מייערס בריגס - די 16 סארטן מענטשן און זייערע נאטורן

געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
נשמה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5050
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

תגובהדורך נשמה » זונטאג יוני 23, 2019 3:34 pm

בעזרת השי"ת עושה שמים וארץ

איך ווייס נישט וועלכע טייפ וועט זיך מער טרעפן מיט אינערליכע קאנפליקטן, אבער ביי א ENFP קוקט מיך אויס, אז א ENFP וועט האבן גאר שטארקע אינערליכע קאנפליקטן.

לאמיר זעהן: לאמיר נעמען א INFP, די ערשטע פונקציע איז Fi. יעצט, Fi ווייסט וואס ער האט ליב, ער דארף נאר ארויפברענגען וואס ער האט ליב. דאס וואס א INFP ישוב'ט זיך ביים אויסוועלן וועלכע סארט דיזיין בענקלעך ער זאל ענדערש קויפן, דאס קומט - ווארשיינליך - פון Ne.

וואס איך וויל דא שרייבן איז, סיי בנוגע אינערליכע קאנפליקטן, און סיי בנוגע די אינערליכע קאנפליקטן וואס א ENFP גייט דורך. אבער די זעלבע איז ביי אן אנדערע טייפ.

איך וויל מ'זאל געדענקען אז זיי זאגן אז א ENFP אדער א ESFP, אדער א ISTP, קען האבן ADD. איינער האט מיך אמאל נאכגעזאגט - איך מיין - פון ר' מרדכי וויינבערגער נ"י, אז ער האט פארגעשטעלט ADD, וויאזוי א יונגערמאן שטייט אינמיטן, און פינף מענטשן רעדן צו אים אויף איינמאל, יעדער געבנדיג אנדערע דירעקציעס. דער מענטש ווערט צעריסן.

איך מיין אז איך ווייס וואס א ENFP פילט, איך בין דאך א ENFP, און ס'קען זיין אז די זעלבע איז ביי א ESFP, אדער ISTP, די מיינד ווערט געצויגן פון פארשידענע ריכטונגען. יעדער דרוקט, והבעל בית דוחק. א חלק פון מיר וויל דאס וואס איך טו, אבער איך שפיר ווי א אנדערע חלק פון מיר וויל איך זאל יעצט טון עפעס אנדערש. דער מענטש ווערט צעריסן. און דאס קען אריינשלעפן צו תאווה.

מ'זאגט ביי תחנון: ואנחנו לא נדע מה נעשה כי עליך עינינו זכור רחמיך ה' וחסדיך כי מעולם המה.

א ENFP זיצט אין ביהמ"ד און פרובירט צו לערנען, און אפילו ווען ער זאגט נאר די ווערטער אן זיך הרג'נען צו פארשטיין די מיינונג דערפון. דילט ער אבער מיט א יצר, (הרע?) די יצר זאגט אים, וואס עפעס דארפסטו טון אזוי און אזוי? ווער זאגט דיך? עקספלאריר יענץ. וואס עפעס דעס? דער מענטש שפירט: איך וויל דעס, אבער א חלק פון מיר וויל יענץ. דער מענטש ווערט צעריסן. וויאזוי לעזט מען דאס?

דאס קומט פון וואס? דאס קומט פון Ne אלץ הויפט פונקציע. די ווארט ביי א ENFP איז Possibilities. ס'דא א אומזיכערקייט וואס באגלייט בשעת מ'לערנט. די ווערטער זענען: ס'דא יענץ אויך. ווען א מענטש פירט זיך אויף ווי א גראז אויפן פעלד, האט ער נישט צופיל קאנפליקטן. א ENFP וואס פירט זיך אויף און ער געט נאך זיינע אינערליכקייטן לויטן רוח וואס בלאזט, קוקט אויס ווי א מענטש אן דירעקציע. און ער קומט נישט אן צופיל. ער קומט כמעט נישט אן. פארוואס? ווייל ער טוט, אבער ער טוט גארנישט.

נעם א ENFP, א בחור'ל, מיט א גרויסן Ne יצר, שיק אים אין ביהמ"ד לערנען. וויאזוי זעהט אויס זיין לערנען? ער שמועסט וואס די רוח שטופט אים, ער מאכט זיך א קאווע, טענה'ט שטותים, הייבט אן יעדע רגע נאכאמאל: נו, זאגט די הייליגע משנה... ביז ס'קומט אריין די נעקסטע רוח וואס שלעפט אים. סוף טאג: וויפיל איז ער אנגעקומען? חוץ עגמת נפש פון טענה'ריי מיט חברים?

וויאזוי קוקט אויס א סאדא באטל אויפן גאס, ס'קומט אן ערגעץ? ס'פליהט אהער און אהין. ס'קען זיך נישט קעגן שטעלן קעגן די ווינט. ס'קען נישט. און צומאל ווען ווינטן בלאזן פון מער ווי איין זייט, דרייט זיך עס ארום און ארום און ארום, ביז ס'הערט אויף.

די דרך אמת לערנט אונז: א מענטש קען אויך נישט. א מענטש ווייסט נישט. א מענטש האט נישט די כח זיך צו שטארקן. א מענטש קען זיך אבער איבערגעבן אין האנט פון באשעפער. דום לה' והתחולל לו, געב איבער דיין געפרוירנקייט צום אייבערשטן, אל תתחר, און דו וועסט נישט ווערן אנגערייצט פון תאווה.

נישט פשט אז א מענטש דארף דורכפאלן, ווייל ער קען דאך נישט. פשט איז, שלאג דיך נישט דערקעגן מיט דיין 'איגו'. ווייל דו קענסט נישט. געב עס איבער צום אייבערשטן וואס ער קען יא.

וואס איך טראכט יעצט, בשעת איך שרייב די שורות: א מענטש זאל זיך אראפזעצן מיט זיך אליין און דורכטראכטן: וואסערע מסכת זאל איך ענדערש לערנען? אזאנס טוט נישט לעזן די צוגאנג צו אינערליכע קאנפליקטן. איך רעד נישט נאר צו דאס איז די לעזונג צו אינערליכע קאנפליקטן וואס א Ne האט.

דער רבש"ע האט באשאפן אינערליכער קאנפליקטן. דער רבש"ע האט געזאגט: איך גיי דיך מאכן א קאנפליקט, דו גייסט ווערן צעריסן, אבער דו זאלסט נישט אונטערגעבן, נאר דו גייסט דיך איבערגעבן אין מיין האנט. גול על ה' דרכיך ובטח עליו והוא יעשה. איך ווייס טאקע נישט פונקטליך וואס איך האב צו טון אז דאס דייקא דארף איך טון יעצט. ווען איך טו איז עס נישט ווייל איך האב שוין דורכגעטראכט הונדערט מאל אז דאס דארף איך טון. איך רעד צו א ENFP. וכדומה. איך ווייס טאקע נישט זיכער. איך בין טאקע נישט זיכער. איך בין טאקע נישט זיכער אז דאס איז וואס איך דארף טון יעצט. ס'איז טאקע דא אין מיר א קול וואס זאגט "טו אנדערש". און איך ווייס נישט. אפשר יענץ, אפשר יענץ, אפשר יענץ, אפשר יענץ, אפשר יענץ, איך בין געפרוירן, און איך געב מיך אויף צום באשעפער. דער באשעפער ווייסט און ער זאל מיך פירן.

יעצט טראכט איך: אז דער באשעפער האט עס אזוי באשאפן, כדי א מענטש זאל דארפן צוקומען צו אים ווי מער. און ביי א ENFP יעדע רגע ממש.

