ווי אזוי פירט מען א שבת'דיגע סעודה?

אפהאנדלונגען און דיסקוסיעס בענינים העומדים על הפרק

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
דניאל אויערבאך
שר ששת אלפים
תגובות: 6378
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 08, 2017 4:31 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דניאל אויערבאך »

דאס איז א מקור?
ס'נאר א רמז
עס שטאמט פון די חסידישע רביים
ישיחנה
שר מאה
תגובות: 175
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יאנואר 22, 2016 9:46 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ישיחנה »

שואל כענין האט געשריבן:איך האב אמאל געהערט א חינוך דרשה האט ער שטארק ארויס געברענגט אז כדי די קינדערליך זאלן בלייבן מיט א גיטן טעם פון שב"ק טאר מען זיי נישט צווינגען צו בלייבן זיצן ביים גאנצען שבת טיש וכו'.
זאל ער איהם זיך לאזן גיין שפילן און נישט נאר לאזן גיין נאר איהם לאזן און הייסן קום שפיל דיך דא און דיינונג ראם, ווייל אזוי וועט ער מיט האלטן ווייטער די סעודה אטוימאטיש למשל ביים זינגען זמירות אדער רעדן פון די סדרה ווען ער וועט הערן עפעס וואס איז נוגע פאר איהם וועט ער שוין איינמאל קומען צו לויפן אין דערציילן וואס ער האט צו זאגן, און ער בלייבט מיט א גוטע טעם פונעם שבת סעודה.
סאיז בדוק ומנוסה פראבירט דאס אויס


איינער האט מיר עס נאכגעזאגט בשם המשפיע ר' יצחק אייזיק קרישעווסקי שליט"א
שואל כענין
שר חמישים ומאתים
תגובות: 291
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 07, 2014 4:03 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שואל כענין »

יעקב צוקערמאן
שר חמש מאות
תגובות: 705
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 05, 2014 1:27 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יעקב צוקערמאן »

טו בי האנעסט, איך זאג אלץ פאר מיינע קינדער. אז איך פיל זיך שלעכט און צוקלאפט, ביי מיין שוואגער קלאפט אלעס אזוי דעם שבת טיש, ממש גראד פונעם וואקסבערגער בוק ארויס. די קינדער זיצן ווי סאלדאטן, די ווייב סערווירט קעניגליך, מ'זינגט אויפ'ן טאקט. אבער ביי מיר קינדער, איז עס מער נאטורליך. און אויב א קינד וויל שוין ביים פיש גראד דעם טשולענט, ווייל ער הונגערט, וועט מען אים דאס געבן.

מיין בחור האט אמאל קאמאנדעוועט, אז דא פירט מען נישט קיין נארמאלע טיש, איך האב אים געענטפערט מיט צובראכנקייט אז איך ווייס פונעם פראבלעם, און איך ארבעט דערויף, אבער אז ער וויל א נארמאלן טיש זאל ער גיין צום שוואגער.
נאו נעים
שר מאה
תגובות: 155
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 14, 2019 9:20 am

רואיגע שבת טיש מיט תוכן - איז עס בכלל שייך?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נאו נעים »

איך בין אוודאי נישט די איינציגסטע, און אויך נישט פון א קליינע פראצענט וואס האט די שאלה.
מיט א משפחה פון קינדער קע"ה, קלענערע און אביסל גרעסערע איז זייער שווער צו האבן א רואיגע סעודת שב"ק. ס'איז זייער שווער צו צופרידן שטעלן יעדעם לויט זייער age.
מיר זוכן די חכמים - אלו בעלי ניסיון וואס האבן גוטע געדאנקן (מיט ריזאלטס א פּלאָס).

