וואוינען אין וויליאמסבורג וועט בקרוב זיין אוממעגליך - טעקס

אלעס איבער נייע היימישע געגנטער

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
בילדער
שר חמש מאות
תגובות: 643
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 04, 2011 3:05 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בילדער »

איך ווייס איינער וואס האט נארוואס געקויפט א דירה אין איינע פון די נייע פראעקטען אין די עיר הנגידה בישראל, און זיין טעקס ביל איז איבער $40,000.00.
ששש... ער האט א $10,000.00 טעקס אבעטמענט פאר 10 יאר, סא ער צאלט נאר $30,000.00
כרמי
שר חמישים
תגובות: 75
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 12, 2013 10:16 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כרמי »

ניק ניק האט געשריבן:כרמי לערן אביסילע היסטאריע פון עם ישראל און ווערט געוואר אז ווען מ'טוט ציבורישע זאכן אויף די אייגענע האנט נישט דורך רבנים אדער ערפאהרענע עסקנים קען עס האבן גאר שווערע נאכפאלגן,

המממ, ווי הייב איך אן...
1) פארוואס ווען דו ברויכסט זיך אוועקציען פון א שטאט ווערט עס א "ציבור'ישע זאך"?
2) ווען א אינגערמאן ציעט זיך אוועק פון שטאט קיין מאנסי/ק"י/נייטרא/קאשוי ווערט דאס אנגערופן "אייגענע האנט"?
כ'גלייב אז דער תירוץ וועט דא זיין אז נישט פון דעם האסטו גערעדט נאר געמיינט האסטו דער נושא פון עפענען א נייער שטעטל, דארט בין איך מסכים צו דיר, דאס קען ווערן אנגערופן "ציבור'יש" אבער איך האב זיך בכלל נישט באצויגן צו דעם, 'זאכליך' האט זיך אויסגעדריקט "לאמיר האפן אז דער עולם וועט קומען צום דעת ווי פריער און גיין פון ווילאמסבורג מיט גוטן... אויף וואס 'ביבער הוט' האט געמאכט א באמערקונג "די עולם איז שוין געקומען צום דעת, מען ווארט נאר אפאר ערנסטע יודן זאלן פלאצירן ערגעץ דעם ציבור" און אויף דעם ארויף האב איך צוגעלייגט מיין טענה.

אגב, פאר נייגער - פון היסטאריע אויס - וועלכע ציבור'ישע זאכן האבן געהאט "גאר שווערע נאכפאלגן"?

ניק ניק האט געשריבן:דער באשעפער האט איינגעפירט א סיסטעם אויף די וועלט אז ס'איז דא פירערס און געפירטע אין יעדע הינזיכט ברוחניות ובגשמיות און אזוי מיז זיך עס פירן

ניק טייערער, יא ס'איז דא פירערס, חשובע פירערס, ב"ה פאר דעם! אבער וואס מיינט "געפירטע"? געפירט אין מיין שפראך באדייט "זיך לאזן פירן", אנפרעגן דעם דעת תורה און טוהן ווי אזוי מ'האט גע'עצה'ט, אבער ווען אויף יעדע פראבלעם וואס קומט אונטער קומט מען מיט'ן פוילן עקסיוז אז "מ"ברויך צו טוהן, איז דאס שוין אוועקגעגאנגן פון "זיך לאזן פירן" קיין "זיך אנלייגן".
איך הער כסדר פון מענטשן וואס האבן אנגעפרעגט ביי גוטע אידן כדת מה לעשות, און אסאך האבן גע'עצה'ט זיך אוועקצוציען פון שטאט און גיין וואוינען אין א פלאץ וואס איז רעאליסטיש אויסגעהאלטן, די פירערס זענען מסכים אז דו זאלסט זיך אוועקציען, דו ברויכסט מסכים זיין.

