצף און מען קען ווייניג טוהן דערצו
נאטא און פארגעשריטענע סאטעליטן פון אמעריקא און ענגלאנד האבן באשטעטיגט דאס וואס אוקראינע פארפירט שוין לאנג נעמליך רוסישע טרופן פירן דעם קאמפף האנט ביי האנט מיט די רעבעלן
ביז יעצט האבן די רעבעלן געפירט די קאמפף-אמאל יא גוט און אמאל נישט גוט- אבער ווען אוקראינע האט שיין אויסגעראטן די רעבעלן און באוויזן פארשריט זיי צו פארטרייבן פון רוב אקופירטע ערטער האט פוטין געזעהן אז ער מוז -אויב וויל ער געווינען דעם קאמפף- אריינשיקן נאך כוחות אויסער פון וואפן
פוטין האט עס טאקע געטוהן און טראץ אלעס אנגעהויבן מיט א פולע אינוואזיע און מזרח און עובר געווען מדבר שקר תרחק ווען מיט נארישע ליגענטס האט ער פרובירט איינצורעדן פאר אכט ביליאן מענטשן אז ער האט נישט...
זיך גרייטנדיג צום עמערדזשענסי סאמיט פון נאטא וועלכע איז שוין יארן נישט געווען אויף אזא פארנעם צוליב אזויפיל אומרוען איז מען פארנימען מיט בארבארישע אייסיס טעראריסטן וואס שניידן קעפ אין מיט רוסישע קעפ וואס שניידן טעריטאריע שניידן געזעץ...
אלע באלטישע לענדער ציטערן אויב זיי קומען נעקסט און פרעזידענטן פון לאטוויע עסטאניע און נאך האבן ציטערדיג אדרעסירט די טעמע וועלכע איז נאכנישט אראפ פון האריזאנט,
עס איז אינטערסאנט ציציקוקן וואס מען וועט טוהן דא און נאטא האט געמאלדן אז מען רעדט פון שיקן צען טויזנט טרופן צי קעמפן קעגן די רוסישע אגרעסיעס וועלכע זענען ארויס פון אלע פראפארצן
זיבן לענדער זענען גרייט צו שיקן מיליטערלייט און טרופן וועלכע מאכן אומבאקוועם פוטינען אבער זענען נאכנישט באשטעטיגט
אשאד אייסיס קעמפן און סיריע און נישט אין רוסלאנד ווייל דאס וואלט פארשפארט צוויי מאסיווע פראבלעמען וואס פארביטערן די וועלט...
לעצט פארראכטן דורך שלום אויש אום דאנערשטאג סעפטעמבער 04, 2014 3:20 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
עמרם יודא
שר חמישים ומאתים
תגובות: 290
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 26, 2014 11:30 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עמרם יודא »

זייער שיין ר׳ שלום,
דייטשלאנד האט נישט קיין מליטער?
איך מיין אז זיי דארפן האבן פין די שטארקסטע מליטער אין די וועלט!
אוועטאר
נישט
שר האלף
תגובות: 1195
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 01, 2014 8:14 pm
לאקאציע: יסודו מעפר, וסופו לעפר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נישט »

ווען אייסיס וואלט געווען אין רוסלאנד. ...
GOOOOOD
אוועטאר
הרבטייטעלבוים
שר ששת אלפים
תגובות: 6379
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 20, 2012 5:52 pm
לאקאציע: שתולים בבית ד'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הרבטייטעלבוים »

כתלמיד הרן כדרכה של תורה סתם און די וועלט אריין,.

פון ווי נעמט איר אז די וועלט איז נישט פוטינס אייגענטים

ער האט שוין חזקת ג' שנים! מיט חזקת אבהתא, כמיין אמתא, מוטער לאנד.

אז דו וועלט טענעט אז ער איז נישט בעלעבאס המוציא מחבירו עליו הראיה זאלען זיי ווייזען וואס זיי קענען.

מיט א טענה אליין איז גארנישט קעגען א חזקה, מען ברויך מקיים זיין כל דאלים גבר.

