ווי אזוי פירט מען א שבת'דיגע סעודה?

געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
להגדיל שמו
שר האלפיים
תגובות: 2043
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 03, 2013 8:40 pm
לאקאציע: אין פלאץ

תגובהדורך להגדיל שמו » מיטוואך יולי 16, 2014 12:07 am

שכוח רב נישט, אזוי שיין אראפ צילייגען אין אפאר שורות, ממש א מחיה.
אויב האב איך עפעס געטיען wראנג ברבים מוסר מיך דארט, שיק מיך נישט אין אישי

אוועטאר
fiena nieas
שר האלפיים
תגובות: 2105
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 23, 2011 8:56 am

תגובהדורך fiena nieas » מיטוואך יולי 16, 2014 12:12 am

עסן טאקע מענטשן סושי פיש ביי די שבת'דיגע סעודה?

אוועטאר
זאל ער קומען
שר האלף
תגובות: 1950
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 04, 2011 12:25 am
לאקאציע: בעיקבתא דמשיחא

תגובהדורך זאל ער קומען » מיטוואך יולי 16, 2014 12:13 am

עסן טאקע מענטשן הערינג ביי די שבת'דיגע קידושים?
זאלער, וואס וועט זיין מיט אפאר דאלער...

אוועטאר
להגדיל שמו
שר האלפיים
תגובות: 2043
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 03, 2013 8:40 pm
לאקאציע: אין פלאץ

תגובהדורך להגדיל שמו » מיטוואך יולי 16, 2014 12:15 am

מען קען שוין סטאפען? !
אויב האב איך עפעס געטיען wראנג ברבים מוסר מיך דארט, שיק מיך נישט אין אישי

אוועטאר
derech eretz
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4109
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 04, 2011 3:13 pm

תגובהדורך derech eretz » מיטוואך יולי 16, 2014 12:15 am

אין איינע פון די אשכולות לעצטנס האט איינער הערליך באשריבן זיין שבת'דיגע סעודה מיט די קינדער, ווער געדענקט ווער און וואו דאס איז געווען?

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14185
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

תגובהדורך שוועמל » מיטוואך יולי 16, 2014 12:25 am

די הייליגע רב זצ"ל האט איינגעזאלצן הערינג אנהויב וואך. אויב האט זיך געמאכט פרישע פיש פרייטיג האט מען געגעסן ביידע, געקאכטע און געווייקטע.
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)

אוועטאר
נישט
שר האלף
תגובות: 1180
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 01, 2014 8:14 pm
לאקאציע: יסודו מעפר, וסופו לעפר

תגובהדורך נישט » מיטוואך יולי 16, 2014 12:34 am

fiena nieas האט געשריבן:רב נישט פיין געשריבן,אבער בנוגע די טוישן די עסן ווייסעך נישא, וואסערע צורה האט עס אויפן שבת טיש פיינע טונע אדער סושי??

אין ביי שלוש סעודות פארשטייסטו יא וועלכע צורה האט צו עסן טונא?

אַבּערוואַס האט געשריבן:כ'האף איר זענט נישט ברוגז, אבער איר ווילט אויך נישט אז אייערע קינדער זאלן עסן פיצא אנשטאט חלה (מיט א המוציא שטייטצעך) ווייל דאס האבן זיי בעסער ליב...

איר האט נאך קיינמאל נישט געגעסן פיצא ביי מלווה מלכה? אויב נישט, וואויל פאר אייך, אבער ס'איז דא זייער אסאך אידן וואס עסן יא פיצא פאר מלווה מלכה
אַבּערוואַס האט געשריבן:און נאך עפעס, גיין מיט שטריימל און בעקיטשע שטייט אויך נישט און שו"ע... איז ווי טיילט זיך דאס?

גיין מיט א שטריימל איז א מנהג חסידות, און עסן פיש איז אויך א מנהג חסידות, אבער די בעש"ט האט נישט געגעסן די זעלבע רעסעפי פיש וואס די עסט, עניוועי.