ניק ניק האט געשריבן:בנוגע דיין קאמפיין צו אויפקלערן דעם עולם ארויסצומופן פון ווימ"ס איז שוין דא אנדערע אשכולות ואין כאן מקומו

כ'האב קיין קאמפיין, און ווי ערווענט, האט 'זאכליך' געריקט דעם שמועס, איך האב נאר אריינגעווארפן א הגה אין זיינע ווערטער.
כרמי
שר חמישים
תגובות: 75
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 12, 2013 10:16 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כרמי »

ביבער היט האט געשריבן: די כח פון א ערנסטער מענטש/רב /רבי וכו' איז זייער שטארק שאץ עס נישט אינטער אדרבה גיי פרעג דיר נאך ביי דיינע קרובים/ידידים/גיטע פריינד אין ארץ ישראל וויאזוי די כח הרבנים ואנשים חשובים האט דארט מצליח געווען צו נעמען דעם ציבור מיט די אלע גוטע תירוצים וואס די רעכסנט אויס און זיי צוזייעט און צושפרייט בכל רחבי הארץ

חלילה, אוודאי אזוי, און ווען עס וועט אויפקומען א איד און "דעליווערן" פרישע מקומות ווי דער "ציבור" קען זיך באזעצן, וועט ער בלי ספק ווערן באשריבן מיט גאלדענע אותיות בהכרת הטוב. אבער ביזדערווייל?!?
מיינע קרובים / חברים פארציילן מיר וויפיל יארן זיי האבן זיך געמוטשעט און נישט געקענט פאסן דעם שווערן באשלוס פון איבערלאזן ירושלים וכדו' ביז דער נויט האט געפאסט דער באשלוס פאר זיי, מה שלא יעשה השכל יעשה הזמן.
און אין מציאות איז אין א"י געווען אסאך ערגער מיט דירות, ס'איז ממש נישט געווען ווי צו גיין, ס'איז נישט געווען קיין געבויטע גרייטע שטעטלאך וכדו'.

ביבער היט האט געשריבן: אמעריקאנע יידען ווארטן אויף דאס זעלבע

ווארט מיין קינד, ווארט. און אויף דעם האט הלל געשריבן: אם אין אני לי, מי לי.
אוועטאר
בערקא
שר האלפיים
תגובות: 2312
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 03, 2013 7:15 pm
לאקאציע: דא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בערקא »

יהיה כן האט געשריבן:
בערקא האט געשריבן:יהי' דו רעדסט פון יוראפ! אוואר?


נעוואדע
ניק ניק הייסט דאך מיר 'לערנען היסטאריע'.....

גראדע ווייסט אפשר איינער ווי אזוי 'בארא פארק' איז געווארן א שטאט? אדער 'מאנסי', אדער מאנטשעסטער, סטעמפארד הילל, גאלדערס גרין, לאס אנדזשעלעס, ועוד ועוד ועוד ועוד....

I'M אביסל קאנפיוסד, די רעדסט פון א שטאט מיט אויפנעמען רבנים אדער די רעדסט פון א געגנט ווי אידן וואוינען,

אין אמעריקא איז נישט פארהאנן קיין געגנט ווי אידן האבן זיך באזעצט און אויפגענומען א רב, 'אלע' מקומות (חוץ די וואס זענען געבויעט געווארן דורך גדולי ישראל) ווי אידן וואוינען אין אמעריקא זענען נאר די פלעצער ווי אידן האבן זיך באזעצט ביים אנקומען פון אייראפע נאכן קריג, און אפילו פון דיע, זענען טייל בטל געווארן (ע''ע קרוינהייטס, חסידישע לעיקוואוד, איסט סייד, בראנקס...) צו די אנדערע מער אנטוויקלטע, און פון דעמאלט וואוינט מען נאר דארט די איינציגסטע נייע שטעט ווי אידן האבן זיך באזעצט איז קלינטאן היל, טשעסטנאט ריזש, עירמאנט, והבן,


די שמועס איז נאך זייער א לאנגער און איך האב נישט די צייט מאריך צו זיין

די נושאים וואס דארפן נאך אויסגעשמועסט ווערן זענען:
- שטעטל קהילות VS חסידות קהילות
- מעסס פראדאקשען
- גרינג צו מאפן צו א באקוועמערע שטאט
נא_שכל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7999
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
לאקאציע: עולם התורה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נא_שכל »