(דא האט מען ניטאמאל געמאכט א רויטע ליניע, [ווי אנדערע רופען דאס אויסשפרייטען דעם רויטען קארפעט ער זאל קענען אויף דעם טרעטען]

עניוועי דער תירוץ פון שיקען יומאנטערישער הילף, אנוואפענען בלע"ז האט פוטין נישט באשאפען מען האט זיך משתמש געווען דערמיט און אלע מלחמות.

אמעריקע האט דאס נישט געניצט ווען זי האט געוואלט?

תמצית היוצא לדינא, דו שרייבסט גוט און האלט אן
שלום אויש
שר האלף
תגובות: 1266
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 18, 2014 1:38 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלום אויש »

עמרם יודא האט געשריבן:זייער שיין ר׳ שלום,
דייטשלאנד האט נישט קיין מליטער?
איך מיין אז זיי דארפן האבן פין די שטארקסטע מליטער אין די וועלט!
איך ווייס נישט פינקטלעך די געזעצן אבעק זיי און יאפאן האבן שטארקע וועלט ראלס וואס זיי מוזן איינהאלטן און זיך צושטעלן און איך בין ממש זיכער אז יאפאן האט נישט קיין מיליטער נאר אמעריקא דארף איהר באשיצן
שלום אויש
שר האלף
תגובות: 1266
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 18, 2014 1:38 pm

וויציש און קוריאז איבערן אוקראינע'ר קאנפליקט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלום אויש »

א פוילישע רעגירונגסמאן האט און א אינטערסאנטע מינוט פארטיילט פאר דזשורנאליסטן פיינע געשמאקע עפל באטאנענדיג אז זיי זענען פרישע פוילישע עפל...
ער האט געטריבן שפאס פון רוסלאנדס פארבאט אויף אימפארטירן פוילישע עפל מכלומרשט צוליב פארפעסטיגונג און אנדערע פראבלעמען וואס איך שעם זיך צו שרייבן דערפון און קומען און שאטן פון די סאנקציעס וואס די גאנצע וועלט לייגט אויף רוסלאנד אריינגערעכנט פוילן און איז א בחינה פון "א פאטש פאר א פאטש" מיט לעכערליכע אויסריידן כנוסח רוסלאנד
איך האב געלייענט אין די "גוטזאגערס זאגן"וואונקל אין די שטערן א וויץ נישט דווקא איבערן קאנפליקט אבער האט מיך צישטורעמט פון געלעכטער
ווען דער רוסישער רעגירונג האט געמאלדן אז עדווארד סנאודען וועט קענען פארבלייבן און רוסלאנד פאר נאך דריי יאר האט אבאמא רעאגירט מיט הנאה ערווענענדיג אז ..מיר האבן אים געוואלט האבן אין "טורמע" פאר די זעלבע צייט...
שלום אויש
שר האלף
תגובות: 1266
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 18, 2014 1:38 pm

און קורצן די נייעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלום אויש »

פרעזידענט אבאמא אינאיינעם מיט ענגלאנדס פרעמיער דעיוויד קעמעראן האבן אריינגעלייגט און די "דאנערשטאג טיים" צייטונג א בריוו וואו זיי רייסן ארונטער וולאדימיר פוטין פאר זיינע אגרעסיעס און אוקראינע
שלום אויש
שר האלף
תגובות: 1266
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 18, 2014 1:38 pm

פארשלאג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלום אויש »

איך האב שטארק הנאה געהאט פון שמעון ראלניצקי'ס אנאליז אויף קול מבשר איבערן אוקראינער קאנפליקט און איך האב אויפגעפאסט אז ער ניצט די זעלבע ווערטער וואס איך האב שוין דא אמאל געניצט אז אויב רוסלאנד מעג רויבן טעריטאריע און אריינפייפן אין די אינטערנאציאנאלע געזעץ איז פארוואס זאל אייסיס נישט טארן נאכטוהן די זעלבע זאכן...?
ער ברענגט שיין ארויס די גאנצע זאך
אויף אנאליז נומער 188# דוכט זיך ביים דרוקן דריי אכט פונעם מעין מעניו
שמעו'ן ותחי.....
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28203
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

