ווי אזוי פירט מען א שבת'דיגע סעודה?

געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'

די אחראים: אחראי, געלעגער

טשאלנט טאפ
שר מאה
תגובות: 183
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אפריל 27, 2014 12:15 am
לאקאציע: אין קאך

ווי אזוי פירט מען א שבת'דיגע סעודה?

תגובהדורך טשאלנט טאפ » דינסטאג יולי 15, 2014 3:53 pm

נא ווי אזוי?
דאס מיינט:
א שנה ראשונה יוגערמאן?
10 יאר נאכן חתונה?
ווען די חתונה'געהאטע קינדער קומען שוין?
און אזוי ווייטער
ניגונים...
דברי תורה..
פארהרן די קינדער פון נורסרי ביז כיתה ט'..

אוועטאר
א גראם מיט טעם
שר שלשת אלפים
תגובות: 3767
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 23, 2013 8:40 pm
לאקאציע: אויף א שפאציר, פונעם מח צום פאפיר

תגובהדורך א גראם מיט טעם » דינסטאג יולי 15, 2014 4:16 pm

א נאכטמאל ווען די קאפעלס קומען ווייסטו שוין וויאזוי צו פירען?
אדער מיט די קליינע קינדער וואס מיטשען נאך א שווערע טאג ארבעט?
נאר, מען פראבירט צו זיין רואיג און מען לאזט די זאך אויסשפילען.
די זעלבע מיט א שבת סעודה נישט קיין חילוק אין וועלכע עלטער צו פאר וועלכע עלטער, זיי אויסגעריהט גרייט צו אפאר שיינע משלים וכו' און פיר דעם רעדעל מיט די זמירות.
אבער צו שרייבען א סקריפט וויאזוי צו פירען א סעודה? ס'וועט זיך עניוועי נישט אויסארבעטען און די אקטערס וועלען נישט טון זייערס סיי ווי....
ווילט איהר אויסגראמען אייער טאטע ביי מצוה טאנץ?
זיכט איר א פאסיגע פאום מיט צו שיקען מיט א מתנה?
מיר קענען עס צושטעלען פאר אייך,
ווי אויך שרייבען מיר גראמען פאר דיננערס, זינגערס ועוד,
שיקט אן אישי אדער אימעיל צו gram.mit.tam@gmail.com

אוועטאר
איד'ל מיטן פידל
שר חמש מאות
תגובות: 774
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 01, 2014 10:14 am
לאקאציע: צווישן די סטרונעס

תגובהדורך איד'ל מיטן פידל » דינסטאג יולי 15, 2014 4:52 pm

וויאזוי נישט, קען איך דיר אפשר זאגן..
הער איבער די חינוך אווענט פון לאנגזאם - ניטל תשע''ד (אויב ס'איז דא)
לעצט פאראכטן דורך איד'ל מיטן פידל אום דינסטאג יולי 15, 2014 5:06 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אוועטאר
דוקטור
שר חמש מאות
תגובות: 760
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 27, 2008 7:27 am

תגובהדורך דוקטור » דינסטאג יולי 15, 2014 4:54 pm

טשאלנט טאפ האט געשריבן:נא ווי אזוי?
דאס מיינט:
א שנה ראשונה יוגערמאן?
10 יאר נאכן חתונה?
ווען די חתונה'געהאטע קינדער קומען שוין?
און אזוי ווייטער
ניגונים...
דברי תורה..
פארהרן די קינדער פון נורסרי ביז כיתה ט'..


איין זאך זיכער, די טשאלנט טאפ לאזט מען אין קאך, מען ברענגט עס נישט אריין צום טיש.

לאו דוקא
שר מאה
תגובות: 234
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 18, 2012 12:11 pm

תגובהדורך לאו דוקא » דינסטאג יולי 15, 2014 5:03 pm

איד'ל מיטן פידל האט געשריבן:וויאזוי נישט, קען איך דיר אפשר זאגן..
קוק איבער די חינוך אווענט פון לאנגזאם - ניטל תשע''ד


מ'קען דאס זעהן ערגעץ?
אדרבה לייג עס ארויף!

