א גוטער בעל מכשיר! מי מה איך ולמה

געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
היפאקריט
שר האלף
תגובות: 1005
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 05, 2012 1:28 pm
לאקאציע: נישט צום געפינען

א גוטער בעל מכשיר! מי מה איך ולמה

תגובהדורך היפאקריט » דאנארשטאג אפריל 24, 2014 5:24 pm

דהיינו...
מי: ווער איז דער גוטער בעל מכשיר
מה: וואס אידאס א גוטער הכשר
איך: בקיצור
ולמה: פארוואס אין דער וועלט?

שוין זייער לאנג וויל איך שמועסן איבער דעם, אבער זיך נישט געקענט צוזאמנעמען. וועל איך פרובירן ארויסברענגן מיינע נקודות און זאלן די חכמים מאכן בעסער סדר אויב מעגליך (נתעוררתי לכתוב מזה משום איזה אשכול אחר בענין)
והנה, דער ענין פון הכשרים איז שלא כבימי קדם ימינו אלה מכמה אנפין. ווי בעקאנט איז מען היינט פילפאכיג מער אנגעוויזן אויף א הכשר ווי סיי ווען מצד דער שינוי אין מאכלים און רוי מאטעריאל וכדו'. זאת ועוד דער ענין פון קלייבן א הכשר איז כמדומני אויך נישט עפעס וואס ס'איז אלעמאל אזוי געווען, דהיינו דער רב אין מיין קהילה (שטאט) קען מיר נישט צושטעלן א השגחה אויף אלע מאכלים און מען דארף ארויסגיין אויף דער פרייער מארקעט זיך איינהאנדלען עטליכע גוטע הכשרים אויף וואס מען זאל זיך קענען סומך זיין פאר פלייש פיש ברויט און פוטער אייער און חריין
און דער בעל מכשיר דארף זיין אויסער א ת"ח וירא שמים אויך טיכטיג ביז גאר צו פארשטיין די טעכנאלאדזי און די מאשינערי

והנה, הרב פלוני שליט"א הייסט גאר א גוטער הכשר! אבער פארוואס? די שמועה איז ארויס און ביי דעם בלייבט עס! איינער ווייס בכלל וואס זיין הכשר איז? וויאזוי ער ארבעט? וואס איז גוט מיט אים און מיט זיין הכשר? אלע זייינע החלטות ווערן געמאכט אונטער פארמאכטע טירן אדער אן דע פליי ווען דער שאלה איז נולד
הרב אלמוני שליט"א איז עפעס גאר א גרויסער מומחה! טאקע? ווייל ער איז געווען א וויסל בלאזער? און בין יום ולילה עסן אלע זיינע ג'כשר'טע מאכלים
דריי פערטל פון די ארבעט דארף זיך דער בעל מכשיר סומך זיין אויף אנדערע בעלי הכשר און ס'ווערט א סמך סמיכה.

קלערט איר נישט אז מיר דארפן א טויש אבער שוין? איז נישט צייט צו ענדיגן דעם עלובה עיסה? וואס איז דער פלאן? כ'האב נישט קיין פלאן פארצושטעלן... נו וואס ווילסטו? צום ערשט וויל איך אז יעדער ארגענעזאציע אדער אינדעווידואלער זאל האבן א וועבסייט אדער סיי וואס א וועג צו קענען אינפארמירן דעם עולם איבער זיינע פרינציפן (דוכט זיך אז די גרויסע ארגאנעזעישנס ארבעטן אזוי) און ווען ער איז מחליט צו משנה זיין עפעס זאל ער מכריז זיין בשער בת רבים
און נאך אן הצעה נאך ווייניגער בעטעמט. דוכט זיך אז די קהילות קדושות זאלן אויפהערן גיבן השגחות, און זיך אפגעבן מיט מכשיר זיין די השגחות, נאכגיין און טון די שמוציגע ארבעט ווייל א יחיד קען דאס נישט באווייזן. נאר וואס דען, דאס זעט אויס כמעט אונמעגליך ופשוט

פרעגט מיך איינער, ווען דער דיין פסק'ט א שאלה דארף ער אויך האבן א צעטיל מיט זיינע הוראות צו וואס ער מוז זיך האלטן? שלשה תשובות בדבר. אבער דער אמת איז אז היות הכשרים איז א ביזנעס זאל עס זיין פראפפעשנל ווי א ביזנעס און זאל קענען אויסשטיין טשעלענדזעס פון קאמפעטישן און נישט קיין שמא יחפה על בת אחותו

