איך פיל מיך יא גוט, ב"ה, און דערפאר?

געדאנקען און התחזקות בעניני עבודת השם

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18580
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע: אין אפיס
פארבינד זיך:

איך פיל מיך יא גוט, ב"ה, און דערפאר?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איך_הער »

א גוט יאר טייערע חברים.

איך בין דא אייך צו לאזן הערן אז איך פיל מיך ב"ה גוט, ווי אויך מיין משפחה איז אין גוטן צושטאנד כן יעזור ה' להלאה.

עס איז דא א שטיקל סדר העולם, וואס ווען עס מאכט זיך חלילה עפעס נישט גוט ביי זיך אדער ביי א נאנטן פאמיליע מיטגליד אדער אפילו נאר ביי א נאנטן חבר, שפילן די געפילן זייער שטארק און מען נעמט זיך פאר א דבר טוב וואס אין דעם זכות זאל קומען א ישועה פארן באטרעפנדן.  

אמאל מוז קודם איינער שטארבן און הערשט לעילוי נשמתו אדער נשמתה וועלן די גוטע פריינד (יוזשעלי פריינדן'ס) זיך אונטער נעמען א דבר טוב. מיין פראגע איז, פארוואס פעלט דאס אויס? פארוואס מוז מען ווארטן אז עפעס זאל גיין ראנג צו באקומען דעם קניפ פון הימל? א ציפ קען קומען אין צוויי פארעמען, עס קען קומען בדרך ציפ וואס דאן טוט דאס וויי, ווי אויך קענעס קומען בדרך א קניפ אין בעקל, וואס דאן איזעס בדרך חיבה, אבער ביי ביידע וועלן די באטרעפנדע זיך געבן א וועק אויף פון זייערע מחשבות און זיך קערן צו רעיאליטי, נו, אידען נישט בעסער אז עס זאל קומען אויפן גוטן וועג? באקומען מיר דען ווייניג גוטע זאכן פונעם הייליגן פאטער אין הימל וואס דאדורך זאלן מיר זיך אויפוועקן פונעם טיפן שלאפ און זיך א קער טאן צו אים?  

איך בין חלילה נישט דא צו האקן אויף די ערשטע געדאנק איך וויל אבער אויפוועקן דעם עולם צו מיין (אויך מיר מיינס, איך מיין דאס פון וואס איך וויל יעצט רעדן/שרייבן) געדאנק.  

איך האב לעצטנס געהערט פון איינע וואס האט זיך צוגעדעקט די שייטל ביים בר מצוה מאכן א קינד, עס האט מיר זייער געפאלן די איידיע, מען וויל דאנקען דעם באשעפער אין צייט פון שמחה, טוט מען א דבר טוב. אזוי דארף עס צו זיין.  

איך בין נישט דער ערשטער צו רעדן וועגן דעם אויפטרעף, אבער דאך פיל איך אז איך האב וואס צו זאגן, ווי אויך האב איך אפאר עקסטערע מינוט, האב איך מיך גענומען די מיה און זיך צוגעזעצט צום קיבארד, און איך פראביר אראפ צו קנאקן די פאר שורות וואס עס ליגט מיר אין זינען.  

עס וועלן זיך אוודאי יאווענען מאנכע חבירים און טענה'ן אז מי אנכי, ווער בין איך צו מוסר'ן, דערפאר האב איך דאך אנגעהויבן אז לו יצוייר איך וואלט געקומען עפעס פאדערן פאר א נישט געזונטן וואס איז נאנט לחדרי לבבי וואלט דאך קיינער נישט געהאט קיין טענות, אדרבא, יעדער וואלט געפילט פאר א זכי' אז מ'קען ארויס העלפן. נו, דערפאר אז יעדער איז יא אין גוטן צושטאנד טאר מען מער נישט בעטן?

לאמער זיך טאקע אונטערנעמען גוטע זאכן מיט יעדן טאג וואס עס גייט דורך און גייט אריבער שא שטיל אן קיינע ווילדע אינצידענטן, לאמער געדענקען אז פונקט ווי ווען עס פאסירט עפעס, געדענקען מיר אלע קלאר אז עס דא א באשעפער וואס פירט די וועלט און האט פונקט צוגעפירט דאס וואס האט דאן פאסירט, דער זעלבער באשעפער פירט אויך צו ווען עס פאסירט גארנישט, דאס איז גארנישט קיין טבע.  

לאמער קומען צום ווארט.