סאו, נאכאמאל: וואס איז די פראדוצירער פון אינערליכע קאנפליקטן ביי א ENFP? די הויפט פונקציע, די Ne. די רצון אריינצוכאפן ווי מער איידיעס. וואס א ENFP קען טון און איך מיין אז דאס טוען זיי טאקע, איז: אז א ENFP וועט טרעפן אזאך וואס זאל אים בהכרח אריינשלעפן צו עס. אבער דאס איז נישט די אידיאליסטישע וועג. ווייל אויב א ENFP געוואוינט זיך צו אז ווער ס'האט מיך געכאפט ער באקומט מיך, וואס גייט ער טון ווען ער שטייט פאר א נסיון? עפעס האט אים געגעבן א כאפ, יעצט גייט ער אנהייבן וואס?

אינערליכע קאנפליקטן איז די ענערגיע וואס דו דארפסט שפירן כדי צו ווערן נאנט צום אייבערשטן. ווען דו קומסט אריין אין ביהמ"ד און דו ווילסט דיך אויפרייסן? און קיינער זעהט נישט אז דו האלסט דיך איין? און פון איין זייט ווילסטו זיין אזוי ווי דו ווילסט, און פון די אנדערע זייט ציהט דער יצר אז ס'גייט א רויעך פון די היץ פון די צוויי כוחות, דאן איז די צייט צו כאפן אז דו האסט אינערליכער קאנפליקטן. און פון דארט, פון די צעריסנקייט וואס דו שפירסט צווישן די צוויי זייטן, פון דארט איז די וועג זיך איבערצוגעבן אין די האנט פון באשעפער.

געדענק: דו האסט א וועג זיך צו שלאגן דערמיט מיט דיין איגו. דו האסט א וועג צו ווערן טייט, אויפגערעגט, אנגעבלאזן, זיך נישט לאזן, האבן אזא סדר היום וואס יעדע תנועה איז קאנטראלירט, יעדע תנועה שטייט ערגעץ. דאס איז איגו. נאכדעם איז דא די ענין פונעם דרך אמת. די ענין פון "איך קען זיך נישט האלטן קעגן די אינערליכע ענערגיע וואס זאגט אנדערש ווי די זאך וואס איך וויל יעצט ענדערש. צום ביישפיהל: איך קען מיך נישט האלטן קעגן די רצון וואס האלט אז איך דארף ענדערש ארומקוקן פון מעכיל צו תנחום און פון תנחום צו חזקאל.

א קאנפליקט אין די פסיכיק פון א מענטש, איז נישט די זאך וואס ברענגט נערווען פראבלעמען, אדער טייטנעס, אדער אנגעשטרענגטקייט, ס'איז די איגו וואס ברענגט עס. ס'איז ווען א מענטש מאכט זיך שטייף און ער ווערט אזוי הארט, און ער ווערט אזא "ערליכער יוד", דאס איז וואס מאכט די "או סי די". ס'איז ווען א מענטש וויל זיך האלטן אין א "באקס" כדי זיך צו האלטן קעגן די ענערגיע פון די אנדערע זייט, דאס איז וואס ברענגט אים צו נערווען חלילה.

מ'קען זעהן די עכטע ערליכע יודן זענען געווען אזוי פרייליך, זיי זענען געווען בטל צום אייבערשטן.

די וועג צו ווערן נאנט צום באשעפער איז דייקא דורך די דאזיגע אינערליכע קאנפליקטן. מיט דעם קען מען זאגן פשט אין גמ', אז איין אמורא האט געזאגט, לאמיר דורך גיין די פלאץ פון זנות, און בייגן דעם יצר, כדי צו מקבל זיין שכר. קען מען זאגן פשט, אז ווען א מענטש האט א אינערליכער קאנפליקט איז עס א ברכה, ס'איז א וועג צו ווערן נאנט צום אייבערשטן. די קיבול שכר פון וואס ער רעדט איז ווערן נאנט צום אייבערשטן. וויאזוי ווערט מען נאנט, דורך דעם וואס א מענטש וואס עס הייבט זיך אן ביי אים דער אינערליכער קאנפליקט פון תאווה מוז אויפגעבן אויף זיך, ער מוז זיך מבטל זיין צום רצון השי"ת. ווייל נאר דער אייבערשטער קען העלפן. ער מוז איינזעהן אז ער קען טאקע נישט.

די עבודה איז נישט פאר יעדעם, מ'קען חלילה עס נישט ביישטיין. אבער אינערליכע קאנפליקטן איז א ברכה. אינערליכע קאנפליקטן איז א ברכה. אויב ס'איז שוין דא. אוודאי א מענטש דארף בעטן אל תביאנו לא לידי נסיון, אבער איך רעד פון געווענליכע אינערליכע קאנפליקטן, איז עס א ברכה. ווייל דייקא דורך דעם קען זיך א מענטש הייבן צום אייבערשטן. נס להתנוסס.

אבער די וועג איז נישט דורך די איגו. אויב מ'שלאגט זיך קעגן די אינערליכע קאנפליקטן מיט די איגו, מ'שטעלט זיך דערקעגן דורך דעם וואס מ'מאכט זיך ווי א באקס, קען מען ווערן אומגעזונט, און בכלל דאס איז נישט די וועג. די וועג איז: איך האב עפעס אין מיר וואס זאגט מיר אנדערש; וואס וויל אנדערש ווי איך טו יעצט, און איך ווייס טאקע נישט אז דאס איז ענדערש צו טון. יענץ קען איך נישט טון, אדער וויל איך נישט טון, איך געב מיך אויף צום אייבערשטן. דער אייבערשטער זאל מיך פירן.

א ENFP וועט האבן גאר שטארקע אינערליכע קאנפליקטן, ווייל מ'קען דאך טאקע אין די יעצטיגע רגע טון (טראכטן) אזויפיל זאכן. מ'קען זיין אין אזויפיל מינע מצבים, מ'קען דינען דעם אייבערשטן אויף אזויפיל אופנים, וואס זאל איך ענדערש? איך ווייס טאקע נישט. יעצט טו איך דאס און דאס, אבער נישט ווייל אלעס אין מיר ווייסט אז איך טו גוט. איך בין נישט גא-ט ב"ה. איך ווייס טאקע נישט. איך טו, און בשעת'ן טון האף איך אז ער וועט מיך פירן צום גוטן.

די NE פון א ENFP זאגט: דו קענסט עקספלארירן אזויפיל מינע איידיעס. וואס עפעס האב איך מיך אפגעשטעלט דוקא ביי די נקודה וואס איך טו יעצט? ס'דא אזויפיל נקודות... און יענע נקודה? די צוגאנג לויטן דרך אמת איז, איך ווייס טאקע נישט. איך געב מיך איבער אין די האנט פון באשעפער, און איך טו דאס. דאס מאכט אז א מענטש זאל ווערן זייער נאנט צום באשעפער. דהיינו, בשעת ס'קומט אריין די מחשבה, אפשר איז דאס וואס איך טו יעצט א צייט פארברענגעריי, אדער נישט אזוי וויכטיג ווי יענס און יענס, אדער ס'איז צו פלעין, ס'דא בעסער, אזא מוטשענדע מחשבה, ס'דא בעסערס. איך ווייס טאקע נישט, איך בין געפרוירן, איך ווייס טאקע נישט, איך געב מיך אויף צום אייבערשטן.