נאך אן הצעה זאלט איר זאגן
כל טוב הצלחה ברכה
טרייבט צו מיר יעדעס ביסל צייט וואס איר קענט נאר, איך וועל אייך שטארק דאנקבאר זיין
חתם סופר
viewtopic.php?p=750174#p750174

אוועטאר
farshlufen
שר עשרת אלפים
תגובות: 19045
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » דאנארשטאג אפריל 24, 2014 5:48 pm

סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

אוועטאר
דער תהילים איד
שר ששת אלפים
תגובות: 6353
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 26, 2009 9:54 pm

תגובהדורך דער תהילים איד » דאנארשטאג אפריל 24, 2014 6:05 pm

פארשלאפן, טאקע דאס איז די ראי' אז נשתנו העיתים. דעמאלס האט די רבי געקענט שרייבן "המדקדק באמת אינו סומך כלל על שום הכשר"... היינט קען מען דאס נישט זאגן.

איז היפאקריט גערעכט, אז היינט פעהלט אויס א ערנסטע אויפשאקלונג.
רבינו שאג בקול גדול וגו'

Other Guy
שר מאה
תגובות: 121
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 08, 2013 5:27 pm

תגובהדורך Other Guy » דאנארשטאג אפריל 24, 2014 6:19 pm

איך ווייס נאר אז די רבי זצל געזאגט פאר ר ישי באכונגער אז דאס וואס ער זאלצט איז א חומרא דאתי לדי קולא ווייל אויב עס געשעט א שאלה נאכן זאלצן און ער גייט פרעגן א מורא הוראה וועט ער דאס מיט רעכט באטראכטן וואו א הפסד מרובה מה שאין כן ביי א בוטשר וועט דאס זיין א הפסד מיאט

אוועטאר
אַבּערוואַס
שר האלפיים
תגובות: 2030
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 02, 2013 5:13 pm

תגובהדורך אַבּערוואַס » דאנארשטאג אפריל 24, 2014 6:44 pm

ר' היפאקריט, איר רעדט צו דער זאך, כ'ווייס נאר נישט דערפון אז עמיצער זאל האבן עפעס מער דעפענדענסי אויף הכשרים ווי אמאל, דער וואס וויל לעבן ווי אמאל, הברירה בידו (אדער "בידה").

בכלליות, אידא וואס אויסצושמועסן, כ'האב אבער געוואלט וויסן בעפאר, צו די קושיות קומען פון וויסנשאפט (דהיינו איר זענט באקאנט אינעם פעלד), אדער סתם מתמימות? לויט דעם קען מען פרובירן מרחיב צו זיין.
ווארט א מינוט, לאמיך נאכקוקן...

אוועטאר
מר. גרין
שר האלף
תגובות: 1513
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 22, 2014 1:30 pm

תגובהדורך מר. גרין » דאנארשטאג אפריל 24, 2014 8:51 pm

[quote="היפאקריט"]דהיינו...

היפעקריפט איך מיין לכבוד דיין 1000'טע תגובה הודאה זאל קומען עפעס מעכטיג!!

פאר דוקא
שר חמש מאות
תגובות: 716
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 21, 2011 11:36 am

תגובהדורך פאר דוקא » דאנארשטאג אפריל 24, 2014 8:53 pm

עס איז דא בעלי מכשירים וואס הייסען גוט ווייל זיי זענען מחמיר בלי שום סבה, נאר צוליב דעם ווייל זיי קענען נישט/ווילען נישט מאכען אביסל ריסירטש, און עס איז דא וואס הייסן שוואך ווייל זיי קענען גוט גוט די ליין און זיי ווייסען ווי איין און ווי אויס

אוועטאר
קנאפער ידען
שר שמונת אלפים
תגובות: 8824
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: וואו דער באשעפער וויל
פארבינד זיך:

תגובהדורך קנאפער ידען » דאנארשטאג אפריל 24, 2014 9:02 pm

פאר דוקא האט געשריבן:עס איז דא בעלי מכשירים וואס הייסען גוט ווייל זיי זענען מחמיר בלי שום סבה, נאר צוליב דעם ווייל זיי קענען נישט/ווילען נישט מאכען אביסל ריסירטש, און עס איז דא וואס הייסן שוואך ווייל זיי קענען גוט גוט די ליין און זיי ווייסען ווי איין און ווי אויס

;l;p- גוט געזאגט!