מיין חבר האט מיר היינט געוויזען זיין טעקס ביל, ער וואוינט אין א נייע קאנדא אין ווילאמבסבורג מיט א טעקס עבעטמעינט, עס איז א קלאס 2 דירה, די ביל איז איבער 20 אלפים שוין נאך די טעקס עבעיטמענט. עס איז הימל שרייענד דאס אלעס איז בנוסף צו די הויכע מארגעדז"ש צאלונגען פער חודש.
רבותי מען מוז זיך צוזאם נעמען און עס מאכען א 'אישו' ביי די קומענדיגע וואלען, נישט גיין און שטימען ווי לעמעלעך ווייל מען טוט צושטעלן לאנטש'ס אומזיסט פאר קינדער און די פארק'ס... מיר דארפן האבען אן אסעמבלי-מאן וואס וועט פייטען אין סיטי האל אז מען זאל מאכען א יושרדיגע אויסהאלטבארע אופן פון אויסרעכענען די טעקס פראפערטי. וואס מיינען זיי וויאזוי קען א מיטל קלאס פארדינער צאלען אזעלכע פרייזען, ווי איז מעיער דיבלאזיאו מיט זיינע הבטחות פאר נייע לאו ענד מידעל אינקאום האזוינג? זאל ער קודם באשיצען די וואס האבען שוין דירות אז זיי זאלן נישט זיין געצווינגען עס צו פארקויפען.

הכונו למערכה!!! #"די טעקס איז טאו .... הייא"
וויאזוי צו אויפהייבן דיינע קינדער און נאנטע

"ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').
אלד וויליאמסבורג
שר האלפיים
תגובות: 2961
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 07, 2008 8:22 am
לאקאציע: וויליאמסבורג בריק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלד וויליאמסבורג »

וויפיל גייט עס זיין ווען די עבעיטמענט לויפט אפ?
.
נא_שכל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7999
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
לאקאציע: עולם התורה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נא_שכל »

אלד וויליאמסבורג האט געשריבן:וויפיל גייט עס זיין ווען די עבעיטמענט לויפט אפ?


לויט די יעצטיגע שאצונג בערך 30 אלפים, די עבעיטמענט ארבעט אויף א נייע מין וועג עס מאך א קע"פ אויך די עססעסמענט ממילא רעכען זיי נישט די פולע ווערד (עפעס אזוי, זעה אנהייב פון די אשכול).
וויאזוי צו אויפהייבן דיינע קינדער און נאנטע

"ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').
אוועטאר
שנאפס
שר עשרת אלפים
תגובות: 17010
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 12, 2011 9:59 pm
לאקאציע: אויף די קרעטשמע פאליצעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שנאפס »

נא_שכל האט געשריבן:מיין חבר האט מיר היינט געוויזען זיין טעקס ביל, ער וואוינט אין א נייע קאנדא אין ווילאמבסבורג מיט א טעקס עבעטמעינט, עס איז א קלאס 2 דירה, די ביל איז איבער 20 אלפים שוין נאך די טעקס עבעיטמענט. עס איז הימל שרייענד דאס אלעס איז בנוסף צו די הויכע מארגעדז"ש צאלונגען פער חודש.
רבותי מען מוז זיך צוזאם נעמען און עס מאכען א 'אישו' ביי די קומענדיגע וואלען, נישט גיין און שטימען ווי לעמעלעך ווייל מען טוט צושטעלן לאנטש'ס אומזיסט פאר קינדער און די פארק'ס... מיר דארפן האבען אן אסעמבלי-מאן וואס וועט פייטען אין סיטי האל אז מען זאל מאכען א יושרדיגע אויסהאלטבארע אופן פון אויסרעכענען די טעקס פראפערטי. וואס מיינען זיי וויאזוי קען א מיטל קלאס פארדינער צאלען אזעלכע פרייזען, ווי איז מעיער דיבלאזיאו מיט זיינע הבטחות פאר נייע לאו ענד מידעל אינקאום האזוינג? זאל ער קודם באשיצען די וואס האבען שוין דירות אז זיי זאלן נישט זיין געצווינגען עס צו פארקויפען.