בעצם איז דא 2 חלקים.
1) רואיג, האלטן די חברה אין אין די ראמען בדרכי נועם
2) ברענגן אביסל תוכן פאר די עלטערע, וואס זאל זיי זיין אינטערעסאנט און געשמאק

(אויב איז שוין דא אזא ענליכע אשכול, אני מתחרט מהיום עוד, חרטה מעיקרא, ונא לציין את האשכול היכן הוא)
אוועטאר
אסדר לסעודתא
שר עשרת אלפים
תגובות: 11191
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אסדר לסעודתא »

די בעסטע איז צוגרייטן שיינע מעשיות. ס'קען זיין פון צדיקים, היינטיגע מיט א מוסר השכל, אדער סתם שיינע אינטערעסאנטע ידיעות. ס'האלט געשפאנט פון קליין ביז גרויס.

פארשטייט זיך אז נישט יעדע מעשה איז גוט, ס'דארף זיין גענוג אינטערעסאנט פאר עלטערע און מ'דארף עס גוט אראפלייגן פאר די קלענערע.
דער קאמפייןאיז שוין פארריבער, אבער מיינע ארטיקלעןזענען נאך מעגליך אקטועל
נאו נעים
שר מאה
תגובות: 155
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 14, 2019 9:20 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נאו נעים »

אסדר לסעודתא האט געשריבן:די בעסטע איז צוגרייטן שיינע מעשיות. ס'קען זיין פון צדיקים, היינטיגע מיט א מוסר השכל, אדער סתם שיינע אינטערעסאנטע ידיעות. ס'האלט געשפאנט פון קליין ביז גרויס.

פארשטייט זיך אז נישט יעדע מעשה איז גוט, ס'דארף זיין גענוג אינטערעסאנט פאר עלטערע און מ'דארף עס גוט אראפלייגן פאר די קלענערע.

נאה לשמך :wink:
ווייס מיר אז א מעשה קען זיין אינטערעסאנט פאר יעדן. וועלכע בּוקס וכו'?
אוועטאר
אסדר לסעודתא
שר עשרת אלפים
תגובות: 11191
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אסדר לסעודתא »

ס'איז דא אין די סטארס צענדליגע אזעלכע בוקס מיט שיינע מעשיות צו פארציילן פאר קינדער ביים שבת טיש.

איך פארצייל פון מיינע זכרונות אדער פון גליונות אין בית המדרש. די וואך האב איך דראמאטיש געשילדערט די הפטרה פון יונה הנביא. מיינע קינדער זענען געזעצן מיט אפענע מיילער ווען די פיש האט אים איינגעשלינגען....
דער קאמפייןאיז שוין פארריבער, אבער מיינע ארטיקלעןזענען נאך מעגליך אקטועל
אוועטאר
חוח בין השושנים
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4132
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 19, 2019 12:30 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חוח בין השושנים »

יאפ. מעשיות ארבעטן וואונדערבאר.

אבער מ'מוז זיך גוט צורייבן דעם חוש הדראמא, און לאזן דעם כח הדמיון/הציור אויסוועבן די הונדערטע קליינליכע דעטאלן וואס פעלן פונעם מקור.

איך צי געווענליך אויס א מעשה אין א שעה צייט. זיי זיצן פארגאפט. זיי קענען וויינען און לאכן בשעת'ן הערן, כאטש כ'געב אכטונג ס'זאל נישט ווערן צי שרעקעדיג.

אייביג זאג איך זיי נאכדעם וועלכע חלקים פון די מעשה זענען (דארפן צו זיין) אמת, און וועלכע חלקים זענען 'מסתמא' געווען בערך אזוי...

נאך א יאר-צוויי פארצייל איך איבער אלטע מעשיות. זיי בענקען זיך נאך די אלטע מעשיות. און זיי העלפן מיר געדענקען די נעמען פון די געשיכטע העלדן.

איי, וואס האט עס מיט א שבת סעודה? אייביג האט עס א מוסר השכל, אדער ידיעות איבער א צדיק וכדומה.