איך האב הנאה פון דיר, שלום
ווילאנג עס איז דא אויף דער וועלט א מצב פון אנטי-שלום, זאלסטו אנגיין מיט דיינע אנאליזן און באטראכטונגען
שלום אויש
שר האלף
תגובות: 1266
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 18, 2014 1:38 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלום אויש »

לכאורה האט געשריבן:איך האב הנאה פון דיר, שלום
ווילאנג עס איז דא אויף דער וועלט א מצב פון אנטי-שלום, זאלסטו אנגיין מיט דיינע אנאליזן און באטראכטונגען

וואס האסטו הנאה ?
אוועטאר
זיי קלוגער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 308
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 17, 2012 1:34 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיי קלוגער »

הרבטייטעלבוים האט געשריבן:
עניוועי דער תירוץ פון שיקען יומאנטערישער הילף, אנוואפענען בלע"ז האט פוטין נישט באשאפען מען האט זיך משתמש געווען דערמיט און אלע מלחמות.

אמעריקע האט דאס נישט געניצט ווען זי האט געוואלט?

תמצית היוצא לדינא, דו שרייבסט גוט און האלט אן


זייער אינטערעסאנט איך האב קיינמאהל נישט געטראכט דערפון, אין איז זייער א שטארקע פאונט.

אמעריקא -ווי אויך אנדערע גרויסמאכטן- אבער בעיקר אמעריקא, האט אין די לעצטע 60-70 יאר געניצט אזאליכע און ענדליכע תירוצים אריין צו שטעקן א פיס און לענדער איבער די וועלט ווי זיי האבן געהאט אינטערעסן, יעצט ביים רוס קען מען עס ממש נישט פארשטיין היתכן.
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28203
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

שלום אויש האט געשריבן:
לכאורה האט געשריבן:איך האב הנאה פון דיר, שלום
ווילאנג עס איז דא אויף דער וועלט א מצב פון אנטי-שלום, זאלסטו אנגיין מיט דיינע אנאליזן און באטראכטונגען

וואס האסטו הנאה ?

פון די אופן וויאזוי דו צולייגסט דעם מצב
אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 12250
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געלעגער »

נארוואס אפגעליינט ביידע. דער שרייבט גאר גוט דער דא
שלום אויש
שר האלף
תגובות: 1266
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 18, 2014 1:38 pm

ווען די געלעמטע קאטשקע מוז זיך ספראווענען מיט פלאקערדיגע ערד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלום אויש »