אוועטאר
איד'ל מיטן פידל
שר חמש מאות
תגובות: 774
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 01, 2014 10:14 am
לאקאציע: צווישן די סטרונעס

תגובהדורך איד'ל מיטן פידל » דינסטאג יולי 15, 2014 5:07 pm

לאו דוקא האט געשריבן:
איד'ל מיטן פידל האט געשריבן:וויאזוי נישט, קען איך דיר אפשר זאגן..
קוק איבער די חינוך אווענט פון לאנגזאם - ניטל תשע''ד


מ'קען דאס זעהן ערגעץ?
אדרבה לייג עס ארויף!

נישט וואס איך ווייס
כ'מיין ס'איז געשטאנען דעמאלטס אז קיינער זאל נישט ריקארדן

green sunday
שר חמש מאות
תגובות: 754
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 16, 2010 3:34 pm

תגובהדורך green sunday » דינסטאג יולי 15, 2014 5:23 pm

שוין גרעדט דערפין א טאטע ביים שבת טיש מען קען דארט ממשיך זיין
אויך דא ווי אזוי פירט איר א שבת טיש?http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?f=25&t=8483

אוועטאר
אַבּערוואַס
שר האלפיים
תגובות: 2179
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 02, 2013 5:13 pm

תגובהדורך אַבּערוואַס » דינסטאג יולי 15, 2014 6:37 pm

האבעך דאך יא גוט געדענקט אז אונזער ש"ץ רעדט שוין דערפון, אויך אין 'מעלות' איז געווען אן ארטיקל פין ב"צ הירש א שטיק צייט צוריק איבער דעם.
ווארט א מינוט, לאמיך נאכקוקן...

אוועטאר
אנעים זמירות
שר שלשת אלפים
תגובות: 3823
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 05, 2012 10:32 am
לאקאציע: ווען מען זאגט אמר ר' בנימין הכל בחזקת סומין וכו'

תגובהדורך אנעים זמירות » דינסטאג יולי 15, 2014 8:21 pm

עס איז נישט 'ראקעט סייענס'...

זיי רואיג (שלאף זיך אויס פריער), קאמפלימענט די ב"ב אויפען עסען, דערצייל סיפורי צדיקים און ד"ת וואס מען קען מיטהאלטען (גרייט זיך צו פריער!), זינג זמירות עד היכן שידו מגעת. די פרטים קען יעדער פאר זיך אויסארבעטען לויט זיין מצב.
יעדער בשר ודם קען זיך טועה זיין. ואולי אין דברי ההלכות (הרי"ף) בזה נכונים כי אין השלימות בלתי לה' לבדו יתברך ויתעלה ויתנשא שמו יתברך. (ספר הזכות להרמב"ן יבמות כד: מדפי הריף)
די סכנה פון באזוכען כפירה\ליצנות בלאגס

אוועטאר
נישט
שר האלף
תגובות: 1180
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 01, 2014 8:14 pm
לאקאציע: יסודו מעפר, וסופו לעפר

תגובהדורך נישט » דינסטאג יולי 15, 2014 8:36 pm

די וויכטיגסטע איז, זיכער צומאכן אז ס'זאל זיין אייגענעם, וואו מער געשמאקער ס'וועט זיין אלץ מער וועלן די קינדער ווארטן אויפן שבת
טראכט אריין צו וועלכע מינוט אין דיין לעבן די בענקסטיך, צו א געשמאקע פארברענגן בצוותא חדא,
זעה אז דיין שבת טיש זאל טאקע דאס זיין
רואיג, געשמאק, פאזיטיוו,