אבער למעשה: ווען איך האב חתונה געהאט האט מיר מיין אידענע געפרעגט וועלכע הכשרים מיר גייען נוצן? האב איך געזאגט אלע קען מען דאך נישט נוצן מ'ברויך דאך אכטונג געבן אויף כשרות, איז וועלכע יא און וועלכע נישט קען איך דאך נישט זאגן ווייל עס איז אוממעגליך צו וויסן, וועט מען גיין לפי די שמועות פון ווער עס איז גוט אדער נישט, פשוט כדי צו האבן עפעס א גדר.
זה נהנה וזה לא חסר, קויפט איר אמאל אויף עמעזאן גייט צו עמעזאן דורך דעם לינק: www.amazon.com
-----
איך בין גאנץ א "קנאפער ידען", אבער קנאת סופרים תרבה… איך וויל וויסן ווי מער.
מען קען מיר קאנטעקטן אין טשעט אדער אימעיל gilyoinois@gmail.com

אוועטאר
אַבּערוואַס
שר האלפיים
תגובות: 2030
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 02, 2013 5:13 pm

תגובהדורך אַבּערוואַס » דאנארשטאג אפריל 24, 2014 9:06 pm

פאר דוקא האט געשריבן:עס איז דא בעלי מכשירים וואס הייסען גוט ווייל זיי זענען מחמיר בלי שום סבה, נאר צוליב דעם ווייל זיי קענען נישט/ווילען נישט מאכען אביסל ריסירטש, און עס איז דא וואס הייסן שוואך ווייל זיי קענען גוט גוט די ליין און זיי ווייסען ווי איין און ווי אויס

ריכטיג, אבער ווער ס'וויל באמת וויסן, ווערט געוואויר זייער שנעל דעם אמת.
ווארט א מינוט, לאמיך נאכקוקן...

פאר דוקא
שר חמש מאות
תגובות: 716
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 21, 2011 11:36 am

תגובהדורך פאר דוקא » דאנארשטאג אפריל 24, 2014 9:08 pm

אַבּערוואַס האט געשריבן:
פאר דוקא האט געשריבן:עס איז דא בעלי מכשירים וואס הייסען גוט ווייל זיי זענען מחמיר בלי שום סבה, נאר צוליב דעם ווייל זיי קענען נישט/ווילען נישט מאכען אביסל ריסירטש, און עס איז דא וואס הייסן שוואך ווייל זיי קענען גוט גוט די ליין און זיי ווייסען ווי איין און ווי אויס

ריכטיג, אבער ווער ס'וויל באמת וויסן, ווערט געוואויר זייער שנעל דעם אמת.

דיסעגרי, (איך וויל אבער נישט מזכיר נשמות זיין דא)

אוועטאר
אַבּערוואַס
שר האלפיים
תגובות: 2030
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 02, 2013 5:13 pm

תגובהדורך אַבּערוואַס » דאנארשטאג אפריל 24, 2014 9:14 pm

כ'קען פארשטיין, אבער וואס איז עטליעסט מיט די איבריגע 95%?
ווארט א מינוט, לאמיך נאכקוקן...

קליינקעפיק
שר חמישים ומאתים
תגובות: 368
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 07, 2009 1:11 am

תגובהדורך קליינקעפיק » דאנארשטאג אפריל 24, 2014 9:17 pm

פאר דוקא האט געשריבן:עס איז דא בעלי מכשירים וואס הייסען גוט ווייל זיי זענען מחמיר בלי שום סבה, נאר צוליב דעם ווייל זיי קענען נישט/ווילען נישט מאכען אביסל ריסירטש, און עס איז דא וואס הייסן שוואך ווייל זיי קענען גוט גוט די ליין און זיי ווייסען ווי איין און ווי אויס

דיסעגרי
איך בין געווען א משגיח אפאר יאר פאר די שטערקסע הכשרים
איך קען נישט רעדן גארנישט
גיי שרייבן דאס וואס איך קען:
הכשרים איז א ביזנעס!
ווען מזאל וויסן וואס סטוט זיך דארט וואלט מען ה

פאר דוקא
שר חמש מאות
תגובות: 716
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 21, 2011 11:36 am

תגובהדורך פאר דוקא » דאנארשטאג אפריל 24, 2014 9:19 pm

קליינקעפיק האט געשריבן:
פאר דוקא האט געשריבן:עס איז דא בעלי מכשירים וואס הייסען גוט ווייל זיי זענען מחמיר בלי שום סבה, נאר צוליב דעם ווייל זיי קענען נישט/ווילען נישט מאכען אביסל ריסירטש, און עס איז דא וואס הייסן שוואך ווייל זיי קענען גוט גוט די ליין און זיי ווייסען ווי איין און ווי אויס