מיר אידן נעמען זיך צוזאם דריי מאל א טאג צו דאווענען צום הייליגן טאטן אין הימל, מען דאנקט, מען בעט, און מען רעדט זיך אויס צו אים. ליידער טראכטן מיר אבער נישט גענוג אריין אין די גאנצע זאך פון קומען אין שול, ביי מאנכע איז דאס פשוט א צוזאם טרעף פלאץ פון חברים וואס זעען זיך נישט פשוט א גאנצן טאג, און זיי ברויכן א ריליעף פון די שווערע ארבעט אדער סטרעס אדער אפילו פונעם ליידיג גיין, און מ'קומט זיך אויסגעבן אין שול.  מי יאמר זכיתי לבי אז ער האט גארנישט וואס צו דאנקען אויף, אדער צו בעטן אויף, פונעם ליבן טאטן אין הימל? איזעס א פרישער אינגערמאן, איז אים אפילו בייגעפאלן צו דאנקען דעם פון אויבן אז ער האט ב"ה געטראפן גרינג און שנעל א פיינעם שידוך? אדער צו איז ער שוין אביסל טיפער אינעם סייקל, און קען שוין בעטן אז אלעס זאל אדורך בשלום און ווי אויך דאנקען אז ער קען שוין בעטן דערויף? צו אפשר טאקע האלט ער דארט אז ער דארף נאך בעטן אז די סיסטעם זאל ארבעטן א-ווי ביי יעדן און ער זאל נישט זיין אנדערש ווי די סאסייעטי און זיך נישט דארפן שעמען פאר די חברים אז ער איז שפעט.  

איז מען שוין עלטער האט דאך שוין יעדער אויף וואס צו דאנקען און אוודאי אויף וואס צו בעטן, איינער דארף פרנסה איינער האלט שוין ביי שידוכים פאר קינדער עס זענען דא וועם עס טוט וויי אז דער חבר ווארט נאך אויף זיין באשערטע אזוי ווי מיר האבן דא אויך עטליכע אזוי. נו, איז דאך דאס בעסטע פלאץ די הייליגע שול וואס דארט געפינט מען זיך נאנט מיטן טאטן אין הימל און צוזאמען מיטן עולם קען מען דאך אויסבעטן אלעס גוטס, דערווייל שטייט מען און מען שמועסט, מען פארברענגט די צייט, און וואס איז די תירוץ? עס איז נאך דא צייט. דער רבי דאווענט סייווי לאנג און שטייט, איז דאס נישט מאדנע? ער דאווענט לאנג? געוואלדיג האסטו נאך אפאר מינוט זיך צו מקשר זיין מיטן טאטן אין הימל צו מיט הודאה צו מיט בקשה, כאפ אריין. פארפאטשקע נישט די צייט.  

ענדליך האט מען אפגעמאכט אז עס איז שוין שפעט, מען לויפט זיך מיטכאפן, אבער ווי וואס ווען, מען טרעפט ווידער פרישע חבירים און אודך א פרישע שמועס איז אין גאנג. אמער איך קען דאך גוט עברי, וועל איך שוין באלד אלעס סייווי אניאגן, ביי א גרויסע חלק פון זיי מאכט בכלל  נישט אויס צו מען זאגט קדיש אדער הויכע שמונה עשרה צו איזעס ביים ליינען און ביי מאנכע אפילו ווען מען האט שוין אנגעהויבן קדושה (עס איז דאך משוגע וויכטיג דאס וואס ער האלט יעצט אינמיטן רעדן וואס על פי הלכה קען מען לכאורה מפסיק זיין אפילו אינמיטן קדושה [גוט מ'האלט נישט ממש אזוי, מ'האלט נאר, צו איז קדושה אזוי וויכטיג אז מען זאל דערמיט מפסיק זיין דעם שמועס.]) זענען זיי נאך אלץ ממשיך מיט די העכסט וויכטיגע ענינים.  

מ'רעדט דא פון יונגע בחורים, וואס לאמיר זאגן אז זיי פארשטייען נאכנישט וואס עס גייט פאר אויף די וועלט. מען רעדט אבער פון עלטערע בחורים וואס פייגערן פאר א שידוך, נו צו וועם ווענדט מען זיך אויב נישט צום טאטן אין הימל? מען רעדט פון פרישע יונגעלייט וואס אנשטאט דאנקען דעם פון אויבן אז זייערע מחותנים האבן זיי נישט נאכגעקוקט ביים דאווענען זענען זיי נאך אלץ מוסיף חטא על פשע און גייען ווייטער אן אזוי ווי זיי וואלטן געהאט אן אינשורענס פאליסי אז זיי זענען פולי געקאווערט אויף סיי וואס.  אויב מערקט מען זיי אויף, קוקן זיי אזוי מיטן קאפ אראפ, אמער ווי קומטעס צו דעם נארישן יונגערמאן אז היינטיגע צייטן זאל אים נאך אנגיין אז איינער רעדט אינמיטן דאווענען אדער ליינען? זיי ווארטן קוים אז ער זאל אדער סתם אזוי אפפיצן פון דארט אדער אפשר גאר טרעפן א צווייטן וועם צו פארדרייען א קאפ.