דאס איז סך בעסער ווי לעזן דעם קאנפליקט. נאכאמאל: דאס איז סך בעסער ווי צוקומען צו א סעלושן. לאמיר זאגן אז איך האב צוויי מסכת צו לערנען, אדער פסחים, אדער שבת, און איך וויל ביידע די זעלבע זאך. און נישט וואוסנדיג וואס צו טון נעם איך ענדערש מסכת שבת, און איך ווייס טאקע נישט וואס איז ענדערש. איז דאס בעסער לצד ווערן נענטער צו השי"ת, ענדערש ווי וויסן וואס פונקטליך ס'לוינט מיר.

דאס נישט וויסן, דאס לעבן אפילו ווען מ'איז אין א קאנפליקט, דאס מאכט אז מ'זאל מוזן אויפהייבן די אויגן צום באשעפער, וואס ער קען יא. גול על ה' דרכיך ובטח עליו והוא יעשה. און ער לערנט דעם מענטש וואס ער זאל טאקע טון.

התקרבות לה' געשעהט דייקא דורך א קאנפליקט. דייקא דאן, דייקא דורך דעם, מוז א מענטש אנערקענען אין זיין: ואנחנו לא נדע מה נעשה. דייקא דאן הייבט מען אויף די אויגן צום הימעל.

איז דען א עצה צו לעזן יעדן קאנפליקט? קען גאר זיין אז עס לוינט נישט צו לעזן. אפילו אויב מ'קען עס לעזן. קען גאר זיין אז דוקא ווען איין זייט ציהט מיר אהין, און איך שטיי אבער דא, דייקא דאס איז מכניע מיין הארץ לאבי שבשמים.

ווען א מענטש וויל רעדן עפעס א שטות, קיינער גייט נישט וויסן אז איך האב מיך איינגעהאלטן, קיינער. דאס מיינט א אינערליכער קאנפליקט. און דייקא פון דעם קען זיך א מענטש הייבן.

ביי די Fi פונקציע איז דאס נישט אזוי ווייט שייך. ווייל א מענטש ווייסט וואס ער האט ליב. ער דארף נאר צוטרעפן. אבער ביי די Ne פונקציע, ס'איז דאך דא אזויפיל וועגן, און ס'איז טאקע דא, נו, וויאזוי קען איך וויסן וואס צו טון? דער מענטש איז אין א קאנפליקט. מ'קען עס לעזן טאקע דורך דעם וואס מ'זאגט: איך ווייס טאקע נישט. זאל מיך דער אייבערשטער פירן.

ביי די Fi פונקציע קענסטו זאגן: איך ווייס. אבער ביי די Ne פונקציע איז דאך נישט מעגליך צו זיין גא-ט ב"ה. וויפיל צייט האט א מענטש צו טראכטן און קלויבן די ריכטיגע זאך?

די עיקר וואס איך שרייב איז: ווען א מענטש טרעפט זיך אין א אינערליכע קאנפליקט איז עס א גוטע זאך צו ווערן נאנט צום באשעפער.

א אינערליכער קאנפליקט מיינט איך טו אדער טראכט אויף איין וועג, בעת אן אנדערע חלק פון מיר וויל עפעס אנדערש, און איך ווער געפרוירן.

די ענערגיע וואס שאפט זיך צווישן די צוויי כוחות איז וואס מ'דארף איבערגעבן צום באשעפער. אז דער באשעפער זאל העלפן. און נישט זיך האלטן דערקעגן דורכ'ן אויפבויען א איגו.

והשם הטוב יעזור.
אין אני מסכים בשום פנים ואופן לשום דבר, ולשום דברי ציונות, וואס ווערט דא געזאגט דורך סיי וועמען אדער דורך מיר אליין, פארקערט ווי ס'שטייט אין דעם סאטמאר רבינ'ס ספרים.

אוועטאר
נשמה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5050
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

תגובהדורך נשמה » זונטאג יוני 23, 2019 7:44 pm

ב"ה.

ס'דא פון זיי וואס האבן פארשטאנען כמעט די זעלבע זאך ווי די דרך אמת, ווי למשל די צוועלעף סטעפס, און יונג, וכו', אבער דאך איז ר' שרגא נ"י מסביר, אז זיי כאפן נישט, צו זיי ווילן נישט כאפן, אז הקב"ה העלפט און לערנט מיט א מענטש יעדן טאג. זיי וועלן פרובירן צו קוקן אויף די ראלע וואס די Unconscious שפילט אין האלטן א מענטש אז ער זאל נישט דורכפאלן. אדער פארוואס און וויאזוי ביטול דארף צו העלפן. מיר יודן גלייבן אבער, אז די אונטערנבאוואוסטזיין ווערט נשפע פון אויבן. וואס מיינט ותקננו בעצה טובה מלפניך? נאר, ס'מוז זיין, אז דער מענטש בעהט, אז עפעס פון אויבן זאל קאנטראלירן זיין Unconscious. טראכט, וועסטו זעהן.

ער בעהט אתה חונן לאדם דעת ומלמד לאנוש בינה, און ער בעהט חננו מאתך חכמה בינה ודעת, יעצט: וואס גייט געשעהן אויב דער אייבערשטער גייט אים געבן דעת? וויאזוי גייט יעצט דער מענטש באקומען דעת? פון וואו? דעם מענטש'נס מיינד לויפט מיט א סיסטעם, יעצט: ווער גייט ארויסרוקן עפעס פון די סיסטעם, און מאכן אז דער מענטש זאל זיך שאפן דעת? ווער מאכט אז דער מענטש זאל וועלן שאפן די דעת? נאר: מיר זענען אינעם הייליגן באשעפער'ס הענט.

וואס מיינט השיבנו אבינו לתורתיך? לאמיר זאגן אז די תפיהל פון השיבנו געלונגט. וויאזוי איז עס געשעהן? דער מענטש האט באקומען א הרהור תשובה. א התרצות צו תשובה. יעצט: ווער איז געווען די ערשטע שטופ צו תשובה? נאר דער אייבערשטער פירט א מענטש. מיר זענען אינעם אייבערשטענס הענט.

וואס מיינט, מענטשן שרייבן, יודן שרייבן, בסיעתא דשמיא. וויאזוי געשעהט עס? נאר די Unconscious איז צוגעבינדן צום באשעפער. די הייליגע ווערטער פונעם דרך אמת רירט זיך נישט פון פלאץ. נאר זיי די אלגעמיינע פארשער, זיי מאכן זיך שווערער מיט דעם אז זיי ווילן נישט אננעמען די פשוט'ע זאך, אז הקב"ה דרייווט די מיינד פון א מענטש. און די פשוט'ע זאך, אז אין אני והוא יכולין לדור במקום אחד. און אז דערפאר העלפט די ביטול ביי די צוועלעף סטעפס, נאר ווייל דער מענטש שטופט אוועק זיין אייגענע 'איגו'.

אפילו די Physiology פון א מענטש איז אויך צוגעבינדן צום באשעפער. וואס מיינט רפאינו ה' ונרפא? וויאזוי דארף עס געשען? נאר יעדע צעל איז צוגעבינדן צום באשעפער.

אזויפיל זאכן וואלטן זיי בעסער פארשטאנען, ווען זיי וואלטן נאר זיך געלאזט גלייבן. נאר והבדילנו מן התועים. די זאך איז זייער פשוט. ווען א מענטש געט אויף אז איך קען, דאן איז דער מענטש מבטל זיין אייגענע צוגאנג צו קדושה וטהרה, און דער אייבערשטער העלפט אים.