אַבּערוואַס האט געשריבן:און ווי איך פארשטיי, האבן אונזערע עלטערן און רבי'ס האבן לכאורה אויך נישט יעדער געטיילט דעם זעלבן טעיסט, און אעפ"כ האבן זיי אלע געגעסן די זעלבע מאכלים (אפשר אביסל אנדערש גע'ספייסד..), כ'מיין דאס זאגט פאר זיך גאר אסאך, און אלס מסורה דארפן מיר באמת נישט מער ווי דאס.

זה אשר דברנו, עסן פיש אנדערש געקאכט, עסן זופ אנדערש געקאכט

אַבּערוואַס האט געשריבן:איבריגענס, ס'זענען אבער יא דא געשריבענע גאר שטארקע מקורות דערויף יסודתן בהרי קודש בהלכה ובחסידות, כ'האב נאר נישט קיין אדרעסן כרגע, אבער דאס נעמט נישט אוועק פינעם יסוד הדבר, ואדרבה הידענים יציינו.

ביזדערווייל האב איך נישט געטראפן קיין רעסיפי אויף פיש אין קיין שום חסידיש ספר

זאל ער קומען האט געשריבן:אלע צדדים זענען שוין מער ווייניגער ארויסגעברענגט. והמציינים יציינו.

ביזדעווייל בין איך נאכנישט קלאר מיט "אלע" צדדים, ועי' בנעקסטע קוואט
זאל ער קומען האט געשריבן:מזכרוני דאכט זיך אז דער בני יששכר זאגט אז די מאכלי שבת (פלייש, וויין, חלה, קוגל, אייער, טשולענט וכו') זענען איינגעפירט געווארן ווייל די מאכלים דייקא ברענגען מיט זיך דעם ענין פונעם מן, און היות ביים מן האט מען געקענט שפירן אלע סארטן טעמים, מיינט דאס איז זיי האבן געהאט אין זיך אלע אינערליכע נערונג און היילונגס כוחות פון אלע מיני געוואוקסן און מאכלים. און וועגן דעם עסט מען צי פיש, קנאבל, און די פאר זאכן וואס דער מן האט נישט געדעקט.

זייער גוט געזאגט, פון דעם רעדן מיר טאקע, וועלכע סארט פיש זאל מען עסן?

זאל ער קומען האט געשריבן:קומט אויס אז מיט עסן די מאכלים דוקא האט מען שוין געדעקט 'אלע' סארטן מאכלים בכוח, אבער צולייגן נאך (דיפים וחיפים) איז לכאורה נישט קיין צוריקהאלט. און אויב האט מען יא געוויסע מאכלים וואס פיט נישט בתוך הסעודה קען מען עסן ביי קידוש אינאיינעם מיט'ן שלום בית קוגל. הערינג, סושי, גאלע, יאפטשיק כל אחד לפי כבודו וכובדו…

שלום בית קוגל - איז א געוויסע סארט קוגל
הערינג - איז פיש(אויב די האסט נישט געוואוסט)
סושי- אויך פיש
גאלע - פלייש
יאפטשיק - איז קוגל אויסגעמישט מיט פלייש
הקיצור אלע מאכלים וואס דירעכנסט אויס דא, האסטו פריער אויכעט אויסגערעכנט אז אין דעם ליגט אלע טעמים אזוי ביי די מן

לכתחילה אריבער האט געשריבן:איך האב אלס געמאכט א שטיקל פשרה צווישען די וואס עסן "סושי" אנשטאט פיש וכדו', און די וואס עסן די "היינטיגע" דיפס, תחינא, חריף, דיל, אליוו וכו'.

די אלטע מאכלים טאר מען נישט משנה זיין. די נייע דיפס, ווילאנג עס טוישט נישט די כאראקטער פון די סעודה, איז קמעא קמעא בטל. מען טרעפט שוין אין די הלכה אזא באגריף.

מען האט נישט גערעדט פון עסן "סושי אנשטאט פיש" מען האט גערעדט פון עסן אן אנדערע מינע פיש וואס רוב עולם עסט היינט, אין האט נישט קיין שום מקור, אז מען דארף עסן פונקט די רעסיפי
ווייטער וואס די שרייבסט וועגן דיפס, אין די צייטן פון חז"ל האט מען נישט געגעסן קיין שטיקל ברויט חלה אן איינטינקן אין דיפ, כל אחד ואחד

fiena nieas האט געשריבן:עסן טאקע מענטשן סושי פיש ביי די שבת'דיגע סעודה?

