איך וויל שטייגן, אבער ווי אזוי?

געדאנקען און התחזקות בעניני עבודת השם

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
נישט
שר האלף
תגובות: 1195
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 01, 2014 8:14 pm
לאקאציע: יסודו מעפר, וסופו לעפר

איך וויל שטייגן, אבער ווי אזוי?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נישט »

איך וויל שטייגן, אבער ווי אזוי?

וואס הייסט ווי אזוי? אוודאי ווייס איך, מ'איז מקבל קבלות, מנעמט זיך אונטער פון היינט און ווייטער גיי איך מער נישט טוהן דאס און יענץ, און שוין. וואס נאך דארף מען טוהן צו שטייגן?

אט אזוי האט משה'לע דער מתמיד פון ישיבה געטראכט, ער וויל שטייגן נאך העכער, וואס נאך זאל ער זיך מקבל זיין, יא צוטוהן, אדער נישט צוטוהן, וואס נאך וועט אים ברענגען נענטער צום באשעפער, וואס נאך וועט מאכן פאר א העכערע בחור. וואו א בליץ איז דורכגעלאפן און משה'לעס קאפ, כ'האב ממש לעצטענס געלערנט אז מדארף זיך אפהיטן פון מותרות, און ווען איינער עסט מותרות פארשטאפט עס אים די קאפ פון לערנער, דאס איז טאקע די וויכטיגסטע זאך זיך פארצונעמען, לאמיר טאקע שוין יעצט מאכן א קבלה, לאמיר טאקע זעהן אז די קבלה זאל זיין אזאנס אין אזעלכעס, ממש א גירא בעינא דשטנא, איך וועל טאקע נעמען די מאכל וואס איך גלייך די מערסטע, יא אויף דעם וועל איך זיך פארנעמען עס מער נישט אריין צונעמען אין מויל, "אייסקריעם". פון היינט אין ווייטער נעם איך מער נישט אריין קיין "אייסקריעם" אין מיין מויל, בשום פנים ואופן, זאל זיין וואס זאל זיין.

דאס איז פארגעקומען, מאנטאג ביי לאנטש, נאכמיטאג איז משה'לע געגאנגען לערנען מיט א פרישע כוחות, ממש א נייע מענטש, ער האט זיך אריינגעווארפן אין הווית דאביי ורבא, אה! האב איך היינט גוט צוגעפיקסט דעם שטן, כ'האב מיר פארגענומען א שווערע זאך, אבער טאקע דערפאר איז א מענטש באשאפן געווארן, אזוי די רבי פון ליזענסק שרייבט, "אדם נברא לשבר את הטבע". די גאנצע וואך איז אים ממש א דורך געלאפן אין אן אויגןבליק, ער האט קוים געקענט ווארטן אויף שבת צו מקיים זיין, זיין נייע קבלה.

אט איז דער שבת אנגעקומען, מ'האלט שוין ב"ה ביי די אייזקריעם, די מאמע האט די וואך ווייטער נישט אנטוישט די קינדער מיט אירע געשמאקע אייזקריעם, מ'טיילט אויס פאר אלע קינדער, און משה'לע פארשטייט זיך באקומט אויך א געשמאקע פארציע, משה'לע נעמט די לעפל הייבט אן צומישן, אין די טעלער, ער וויל דאך ח"ו נישט זיין קיין בעל גאוה, מישט ער אביסל, ווארפט אריין א קאמפלימענט פאר די מאמע.

משה'לע, מישט אזוי אינעם אייזקריעם, עפעס א אינערליכען דראנג שטופט אים צו עסן, אבער משה'לע לאזט זיך נישט, אבער ער פילט וואו ער וויל אזוי שטארק עסן, ניין, זאגט משה'לע צו זיך אליין, עממ עממ אבער אבער, פילט ער זיין אינערליכען דראנג שטופט.

