מייערס בריגס - די 16 סארטן מענטשן און זייערע נאטורן

געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'

די אחראים: אחראי, געלעגער

דרייסטקייט
שר מאה
תגובות: 195
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 01, 2014 12:31 pm
לאקאציע: אינמיטן א דרייסטע אקט...

מייערס בריגס - די 16 סארטן מענטשן און זייערע נאטורן

תגובהדורך דרייסטקייט » מיטוואך מאי 07, 2014 4:59 pm

אזוי ליינענדיג די נושא פון די אניארגראם דא מיט אירע ניין פערסענאלעטי טיפן, וואס זעהט אויס זייער אינטרעסאנט, האב איך געמאכט נאך אביסל ריסערטש, און געטראפן לא זהו הדרך היחיד בסוגי בני אדם. עס זענען פארהאן נאך וועגן וויאזוי צו קאטעגאטירן מענטשן, און דורך דעם בעסער פארשטיין וואס טרייבט מענטשן מיט זייערע התנהגות.
א סיסטעם וואס האט מיר אויך גאנץ געכאפט איז די שיטה פון 'מייערס-בריגס' Myers Briggs. זיי צוטיילען די נאטורן פון מענטשן אין זעכצען קאטעגאריעס וואס קומט ארויס פון א שילוב פון 8 הויפט יסודות'דיג נאטורן.

פאר מפאנגט אן אריינצוגיין אין די יסודות'דיגע נאטורן, בין איך נייגעריג...

האט איינער שוין אמאל געהערט דערפון?

קען איינער דאס אביסל מער מסביר זיין פון זייערע ערפארונג?

האט דאס א שייכות אין א געוויסע זין מיט די פערסענעלעטי טייפס פון די אניאגראם?

וועלעכע סיסטעם איז מער 'יסודיות'דיג', ד. ה., וועלעכע קריכט מער אריין אין די קישקעס? ובכלל זה, איז דא עפעס געוויסע אנדערע פוינטס וואס די ביידע סיסטעמען זיכען צוצוקומען? וואס דארף מען 'דערהערן' ווען מען קוקט אן ביידע סיסטעמען?

בכלל איז מיר געווען אינטרעסאנט, איז דא 9 פערסענלעטי טייפס, 16, אפשר נאך? א מענטש איז דאך בעצם אין סוף?
שפרינג אריין מיט א דרייסטקייט! דערשרעק דיך נישט!

אוועטאר
נשמה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5050
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

תגובהדורך נשמה » מיטוואך מאי 07, 2014 5:13 pm

דא האב איך אנגעהויבן צו שרייבן דערפון...
אין אני מסכים בשום פנים ואופן לשום דבר, ולשום דברי ציונות, וואס ווערט דא געזאגט דורך סיי וועמען אדער דורך מיר אליין, פארקערט ווי ס'שטייט אין דעם סאטמאר רבינ'ס ספרים.

דרייסטקייט
שר מאה
תגובות: 195
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 01, 2014 12:31 pm
לאקאציע: אינמיטן א דרייסטע אקט...

תגובהדורך דרייסטקייט » מיטוואך מאי 07, 2014 5:19 pm

אה, שכוח נשמה. איז אפשר קענסטו דא ממשיך זיין, עס זאל זיין א נושא בפני עצמו?

בכלל, האסטע וואס צו זאגען אויף מיינע אנדערע קלערונגען?
שפרינג אריין מיט א דרייסטקייט! דערשרעק דיך נישט!

אוועטאר
נשמה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5050
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

תגובהדורך נשמה » מיטוואך מאי 07, 2014 6:05 pm

אויף די ערשטע צו איינער האט ערפארונג.
איך האב ערפארונג פון מאכן און מאכן און איבערמאכן דעם טעסט.
איך בין א ENFP אינעם טעסט.
ס'גוט שווער צו מאכן די טעסטן, ווייל מ'דארף ענטפערן דעם אמת, און א מענטש זעהט זיך נישט אביעקטיוו, נאר ער זעהט זיך סאביעקטיוו.
איך ווייס אז אויפן ברייטן געוועב איז דא גאנצעטע ארטיקלן דערויף. מיט הסברים. וואס אפשר יעצט ווען איר האט צייט קענט איר עס אדורך טון.
פון מיין ערפארונג זענען מענטשן טאקע אנדערש. איינער איז אינטראווערד. איינער איז עקסטראווערד. איך האב שוין מסביר געווען וואס דאס יז אינעם פריערדיגן תגובה לינק.
איינער איז א סענסעט איינער גייט מיט די אינטואישן. אויך שוין מסביר געווען. איינער למשל מיין פלונית'טע גייט מיט סענסינג. און זי קען פונקטליך נאך א שמועס נאכזאגן דעם גאנצן שמועס לויטן סדר. ס'איז א פלא צו הערן און איך וואס איך בין פארקערט קען נישט געדענקן נאר די געפילן וואס איך האב געהאט בשעת די שמועס, איך האב שוין מסביר געווען אין די לינק אויבן געברענגט.
די עניאגראם איז מער תורת קבלה, אזוי און אזוי און פארטיג. דאס איז מער קלארער מ'קען עס זעהן מ'קען עס טאפן.
אבער אסאך אירע וועלן מאכן די טעסטן, און שרייען 'נשמה' איך בין סיי אן אינטראווערד און אויך א עקסטראווערד. איך בין אלעס.
אבער איך טו שוין דערין פון שנת תשס"ז קוק איך מיך שוין נאך. א מענטש ווייסט גארנישט ווער ער איז. צו ער איז א מענטשן מענטש. צו א ציהל מענטש. איינער קען ענטפערן אויף א טעסט, איך בין א ציהל-מענטש, ווען פאקטיש איז ער דייקא א מענטשן מענטש, דאס הייסט אז ווען ער דארף גיין אין ספרים סטאר טראכט ער "אפשר דאך וועל איך טרעפן דארט איינעם מיט וועם צו שמועס" א מענטשן מענטש איז נישט אזוי אינטערעסירט אין אן ארבעט ווי די מענטשן ארום וואס מיט וועם ער וועט קענען פארברענגן.

ס'דא איינער וואס האט צאמגעשטעלט דעם עניאגראם מיט די זעכצן נאטורן און טענה'ט אז פון יעדע פון די ניין פערזענליכקייטן, איז אויך א חילוק צו מ'איז אן אינטראווערד צו אן עקסטראווערד.

אן איינזער וואס איז פונקטליך, קען זיין לויט איהם אן אינטראווערד, און דאס וועט מיינען אז ער איז פונקטליך פאר זיך, און ער קען זיין אן עקסטראווערד, און דאס מיינט אז ער איז א מוסר זאגער. און אזוי ווייטער אן איינזער וואס איז א סענסעט און אן איינזער וואס איז א אינטואיסט, און אזוי ווייטער נאך און נאך ביי יעדע שטריך פון די אכט קעגנגעזעצטע שטריכן, און ווי אויך אלע כאראקטערס.

א מענטש איז אין סוף אבער דאך איז דא א גוטע פאר כאראקטער שטריכן וואס פיל מענטשן טיילן די זעלבע, און אנדערע מענטשן זענען פונקט דאס פארקערטע, און אזוי ווערט געשאפן קאטאגאריעס פון מענטשן.

משה פון שטאט פ. און יאנקל פון שטאט ג. און זרח פון שטעטל ע. גייען אריין אין די סארט מענטש און אזוי ווייטער ביז יעדע מענטש האט כאטש א מיליאן מענטשן וואס טראגן כמעט די זעלבע שטריכן. נו וועלכע שטריכן מאכט זיי אזוי ענליך? פון דעם קומט ארויס די מאיער בריגגס.
ס'דא גראבע דיקע ביכער אין פערסאנאליטי טיפן.

דא אליין אין איי-וועלט קענסטו זעהן וויפיל פערזענליכקייטן ס'דא,
אבער פון דעם האסטו גארנישט. מ'מוז מאכן קאטאגאריעס.

די און די מענטשן טראגן די און די זעלביגע שטריכן. און די און די טראגן די און די זעלביגע שטריכן.

די נושא איז ברייטער ווי ברייט.
די נושא פון די אניאגראם איז זייער סימפל.
ניין נאטורן
איינז איז א פונקטליכער
צוויי א גוטער
דריי מוז מצליח זייו
פיר געפיל געפיל געפי
פינף א טראכטער
זעקס דארף חיזוק אדער אז מ'דארף זיין שטארק.
זיבן נאר ענדזשויען
אכט באס אויף די וועלט
ניין לאמיך מנוחה
פארטיג

אבער דא ביי מאיער בריגס, וורס מיינט עקסטראווערטעד וואס מיינו אינטראווערטעד. וואס מיינט אינטואיטיוו וואס מיינט סענסעט וואס מיינט טינקינג וואס מיינט פילינג, דזשאדזשינג פערסיווינג. ס'א היפשע ארבעט. מיט אסאך צווייגן.

למשל ליין די פרופייל פון איינע פון די כאראקטערס פו


יעדע פון די זעכצן פערסאנאליטיס האבן א גאנצן פרופייל וואס אזוי זענען זיי און אזוי קוקן זיי אן די וועלט.
estj istj entj intj entp intp estp entp esfp esfj isfp isfj isfp infj istp

קיצור בערך אזוי http://www.personalitypage.com
אין אני מסכים בשום פנים ואופן לשום דבר, ולשום דברי ציונות, וואס ווערט דא געזאגט דורך סיי וועמען אדער דורך מיר אליין, פארקערט ווי ס'שטייט אין דעם סאטמאר רבינ'ס ספרים.

אוועטאר
מתבונן
שר חמש מאות
תגובות: 969
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 04, 2011 12:54 pm
לאקאציע: פארמאכט אליינס אין א צימער און זיך מתבונן.

תגובהדורך מתבונן » מיטוואך מאי 07, 2014 9:07 pm

דרייסטקייט האט געשריבן:האט איינער שוין אמאל געהערט דערפון?


יא. שוין לאנג. וועלקאם טו די קלאב.

דרייסטקייט האט געשריבן:האט דאס א שייכות אין א געוויסע זין מיט די פערסענעלעטי טייפס פון די אניאגראם?


זייער אסאך זאכן זענען ענדליך, אבער בעצם האט נישט קיין שייכות.
ווי נשמה האט שוין אנגעמערקט, יעדע נאמבער קען זיין א אינטערווערד - מופנם אין לשה"ק (פשוט סשרייבט זיך אביסל גרינגער אזוי), און יעדע נאמבער קען זיין א עקסטרעווערד - מוחצן אין לה"ק. געוויסע נאמבערס פון די אניארגראם וועלן זיך טאקע מער טרעפן אין איינע פון די נומערן פון מייערס בריגס. איי וואס איז די חילוק...? זעה די נעקסטע תשובה.

דרייסטקייט האט געשריבן:וועלעכע סיסטעם איז מער 'יסודיות'דיג', ד. ה., וועלעכע קריכט מער אריין אין די קישקעס? ובכלל זה, איז דא עפעס געוויסע אנדערע פוינטס וואס די ביידע סיסטעמען זיכען צוצוקומען? וואס דארף מען 'דערהערן' ווען מען קוקט אן ביידע סיסטעמען?