הכונו למערכה!!! #"די טעקס איז טאו .... הייא"


רעד דיך נישט איין קיין איין מינוט אז דאס גייט געטוישט ווערן, די סיטי דארף דאס געלט און איר האט די אפציע צו מופן אין א ביליגערע געגנט

אין מאנהעטן צאלט מען אויך אסאך טעקס, האסט שוין געהערט איינער זאל זיך אפרעדן דערויף? פארפירן מען זאל עס קלענער מאכן?

די וויליאמסבורגער מארקעט איז כמעט די זעלבע ווי מאנהעטן, און וועט לכאורה נישט ביליגער ווערן אין די נאנטע צוקונפט
kraitchmah עט גימעיל

באקומט סטאקס בחנם
מטעמים
שר תשעת אלפים
תגובות: 9183
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מטעמים »

אדער וועט מען דא מאכען די הארלעם פון ברוקלין.

איינער איז אין צו ארויפברענגען הויעך קריים אין די געגענט? איך נישט.
האב שכל און גיב א שמייכעל!
זשערסיסיטי עסקן
שר מאה
תגובות: 158
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 27, 2015 11:06 pm

ברענעדיגע נושא אין וויליאמסבורג-קאנדא טעקס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זשערסיסיטי עסקן »

א נייע ברענעדיגע נושא וואס איז ארויפגעשווימען די לעצטע עטליכע וואכן איז, די נושא פון קאנדא טעקס אין וויליאמסבורג. עס האט נישט דירעקט מיט זשערסי סיטי, עס האט אבער יא דירעקט מיט די פארמגליכע\סעמי פארמעגליכע אידן וואס זענען נאך אונטערן איינדרוק, אז זיי קענען זיך נאך שיין מסדר זיין אין וויליאמסבורג.

כלפי מה הדברים אמורים? ווי יעדער ווייסט קאסט צו קויפן היינט א נארמאלע שיינע דירה פון 2000 ס.פ, א מיליאן דאלאר. דאס האט געברענגט דערצו אז רוב אינגעלייט היינט פארשטייען אז זיי קענען זיך נישט ערלויבן צו קויפן א דירה אין וויליאמסבורג, אבער עס איז דא א מיעוט אינגעלייט שיינע פארדינער וואס זיי האבן זיך אפגעשפארט א פאר הונדערט טויזענט דאלאר, מאכן 2-3000 $ א וואך, וואס מאכן זיך דעם חשבון אז פאר זיי איז נישט אזוי געפערליך, זיי ועלן אראפלייגן 400,000 $ און צאלן א מארגעזש פון $3000 , און אי"ה נאך 30 יאר וועט ער האבן אן אויסגעצאלטע דירה אין וויליאמסבורג, אן אומשאצבארע וועליו.

דער חשבון האט אבער א גרויסן פראבלעם. מענטשען וואס האבן באקומען זייער NOTICE OF PROPERTY VALUE דעם פארגאנגענעם יאנאור, האבן געזען א דראסטישען אויפשטייג וויפיל די שטאט רעכענט די ווערט פון זייערע הייזער. דאס קומט אלס רעזולטאט פון די ריזיגע געלטער וואס די יאפיס צאלן דא אין שכינות. די רעזולטאטן זענען קאטאסטראפיש, און דער פראבלעם ווערט נאר ערגער יעדעס יאר וואס ווי ערווארטעט גייט די וועליו נאר שטייגן.

דאס מיינט אז אין 10-15 יאר ארום וועט מען ברויכן צאלן עטליכע טויזענט דאלאר א חודש נאר פאר טעקסעס (אויסער מארטגעזש, מעינטענענס, וואסער), אין א צייט וואס די היינטיגע אינגע לייט וועלן האלטן טיעף אינמיטן חתונה מאכן די קינדער.