אט רופט אויס די טאטע, ברענג מזומן. ב"ה, טראכט משה'לע, א שווערע שטיין אראפ פון מיין הארץ, יא, כ'האב דורכגעמאכט. כ'האב געמישט געדרייט, אבער גארנישט אריין גענומען אין מויל.
משה'לע גייט שלאפן מיט א גוטע געפיל, אבער עפעס טיף אינעווייניג אין הארץ, ער ווייסט אפילו נישט וואס, עפעס עפעס מאכט דארטן "אומעטיג".

ביי די צופרי סעודה ווידער, משה'לע נעמט די טעללער אייזקריעם אבער ער רירט דאס נישט צו, ער פילט ווייטער יענער אומעטיגע דראנג פון נעכטן, אבער משה'לע וואו א גוטער סאלדאט מאכט זיך נישט צוטוהן, ער עסט דאסמאל אויך נישט די אייזקריעם. ער ווייסט אליין נישט פארוואס אבער עפעס, טיף אין הארץ, פילט ער וואו ס'פעלט אים עפעס. ער שלאגט זיך ווייטער, ס'נעמעט אים טאקע שווערע כוחות, אבער, ענדליך ענדליך רופט שוין דער טאטע צום בענטשן.

נאך די סעודה משה'לע פילט זיך שוין אביסל אפגעשוואכט פון די שווערע מלחמה, וואס ער איז היינט אדורך.

מלוה מלכה, גייט שוין משה'לע צו אביסל קווענקל'דיג, ער האפט אז ער וועט זיך קענען שטארקן אויף זיין אינערליכע געפיל, אבער ער ווייסט אז ס'גייט אים זיין שווער, אבער ער נעמט זיך נאכאמאל פאר מיט אלע כוחות גייט ער זיך צוריק האלטן פון עסן אייזקריעם. די וואך האט די מאמע צוגעגרייט א ספעציעלע גוטע אייזקריעם, משה'לע אויגן קריכן שוין ארויס פון די לעכער, אבער, ער טראכט פון זיין קבלה, בייסט זיך צוזאם די ליפט, ער גייט בשום אופן נישט עסן. אבער אבער, זאגט אים זיין דראנג. משה'לע פילט וואו ס'ווערט אים הייס אין קאלט, בייסט די ליפן שאקלט צו ציצית, אפשר אזוי וועט זיך זיין שטורעמ'דיגע הארץ בארואיגען, ער הייבט אן טראכטן יא, ניין, דרייט זיך ארויף, אראפ, ער ווערט שוין אינגאנצן משוגע, פון די סטרעס, פון זיין אינערליכע מלחמה, ביז משה'לה ווערט שוין אזוי אפגעמוטשט, נעמט די לעפל, אין הייבט אן אריינצורוקן די אייזקריעם. זעהט אויס היינט האט די בענטשן אביסל פארשפעטיגט.

אבער משה'לע א בחור א עובד, הייבט זיך אן צו מאכן א חשבון הנפש, פארווואס? פארוואס?, האב איך נישט געקענט דורך מאכן אזא פשוטע קבלה, פון נישט עסן אייזקריעם?

פארוואס טאקע? לאמיר אביסל צולייגן די ענין.

פאר מיר גייען ווייטער, וועלעך אביסל פארדרייען די שמועס, און צוטירן אפאר ווערטער פונעם חובת הלבבות, וזלה"ק: עד שחפשתי על חובות הלבבות מן השכל ומן הכתוב ומן הקבלה אם אנחנו חייבים בהם אם לאו, ומצאתים, שהם יסודי כל המצות, "ואם יארע בהם שום הפסד לא תתכן לנו מצות ממצות האברים".

אין יידיש גערעדט
ביז כ'האב נאכגעזוכט אויפן חובת הלבבות די חוב פון וועלן דינען דעם אייבערשטען, דאס האב איך נאכגעזוכט מן השכל, און פון די פסוקים פון די תורה און וואס אונז האבן מקובל פון אונזערע רביים, צו אונז זענען טאקע מחיוב מיט דעם אדער נישט. און איך האב אויסגעפינען, אז די חיוב פון "וועלן דינען השית" דאס זענען די יסוד פון אלע מצות, און אויב וואלטן מיר נישט פארשטאנען און אליינס געוואלט פון הארץ דינען השי"ת, וואלט אונז אויך נישט געווען מעגליך צו טוהן מצוות איברים. ע"כ פירוש ע"פ טוב הלבנון.