איך נוץ אויס די געלעגנהייט, אז ווען "דער רב זאגט זיין דרשה לכבוד דעם קעניג" אד"ג, ווארף איך אריין א עכטע דבר תורה, אדער הלכה, זאל שוין זיין...
אוועטאר
אסדר לסעודתא
שר עשרת אלפים
תגובות: 11191
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אסדר לסעודתא »

מעשיות פון צדיקים און מיט א מוסר השכל איז אויך די בעסטע מהלך אריינצובאקן יראת שמים און אמונה אין די קינדער בפרט אין היינטיגע דורות. מ'קען אריינלייגן אין א מעשה גאר אסאך, עס פארט גוט אריין אינעם קינד'ס מוח'ל און עס בלייבט דארט פאר יארן שפעטער.

ווער טראכט נישט פון די מעשה מיט'ן קדושת לוי ביים נעמען די אתרוג די ערשטע טאג סוכות?...
דער קאמפייןאיז שוין פארריבער, אבער מיינע ארטיקלעןזענען נאך מעגליך אקטועל
עפל קאמפאוט
שר חמש מאות
תגובות: 747
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 17, 2009 12:24 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עפל קאמפאוט »

איך האב שוין ברוך השם אויפגעגעבן צו זוכן א גענצליך רואיגע סעודה..... מיט א שטוב מיט קינדער ברוך השם איז דאס כמעט אוממעגליך... מעשיות וועט לענ"ד נישט העלפן ווען די האסט א שטוב מיט אלע עיזש'עס קינדער און נישט ממש יעדער איז אינטערסירט יעצט אין א דראמאטישע מעשה....

די בעסטע זאך וואס מען קען טוהן, איז אז דער טאטע אליין זאל זיך האלטן זייער שטארק רואיג און אויפגעלייגט, אזוי ארום קען מען טרעפן דא דארט אפאר רואיגע מינוט'ן צו שמועסן און פארברענגען צוזאמען, וואס דאס איז די געזונטסטע זאך פאר די גאנצע משפחה.

רוב מאל אנפאנג פון די סעודה טרעף איך עטליכע מינוט רואיג צו פארברענגען געשמאק מיט די קינדער, (און אפילו אין די שטיק צייט מאכט מען אויך עטליכע מאל שלום צווישן די קינדער... אויף א לייכטע פארנעם....) אבער אז דער טאטע איז אויפגעלייגט קען זיך די סעודה פירן רואיג און געשמאק אז יעדער זאל הנאה האבן.
אוועטאר
לעכטל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3991
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 27, 2019 6:03 pm
לאקאציע: ביד השי"ת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לעכטל »

פון די בעסטע זכרונות וואס איך האב פון מיין קינדערישע יארן, איז די הערליכע שבת'דיגע סעודות ביי מיינע עלטערן אינדערהיים!
מיין טאטע זאל זיין געזונט - אפי' ער איז דאמאלס געווען א טראק דרייווער... - האט געפירט א שבת'דיגע סעודה אזאנץ און אזעלעכטס, ער איז אנגעקומען 'יעדע וואך' גרייט מיט א שיינע מעשה און א לימוד פון די פרשה!
געווען צייטען וואס מ'האט פארגעלערנט אויך אין אן הלכה ספר.

ער האט פארשטאנען אז מען האט נישט קיין סאך די קינדער לעבן זיך א גאנץ וואך, חאטש שבת זאל עס זיין מיט די גאנצע קנאק!
און איך קען מעיד זיין אז דאס האט אסאך אסאך ציגעגעבן אין שטוב בכלל, דעמאלס איז אריינגעגאנגען די ערליכע השקפה אין די גאנצע שטוב.

ער האט אויס געניצט די גאנצע וואך ביים דרייוון, און געהערט 'ובלכתך בדרך טעיפס' און ווען ער האט געהערט עפעס שיין האט ער געוואוסט אז דאס וועט מען איבערדערציילן שבת פאר די קינדער!
די בעסטע וועג אויסצורעכענען דיין צוקונפט, איז דורכ'ן עס מאכן... (פרעזידענט לינקאלן)
אוועטאר
מצב כללי
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4759
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 18, 2013 7:09 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מצב כללי »

