מאין עוד פנות אל המנחה

געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
התאחדות
דומ"ץ דקהלתינו
תגובות: 67
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 02, 2006 5:35 pm
לאקאציע: אין בעסדין שטיבל

מאין עוד פנות אל המנחה

תגובהדורך התאחדות » מיטוואך אוגוסט 27, 2014 7:48 pm

מורי ורבותי, אט איז אקאורשט דורכגעלאפן דער ערב ר"ח אלול, און, ווידער האמיר געזאגט דעם אזוי זיסן יום כיפור קטן.
כ'ווייס נישט צי ס'פאסט אזוי צו שרייבן, אבער עס איז דאך א פאקט. כ'פאסמאקעווע מיך מיט די סליחה פון דעם פייטן ר' אליעזר ברבי יצחק הלוי, וואס עפענט זיך מיט די ווערטער אלקי, בשר עמך מפחדך סמר. שטיקל ביי שטיקל איז עס הארץ רייסענד.
נישט מיט קיין זכותים, און אוודאי נישט מיט קיין טענות, ברענגט ער ארויס זיינע ווערטער. נאר ממש כעני בפתח, ווי עמיציר וואס האט גארנישט אין זעקל, האט גארנישט צו צייגן און אויב עפעס פארקערט ווי גוט. ווי א קינד צום טאטן שרייעט ער ארויס זיינע זיסע געבעטן, און זאגט פשוט, טאטי, לאז מיך נישט פארפאלן ווערן, נעם מיך צוריק צו דיין שויס.
אלזא, זאגנדיג דעם צווייטן שטיקל, האט מיך די געפיל באנומען, און געקלערט דאס צו מיטטיילן דאס מיט אונזערע קאלעגעס, טייערע מעמבערס פון אונזער ריינע הייליגע ווינקל דא אין היימישע קרעטשמע.

להקשיב למשטיננו מאן תמאן, אוי גיסט זיך א טרערעלע נאך א צווייטע, רבוש"ע, מיר האבן משטינים, מיר האבן אסאך ביטערע שונאים. זיי רעדן און רעדן, זיי שרייען און שרייען, זיי ווילן באשעפער אונז בארעדן, זיי ווילן זאלסט אויפגעבן אויף אונז אידעלעך, זיי ווילן נישט אז דו זאלסט אונז ליב האבן כבתחילה, זיי ווילן אריינשטעלן א פירוד צווישן דיר געטרייער טאטע און אונז נארישע קינדערליך. זיי ווילן אז מיר זאלן מיינען אז דו נעמסט אן זייערע קטרוגים, זיי ווילן אז מיר זאלן זיך נאכמער דערווייטערן, זיי ווילן אז מיר זאלן נישט טרעפן דעם טיר אויף צוריק.
זיי שרייען און פארפירן מיט געפערליכע קולות און געוואלדעס, ווער זענען דיינע קינדער? וויאזוי פירן זיי זיך אויף בין אדם לחבירו, וויאזוי קוקט אויס זייער בין אדם למקום, געוואלד באשעפער ווארף זיי אוועק, זיי זענען נישט ווערד דיין ליבשאפט צו זיי. קוק ווי זיי האבן זיך אויפגעפירט במשך פון יאר, קוק וויאזוי א דאווענען קוקט אויס, די קאפ ביי די ארבעט, די ווערטער ווערן געזאגט מצות אנשים מלומדה. פון יאר צו יאר קוים וואס זיי טראכטן פון דיר. איצט קומען זיי אן ערב ראש חודש אלול, פאר דו גייסט משפט'ן די גאנצע וועלט, ווייז זיי אז דו הערסט זיי נישט אויס, ווייז זיי אז דין איז שולט אויף דער וועלט, און רחמנות איז נישט פארהאנען.

קומען מיר צום רבוש"ע, אוי טאטע, זיי שרייען טאקע זייער הויעך, אבער סאונו ברעש אל נא תהי סואן, זייער קולות און געשרייען, לאז נישט ארויף צו דיר, לאז נישט אז זייערע געוואלדעס זאל געהערט ווערן ביי דיר אין פאלאץ.
איי פארוואס? זיי האבן דאך פארט א טענה, אבער ניין רבוש"ע דו ביסט דאך אונזער טאטע, און וועלכע טאטע וויל הערן שלעכטס אויף זיינע קינדער, ואם עוונות תשמור הלא רבו, אויב וועסטו זיי אויסהערן, געוואלד און געשריגן, אויב וועסט טאקען קוקען אויף אונזערע עבירות, הלא רבו, עס איז דאך געפערליך גרויס, געפערליך אסאך, מיר האבן נישט קיין וועג ארויס.
האסט אונז באשאפן מיט אזעלכע שווערע נאטורן, און מיט א גרויסן יצר, ווי זאלן מיר זיך קענען שטארקן קעגן די אלע שווערע מצבים וואו מיר געפינען זיך. דא איז די וועלט אנגעפילט און אנגעפיקעוועט מיט שמוץ און כפירה, קוים קוים וואס מ'קען זיך האלטן אונטער דיינע פליגלען. די נסיונות נעמען ארום פון אלע צדדים, אידן פאלן ליידער אוועק ווי פליגן אויפן מזבח פון טעכנעלאגיע. און פון די אנדערע זייט דארף מען דאך לעבן אויף דער וועלט, מ'דארף ברענגן פרנסה, מ'דארף אנגיין מיט א סדר היום, און צי מ'וויל צי מ'וויל נישט טרעפט מען זיך אן מיט א שרעקליכע וועלט וואס ברענגט דעם מענטש אז ער זאל נישט קענען האלטן די קאפ אויפ'ן פלאץ.