ביי מיר עסט מען ב"ה יעדע וואך אן אנדערע סארט פיש, גראדע סושי האבעך נאכנישט אויספרובירט, אי"ה עוד חזון למועד
---
סך הכל
כ'האב ח"ו נישט געוואלט מען זאל משנה זיין, כ'ברענג נאר ארויס, מען מעג ארויסגיין פונעם באבל וואס מען איז געוואינט די לעצטע פופציג יאר דא אין אמעריקע, אין טוהן וואס אלע ערליכע אידן האבן געטוהן אין אלע דורות, אז די גוטע עלעגאנטע מאכלים האט מען אוועקגעלייגט פאר שבת קודש
און יא! ביי מיר האט דאס פאסירט, דאס אוועקלייגן די גוטע עסן אויף שבת, אין נישט פאר א גרינע מיטוואך האט געהויבן די קדושת השבת, האט געהויבן אז פון דאנערשטאג נאכט רעדן שוין מיינע קינדער פון שבת, ב"ה.

אוועטאר
מילכיגער
שר האלפיים
תגובות: 2588
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 20, 2011 4:41 pm

תגובהדורך מילכיגער » מיטוואך יולי 16, 2014 12:36 am

אַבּערוואַס האט געשריבן:
אנעים זמירות האט געשריבן:איך עס סושי אין צוגאב צו טראדיציאנעלע פיש.

און איך טרינק קאלע סאדע און צוגאב צו די "טראדיציאנאלע" סעלצער...

און איך עס אייזקרים אין צוגאב צו ווארימע קוגל
Dear Milkman: From now on please leave two pints every other day and one pint on the days in between, except Wednesdays and Saturdays when I don't want any milk.

אוועטאר
מחותן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9999
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 09, 2010 11:39 am

תגובהדורך מחותן » מיטוואך יולי 16, 2014 12:37 am

זייער געשריבען הרב ״נישט״.

------
בנוגע דיין לעצטע פארגראף.

ביי משפחת מחותן פירט מען זיך טאקע די לעצטע יאר צוויי צו עסן פרייטאג צו נאכטס געבאקענע הייסע סעלמאן אויף די לאנגע לאקשן, און ווען דאס ווערט נמעס טוישט מען צו סעלמאן געקאכט אין טעמעטא סאוס. טייל מאל מאכט מען טאקע פיש געקאכט אין קאטשניאו, און טייל מאל פיש באלס אין טעמאטע סאוס, די עיקר איז אז מען זאל נישט מאכען קיין עסק פינקטליך מיט וועלכע רעסעפי די פיש איז געקאכט, מען האט אינזין אז עס זאל לא להנאת גיפי נאר לכבוד שבת און א עונג שבת.

פאר פלייש געבט מען אויף הייסע לעבער אויף פערפעל, און דערמיט איז מען יוצא די מצווה פון עונג שבת, מען עס א מאכל פון צדיקים ווייל כידוע איז עסן אלע רבי'ס לעבער, און אזוי אויך איז מען דערמיט נזהר פון די הארבע עבירה פון בל תשחית, כמעט אין אלע יודישע שטיבער גייט פלייש אין גארביטש ווייל קיינער ברויך עס שוין נאך די לאנגע סעודה ביז אהער..
לעצט פאראכטן דורך מחותן אום מיטוואך יולי 16, 2014 12:57 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אוועטאר
להגדיל שמו
שר האלפיים
תגובות: 2043
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 03, 2013 8:40 pm
לאקאציע: אין פלאץ

תגובהדורך להגדיל שמו » מיטוואך יולי 16, 2014 12:46 am

זאל ער קומען האט געשריבן:און אויב האט מען יא געוויסע מאכלים וואס פיט נישט בתוך הסעודה קען מען עסן ביי קידוש אינאיינעם מיט'ן שלום בית קוגל. הערינג, סושי, גאלע, יאפטשיק כל אחד לפי כבודו וכובדו…

איך וועלעכע אייך פארציילען א סוד, גאלע איז א מאכל וואס קדושים האבען געגעסען, און עס האט מיט מידות יסוד.
אויב האב איך עפעס געטיען wראנג ברבים מוסר מיך דארט, שיק מיך נישט אין אישי