אך לאלקים דומי נפשי כי ממנו תקותי, אך הוא צורי וישועתי משגבי לא אמוט. פארוואס גליטש איך נישט? ווייל מיין האפענונג צו זיין אפגעהיטן איז צום אייבערשטן.

והשם הטוב יעזור.
אין אני מסכים בשום פנים ואופן לשום דבר, ולשום דברי ציונות, וואס ווערט דא געזאגט דורך סיי וועמען אדער דורך מיר אליין, פארקערט ווי ס'שטייט אין דעם סאטמאר רבינ'ס ספרים.

דערבארומדיג'ער
שר האלף
תגובות: 1920
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 22, 2017 12:04 pm

תגובהדורך דערבארומדיג'ער » זונטאג יוני 23, 2019 10:55 pm

נשמה, אבער פארוואס מאטיווירט ער אנדערע? ער האט עפעס אזא הנאה ווען אנדערע רוקן זיך פאראויס, ער שטופט יענעם, גיי! גיי! טו! וועלכע פונקציע איז דאס?
דאס איז נאר מיין צייטוויליגע אינטערשריפט.

אוועטאר
נשמה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5050
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

תגובהדורך נשמה » מאנטאג יוני 24, 2019 3:20 pm

דערבארומדיג'ער האט געשריבן:נשמה, אבער פארוואס מאטיווירט ער אנדערע? ער האט עפעס אזא הנאה ווען אנדערע רוקן זיך פאראויס, ער שטופט יענעם, גיי! גיי! טו! וועלכע פונקציע איז דאס?

נישט יעדע טייפ וואס מאטיווירט איז א דרייערי'ישע איגו. די דרייערישע איגו איז זיך צו שפירן מיט אלע כוחות, און זיך האלטן אין דעם שפיר, אלץ איך בין דאס וואס די ארומיגע וועליוען. דאס איז דער שפיץ פון דרייערישע איגו. ער האט גענומען פאר א סימבאל: מאטיווירער. אבער ס'מיינט נישט אזוי ווייט יענעם צו מאטיווירן, ווי זיך אליין צו מאטיווירן. ער רופט אים מאטיווירער, ווייל מיט דעם אז ער ווייזט פון זיך א Persona אז ער איז דער וואס ארומיגע וועליוען, מיט דעם טוט ער מאטיווירן טאקע די דאזיגע ארומיגע. זיין עצם ערשיינונג איז מאטיווירונג.

קודם כל, יעדע מענטש האט אין זיך - מחמת דעם בורא - די ענין פון 'חסד', להטיב לזולתו. אדער די ענין פון זעהן ווי מיינע כוחות ווערן אנטוויקלט בעולם.

מ'קען זאגן: אז מיט דעם אז יענער איז מצליח, דאס מיינט אז ער איז מצליח צו מאכן יענער זאל מצליח זיין. צום ביישפיהל: ווער איז זיין טיטשער? אה, ער? wow.

די פונקציע פון דעם קען אויך זיין Fe. דאס זעהן יענעמ'ס געפילן; דאס זעהן יענעם, מאכט אז איך זאל ענדערש שפירן יענעם, און אז איך שפיר יענעם, וויל איך אז יענער וואס איך פיל יענעם אלץ מיין 'איך' זאל מצליח זיין. אזוי ווי יעדער וויל אז זיין פארטיי זאל געווינען. מ'שפירט זיך אלץ די פארטיי.

אדער קען עס קומען פון די Te פלאס Ni פונקציע. איך פארשטיי וויאזוי דו דארפסט טון כדי צו מצליח זיין. און איך וויל זעהן מיינע כוחות אפגעדרוקט אין די וועלט. מיט דעם ווער איך אליין גרעסער. די Te מאכט אז ער זאל צווינגען יענעם צו זיין וויאזוי ער פארשטייט אז יענער דארף זיין.

אדער פון די Ni: זעהסט אז איך פארשטיי וויאזוי יענער זאל מצליח זיין?

איך מיין אז א ESTP איז אזא מין מענטש. גיי! גיי! טו! זיי האבן ליב צו זעהן יענער איז מצליח. דאס קען קומען פון די Inferior פונקציע, (Ni). איך פארשטיי יא וויאזוי דיך צו העלפן. יעצט, אויב ס'געלונגט אז א ESTP קומט אויס א דרייערישע איגו, קען עס קומען פון די Inferior Ni. איך ווייס יא וויאזוי דיך צו העלפן. מ'ווערט סטאק מיט די Ni. ווייל מ'וויל זיך נישט שפירן שוואך דערמיט. אזוי ווי א ENFP וואס וויל זיך יא שפירן. און דאס קומט פון די Inferior Si

זעהט אויס אז די צאמשטעל פון אלע פיר פונקציעס ביי א ESTP שטעלט צאם אז מ'זאל וועלן יענעם מאטיווירן. דאס מוז אבער נישט קומען פון די דרייערישע איגו.

די זאך וואס איך מיין אז ס'גייט דיך באפרידיגן איז: דאס האט נישט איין באשטומטע פונקציע. פארשידענע צאשטעלונגען פון פונקציעס, קענען ווירקן אז דער מענטש זאל וועלן מאטיווירן יענעם. ס'קען קומען פון Fe פלאס Ni, פון Ni פלאס Te, און פון Inferior Ni.

והשם הטוב יעזור.
אין אני מסכים בשום פנים ואופן לשום דבר, ולשום דברי ציונות, וואס ווערט דא געזאגט דורך סיי וועמען אדער דורך מיר אליין, פארקערט ווי ס'שטייט אין דעם סאטמאר רבינ'ס ספרים.

אוועטאר
טשאדעלע באדעלע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5697
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 09, 2017 5:29 pm
לאקאציע: לי עוועניו קארנער מאנסי בלוד.

תגובהדורך טשאדעלע באדעלע » מאנטאג יוני 24, 2019 4:00 pm

מ׳קען קראכן פון די טיפקייט פון די נושא, און פון די קלארקייט פונעם שמועס.

וועכע פונקציע איז דאס?
!!!...JOBS, JOBS, JOBS

טעאריע וואס לעבט
שר חמש מאות
תגובות: 789
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוקטובער 08, 2017 11:41 pm

תגובהדורך טעאריע וואס לעבט » מאנטאג יוני 24, 2019 4:10 pm

Ti/Ne
מיר בויען טעאריעס לויט די פאקטן, נישט די פאקטן לויט טעאריעס.

מחשב
שר האלף
תגובות: 1095
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 17, 2018 3:57 pm

תגובהדורך מחשב » מאנטאג יוני 24, 2019 4:23 pm

טשאדעלע באדעלע האט געשריבן:מ׳קען קראכן פון די טיפקייט פון די נושא, און פון די קלארקייט פונעם שמועס.

וועכע פונקציע איז דאס?

אויב דו רעסט פון די פונקציע פון קראכן, דאן איז עס לכאורה S וואס ווערט נערוועז פון צו טיפע זאכן. אויב רעדסטו פון די טיפקייט און קלארקייט איז עס ווי טעאריע האט געזאגט.
הוי מחשב...

אוועטאר
נשמה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5050
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

תגובהדורך נשמה » מיטוואך יוני 26, 2019 7:57 pm

בעזרת השי"ת עושה שמים וארץ.

צומאל קען א Superior Feeling Type אויסזעהן פאר אונז ווי א Thinking Type; די שאלה איז פארוואס?

לאמיר נעמען א ביישפיהל א ISFP, קען ערשיינען 'לאגיש'. מיר וועלן זעהן אויף אים ווי ער נוצט 'לאגיק'.