דער פראבלעם איז שוין א פאקט.

אני הקטן האב געקוקט די נאטיץ אויף מיין דירה, האב איך געזען אז איך וואלט געדארפט צאלן $1300 א חודש היינט פאר טעקסעס פאר א 2000 ס.פ דירה. איך האב טאקע אן עבעיטמענט יעצט, אבער די עבעיטמענט לויפט שוין אפ אין עטליכע יאר. נאך א דוגמא, די פרישע איינוואוינער ביי דאמסי פראיעקט דארפן שוין לכאורה אנהייבן צאלן דאס יאר בערך 500-1000 $ דאלאר א חודש, בנוסף צו די ריזיגע מארטגעזש ביללס. (פאר די פראיעקטן פון די לעצטע עטליכע יאר , גייט די עבעיטמענט נאר אויף די ערשטע $80,000 וועליו ואכמ"ל).

די איינוואוינער ביי די פעלער פראיעקט וכדומה הייבן שוין אויך אן צו האבן דעם פראבלעם. (זיי האבן א 15 יאר עבעיטמענט, וואס מיינט אז נאך 10 יאר הייבט מען שוין אן צו צאלן א חלק טעקס).

די איינוואוינער פון נאך פלאשינג פראיעקטען האבן נאך עטליכע יאר צו אטעמען, אבער אין 10 יאר גייט יעדער איינציגער וויליאמבורגער איינוואוינער צאלן א שיינעם טעקס ביל. עס איז ערווארטען אז עסקנים וועלן פראבירן צו באגרעניצען דעם פראבלעם, אבער עס איז זייער שווער צו זען אז דער פראבלעם זאל קענען עלימענירט ווערן עפ"י דרך הטבע.
שטייגען
שר האלף
תגובות: 1737
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 12, 2015 11:31 pm
לאקאציע: office

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטייגען »

הרה״ח רבי משה דוד נידערמאן ארבעט שוין דערויף, לאמיר האפן 1 זאך שמעשה ידיו הצליח
..
דודהמלך
שר מאה
תגובות: 235
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 03, 2016 5:41 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דודהמלך »

Arrested Development: Residential construction permits dropped 94% in January

http://therealdeal.com/2016/02/19/arres ... AQ.twitter

רעזידענטשעל דעוועלעפמענט פערמיטס אין ברוקלין געטראסקעט מיט א רעקארד 94%

אלטץ וועגען די טעקס אבעיטמענטס 421A.
אוועטאר
שנאפס
שר עשרת אלפים
תגובות: 17010
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 12, 2011 9:59 pm
לאקאציע: אויף די קרעטשמע פאליצעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שנאפס »

געהערט רעדן דערפון האלבע ווערטער אבער נישט געכאפט אז מ'רעדט פון אזאנע געלטער!

אויב עפעס וועט עס נאר ווערן טייערער די קומענדיגע פאר יאר נאך וואס נאך טייערע פראיעקטן וועלן פארטיג ווערן פאר די יאפיס, למשל די כינעזע זייט פון דאמסיס, די חוש בנין, און סערטיפייד לאמבער
kraitchmah עט גימעיל

באקומט סטאקס בחנם
אוועטאר
סמארט גאי
שר האלפיים
תגובות: 2788
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 02, 2014 1:24 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סמארט גאי »

שטייגען האט געשריבן:הרה״ח רבי משה דוד נידערמאן ארבעט שוין דערויף, לאמיר האפן 1 זאך שמעשה ידיו הצליח

שווער צו ערווארטן א ערענסטע לעזונג.