די פראבלעם איז אז איך בין נישט קיין בעל מספר איך קען נישט פארציילן א מעשה מיט דראמא אז עס זאל האלטן די קינדער געשפאנט.
זויבער
שר מאה
תגובות: 128
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 30, 2014 3:27 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זויבער »

צום אלעם ערשט וויל איך בארואיגן דעם שואל וואס צווישן די שורות זעהט זיך זיין צוקלאפטקייט צוליב די כאאס וואס הערשט ביי זיין שבת טיש, און שפירט וואס גייט פאר מיט מיר? פארוואס קען איך נישט פירן דעם שיינעם שבת טיש ווי יעדער איינער ווי די קינדערלעך זיצן אזוי שיין און זינגען שירות ותשבחות און פארברענגן מיט א געשמאק?

טייערער טאטע פון קינדערלעך!
איך וועל אייך פארטרויען דעם סוד וואס איך האב אויסגעפיגערט נאכן רעדן צו אסאך מענטשן וואס האבן מיר פארטרויערט וויאזוי עס קוקט אויס ביי זיי אין שטוב און ווי עס שטעלט זיך ארויס איז דאס די נארם, דאס שפילט זיך אפ ביי יעדע סעודה ביי יעדע קינדער געבענטשטע פאמיליע!
די שיינע שבתדיגע סעודות וואס מע רעדט דערפון ביי דרשות און מע ליינט אין די אויסגאבעס איז א בלויזער ׳מיט׳ און האט מיט רעאליטי גארנישט, ממילא נישטא זיך צו שפירן צוקלאפט דערוועגן, און איינמאל איהר ווייסט דעם סוד וועט איהר שוין אויטאמאטיש זיין רואיגער ביים טיש און וועט צוהעלפן צום מצב.

יעצט מיינע צוויי צענט אין דעם נדון, דער שבת טיש ריפלעקט אויף דעם גאנצן סטרוקטור פונעם שטוב, אויב דער טאטע ווי רוב היינטיגע טאטעס וואס זענען לויז בדרך כלל מיט די קינדער וועט דאס ארויסקומען שטארק ביים שבת טיש ווי מען ערווארטעט פון זיי פלוצים שטארקע סטרוקטור, זיצן שיין, עסן שיין, העלפן שיין, זינגען שיין, רעדן שיין, און אויסהערן שיין, פאלגן שיין, זיך פארטראגן שיין, איז יעצט אויב אגאנצע וואך און שבת ביז און נאך די סעודה זענען די אלע ענינים נישט אינפארסירט וואס קען מען פארלאנגען פלוצים ביים שבת טיש אז זיי זאלן זיך צושטעלן און דעליווערן דעם טאטן זיין דריעם פון פירן א הערליכע טיש בניך כשתילי זיתים סביב לשולחנך? זיי פירן זיך ס״ה אויף אקארדינגלי צו די גאנצע מהלך החיים און סטרוקטור פון זייער שטוב.

ממילא אין מיינע אויגן איז זייער שווער צו ענטפערן אויף די ספעציפישע פראגע פונעם שבת טיש, עס איז ברייטער פראגע בכלל איבער חינוך צוגאנג.
אוועטאר
Yang2020
שר האלף
תגובות: 1766
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש יולי 06, 2019 9:35 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Yang2020 »

אלע שרייבן דא זייער ריכטיג. מיינע צוויי סענט:


הייב אן פון אונטן ארויף, וואס עלטער אלס לענגערע אטענשאן ספען און אלס מער קענען זיי ווארטן. דער קלענסטער קומט מיט זיינע שיינע זאכן פון פלעי-גרופ, מאך א שטיקל בראטל און געב אים א קניפ אין בעקל. דערווייל גרייט זיך שוין די פון קינדערגארטן מיט די פראגן צעטלעך, אא"וו.

אויב קענסטו אריינווארפן, ביים רעדן מיט די קליינע, עפעס א קורצע רמז'ל אדער ווארט וואס קען זיין אינטערעסאנט פאר די גרויסע, מה טוב ומה נעים. בתנאי אז עס איז טאקע ממש קורץ.