לאמיר אביסל באטראכטן די Ne פונקציע. די Ne פונקציע איז די וואס מאכט אז א מענטש זאל נישט זיין Focused.

יעצט צוריק צום ISFP, איז די שאלה: פארוואס זאל א ISFP ערשיינען Focused און צום ציהל; נישט ווערנדיג דיסטרעקטעד? קודם ער האט נישט קיין Ne אין זיינע פונקציעס. די Ne איז וואס - לויט וויאזוי איך וויל יעצט זאגן- זאגט פארן מענטש: זיי צעשפליטערט. עקספלאריר דורך יעדע זאך וואס וויל אריינקומען אין דיין קאפ. גיי עס דורך. טראכט עס דורך. צו וועלן נאכגיין די בייפאל פון טעאריע; פון א נייע איידיע, איז וואס נעמט אוועק דעם קאפ פון א מענטש פון די טעסק וואס איז פאר אים. א רייץ צאמצושטעלן קלארער פארשידענע הונטערליגנדיגע בילדער פון פארשידענע ריכטונגען.

אפילו ווען מ'זעהט אויף אים אז ער נוצט 'לאגיק', מוז נאכנישט זיין אז די ערשטע הויפט און עיקר פונקציע ביי אים איז T. ס'קען זיין אז די ערשטע פונקציע זאל זיין F. ביי א ISFP, אפילו מ'זעהט אז ער נוצט 'לאגיק'; ער איז קלוגער און מער דורכגעטראכט ווי מיר. מיט דעם אלעם קען נאך אלץ זיין אז דער ערשטער זאל זיין Fi. וועליוס.

Fi איז א דשאדשינג פונקציע. דער מענטש מאכט אפ און באשלוסט לויט זיינע וועליוס. ער פירט זיך אויף לויט זיין Fi. ס'איז נישט די Fi וואס צעפירט א INFP, אדער ENFP, נאר ס'איז די Ne וואס צעשפליטערט. (כך נראה לי השתא = אזוי וויל איך יעצט עקספלארירן) און Fi פאר זיך קען גאר צוהאלטן א מענטש צום ציהל. ווייל דאס מאכט אז דער מענטש זאל זיך האלטן צו זיינע וועליוס. ער דשאדשד וואס ער זאל טון מיט די Fi. ער דשאדשד אז ער וויל זיך האלטן צו זיינע וועליוס. דל ממנו Ne.

און דורך דעם, איז דער ISFP, צוגעבינדן צו זיין ציהל. זיין Fi ציהל.

זיי זענען זייער ארטיסטיש. איך האב שוין געוואלט זאגן אז יאסעלע ראזנבלאט איז געווען א ISFP. די מערסטע ארטיסטיש זענען ISFP. זיי זענען אבער נישט די צעפלויגענע ארטיסטן וואס די ארטיסטן האבן זיך אזא נאמען געברענגט אויף זיך.

ווייל די ארטיסטן וואס זענען צעפלויגן, די האבן די Ne. די Ne איז וואס צעפליהט די קאפ.

די צווייטע פונקציע ביי א ISFP איז Se. יעצט, Se ליגט מיר אין קאפ קען יא מאכן אז א מענטש זאל זיין מער צופלויגן; צעשפרייט; דא און דארט די זעלבע מינוט; זוכנדיג נייע און נייע עקספיריענס פאר די פינף חושים. אבער די 'קאפ' איז נישט צעפלויגן; ס'פליהט נישט אוועק.

יעצט, אויב איז דא Se מיט Ti, למשל ביי ESTP קען שוין דער מענטש יא זיין מער צופלויגן; מער אנגעווארפן; מער דאס און דאס אויפאיינמאל. פארוואס? וואס מאכט אים דא צופלויגן? זעהט אויס אז ווען די Se איז א הויפט פונקציע, דאן איז דא מער שאנסן אז מ'זאל זיין צופלויגן. אבער נאך אלץ נישט אז די קאפ איז צעפלויגן; אז ס'פליהט אוועק; אז ס'איז אין די וואלקענעס; אז ס'ערגעץ דארט.

ס'דא צוויי מינע צופלויגנקייט. איינס איז די 'קאפ' פליהט ערגעץ אין די אבסטראקט "הימל", און עקספלארירט נייע און נאך נייע איידיעס, מעגליכקייטן, וכו', די מין צעפלויגנקייט איז אין קאפ. דאס קומט פון Ne. נאכדעם איז דא, די זיבענערישע צעפלויגנקייט. Scattered. ווי אויך Multi Tasking. נישט מסודר. נישט ליניע'דיג. דאס קומט פון Se. דער מענטש איז דאהי; צוגעבינדן צו דא; צו די concrete וועלט; ער איז צופלויגן, אבער דא; ער איז צופלויגן אבער אין די גבולים; אזוי ווי א קינדער שפיל-שטוב; ס'איז צעפלויגן אבער אין די גבולים. א Ne פארט אינגאנצן אוועק.

א ISFP איז אויך גאנץ צעפלויגן. שטעל אים צו צו א ISFJ און דו גייסט באמערקן הימל און ערד. ביים ISFP זענען אלע זיינע ארטיסטישע טולס צעפלויגן. און בכלל איז ער גאנץ Scattered. (אבער דאך נישט ווי א ESTP) און דער ISFJ איז אזוי צאמגענומען אז נאר. אבער דאך איז די צעפלויגנקייט פון א ISFP, נישט די זעלבע ווי די צופלויגנקייט פון א ENFP. די צעפלויגנקייט פון א ENFP איז בלי גבול; אינדרויסן פון די גבולים; גארנישט מיט די עצם אויפגאבעס.

געב א קוק א ארבעט'ס ווען פון א ISFP, זיין ווען איז אנגעלייגט, אבער מער מיט זאכן וואס באלאנגען צום ארבעט. א ENFP "ארבעט'ס ווען", איז אנגעלייגט און צעפלויגן מיט זאכן וואס האבן נישט צו טון מיט די ארבעט.

פארוואס אבער קענען מיר זעהן ביים ISFP א 'לאגישקייט'. פון וואו קומט דאס? דאס קומט פון די דריטע און פערטע פונקציע. די Ni צוזאמען מיט די Te. דאס איז וואס מ'זעהט אויף זיי. אבער דאס מיינט נישט צוזאגן אז זיי נוצן עס די ערשטע און דער עיקר. אפילו מ'זעהט עס. מ'זעהט עס, ווייל ווען מיר קוקן אויף א מענטש, זעען מיר אפילו די דריטע און פערטע פונקציע אויך.

דאס וואס מ'זאגט אז א ENFP גייט נאך זיינע געפילן, האט נישט צו טון מיט די Fi; מיט זיין צווייטע פונקציע. נישט דאס מיינט מען צוזאגן אז ער גייט נאך זיינע געפילן. נאך גיין זיינע געפילן מיינט: אז ער גייט נאך און ער לאזט זיך טראגן פון זיין Ne; זיין ערשטע פונקציע. דאס מיינט ער גייט נאך געפילן. ער לאזט זיך פון זיין Ne פלאס זיין Fi. ער גייט נאך זיין Ne צו עקספלארירן יעדע זאך וואס אים פאלט ביי.

