ואומר לך בדמייך חיי... / געדאנקען

געדאנקען און התחזקות בעניני עבודת השם

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
בערעלע קבצן
שר מאה
תגובות: 110
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 05, 2013 5:35 pm

ואומר לך בדמייך חיי... / געדאנקען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בערעלע קבצן »

ובכן, פארגאנגענעם דאנערשטאג מיטאג, ענדע אויפגעשטיגן אויפן פליגער, פריי געלאזט דעם באדן, נאכגעלאזט דאס געיעג נאך די רעליגיעזע טאשן אייגנטימער, עווענטועל געמאכט אן עק צו די קלאפעריי ביי די - צורעכטס שריפט-אנגעקלאפטע - טירן, אויך אויסגערופן שטילשטאנד מיטן לאקערן נאך די איינגעהילטע - מיטן קעסטעלע אויפן קאפ און האנט - אין די געבעהט היימען, און זויגן זייער דמים.

אויס מיט דאס ארומגעדרייעכטס צווישן די פיס און אונטער די הענט פון די טיילער און נעמער - נישט וועלנדיג פארשטיין דעם קלארן און צארנדן וואונק אז דא מיינט מען נישט אזוינע ווי מיר און מיין גלייכן...

אויס מיטן ארומגיין און זעהן כסדר ווי דאס באפעלקערונג איז ארומגענומען מיט עפעס פיבערהאפטע פארברייטונגען איינגעקויפעכטס איבערראשנדע באנייאונג - און איך בין עומד על משמרתי ביי מיינס... איין זארג... ווי אזוי און וואו נאך איז דא נאך א באנקנאט...

אויס מיטן זיך אנשמעקן כסדר מיט דעם אומבאקאנט אבער יא באקאנט גערוך פון עפעס פיל מער ווי געווענליך רייניגונג... באלייטן מיט די אויגן דאס ארויסטראגן גענוצטע אלטע(?) געצייג אויפן טראטעוואר, גרייט צו פעלד געריכט, די ריזן מאוים'ע פסולת ליפערער זאלן זיי איינשלינגען מיט זייערע גרויזאמע מיילער... - און מיר קימערט בלויז איין זאך, וועלעך קענען באלד אנקלאפן אל הדלת הזה או אל המזוזה?...

שוין שוין, אן עק א סוף! אנגענומען דאס מטלטלין, איינגעמיירעט אינעם רענצל, איינגעקויפט אביסעלע שפיל געצייג פאר די באשעפענישן וואס ווארטן דארט ערגעצוואו (וואס?!!! סאכיצפע דעיס!!! דער גייצעך קויפן גאר שפילעריי?!... נו נו!!!...), דאס אויך אריינגעשליידערט במקום שהוא, בין זיפרי הרענצל...


און... בלייבט מיר געזונט... בלייבט מיר געזונט מיינע טייערע הארציגע ליכטיגע ברידער, אייער ליכטיג פנים און סבר פנים יפות גיט אריין חיות אין יעדן טונקעלן צושטאנד און הייבט אביסעלע די מוט און דערמאנט אז מיר זענען נישט בלויז - א צוויי פיסיג מאמאל.

בלייבט געזונט טייערע רחמנות'דיגע מאמעס, וואס אין צוגאב טיילן איר מיט אויך הארץ, און קילן די טרערן וואס פליסן בין דלת לדלת, יא, מיר זענען שוין גרויס, אבער אויסגעהונגערט נאך אביסל מיטגעפיל.

בלייבט געזונט טייערע הארציגע באבעס, וואס איר גיט אויך צו אייער שכל'דיג חכמת חיים און באגיסט מיטגעפיל אזש עס דערווארעמט און היילט דאס פארבלוטיגט הארץ... די ווייכע רייד וואס קומען ארויס פון דאס לויטער ווארעם הארץ נעמט ארום די געפילן ווי פאר א קליין אומבאהאלפן קינד, טראץ דעם וואס אין דערהיים איז די ב"ב שוין אויך א באבע...

בלייבט מיר אלע געזונט, האטס א ליכטיגן כשר'ן פסח, בלייבט מיר געזונט האטס א פרייליכן יו"ט, בלייבט מיר געזונט און האטס א סאך א סאך ליכטיגע אידיש נחת געזונט פרסה נחת, הרחבת הדעת, הרחבת הלב, בריות גופא ונהורא מעליא.