ווען גאט וואלט נישט מחייב געווען מיט די מצוות הלבבות, וואו גלייבן אז עס איז נאר דא איין גאט, אין גלייבן אז גאט האט אונז געגעבן די תורה, גלייבן אין שכר ועונש. וואלט ער אונז נישט געקענט מחייב זיין מיט מצוות איברים, וואו לייגן תפילין, פארוואס? ווייל ס'איז נישט מעגליך צו לייגן תפלין, ווען מיין נפש מיין אינסטינקט וויל נישט לייגן תפילין, ס'איז נישט מעגליך צו לייגן תפילין ווען מיין הארץ האט נישט קיין שום סיבה צו לייגן תפילין. דעריבער האט השי"ת אונז געמוזט באפעלן קודם מיט די מצוות הלבבות, "אנכי ה' אלקיך" איך בין דער גאט דיי באשעפער, נאר נאכדעם וואס איך ווייס אז ס'איז דא א באשעפער, און נאר נאכדעם וואס איך האב אים ליב און איך מורא פון אים, נאר נאכדעם, קען ער מיר הייסן מיט די איבעריגע מצוות, נאר נאכדעם קען ער מיר זאגן, "טוה אן תפילין", ווייל יעצט "וויל" איך אים שוין פאלגן, און אז ער הייסט לייגן תפילין גיי איך טאקע אנטוהן תפילין.

יעדע זאך וואס א מענטש טוט, איז א קייט פון דריי זאכן, 1- ס'איז דא א סיבה פארוואס ער וויל עס טוהן, 2- זיין נפש זיין אינסטינקט איז טאקע בוחר עס צוטוהן, 3- ערשט נאכדעם טוט עס דער מענטש.

מען קען צוטיילן די "סיבות" פארוואס א מענשט טוט עפעס, אין צוויי כלליותדיגע, סיבות,

איינס,ער וויל ווייל ער וויל, פשוט ווייל וויל, ער האט ליב טשאקאלאד עסט ער טשאקאלאד, ער האט ליב אייז קריעם עסט ער אייזקריעם,

צווייטע סיבה, באמת וויל ער נישט, נאר ס'איז דא א דערויסענדיגע סיבה וואס בעין ברירה מוז ער, אפילו עכט וויל ער נישט. די מאמע האט אים געהייסן אויפעסן די פלייש מוז ער עס נעבעך אויפעסן, ער האט נישט קיין ברירה, חוץ אויב ער איז גרייט איינצושטעלן אין באקומען צוויי געזונטע פעטש. (אויב טראסט ער די מאמע, און אז די מאמע הייסט וויל ער אויך אזוי טוהן, דעמאלט גייט דאס שוין אריין אין די ערשטע קאטעגאריע). מען האט אים געזעצט אויבן אן, ער וויל זייער שטארק עסן די אייזקריעם, אבער ער שעהמט זיך, וואס וועלן מענטשן זאגן.

ווען א מענטש טוט אזאך פאר די ערשטע סיבה, איז ער העפי און צופרידן מיט דעם, און ער וועט עס אייביג טוהן, אבער ווען ער טוט פאר די צווייטע סיבה, סיי בשעת ער טוט פילט ער זיך שלעכט, און סיי די רגע וואס די סיבה וועט אוועקגיין, גייט ער עס מער נישט טוהן.

לעצטע חודש, איז פארגעקומען אן אסיפות ראשי ישיבות ומנהלים פארופן דורך(כ'דענקט נישט יעצט זיין נאמען). בקיצור דארטן האט הגאון ר' אפרים וואקסמאן גערעדט, האט ער נאכגעברענגט א חת"ס, שרייבט די חת"ס, די אלע מענטשן וואס טוהן מצוות אנשים מלומדה, זייערע קינדער ווען זיי ווערן עלטער, קוקן זיי אן זייערע עלטערן, וואו משוגעים, פארוואס עפעס הוטסטי שבת? פארוואס? שרייבט ער דארטן אז ליידער וועגן דעם גייען זייער אסאך קינדער ארויס לתרבות רעה רח"ל.