יונגערמאנטשיק, איך פארשטיי באמת אז דו ביסט א געלונגענער אינגערמאן, אבער אביסל מענערס מעגסטו דאך אויך האבן, נישט אזוי? אז איינער בעט דיך א טובה אז דו זאלסט נישט שמועסן אינמיטן קדיש אדער הויכע שמונה עשרה אדער ליינען, און דו פילסט אז דאס איז צופיל פאר דיר, הבאוט אז דו געסטעך א רוק ארויס צום אנדערן שטיבל וואו מען דאווענט נישט? הגם דאס טוט אויך זייער וויי פארן הייליגן באשעפער אבער כאטש ביסטו א מענטש און דו שטערסט נישט אנדערע.  

הער איך אמאל ווי איינער זאגט פאר אזא איינעם וואס האט אים אויפמערקזאם געמאכט צו זיין שטיל, זאג נאר, פארוואס זאגסטו נאר פאר מיר? פארוואס גייסטו נישט ארום אין גאנצן שול? פארוואס זאגסטו נישט פאר יענעם אויך? הא? ווייל ער איז אן עושר פאסטער נישט אים אויך צו אויפמערקזאם מאכן?   זאג איך פאר יענעם איך פארשטיי דיך נישט אויב איינער זעט א פייער און עס זענען ל"ע פארכאפט צען מענטשן אבער דער יעניגער קען נאר ראטעווען פינף זאל ער דערוועגן קיינעם נישט ראטעווען מיטן תירוץ אז אדער יעדן אדער קיינעם? אתמהה.  

מען קען טרעפן שמועסער'ס ביי אזעלכע וואס זייער גאנצע לעבן געבן זיי זיך אוועק פאר אנדערע און דאס מאכט זיי פילן אז זייער אינשורענס פלאן איז יא מער אויסגעהאלטן, כאילו דער פון אויבן האט נישט זיינע וועגן וויאזוי ער קען באצאלן גוטס פאר דאס גוטס און חלילה פארקערט פאר דאס פארקערטע.  

אמאל הער איך ווי איינער פרעגט אן אנדערן, זאג נאר, איז דיר דער אייבירשטער טאקע אזוי שלעכט אז דו קענסטעך נישט ערלויבן דאס ביסל צייט צו זיין שטיל פאר זיינעט וועגן?  אלל אוו עי סאדען ווערט יענער אן אייבירשטעריסט, מאך נישט דעם אייבירשטן אזוי שלעכט און נאך שטותים וואס יענער האט צוזאם גערעדט, וואסארא היפאקריט ער איז, דא גיט אים דער אייבירשטער פון אלעס גוטס, דא בעט ער אים אז לכבודו זאל ער זיך אביסל אויפפירן מיט כבוד צו אים און יענער פייפט אריין אבער ביים צוריק ענטפערן האט ער דעם באשעפער אויף זיין זייט, אסאך מאל איזעס ממש אנבעליוועבל.

אמאל הערעך ווי איינער פרעגט צוריק, האטס טאקע נישט קיין אנדערע דאגות? ס'באדעט דיך עכט? שפעטער ווער איך גאר געוואר אז יענער איז סעפערעיט איך פארשטיי אז איך דארף אים דן זיין לכף זכות אבער נאך אלץ איז ער אן ערענסטער ראצער, אז דו זעסט יא אז דו ביסט אין פעקל, קום כאטש צייטליך צום דאווענען און נישט קום אן ביי ויכולו אדער צו די הויכע שמונה עשרה ביי שחרית און שמועסט אפ ביז מוסף און דאן גיט מען א כיפער אפ אלעס און פיין, איי דיד מיי ווארק.  