די חילוק אין קורצן איז אזוי. די אניאגראם רירט אן די שורש השרשים אין די מענטש - דאס וואס דער מענטש זיכט אינערליך אויף אן עקסטרעם אופן. אין א טיפן זינען איז עס וואס די נשמה זיכט אויף דער וועלט, און דער מענטש ווערד פארנארט אז ער וועט דאס טרעפן אויף דער וועלט. ווי למשל א איינזער זיכט צו זיין 'ריכטיג', די נשמה פון א מענטש לעצט צו פילן אז ער טוט וואס איז ריכטיג, אבער דער איינזער מיינט אז דאס איז דער אידיאל 'איבעראל און אלעמאל', אפילו וויאזוי זיין רעקל דארף אויסזעהן.
ווידעראום דער מייערס בריגס סיסטעם באציט זיך מער אויף די 'כלליות'דיגע' התנהגות פון די מענטש, א געוויסע טבעיות'דיגע נטייה וואס דער מענטש האט, ווי למשל זיין א מופנם אדער א מוחצן, אדער איז מער נוטה צו געפיל אדער צו שכל, 'פראקטיש' אדער אינטאועטיוו וכדו'. דאס קען פערצאפאל זיין די וועג וויאזוי געוויסע נאמבערס וועלן זיך אויפפירן, אבער די ציל פון די אניאגראם איז צו דערגיין וואס וויל דער מענטש באמת? מקען זאגען אז די מייערס בריגס זאגט וויאזוי דער מענטש פירט אויס זיינע צילן, אבער זאגט נישט צו וואס דער מענטש צילט.
דער מייערס בריגס סיסטעם איז בעיקר אראנזשירט געווארן צו העלפן מער 'שלום בית' פראבלעמען, וויאזוי צו פארשטיין יענעם אז מזאל זיך קענען אביסל פארשטיין און זיך אביסל ווייניגער קריטיקירן. דער אניאגראם טוט דאס אויך, אבער גייט סאך ווייטער, עס מאכט אויף די מענטשענס אויגען צו זעהן פאר זיך אליין וואס מוויל.
עס איז דא נאך צו שרייבן פאר דעם, אבער אויף דערווייל מייין איך אז דאס גיט א תשובה אויף דיינע פראגן.

דרייסטקייט האט געשריבן:בכלל איז מיר געווען אינטרעסאנט, איז דא 9 פערסענלעטי טייפס, 16, אפשר נאך? א מענטש איז דאך בעצם אין סוף?


אמת. די נקודה פון די אלע סיסטעמען, איז נאר צו געבן אביסל א באגריף צו פארשטיין און דערהערן וואס א מענטש האט אלטס אין זיך, און וויאזוי מיר זענען אזוי אנדערש געבויט אפילו מיר טראגען ארום מיט זיך די זעלבע נאמען פון 'מענטש', אנדערש ווי פון סייוועלעכע בע"ח.

בכל אופן מר דרייסטקייט, גיי ווייטער אן מיט א דרייסטקייט זיך צו עקספלארען און זיך פארשטיין און זיך ארויסהאבן. געב נישט אויף, נאר מיט דרייסטקייט קומט מען אן.

הצלחה.
טראכט אריין מיט שכל און געפיל...
וויאזוי...? קוק דא.

ווי ליגט דער 'שורש'? - שיעורים בהבנת נפש האדם

אוועטאר
עקבי הצאן
שר האלפיים
תגובות: 2645
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 14, 2013 11:44 am

תגובהדורך עקבי הצאן » מיטוואך מאי 07, 2014 10:35 pm

אשרינו .. אשרינו .. אשרינו .. שיש לנו "נשמה" ו"דרייסקייט" כזה ...
אם לא תדעי לך היפה בנשים צאי לך בעקבי הצאן: התבונני בדרכי אבותיך הראשונים שקבלו תורתי ושמרו משמרתי ומצותי ולכי בדרכיהם, (רש"י שיר השירים).

אוועטאר
קיווי סטראבערי
שר חמש מאות
תגובות: 668
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 15, 2010 5:29 pm

תגובהדורך קיווי סטראבערי » מיטוואך מאי 07, 2014 10:47 pm

עקבי הצאן האט געשריבן:אשרינו .. אשרינו .. אשרינו .. שיש לנו "נשמה" ו"דרייסקייט" כזה ...

ומתבונן...

אוועטאר
זאל ער קומען
שר האלף
תגובות: 1950
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 04, 2011 12:25 am
לאקאציע: בעיקבתא דמשיחא

תגובהדורך זאל ער קומען » דאנארשטאג מאי 08, 2014 1:01 am

א גרויסן דאנק פאר אלע וואס געבן אוועק פון זיך צייט און כוח אפצושרייבן אלעס וואס זיי לערנען.
איך וויל נאר צולייגן א צוויי-דריי פונקטן, באמערקונגען.

ס'איז דא אסאך מער פון די דערמאנטע סיסטעמס, עלטערע און נאך עלטערע. און פארשטייט זיך אז יעדער (עטליעסט די ערפינדער) פון יעדע איינע האט געהאלטן אין זיין צוגאנג ליגט אלעס, אדער אדרבה, נאר די יסודות פון וואס אלע איבעריגע חלקים קומט ארויסץ
http://en.wikipedia.org/wiki/Personality_type

און יעדער היינט וואס וויל טון דערין קען זיך טרעפן מער אין צוגאנג נענטער און היימישער ווי צו א צווייטע (לכאורה אויך געבעיסד לויט וואס א סארט טיפ מען איז…). דהיינו 'נשמה' פארשטייט סאך גרינגער און בעסער דעם אנעאגראם ווען 'דרייסטקייט' האט מער נייגונג צו דיר מייערס-בריגס. (איך האב ליב די קירסי טעמפראמענטל טעאריע). וכשם שאין פרצופיהן שוות כך אין דעותיהן שוות.

וואס איך וויל יא ארויסברענגען איז אז היות מ'רעדט פון פערסאנאליטי טייפס, די מציאות פונעם פארעם פון א מענטש, דאס הייסט ביי יעדעם אין זיך זעלבסט זענען די זאכן דאס וואס פארעמט אים זיין קוק, זיין געפיל, זיין ווינקל וויאזוי ער באגרייפט די וועלט.
איך זוך נאך די ריכטיגע ווערטער וויאזוי זיך ארויסצוברענגען בעסער און קורצן אן דארפן שרייבן פיר-פינף בלאט הקדמות. קען זיין ס'עט געלונגען. עלעך פרובירן.
פטור בלא כלום - זאגטעך דער רבי אין ויואל משה - איז אי אפשר, סאו ממש אפאר קורצע הקדמות.

איינע פון די וועגן וויאזוי מענטשן ווערן איינגעטיילט אין קאטעגאריע טיפן איז רילעיטעד צו די אנאטאמישע דריי חלקים אין מוח, די גאנץ אונטערשטע מגושם'דיגע פארגרעבטע בעיסיק חלק, ווערט גערופן די רעפטיליען ברעין (רעפטייל מיינט די שלענג סארט), דאס איז דער חלק הבהמי וואס וויל בלייבן לעבן, און האט גענוג חכמה צו וויסן וואס יא אדער נישט צו טון לגבי זיין סורווייוול, שאפן עסן, אד"ג לקיום המין, נעמט קעיר פון די הארץ-קלאפ ראטע, אטעם, טעמפראטור באלאנס, וואס אלע בעלי חיים האבן אויך. דער סערעבעלום אן דער חוט השדרה קומט פון דעם חלק.
די צווייטע מער פארגעשריטענערע חלק אין מוח איז די לימביק ברעין, וואו מ'געדענקט זאכן, ביהעיוויערס ווערט דארט דעצידירט, דארט ווערט באשלאסן וואס ס'איז יא אדער נישט ריכטיג, די עמאושענל חלק פונעם מענטש ווערט דארט באלאנסירט. אין מציאות איז דאס די אמגידעלע, דער היפאקעמפוס, און דער היפאטאלאמוס.
די דריטע העכסט אנטוויקלטע חלק פונעם מוח איז דער נעא-קארטעקס, דארט ליגט די כוח פון שפראך און קאמיוניקעישן, דארט לערנט מען און דעם חלק שארפט מען.

זענען היינט דא פראפעסארן וואס האבן איינגעטיילט די נאטורן פון מענטשן געבויעט אויף די חלקים. דהיינו אז ס'פארהאן מענטשן וואס זענען קאור איז געבליבן אינעם רעפטיליען חלק, עיר פרא אדם יולד, ער בלייבט ממש א חי', אינסטינקטיוו, ווילד, און אייביג ריעקטיוו, ווייל ער האט נישט די קעפעסיטי אין דעם חלק פון מוח ווי ער פונקציאנירט צו טון מער פון וויפיל ער טוט.
דער צווייטער ווערט געפירט און פירט זיין לעבן/וועלט דורך געפילן און פרינציפן וואס ער פילט צו זיין ריכטיג, ווייל ער לעבט אינעם לימביק ברעין. און דער דריטער איז א קאלטער דיסטענס אויסגערעכנטער אינטעליגענטער פירער, וועלכער זיצט אינעם מערסט אנטוויקלטן חלק פון מוח.

און זיי האבן עס צעטיילט אין ….. דריי! (דו ביסט גוט דו, האסט עס גלייך פארשטאנען… פארפאלן האסט א שארפן קאפ! וואטש צושנייד זיך נישט). דער ערשטער - דער רעפטיליען ברעין - איז אן ערלעדיגער. ער טראכט אייביג וואס ער וועט קענען דערגרייכן אין טענדזשיבלס. זאכליכע דערגרייכונגען. הונדערט בלאט גמרא. צוואנציג שעה רצופים. פופציג באקסעס. ניין טויזנט פיס בארג. פינף טויזנט טריט. נו, וויפיל קען מען היינט ענדיגן? וויפיל קאלס אין א שעה? וויפיל אייטעמס אין א ארדער?
און נישט נאר וואס דער וועט זוכן און טרעפן מיילסטאונס און דערגרייכונגען אין יעדע זאך. נאר זיין "גאנצע הלוך ילך", זיין גאנצע לעבן, זיין גאנצע וועלט דרייעט זיך ארום דעם. ער וועט יא אדער נישט גיין דעם וועג, ווייל אזוי וועט ער קענען פארדינען נאך א צוויי-דריי מינוט צו ענדיגן אויספאקן נאך א באקס סחורה. ער וועט יא אדער נישט זיך אפשטעלן רעדן מיט דיר, יא אדער נישט גיין צו א חתונה/קידוש/זכר פון א חבר, יא אדער נישט צוריקקאלן יענעם, ווייל ער וועט יא אדער נישט קענען אנקומען צו ערלעדיגן נאך איין …. ווייל אא"וו. "אלעס" דרייעט זיך ארום זאכליכע ממשות'ידיגע אקאמפלישמענטס.

דער צווייטער מענטש - דער לימביק ברעין - איז ביזי מיט חברותא און עקסעפטענס. יענער האט מיר יא אדער נישט ליב, ער האלט יא אדער נישט פון מיר. איך דארף אים ווייזן ווער איך בין, מיינע כשרונות, באהאלטן חסרונות. ער איז ביזי מיט סעלף עסטיעם. ער קען יא אדער נישט האבן גענוג. ס'איז ביי אים אן אישו. ער פייפט זיך יא אדער נישט אן אויב יענער האלט יא אדער נישט פון אים. ער איז שוין העכער פון די אלע "שטותים", וואס דוקא ער ווייסט אז די שטותים עקזיסטירן ממש ביי יעדע ריר אין לעבן…
ער וועט יא אדער נישט אויפשטיין פרי/שפעט לויט וויאזוי ס'עט אויסקוקן פאר אנדערע. ער וועט יא אדער נישט זיך אפשטעלן רעדן מיט דיר, יא אדער נישט גיין צו א חתונה/קידוש/זכר פון א חבר, יא אדער נישט צוריקקאלן יענעם, ווייל ער וועט יא אדער נישט געפעלן פאר דעם אדער יענעם.