דאס איז איין זייט פון די מטבע – מען דארף קודם וועלן און נאכדעם איז שייך צוטוהן.

אבער למעשה איז דאך דאס נישט שייך פאר יעדן איינעם, וואס זאל א מענטש טוהן אז ער וויל נאכנישט, זיין הארץ איז אים נאך נישט דערביי, דעריבער האט גאט געגעבן א תורה, וואס דאס בלאנסירט דעם מענטש, אין א בחינה פון אדם נפעל כפי פעילותיו, אז א מענטש וועט פונקטליך היטן די תורה, וועט אים די תורה צוביסלעך ארויפברענגן אויפן ריכטיגן וועג. השי"ת האט אויסגעשטעלט די תורה הקדושה, אז יעדע מענטש קען דאס דערהייבן, געוויסע זאכן האט מען גע'אסר'ט, געוויסע זאכן האט מען מתיר געווען. אלעס אז דער נפש פון דער מענטש זאל דאס דערהייבן, און צוביסלעך ווערן נענטער און נענטער צום בורא עולם.

אבער ווען א מענטש וויל שטייגן, ער וויל זיך מחמיר זיין, ער וויל זיך פארנעמען מער נישט צו עסן קיין אייזקריעם. דעמאלט ווענדט זיך שוין פארוואס ער איז וויל מער נישט עסן קיין אייזקריעם. אויב ווייל ער פילט טאקע אזא נאנטשאפט צום אויבערשטען, אזש ער קען שוין פשוט נישט הנאה האבן פון אייזקריעם, אזא מענטש, גייט טאקע ווערן מער פריילעך ווען ער גייט מער נישט עסן קיין אייזקריעם, אבער משא"כ א מענטש וואס אמת'דיג וויל ער יא עסן אייזקריעם, אבער ער נעמט זיך פאר ווייל ער וויל זיך שפירן וואו א הייליגע בחור. דער מענטש גייט צום סוף דורכפאלן.

הגאון רבי אביגדור מיללער האט אמאל מסביר געווען ביי א שיעור, ווען א מענטש עסט אייזקריעם דארף מען אריינטראכט אין די גוט'ס פונעם אייבערשטען, אין אים דאנקן, בקיצור א גאנצע שיעור האט ער מסביר געווען וואו אזוי א איד דארף עסן אייזקריעם. נאכן שיעור גייט צו צואים א איד, און פרעגט אים, אייזקריעם? תאוות? אזוי ברייט דארף מען דאס צושמירן? פרעגט אים ר' אביגדור, איר האט שוין אמאל געגעסן אייזקריעם? ענטפערט דער איד, יא, זאגט אים ר' אביגדור, איך האב נאך קיינמאל נישט געגעסן קיין אייזקריעם, אבער די וואס די עסט עניוועי אייזקריעם דארפסטו אבער וואוסן ווי אזוי א איד עסט אייזקריעם.

פון וואו קען מען טאקע וואוסן וואו מען שטייט, מען זעהט ווען די מאמע גרייט אן אייזקריעם, און איך האלט מיך איין פון עסן, אויב די ווארטס קוים אז די טאטע זאל רופן צום בענטשן, כדי צו ווערן פטור פון די אנגעשטרענגקייט וואס די האסט באקומען, ווייסטו שוין אז עכט ווילסטו יא עסן אייזקריעם, און אויב די ווילסט "עכט" יא עסן אייזקריעם, ביטע נעם דיר נישט פאר אזעלכע זאכן, ווייל סוף כל סוף גייסטו אדורךפאלן.