און ווען דו גייסט פון אונטן ארויף שטעל זיך נישט אפ ביים גרעסטן קינד, דיין ב"ב האט שווער געארבעט פאר די סעודה און מעג אויך הערן עפעס אינטערעסאנט פאר איר. פארשטייט זיך זאג עס הויך און אויף א וועג וואס די גרעסערע קינדער וועלן אויך אביסל מיטהאלטן.


דערנאך קומט די צייט פאר מעשיות. איינער שרייבט דא אז ער איז נישט קיין בעל מספר, אבער איך בין אויך נישט געווען. דאס קען מען זיך לערנען, מען שפילט עס ביז מען ווערט עס. פארמאך זיך די אויגן א מינוט בעפארן פארציילן, שטעל זיך פאר וויאזוי א בעל מספר וואלט עס פארציילט, און מאך אים נאך.

איך דערמאן פאר מיינע קינדער נאכאמאל אז ווען זיי פארשטייען נישט עפעס זאלן זיי אריינפרעגן. דאס פארזיכערט די קליינע אז מען רעדט צו זיי אויך, און אויב ענטפערט מען מיט געשמאק איז עס אינטערעסאנט אפילו פאר די גרויסע, אדער לאז איך די גרויסע ענטפערן די פראגע (וואס מיינט גורל?)

אפילו צוויי יעריגע קענען זיצן אויפן שויס און אויסהערן. נישט אז זיי וועלן פארשטיין די גאנצע מעשה, אבער נאר הערן אזויפיל ווערטער און די טענער וואס טוישן זיך העלפט אויסברייטערן זייער מוח, ווייזן פארשונגען, און געבט זיי אריין א באזונדערע ליבשאפט צום שבת, ווייזט ערפארונג.

איך האב לעצטענס א קביעות ביי איינס פון די סעודות צו פארציילן די אידישע היסטאריע על הסדר. אפילו איינער וואס קען זיך נישט צוגרייטן און איז טאקע נישט קיין בעל מספר, פשוט איבערזאגן די הייליגע ווערטער פון תנ"ך, ווי די מענטשן פון עי האבן פלוצלינג געזען אז זייער שטאט פלאקערט, און ווי גדעון האט זיך אריינגעשלייכט אינעם מדינ'ישן לאגער טיף אינמיטן די נאכט, קען האלטן די גאנצע משפחה געשפאנט מיט אפענע מיילער. פארשטייט זיך אויב פארציילט מען עס שטאט און רואיג מיט דראמאטישע טענער, נישט ווי איינער וואס איז מעביר סדרה גאנץ משנה תורה אין הושענא רבה.

די קינדער בעטן אלעמאל פאר נאך, און איך פארזיכער זיי אז אויב וועלן זיי שיין מיטזינגען די זמירות קומט נעקסטע וואך אזאנס און אזעלעכס...
All you need is self-driving cars to destabilize society. -- Andrew Yang
אוועטאר
yoy
שר חמש מאות
תגובות: 991
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 27, 2017 12:47 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך yoy »

טראכט reality רעאליטי
ביי "דיין קעניגליכן" הערליכן, הייליגער, פלאקע'דיגער, אינטערעסאנטער, דראמאטישער, השקפה'יגער, נועם'דיגער, שיינעם, שבת'דיגער, קינדער טיש
"בניך" כשתילי זיתים סביב "לשולחנך" נישט אזוי שטייט?
טראכט! וואו זיצט זי? ווער?? דיין ב"ב!!! מיין ב"ב?
יא, דיין ב"ב, וואס האט שווער געארבעט פאר "דיין קעניגליכן" סעודה? זי מעג אויך פילן א געשמאק און דיין שיינעם סעודה?
זי? וואס מיינסטו זי? זי זיצט, די לעצטע אויף די טיש,
בבחינת/כגוֹן די שפיץ פון די טיש.. ריכטיג?
זע, זי זאל זיצן אין דערמיט פונעם טיש, וועט אלעס פאלן אין פלאץ.
וועסט זען, אלעס אלעס, און אלעס וועט פאלן אין פלאץ
אטעטשמענטס
last or the farst .jpg
last or the farst .jpg (37.5 KiB) געזען 2019 מאל
i m.gif
i m.gif (80.85 KiB) געזען 2042 מאל
לעצט פארראכטן דורך yoy אום זונטאג אקטאבער 06, 2019 1:24 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
וואסערפאל
שר חמש מאות
תגובות: 626
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 10, 2012 9:27 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואסערפאל »

בלויז צוצילייגן צו די פריערדיגע מגיבים

מבשרי אחזה, כ'פראביר זיך אנצוגרייטן חסידישע מעשהל'ך אדער געדאנקן פון די וואכעדיגע סדרה. למעשה ווען ס'קומט צום טיש 'שפיר איך אויס' די סיטואציע און ס'פירט זיך א שמועס כמעט פון זיך אליין.

אז די קינדער זענען דערביי איז דאך גוט, און אז נישט, זעעט מען ווי די ווינט בלאזט, כ'קען אפי' שמועסן פון שטותים, דהיינו, פון פלעיס, וכדו.

רוב מאל קומט ארויס א געשמאקע פארברענג וואס דאס אליין איז אויך וויכטיג, העכסטענס נעקסטע סעודה, אבער נעקסטע וואך וועט זיין גרינגער צו רעדן פון עפעס מער ממשות.

און אפי' די קינדער האלטן ביי גארנישט, איז אויך גארנישט. גארנישט איז אויך עפעס, פרובירן ווען ס'גייט נישט, קען ברענגען נעגעטיווע רעזולטאטן.

לגבי עלטערע און יונגערע אויף וואס 'נאו נעים' באציהט זיך, דארף מען זיך לערנען צו זיין מולטי טעסק, מ'מאכט צייט און מ'פעיד אטטענשאן פאר ביידע.

די כלל ,ביי מיר עכ''פ, איך פרוביר נישט צו גיין מיט קיין אריכות, קינדער (היינטיגע צייטן) זענען נישט צו געדולדיג.

מ'מעג זיך גרייטן, מ'דארף זיך לאזן פירן, און בעיקר בעטן אויף סיעתא דשמיא.
על מי מנוחות ינהלנו
יוסיף דעת
שר חמישים ומאתים
תגובות: 319
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 11, 2017 2:36 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוסיף דעת »

סאיז שוין דא א אשכול פון דעם https://www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?forms=0&t=23565
מען זאגט נאך פון קאצקער אויפן פסוק יוסיף דעת יוסף מכאוב אז עס איז אמת אבער עס לוינט זיך.......
אוועטאר
לעכטל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3991
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 27, 2019 6:03 pm
לאקאציע: ביד השי"ת

עוד נקודה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לעכטל »

דאס וואס איך שרייב יעצט איז בכלל א וויכטיגע נקודה צו וויסן אין לעבן, סיי ווען מען וויל עפעס פון איינעם:

דו ווילסט עפעס? זאג עס!
דאס איז נוגע סיי אינדערהיים סיי אין בית המדרש און סיי אין ביזנעס.
דו ווילסט די קינדער זאלן שטיין שיין שטיל ביי קידוש?! רעדט צו די קינדערלעך, "טאטי וועט באלד מאכן קידוש, און איך האב ליב אז אלע קינדער זאלן שטיין שטיל און אויסהערן די ברכה..."

יא מען כאפט זיך עפעס נישט, אסאך מאל וויל מען עפעס זאל זיין אזוי און אזוי, און מען האט קיינמאל נישט גערעדט דערוועגן קלאר! יא מען דארף זאגן קלאר וואס מען וויל!

פארשטייט זיך אז מען דארף זיך אנגרייטן מיט 'חומר' וואס צו דערציילן ביים טיש, (היינטיגע צייטן מיט די אלע גליונות, איז עס א דבר פשוט, נאר מען דארף עס נעמען ערענצט, און זיך געהעריג פארקוקן) אבער אז מען שמיעסט עס אויס מיט די קינדער איז עס גאנץ אנדערש!