אוועטאר
נישט
שר האלף
תגובות: 1180
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 01, 2014 8:14 pm
לאקאציע: יסודו מעפר, וסופו לעפר

תגובהדורך נישט » מיטוואך יולי 16, 2014 12:51 am

כ'מיין די קעפל קען מען שוין טוישן

שואל כענין
שר מאה
תגובות: 193
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 07, 2014 4:03 pm

נישט צווינגען קינדער צו זיצן ביים טיש

תגובהדורך שואל כענין » מיטוואך יולי 16, 2014 1:02 am

איך האב אמאל געהערט א חינוך דרשה האט ער שטארק ארויס געברענגט אז כדי די קינדערליך זאלן בלייבן מיט א גיטן טעם פון שב"ק טאר מען זיי נישט צווינגען צו בלייבן זיצן ביים גאנצען שבת טיש,ווייל פאר די אינגע קינדער וואס קענען נאך נישט מיטהאלטן די גאנצע סעודה צו ווייל עס איז צו לאנג צו מאיזה סיבה שהוא און מען הייבט איהם אן אנצושרייען בלייב זיצן אדער זעץ דיך אראפ הייבט דאס קינד פיינט צו האבן דעם שבת און ער וויל נישט שבת זאל קומען עס איז פאר איהם אן אפקומענישט, נאר אזוי ווי דאס קינד פילט אז עס איז שוין גענוג געווען זאל ער איהם זיך לאזן גיין שפילן און נישט נאר לאזן גיין נאר איהם לאזן און הייסן קום שפיל דיך דא און דיינונג ראם, ווייל אזוי וועט ער מיט האלטן ווייטער די סעודה אטוימאטיש למשל ביים זינגען זמירות אדער רעדן פון די סדרה ווען ער וועט הערן עפעס וואס איז נוגע פאר איהם וועט ער שוין איינמאל קומען צו לויפן אין דערציילן וואס ער האט צו זאגן, און ער בלייבט מיט א גוטע טעם פונעם שבת סעודה.
סאיז בדוק ומנוסה פראבירט דאס אויס

אוועטאר
מחותן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9999
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 09, 2010 11:39 am

תגובהדורך מחותן » מיטוואך יולי 16, 2014 1:14 am

ביי אונז האט זיך אויסגעשטעלט אז די שענסטע מיניטען איז ביי די באטע פרייטיג צונאכטס, און ביי קידוש שבת צופרי.
ביי אונז פראוועט מען יעדע וואך א באטע חק ולא יעבור, די באטע נעמט צומאל לענגער ווי די סעודה, מען זינגט, מען טאנצט, מען שמיעסט, מען קייט קעיק ניסלך און פרוכט, ווינטער געבט מען אויף מער מאכלים ווי זימער.. עס איז די בעסטע מינוטען ווען יעדער איז גרייט צו פארברענגן, הערן, זאגען, און זיך אויסגעבן.

שבת צופרי נעמט די קידוש טייל מאל איבער א שעה, מען עסט, מען שמיעסט, מען פארהערט די גאר קליינע, מען זעט וואס די סקול האט אהיים געשיקט, עס איז א צייט וואס מען איז נישט אנגעגעסן נאך א טושלענט און מען איז נישט הונגעריג, די קאפ איז דא צו זיצען, הערן, און פארברענגן.

עליכם שלום
שר חמישים
תגובות: 62
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 29, 2014 2:48 pm

תגובהדורך עליכם שלום » מיטוואך יולי 16, 2014 9:37 am

הרב נישט, פלאי פלאים וזכות הרבים תלויה בך, והשומע לדבריו מובטח לו לטעם רוחני וגשמי ביום השבת, ממנו ילמדו וכן יעשו!