הצדיק רבי בנימין ראבינאוויטש, האבעך געזעהן אין זיין ספר, ער האט זיך פארגענומען צו לערנען פ-י-נ-ף מינוט בריצופות, יא אזוי וואו איר הערט גאנצע פ-י-נ-ף מינוט, ווייסט פארוואס, ווייל דאס האט ער געוואוסט זיכער אז ער "וויל", ס'איז אדורך פערציג טעג (עה, כ'געדענק נישט פונקטליך וויפיל) און ס'איז געלונגען, איז ער געגאנגען ווייטער, מיט נאך גאנצע פינף מינוט. און אזוי איז ער געגאנגען צוביסלעך, ביז ער איז אנגעומען צו פופצן, מינוט אין נאך א יאר, האט ער שוין געהאלטן ביי איבער א האלבע שעה ברציפות. נאך א פאר יאר האט ער שוין געהאלטן ביי אפאר שעה ברציפות, וכן הלאה.

סיכום:

שו"ע דארף מען היטן, נאומערעוואט.

מען דארף הארעווען און לערנען ספרי מוסר והשקפה, צוויסן, פארוואס וויל איך טאקע דינען דעם באשעפער, און פרובירן אויפבויען די אהבה און יראה צו השית, אלץ מער און מער.

שטייגן, דארף מען גיין בעבי סטעפס, די ווילסט דינען דעם באשעפער, ווילסט ארבעטן אויף דיינע מידות. די ערשטע זאך - וויל טאקע, ווייס וואו די שטייסט, ווייס וואס די קענסט טוהן הונדערט פראצענט, פיין יעצט קענסטו ארויף גיין איין בעבי סטעפ. ס'איז געגאנגען האסט עס געטוהן פערציג טעג, ס'איז געווארן א טבע שני. מאך זיכער אז די האלסט עס אן. יעצט קענסטו אנהייבן צו טראכטן פון גיין נאך א סטעפ.
ס'זיכער דא א מציאות וואס מען דארף געבן א קלאפ פארן יצר איינמאל פאר אלע מאל, אבער מיר האבן גערעדן בכלליות, והבן.

#פון דא האבעך צוגעלייגט 10:32

יעצט האט עסן אייזקריעם א נייע דערהער, איך עס נישט אייסקריעם סתם אזוי וואו א גוי עסט, ווייל ער איז א פרעסער. ניין, איך עס אייזקריעם, ווייל איך ווייס אז מיין נפש דארף עס נאך האבן, און אז איך וועל מיר פארנעמען נישט צו עסן, וועלעך ווערן אומעטיג און איך וועל אדורכפאלן. דעריבער טוה איך דעם רצון הבורא וואס האט מתיר געווען צו עסן אייזקריעם, און אז ער האט עס מתיר געווען, איז טייטש אז ער האט געוואלט אז געוויסע מענטשן זאלן עס עסן, (געדענקט יעדע זאך איז אדער א מצוה אדער אן עבירה), בין איך מקיים א מצוה פון טוהן דעם רצון הבורא און איך עס אייזקריעם.
קען מען זיך טאקע אנטוהן דעם גארטל און זאגן "לשם יחוד קודשא בריך על אכילת אייזקריעם"

ווען א מענטש עסט אייזקריעם מיט אזא געדאנקט, וועט ער טאקע נאר עסן וויפיל ער דארף באמת האבן כדי צו האלטן דעם באלאנס פונעם נפש

וואו איר פארשטייט אליינס איז אייזקריעם נאר א דוגמא, און אזוי איז ביי יעדע זאך. און אזוי איז אויך אין גשמיות'דיגע ענינים, א מענטש קען נישט טוהן אזאך, נאר אויב ער איז בוחר, נאר אויב זיין אינסטינקט וויל עס טוהן.

--
#דאס האב איך שפעטער געענטפערט פאר חילי, כ'לייג עס דא אויך צו, כדי ס'זאל זיין גרינגער

פאר אלעס, מוז זיין ובחרת בחיים. לאמיר נעמען א דוגמא פון קרעמער וואס ער האט לויט אלע דעות מקיים דעם לשבר את הטבע. ווייסט פארוואס ער האט דאס געטוהן? ווייל ער האט געוואלט! און טאקע דערפאר אפילו ס'איז אים אנגעקומען גאר שווער האט ער עס דורכגעבראכן. ווי אזוי האט ער עס אדורכגעמאכט, ווייל אין דבר העומד מפני הרצון! אז ס'איז דא די רצון, מ'איז בוחר אזוי צוטוהן, די אינעליכע אינסטינקט פון הארץ וויל אזוי טוהן. דעמאלט קען מען דורכגיין דאס שווערסטע. אבער אויב איז נישט דא די רצון א שאד אנצוהייבן, ס'גייט נישט גיין, אחוץ בעבי סטעפס ווי אונז האבן געשמועסט.