אלזא רבוש"ע הער זיי נישט אויס, קוק נישט אויף אונזערע שלעכטע מעשים, זע ווי מ'מוטשע מיר זיך מיט יעדע קלייניקייט נישט זיך צו אפלאזן פון דיר. עס קומט אן ערב ראש חודש אלול, מ'קוקט נישט אויף קיין עבר, מ'קוקט נישט וואס עס פייניגט, מ'קוקט נישט אויף אלע פראבלעמען מיט וואס מ'איז ארומגענומען 365 טעג א יאר. כלל ישראל שלעפט זיך אריין אין שול, און מ'שרייעט אויס דעם תפלה לעני כי יעטוף... יא מיר זענען עניים און אביונים, בידינו אין מעש, מיר האבן נישט אין טארבעלע וואס צו צייגן אויסער אז מיר זענען דא, מיר זענען אין שול, און מיר ווילן נישט פארגעסן פון דיר בשום אופן. נאך פאר מנחה וואס איז א קרבן עני, זאגן מיר צו דיר, להקשיב למשטיננו מאן תמאן, הער זיך נישט צו צו אונזערע שונאים, סאונו ברעש אל נא תהי סואן, די אלע נויזעס וואס זיי מאכן, לאז נישט געהערט ווערן.

איי מאין עוד פנות אל המנחה, דער נביא זאגט אז דו ווילסט נישט אננעמען אונזער מנחה אפילו מיר קומען וויינען ביים מזבח.
אבער רבוש"ע, דאס איז דאך נאר אויב מיר זענען בוגד אין דיר, מ'זאגט שוא עבד אלוקים. ניין רבוש"ע מיר זאגן דאס נישט, ישראל עמך אשר בך מאמין, מיר זענען מאמינים בני מאמינים, מיר גלויבן אז יעדע קלייניקייט פון א איד, איז גארנישט קיין קליינע זאך, עס ווייזט אויף די קשר פון אונז צו דיר, און פון די אנדערע זייט, מיר גלויבן אין דיין קשר פון דיר צו אונז.
אם בשמאל דחיתו, אויב זענען מיר געווארן דערווייטערט פון דיר דורך מדת שמאל, דורך די אלע לינקע אנשויאינגען, דורך די אלע גרויסע נסיונות, וואס איצט בעקבתא דמשיחא מערן זיי זיך ווי אויף הייוון. קרבהו בימין, נעם אונז צוריק מיט דיין מדת הרחמים, מיט דיין רעכטע האנט. איי פארוואס? וואס טוען מיר דען דערפאר? באמת גארנישט, אבער איין קליינע זאך: בא לשחר פניך, נאכ'ן שוווערע טאג ארבעט, מ'קוקט אויפ'ן קאלענדער, מ'זעט אז אלול איז ביי די טיר, אלע קומען זיך צוזאם, און מ'וויל, מ'פרובירט, מיר פארגעסן נישט פון דיר, נעם אט די דאזיגע איתערותא דלתתא, און אויף דעם גייט דער פייטן ווייטער, און דער ציבור שרייעט אויס מיט די געוואלדיגע הארציגע מעלאדיע: ויקח מן הבא בידו מנחה... דער רבוש"ע, איך נעם עס אן, שובו אלי ואשובה אליכם, טייערע קינדערלעך, דאס וואס איך וויל מיט די גאנצע עולם הבחירה, מן הבא בידו, פון די קלייניקייטן וואס איר קענט יא, דאס ברענגט צו מיר, עס איז א קרבן פאר מיר, און איך נעם עס פון ענק.

זאל דער רבוש"ע טאקע אונז אפשרייבן א כתיבה וחתימה טובה, לנו ולכל ישראל אמן.

