תגובהדורך לדעתי » מאנטאג אוקטובער 07, 2019 3:45 pm
אז דער עולם רעדט פון די אייגענע שבת טישן, וועל איך פארציילן מיינע שבת טישן.
מיין משפחה איז נאך קליינטשיג, א 6-7 יעריג בן זכר און אראפ.
בעיקר באשטייט די סעודה פון זיצן אויפגעלייגט,
בשעת'ן אריינברענגן א מאכל, גיבט מען פאר יעדען לפי ראות עיני העזרתי, און ווער עס עסט אויף קען גיין ווייטער שפילן, עס איז דא שפילצייג אין דיינונג-רום כגון לעגאס, קליקס, קארס, טראקט, דאליס, וכו'.
אזוי ווייטער ביי די זיפ, אייער, פלייש, טשאלענט.
נאך די פיש קען איך אסאך מאל ארויסגייט מאכן די אייער, און ווען ס'ווערט גרייט מאכט מען ריזאאם און די סעודה גייט ווייטער.
ערגעץ ווי זונג איך זמירות, ביינאכט מער ווארימע ווי קה אכסוף, לבי ובשרי, קה ריבון עלם. רוב מאל זינג איך מיט השתפכות הנפש, אנגעליינט אויף צוריק נאך עטליכע גלעזלעך וויין און ברוינפן, די קינדער קענען צוקוקן פון מאל צו מאל ווי ס'גייט די טרערעלעך אויפן באקן.
בייטאג זינג איך לעבעדיגע ניגונים ווי אוי אוי אוי שבת, וביום השבת, ווען איך וואלט געהאט כח, וכו', די קינדער שפרינגן ארום און ארום דעם שבת טיש, און ווען כ'כאפ אן אטעם שרייט מען "טאטי זינג נאך".
די קינדערלעך קענען קריכן אויף מיר ווי מויקאשעס אויפן בוים.
אמאל אמאל ווען כ'בין ביי מיר, קען איך פארלערנען [פאר די זמירות] די "משרשי המצוה" פון ספר החינוך אויפן פרשה, איינס נאכן צווייטן ווילאנג די נערווען פארטראגן, ס'איז זייער גוט.
איך האלט אז דאס איז א זאך וואס פעלט פונעם דור, מ'ווייסט נישט וואס דער רבוש"ע וויל פון אונז ביי די מצות, זעה ספר החינוך ווי יעדע מצוה איז פאר אונזער טובה, און וואס ס'ברענגט אונז, וואס דער רבוש"ע ערווארט פון אונז, בקיצור א אידישע מהלך המחשבה - ער איז א ראשון.
בדיעבד: איז דא לעצטענס אין די גליונות א געדאנק אויף די פרשה פון ר' אביגדור מילער ז"ל, ער נעמט א מצוה אין די תורה און לייגט עס אראפ ווי מ'קען אלס זעהן די חסדי ה' אויף יעדע טריט אין לעבן, די קינדער גלייכן דאס זייער (בערך ווי די חינוך) - אבער ער איז נישט קיין ראשון.
סוף סעודת ליל שב"ק רופט מען אויס - פאר די זמירות - אז ווער ס'איז שוין אנגעטוהן פעדזאמעס קען באקומען א טשאקאלאדע לכבוד שבת. חלילה נישט אויסטוהן פאר די ליכט, די ליכט מעג זעהן נאר הייליגע זאכן. (מיין קליינטשיג שרייט פארן גרויסן: די ליכט זעהט דיר!)
בשעת דער עולם עסט די זיסווארג זינג איך די זמירות ליל שבת כדלעיל.
נאכדעם קומט אריין אין די סעודה אנדערע עקסעסעריס ווי אויסגיסן גרעפ-דזאס, וכדו', די זאכן מיינט נישט מיר, מ'געט נישט א טאנץ אויף "אוי וואטש וואס דו טוסט וכדו'" נאר פלעין "ברענג א שמאטע און וויש עס אפ" און מ'גייט ווייטער.
כ'מיין אז אין איין ווארט איז עס:
זיי אויפגעלייגט, ס'זאל דיר גארנישט אנגיין, פיר א סעודה פאר דיר, פאר דיין ווארימקייט אויף די קומענדיגע וואך, ביי זמירות קענסטו פארמאכן די אויגן [נאך אביסל משקה] און זיך פארשטעלן ווי דו זיצט ביים שבת טיש פונעם בעש"ט הק' און זינגסט מיט מיט אלע תלמידים, עס ליגט מיר אין זכרון אז ר' נחמן שרייבט אין ליקוטי מוהר"ן, אז ווען א איד דאווענט זאל ער זיך פארשטעלן ווי זיין קאפ איז העכער די הימל און דאווענט וכו' (אויב ס'איז נישט אמת, ביטע צוצייכענען, אבער די געדאנק איז א גוטער).
ואידך פירושא הוא, זיל גמור.