גאט האט געגעבן פאר א מענטש איין איינציגסטע זאך וואס אויף דעם איז ער בעל הבית. דאס איז די "בחירה", עד כאן, פון דארט אין ווייטער איז הכל בידי שמים. די עבודה פון א איד איז צו "בוחר זיין בטוב" און אויב טוט ער נישט קיין טוב, איז קלאר אז ער האט נישט בוחר געווען. און אז ער איז בוחר, איז קלאר אז ער גייט עס טוהן טראץ אלע זיינע שווערעקייטן.
לעצט פארראכטן דורך נישט אום זונטאג יולי 20, 2014 2:32 pm, פארראכטן געווארן 3 מאל.
אוועטאר
אַבּערוואַס
שר האלפיים
תגובות: 2178
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 02, 2013 5:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אַבּערוואַס »

הרב נישט, געוואלדיג!!
ווארט א מינוט, לאמיך נאכקוקן...
אוועטאר
והנה און נון
שר האלף
תגובות: 1142
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 24, 2012 3:02 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך והנה און נון »

זייער גוט, הרב נישט ;l;p-

געספאנסערט דורך קליינ'ס אייסקריעם...
אוועטאר
אַבּערוואַס
שר האלפיים
תגובות: 2178
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 02, 2013 5:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אַבּערוואַס »

והנה און נון האט געשריבן:..געספאנסערט דורך קליינ'ס אייסקריעם...

און איך האב געמיינט אז דאס קומט פין 'מהדרין', ווייל זיי האבן פאר יעדע סעודה א ספעציעלע אייזקרעם...
ווארט א מינוט, לאמיך נאכקוקן...
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28197
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

זייער א שיינע שמועס, מלא טעם.
אוועטאר
א גראם מיט טעם
שר שלשת אלפים
תגובות: 3947
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 23, 2013 8:40 pm
לאקאציע: אויף א שפאציר, פונעם מח צום פאפיר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א גראם מיט טעם »

הערליך געשריבען, א תענוג צו ליינען.
כמותך ירבו ב'אייוועלט.
עליכם שלום
שר חמישים
תגובות: 62
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 29, 2014 2:48 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עליכם שלום »

הרב נישט - ווילסט שטייגן? דעמאלטס קודם שאקעל זיך אביסעל אוועק פונעם אינטערנעט באנוץ וואס אלע גדולי רבנים האבן דאס געאסר'ט! ;l;p- :grin: :grin: :grin:
אידישע קאפ
שר מאה
תגובות: 210
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש יאנואר 11, 2014 11:56 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אידישע קאפ »

געוואלדיג הרב נישט.
אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרים אלף
תגובות: 20191
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכתחילה אריבער »

א שיינע דערהער! וואס מיינט אבער דער רבי ר' אלימלך "האדם לא נברא בעולם רק לשבר את הטבע"? מיינט ער טאקע נאר ווען מען וויל? קען זיין.
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש
אוועטאר
נישט
שר האלף
תגובות: 1195
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 01, 2014 8:14 pm
לאקאציע: יסודו מעפר, וסופו לעפר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נישט »

לכתחילה אריבער האט געשריבן:א שיינע דערהער! וואס מיינט אבער דער רבי ר' אלימלך "האדם לא נברא בעולם רק לשבר את הטבע"? מיינט ער טאקע נאר ווען מען וויל? קען זיין.

חילי, גוט געכאפט!