דער דריטער מענטש - דער נעא קארטעקס ברעין - איז ביזי מיט מאכט און פירערשאפט. א ריעל פאליטישאן. ער האט אין זיין קאפ איין אריינגעבויעטער שאך ברעטל, און די גאנצע וועלט ליגט אויף דעם ברעט, און דאס לעבן איז א שאך שפיל. יעדע זאך וואס ס'פאסירט אין לעבן איז א מאוו. דורך אים צו דורך א צווייטן. אמאל מאכט ער א בעסערע מאוו, און געווינט… ליין ער האט די אויבערהאנט. מאכט. און אמאל ווערט ער געכאפט אין סורפרייז פון יענעמ'ס מאוו, און דארף טרעפן א וועג צוריקצובאקומען די לייצעס אין די האנט…
ער וועט יא אדער נישט אויפשטיין פרי/שפעט לויט וויאזוי ס'עט אים אריינרוקן אין א פאוער פאזישן איבער אנדערע. ער וועט יא אדער נישט זיך אפשטעלן רעדן מיט דיר, יא אדער נישט גיין צו א חתונה/קידוש/זכר פון א חבר, יא אדער נישט צוריקקאלן יענעם, לויט וויאזוי ס'עט אים שטעלן אין א העכערע פאזיציע איבער'ן יענעם.

ווערט דערציילט אז דריי פון די סארט האבן געארבעט אינאיינעם אין אן אפטיילונג פון א גרויסע קאמפאני, און נאך א לאנגע צייט שווערע ארבעט איז זיי געלונגען צו כאפן דעם פראבלעם וואס די גאנצע קאמפאני מוטשעט זיך שוין ווייסעך ווי לאנג.
נאך א קורצע לחיים, טענצל און ווילדע פרייליכע אויסברוכן געט זיך דער ערלעדיגער א רוף אן: "סאו וויפיל שטיק וועט מען קען שיפן ביז סוף חודש?"
נעמט גלייך דער שאך שפילער די מאכט אין די האנט און ווייזט ווער ס'בעל בית דא: "קיין איינס, ווייל נעקסטע וואך מאנטאג קומט אראפ דער פרעזידענט פון די אינטערנאציאנאלע העדקווארדערס, און דעמאלט וועלן מיר אונז ווייזן דעם גאנצן עולם ווער ס'איז באמת די בעסטע טיעם…" (פאוער פלעי).
און דער לימביק געפעלער רופט זיך אן אזוי שטיל: עטץ באשליסטס צווישן ענק וואס מ'טוט און אזוי וועל איך אויך טון… אויף מיר רעגטס ענק נישט."

און נאך א קליינע הוספה - און שוין…
דער מוח כאפט אויף. דאס הארץ שפירט.
אבער וואס איז דאס וואס דער מוח כאפט אויף? א בליץ, א בליציגס… (פארוואס דארף איך בלינצעס יעץ?). וואס איז דאס א געדאנק? וואס איז די זאך 'אהה, יעץץץ פארשטיי איך שוין… ס'שוין קלאר. וואס איז קלאר? די וואסער? די פענסטער? די לופט? די אויגן? די גערוישן? די אלע זאכן נישט! ווייל איך רעד יעץ אינעם מוח אינעווייניג. וואס געשעט דארט? (נישט לגבי די עלעקטרישע קאנעקשאנס וואס מ'קען זען אויף א קעט-סקען. נאר וואס דער מוח פארשטייט פון די עלעקטרישע טשארדזשעס?).

עמ… המ… ס'דא א פראבלעם. א שארטעדזש אין קאמיוניקעישן. ווייל...
א מוח קען נישט פילן…
און א הארץ קען נישט טראכטן…
קיינער קען עס נישט מסביר זיין פונקטליך, ווייל מ'האט עס אליין נישט ארויס הונדערט פראצענט. א געפיל איז נישט מעגליך מסביר צו זיין. ס'איז א געפיל. ס'איז אינעווייניג. ריינע … (עפעסעס…).
נאר וואסזשע דען, א מענטש איז דאך א צאם שטעל פון מערערע חלקים אין מוח, און האט א הארץ, און האט חושים (שוין צוריק קומען דערצו), דער מענטש נוצט אלע חלקים אויף צו טראכטן, פארשטיין, פילן, און דער כוח הדיבור, און צוזאמען פארעמט ער אויס אן אויסשפראך וואס דאס גייט אים געבן א הענטל וויאזוי אנצוכאפן דאס וואס ער שפירט.

אבער וויאזוי גייט ער קענען קאנעקטן די חכמה/געפיל וועלט צו די פאקטישע מציאות'דיגע גשמיות'דיגע וועלט מוז דער מענטש האבן פינף חושים, וואס זיי פיטערן דעם מוח מיט אינפארמאציע, און נאר דורך דעם האט א מענשט א קאנעקשן צו די וועלט. חכמה איז א העכערע כוח וואס מ'קען נישט מסביר זיין אדער פארשטיין, והחכמה מאין תמצא, נאר מ'נוצט די חכמה צו הערן, זען, פילן, שמעקן, לעקן, רעדן, אא"וו, און דורך די טולס קען מען זיך קאנעקטן צום מציאות.
און ווען מ'טראכט, טראכט מען …. אדער ווערטער, אדער בילדער, אדער קולות, אדער פילינגס. ווייל די זאכן זענען די טולס אנצוכאפן מחשבה.

קומט אויס פון דעם אז יעדער מענטש האט באמת אן אנדערע פארשטאנד און בליק אויפ'ן יקום, אויפ'ן גאנצן מציאות, ווייל דאס איז באזירט אויף וויאזוי ער זעט, הערט, און פארשטייט די וועלט. ווייל דאס איז די איינציגסטע וועג פון זיין עצמית הנשמה צו די וועלט.

דערציילן אונז די פארשער אז הגם יעדער האט אלע חושים, זענען דא מענשטן וואס פירן זייער קאנעקשן צו די וועלט דורך די אויגן, און ס'דא דורך די אויערן, און ס'דא דורך טאפן. און א פערטע וועג איז בילדער/ווערטער.
דהיינו, דער וואס נוצט די חוש פון זען אלס זיין פריימערי חוש, וועט 'אריינקוקן' אין די נושא, ער וועט זיך 'אומקוקן' אויף די זאך, און ער וועט פלוצלינג זיך 'דערזען' אז ס'איז שפעט. ער וועט שרייען 'זעסט? כ'האב געוואוסט…' אדער יעצט 'זעסטו' שוין אויך איין… "איך האב נישט געקענט צוקוקן יענעמ'ס צער". (העי, וועלכע קאליר איז צער? האסט עס שוין אמאל געזען?).

דער צווייטער וואס הערט אלעס, קען נישט עפעס נישט 'דערהערן' וואס דו רעדסט. "הער זיך גוט איין, וועסטו פארשטיין." "דו הערסט וואס איך רעדט צו דיר?" ס'איז געווען אזא "גערויש" אין קאפ, און כ'האב ממש נישט געקענט הערן מיינע אייגענע מחשבות." "דערהערטס די וויי געשריי?" און ווען ער רעדט שוין יא, איז עס אזוי קלאר געווען (פאר'ן אויער) ווי א פסח'דיג פייפערל...

דער טאפעדיגער שפירער מוז נוצן די הענט (אין קאפ…). "דו דארט, 'קום' נאר אהער. און 'לייג' צו קאפ. 'כאפסט' וואס איך רעד. (וואו זענען דיינע ווערטער געפלויגן… איך האב עס קוים געקענט כאפן…). סאו אלעס איז ממש 'צעווארפן' דא, ס'הערש א גרויסע דזשונגל, קענסט מיר עס 'צולייגן' אויף טעלערלעך אז איך זאכן 'כאפן' וואס דו מיינסט?

דער פערטער קען זיך געווענליך זייער גרינג ארויסברענגען און שרייבן, ווייל ער טראכט מיט ווערטער, און דארף נאר טראכטן הויך, והנה חלום, ס'דא אן ארטיקל.

עד כאן ההקדמות. ולפי זה קומט אויס אז "אלעס" אויף דער וועלט פון וואס דו רעדסט, רעדסטו נאר לויט ווי דו פארשטייסט די וועלט. דאס מיינט אז יעדער קען פארשטיין אלע ניין טיפן פון די אנעאגרעם גענצליך אנדערש, ולא הרי זה כהרי זה. ווייל אויב איך "הער" אלעס "מענשטן" רעדן, און דו "זעסט" אלעס אויפ'ן "שאך ברעטל" מיינט ביי דיר 'הילף' און 'העלפער' עפעס אנדערש.
וואס ביי מיר מיינט הילף מיינט ביי דיר א נארישע טריט אויפ'ן שאך ברעטל. איך האב געהאט א גוטן טאג היינט, און לויט דיר בין איך היינט געווען א טאוטל דורכפאל. אויף שונאים אזא טאג…

ביי איינעם איז בריגס-מייערס' סיסטעם שטארק קאמפליצירט אבער די אנעאגראם איז זייער סימפל.
און ביי א צווייטן איז אנעאגראם בעיסעס מיט פליגלעך וואס פליען ארום אויף אלע זייטן, אבער די בריגס-מייערס צוגאנג איז 'נארמאל' געסטראקטשורד.

א פיצילע דוגמא. אזוי שרייבט מען אין די וועלט די ניין טיפן פון די אנעאגראם:
Type 1 "Reformer"
Type 2 "Helper"
Type 3 "Motivator"
Type 4 "Individualist"
Type 5 "Investigator"
Type 6 "Loyalist"
Type 7 "Enthusiast"
Type 8 "Leader"
Type 9 "Peacemaker"

ווידער נשמה האט דא עס עטוואס אנדערש פארשטאנען. ער שרייבט אזוי:
איינז איז א פונקטליכער (דארף קומען פון רעפארמער)
צוויי א גוטער (דארף קומען פון העלפער)
דריי מוז מצליח זיין (דארף קומען פון מאטיווירער)
פיר געפיל געפיל געפיל (דארף קומען פון אינדיווידואליסט)
פינף א טראכטער (דארף קומען פון אינוועסטיגעיטער-פארשער)
זעקס דארף חיזוק אדער אז מ'דארף זיין שטארק. (דארף קומען פון לאיאלער)
זיבן נאר ענדזשויען (דארף קומען פון ענטוזיאסט)
אכט באס אויף די וועלט (דארף קומען פון פירער)
ניין לאמיך מנוחה (דארף קומען פון שלום-מאכער)
פארטיג…

נשמה נעמט עס אויך פון ערגעץ. ס'נישט זיינע חידושים. אבער דער וואס האט עס געשריבן האט בסך הכל אונז מגלה געווען אז די ווערטער מיינט ביי אים דעם אפטייטש.

היוצא לנו (לי) מזה, אז אפילו כ'על שוין קענען די פילע וועגן וויאזוי מסדר צו זיין די טיפן, וועל איך - קען איך - באמת נאר פארשטיין אלע אנדערע טיפן לויט מיין טיפ. דאס הייסט אז וועל "קיינמאל" נישט באמת פארשטיין יענעמ'ס אמת'דיגע אינערליכע געפילן, מחשבות, חשבונות, און ריכטיגע טיפ וויאזוי יענער אליין פילט עס און פארשטייט עס. און יענער וועט קיינמאל נישט באמת ארויס האבן וואס איך שפיר, ווייס, פארשטיי, טראכט, באמת. - אויסער אז מיר זענען ביידע די זעלבע אין אלע שטריכן, טיפן, סארט קאפ, געמיש פון אלע גאל, עקספעריענסעס, השגות, ועוד ועוד, וואס קען קיינמאל נישט זיין במציאות.