מען קען טרעפן שמועסערס ביי עלטערע מענטשן זיי מאכן חתונה אדער האבן שוין חתונה געמאכט זיי האבן שוין איינמאל געזען ווי וויכטיג דער באשעפער איז פאר זיי, פארוואס פאלט זיי נישט ביי צו פארמאכן זייערע פיסקעס פאר די ביסל צייט וואס מען איז אין שול?  מורי ורבותי, עס גייט אונז גוט? לאמיר זיך פארנעמען א דבר טוב, לאמיר זיך שטעלן דאווענען מיטן גאנצן עולם אינאיינעם, און אז מען האט פארשפעטיגט, איז אויך נישט קיין מעלעיר כאטש ווען דו קומט אן, שמועס נישט. כאפ א מקוה און לויף דאווענען. לאמיר זיך פארנעמען צו מאכן שטיל כאטש איינעם נעבן זיך. שיינערהייט עס מוז נישט זיין מיט קולות, מען קען שטילערהייט פרעגן יענעם די קשיא וואס איך האב דא געפרעגט, ווען מיין ווייב וואלט ווען געהאט  יענע מעשה פאר אלע גויים, און איך האב מיך אונטער גענומען צו מאכן איינעם שטיל ביים דאווענען וואלסטו דאס געטון פאר מיר? אויב רינט בלוט אין יענעם'ס סיסטעם, און זיין הארץ איז געמאכט פון די זעלבע מאטריאל וואס ביי אנדערע, וועט געווענליך יענער ענטפערן פאזיטיוו, נו דאן קען ממשיך זיין מיט די פראגע און יעצט אז זי איז יא געזונט ווי אויך איז דיין  אייגענע פאמיליע אויך ב"ה געזונט אפשר זאלן מיר זיך פארנעמען צו האלטן שטיל ביים דאווענען און אין דעם זכות זאלן זיי טאקע ווייטער זיין געזונט און שטארק?  

יא יא צו דיר רעד איך אויך, דיין טאטע איז דאך יא טויט קראנק און דארף צוקומען צו גרויס רחמי שמים איז דיר נישט בייגעפאלן אפשר זיך צו פארמאכן דאס מויל ווען דו ביסט אין שול און דאדורך מעורר זיין רחמי שמים אויף אים? (איך האף אז די דאזיגע ווערטער זאלן טאקע אנקומען צו דעם וועם איך מיין, אפשר דאך וועטעס אים כאפן. פארפאלן ער איז פון דעי וואס איך פיל נישט אז איך קען זיי ראטעווען פונעם פייער.)  

אמאל שטייען א גאנצע קופקע פון פיינע וואוילע כולל אינגעלייט און מ'שמועסט און פארברענגט, און ביז דער בעל תפילה קומט נישט אן צו שמונה עשרה (ביי מעריב) האט מען אפילו נישט אין פלאן זיך צו שטעלן דאווענען, איך פארשטיי עס באמת נישט, טוט נישט די תורה אויסאיידלען דעם אינגארמאן אז אזויפיל זאל ער טון פארן אייבירשטן אז ביים דאווענען זאל ער זיך אויפפירן ווי א תורה יונגערמאן?  אין זכות פונעם זיך אננעמען פארן הייליגן באשעפער'ס כבוד זאל דער אייבירשטער העלפן אז מיר אלע און אונזערע משפחות און גוטע פריינד זאלן אלע זיין געזונט און שטארק און יעדער וואס דארף פאר זיך עפעס א פריוואטע ישועה (ווער דארף דען  נישט? ) זאל געהאלפן ווערן מיט אלעם גוטן בקרוב ובניקל.

איך וואלט ווען געענדיגט דא ווייל עס איז שוין אזוי אויך גענוג לאנג און די צייט האט זיך געגעבן א רוק, אבער למעשה איז דא נאך עפעס וואס דרוקט מיר אויפן הארצן און אויב וועל איך דאס נישט יעצט אראפ שרייבן גיי ווייס ווען איך וועל מיך נאכאמאל נעמען ס'מיה און דאס אראפ קלאפן סאו גיי איך ממשיך זיין. מיט אנטשולדיגונג פארן מאריך זיין.  

מיר געפינען די וואך אין די סדרה די פרשה פון סוטה וואס רש"י הקדוש ברענגט אראפ אז דערפאר שטייט באלד נאך דעם די פרשה פון נזיר אונז צו לערנען אז הרואה סוטה בקלקולה יזיר עצמו מן היין. דאס הייסט אזוי רש"י גיט נישט קיין פסק אמער אז מען האט געזען א סוטה בקלקולה, ווי אויך זאגט נישט רש"י אז מען זאל זיך בעסער אכטונג געבן אויף די אויגן, וואס דעי זאכן זענען א פשטות מען דארף דאס אפילו נישט זאגן, רש"י זאגט נאר אז מען דארף זיך עפעס פארנעמען א דבר טוב אז אזא זאך זאל מער נישט פאסירן.  