- אויסשמיעסן איז נישט 'בשעת מעשה' ביים סעודה, נאר פארדעם אדער בעסער אינמיטן וואך!

אוודאי וועט עס לכאו' נישט זיין אזוי ווי מען זעהט ביי די בוך 'א הילף פארן קינד' ווי מען זעהט ווי די 'גאנצע משפחה' זיצט... וכדו' אבער עס וועט זיי א שיינע שיני לטובה בס"ד
די בעסטע וועג אויסצורעכענען דיין צוקונפט, איז דורכ'ן עס מאכן... (פרעזידענט לינקאלן)
אוועטאר
חמרא טבא
שר עשרת אלפים
תגובות: 13002
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 08, 2014 2:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חמרא טבא »

אסדר לסעודתא האט געשריבן:די וואך האב איך דראמאטיש געשילדערט די הפטרה פון יונה הנביא. מיינע קינדער זענען געזעצן מיט אפענע מיילער ווען די פיש האט אים איינגעשלינגען....

כ׳בין נייגעריג פון וועלכע יארגאנג די רעדע איז ווייל די באקאנטע מעשיות וואס אלע קינדער קענען שוין ארבעט נישט בדרך כלל
דביה תחדי נפשא
אוועטאר
אסדר לסעודתא
שר עשרת אלפים
תגובות: 11191
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אסדר לסעודתא »

חמרא טבא האט געשריבן:
אסדר לסעודתא האט געשריבן:די וואך האב איך דראמאטיש געשילדערט די הפטרה פון יונה הנביא. מיינע קינדער זענען געזעצן מיט אפענע מיילער ווען די פיש האט אים איינגעשלינגען....

כ׳בין נייגעריג פון וועלכע יארגאנג די רעדע איז ווייל די באקאנטע מעשיות וואס אלע קינדער קענען שוין ארבעט נישט בדרך כלל

חוץ די קלענסטע האבן עס אלע געקענט. די גרעסטע האט מיר אפי' פארראכטן אינמיטן... אבער אלע האבן אויסגעהערט מיט דארשט.

וועסט נאר הערן וויאזוי איך לייג עס אראפ מיט פיש זאפט...
דער קאמפייןאיז שוין פארריבער, אבער מיינע ארטיקלעןזענען נאך מעגליך אקטועל
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

צ"ק: ווער זאגט אז א סעודה 'דארף' זיין רואיג? ווער זאגט אז מען 'מוז' צעפרידן שטעלן יעדן? ווער זאגט אז א סעודה האט א 'וועג' וויאזוי עס 'מוז' אויסקוקן?
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
מה ידידות
שר חמש מאות
תגובות: 858
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 27, 2014 11:14 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מה ידידות »

אפילו אויב עס דארף נישט זיין רואיז דאך "וויל" מען אז ס'זאל זיין רואיג, עס טאקע נישט קיין וועג וויאזוי עס "מוז" אויסקוקן דאך איז דא א וועג וואס "מ'וויל" ס'זאל אויסקוקן, ופשוט הוא.

פון אייערע ווערטער זעהט אויס אז איר האלט שוין לאחר יאוש אבער פארדעם איז דער אשכול דא צו טרעפן עצות .....
לְהִתְעַנֵּג בְּתַעֲנוּגִים בַּרְבּוּרִים וּשְׂלָו וְדָגִים....
אוועטאר
שפע רב
שר האלף
תגובות: 1663
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 06, 2018 11:20 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שפע רב »

גראדע פונקט די חודש אין די מעלות האבן זיי אנגעהויבן א סעריע מיט סחורה פאר די אינגע קינדער ביים שבת טיש. ס'זעהט אויס אינטערסאנט אפילו פאר די גאר קליינע. געימס פארבינדן מיט די פרשה.
נאו נעים
שר מאה
תגובות: 155
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 14, 2019 9:20 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נאו נעים »

זויבער האט געשריבן:צום אלעם ערשט וויל איך בארואיגן דעם שואל וואס צווישן די שורות זעהט זיך זיין צוקלאפטקייט צוליב די כאאס וואס הערשט ביי זיין שבת טיש, און שפירט וואס גייט פאר מיט מיר? פארוואס קען איך נישט פירן דעם שיינעם שבת טיש ווי יעדער איינער ווי די קינדערלעך זיצן אזוי שיין און זינגען שירות ותשבחות און פארברענגן מיט א געשמאק?