אוועטאר
לכאורה
שר עשרת אלפים
תגובות: 12396
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 20, 2009 2:43 pm

תגובהדורך לכאורה » מיטוואך אוגוסט 27, 2014 7:53 pm

אמן! איי, שטיקער הארץ, נאסטאלגיע, און "התאחדות".
איך בין צוריקגעבליבן מיט טויזנטער אשכולות, אבער איך געב נישט אויף... שטייטליך און צוביסלעך וועט מען אי"ה "ווייס מאכן די קרעטשמע"

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14186
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

תגובהדורך שוועמל » מיטוואך אוגוסט 27, 2014 8:05 pm

אהה געוואלדיגע רייד!
פון הארץ ארויס.
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)

אוועטאר
א גראם מיט טעם
שר שלשת אלפים
תגובות: 3819
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 23, 2013 8:40 pm
לאקאציע: אויף א שפאציר, פונעם מח צום פאפיר

תגובהדורך א גראם מיט טעם » מיטוואך אוגוסט 27, 2014 8:47 pm

א פעדער וואס שנייד
דערמאנט יעדען פריוואט
אויסניצען די צייט

פארען משפט מיט מורא
ביים מלך דער בורא
זכותים זיין מעורר

א דאנק אויף די מערכה
ווייטער ביי אייך הצלחה
סיים מהנה מיט נאך ככה
ווילט איהר אויסגראמען אייער טאטע ביי מצוה טאנץ?
זיכט איר א פאסיגע פאום מיט צו שיקען מיט א מתנה?
מיר קענען עס צושטעלען פאר אייך,
ווי אויך שרייבען מיר גראמען פאר דיננערס, זינגערס ועוד,
שיקט אן אישי אדער אימעיל צו gram.mit.tam@gmail.com

אוועטאר
אנעים זמירות
שר שלשת אלפים
תגובות: 3917
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 05, 2012 10:32 am
לאקאציע: ווען מען זאגט אמר ר' בנימין הכל בחזקת סומין וכו'

תגובהדורך אנעים זמירות » מיטוואך אוגוסט 27, 2014 8:52 pm

זייער ווארעם אראפגעלייגט. ייש"כ.
יעדער בשר ודם קען זיך טועה זיין. ואולי אין דברי ההלכות (הרי"ף) בזה נכונים כי אין השלימות בלתי לה' לבדו יתברך ויתעלה ויתנשא שמו יתברך. (ספר הזכות להרמב"ן יבמות כד: מדפי הריף)
די סכנה פון באזוכען כפירה\ליצנות בלאגס

מטעמים
שר ששת אלפים
תגובות: 6552
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

תגובהדורך מטעמים » מיטוואך אוגוסט 27, 2014 9:05 pm

זייער שיין
אין וואשינגטאן דארף מען האבן איינעם מיט שלעכטע מידות צו אנהאקן די קעפ פון די פוילע פאליטישענס, און מאכן אז זיי זאלן זיך נעמען ארבעטן, און געט טינגס דאן - קרעדיט פאראינטערסירט

אוועטאר
סאכדעס
שר עשרים אלפים
תגובות: 20452
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע: אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

תגובהדורך סאכדעס » דאנארשטאג אוגוסט 13, 2015 3:39 pm

און צום יאר.

אוועטאר
סאכדעס
שר עשרים אלפים
תגובות: 20452
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע: אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

תגובהדורך סאכדעס » דאנארשטאג סעפטעמבער 01, 2016 3:19 pm

סאכדעס האט געשריבן:און צום יאר.

אוועטאר
סאכדעס
שר עשרים אלפים
תגובות: 20452
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע: אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

תגובהדורך סאכדעס » מאנטאג אוגוסט 21, 2017 9:50 am

סאכדעס האט געשריבן:
סאכדעס האט געשריבן:און צום יאר.

נודה לך
שר האלפיים
תגובות: 2909
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 09, 2015 5:47 pm
לאקאציע: אינעם אויבערשטענס הענט

תגובהדורך נודה לך » דאנארשטאג אוגוסט 09, 2018 6:41 pm

סאכדעס האט געשריבן:
סאכדעס האט געשריבן:
סאכדעס האט געשריבן:און צום יאר.
איך דאנק און לויב השי"ת אויף די גרויסע חסדים וואס ער טוט מיט מיר יעדע מינוט

yalah
שר מאה
תגובות: 166
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 18, 2015 7:09 pm

תגובהדורך yalah » דאנארשטאג אוגוסט 09, 2018 6:42 pm

יישר כוח
בלייב נישט שטעקן. גיי פאראויס!

אוועטאר
אדער יא
שר האלפיים
תגובות: 2894
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 11, 2018 11:00 am

תגובהדורך אדער יא » דאנארשטאג אוגוסט 09, 2018 7:16 pm

התאחחדות איז סאכדעס?

נודה לך
שר האלפיים
תגובות: 2909
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 09, 2015 5:47 pm
לאקאציע: אינעם אויבערשטענס הענט

תגובהדורך נודה לך » דאנארשטאג אוגוסט 09, 2018 7:26 pm

איך דאנק און לויב השי"ת אויף די גרויסע חסדים וואס ער טוט מיט מיר יעדע מינוט

אוועטאר
שלומה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 357
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 09, 2017 8:16 pm

תגובהדורך שלומה » דאנארשטאג אוגוסט 09, 2018 9:55 pm

יישר כח
זייטיגע נאטיץ
איר קאנט נאכזאגן מיינע אין אייער נאמען, נאר זאגט נישט אייערס אין מיין נאמען!


צוריק צו “היימישע קרעטשמע”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: סטאוו יא פיטא, פרא-חסיד, קאטטשקעלע, שמו און 19 געסט