נו פארוואס זאל איך אפילו אנהייבן טרייען?
זאלער, וואס וועט זיין מיט אפאר דאלער...

אוועטאר
נשמה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5050
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

תגובהדורך נשמה » דאנארשטאג מאי 08, 2014 10:11 am

הערליך קנאקעדיג

קודם די ערשטע פראגע
דו שרייבסט:

די צווייטע מער פארגעשריטענערע חלק אין מוח איז די לימביק ברעין, וואו מ'געדענקט זאכן, ביהעיוויערס ווערט דארט דעצידירט, דארט ווערט באשלאסן וואס ס'איז יא אדער נישט ריכטיג, די עמאושענל חלק פונעם מענטש ווערט דארט באלאנסירט. אין מציאות איז דאס די אמגידעלע, דער היפאקעמפוס, און דער היפאטאלאמוס.

לימביק חלק פונעם מח איז פאר מאכן באשלוסן?

איך מיין אז די פריפראנטעל קארטעקס וואס מאכט באשלוסן.

דו מיינסט אפשר די אינסטינקט פון פחד?

און דו שרייבסט אז דארט ווערן געפילן 'באלאנסירט' וואס הייסט באלאנסירט? דאס ווערט דאך אויך אינעם פראנטל לאוב ניין?

למעשה שרייבסטו פיל מיט איכות.
אזוי נש'מיר נש'דיר.
ס'א געשמאק צו זעהן דיין בליק אויף דער וועלט,

דערפאר האב איך אמאל געוואלט נעמען פארשידענע מענטשן. יעדער פון די מענטשן זאלן אראפשרייבן זייער בליק/דערהער/געפיל/טאטש פון די וועלט

אזוי וועל מיר האבן דיעות.

למשל איינס האב איך שוין
איך האב שוין דיין כאראקטער, דיין בליק.
דו צעטיילסט מענטשן אינגאנצן נישט ווי מיר

דו קוקסט אן מענטשן סך מער ראשיג. ס'שך ברעטעלט זיך, ס'דא גאנצעטע חשבונות, ס'דא א וועלט מיט מענטשן וועם מ'דארף געפעלן. ס'טוט זיך אינגרויסן.

מענטשן זענען צעטיילט ביי דיר אביסל אנדערש ווי ביי מיר...

איך צעטייל מענטשן לויט וויאזוי זיי פילן זיך אין זייער הויט...

איך 'זעה' נאר די געפילן פון מענטשן.


דו צעטיילסט מענטשן לויט וויאזוי יענער באציט זיך צו די וועלט

ערלעידיגן
געפעלן
געווינען

דא
אין אני מסכים בשום פנים ואופן לשום דבר, ולשום דברי ציונות, וואס ווערט דא געזאגט דורך סיי וועמען אדער דורך מיר אליין, פארקערט ווי ס'שטייט אין דעם סאטמאר רבינ'ס ספרים.

אוועטאר
זאל ער קומען
שר האלף
תגובות: 1950
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 04, 2011 12:25 am
לאקאציע: בעיקבתא דמשיחא

תגובהדורך זאל ער קומען » דאנארשטאג מאי 08, 2014 10:55 am

כ'האב נאכנישט געליינט "דא", אבער איך זע אז איך וועל שוין האבן וואס צו טון…

לגבי דיין תגובה. הוא הדבר אשר דברתי. יעדער האט אן אנדערע צוגאנג צו יעדע שאלה, תשובה, און פאקט. נישט נאר וואס דער ענטפער איז אנדערש, נאר די שאלה אינעם קאפ פון יעדן, און די זעלבע תשובה "פארשטייט" זיך אנדערש ביי יעדן.

שאך-ברעטל שפיל אין מיין קאפ מיינט עפעס אנדערש ווי ביי דיר. גראדע מיינט עס נישט ווירבלען, נאר א דורכדרינגליכע שטילקייט אינעם מציאות, וואו מ'קען אויפקומען מיט קאלט-קאלקיולירטע סטראטעגישע שריט. בד"וו אין מיין ווירבלט זיך אויך אנדערש ווי אין דיין קאפ.

די פינטל וואס איך וויל צוקומען איז אזוי.
1) יענעם וועט קיינער קיינמאל נישט קענען עכט פארשטיין. כעין זה זאגן אסאך מפרשי המשנה (ראשונים, אחרונים און אפי' ספרי חסידות, געדענק אבער נישט מאמעטערעלי וואו און ווער), אויף די משנה אן תדון את חברך עד שתגיע למקומו, ולעולם לא תגיע על כן אל תדון.

2) זיך אליין קען מען אויך קיינמאל נישט עכט דורך און דורך פארשטיין.
יעדער מענטש האט א בחינה פון כתר וואס איז באמת העכער פון וואו א מענשט קען משיג זיין, אין טעם ברצון, און ערשט ווען ס'קומט אן צום בחינת חכמה, און בינה, ערשט נאכדעם הייבט דער דעת אן צו באגרייפן פונקטליך וואס די רעדע איז. ווי ס'דא א וועלט'ס ווארט (אין מיין וועלט…) דער אויבערשטער זאל אונז אפהיטן און נישט ווייזן ווי שטארק אונז קענען זיין… ווען א מענטש דארף זיך ספראווען מיט א שווערן עסק, סאל זיך נישט מאכן, האט דער מענטש פלוצלינג כוחות עצומות אין רעזערוו וואס ער אליין וואונדערט זיך פון וואו דאס איז אפיר געקומען.
באקאנט די מעשה אז ווען דער נצי"ב האט ארויסגעגעבן דעם שו"ת העמק שאלה האט ער געמאכט א גרויסע סעודה, און ער האט געזאגט אז ער האט געהאט אין פלאן צו גיין אין מסחר. שטעלט אייך פאר, איך קום ארויף אין הימל, מקיים געווען דעם נשאת ונתת באמונה, געגעבן אסאך צדקה, און… דער בי"ד של מעלה זאגט, זייער פיין אבער וואו איז דיין טיפער ספר שאלות ותשובות העמק שאלה?… פירט אויס דער נצי"ב, יעצט וועל איך עס זיי קענען ווייזן, מאך איך א סעודה צו דאנקען דעם אויבערשטן דערויף.

3) זייער אסאך פון די צוגענג צו סארטן 'מענטש' זיצן אויף מדות.
דא כאפט א מורא'דיגע נפק"מ צום איד און דעם גוי. דער גוי ווערט אויפגעצויגן, וואקסט, לעבט מיט די נאושן אז מ'קען נישט טוישן קיין מציאות. און דער מציאות איז אז איך בין וויאזוי איך בין. (הגם זיי אליין ווייסן אז מ'קען זיך אויסארבעטן, ווילן זיי אבער נישט ווייל ס'איז שווער). זיי פארציילן אונז די מעשה פונעם עקדיס וואס האט געוואלט דורכן שווימען א וואסער און האט געבעטן דעם פראש אים אריבער צו טראגן. זאגט דער פראש, אבער איך האב מורא איז דו וועסט מיר הרג'ענען. זאגט אים דער עקדיס, אויב וועל איך דיר בייסן וועל איך דאך אויך דערטראנקען ווערן… מאכט סענס. נעמט דער פראש דעם עקדיס אויף די פלייצע, און היידא, אין וואסער אריין.
אינמיטן פונעם שווים, און… דער עקדיס געט א בייס אריין אינעם פראש…. מיט אפענע איבערראשטע פארוואונדערטע אויגן קוקט דער פראש אן דעם עקדיס. וואס האסטו געטון? יעץ עלען מיר ביידע שטארבן… און דער עקדיס געט א ציה מיט די פלייצע און זאגט, וואס זאל איך טון, ס'איז אין מיין נעיטשור….
יעצט אזוי די מעשה איז נישט פארגעקומען צווישן אן עקדיס און א פראש…. הלמאי זיי זענען דאך ביידע געשטארבן, נו ווער האט עס געקענט דערציילן?… דאס האט אויפגעטראכט א גוי וואס האט פארגעסן צוצולייגן איין פוינט. א מענטש איז נישט קיין עקדיס און נישט קיין פראש….

ביי אונז אידן לייגט מען דאס אריין פון קינדווייז אן. אין אדם נברא אלא לשבר את הטבע. אפגעזען וועלכע טיפ, סארט, קיינד, דו ביסט. דו ביסט א מענטש מיט א חלק אלוק ממעל, וואס קען בסייעתא דשמיא זיך שטארקן און טוישן די נטיות און נאטורן. און אונז באקומען עצות און הדרכה דערצו, כוח הפועל בהנפעל, אדם נפעל כפי פעולותיו, און אלע ספרים ולומדות אנגעהויבן פון די תורה, אונז צו לערנען וויאזוי זיך צו פירן און טוישן זיך אליין, און מיט אונז די גאנצע וועלט (אונזער וועלט).

וועל שפעטער ממשיך זיין בס"ד.
זאלער, וואס וועט זיין מיט אפאר דאלער...

אוועטאר
נשמה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5050
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

תגובהדורך נשמה » דאנארשטאג מאי 08, 2014 11:57 am

איך האב ליב דיין שרייבווערק.
ס'פילט זיך ווי אויסגעשלייפטע שטיינער.

סיי וויאזוי קען מען מערקן ווי איך האב אפגעלערנט דיין ענטפער לויט מיין פארשטאנד.
אין אני מסכים בשום פנים ואופן לשום דבר, ולשום דברי ציונות, וואס ווערט דא געזאגט דורך סיי וועמען אדער דורך מיר אליין, פארקערט ווי ס'שטייט אין דעם סאטמאר רבינ'ס ספרים.

אוועטאר
גלייכגילטיג
שר חמש מאות
תגובות: 539
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 03, 2012 5:23 pm
לאקאציע: ששש.. ס'גילו!!

תגובהדורך גלייכגילטיג » דאנארשטאג מאי 08, 2014 4:24 pm

פעידזש בוקמארקד. ישר כח טייערע חברים. וועל מיר מאכן צייט צו לעזן אייערע ווערטער.
איך שרייב נישט אונטער בשום אופן!!!

אוועטאר
זאל ער קומען
שר האלף
תגובות: 1950
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 04, 2011 12:25 am
לאקאציע: בעיקבתא דמשיחא

תגובהדורך זאל ער קומען » פרייטאג מאי 09, 2014 12:33 am

4) מ'קען זיצן אויף מדות און צושטעלן מענטשן דערצו (אנעאגראם אד"ג), אדער רעדן פון מענטשן אן צושטעלן מדות (בריגס-מייערס אד"ג).
נעם אוועק דעם באגריף מענטש, קען בלייבן די מידות? ניין. נעם אוועק די באגריפן פון די מדות, קען בלייבן דער מענטש? יא.

5) כמעט אלע אדער ממש אלע סיסטעמען פון נומערירטע טיפן זענען פון דרויסן אריין. ריווערס ענדזשינירינג.
דהיינו. יעדע זאך אויף די וועלט איז צאם געשטעלט פון עטליכע כוחות. די בעיסיקס פון די כוחות (מיט און אן אלע טעכנישע נעמען עס אנצוכאפן) זענען זיי בערך אזוי. א באהאפטענע אנגייענדע באלאנסירטע געמיש פון א פאזיטיוו און א נעגאטיוו… נאך איין מאל. א קאנעקטעד אנגאואינג בעלענסד פאזיטיוו נעגאטיוו (זיראס און איינזערס, יאס מיט ניינס)… ווי למשל לעקטריסיטי.
און יעץ מיט די "עכטע" ווערטער. א באהאפטענע (יסוד) אנגייענדע (נצח הוד) באלאנסירטע געמיש (תפארת) פון א פאזיטיוו און א נעגאטיוו (חסד גבורה)…
אלעס אויף דער וועלט האט דעם צאם שטעל, און די אלע אין זיך זעלבסט האבן אויך דעם צאם שטעל.