*פאר די הייבסט אן - אז די בני בית האט נישט עפעס אנגעגרייט, גרייט די עס אן אבער מיט א שמייכל. זעה די טיש זאל זיין אנגעגרייט געשמאק
*זמירות - זינג שיין אויפן טאן, קענסט זיך ארויס לאזן אין א טענצל מיט דיין חד גדיא אינמיטן שלום עליכם אדער אשת חיל, כ'בין דיר מבטיח אז זיי גייען זיך פרייען אין זיך בענקן נאך דעם, אויכעט אינמיטן די סעודה, זינג מיט זיי, זמירות אדער אידישע נגונים, אדער עני ניגון וואס די גייסט פאר, שפאר נישט קיין טענצל
*ביים עסן - קאמפילמענט אויף אלע עסן, אויב די פיש איז צו זאלציג, וועל איך דיר מוסר מודעה אז דיין ווייב עסט עס אויכעט זי פילט די זאלץ, אין זיך עסט זיך שוין גענוג אז זי האט געמאכט דעם טעות, ס'פעלט נישט אויס ארויסצוברענגען
*שמועסן, פארברענגען - דיינע קינדער וועלן זיך פרייען צו פארציילען פון סקול/חדר, דיין בני בית צו אירע פרויערישע מעשות, לגבי פארהערן, אוודאי אבער מיט איין תנאי, פארהער אזוי ווי א פארברענגן, מיט א שמייכל און א געשמאק, מאך זיכער אז זיי זאלן קענען(חוץ אין אויסנאם פעלער), וועלן זיי האבן חשק טאקע צוקענען, גיב א ציקערל אויב מען האט געקענט,
*פארשטייט א שיינע משל אדער מעשה, מוסר השכל פון די וואכענדיגע סדרה, אבער מיט א געשמאק,

אבער די עיקר איז, ס'זאל זיין פריילעך, פריילעך, און פריילעך,
אויב ווילסטו טעסטן וואו שטארק דיינע קינדער האבן ליב די שבת סעודה, זעה צו זיי ווערן עקסיידעד ווען ס'קומט שוין שבת.

נאך איין זאך פאר איך פארגעס, פון די עיקרים איז די הכנה, פרייטאג זעה אז יעדער זאל זיך צולייגן, ווייל יעדער וויל זיין אויסגערוהט צום געשמאקן פארברענגן ביי די סעודה ביינאכט

#יותר ממה שכתבתי קצרתי, ועי' בשו"ע החמישי, וזה יועיל לך הרבה

----
מענין לענין
ס'איז טאקע א מנהג צו עסן פיש, אבער אויב האסטו נישט ליב די אלגעמיינע רעסיפי, קענסטו עסן אנדערע רעסיפיס, וואו לדוגמא איבערגעצויגענע פיש, אדער אפילו סאשי, ביסט הונדערט פראצענט יוצא מצוות אכילת הפיש מיט אלע מפרשים
פארוואס זאלסטו א גאנצע וואך עסן די פיש וואס די האסט ליב, אין פונקט שבת נישט? שבת דארף דאך זיין די בעסטע
און ס'איז נישט נאר פיש, פלייש טשולענט אייער און אפילו חלה,
מוזט נישט נאכמאכן די אלגעמיינע רעסיפיס, די עיקר שטעל צו די בעסטע מאכלים וואס דיין משפחה האט ליב, זאל עס זיין לכבוד שבת קודש

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14185
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

תגובהדורך שוועמל » דינסטאג יולי 15, 2014 9:10 pm

הנאה געהאט פון דעם נישט, א בחינה יש מאין..
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)

אוועטאר
א גראם מיט טעם
שר שלשת אלפים
תגובות: 3767
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 23, 2013 8:40 pm
לאקאציע: אויף א שפאציר, פונעם מח צום פאפיר

תגובהדורך א גראם מיט טעם » דינסטאג יולי 15, 2014 9:22 pm

שוועמל האט געשריבן:הנאה געהאט פון דעם נישט, א בחינה יש מאין..