מורי ורבותי די גאסן זענען אנגעפילט מיט סוטות, איי עם סארי פאר די לענגוויטש באט יו געט די פוינט. (פארוואס ווארטן אז זיי זאלן ווערן סוטות? ) איך האב נעכטן געהערט פון איינעם אז די פארגאנגענע וואך האבן זיך צוזאם גענומען פערציג פרויען אראפ צו נעמען חלה אינאיינעם פאר די רפואה פון א היימישע יונגע ווייבל, א מאמע פון זעקס קינדער וואס איז לא עלינו אוועק געפאלן און מען ווייסט נישט מה יולד יום, (ביז די ארטיקל איז דא אנגעקומען, קען מען ליידער צולייגן, אז די ארטיקל זאל זיין לעילוי נשמתה.) א געוואלדיגע זאך וואס כאטש איך ווייס נישט פון וואו די סגולה נעמט זיך באט הו קערס אבי מען טוט א דבר מצוה אינאיינעם און זכות הרבים זאל אוודאי העלפן. זאגט אבער איינע פון די פרויען אז עס איז געווען א גאנצע שאלה צו מען האט דארט אפילו געמעגט מאכן א ברכה עקארדינגלי ווי אזוי מען איז דארט געגאנגען אנגעטון, פרעג איך ענק טייערע פרויען (איך ווייס אז זיי דרייען זיך נישט דא, איך רעד אבער צו זייערע מענער און צו די מענער פון אזעלכע וואס דרייען זיך יא דא.) מה הועילו חכמים בתקנתן, איז דאס וואס דער אייבירשטער וויל פון אייך? וואס איז אים וויכטיגער? די טפח באשה ערוה אדער שער באשה ערוה  אדער גאר חלה פון פערציג פרויען אויף אמאל וואס וואלטן סייווי גענומען נאר נישט ברבים?  

עס קומען ארויס מלבושים שונים איינעס פאניער פונעם צווייטן, צו איזעס אזוי אויסגעשטעלט אז מען זאל קענען דערקענען יעדן אבר אינעם מענטש, צו איז די קאליר אויף פארשידענע פלעצער אזוי אויסגעשטעלט אז עס זאל אויסקוקן ווי די לייב, צו ענדיגט זיך די סקוירט, ווייס פון אונטן אז עס זאל אויסקומען ווי די סליפ שטעקט זיך ארויס, הצד השוה שבהן איז צו מאכן זיכער אז ווען זיי גייען אויפן גאס זאלן פרעמדע מענער קוקן אויף זיי (פאר די אייגענע וואלטן זיי דאך דאס געטון אינדערהיים.)  

מען באשמירט זיך, מען באשטינקט זיך, מען ציט זיך איין, די שייטל גייט ווי מער אראפ די סקוירט ווי מער ארויף. די ערמעל ווי קורצער די שיך היעלס ווי לענגער.  טייערע חברים עס קען זיין אז מאנכע וועלן זיך וואונדערן אמער אז איך שרייב דאס דא צווישן היימישע אינגעלייט דאס האט דאך נאר צו טון מיט די פרויען.

טייערע יונגעלייט איך רעד צו ענק, עטס זענטס בעל הבית אינדערהיים (וויי פאר דעם ווער עס איז נישט, זאלער גיין שנעל נעמען פרישע חתן לעסענס,) די תורה האט ענק געגעבן די אוטאריטי צו זאגן וואס יא און וואס נישט איר ברויכט דאס אויסניצן,

מען דערציילט אויף פארשידענע צדיקים אז ווען זייערע טעכטער האבן זיך פארשאפט נייע קליידער האבן זיי דאס געמוזט אריין טראגן צום טאטן און נאר נאכן באקומען אן הסכמה פון אים האבן זיי דאס געקענט טראגן.  קיינער זאל מיך נישט קומען איינרעדן אז ער פארשטייט נישט דערצו, ווייל ווען עס קומט צו די אייגענע תאוות ווייסט מען שוין גאנץ גוט וואס מען וויל, זאל יעדער איינער פארלאנגען אז דאס צו שטעלן זיך זאל טאקע זיין נאר פאר אים און נישט פאר די פרעמדע אין די גאס. און אפילו אזוי זאל מען וויסן און אכטונג געבן ווען מען מעג און ווען מען מעג נישט מאכן א ברכה.