פאר אלעס, מוז זיין ובחרת בחיים. לאמיר נעמען א דוגמא פון קרעמער וואס ער האט לויט אלע דעות מקיים דעם לשבר את הטבע. ווייסט פארוואס ער האט דאס געטוהן? ווייל ער האט געוואלט! און טאקע דערפאר אפילו ס'איז אים אנגעקומען גאר שווער האט ער עס דורכגעבראכן. ווי אזוי האט ער עס אדורכגעמאכט, ווייל אין דבר העומד מפני הרצון! אז ס'איז דא די רצון, מ'איז בוחר אזוי צוטוהן, די אינעליכע אינסטינקט פון הארץ וויל אזוי טוהן. דעמאלט קען מען דורכגיין דאס שווערסטע. אבער אויב איז נישט דא די רצון א שאד אנצוהייבן, ס'גייט נישט גיין, אחוץ בעבי סטעפס ווי אונז האבן געשמועסט.

גאט האט געגעבן פאר א מענטש איין איינציגסטע זאך וואס אויף דעם איז ער בעל הבית. דאס איז די "בחירה", עד כאן, פון דארט אין ווייטער איז הכל בידי שמים. די עבודה פון א איד איז צו "בוחר זיין בטוב" און אויב טוט ער נישט קיין טוב, איז קלאר אז ער האט נישט בוחר געווען. און אז ער איז בוחר, איז קלאר אז ער גייט עס טוהן טראץ אלע זיינע שווערעקייטן.
לעצט פארראכטן דורך נישט אום זונטאג יולי 20, 2014 2:31 pm, פארראכטן געווארן 2 מאל.
אוועטאר
נישט
שר האלף
תגובות: 1195
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 01, 2014 8:14 pm
לאקאציע: יסודו מעפר, וסופו לעפר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נישט »

עליכם שלום האט געשריבן:הרב נישט - ווילסט שטייגן? דעמאלטס קודם שאקעל זיך אביסעל אוועק פונעם אינטערנעט באנוץ וואס אלע גדולי רבנים האבן דאס געאסר'ט! ;l;p- :grin: :grin: :grin:

ווי אזוי פלעגט נאר מיין מגי"ש זאגן. א נאר לאכט פון זיין אייגענע דשאוק...

אויב האלסטו אז די טוסט אן "איסור" בשעת'ן שרייבן אויף אייוועלט, ביטע מאך צו דיין ניק, און הער אויף עובר זיין איסורים יעדע רגע...
אוועטאר
לוי יצחק
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4362
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש דעצעמבער 01, 2012 11:20 pm
לאקאציע: זאג אמר רבי בנימין...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לוי יצחק »

ייש"כ. זייער שיין. כאטש אז ס'איז יש לדון בהדברים, אבער ס'זיכער געווען וואס האבן אזוי געהאלטן.

איין טובה נאר, ביטע מאך נאך א ספעיס צווישן יעדע פאראגראף, ס'איז אביסל קלאסטערפאוביק (גוט געשריבן?).
א דאנק פאר אלע וואס טוען אונז אפדעיטן כסדר.
אוועטאר
נישט
שר האלף
תגובות: 1195
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 01, 2014 8:14 pm
לאקאציע: יסודו מעפר, וסופו לעפר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נישט »

לוי יצחק האט געשריבן:ייש"כ. זייער שיין. כאטש אז ס'איז יש לדון בהדברים, אבער ס'זיכער געווען וואס האבן אזוי געהאלטן.

איין טובה נאר, ביטע מאך נאך א ספעיס צווישן יעדע פאראגראף, ס'איז אביסל קלאסטערפאוביק (גוט געשריבן?).

אדרבא ר' לוי יצחק, כ'האב עס געשריבן כדי מען זאל מדין זיין דא דערויף, און אזוי ארום וועט יעדער ווערן קלארער
אונז ווארטן צו הערן
אוועטאר
לוי יצחק
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4362
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש דעצעמבער 01, 2012 11:20 pm
לאקאציע: זאג אמר רבי בנימין...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לוי יצחק »

קודם, ייש"כ פארן ספעיסן.

אי"ה האף מיר צוריקצוקומען ביי געלגענהייט.
א דאנק פאר אלע וואס טוען אונז אפדעיטן כסדר.
שרייב תגובה

צוריק צו “אז נדברו”