;l;p-
ווילט איהר אויסגראמען אייער טאטע ביי מצוה טאנץ?
זיכט איר א פאסיגע פאום מיט צו שיקען מיט א מתנה?
מיר קענען עס צושטעלען פאר אייך,
ווי אויך שרייבען מיר גראמען פאר דיננערס, זינגערס ועוד,
שיקט אן אישי אדער אימעיל צו gram.mit.tam@gmail.com

אוועטאר
אַבּערוואַס
שר האלפיים
תגובות: 2179
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 02, 2013 5:13 pm

תגובהדורך אַבּערוואַס » דינסטאג יולי 15, 2014 9:59 pm

ר' נישט, זייער שיין אראפגעשטעלט איבער די סעודה בכלליות!

אויף ס'לעצטע פאראגראף בינעך אביסל מחולק, די מאכלי שבת מיט דעם צורה זענען דברים מקובלים מדור דור, ואין לשנות באופן עקרוני.
ווארט א מינוט, לאמיך נאכקוקן...

home
שר חמישים ומאתים
תגובות: 382
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 20, 2012 10:23 pm

תגובהדורך home » דינסטאג יולי 15, 2014 10:12 pm

אַבּערוואַס האט געשריבן:ר' נישט, זייער שיין אראפגעשטעלט איבער די סעודה בכלליות!

אויף ס'לעצטע פאראגראף בינעך אביסל מחולק, די מאכלי שבת מיט דעם צורה זענען דברים מקובלים מדור דור, ואין לשנות באופן עקרוני.


מ׳ב סימן רמא
הא דאמרו דצריך לענגו בדגים גדולים וראשי שומן ותבשיל של תרדין שזה היה מאכל חשוב בזמניהם וכן בכל מקום ומקום לפי מנהגו יענגוהו במאכלים ומשקים החשובים להם עונג [ולפי שמן הסתם רוב בני אדם עיקר ענוגם בבשר ויין ומגדנות לכך איתא בסימן ר"נ ס"ב דירבה בבשר ויין ומגדנות כפי יכלתו]. ב) הא דאמרו דאפילו דבר מועט שעשאו לכבוד שבת קיים מצות עונג שבת ואפי' כסא דהרסנא (היינו דגים קטנים מטוגנין בשמנן) ג)

אוועטאר
קנאפער ידען
שר עשרת אלפים
תגובות: 10082
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: וואו ג-ט וויל
פארבינד זיך:

תגובהדורך קנאפער ידען » דינסטאג יולי 15, 2014 10:14 pm

אַבּערוואַס האט געשריבן:אויף ס'לעצטע פאראגראף בינעך אביסל מחולק, די מאכלי שבת מיט דעם צורה זענען דברים מקובלים מדור דור, ואין לשנות באופן עקרוני.

ועי' בזה דברי המשנה ברורה ושולחן ערוך הרב סימן רמ"ב ותמצא נחת....
שולחן ערוך הרב:
וטוב ליזהר לאכול דגים בכל סעודה אלא אם כן הדגים מזיקים לו לפי טבעו או ששונאם שאין לו מהם עונג אלא צער והשבת לענג ניתן כמו שיתבאר בסימן רפ"ח.

משנה ברורה:
גם טוב שיאכל בכל סעודה מג' סעודות דגים אם לא שאין נאותים לו לפי טבעו או ששונאן ושבת לעונג ניתן ולא לצער.