איין טריט ווייטער. נאכדעם וואס דאס גאנצע געשעט, קומט ארויס דערפון א רעזולטאט. אינעם משל, א לעקטרישער שטראם. דאס הייסט אז די אלע כוחות האבן געטון יעדעס איינע זיין תפקיד, און ס'איז ארויסגעקומען אויף דער וועלט אלעס א פארטיגע זאך וואס הייסט לעקטער. (דאס איז מלכות, וואס אליין איז עס גארנישט, נאר א דיספלעי פון אלע באהאלטענע כוחות פאר איר. לית לה מגרמה כלום).

אין קאמפיוטער ווערט אנגעלייגט פאזיטיוו און נעגאטיוו כוחות, (זירא און וואן) חסד גבורה, אויף א נארמאלן אופן וואס מאכט סענס, תפארת, און ס'האלט אין איין גיין, טייטש נישט אז אויפן זעלבן פלאץ שרייבט זיך איבער און איבער זירא/וואן, נצח הוד, און די אלע ביטס און בייטס האט א שייכות, א קאנעקשאן, יסוד, און דאס איז אלעס באהאלטן. מ'קען עס נישט זען אפילו אויב מ'קוקט אריין דארט. ערשט נאכדעם געט דער קאמפיוטער איבער פאר'ן סקרין א פארטיגע בילד. אבער דער סקרין קען גארנישט טון, און עס פארשטייט גארנישט. עס וווייזט נאר וואס דער קאמפיוטער האט עס געפיטערט. מלכות דלית לה מגרמה כלום.

אבער א פראגראמער וואס וויל פארשטיין וויאזוי ס'קומט ארויס דער רעזולטאט, מאכט א ריווערס ענדזשינירונג, און רעכנט אויס אז אויב דאס איז ארויסגעקומען איז דאס לכאורה געווען ווייל קודם …. (פיל עס אויס), און נאכדעם מאכט ער עס נאך, און פרובירט צו ס'גייט טאקע ארויסקומען דער זעלבער רעזולטאט, און אויב יא, איז א סימן אז ער האט משיג געווען פונעם מלכות די גאנצע פאזל ביז אויבן.

דער בני יששכר (?) איז מיט דעם מסביר דעם חילוק פונעם איד צום גוי. א גוי מוז אזוי פארשטיין די גאנצן וועזן, ווייל די וועלט - און אויטאמאטש דער מענטש וואס איז אויך אין די וועלט - איז די זעלבע זאך. וואס דא געשעט לגבי וואס אונז קענען זען מיט די אויגן איז שוין נאר די לעצטע שלב, נאכדעם וואס אלע שלבים זענען שוין געשען באהאלטענערהייט. איז כדי צו פארשטיין וואס ס'געשעט מוזן זיי גיין פון אונטן ארויף און פרובירן נאכצומאכן געוויסע סטעפס - וואס זיי טראכן אז דאס איז די סיבה - און ווען ס'גלונגט נאכאמאל איז א סימן אז דאס קען זיין די סיבה פארוואס דאס געשעט אין די וועלט. משא"כ א איד ווייסט וויאזוי די וועלט ארבעט, ווייל ער פארשטייט די קאוד. די תורה. הסתכל באורייתא וברא עלמא.
און ברענגט צו די מעשה פון ר' יהושע בן חנניא - פילוסוף אחד בקש לידע נחש לכמה מוליד כיון שראה אותן עסוקים זה עם זה נטלן ונתנן בחבית והיה מספיק להן מזונות עד שילדו כיון שעלו הזקנים לרומי ראה את רבן גמליאל א"ל לכמה הנחש מוליד ולא יכול להשיבו נתכרכמו פניו פגע בו רבי יהושע א"ל למה פניך חולניות א"ל שאלה אחת נשאלתי ולא יכולתי להשיבה א"ל מה היא א"ל לכמה הנחש מוליד א"ל לז' שנים א"ל מנין א"ל הכלב חיה טמאה מוליד לנ' יום ובהמה טמאה יולדת לי"ב חדש וכתיב ארור אתה מכל הבהמה ומכל חית השדה כשם שהבהמה ארורה מן החיה שבעה כך נחש ארור מן בהמה שבעה. כמפני רמשא סלק ואמר להם התחיל להטיח ראשו בכותל אמר כל מה שעמלתי ויגעתי ז' שנים בא זה והושיטו לי בקנה אחד.
פשט איז, ער האט געקענט די קאוד שפראך, האט ער גלייך געוואוסט דעם אמת, משא"כ די גוים דארפן ווארטן אויפ'ן אוטקאם, און פון דעם בויען אויף צוריק.

לענינינו קומט אויס אז אלעס וואס אונז "זעען" און "שפירן" לגבי טיפן און זיטן פון מענטשן איז אלעס שוין נאר די מלכות פון דער זאך. דער סקרין. דער אוטקאם, אבער נישט דער שורש השרשים. די אנעאגראם סיסטעם ווי אויך אלע אנדערע סיסטעמען רעדן און באפאסן זיך מיט די מאניפעסטאציע פון דעם טיפ אינעם מציאות וויאזוי דער אדער יענער וועט זיך אויפפירן, פילן, און טון לויט זיין טיפ - אלעס אינדרויסן אינעם חלק המעשה פון די וועלט, אין חלק התוצאה וואו דער שורש איז "נישט".
זאלער, וואס וועט זיין מיט אפאר דאלער...

אוועטאר
נשמה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5050
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

זאלער יעי...

תגובהדורך נשמה » פרייטאג מאי 09, 2014 9:45 am

נעם אוועק באגריף מידות, בלייבט א מענטש אן הענט און פיס. ניין?

>און יעץ מיט די "עכטע" ווערטער. א באהאפטענע (יסוד) אנגייענדע (נצח הוד) באלאנסירטע געמיש (תפארת) פון א פאזיטיוו און א נעגאטיוו (חסד גבורה)…<

יו ביסט גוט...
איך בין געשטיגן אין הבנה מיט איין פראגראף פון זאלער וואס זאגסטע נישט?

> (דאס איז מלכות, וואס אליין איז עס גארנישט, נאר א דיספלעי פון אלע באהאלטענע כוחות פאר איר. לית לה מגרמה כלום).<

זאלער דו רעדסט פון קבלה באלד גייט טייבעלע קומען שרייען...

אבער דער אמת איז אז אלעס איז קבלה, יעדע ווארט "טראג ארויס די גארביטש" איז קבלה...

>אין קאמפיוטער ווערט אנגעלייגט פאזיטיוו און נעגאטיוו כוחות, (זירא און וואן) חסד גבורה, אויף א נארמאלן אופן וואס מאכט סענס, תפארת, און ס'האלט אין איין גיין, טייטש נישט אז אויפן זעלבן פלאץ שרייבט זיך איבער און איבער זירא/וואן, נצח הוד, און די אלע ביטס און בייטס האט א שייכות, א קאנעקשאן, יסוד, און דאס איז אלעס באהאלטן. מ'קען עס נישט זען אפילו אויב מ'קוקט אריין דארט. ערשט נאכדעם געט דער קאמפיוטער איבער פאר'ן סקרין א פארטיגע בילד. אבער דער סקרין קען גארנישט טון, און עס פארשטייט גארנישט. עס וווייזט נאר וואס דער קאמפיוטער האט עס געפיטערט. מלכות דלית לה מגרמה כלום.<

אזוי קלאר...


אויב דער 'יסוד' איז גוט איז 'מלכות' זיכער גוט הא?


> אבער א פראגראמער וואס וויל פארשטיין וויאזוי ס'קומט ארויס דער רעזולטאט, מאכט א ריווערס ענדזשינירונג, און רעכנט אויס אז אויב דאס איז ארויסגעקומען איז דאס לכאורה געווען ווייל קודם …. (פיל עס אויס), און נאכדעם מאכט ער עס נאך, און פרובירט צו ס'גייט טאקע ארויסקומען דער זעלבער רעזולטאט, און אויב יא, איז א סימן אז ער האט משיג געווען פונעם מלכות די גאנצע פאזל ביז אויבן. <


יא! און צוגעקומען צו די נארישע שיטה פון אווילושען...


>, ווייל ער פארשטייט די קאוד. די תורה. הסתכל באורייתא וברא עלמא.<

פארשטייט? פשוטע גלייבן און צדיקים האבן געקענט באשאפן...

איך מוז דיר זאגן זאלער פול מיט אמונה.

אזוי גוט דאס...

>לענינינו קומט אויס אז אלעס וואס אונז "זעען" און "שפירן" לגבי טיפן און זיטן פון מענטשן איז אלעס שוין נאר די מלכות פון דער זאך. דער סקרין. דער אוטקאם, אבער נישט דער שורש השרשים. די אנעאגראם סיסטעם ווי אויך אלע אנדערע סיסטעמען רעדן און באפאסן זיך מיט די מאניפעסטאציע פון דעם טיפ אינעם מציאות וויאזוי דער אדער יענער וועט זיך אויפפירן, פילן, און טון לויט זיין טיפ - אלעס אינדרויסן אינעם חלק המעשה פון די וועלט, אין חלק התוצאה וואו דער שורש איז "נישט".<


ביסט זיכער דערין?
מאנכע זאגן אז די אניאגראם קומט גאר פון אונז...


עניוועי זאלער דיין קלארקייט האב איך ליב

ווען יעדעס ווארט לייגט זיך הונדערט פראצענט אויפן שכל...
אין אני מסכים בשום פנים ואופן לשום דבר, ולשום דברי ציונות, וואס ווערט דא געזאגט דורך סיי וועמען אדער דורך מיר אליין, פארקערט ווי ס'שטייט אין דעם סאטמאר רבינ'ס ספרים.

אוועטאר
זאל ער קומען
שר האלף
תגובות: 1950
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 04, 2011 12:25 am
לאקאציע: בעיקבתא דמשיחא

תגובהדורך זאל ער קומען » פרייטאג מאי 09, 2014 2:39 pm

נשמה, ישר פאר די שיינע קאמפלימענטס.
1) עוואלושן פאדערט אן עקסטער אשכול בלויז נאר כדי איך זאל זיך קענען רעגן אויף די פסלנות מיט וואס ס'איז ערפינדן געווארן, אנגענומען געווארן, און ווערט געפיטערט פאר מיליאנען מענטשן. די פינטעלע וואס טוט וויי - און נוגע לענינינו - איז אז אלע וואס שטופן דעם וואגן טוען עס בכונה תחילה צו ווארפן זאמד אין די אויגן פון די גלויביגע. אין אנדערע ווערטער, פאליטיק, נישט סייענס. (נישט אז סייענס איז אויסגעהאלטן, אבער ספעציפיש די טעאריע האט שוין לאאאנג געהאט אסאך לעכער מצד דעם סייענטיפישן שטאנדפונקט, אבער ווערט ווייטער גענוצט, ווי געזאגט, צוליב אלטעריער מאוטיווס.