די וועלט פלאקערט און טראגט שווערע באריכטן פון מיילער צי אויערן, פון צייטונגען ביז ווירטואלע געזעלשאפט, די נייעס דאמינירן די העדליינס, גרויסע נייעס סטאנציעס פלאגן זיך צי דעקן יעדע געשעעניש אין קוים וואס מען קען זיי נאכיאגן ווייל די רגע מען ענדיגט איין געשעעניש רייסט א צווייטע אויף און פארשפרייט איהר ברוכווארג פאר ווייטע מיילן
ביים מאכטפולסטן פירענדן פאזיציע וואס ביי אים ליגט די לייצעס און סוויטשעס וואס קענען פלאך מאכן די ערד קוגל זיצט א אויסגעוועפטע שטעכלשטויב וואס שרעקט זיך פין יעדן פליג אין דארף ניצן פרישע לופט ווייל זיינע געדאנקען שטורעמען, אין לאזן נישט רוהיג ער איז נאך צימישט וואס דא האט פאסירט אין א בליצלענדלן אויגנבליק
פאר א האלבע יאר צוריק האט ער זיך נאך געגלעט דאס בייכל חלומענדיג זיס וואו ער שפאצירט אראפ פון די שטיגן פון ווייסן הויז איהר פארלאזנדיג איהר נאך אכט יאר פין דינען ווען טויזענטער שטיצער ווארפן פאפירעלעך אין זיינע אנקעטעס גרייכן אין די הויעכע ציפערן
וואס אן אמת האט אבאמא געהאט גאנץ א שווערע פאר יאר מיט א רייע באשלוסן אבער עפעס ספעציעל האט ער נישט געהאט!
ער האט נישט געהאט קיין האלבע פארגלייך וואו זיין פארגייער בוש האט געהאט מיט ביטערע טעראר אטאקעס אין מלחמות מיט עטליכע לענדער אויפאמאל
"בענגאזי" אין דאס באשטעטיגן דאס אימברענגען "בין לאדין" זענען געווען זיינע צוויי שווערסטע פראבלעמען אין אלעס איבריג האט ער געלאזט לויפן,
אופס ! פארגעסן פין זיין ווידערוויילונג קאמפיין ווען ער איז געווען אין א שווערע צייט מיט קאפ אין מח אין די וואלן וויאזוי ער וועט עס מאכן
אלזא ער האט געהאט באגרינדעטע סיבות פארוואס צי זיין זייער רוהיג נאכדערצו ווען זיין אבאמא קעיר האט זיך נאך לאנגע שלאכטן שיין אוועקגעשטעלט אלץ פאקט,
ער האלט יעצט נאך צוויי יאר פין געווינען די וואלן וואס אין די צוויי יאר איז שטארק באקאנט די פענאמענאן אז דער פרעזידענט ווערט פארוואנדלט אלס א לעים דאק ד.ה. ער איז א געלעמטער אינוואליד אין ער קען גארנישט טוהן מער עפעס ספעציעל
אבאמא האט שטארק פארזעהן וואס עס קען נאך פאסירן אין די פליצום אויפשטייגענעדע אומרוען האבן אים שטארק ציפראסקעט זיינע פלענער
ער איז אנשטאט "א געוועזענער מעכטיגער פרעזידענט פין די פאראייניגטע שטאטן" געבליבן אלס דער פרעזידענט וועלכע האט נישט קיין סטראטעגיע אדער דאס מינדענסטע פירערשאפט קוואפליקאציע ווען עפעס "גרויס" פאסירט,
איז לאמיר קיקן אויף די פראבלעמען וואס דערשטיקן די נייעס אן וואס אבאמא זאל האבן א לעזונג דערצו