סיפר לי אחד ששהה פעם בשב''ק אצל הגרמ''פ ז''ל בעל אג''מ, וראה איך שילד אחד (מנכדיו של ר''מ) שיחק עם משחק שהשמיע נגינה (עלעקטריק או בעטער''י) ותמה הלה על מה שאין הסבא מוכיח לנכדו, א''ל ר' משה: ''פון זאגן פאר א קינד ''ניין-שבת, ניין-שבת'', וואקסן אויס גויים''! כל זה שמעתי מפיו. והיינו שאם יש אוירה של לחץ בתוך הבית, אז יש שנאה על השבת.
וידועים דברי הגאון הנ''ל שביאר, למה ראינו שהיו משפחות מועטות בארה''ב בימים הקדמונים, אשר לא כרעו לבל, ולא נטמעו בין האומות ודרכיהם, כמו שאר רוב אחב''י שנטו מן הדרך בעוה''ר,
כי הם הכניסו טעם וגעשמאק ביום השבת בבניהם, ולכן נשאר לבניהם טעם מתוק בפיו משבת קודש ומאידישקייט בכלליות,
ורבי משה היה חוזר על דברים האלו בכל עת מצוא כמו שידוע אצל תלמידיו, והדברים עתיקין.

יאנקעלע קליגער
שר האלפיים
תגובות: 2823
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אפריל 30, 2013 5:18 pm

תגובהדורך יאנקעלע קליגער » מיטוואך יולי 16, 2014 11:17 am

derech eretz האט געשריבן:אין איינע פון די אשכולות לעצטנס האט איינער הערליך באשריבן זיין שבת'דיגע סעודה מיט די קינדער, ווער געדענקט ווער און וואו דאס איז געווען?


קרעפטיג האט געשריבן:
ס'האט מיר פארציילט א אינגערמאן וואס האט פאר עטליכע יאר צוריק באשלאסן זיך פארצוגרייטן גוט ערב שבת יעדע וואך וואס צו שמועסן ביי די שבת'דיגע טישן, נישט קיין תורות נאר אינטערעסאנטע ידיעות, מדרשים אויף די סדרה, מעשיות פון צדיקים, סתם ווערטלעך פון דא און דארט, ביז דעמאלטס האט ער געפירט א רעגולער שבת טיש, געגעסן, געזינגען, אפשר געזאגט א תורה'לע, אבער ס'איז געווען שוין נו ווי מ'זאגט "נארמאל".

ער האט אנגעהויבן זיך פארצוקוקען שעות אריכות איבער די וואך ווען ער האט געהאט א געלעגענהייט קוקט ער אריין אין א ספר וואס ער טראכט ס'קען אים צוניץ קומען, ילקוט מעם לןעז, מדרשים, יארצייטן פון צדיקים, אמונה און בטחון מעשיות, השגחה פרטיות, אביסל אינטערעסאנטע הלכות אא"וו.

סאו ביים שבת טיש קומט ער אנגעלאדענט מיט א באגאזש מיט אלע מינע ידיעות, די רעזולטאט: אלע קינדער מגדול ועד קטן זיצן צוגענאגעלט מיט אפענע מיילער און ווילן זיך בשום אין אופן אויפהייבן, ווען ער זאגט "שיר המעלות" הערט מען אזא קרעכטץ פון עטליכע קינדער... יוי אזוי שנעל ? און דאס קען זיין אפילו נאך דריי שעה זיצן ביים טיש, די אינגלעך ווילן בשום אין אופן נישט ארויסגיין זיך שפילן אפילו ער זאגט זיי גייטס שפילטס ענק, זיי ווילן נישט פארפעלן קיין איין ווארט, דער בחור וויל נישט גיין שלאפן אפילו די טאטע זאגט אים אז ער מוז נישט אזוי לאנג זיצן ביים טיש, די מיידלעך וואס פלעגן ביז דעמאלטס זיין מער אין קאך ווי ביים טיש קען מען נישט אויפהייבן פון טיש צו העלפן ארייברענגן די זיפ נאר טאמער טאטי זאגט צי צו זיין שטיל ביז זיי קומען צוריק... זיי בעטן מיט די אויגן נאך און נאך און ס'ליגט אויף זיי אויסגעשפרייט א ליכטיגע רואיגקייט פון שבת.