מאכט זיך אז מען איז אמאל מעורר איינעם אז דאס קינדס ערמל איז צו ארויף געצויגן וועט די תירוץ אדער זיין אז עס האט מיר איר און נישט מיר אדער זי איז נאך קליין. איך וויל וויסן וואו אין די תורה מען טרעפט אז אזא תירוץ איז אננעמבאר? אויב עפעס אן עקזעמפל טרעפן מיר אין די תורה אז מען דארף יא קער נעמען ווען מען איז קליין ווי למשל א בן סורר ומורה.  

טייערע חבירים אזויפיל אידן ווארטן אויף ישועות אבער בשעת די טייערע צייט ווען מען בעט דערויף ווי למשל ביי די שבת ליכט, גייט מען אנגעטון מיט אזעלכע בגדים וואס אזא דומם ווי די שבת ליכט ווערט פארעקל'ט דערפון.מען קומט אהיים פרייטאג צו נאכטס מען מאכט קידוש מ'האפט אז דער מלאך רע זאל בעל כרחו ענטפערן אמן אויף די ברכה פונעם מלאך טוב, אבער אויב זיינס א פארשטייער אין די צורה פון די אייגענע ווייב און קינדער שטייען דארט, וואס ברויכער מער פון דעם? אויב האסטו נישט די שטארקייט צו מאכן אויפמערקזאם פאר די בני בית אז זייער אנגעטועכטס מאכן פראבלעמען צו מאכן א ברכה מיינט איר אפשר אז דער מלאך טוב האט אויך דעם שוואכקייט? האלט איר טאקע אז ער קען ארויס זאגן זיין ברכה אין פראנט פון זיינע גרעסטע קעגנער אזעלכע וואס שוואכן אים אפ מיט גרויסע פראצענטן?  

טייערע חבירים עס גייט ענק גוט? ב"ה. נעמטס ענק פאר א גוטע זאך וואס אין דעם זכות זאל ענק ווייטער גיין גוט עד סוף כל הדורות.  יעדער קען טרעפן וואס צו פארריכטן, צו איז דאס זיך בעטן ביי די ווייבער אז זיי זאלן מאכן זיכער אז מען זאל נישט ארויס זען זייערע האר, צו איז דאס מיט מאכן די קליידער ערליך איידל לאנג אזוי ווי עס פאסט פאר אידישע קעניגליכע טאכטער, צו איז דאס מיט די קאלירן זאלן נישט זיין אזוי אויפגעריסן אז דער פשוט'ער גוי זאל זיך שעמען אז אים איז נישט איינגעפאלן אזא מאדנע צוזאם שטעל פון קאלירן.  יעדער פון אונז זאל זיך פארנעמען פאר די זכות פון אונז אלע חבירים זיך צו פארבעסערן אין צניעות און דאדורך ארויס העלפן איינער דעם אנדערן צו די וואס דארפן דא זיוויגים צו פרנסה בריוח צו קינדער צו נחת ביי קינדער וכדומה.

זאל דער אייבירשטער זען אז אפילו און אפשר ענדערש ווען ער גיט אונז גוטס, נעמען מיר זיך פאר גאר גוטע זאכן, וועט ער אונז באווארפן מיט נאך און נאך גוטע זאכן עד ביאת גואל צדק במהרה בימינו אמן.  

יתגדל ויתקדש שמי' רבא.
אדער ידיד נפש.
אוועטאר
green
שר האלף
תגובות: 1554
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אפריל 22, 2013 12:49 pm
לאקאציע: בין השמים ובין הארץ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך green »

איך הער
דיינע ווערטער זענען זוי קלארע און גליטשיגע אז ס'גליטשטס זיך אריין אין הארץ
יא איך הער.....אבער נאך וואו
אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרים אלף
תגובות: 20191
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכתחילה אריבער »

מילים כדורבנות.....

זאל דער אויבערשטער העלפן אז עס זאל אויפטאן.
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש
אוועטאר
קהת
שר האלפיים
תגובות: 2995
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 10, 2009 1:18 pm
לאקאציע: דארט ווי איך בין!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קהת »

ווואאאףףף, איז דעיס לאנג.

אבער פיין געזאגט!!! די אייבערשטער זאל העלפן אז סזאל אריין גיין און אונזערע הערצער.