און דאס איז שוין פון בכלל נישט עסן קיין פיש, אבער עסן פונקט סעמען און געפילטע און נישט סושי און איבערגעצויגענע איז מסתמא נישטאמאל אין כלל פון טוב און מנהג.
נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין אין עפעס קען מער מיר קאנטעקטן אין טשעט אדער אימעיל gilyoinois@gmail.com
-----------
זה נהנה וזה לא חסר, קויפט איר אמאל אויף עמעזאן גייט צו עמעזאן דורך דעם לינק: www.amazon.com

אוועטאר
נישט
שר האלף
תגובות: 1180
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 01, 2014 8:14 pm
לאקאציע: יסודו מעפר, וסופו לעפר

תגובהדורך נישט » דינסטאג יולי 15, 2014 10:30 pm

אַבּערוואַס האט געשריבן:ר' נישט, זייער שיין אראפגעשטעלט איבער די סעודה בכלליות!

אויף ס'לעצטע פאראגראף בינעך אביסל מחולק, די מאכלי שבת מיט דעם צורה זענען דברים מקובלים מדור דור, ואין לשנות באופן עקרוני.

כ'זעה האום מיט קנאפער האבן שוין אלעס מסביר געווען

אוועטאר
fiena nieas
שר האלפיים
תגובות: 2106
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 23, 2011 8:56 am

תגובהדורך fiena nieas » דינסטאג יולי 15, 2014 10:41 pm

רב נישט פיין געשריבן,אבער בנוגע די טוישן די עסן ווייסעך נישא, וואסערע צורה האט עס אויפן שבת טיש פיינע טונע אדער סושי??

אוועטאר
אַבּערוואַס
שר האלפיים
תגובות: 2179
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 02, 2013 5:13 pm

תגובהדורך אַבּערוואַס » דינסטאג יולי 15, 2014 10:51 pm

כ'האף איר זענט נישט ברוגז, אבער איר ווילט אויך נישט אז אייערע קינדער זאלן עסן פיצא אנשטאט חלה (מיט א המוציא שטייטצעך) ווייל דאס האבן זיי בעסער ליב... און נאך עפעס, גיין מיט שטריימל און בעקיטשע שטייט אויך נישט און שו"ע... איז ווי טיילט זיך דאס?

און ווי איך פארשטיי, האבן אונזערע עלטערן און רבי'ס האבן לכאורה אויך נישט יעדער געטיילט דעם זעלבן טעיסט, און אעפ"כ האבן זיי אלע געגעסן די זעלבע מאכלים (אפשר אביסל אנדערש גע'ספייסד..), כ'מיין דאס זאגט פאר זיך גאר אסאך, און אלס מסורה דארפן מיר באמת נישט מער ווי דאס.

איבריגענס, ס'זענען אבער יא דא געשריבענע גאר שטארקע מקורות דערויף יסודתן בהרי קודש בהלכה ובחסידות, כ'האב נאר נישט קיין אדרעסן כרגע, אבער דאס נעמט נישט אוועק פינעם יסוד הדבר, ואדרבה הידענים יציינו.
ווארט א מינוט, לאמיך נאכקוקן...

אוועטאר
זאכליך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7621
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 19, 2010 5:23 pm

תגובהדורך זאכליך » דינסטאג יולי 15, 2014 11:03 pm

אשכול פארפארן אלערט!!!
אמור מעט, קוק ווייניגער אויף וואס ער זאגט,
ועשה הרבה, און קוק מער וואס ער טוהט.

אוועטאר
זאל ער קומען
שר האלף
תגובות: 1950
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 04, 2011 12:25 am
לאקאציע: בעיקבתא דמשיחא

תגובהדורך זאל ער קומען » דינסטאג יולי 15, 2014 11:10 pm

אלע צדדים זענען שוין מער ווייניגער ארויסגעברענגט. והמציינים יציינו.

מזכרוני דאכט זיך אז דער בני יששכר זאגט אז די מאכלי שבת (פלייש, וויין, חלה, קוגל, אייער, טשולענט וכו') זענען איינגעפירט געווארן ווייל די מאכלים דייקא ברענגען מיט זיך דעם ענין פונעם מן, און היות ביים מן האט מען געקענט שפירן אלע סארטן טעמים, מיינט דאס איז זיי האבן געהאט אין זיך אלע אינערליכע נערונג און היילונגס כוחות פון אלע מיני געוואוקסן און מאכלים. און וועגן דעם עסט מען צי פיש, קנאבל, און די פאר זאכן וואס דער מן האט נישט געדעקט.