ער זאגט אויך אז אויב מאכט זיך אז ער ווייסט ער וועט עסן סאפער מיט זיינע קינדער איין נאכט גרייט ער זיך אן פאר דעם מיט עפעס א מעשה, א חידה, א דזשאוק און ער קען אפזיצען ביי א פלעינע גרינע סאפער א צוויי שעה און יעדער פארגעסט פון האום ווארק, טויס, לייען ביכלעך, שפילן אויף די גאס, מ'קען זיי נישט רירן, מ'קען זיך אויך פלעין נעמען זינגען... פארוואס נישט ? זאל זיין לעבעדיג !!
אט דאס איז דער ציל !!! מאך דיין הויז אינטערעסאנט, שפרינג, טאנץ, אלעס אלעס דארף מען טון דאס קינד זאל ליב האבן זיין היים מער ווי אלעס וואס שמייכעלט אין די גאס.

אבער די גרעסטע באצאלונג זיינער, איז ווען ער האט דעס געהערט אליינס פון די קינדער, זיין עיקר ציל צו וואס ער האט געוואלט אויפטון און זען פירות פון זיין ארבייט האט ער באקומען ווען ער איז געגאנגען זומער באזוכען זיינע צוויי גרויסע מיידלעך אין קעמפ, אינמיטן שמועסן האבן זיי ערווענט אז קעמפ איז טאקע א מחיה אבער זענען מקנא די אינגערע געשוויסטער וואס זענען אינדערהיים שבת און זיי נישט, א גאנץ שבת טראכטן זיי דערפון, פון וואס רעדט טאטי די וואך ביים טיש ? אדער ביי סאפער.

דאס האט אים געגעבן אנצוהערן אז זיין היים האלט א פעסטע מלחמה מיט די גאס, אז זיינע קינדער זעען גליק און ווילן זיין אינדערהיים.
העי! דו, זיי נישט אזוי פארזעצט,
עפעס א לחלוחיות גוטסקייט איז אראפגערונען צו דיר אויך, אז דו וועסט עס איינזען וועסטו אנהייבן שפירן אז אך טוב וחסד ירדפוני.

אור
שר האלף
תגובות: 1935
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 14, 2011 12:20 pm

תגובהדורך אור » מיטוואך יולי 16, 2014 12:15 pm

איך מיין אז איינע פון די וויכטיגסטע זאכן איז נישט צו צוען די סעודה איבער די מאס און סתם ארומשלעפן, די קינדער האבן נישט קיין געדולד.
קורץ און שארף, א שיינע מעשה א געשמאקע ניגון, פארהער די שאלות און געגאנגן, אזוי וועלן זיי ווארטן דערויף אגאנצע וואך

לאו דוקא
שר מאה
תגובות: 234
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 18, 2012 12:11 pm

תגובהדורך לאו דוקא » מיטוואך יולי 16, 2014 12:32 pm

עליכם שלום האט געשריבן:הרב נישט, פלאי פלאים וזכות הרבים תלויה בך, והשומע לדבריו מובטח לו לטעם רוחני וגשמי ביום השבת, ממנו ילמדו וכן יעשו!

סיפר לי אחד ששהה פעם בשב''ק אצל הגרמ''פ ז''ל בעל אג''מ, וראה איך שילד אחד (מנכדיו של ר''מ) שיחק עם משחק שהשמיע נגינה (עלעקטריק או בעטער''י) ותמה הלה על מה שאין הסבא מוכיח לנכדו, א''ל ר' משה: ''פון זאגן פאר א קינד ''ניין-שבת, ניין-שבת'', וואקסן אויס גויים''! כל זה שמעתי מפיו. והיינו שאם יש אוירה של לחץ בתוך הבית, אז יש שנאה על השבת.
וידועים דברי הגאון הנ''ל שביאר, למה ראינו שהיו משפחות מועטות בארה''ב בימים הקדמונים, אשר לא כרעו לבל, ולא נטמעו בין האומות ודרכיהם, כמו שאר רוב אחב''י שנטו מן הדרך בעוה''ר,
כי הם הכניסו טעם וגעשמאק ביום השבת בבניהם, ולכן נשאר לבניהם טעם מתוק בפיו משבת קודש ומאידישקייט בכלליות,
ורבי משה היה חוזר על דברים האלו בכל עת מצוא כמו שידוע אצל תלמידיו, והדברים עתיקין.