יתגדל...
Normal is just a setting on the washing machine
אוועטאר
לאדיךארויס
שר האלף
תגובות: 1379
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 04, 2011 4:09 pm
לאקאציע: נישט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לאדיךארויס »

ארויס צו פרינטען
אטעטשמענטס
איך פיל מיך יא גוט.pdf
(97.84 KiB) געווארן דאונלאודעד 181 מאל
אוועטאר
א גראם מיט טעם
שר שלשת אלפים
תגובות: 3947
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 23, 2013 8:40 pm
לאקאציע: אויף א שפאציר, פונעם מח צום פאפיר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א גראם מיט טעם »

באגייסטערט, איבערגענומען!!!
הערליך און קלאר באשריבען
א דאנק פארען נעמען די מי.
אוועטאר
זאל ער קומען
שר האלף
תגובות: 1955
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 04, 2011 12:25 am
לאקאציע: בעיקבתא דמשיחא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זאל ער קומען »

ברענט א פייער, און יעדער דארף ראטעווען זיך און וועם נאך מ'קען.
אזוי אמת, אזוי שרעקעדיג.

שטייט אין ספר נהרי אש פון הרה"ק רבי שמע'לע זשעליחובער זי"ע (כ'מיין אין מאמר ב') אז דער רבש"ע האט אויסגעקליבן די אידן צו זיין די שליחים אראפצוברענגען דעם כבוד שמים בעולם התחתון. קיינער קען עס נישט טון, נאר די אידן. פירן זיך אידן אויף גוט, גייט ארויסקומען דער כבוד שמים מיט ונתתי גשמיכם בעתם וכו', און אז פארקערט רח"ל גייט ארויסקומען דער זעלבער כבוד שמים אויף אן אנדער אופן רח"ל. אז מ'עט זיך וואונדערן על מה עשה ה' ככה, מה חרי, און אלע אומות וועלן אנערקענען א'דא א יד ה', און דער כבוד שמים וועט סייווי נתרבה ווערן (און די ריבוי יסורים וועט קומען כדי צו אויסצולייטערן די נשמות, הגם דער תפקיד ווערט סייווי געטון).

אז מ'קען מרבה זיין כבוד שמים און ערלעדיגן דעם תכלית בעולם הזה מיט א יש"כ צום רבש"ע, מיט דאווענען ערליך א'זאל זיין א קידוש השם, און מ'זאל קענען זאגן ישראל אשר בך אתפאר, פארוואס זאל מען דארפן צוקומען צום זעלבן תכלית אויף א שווערן וועג?ֿֿ

יש"כ פאר די ווארעמע ווערטער אינמיטן די ארבעט...
זאלער, וואס וועט זיין מיט אפאר דאלער...
אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14264
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוועמל »

מוראדיגע דיבורים.

אין מה להוסיף
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)
אוועטאר
מחותן
שר עשרת אלפים
תגובות: 10102
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 09, 2010 11:39 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מחותן »

זייער גוט געשריבען, אזא ארטיקעל דארף זיין ארויף געפינט פאר עטליכע טעג. זאל דיר עס זיין לזכות.
קרעפטיג
שר האלף
תגובות: 1077
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 07, 2008 9:32 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעפטיג »

אזוי קלאר און דייטליך, א געוואלדיגע ארטיקל אנגעפילט מיט אמת'ע טייערע דיבורים.
מ'וואלט עס ווען געדארפט אויפהענגן אין אלע בתי מדרשים.
וואס
שר חמש מאות
תגובות: 667
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 20, 2007 8:57 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואס »

איכער, דו שטייגסט איבער אסאך מוסר רעדנערס מיט די ארטיקל.
האסט מיך באנומען.
אוועטאר
נישט אלעס איז אמת
שר חמש מאות
תגובות: 983
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 15, 2013 2:45 pm
לאקאציע: אין א וועלט פון שקר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נישט אלעס איז אמת »

סעקרעטאר
אפטער ביטע
ישר כח!!
געדענק!! צייט קומט נישט צוריק
אוועטאר
ענדע צדיק!
שר שמונת אלפים
תגובות: 8114
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 17, 2013 4:44 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ענדע צדיק! »

שיין שיין

יישר כח
צ' כפופה וץ' פשוטה... היינו נאמן כפוף נאמן פשוט. וברש"י: נאמן כפוף - אדם כשר צריך להיות כפוף ועניו וסופו להיות פשוט וזקוף לעולם הבא: (שבת קד.)
בלאג - מיינע ארכיוון
אוועטאר
שמעלקא טויב
שר חמשת אלפים
תגובות: 5396
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 04, 2010 2:41 pm
לאקאציע: אויפ'ן באשעפער'ס וועלט'ל!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמעלקא טויב »

געפרינט און וודאי שפעטער וועט מען ליינען, ישר כח פון פאראויס.
הק' שמעלקא טויב
נו"נ להחסיד המפורסם רבי שלום טויב ע"ה
[email protected]
אוועטאר
ידיד
שר שלשת אלפים
תגובות: 3822
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 16, 2012 6:37 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ידיד »