איך טראכט צו א ENTP וועט אויך נאכגיין זיינע געפילן, מיט דעם אז ער גייט נאך זיין Ne. די Ne איז א זאך וואס פאדערט אז מ'זאל עס נאכגיין. א בחור'ל זיצט און הערט א שיעור, א ENTP בחור'ל. ער האט א גוטן קאפ. ער האט דאך א Ti קאפ; זיין צווייטע פונקציע, זייער א גוטע פאטענציאל. נאר וויבאלד ער איז אזוי צוגעוואוינט נאכצוגיין און עקספלארירן זיינע איידיעס וואס זיין Ne זאגט אים, דערפאר קען אים זיין שווער אויסצוהערן.

קומט אויס, אז ISFP וועט ענדערש קענען קאנצענטרירן ביי א שיעור ווי א ENFP. פארוואס? ווייל א ISFP האט נישט קיין יצר פון Ne. ער איז מער צוגעבינדן. וואס זאל אים אוועקשלעפן?

און איך טראכט אז א Ti איז אויך אן אוועקשלעפער. אבער עכ"פ א ISFP קען זיך אויך פיין קאנצענטרירן. גאר שטארק.

די סיבה פארוואס א ENFP קען זיך שווער קאנצענטרירן, איז נישט אזוי ווייט ווייל ער האט נישט קיין Ti אין זיינע פונקציעס, נאר ווייל זיין Ne קומט אים קלאפן "נאך געלט" יעדע האלבע מינוט.

די Se פון א ISFP בינד אים צו צום Concrete וועלט. ס'מורא'דיג געשמאק - פאר מיך - צו זיין נעבן א ISFP. זיי לאזן דיך זיין וויאזוי דו ווילסט. חוץ ווען זייער פערטער פונקציע קומט אריין אין פיקטשער. און ס'קומט אריין. זיי זענען זייער ארטיסטיש. אבער די עיקר פונקציע וואס מ'באמערקט כמעט נישט איז Fi. זיי געבן נישט פון זיך די פערסאנע פון Fi. זיי קענען אויסקוקן ווי א Thinking Type. איך האלט אז יאסעלע ראזנבלאטט איז געווען א ISFP. אויף די בילדער קוקט ער אויס ווי א Thinking Type.

ISFP האבן ליב די מענטשהייט, פארשטייט זיך ווער ס'טשעפעט נישט. זיי האבן זיך אויך זייערע 'שיטות' וואס מ'קען שווער טוישן, און נאר מיט פעסטע הסבר. פארוואס? ווייל זייער פונקציע וויאזוי זיי פארשטייען די וועלט איז דאך די דריטע (Ni) און די פערטע (Te), במילא, זיי האבן נישט אזוי שנעל צוטריט צו די פיילס.

אבער אנדערש ווי איך האב געמיינט זענען זיי באמת זייער קלוג. און פארשטייען א געוואלד. אויף אזא אופן אז דאס מאכט מיך קלערן אז א ENFP קען גאר זיין א בחינה פון תפסת מרובה לא תפסת. די Heavy Load וואס ליגט אויפן קאפ פון א ENFP אדער אפשר אויך פון ENTP לאזט אים נישט, זיך רירן לייכט. און ער קומט נישט אן.

איך זאג נישט, אוודאי איז חכמה א גוטע זאך, אבער מ'דארף דערצו אויך האבן "רעדער", אויב ס'איז אנגעפיהלט מיט חכמה און ס'וועגט אראפ אויף די "רעדער" וואס דארפן טון למעשה, און ס'קען נישט "פארן", איז עס חכמתו מרובה ממעשיו. דער מענטש קומט נישט אן צו גארנישט אין פולן זין פון ווארט.

די דריטע פונקציע ביים ISFP, די Ni, מיט די Te איז פונקט גענוג אים צוגעבן גאר שטארקע חכמה און טיפקייט אין אלע געביטן אויף באמת א טיפן פארנעם, און אפילו טיפער ווי ביי א ENFP. פארוואס? ווייל אזוי ווי ווען דו פילסט אן א טעפל וואסער, און די שטראם איז גאר שטארק, פילט זיך עס נישט אן בכלל. די וואסער שפריצט צוריק ארויס, אבער ווען דו גיסט א דינע איידעלע שטראם פון וואסער, וועט זיך פיין אנפילן.

די זעלבע זאך דא: א ISFP, אפילו זיין Ni איז די דריטע, איז עס אבער בעסער אין א געוויסן זין ווי דער וואס האט עס ביי די ערשטע צוויי. ווייל ס'האט "רעדער". וואס האט די וועלט פון א מענטש וואס איז נישט מער ווי א ענציקלאפעדיע. גארנישט ווערט נישט אויף למעשה. ווייל דער מענטש איז נאך סטאק מיט זיינע טעאריעס.

אוודאי איז חכמה און בינה, און דעת א גוטע זאך. אבער ס'פאדערט מעשים דערצו. די גוף. די כלי מעשה. די אויספירן. אזוי ווי למשל א ENFP וואס לערנט זיך וויאזוי צו זיין א גוטע טאטע, אבער ער איז קיינמאל נישט אנגעקומען צו זיין טעכניש א גוטע טאטע. ווייל בשעת'ן טאטע'ווען איז ער פארנומען מיט נייע טעאריעס. קומט אויס אז די רייץ צו טעאריע, קען גאר פארמינערן די אויספירן אויף למעשה פון טעאריע. קומט אויס אז ISFP קומט אן מער מיט טעאריע; ער נוצט מער טעאריע. און דער ENFP נוצט עס גאר ווייניגער, אדער אינגאנצן נישט.

זאכן דארפן זיין באלאנסירט.

והשם הטוב יעזור.
אין אני מסכים בשום פנים ואופן לשום דבר, ולשום דברי ציונות, וואס ווערט דא געזאגט דורך סיי וועמען אדער דורך מיר אליין, פארקערט ווי ס'שטייט אין דעם סאטמאר רבינ'ס ספרים.

שירעם
שר העשר
תגובות: 32
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יוני 21, 2019 12:15 am
לאקאציע: יעדע מין געשעפט

תגובהדורך שירעם » דאנארשטאג יוני 27, 2019 3:46 pm

איך ווייס נישט אויב שוין געוועהן דא
עס איז דא וועבסייט 16personalities.com וואו מען נעמט א טעסט און מען קען זעהן וועלכע personality מ׳איז, דערנאך קען מען זעהן גאנצע באשרייבונגען איבער דיין פערסאנעליטי, זיי זענען עס מסביר אין די לענג און אין די ברייט, וויאזוי די פערסאנעליטי איז חינוך, פריינטשאפט, ביי די ארבעט, אא״וו
Fear is a liar... it activates the enemy

אוועטאר
נשמה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5050
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

תגובהדורך נשמה » דאנארשטאג יוני 27, 2019 4:37 pm

שירעם האט געשריבן:איך ווייס נישט אויב שוין געוועהן דא
עס איז דא וועבסייט 16personalities.com וואו מען נעמט א טעסט און מען קען זעהן וועלכע personality מ׳איז, דערנאך קען מען זעהן גאנצע באשרייבונגען איבער דיין פערסאנעליטי, זיי זענען עס מסביר אין די לענג און אין די ברייט, וויאזוי די פערסאנעליטי איז חינוך, פריינטשאפט, ביי די ארבעט, אא״וו

והשם הטוב יעזור שלא יצא שום מכשול מתחת ידינו, וגם לא רינון הבריות חס ושלום אמן ואמן.
אין אני מסכים בשום פנים ואופן לשום דבר, ולשום דברי ציונות, וואס ווערט דא געזאגט דורך סיי וועמען אדער דורך מיר אליין, פארקערט ווי ס'שטייט אין דעם סאטמאר רבינ'ס ספרים.