אלעס וואס מ'שרייבט איז אמת ויציב ס'איז די שטערקסטע זמן (און אפשר די איינציגסטע) פון חינוך במשך די וואך און אוודאי דארף ביי די סעודות שבת זיין די געשמאקסטע אטמעספערע וואס שייך, אזויו וי דער עולם ברענגט ארויס דא , און ייש"כ הרב נישט.

אבער דאס וואס די ברענגסט דא פון הגר"מ פיינשטיין ז"ל בין אני הק' טאטעל מחולק א קינד דארף דאס זען און דאס איז איז א חלק פונעם חינוך אויפ'ן סור מרע און ס'איז נישט קיין סתירה מ'קען שרייען ווען א קינד צינדט אן א לעקטער שב"ק און תיכף דערנאך הערליך פארברענגען און זינגען טאנצן ביים שבת'דיגן סעודה.

איי ר' משה? כבודו הגדול במקומו מונח.

אוועטאר
אַבּערוואַס
שר האלפיים
תגובות: 2179
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 02, 2013 5:13 pm

תגובהדורך אַבּערוואַס » מיטוואך יולי 16, 2014 12:54 pm

לאו דוקא, דו האסט מיר ארויסגענומען די ווערטער פין מויל!

איך וואלט נאר צוגעלייגט, אז באמת, קען מען דאך לויט די מעשה פין רמ"פ זאגן די זעלבע אויף יעדע מצוה אדער עבירה, מ'טאר נישט מחנך זיין ווייל ס'וועט בלייבן א ביטערע טעם אין מויל, איי די נקודה פין "ניין-שבת" וואקסן אויף גוים,איו א ראי' פין די אידן אין אמעריקע, לע"ד איז דער משל נישט דומה לנמשל כלל ועיקר, דארטן איז געווען אן אופן פון קרעכצן, ודו"ק.

ואגב, ס'דא א באקאנטע מעשה פינעם מ"מ ר' שלום שוואדראן ז"ל, ווי ער נאגלט זייער שטארק אראפ די נקודה פין חינוך אויף שב"ק ביי גאר קליינע קינדער (דוכט זיך אז די מעשה איז גראדע פארגעקומען דא אין אמעריקא).
ווארט א מינוט, לאמיך נאכקוקן...

צעיר באלפי ישראל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 316
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 07, 2010 12:54 pm

תגובהדורך צעיר באלפי ישראל » מיטוואך יולי 16, 2014 1:43 pm

המעשה של הגרמ"פ זצ"ל לכאורה לא אמת ולאו מר בר רב אשי חתים עליה, כי הרי נפסק בשו"ע סי' שמ"ג
קטן אוכל נבילות אין ב"ד מצווין להפרישו אבל אביו מצווה לגעור בו ולהפרישו (מאיסור דאורייתא) ולהאכילו בידים אסור אפילו דברים שאסורים מדברי סופרים וכן אסור להרגילו בחילול שבת ומועד ואפילו בדברים שהם משום שבות: הגה וי"א דכל זה בקטן דלא הגיע לחינוך אבל הגיע לחינוך צריכים להפרישו (תוספות פרק כ"כ), ועח' במ"ב שם דעל האב מוטל להפרישו אפילו מאיסור דרבנן, רק אין על הב"ד לכופו

ואולי לא היה בזה איסור לפי דעת תורתו הגדולה.

בקיצור צרכים להבין הסיפור.

משמש
שר חמישים ומאתים
תגובות: 358
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 29, 2009 10:02 am

תגובהדורך משמש » מיטוואך יולי 16, 2014 1:54 pm

ולא פליגי
מ'קען זאגן 'ניין, שבת' אויף פארשידענע וועגן,
נ י י ן --- ש ב ת
אדער, שעפעלע מ'טאר נישט, ס'איז שבת קודש היינט
קאמענטארן זענען איבעריג?! אינגאנצן נישט!

אוועטאר
מחותן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9999
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 09, 2010 11:39 am

תגובהדורך מחותן » מיטוואך יולי 16, 2014 1:56 pm

די מעשה האט נישט קיין הענט און קיין פוס, אפילו פון א חינוך בליק מאכט עס נישט קיין סענעס בשעת עס איז אנגענימען א קינדער מעגן און זאלען זען אז עלטערן האבן א אימת שבת.. מען מוז דאך אויסלערנען פאר די קינדער וואס שבת איז...