יישר כח איך_הער פאר די שטארקע אקטועלע ווערטער.
אוועטאר
פריילאך
שר שלשת אלפים
תגובות: 3092
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 10, 2009 8:45 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פריילאך »

עס קומען ארויס מלבושים שונים איינעס פאניער פונעם צווייטן, צו איזעס אזוי אויסגעשטעלט אז מען זאל קענען דערקענען יעדן אבר אינעם מענטש, צו איז די קאליר אויף פארשידענע פלעצער אזוי אויסגעשטעלט אז עס זאל אויסקוקן ווי די לייב, צו ענדיגט זיך די סקוירט, ווייס פון אונטן אז עס זאל אויסקומען ווי די סליפ שטעקט זיך ארויס, הצד השוה שבהן איז צו מאכן זיכער אז ווען זיי גייען אויפן גאס זאלן פרעמדע מענער קוקן אויף זיי (פאר די אייגענע וואלטן זיי דאך דאס געטון אינדערהיים.)


איכער טייערע, זאגסט זייער גוט.. אבער די ווערטער האבן מיר ארויסגענומען פון די גלייזן.. ווי קומט דאס צו רעדן אזוי אויף טייערע יודישע טעכטער? הכזונה נעשה את אחותינו? יא, א פרוי האט ליב צו גיין אנגעטוהן שיין, און אפילו סטייליש (וואס קען טאקע זיין אמאל היפש געמיין). און ח"ו נישט זיין אינטערשטעליג פון א צווייטן, אבער זיי ווילן געפעלן מענער? חס ושלום! ערליכע יודישע פרויען ווילן געפעלן אנדערע פרויען.

עס איז דא א גרויסע הנאה פאר א פרוי, צו הערן א קאמפלימענט פון אנדערע פרויען. (א גוט ווארט פון איר מאן שאדט אויך נישט). איך האב אמאל געהערט פון ר' אבא חייא טויבער שליט"א, אז די וועסט געבען א קעמל פאר א יונגל, וועט ער האקן א נאגל דערמיט ווי מיט אן האמער... פאר א מיידל וועט זי מאכן די האר.. ווייל די אייבערשטער האט אזוי אריינגעלייגט אין די טבע האשה.

רעדענדיג אמאל צו א גדול אין ארץ ישראל, כ'אב מיך אפגערעדט אויף די נסיונות און ווי אזוי די גאס זעהט אויס, האט ער מיר גע'ענטפערט איין עצה איז דא: שמירת עינים! צו די פרויען וועלן גיין אזוי צו אזוי, אויב מען היט זיך נישט די אויגן וועט מען אייביג האבן פראבלעמען, און אויב מען היט זיך יא, וועט מען נתקדש ווערן בקדושה של מעלה. ועל ידי זה יושפע שפע רב בכל עולומות.
מען זאגט לחיים און מ'איז פריילאך, און מען גייט א קאראהוט
דעפרעסט
שר חמש מאות
תגובות: 913
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 27, 2011 2:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דעפרעסט »

פרייליך זאגסט א שיינע געדאנק, א מליצה ישרה און אן אמת.

איך הער, הערליכע שמועס, טענקס עלאט.
אוועטאר
?אפשרטאקע
שר חמש מאות
תגובות: 753
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 26, 2012 6:41 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ?אפשרטאקע »

געוואלדיגע זיסע רייד
אוועטאר
שמעלקא טויב
שר חמשת אלפים
תגובות: 5396
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 04, 2010 2:41 pm
לאקאציע: אויפ'ן באשעפער'ס וועלט'ל!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמעלקא טויב »

געלייענט דעם שב"ק, זיס ווי האניג שיין ווי גאלד!
הק' שמעלקא טויב
נו"נ להחסיד המפורסם רבי שלום טויב ע"ה
[email protected]
אוועטאר
נישט
שר האלף
תגובות: 1195
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 01, 2014 8:14 pm
לאקאציע: יסודו מעפר, וסופו לעפר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נישט »

יעצט אנגעקומען צו ליינען
מוראדיג! הערליך שיין!

הרב פרייליך, זייער שיין מגיב געווען.
אבער ליידער ליידער, יש ויש....
פיטום
שר שלשת אלפים
תגובות: 3237
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 19, 2014 9:02 pm
לאקאציע: אינעם קאמפאט לכ' חאמיש אסער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פיטום »

מי חכם וישמר אלה ויתבוננו חסדי ה'!!!
שרייב תגובה

צוריק צו “אז נדברו”