די גאנצע עבעיטמענט איז פארפוילטע פאליסי פון קאפ ביז פוס. ס'טרייבט ארויף ארטיפישילי די פרייזן פון די דירות, און די איינציגסטע וואס פארדינען דערפון זענען די אין די ריעל עסטעיט ביזנעס.
והאדם לא נברא רק להתענג על ה'
טראכט גוט וועט זיין גוט
שר חמש מאות
תגובות: 561
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 07, 2010 3:22 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טראכט גוט וועט זיין גוט »

דוכט זיך אז דער פראבלעם איז נאר פאר קאנדאס. נישט פאר סינגל פאמיליע (אדער 2 פאמיליע) הייזער.

מען דארף דא שרייען בקול רעש גדול: רעדטס ענק נישט איין אז ר' משה דוד וועט עפעס ערלעדיגן! איך נעם נישט אוועק פון זיין עסקנות, אבער די פאקט איז אז אין גאנץ ניו יארק סיטי איז די קאנדא פרייזן פון טעקס גאר הויעך, און עס גייט זיך בשום אופן נישט טוישן אין ווליאמסוברג.

יעדער פאליטישאן איז מודה אז דער סיסטעם מאכט נישט קיין סענס, אבער קיינער, קיינער, גייט עס קיינמאל נישט טוישן. די סיבה איז פשוט: אויב מען טוישט די סיסטעם פון קאנדאס, און די טעקס פון קאנדאס גייט אראפ, דארף מען אטאמאטיש העכערן די טעקסעס פון די אנדערע הייזער, וואס דאס איז עפעס ואס קיינער גייט נישט טון (אפילו אויב מען האלט אז מען דארף עס למען היושר טון).

בקיצור: די אלע אידן אין קאנדאס, גייען צאלן אין עטליכע יאר ארום בערך 25 טויזנט דאלער א יאר טעקס.

לאנג לעבן זאל ניו יארק סיטי


נ.ב. גיי ווייס פארוואס מען האט זיך יעצט אויפגעוועקט. דער ברענעדיגער פראבלעם איז שוין דא איבער צען יאר, און עס איז אזא פראבלעם, וואס טוט נאך די מערסטע אפעקטירן די קיום פון וויליאמסוברג פון אלע אנדערע פראבלעמען. אין בלויז געציילטע יארן גייט זיך אפטון א מאסן וואנדערונג ואוס מען האט נאך נישט געזען זייט גירוש שפאניע
הפתגם "טְרַאכְט גוּט ווֶעט זַיין גוּט" נאמר על ידי אדמו"ר הצמח צדק לאחד שביקש רפואה עבור חולה. מענה זה נהפך ליסוד המבטא את חשיבותה של כח המחשבה ויכולתה לשנות את המציאות. (חב"דפדיא).
אוועטאר
בן נון
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4555
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 20, 2015 6:57 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן נון »

ווער האט ארויפגעלייגט די טעקס?
טראכט גוט וועט זיין גוט
שר חמש מאות
תגובות: 561
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 07, 2010 3:22 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טראכט גוט וועט זיין גוט »

בן נון האט געשריבן:ווער האט ארויפגעלייגט די טעקס?



עס איז די געווענליכע פראפערטי טעקס, נאר די קאנדאס האבן א אנדערע וועג ויאזוי מען רעכנט די ווערט פון די הויז
הפתגם "טְרַאכְט גוּט ווֶעט זַיין גוּט" נאמר על ידי אדמו"ר הצמח צדק לאחד שביקש רפואה עבור חולה. מענה זה נהפך ליסוד המבטא את חשיבותה של כח המחשבה ויכולתה לשנות את המציאות. (חב"דפדיא).
אוועטאר
סמארט גאי
שר האלפיים
תגובות: 2788
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 02, 2014 1:24 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סמארט גאי »

טראכט גוט וועט זיין גוט האט געשריבן:
בן נון האט געשריבן:ווער האט ארויפגעלייגט די טעקס?



עס איז די געווענליכע פראפערטי טעקס, נאר די קאנדאס האבן א אנדערע וועג ויאזוי מען רעכנט די ווערט פון די הויז

בנוסף צו דעם, זענען די אלע קאנדאס אין בנינים פון מער פון צען איינוואוינער נישט אין דעם 2 פראצענט פראפערטי טעקס קעפ וואס איז דא אין ניו יארק סטעיט (דאס איז די סיבה פארוואס אלטע הייזער האבן זייער נידעריגע טעקס בילס ).