מיט אזעלכע משות קען מען אפווישען אלעס, אויב טאר מען נישט שרייען "ניין שבת" וואס מעג מען יא אויסלערנען די קינדער? לא תגנוב מעג מען יא אויסלערנען?

אוועטאר
זאל ער קומען
שר האלף
תגובות: 1950
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 04, 2011 12:25 am
לאקאציע: בעיקבתא דמשיחא

תגובהדורך זאל ער קומען » מיטוואך יולי 16, 2014 1:59 pm

און מ'קען אויך געבן א קוויטש: שבת!
אז ס'זאל זיך דאכטן דעם קינד אז ער האט גע'הרג'ט זיין עלטער באב'ן,
אויפ'ן זעלבע אופן ווי א מאמע שרייט "הייס!" ווען דאס קינד גייט צי צום אפענעם הייסן אויוון.
אזוי וועט עס אים אריינגיין אין די ביינער און ציטערן דערפון אפילו ער פארשטייט עס נישט.
און וועט פארשטיין (אדער נישט) ווען ער וועט גרויס ווערן.
זאלער, וואס וועט זיין מיט אפאר דאלער...

אוועטאר
נישט אלעס איז אמת
שר חמש מאות
תגובות: 911
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 15, 2013 2:45 pm
לאקאציע: אין א וועלט פון שקר

תגובהדורך נישט אלעס איז אמת » מיטוואך יולי 16, 2014 4:40 pm

עליכם שלום האט געשריבן:הרב נישט, פלאי פלאים וזכות הרבים תלויה בך, והשומע לדבריו מובטח לו לטעם רוחני וגשמי ביום השבת, ממנו ילמדו וכן יעשו!

סיפר לי אחד ששהה פעם בשב''ק אצל הגרמ''פ ז''ל בעל אג''מ, וראה איך שילד אחד (מנכדיו של ר''מ) שיחק עם משחק שהשמיע נגינה (עלעקטריק או בעטער''י) ותמה הלה על מה שאין הסבא מוכיח לנכדו, א''ל ר' משה: ''פון זאגן פאר א קינד ''ניין-שבת, ניין-שבת'', וואקסן אויס גויים''! כל זה שמעתי מפיו. והיינו שאם יש אוירה של לחץ בתוך הבית, אז יש שנאה על השבת.
וידועים דברי הגאון הנ''ל שביאר, למה ראינו שהיו משפחות מועטות בארה''ב בימים הקדמונים, אשר לא כרעו לבל, ולא נטמעו בין האומות ודרכיהם, כמו שאר רוב אחב''י שנטו מן הדרך בעוה''ר,
כי הם הכניסו טעם וגעשמאק ביום השבת בבניהם, ולכן נשאר לבניהם טעם מתוק בפיו משבת קודש ומאידישקייט בכלליות,
ורבי משה היה חוזר על דברים האלו בכל עת מצוא כמו שידוע אצל תלמידיו, והדברים עתיקין.


מיט דעם קען מען פארשטיין פארוואס רביה"ק מסאטמאר זי"ע האט אוועק געמאכט אלע מעשיות
געדענק!! צייט קומט נישט צוריק

ווער איז דאס
שר מאה
תגובות: 110
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מאי 11, 2018 9:12 am

תגובהדורך ווער איז דאס » זונטאג סעפטעמבער 02, 2018 4:02 pm

עסען שבת די פיש מיט די הענט!
מקור ביטע איז דאס א ענין. מנהג. כמו הלכה. חסידישקייט.
שכח

אוועטאר
שטאלצער יוד
שר האלפיים
תגובות: 2395
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 19, 2016 2:00 pm

תגובהדורך שטאלצער יוד » זונטאג סעפטעמבער 02, 2018 4:07 pm

ווער איז דאס האט געשריבן:עסען שבת די פיש מיט די הענט!
מקור ביטע איז דאס א ענין. מנהג. כמו הלכה. חסידישקייט.
שכח

א פסוק. וכל דגי הים בידכם ניתנו.


צוריק צו “היימישע קרעטשמע”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: פייערקרעקערס און 14 געסט