שירעם
שר העשר
תגובות: 32
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יוני 21, 2019 12:15 am
לאקאציע: יעדע מין געשעפט

תגובהדורך שירעם » דאנארשטאג יוני 27, 2019 4:56 pm

נשמה האט געשריבן:
שירעם האט געשריבן:איך ווייס נישט אויב שוין געוועהן דא
עס איז דא וועבסייט 16personalities.com וואו מען נעמט א טעסט און מען קען זעהן וועלכע personality מ׳איז, דערנאך קען מען זעהן גאנצע באשרייבונגען איבער דיין פערסאנעליטי, זיי זענען עס מסביר אין די לענג און אין די ברייט, וויאזוי די פערסאנעליטי איז חינוך, פריינטשאפט, ביי די ארבעט, אא״וו

והשם הטוב יעזור שלא יצא שום מכשול מתחת ידינו, וגם לא רינון הבריות חס ושלום אמן ואמן.

כ׳האב נישט קיין אנונג וואס די מיינסט... איים סארי
Fear is a liar... it activates the enemy

דערבארומדיג'ער
שר האלף
תגובות: 1920
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 22, 2017 12:04 pm

תגובהדורך דערבארומדיג'ער » מאנטאג יולי 01, 2019 1:12 am

א רבי גוטן שירעם, יהא בואכם לברכה!

-------- -------

עס קוקט אויס ווי נשמה איז נישט צופרידן פון 16 פערסאנעליטיס דאט קאם וואס מען האט שוין דא מערערע מאל נאכגעברענגט, ער זעט לכאורה א אידישקייט פראבלעם דערין, און דאס איז די הסבר פון זיין תגובה.
דאס איז נאר מיין צייטוויליגע אינטערשריפט.

אוועטאר
פאר'מוח'ט
שר חמש מאות
תגובות: 965
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 03, 2017 6:57 am

תגובהדורך פאר'מוח'ט » מאנטאג יולי 01, 2019 4:53 am

כ'בין אביסל א גרינער אין די נושא, אבער אויב מיין צוויי סענסט איז ווערד... איז ליינענדיג מיט נייגער אין דורשט די 8-9 בלעטער איז נשמה טאפ... מיט א זעלטענע קלארקייט אראפגעלייגט הערליך און געשמאק... זיינע נשמה'דיגע נערווען גיבט צו הויפענעס חן...
אזוי גייט דאס... מ'ווערט נישט יונגער, מ'ווערט נאר עלטער, אבער בלייבן פריש קען מען שטענדיג...

דערבארומדיג'ער
שר האלף
תגובות: 1920
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 22, 2017 12:04 pm

תגובהדורך דערבארומדיג'ער » מאנטאג יולי 01, 2019 10:59 pm

פאר'מוח'ט האט געשריבן:כ'בין אביסל א גרינער אין די נושא, אבער אויב מיין צוויי סענסט איז ווערד... איז ליינענדיג מיט נייגער אין דורשט די 8-9 בלעטער איז נשמה טאפ... מיט א זעלטענע קלארקייט אראפגעלייגט הערליך און געשמאק... זיינע נשמה'דיגע נערווען גיבט צו הויפענעס חן...

נו וודאי!

אגב עס לוינט נישט צו פארפאסן די אנדערע אשכול ווי מען רעדט פונעם אניאגרם, זע דארט פון בלאט 99 און ווייטער א סאך יסודות פון די בריגס סיסטעם.

viewtopic.php?f=25&t=17336
דאס איז נאר מיין צייטוויליגע אינטערשריפט.

אוועטאר
פאר'מוח'ט
שר חמש מאות
תגובות: 965
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 03, 2017 6:57 am

תגובהדורך פאר'מוח'ט » דינסטאג יולי 02, 2019 4:35 am

דערבארומדיג'ער האט געשריבן:
פאר'מוח'ט האט געשריבן:כ'בין אביסל א גרינער אין די נושא, אבער אויב מיין צוויי סענסט איז ווערד... איז ליינענדיג מיט נייגער אין דורשט די 8-9 בלעטער איז נשמה טאפ... מיט א זעלטענע קלארקייט אראפגעלייגט הערליך און געשמאק... זיינע נשמה'דיגע נערווען גיבט צו הויפענעס חן...

נו וודאי!

אגב עס לוינט נישט צו פארפאסן די אנדערע אשכול ווי מען רעדט פונעם אניאגרם, זע דארט פון בלאט 99 און ווייטער א סאך יסודות פון די בריגס סיסטעם.

viewtopic.php?f=25&t=17336

א דאנק 'דערבארעמדיגער' פארן צוצייכענן, און צוגלייך א דאנק פאר דיינע שריפטן...
אזוי גייט דאס... מ'ווערט נישט יונגער, מ'ווערט נאר עלטער, אבער בלייבן פריש קען מען שטענדיג...

אוועטאר
נשמה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5050
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

תגובהדורך נשמה » דינסטאג יולי 02, 2019 2:36 pm

דערבארומדיג'ער האט געשריבן:א רבי גוטן שירעם, יהא בואכם לברכה!

-------- -------

עס קוקט אויס ווי נשמה איז נישט צופרידן פון 16 פערסאנעליטיס דאט קאם וואס מען האט שוין דא מערערע מאל נאכגעברענגט, ער זעט לכאורה א אידישקייט פראבלעם דערין, און דאס איז די הסבר פון זיין תגובה.

בעזרת השי"ת עושה שמים וארץ.
איך האב אלץ מורא אז איך זאל נישט פארשלעפן אין גוי'אישקייט. דערפאר האב איך געשריבן: שלא יצא שום מכשול מתחת ידינו וגם שלא יהא עלינו רינון הבריות חס ושלום. ס'דא אלגעמיינע וועב זייטלעך וואס רעדן פון די טייפס, און זיי שמועסן עס אויס, אבער איך האב געזעהן אז זייער שפראך צווישן זיך איז זייער נישט יודישליך. דערפאר האב איך אלץ מורא.

אז איך שרייב שוין יא, וועל איך שרייבן אביסל פון א ESTP.

איך וויל נישט אזוי ווייט שרייבן פון א ESTP, ווי ארויסברענגען נקודות וואס איך האב מיך אויסגעלערנט.

א) אויב איך פיל אז יענער פארשטייט מיך נישט: (איך בין א ENFP) קוק: אפשר איז יענער אן אנדער טייפ.

ב) ווען איך ווייס ווען אז ער נוצט Ti אלץ זיין צווייטע פונקציע, וואלט איך סיי מער געשמועסט מיט אים מיט'ן ציהל ארויסצוהאבן חכמה, און סיי אים מער פארשטאנען.

ג) איך וואלט נישט פרובירט צו פאררעכטן מיינע אויפפירונגען לויט זיינע הצלחות. ווייל ער קען, ער האט Se מיט Ti, און איך Ne מיט Fi.

ד) איך האב אפילו נישט געוואוסט אז איך לערן אפ זיינע אויפפירונגען נישט ריכטיג.

דאס הייסט, ווען א ENFP זעהט ווי טראץ דעם וואס יענער איז צעפארן, און ער טוט אסאך זאכן אויף איינמאל, טראץ דעם קומט יענער אן, כאפט ער נישט, אז דאס זענען צוויי פארשידנארטיגע מענטשן. ער טוט בכלל נישט דאס וואס איך טו.

ווען ער Multi Task, איז ער צוגעבינדן צו אלעם אויף איינמאל. ווען איך פרוביר עס נאכצומאכן, בין איך נישט צוגעבינדן צו גארנישט.