דיסעגרי
איך בין געווען א משגיח אפאר יאר פאר די שטערקסע הכשרים
איך קען נישט רעדן גארנישט
גיי שרייבן דאס וואס איך קען:
הכשרים איז א ביזנעס!
ווען מזאל וויסן וואס סטוט זיך דארט וואלט מען ה

איך קען אויך די ליין עס איז נישט וויזוי די זאגסט

קליינקעפיק
שר חמישים ומאתים
תגובות: 368
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 07, 2009 1:11 am

תגובהדורך קליינקעפיק » דאנארשטאג אפריל 24, 2014 9:25 pm

אקעי איך געב אויף צו שרייבן פון מיין ענדרויד
אבער לאמיך כאטשיג ענדיגן
ווען מוואלט געוואוסט וואס טוט זיך וואס אזוי דארף באמת זיין וואלטן די הכשרים געווען בעסער און מען וואלט זיך צוריקגעהאלטן פון עסן אסאך זאכן.

קליינקעפיק
שר חמישים ומאתים
תגובות: 368
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 07, 2009 1:11 am

תגובהדורך קליינקעפיק » דאנארשטאג אפריל 24, 2014 9:27 pm

וועלכע ליין?
די ביזנעס?
ביסט א משגיח?
ביסט געווען?

פאר דוקא
שר חמש מאות
תגובות: 716
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 21, 2011 11:36 am

תגובהדורך פאר דוקא » דאנארשטאג אפריל 24, 2014 9:31 pm

קליינקעפיק האט געשריבן:וועלכע ליין?
די ביזנעס?
ביסט א משגיח?
ביסט געווען?

איך בין נישט אין די פוד ביזנעס, אבער איך קען גאר גוט די השגחה ליין, איך האב עטליכע משגיחים אין מיין משפחה, און איך פלעג אסאך מיט גיין מיט זיי צי פעקטארי'ס און דאס איז איינס פון די מעין טאפיק'ס ביי אונז אין די משפחה,
לעצט פאראכטן דורך פאר דוקא אום דאנארשטאג אפריל 24, 2014 9:41 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אוועטאר
אַבּערוואַס
שר האלפיים
תגובות: 2030
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 02, 2013 5:13 pm

תגובהדורך אַבּערוואַס » דאנארשטאג אפריל 24, 2014 9:32 pm

קליינקאפ, כאפ א בליק אין די אשכול: געכאפט ביי די מעשה - און נאך.
ווארט א מינוט, לאמיך נאכקוקן...

אוועטאר
ניגון עתיק
שר האלף
תגובות: 1433
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 01, 2013 2:51 pm
לאקאציע: אינעם ניגון

תגובהדורך ניגון עתיק » דאנארשטאג אפריל 24, 2014 10:06 pm

לדעתי, אזויווי כסדר קומען ארויס מעשיות פון שיעור נישט... אדער געכאפט אין די לעצטע רגע... אדער נאך די לעצטע סעקונדע...

ווענדט זיך, אויב איז דער בעל מכשיר מודה אין זיין טעות און זאגט צו אז ער גייט פארעכטן, דאס מיינט א גוטע הכשר, ער האט אן אחריות און זיכט נישט צו פארווישן, אבער אויב מ'הערט פון א געוויסע הכשר קיינמאל נישט קיין מעשיות פון טעותים, וואס מיינט עס?
אית היכלא דלא מפתח אלא בנגינה, ובגין דא דוד המלך ע"ה מתקרב לההיא היכלא בנגינה (תיקוני זוהר)

פאר דוקא
שר חמש מאות
תגובות: 716
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 21, 2011 11:36 am

תגובהדורך פאר דוקא » דאנארשטאג אפריל 24, 2014 10:14 pm

ניגון עתיק האט געשריבן:לדעתי, אזויווי כסדר קומען ארויס מעשיות פון שיעור נישט... אדער געכאפט אין די לעצטע רגע... אדער נאך די לעצטע סעקונדע...

ווענדט זיך, אויב איז דער בעל מכשיר מודה אין זיין טעות און זאגט צו אז ער גייט פארעכטן, דאס מיינט א גוטע הכשר, ער האט אן אחריות און זיכט נישט צו פארווישן, אבער אויב מ'הערט פון א געוויסע הכשר קיינמאל נישט קיין מעשיות פון טעותים, וואס מיינט עס?