2) אן מדות עקזיסטירט גארנישט, איך האב זייער מקצר געווען, איך האב עס געמיינט צו נוצן אלס משל פון עילה און עלול. פייער אן ליכטיקייט איז נישטא, ליכטיגקייט און די כוח פון פייער איז נישטא. אבער פייער איז וואס ברענגט ליכטיגקייט, דער איז דער עילה, און ליכטיגקייט איז דער עלול, און ליכטיגקייט קען נישט באשאפן פייער. (און דאס איז אויך נאר משל…). אוודאי און מדות איז מען קיין שום מענטש נישט (ביידע מכוונים...), אבער דער מענטש איז די כלי און די מדות זענען די פילינג אין די כלי. יא.
נאך איין הסבר/משל. אז מ'זיצט אויפ'ן בוים זעט מען די קאר פליען. אז מ'זיצט אין די קאר, זעט מען די ביימער פליען. (און וואס ס'פליעט באמת איז א שמועס פאר זיך…. ווייל די וועלט דרייעט זיך, און אלעס פליט זייער שנעל, און אויב פליעסטו מיט דיין קאר אויף א פארקערטע ריכטונג קומט גאר אויס אז די ביימער פליען אויף מיליאן רעכטס, און דו אויך - אבער מינוס זעכציג…).
די זעלבע האב איך געמיינט צו זאגן אז אויב אבער א מענטש לעבט אין די געפילן און קוקט אויף ארויס צום מענטש, איז זיין פלאץ דער שטאנד, סטעטיק, און דער מענטש פליעט, און ס'דא אסאך מיני מענטשן. אבער אויב קוקט מען פונעם מענטש אויף ארויס צו די געפילן, איז דער מענטש דער יסוד, סטעטיק, און די געפילן פליען… (און ביידע קענען באמת זיין אמת, דיפענדינג אין דיין פערספעקטיוו).

3) מבשרי אחזה אלוק. אלע מושגים וואס דער אויבערשטער האט באשאפן איז דא אויף אלע עולמות, ס'איז נאצל געווארן בעולם האצילות, און בהשתלשלות איז די זעלבע זאך אויך געשען אין עולם הבריאה, יצירה און עשיה. און ס'איז געבליבן מיט'ן קאנעקשאן, יעדער לויט זיין שטארקייט פון קאנעקשאן. און דאס איז דער פשט פון יעקב חבל נחלתו, אז מ'שאקלט א שטריק פון איין עק, שאקלט זיך דער גאנצער שטריק ביז'ן צוויטן עק. און וועגן דעם בשעת אונז דרייען מיט די שווארצע לעדערנע כשר'ע רצועות דייקא, אויף די יד כהה דייקא, קוקט עס אויס אויפ'ן עולם העשיה ווי לעדער מיט הענט, אבער בעולמות העליונים מיינט אלעס כוחות, די לינקע האנט איז בהשתלשלות א לינקע האנט, אבער וואס העכער אלס איידעלער און הייליגער "עפעס" איז דארט, אן אצילות, א באגריף, אן אור, וואס ווערט אויך אנגערופן גבורה דרועא דשמאלא.
מיט'ן פארשטיין וויאזוי אויף די וועלט איז אלעס באמת אויפגעבויעט מיט די זיבן מדות איז נישט קיין קבלה, ס'איז אידישע סייענס… ס'איז נאטור. חכמת הטבע עפ"י תורה.
און אלע חסידישע ספרים זענען מסביר אז דאס האבן די צדיקים געקענט מיט אויסדרייען אותיות, פון נגע צו ענג. (א לענגערע שמועס וואס אותיות מיינט, אבער די איז דער עיקר המכוון). זיי האבן נישט נאר געקענט באשאפן וועלטן, נאר זיי האבן יעדע מינוט נאר באשאפן וועלטן.

4) דער אנעאגראם - לויט וויפיל איך פארשטייט עס יעץ (נישט צו סאך) האט נישט נאר ניין נומערס און שוין. עס האט ניין נומערן אויך פליגלעך…. (איז קודם זעמער שוין מקיים דעם קל כנשר… ס'דא פליגלעך. און אסיז אומזיסט געמיר צוויי…).
אבער גאנץ אנהויב ווען מ'גייט אריין אין די נושא, זאגן זיי גלייך אז די נומער האט א דירעקשאן! א גוטע, און א נישט גוטע. אויב ביסטו אין דעם מצב (אדער אייביג אין דעם מצב און "ביסט" א נומער ?), און דעמאלט טוסטו אזוי, דעמאלט ביסטו א געזונטע ?, אויב אבער ווען דו ביסט געווען אין דעם מצב און געטון פארקערט, ביזטו א קראנקע ? און…. דו מוזט זיך שוין טוישן!
היוצא לנו מזה, אז אויף למעשה הייסט דיר דער אנעאגראם אויך משבר זיין די מידות. די בענעפיט פונעם נומער איז נאר אויף צו אידענטיפיצירן וואו אנצוהייבן, ווי דיין עיקר שלעכטע און גוטע מידות זענען, און הייב אן דארט צו ארבעטן. אבער עווענטועל - ווען אימער דו וועסט זיך טרעפן אין א געוויסע מצב (טיפ, נומער) וואס איז באמת נישט דו, און מיט דעם אלעם האסטו דארט אריינגעוואנדערט, דארפסטו זיך פונקט אזוי אויסארבעטן זיך צו באגיין אין יענעם מצב אויף די ריכטיגע דירעקשן און נישט די קראנקע דירעקשן.
קומט אויס לויט דעם אז ס'איז באמת א שארט-קאט צום גאנצן אנעאגראם. ארבעט אויף דיינע מידות אין "אלע" אומשטענדן, ווי שווער אדער גרינג ס'קומט דיר אן, און ווי אפט אדער זעלטן ס'קומט דיר אונטער.

5) די גוים נוצן די אלע בעיסיק טיפן און זיטן נישט אויף כדי צו קענען זיך אליין. און אויך נישט אויף צו באמת קענען א צווייטן. זיי קעירן נישט פאר אנדערע און קוים פאר זיך.
נאר? זיי ווילן מאכן געלט און האבן פאוער. און צו דעם דארף מען קענען זייער גוט מאניפולירן מענשטן צו טון וואס זיי ווילן מ'זאל טון, אן דעם וואס דער עולם זאל קענען אנצייגן אז איינער האט אים געצוואונגען דערצו. (ווייל מ'כאפט אז מ'איז געפירט געווארן אין באד רעוואלטירט מען.) דעריבער שטודירן זיי די שוואכקייטן פונעם מענטש לגבי "וויאזוי עס ווערט אויסגעפירט למעשה אינעם עולם המעשה".
זיי קוקן פון דרויסן, ווייל זיי קעיר נאר פאר די דרויסנדיגע התנהגות! און פרובירן אסאך וועגן און קומען אויף מיט טעאריעס צו "כאפן" וועלכע באטנס צו קוועטשן צו מאכן דעם עולם טאנצן…
און… ס'ארבעט געוואלדיג!
ווען זיי ווילן מ'זאל קויפן א טייערן זייגער למשל, וועלן זיי דיר מסביר זיין מיט (דריי) גוטע הסברים, כדי דו זאלסט אויך כאפן פון וואס די רעדע איז דא.
ווילסט זיין צייטליך, און ווייזן יעדן ווער ס'איז באס?
קוק
איינער וויל נאר זיין צייטליך. איינער וויל נאר ווייזן יעדן… און איינער וויל נאר זיין באס.
דו הערסט/זעסט/כאפסט עס נאר איין מאל, ווייל דיין קאנעקשן צו די וועלט איז נאר מיט איינס פון די דריי, דעריבער באמערקסטו נאר דיין שפראך, און די איבריגע פאלן ארום דיר אבער קומען נישט אן בכלל צו דיין מוח. און מיט איין מעסעדזש דרוקן זיין "אלע" באטנס, און יעדער טאנצט. (צי מ'ווייסט דערפון צו ניש).
העווינג סעד דעט, דארף מען צוגיין די נושא מיט א גרעין אוו סאולט, און געדענקן אז די אלע צוגענג זענען נאר פונדערויסן, מצד די אויסערליכע וועלט, געקוקט מיט אויגן אויפצוכאפן מענטשליכע שוואכקייטן, חסרונות, און עס אויסצונוצן פאר פערסאנאל געין עד הסוף. און נעמען אזא צוגאנג און עס נוצן אויף צו פארשטיין די נשמה אדער דעם תפקיד אויף דער וועלט קען זיין זייער א שווערער צוגאנג.
זאלער, וואס וועט זיין מיט אפאר דאלער...

אוועטאר
נשמה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5050
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

תגובהדורך נשמה » פרייטאג מאי 09, 2014 3:28 pm

יעדעס ווארט דיינער איז טיף...

בנוגע עווילושן וואלט איך געוואלט זאלסט עס שרייבן און שעלטן...

איך האב אזוי הנאה פון דיין 'יודישע סייענס'.

ס'דא וואס זענען מיחס דעם עניאגראם מיט 'יודישע סייענס'
אין אני מסכים בשום פנים ואופן לשום דבר, ולשום דברי ציונות, וואס ווערט דא געזאגט דורך סיי וועמען אדער דורך מיר אליין, פארקערט ווי ס'שטייט אין דעם סאטמאר רבינ'ס ספרים.

אוועטאר
פאקטיש
שר מאה
תגובות: 235
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 30, 2010 8:47 am
לאקאציע: נישט אין ארבעט

תגובהדורך פאקטיש » זונטאג מאי 11, 2014 11:52 am

טייערער ניקים, אפשר קען איינער פונקטליך מסביר זיין אלע 16 טיפן פונעם "מייערס בריגס סיסטעם", איך וויל עס שטארק קענען.
נשמה, אויב דו קענסט, זיי עס מסביר מיט דיינע זיסע ווערטער אזוי ווי דו האסט ערקלערט די ענעגראם וואס איך האב געשלינגען מיט דארשט. קלאר. געשמאק. זאפטיק.

באמת א יישר כח פאר דיינע אומצאליגע באשטייערונג פאר דעם קרעטשמע פון וואו עס טרונקן זיך אן אזויפיל אינגעלייט, ובתוכם איך.
איך פארשטיי אז דו וואלסט געוואלט ס'זאל זיין אזוי, אבער פאקט בלייבט פאקט!

אוועטאר
פאקטיש
שר מאה
תגובות: 235
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 30, 2010 8:47 am
לאקאציע: נישט אין ארבעט

תגובהדורך פאקטיש » זונטאג מאי 11, 2014 12:11 pm

מתבונן, פון דיר רעד איך אויך......
די פלאטפארמע האט גענוג פלאץ...
קאנטראל P איז אויפן העכסטן אלערט ווי נאר עס לאנדעט מיין שטארק ערווארטעטע ערקלערונג..
איך פארשטיי אז דו וואלסט געוואלט ס'זאל זיין אזוי, אבער פאקט בלייבט פאקט!

אוועטאר
נשמה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5050
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

תגובהדורך נשמה » זונטאג מאי 11, 2014 3:42 pm

מתבונן קען זיך לכאורה מער אויס דערין

איך, כאטשיג איך האב שוין געהערט אז ס'דא מענטשן וואס די וועלט איז פאר זיי 'מענטשן' און ס'דא מענטשן וואס די וועלט איז פאר זיי 'ציהלן'.

למשל א גבאי צדקה איז דא איינער וואס זיין ווילן צו קלעטערן נאך געלט איז די געלעגנהייט זיך צו טרעפן מיט מענטשן. און איינער וואס זיין שטופ איז 'מאכן געלט' און טאקע ווי מער.
נו ווער מאכט מער געלט?

סתם נאכשרייבן די נעמען פון די וועבזייטלעך אן וויסן פארוואס זיי פארמאגן דעם לעבל אויף זייערע ארבלעך איז דאך נישט קיין 'הבנה' אינעם נושא.