ה) די זעלבע סביבה וואס מיר ביידע טיילן איינער מיט'ן צווייטן, שפירט ער אינגאנצן אנדערש, עס האט ביי אים אן אנדערע אפעקט.

דאס הייסט, ער איז נישט איבערגענומען אין זיין געפיל דערפון. ער לעבט מיט לאגיק. און נאר לאגיק, און נאכאמאל לאגיק. א ENFP קען נישט כאפן וואס דאס הייסט יענער לעבט אין לאגיק. אזוי ווי א ESTP קען אויך נישט כאפן וואס דאס הייסט יענער לעבט אין געפיל. ער קען עס פרובירן זיך צו פארשטעלן פאר איין צוויי סקונדעס, אבער אזוי ווי איך, אפילו איך שטעל מיך פאר וואס דאס הייסט לעבן אין לאגיק, קען איך מיך אבער נישט האלטן דערין מער ווי א סקונדע, קען ער אויך נישט. ער קען דיך זאגן: איך פארשטיי אז דו פילסט, אבער ער פארשטייט דען? ווען איך זאג: איך פארשטיי אז דו לעבסט אין לאגיק, פארשטיי איך דען עד היכן הדברים מגיעים?

די חילוק צווישן א ESTP און א ENFP איז דאך נישט ווי דער חילוק צווישן נאכט און טאג, צווישן פענסטער און טיר, צווישן הייס און קאלט, צווישן א ספר און להבדיל א בוך, נאר ס'איז א חילוק צווישן מזלות און קאווע. ס'איז בכלל נישט די זעלבע זאך. ביידע עקספיריענסן זייער אינערליכער און דרויסנדיגער וועלט אינגאנצן אנדערש. אבער אינגאנצן אנדערש.

דער ESTP נוצט בכלל נישט קיין Fi. און דער ENFP נוצט בכלל נישט קיין Ti. דער ESTP נוצט בכלל נישט קיין Ne. און דער ENFP נוצט בכלל נישט קיין Se. לאמיר קוקן מיט א "דראון", ביידע פארשטייען זיך נישט.

די עצות וואס דער ESTP געט זיך אין זיין לעבן, איז בכלל נישט דומה צו די עצות וואס דער ENFP דארף זיך געבן אין זיין לעבן.

אבער די רגע איך ווייס אז ער נוצט Ti, ווייס איך אז די אלע זאכן וואס ער האט מיר געזאגט, און איך האב עס אוועקגעמאכט אלץ "הבלים", איז נישט קיין "הבלים". ווענט זיך וואס. זאכן וואס קומען פון Inferior Ni. דאס קען שוין זיין אומריכטיג. אבער פון די Ti. דאס וואלט מיר געווען אינטערעסאנט צו הערן.

ווען א Fi רעדט מיט א ESTP, שפירט ער ווי די גאנצע וועלט פון פערזענליכע Preferences, ווערט אוועקגעבלאזן. אויס. ער שפירט זיך ווי א קינדערישע נוי סוכה. א ENFP פילט זיך געשמאק צו שטיין נעבן א ESTP, ווייל דער ESTP איז פאן. ער איז מלא חיות מצד זיין SE. און מצד ער ווערט נישט אראפגעשלעפט פון זיין Fi.

Fi איז א זאך וואס שלעפט אראפ. פארוואס? ווייל פארוועם גייט מער נישט, פאר א Ti, אדער פאר א Fi? ווען גייט נישט פאר א Ti? ווען ער זעהט אז ער קען נישט אפעלירן זיין לאגיק אויף למעשה. וויפיל געשעהט עס? יעצט, ווען גייט נישט פאר א Fi? ווען ער שפירט אז ס'גייט אים פארקערט ווי זיינע וועליוס? וויפיל געשעהט עס? סך מער.

אזוי קוקט מיר אויס לפום ריהטא. ס'מוז נישט זיין. אבער ס'שטומט אויבערפלעכליך.

די קאפ פון א ENFP ווערט זייער שנעל אוועקגעשלעפט. די קאפ פון א ESTP ווערט נישט אוועקגעשלעפט. אפילו דו זעהסט אז ער איז צופלויגן, איז ער נישט אוועקגעשלעפט. ער איז אין טאפ. ער האט אלעס אין זיינע הענט אויף איינמאל. דער ENFP האט גארנישט אין זיינע הענט. גארנישט.

א ENFP שפירט ווי ער ווערט צושניטן נעבן א ESTP. א ESTP איז זייער א וואוילער מענטש. מצד זיין דריטע פונקציע; זיין Fe, וועט ער מער טון פאר א צווייטן ווי פאר זיינע אייגענע געפילן. אבער דאך, ער קען נישט באווייזן צו וואלידעטן די געפילן פון א Fi. ער קען נישט. אפילו ער וויל. פונקט אזוי ווי א ENFP קען זיך נישט פארמעסטן מיט די לאגישקייט ארום די Concrete וועלט, מיט א ESTP. א ESTP פאקט אים איין. דער ENFP איז קעגן א ESTP ווי א זייפן בלאז. וועט אבער דער ENFP האבן מער געפילן.

דערפאר האלט איך אז א Fi דארף אויך נעמען וואלידעשאן פון א אנדערע Fi. אז מ'דרייט זיך נעבן איינעם וואס פארשטייט דיך נישט, גייסטו נישט ווערן פארשטאנען. נישט קיין חילוק וויפיל דו גייסט דיך מסביר זיין.

א ESTP האט זייער ליב צו געבן עצות, ראט, אנווייזונגען, מאטיוועשאן, און די סיבה איז, ווייל קודם ער האט גוט ארויס די "ביזנעס וועלט". און נאכדעם, מצד זיין Inferior Ni מיינט ער אז ער פארשטייט. אלץ אן עצה איז ער גוט, אבער דאס אנצונעמען אויף למעשה, איך וואלט מיך גערעכנט מיט מיין "הארץ".

ביי א ESTP עקזיסטירט נישט אזא זאך ווי "איך רעכן מיך מיט מיינע געפילן..." עס איז ביי זיי אפגעפרעגט. מיט וואס רעכנסטו דיך? זאג עס נאכמאל? מיט וואס? מיט געפילן? וואס איז דאס? וואו קומט עס דא אריין? וואס איז דאס געפילן? וואס איז דאס נוגע בכלל? וואס מאכט עס אויס? וואס א חילוק וואס מ'פילט?

אפילו ער גייט ליינען א בוך וועגן געפילן, גייט ער אויך נישט פארשטיין. אזוי ווי א ENFP גייט קיינמאל נישט פארשטיין די לאגישקייט וואס עס ליגט אלץ אין יעדע תנועה פון א ESTP. א ENFP קען נישט. ער קען נישט באווייזן וואס א ESTP קען.

איין זאך וואס איך האב מיך ארויסגעלערנט איז: ווייס וויאזוי יענעמ'ס פונקציעס לויפן. און לערן דיך אפ וואס דו קענסט יא. ווייס וויאזוי יענער איז אנדערש ווי דיר, און פאלג אים נישט וואו ער פארשטייט דיך נישט

והשם הטוב יעזור.
אין אני מסכים בשום פנים ואופן לשום דבר, ולשום דברי ציונות, וואס ווערט דא געזאגט דורך סיי וועמען אדער דורך מיר אליין, פארקערט ווי ס'שטייט אין דעם סאטמאר רבינ'ס ספרים.


צוריק צו “היימישע קרעטשמע”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 15 געסט