קומט אויס אז מיט עסן די מאכלים דוקא האט מען שוין געדעקט 'אלע' סארטן מאכלים בכוח, אבער צולייגן נאך (דיפים וחיפים) איז לכאורה נישט קיין צוריקהאלט. און אויב האט מען יא געוויסע מאכלים וואס פיט נישט בתוך הסעודה קען מען עסן ביי קידוש אינאיינעם מיט'ן שלום בית קוגל. הערינג, סושי, גאלע, יאפטשיק כל אחד לפי כבודו וכובדו…
זאלער, וואס וועט זיין מיט אפאר דאלער...

אוועטאר
אַבּערוואַס
שר האלפיים
תגובות: 2179
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 02, 2013 5:13 pm

תגובהדורך אַבּערוואַס » דינסטאג יולי 15, 2014 11:12 pm

זאכליך האט געשריבן:אשכול פארפארן אלערט!!!

מיינסט צו זאגן 'אריין אין שבת סעודה - השקפה' אשכול?!
ווארט א מינוט, לאמיך נאכקוקן...

אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרת אלפים
תגובות: 19988
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

תגובהדורך לכתחילה אריבער » דינסטאג יולי 15, 2014 11:15 pm

איך האב אלס געמאכט א שטיקל פשרה צווישען די וואס עסן "סושי" אנשטאט פיש וכדו', און די וואס עסן די "היינטיגע" דיפס, תחינא, חריף, דיל, אליוו וכו'.

די אלטע מאכלים טאר מען נישט משנה זיין. די נייע דיפס, ווילאנג עס טוישט נישט די כאראקטער פון די סעודה, איז קמעא קמעא בטל. מען טרעפט שוין אין די הלכה אזא באגריף.
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" קרעדיט אדמו"ר מהר"ש

אוועטאר
אַבּערוואַס
שר האלפיים
תגובות: 2179
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 02, 2013 5:13 pm

תגובהדורך אַבּערוואַס » דינסטאג יולי 15, 2014 11:17 pm

לכתחילה, א_ווי אלעמאל!! קומסט אריין זייער קלאר!
ווארט א מינוט, לאמיך נאכקוקן...

אוועטאר
אנעים זמירות
שר שלשת אלפים
תגובות: 3823
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 05, 2012 10:32 am
לאקאציע: ווען מען זאגט אמר ר' בנימין הכל בחזקת סומין וכו'

תגובהדורך אנעים זמירות » דינסטאג יולי 15, 2014 11:30 pm

איך עס סושי אין צוגאב צו טראדיציאנעלע פיש.
יעדער בשר ודם קען זיך טועה זיין. ואולי אין דברי ההלכות (הרי"ף) בזה נכונים כי אין השלימות בלתי לה' לבדו יתברך ויתעלה ויתנשא שמו יתברך. (ספר הזכות להרמב"ן יבמות כד: מדפי הריף)
די סכנה פון באזוכען כפירה\ליצנות בלאגס

אוועטאר
אַבּערוואַס
שר האלפיים
תגובות: 2179
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 02, 2013 5:13 pm

תגובהדורך אַבּערוואַס » דינסטאג יולי 15, 2014 11:49 pm

אנעים זמירות האט געשריבן:איך עס סושי אין צוגאב צו טראדיציאנעלע פיש.

און איך טרינק קאלע סאדע און צוגאב צו די "טראדיציאנאלע" סעלצער...
ווארט א מינוט, לאמיך נאכקוקן...


צוריק צו “היימישע קרעטשמע”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: מענטשאלע, שווערע שטופער און 35 געסט