    ISTJ - The Duty Fulfillers

ESTJ - The Guardians

ISFJ - The Nurturers

ESFJ - The Caregivers

ISTP - The Mechanics

ESTP - The Doers

ESFP - The Performers

ISFP - The Artists

ENTJ - The Executives

INTJ - The Scientists

ENTP - The Visionaries

INTP - The Thinkers

ENFJ - The Givers

INFJ - The Protectors

ENFP - The Inspirers

INFP - The Idealists        

איינער פארשטייט א ווארט דא
איך האב עס נאכנישט דורכגעטון נאר דאס ביסל וואס איך שרייב ווי פאלגענד:

Extroverted Introverted.

עקסטראווערטעד און אינטראווערטעד

דאס ווייזט צו וואס א מענטש איז זיך מער מתייחס צו די דרויסענדיגער וועלט צו וואס עס שפילט זיך אראפ אינדרויסן פון איהם אדער צו זיין אינערליכער וועלט איז ער זיך מער מתייחס צו וואס ער לעבט מיט אינעווייניג אין זיך.

דאס איז דאך פשוט, אז ס'איז דא צוויי וועלטן, די אינערליכער וועלט, וואס מ'לעבט מיט אינעווייניג אין זיך, "וויאזוי פיל איך יעצט", א.א.וו.
און וואס ס'טוט זיך אינדרויסן פון דיר, די וועלט ארום. די נייעס...

עקסטראווערטעד זענען דרויסענדיגע מענטשן און זיי פילן זיך לייכט מיט מענטשן.
אינטראווערדס זענען שטילע מענטשן און האבן באמת ליב צו זיין מיט זיך אליין. נישט נעמען אן אנטייל נאר אדורכטראכטן וואס מ'שמועסט דא.

עקסטראווערטעד טיפן אנטדעקן וואס זיי פילן און טראכטן דורכן רעדן און טון.

אינטראווערטעד מענטשן אנטדעקן וואס זיי פילן און טראכטן דורכן אויסארבעטן די אינפארמאציע אינעווייניג (זיך אפשטעלן אריינטראכטן, אויסארבעטן, אויסגערבעט? יעצט ווייטער!).

עקסטראווערטעד, זענען חברותא מענטשן.
זיי באקומען כוחות פון די דרויסענדיגע וועלט.
זיי ווילן בעיקר ווי מער כמות. ווי לענגער פארברענגען ביי א שמחה.

אינטראווערטעד.
ווערן געוואר וואס זיי טראכטן און פילן דורכ'ן זיין מיט זיך אליין און עס אויסארבעטן.
קודם דארפן זיי צייט עס דורכצוטראכטן און נאכדעם וועלן זיי אפשר טון.
אינטראווערט באקומען כוחות פון זיין מיט זיך אליין.


Sensing iNtuitive

סענסינג זענען מענטשן וואס זיי וועלן ענדערש נעמען די אינפארמאציע וואס קומט צו זיי דורך די פינף חושים.
אינטואיטיוו זענען מענטשן וואס זיי וועלן ענדערש אננעמען די אינפארמאציע וואס זיי באקומען דורך זייער זעקסטער חוש ווי מ'רופט עס, הרגשים, "לבי אומר לי".
נ.ב. לויט ווי איך פארשטיי איז אינטואישען אזאך וואס דער קערפער געדענקט אפילו דער מענטש געדענקט שוין נישט.
ד.ה. אז ווען א מענטש לערנט זיך א פאך, ווערט עס אריינגעקריצט אין זיין קערפער, און וויאזוי קען ער דען געדענקן אלעס וואס מ'דארף טון ווען און וויאזוי?, נאר די קערפער געדענקט, און אינטואישאן מיינט נאכגיין דאס וואס דער קערפער געדענקט. און ס'דא מענטשן וואס זיי וועלן דאך מער נעמען די אינפארמאציע וואס זיי באקומען דורך די פינף חושים.

איז מענטשן וואס זענען 'סענסעטס' וועלן קענען פונקטליך און ענדערש פארציילן וואס זיי האבן 'געזען', געהערט, "ס'איז געווען קאלט", אבער מענטשן וואס זיי זענען אינטואיטיווס וועלן דיך ענדערש פארציילן, וויאזוי זייערע הרגשים זענען געווען.


סענסעט לייגן צו קאפ צו דיטאלן מער.
אנדערש זענען אינטואיטיוו. זיי איגנארירן דיטאלן.
זיי זענען מער אימעדזשינעטיוו
ס'דא מענטשן וואס ווען זיי גייען למשל איינער וואס וואוינט אין מונסי גייט אויף לעקוואד.

ווען ער וויל פארציילן און איבערטראכטן וואס עס איז געשען, וואס ס'איז געווען, האט ער עס אין זיינע געדאנקען מסודר ווי 'אראפגעכאפטע בילדער'.
ער וועט דיך פארציילן, און אזוי אויך וועט ער איבערטראכטן, דאס וואס ער האט געזען און געהערט און געשמעקט און געפילט. ער וועט דיך אבער נישט פארציילן וואס ער האט 'אפגעלערנט' צווישן די שורות.

אויף א קשיא ווי למשל
וויאזוי איז די ביהמ"ד דארט?
איינער וואס איז א Sensing וועט ענטפערן, זאכן וואס ער האט געזען, געהערט, געשפירט. און מיט אלע דיטאלן. ווייל ווען מ'נוצט די חושים זעהט מען דיטאלן.

די ביהמ"ד איז אזוי און אזוי געבויעט, אלט/ניי, די מענטשן זענען אזוינע און אזוינע, חסידיש/מאדערן/געשניצטע בערד וכו', די ארון הקודש איז אזוי און אזוי שיין/הויעך/גרויס, וכו' וכו' די קאווע גוט צוגעשטעלט און אויך די מקוה

מער וואס ער האט געזעהן.

און איינער וואס איז א iNtuitive וועט ענטפערן

די ביהמ"ד איז מער היימיש, די מענטשן זענען פריינדליך, זיי האלטן זיך זייער באחדות, די לופט דארט איז געהויבן, די חסד איז זייער גרויס דארט.

מער די 'פשט', די 'מיינונג' וואס די זאכן מיינען. ער וועט ענדערש רעדן וויפיל חסד דארט איז דא, ווי וואס ער האט actually געזעהן דארט. ער וועט נישט זאגן אז די מקוה איז ריין, ער וועט זאגן אז זיי זענען ריינע מענטשן. ווייל דאס האט ער אויפגעכאפט זייענדיג דארט. ער האא אויפגעכאפט די 'מיינונג' וואס ליגט צווישן די אלע זאכן.


א Sensing מענטש האט א פראבלעם, א זאך וואס צווינגט איהם צו טראכטן "ווי גיי איך ווייטער? וואס טו איך דא"
איז א Sensate וועט גיין פון 'פאקט' צו 'פאקט'. אזוי און אזוי איז דא, אזוי און אזוי 'איז' דארט, זיי קען מען הערן זאגן, "הער מיך צו, די פאקט איז..."
א)איין פאקט איז דאס...
ב)און דאס איז אויך א פאקט...
ג)און דאס אויך א פאקט...
ביז מ'גיבט זיך אן עצה צום פראבלעם, מ'עט זיי הערן רעדן מער פון פאקט.

ווייל ווי מער מ'נוצט די חושים אלץ מער פראקטיש אלץ מער פאקטיש. אלץ ווייניגער אימעדזשינעטיוו איז מען.

ווען זיי ווילן לעזן א פראבלעם, וועלן זיי דורכגיין אלע 'פאקטן' בנוגע דעם פראבלעם.

מה שאין כן א iNtuitive וועט טראכטן, "דא קען איך 'אזוי און אזוי' טון, און דא קען מען 'אפשר' אזוי און אזוי טון.
פון אן iNtuitive קען מען הערן.
" קוק אהער, איך טראכט אז ס'וואלט געווען א גוטע איידיע צו..." "אפשר 'קען מען'..."
א) מ'קען אזוי...
ב)מ'קען אפשר אזוי...
ג)א גוטע איידיע איז אזוי...
און אזוי פרובירט מען צו לעזן דעם פראבלעם.
מער מיט איידיעס און מעגליכקייטן. מ'קען און מ'קען און מ'קען. זיי גייען דורך אלעס וואס מ'קען...


א Sensate זאגט פאר איר iNtuitive מאן...
איך האב שוין נישט קיין כח צו הערן וואס מ'קען אלץ טון, אונטערשטע שורה איז, אז 'ס'איז' נישטא קיין געלט. און איך האב נישט קיין כח צו דיינע דמיונות. פון אפשר אזוי, אפשר אזוי, איך האלט אז זאלסט גיין ארבעטן אין א גראסערי, דו קומסט מיר אייביג מיט פלענער צו עפענען ביזנעסער מיט פארשידענע אינטערעסאנטע איידיעס, די אלע זאכן זענען הויל, ארבעט און פארטיג, אז מ'ארבעט מאכט מען געלט... קוק אן 'משה' ער ארבעט און פארדינט שיין.

און בשעת זיין עזר רעדט, טראכט ער "אה! מן הסתם האט זי נאכנישט געגעסן... איך קען איר אפשר אזוי מסביר זיין און אפשר אזוי מסביר זיין"

און ער ענטפערט "איך וועל דיר זאגן, שטעל דיך פאר וואס איך גיי אלץ פארדינען, אויב איך עפן אויף 'למשל' א סטאר, יא!. איך עפן א סטאר און איך מאך געלט, מ'קען טון אזוי פיל מינע זאכן. מ'קען מאכן געלט פון אזויפיל סארט געדאנקען."

"אבער ישעי', איך זאג דיר אז איך האב נישט ליב די אלע זאכן, איך האב געארבעט און איך האב שיין פארדינט, פארוואס דארפסטו טון זאכן וואס דו ווייסט אפילו נישט צו ס'ארבעט."

"אוודאי 'קען עס' ארבעטן, איך האב שוין... קוק איך קען דיך מסביר זיין מיין גאנצן פלאן, איך האב נאך פלענער..."


"האסט מיט איינעם גערעדט? האסט איינעם געפרעגט צו מ'קען 'טאקע מאכן' געלט?"

"יא, כ'האב נעכטן גערעדט מיט יאנקל נפתלי דערוועגן"

"נו וואס זאגט ער"

"איך געדענק נישט פונקטליך די גאנצע שמועס, אבער איך האב 'פארשטאנען' אז ס'קען גיין"

"אבער איך האב יא גערעדט צו יאנקלס ווייב און איך קאל איר אן, אגוטן, איך פרעג איר צו זי האט צייט א מינוט און זי האט מיר געזאגט... און איך האב איר געזאגט... האט זי מיר געזאגט.... האב איך איר געזאגט... זאגט זי מיר... זאג איך איר... פרעגט זי מיר.... האב איך איר געענטפערט... פרעגט זי מיר..."

און בשעת מעשה טראכט ישעי' "אה! זי איז גוט מיט איר הא?"

בקיצור
Thinkers. Feelers

א טראכטער באשלוסט און איז בוחר און וויל דוקא גיין לויט 'לאגיק'. אנאליזירונגען. פרינציפן. געזעצן. לויט "אזוי גייט עס, ס'האט נישט צו טון מיט מיך".

משא"כ א פילער, באשלוסט אינפארמאציע לויט "לבי אומר לי". די חן פון די זאך פירט איהם. ער פסקנ'ט מיט 'זיך' אינעם בילד. "לאז אפ! קריטיקיר נישט, האב ענדערש רחמנות," "א יוד וויאזוי ער קוקט אויס, מיט דעם אלעם זיי איהם מקרב". "ער רעדט אינמיטן קדיש טאקע! אבער ווי קענסטו יענעם דן זיין" "ס'טאקע שפעט! אבער יענער דארף דאך מיין טובה יעצט!" ס'האט מער צוטון מיט די מוד. וויאזוי 'ער פילט' לגבי די זאך.