געליינט אן ארטיקל אין ניו יארק טיימס ווי א קאנדא אין מאנהעטען האט געהאט די זעלבע וועליו אין 2012 ווי אין 2001, כאטש וואס די ווערד פון פראפערטיס האבן זיך געטריפלט אין די זעלבע צייט. די סיבה ? די עבעיטמענט איז אפגעלאפן, און יעצט קומט עס שוין מיט א טעקס ביל פון 30 אלפים.
והאדם לא נברא רק להתענג על ה'
אוועטאר
בן נון
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4555
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 20, 2015 6:57 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן נון »

טראכט גוט וועט זיין גוט האט געשריבן:
בן נון האט געשריבן:ווער האט ארויפגעלייגט די טעקס?



עס איז די געווענליכע פראפערטי טעקס, נאר די קאנדאס האבן א אנדערע וועג ויאזוי מען רעכנט די ווערט פון די הויז

נו, ווער איז שולדיג אין דעם?
אוועטאר
שנאפס
שר עשרת אלפים
תגובות: 17010
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 12, 2011 9:59 pm
לאקאציע: אויף די קרעטשמע פאליצעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שנאפס »

האסט געלייענט אלע תגובות ביז אהער?

אויב יא, ביטע ליין איבער
kraitchmah עט גימעיל

באקומט סטאקס בחנם
אוועטאר
בן נון
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4555
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 20, 2015 6:57 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן נון »

אוי, אנטשולדיגט. נישט באמערקט אז מען האט עס צאמגעשמעלצט.
אוועטאר
בן נון
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4555
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 20, 2015 6:57 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן נון »

איך פארשטיי נאך אלץ נישט.

׳עס׳ גייט ארויפגיין טעקס

׳מען׳ רעכנט אזוי און אזוי

א.א.וו.

ווער האט אריינגעלייגט די געזעץ אין קראפט?
אוועטאר
שנאפס
שר עשרת אלפים
תגובות: 17010
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 12, 2011 9:59 pm
לאקאציע: אויף די קרעטשמע פאליצעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שנאפס »

די געזעצגעבער
kraitchmah עט גימעיל

באקומט סטאקס בחנם
אוועטאר
פליגל
שר חמשת אלפים
תגובות: 5936
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג סעפטעמבער 04, 2009 1:27 pm
לאקאציע: ביים פענסטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פליגל »

בן נון האט געשריבן:איך פארשטיי נאך אלץ נישט.

׳עס׳ גייט ארויפגיין טעקס

׳מען׳ רעכנט אזוי און אזוי

א.א.וו.

ווער האט אריינגעלייגט די געזעץ אין קראפט?

ס'געווען סוספענדעט פאר געוויסע הייזער (זייער אסאך) און די פטור לויפט שוין אפ און מ'גייטמיא ברויכן אנהויבן באצאלען.
א פיינע מענטש
שר חמש מאות
תגובות: 785
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 09, 2014 3:58 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א פיינע מענטש »

green האט געשריבן:וואוינען אין וויליאמסבורג וועט בקרוב זיין אוממעגליך - אפילו פאר יודן וואס פארמאגן אן אייגענע דירה

(באקומען אין אישי)


די טעקס ברעקעט, גרויסע הייזער פון פיר און העכער איז די יאר 13.45%, קליינע הייזלעך, 19.50%, בערך.

די טעקס ביל איז שוין איצט פארשטענדליך, נעם די 165,000 טיימס 0.1345 = 22,200 פער יאר, און א קליינע איז 10,000 טיימס 19.50% = 1,950.00 די טאטעל טעקס ביל פער יאר.

.

איך האב אלעס כמעט פארשטאנען חוץ פון די טעקס ברעקעט. קען איינער מער מסביר זיין ?
שרייב תגובה

צוריק צו “ישוב העולם - דירות און ישובים”