אמת

אוועטאר
אַבּערוואַס
שר האלפיים
תגובות: 2030
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 02, 2013 5:13 pm

תגובהדורך אַבּערוואַס » דאנארשטאג אפריל 24, 2014 10:25 pm

מעשיות וואס געשעען קומען ארויס, צו דער בעל מכשיר וויל צו נישט, דער צד שכנגד מאכט שוין זיכער.
ווארט א מינוט, לאמיך נאכקוקן...

קליינקעפיק
שר חמישים ומאתים
תגובות: 368
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 07, 2009 1:11 am

תגובהדורך קליינקעפיק » דאנארשטאג אפריל 24, 2014 10:26 pm

אַבּערוואַס האט געשריבן:מעשיות וואס געשעען קומען ארויס, צו דער בעל מכשיר וויל צו נישט, דער צד שכנגד מאכט שוין זיכער.

נישט וואס איך ווייס

אוועטאר
ניגון עתיק
שר האלף
תגובות: 1433
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 01, 2013 2:51 pm
לאקאציע: אינעם ניגון

תגובהדורך ניגון עתיק » דאנארשטאג אפריל 24, 2014 10:27 pm

אַבּערוואַס האט געשריבן:מעשיות וואס געשעען קומען ארויס, צו דער בעל מכשיר וויל צו נישט, דער צד שכנגד מאכט שוין זיכער.

אמת, אַבּערוואַס געשעט נאכדעם, ווערט עס פארווישט, אדער זאגט ער טעיתי און ס'וועט מער נישט פאסירן?
אית היכלא דלא מפתח אלא בנגינה, ובגין דא דוד המלך ע"ה מתקרב לההיא היכלא בנגינה (תיקוני זוהר)

אוועטאר
מילכיגער
שר האלפיים
תגובות: 2584
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 20, 2011 4:41 pm

תגובהדורך מילכיגער » דאנארשטאג אפריל 24, 2014 10:42 pm

קנאפער ידען האט געשריבן:
פאר דוקא האט געשריבן:עס איז דא בעלי מכשירים וואס הייסען גוט ווייל זיי זענען מחמיר בלי שום סבה, נאר צוליב דעם ווייל זיי קענען נישט/ווילען נישט מאכען אביסל ריסירטש, און עס איז דא וואס הייסן שוואך ווייל זיי קענען גוט גוט די ליין און זיי ווייסען ווי איין און ווי אויס

;l;p- גוט געזאגט!

אבער למעשה: ווען איך האב חתונה געהאט האט מיר מיין אידענע געפרעגט וועלכע הכשרים מיר גייען נוצן? האב איך געזאגט אלע קען מען דאך נישט נוצן מ'ברויך דאך אכטונג געבן אויף כשרות, איז וועלכע יא און וועלכע נישט קען איך דאך נישט זאגן ווייל עס איז אוממעגליך צו וויסן, וועט מען גיין לפי די שמועות פון ווער עס איז גוט אדער נישט, פשוט כדי צו האבן עפעס א גדר.

איך קען א איד וואס זאגט אז מה"ט עסט ער פון אלע הכשרים אזוי וועט ער אפשר עסן א כשר'ע...
Dear Milkman: From now on please leave two pints every other day and one pint on the days in between, except Wednesdays and Saturdays when I don't want any milk.

אוועטאר
אַבּערוואַס
שר האלפיים
תגובות: 2030
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 02, 2013 5:13 pm

תגובהדורך אַבּערוואַס » דאנארשטאג אפריל 24, 2014 11:00 pm

מילכי, נעם דיר א גרינע! ;l;p-
ווארט א מינוט, לאמיך נאכקוקן...

אוועטאר
אַבּערוואַס
שר האלפיים
תגובות: 2030
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 02, 2013 5:13 pm

תגובהדורך אַבּערוואַס » דאנארשטאג אפריל 24, 2014 11:03 pm

ניגון עתיק האט געשריבן:
אַבּערוואַס האט געשריבן:מעשיות וואס געשעען קומען ארויס, צו דער בעל מכשיר וויל צו נישט, דער צד שכנגד מאכט שוין זיכער.

אמת, אַבּערוואַס געשעט נאכדעם, ווערט עס פארווישט, אדער זאגט ער טעיתי און ס'וועט מער נישט פאסירן?

דאס קענסטו דאך שוין אליינס זעהן ווען ס'געשעהט.
ווארט א מינוט, לאמיך נאכקוקן...


צוריק צו “היימישע קרעטשמע”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: שתקן און 10 געסט