טייערער טאטע פון קינדערלעך!
איך וועל אייך פארטרויען דעם סוד וואס איך האב אויסגעפיגערט נאכן רעדן צו אסאך מענטשן וואס האבן מיר פארטרויערט וויאזוי עס קוקט אויס ביי זיי אין שטוב און ווי עס שטעלט זיך ארויס איז דאס די נארם, דאס שפילט זיך אפ ביי יעדע סעודה ביי יעדע קינדער געבענטשטע פאמיליע!
די שיינע שבתדיגע סעודות וואס מע רעדט דערפון ביי דרשות און מע ליינט אין די אויסגאבעס איז א בלויזער ׳מיט׳ און האט מיט רעאליטי גארנישט, ממילא נישטא זיך צו שפירן צוקלאפט דערוועגן, און איינמאל איהר ווייסט דעם סוד וועט איהר שוין אויטאמאטיש זיין רואיגער ביים טיש און וועט צוהעלפן צום מצב.

יעצט מיינע צוויי צענט אין דעם נדון, דער שבת טיש ריפלעקט אויף דעם גאנצן סטרוקטור פונעם שטוב, אויב דער טאטע ווי רוב היינטיגע טאטעס וואס זענען לויז בדרך כלל מיט די קינדער וועט דאס ארויסקומען שטארק ביים שבת טיש ווי מען ערווארטעט פון זיי פלוצים שטארקע סטרוקטור, זיצן שיין, עסן שיין, העלפן שיין, זינגען שיין, רעדן שיין, און אויסהערן שיין, פאלגן שיין, זיך פארטראגן שיין, איז יעצט אויב אגאנצע וואך און שבת ביז און נאך די סעודה זענען די אלע ענינים נישט אינפארסירט וואס קען מען פארלאנגען פלוצים ביים שבת טיש אז זיי זאלן זיך צושטעלן און דעליווערן דעם טאטן זיין דריעם פון פירן א הערליכע טיש בניך כשתילי זיתים סביב לשולחנך? זיי פירן זיך ס״ה אויף אקארדינגלי צו די גאנצע מהלך החיים און סטרוקטור פון זייער שטוב.

ממילא אין מיינע אויגן איז זייער שווער צו ענטפערן אויף די ספעציפישע פראגע פונעם שבת טיש, עס איז ברייטער פראגע בכלל איבער חינוך צוגאנג.

הרב זויבער, איר האט מיך אפגיטייטשט אביסל צו שארף. ב"ה" כאאס" איז נישט דא, און צובראכן בינעך אויך נישט. איך האב אנגעהויבן מיט אן הקדמה אז איך ווייס איך בין נישט קיין א בן יחיד מיט דעם.
איך האב געהאט 2 שאלות, און בעיקר געזוכט א לעזונג צו די צווייטע (תלוי הא בהא). ידעתי גם ידעתי אז 'א מעשה וויל יעדער הערן'. שאלתי ובקשתי איז בעיקר 'ווי טרעפט מען מעשיות'? איך האב נישט אין מיין סטארידז (קאפ) קיין מעשיות, צייט זיך אנצוגרייטן פון פאראויס האב איך ליידער אויך נישט. איז זיך איך ווי מ'קען דאס טרעפן.

בנוגע סטרוקטור איז דער רב 100% גערעכט. האב איך שוין געזיכט אזא אשכול. אבל לא יגעתי כ"כ שאומר לא מצאתי
שרייב תגובה

צוריק צו “דעת הקהל”