אוקראינער/רוסישער קאנפליקט
א היסטארישער קאנפליקט וועלכע פלאקערט אין ברענגט צירוק היסטאריע, די ביטערע ווערטער "קאלטע קריג" "וועלט מלחמה" "גרויסמאכטן" ווערן איבערגעניצט ווערן איבערגעניצט,אין מאכן אומרוהיג די וועלט,
וואס טוט אבאמא? רוסלאנד אנעקסירט שטחים! ער לייגט סאנקציעס...רוסלאנד גיבט וואפן...נאך סאנקציעס! רוסלאנד אינוואדירט! נו מ'האמיר א עצה סאנקציעס
פוטין זעהט וואו אבאמא ציטערט אין די הויזן צי טוהן סיי וואס אין דאס גיבט אים טרייבקראפט צי גיין פאראויס
מלחמה מדינת ישראל/עזה
א מלחמה וואס מאכט יעדעם ציטערן מענטשן שטארבן מיט יעדן פארבייגייענדן מינוט
אבאמא שפייט וואסער אין א מייקראפאון מיט בקשות וואו א טאטע וואס גיבט אויף.אויף זיינע צוויי ווילדע קינדער אין בעט שיין אהן כח...פליעז הערטס אויף..
אהן ווייזן די מינדענסטע פירערשאפט וואס יעדע פין זיינע פארגייער וואלטן געטוען
סיריע בירגער קריג,
מען האלט שוין ביי קרוב צי צוויי הינדערט טויזענט טויטע עס שרייבט זיך מיט אזא רוהיגע שרייבערישקייט אבער טראכט אריין איין מינוט אויף יעדן תגובה וואס די שרייבסט דא ווערט נאך א ציווילע קינד אויפגעריסן אין א אטאקע אין די בליטיגע גאסן, כעמישע וואפן ווערן געניצט אין איך מיין מען דארף גארנישט מאריך זיין איבערן רויטן ליניע וועלכע האט איבערבאשטעטיגט דאס שוואכקייט כאראקטער פין דעם "גאלף ספעציאליסט"
ליביע אומרוען
אין ליביע איז זינטן פארשניידן קאדאפי'ס לעבן יו"ט שטענדיג ווען טויזענטער רעבעלן אין גורילע קעמפער באלעבאטעווען די גאסן (פרשת בענגאזי) אין ווארפן אהן א טויט שרעק, מען האלט שוין דארט אז זיי האבן אין באזיץ דעם אמעריקאנער עמבעסי געביידע אבער אבאמא קיקט אוועק אין וויל נישט אדרעסירן דעם פראבלעם וועלכע איז א ביין וואס מען קען נישט אויסשפייען אויף אריין אדער ארויס
איך ווער שוין באלד צעמישט פין אזויפיל אומרוען איבערן וועלט אבער די מערסטנס שרעקעוודיגע טעמע איז אוודאי אייסיס וואס שלענגלען פעדימער צום דירעקטן ריכטונג פונעם פרעזידענט אין אזא אומקאנטראלירבארע גרופע וועלכע מאכן בלאס רשעות,רציחה,אין גרויל מיט זייערע שענדליכע אקטן פין מארדן מענטשן וואלט דער פרעזידענט געדארפט שפרינגען אראפ אין ארויף אין נישט שלאפן רוהיג ביינאכט (וואס זאל ער טוהן ? אפשר דערקלערן "וועלט אויף עמערדזשענסי"...)
אבער אנשטאט האט ער געמאכט זיכער אז די באפעלקערונג זאל זיין דערשראקן פלאס,דערקלערנדיג אז ער האט נישט קיין סטראטעגיע וויזוי צי שעדיגן דעם מאנסטערישע גרופע שלענג
נו אפשר גיבסטו איבער דעם בענקל פאר מיטט ראמני אדער אפשר פאר וולאדימיר פוטין וואס וואלט געפירט דאס לאנד (אפשר) בעסער ?
נו וואס וויל איך דא ארויסברענגען ?
איך האלט פשוט אז די "לעים דאק" באצייכענוג אויף יעדן פרעזידענט פין די לעצטע צוויי יאר אין ווייטער קלעבט שוין צי אבאמא זינט ער אין זיין פאמיליע נעסטיגן אין דעם ווייסן הויז אין ער האט פשוט געבראכן די היסטאריע אז ער איז שוין אזוי פרי געווען געלעמט
נאך דא פלאץ אין צייט ער זאל זיך פארעכטן אין אריינגיין אין די היסטאריע אלס פרעזידענט וואס איז געווען געלעמט די ערשטע זעקס יאר אין די לעצטע צוויי יאר נישט


יף שטייט אהן א רידער"
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28203
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

דו האסט שרייבערישע טאלאנט, מיין פריינט
שלום אויש
שר האלף
תגובות: 1266
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 18, 2014 1:38 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלום אויש »

קען איינער טראגן א לינק פון מיין לעצטע אפשאצונג צי די אשכול וואו געלעגער סימפאטירט אבאמא? נעמליך "איז די פרעזידענט טאקע אזוי שלעכט?
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28203
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

שלום אויש האט געשריבן:קען איינער טראגן א לינק פון מיין לעצטע אפשאצונג צי די אשכול וואו געלעגער סימפאטירט אבאמא? נעמליך "איז די פרעזידענט טאקע אזוי שלעכט?

איך שלעפ מיך אזוי ארום מיט דעם לינק נאר צו באמערקן ביים אנקומען אין יענעם אשכול אז עס ליגט שוין דארט פראמינענט.
שלום אויש
שר האלף
תגובות: 1266
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 18, 2014 1:38 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלום אויש »

ביי אינז אידן איז אנגענימען "מחשבה טובה הקב"ה מצטרף למעשה... א דאנק פארן וועלן
שרייב תגובה

צוריק צו “נייעס קאך לעפל”