א טראכטער איז וויאזוי ס'איז לאגיש צו טון. "זאג מיר נישט וויאזוי דו פילסט ווען דו וואלסט געהאט אזא מעשה, זאג מיר וואס דו מיינסט איז לאגיש"

א פילער גייט מיט געפיל. דאס איז אנדערש ווי אינטואיטיוו. אינטואיטיוו מיינט ער נעמט אריין די אינפארמאציע וואס קומט פון זיין 'כליות', ענדערש ווי אינפארמאציע וואס קומט פון זיינע פינף חושים. א פילער מיינט אז זיין איפארמאציע ווערן געפילטערט לויט וויאזוי 'ער פילט'. זיינע דיעות אויף זאכן זענען אזוי ווי די דיעות אויף 'מאכלים'. אזוי 'פיל' איך דא. און אזוי 'פיל' איך לגבי דער מענטש.


Judger Perceiver

דא איז וויאזוי א מענטש איז מסדר זיין לעבן ווען ס'האט צו טון מיט אינדרויסן.
א דאדזשער וועט נוצן 'קאפ' (טינקינג) אדער 'געפיל' (פילינג)
א דזשאדזשער מאכט א שנעלער החלטה לויטן 'געפיל' אדער לויטן 'קאפ' (ראציאנאל)
א פערסיווער לייגט אפ די החלטה ביז ער קען צאמנעמען גענוג אינפארמאציע וואס ער נעמט פון זיינע פינף חושים (סענסעט) אדער די אינפארמאציע וואס ער נעמט פון זיינע אינטואישן

א דזשאדזשער איז רילאטיוו מסודר און סטרוקטורד.
לעבט אין א אויספלאנירטן אופן.
וויל ווי שנעלער קומען צו אן אפמאך.

פערסיווער, זענען רילאטיוו בייגעדיג, פאסן זיך מער אריין אינעם מצב. און ספאנטאנישער.
ווילן ענדערש ווי ווייניגער באשליסן, אפשר איז דא בעסערע געלעגענהייטן. און וועט אפשטופן די זאך צו מאכן א באשלוס.


האבן מיר, פיר פאר קעגנזייטיגע שטריכן.

Extrovert Introvert
Sensing iNtuitive
Thinker Feeler
Judger Perceiver





איך האב שוין קלאר געזעהן די אלע שטריכן אויף מענטשן. אדרבה גיי אין ביהמ"ד און וועסט זעהן.

לויטן צאמשטעל פון די זאכן קען מען וויסן דעם מענטשנ'ס דורכגאנגס אין לעבן. וויאזוי ער פירט זיך אויף אפילו דו ווייסט גארנישט נאר זיין טייפ.

ס'דא אויף דעם גאנצעטע זייטלעך. ווי יעדער פון די זעכצן האט אן עקסטערער פארום. פאר יודן איז עס נישט. פאר יודן וואלט געווען גוט צו האבן אן אייגענעם זייטל ווי יעדע טייפ באקומט א פארום.

מער פון דעם וויל איך זאגן אז יעדע פון די זעכצן האט א גאנצער פרופייל וויאזוי פונקטליך זיינע געדאנקען לויפן און נאך און נאך


איז דא אויף טעסטס. נאכן מאכן דעם טעסט קוק מען דעם פרופייל. סדא טעסט וואס קאסטן געלט. בקיצור ס'איז א ריזיגע ביזנעס.

בקיצור די עניאגראם איז סך גרינגער אבער די מייער בריגס איז סך פראקטישער.

אויב איינער וויל זיך נעמען שרייבן דא? געגאנגען.
מ'מאכט די טעסט און נאכדעם קוקט מען די פרופייל.
לעצט פאראכטן דורך נשמה אום זונטאג מאי 11, 2014 8:56 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
אין אני מסכים בשום פנים ואופן לשום דבר, ולשום דברי ציונות, וואס ווערט דא געזאגט דורך סיי וועמען אדער דורך מיר אליין, פארקערט ווי ס'שטייט אין דעם סאטמאר רבינ'ס ספרים.

אוועטאר
פאקטיש
שר מאה
תגובות: 235
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 30, 2010 8:47 am
לאקאציע: נישט אין ארבעט

תגובהדורך פאקטיש » זונטאג מאי 11, 2014 3:53 pm

יישר כח פארן זיך אנרופן, דו נשמה וואס דו ביסט...
דיינע ווערטער געבן מיר אזויווי א "טעבל אפ קאנטענט", מער ווי גארנישט, אבער עס זאגט נישט די דעטאלן, אזוי ווי די שרייבסט אליינס אז דו ביסט נישט אזוי אין דעם.

איך וויל עס הערן אויף דעם פארם ווי אזוי מען האט אראפגעלייגט דעם ענעגרעם, אין א היכי תימצא ווי אזוי יעדער פון די 16 ראגירן.

למשל, א וואסער פייפ אינדערהיים עקספלאדירט, וויאזוי רעגירט יעדער איינער?
א.ד.ג. אזוי קען מען ארויס האבן די תכונת הנפש פון יעדן.

לאמיר האפן אז א בר יכול וועט זיך דא אנרופן.
איך פארשטיי אז דו וואלסט געוואלט ס'זאל זיין אזוי, אבער פאקט בלייבט פאקט!

דרייסטקייט
שר מאה
תגובות: 195
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 01, 2014 12:31 pm
לאקאציע: אינמיטן א דרייסטע אקט...

תגובהדורך דרייסטקייט » זונטאג מאי 11, 2014 4:27 pm

טייערע חברים, נשמה, מתבונן, זאל ער, כל אחד בשמו יברך. א גרויסן ייש"כ פארן נעמען די מי ארויסצוברענגען די וויכטיגע נקודות, ובפרט הרב זאלער פארן אזוי ברייט אויסשמועסן די חכמה פון נפש האדם, און פון די בריאה בכלל. ווי נשמה האט זיך אויסגעדריקט, א 'יודישע סייענטיסט'.

ועל עכשיו...
פאקטיש האט געשריבן:איך וויל עס הערן אויף דעם פארם ווי אזוי מען האט אראפגעלייגט דעם ענעגרעם, אין א היכי תימצא ווי אזוי יעדער פון די 16 ראגירן.

למשל, א וואסער פייפ אינדערהיים עקספלאדירט, וויאזוי רעגירט יעדער איינער?
א.ד.ג. אזוי קען מען ארויס האבן די תכונת הנפש פון יעדן.

לאמיר האפן אז א בר יכול וועט זיך דא אנרופן.


גם אני מצטרף. ווער עס קען זאל אראפלייגען די היכי תמצא וויאזוי דאס ווערט אויסגעשפילט במציאות חיי היומיומי.

נשמה, מתבונן, זאלער, געט גאוינג...
שפרינג אריין מיט א דרייסטקייט! דערשרעק דיך נישט!

אוועטאר
נשמה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5050
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

תגובהדורך נשמה » זונטאג מאי 11, 2014 4:31 pm

דאס וועסטו מיר מוזן מודה זיין אז יעדער צייט איז אנדערש ווען א וואסער פייפ עקספלאדירט.

בקיצור דא דארף מען האבן צום הבנה של הדברים אן עכטער ידען נישט נאר א 'נשמה'.

איך מיין מ'זאל אויך געבן אביסל צייט פארן עולם עס דורכצוטון.
קיינער טוט נישט דא אין פערסאנאליטי טיפן נו? חברה?
אין אני מסכים בשום פנים ואופן לשום דבר, ולשום דברי ציונות, וואס ווערט דא געזאגט דורך סיי וועמען אדער דורך מיר אליין, פארקערט ווי ס'שטייט אין דעם סאטמאר רבינ'ס ספרים.

אוועטאר
פאקטיש
שר מאה
תגובות: 235
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 30, 2010 8:47 am
לאקאציע: נישט אין ארבעט

תגובהדורך פאקטיש » זונטאג מאי 11, 2014 4:55 pm

איך מיין אז ביי די עניגרעם קען מען קלאר פאראויסזאגן די רעאקציע פון יעדן אין אזא פאל (פארשטייט זיך חוץ די 9)
איך פארשטיי אז דו וואלסט געוואלט ס'זאל זיין אזוי, אבער פאקט בלייבט פאקט!

אוועטאר
נשמה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5050
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

תגובהדורך נשמה » זונטאג מאי 11, 2014 5:18 pm

א וואסער פייפ פלאצט

לויט וויפיל איך ווייס
און איך שטעל מיך פאר וועט אן עקסטראווערד גראד לויפן צום טעלעפאון און אנקאלן וועם ער קען נאר. ער וועט לויפן באטראכטן וואס דו האט פאסירט.

אן אינטרווערד וועט קודם אוועקגיין פון די וואסער, און ער וועט זיך שטעלן טראכטן וואס צו טון.

א סענטעט וועט פארציילן אויפן טעלעפאון. איך קום אריין אין קאך, איך זעה ווי פונעם רעכטן ווינקל גיסט זיך וואסער, איך האב געקוקט אהער און געקוקט אהין און איך האב נישט געקענט כאפן פון וואו דאס וואסער קומט. בין איך געגאנגען און איך האב אויפגעהויבן די ... און איך האב געטאפט אהער און אהין... איך האב גענומען א פלעשלייט...

בקיצור ס'דא א פאר עצות
א' קודם זאלסטו
ב' און נאכדעם זאלסטו
ג' און דערנאך

און אן אינטואיסט וועט לכאורה:
איך האב נישט קיין אהנונג. ס'גיסט זיך דא. איך האב נאך קיינמאל נישט געהאט דאס. איך ווייס ניטאמאל פון וואו אנצוהייבן, אלעס איז דא איבערגעדרייט. איך האב נישט קיין כח צו דעם. (פון וואו קומט דאס וואסער?) איך ווייס נישט, ס'טוט זיך דא,

א טראכטער וואס גייט מיט לאגיק... אקעי לאמיך זעהן. נעם אוועק דאס און דא לייג א האנטוך... ס'טאקע אינמיטן נאכט אבער די פייפ דארף ווערן פארלאשן.

א פילער "ס'איז אינמיטן נאכט, איך האב געדולד צו דעם... לייג שמאטעס און עלמיר מארגן זעהן...

א דזשאדזשער. אויפגערעגט אנגעבלאזן קען זיך נישט אריינפאסן אינעם נייעם געשאפענעם מצב.

א פערסיווער. ס'גוט, מ'עט זיך שוין אן עצה געבן...
אין אני מסכים בשום פנים ואופן לשום דבר, ולשום דברי ציונות, וואס ווערט דא געזאגט דורך סיי וועמען אדער דורך מיר אליין, פארקערט ווי ס'שטייט אין דעם סאטמאר רבינ'ס ספרים.

אוועטאר
זאל ער קומען
שר האלף
תגובות: 1950
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 04, 2011 12:25 am
לאקאציע: בעיקבתא דמשיחא

תגובהדורך זאל ער קומען » זונטאג מאי 11, 2014 5:27 pm

גיי מיר אביסל טיפער אריין גיין אין די נושא בס"ד
אבער ביז דערווייל פאר די זייער הונגעריגע (און קענען ענגליש)
http://www.16personalities.com/type-descriptions
דארט איז דא א שלל פון אינפארמאציע אויף יעדע פון 16 טייפס,
מיט אן אומזיסטע טעסט אויף אנצוהייבן.
זאלער, וואס וועט זיין מיט אפאר דאלער...


צוריק צו “היימישע קרעטשמע”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 15 געסט