(בלייבט מיר געזונט אויך די אלע וואס ווילן מיר פטור ווערדן, די וואס ווילן איך זאל אנטרינען און נעלם ווערן שלא על מנת לחזור, די וואס ווילן שלא אוסיף ראות פניהם, נישט באווייזן מיין מאדנער גרויליג נודנע גלות פרצוף, די אלע וואס ווילן און פארלאנגען רעכט, קענען נישט פארשווייגן דאס אומענטשליך התנהגות מיינעם, הלמאי? שטערן באלעסטיגן די ציווילע באפעלקערונג, מיט פרעכהייט און געמיין נידערשטאלץ?!...
מיין געבעהט מיין באגער מיין האפענונג מיין אויסקוק מיין ציל, איז - נאצוכגיין אייער פארלאנג, פיל מער ווי איר ווילט, פיל מער ווי איר קענט, פיל מער ווי איר פארגינט... איר אלע - וועלט-ארדענונג זארגער, גייט ענדע אויספירן מיטן ארדענוג פארלאנג, דאס ניי ארדענונג פלאן וועט מיט די צייט איינגעארנדט ווערדן... פיל מער ווי איר קענט, פיל מער ווי איר קלערט, פיל מער ווי איר ווילט...)

* * *

זיץ איך מיר אזוי אויפן פליגער ערשעפט מיד און וואס נאך? איך ווייס נישט פונקט, עפעס רודערט אין מיר אן אויפהער... קיין דרעמל קען מיר נישט כאפן ולו אפילו למעט...
קומען מיר אפיר אין געדאנק אלע בילדער געשטאלטן און סיטואציעס פון די לעצטע צוויי און א האלב וואכן...

יעדער איז פארנומען מיט די געהויבענע הכנות צום הייליגן געהויבענעם יו"ט פסח המשמש ובא, יעדער איז עוסק בהכנה דרבה צום גרויסן הייליגן לעכטיגן טאג,די הערצער קלאפן שוין פאראויס און ערוואטן שוין די גרויסע מינוט פון ליל התקדש החג...

ספרים געשעפטן שטעלן ארויס אלטע און נייע הגדות איינס שענער און בעסער פון צווייטן, צורבי מרבנן און עלטערע תלמידי חכמים שטייען ארום, באטראכטן דיסקוסירן ארום יעדן חידוש, ווערן אויפגעכאפט און אויס געכאפט מיט אינטערעס און ליבשאפט...

גייען ארום גבאי צדקה פאר קמחא דפסחא מאנען פון דעם עולם נישט זיך מתעלם זיין פון אידן וואס דארפן בקרוב אפרעכטן די געהויבענע סדרים, נישט זיך מתעלם זיין פון די וואס דארפן געבן צו עסן פאר א געזינדל קיע"ה און האבן ליידער נישט מיט וואס...

פלאקאטן איבער מצה שמורה פון די שטרענגסטע השגחה, מיט א מעגליכקייט שטיין ביים באקן... טליתים סעילס, שיך ספעשלס. עקסטערמינאטאר פאר חצי בחינם מיט גאראנטי ביזן קאנטרי ולא עד בכלל. שפאגל נייע 18 רגלים ברוחב 6 טישן לכבוד'ן סדר נאכט, פאטעלן וואס הייבט די פיס למעלה ראש כראוי לבני מלכים. פלייש, רינדערן, לעמעלע, טשיקן, און נאך ערליי פליישן לכבוד יו"ט, אוטער די שטרענגע אויפזיכט פון מרא דאתרא, מיט מעגליכקייט אליינס כשר-מאכן אווי אין אלטן היים.

די אידישע גאסן רוישן אן אויפהער, געשעפטן זענען איבערגעלאדנט מיט קונדן, די בתי מדרשים ווירבלען מיט כל ערליי פעדלעריי וואס שמעקט ווי עפעס יו"ט.

שיעורים ווערן אפגעראכטן נאכט ביי נאכט, בהלכה באגדה מדרש חסידות מחשבה ועוד... זיצן די בין-הזמנים בחורים און האקן אריין שעות רצופות אלץ א הכנה צום גרויסן יו"ט, יונגעלייט זיצן איבער די ערבי פסחים'ס און גייען אדורן מיט די ראשונים און טוש"ע. מיטעלע אידן פארן דאווענען און אין אווענט ביי מנחה מעריב מיט זייערע שיעורים המיוחדים, גרייטן זיך צו צו די סדרים, א קליינקייט? ס'געזינדל גייט קומען מיט זייער געזינדל! נו, מ'דארף דאך פאר יעדן דעם והגדת לבנך, די מסורה, די גליענדע אמונה...

וואס א טאג נענטער וואקסן אויס די "שוין פסח'דיג" צעטלען אויף די טירן אין די בתי מדרשים, וואס א טאג נעטער הייבט מען אן זעהן מער דאס ווירטשאפט אויף די הויפן, קודם די קליינווארג וואס 'טארן שוין נישט' אריין קומען מיט חמץ אינדערהיים, שפעטער כנגד ימים היוצאים ווערט געהויבן דער איסור לויטן עלטער, ביז מען זעהט שוין א געהעריג ווירטשאפט בחצר באכסדרא ובמבוי...

אלעס רודערט שוין ארום דעם הלילה הזה כולנו מסובין כולנו בני חורין, אלעס פיבערט שוין מיטן חייב אדם לראות כאילו הוא עצמו יצא ממצרים, און לפי דעם גייט די ברענענדע הכנות, מיטן פלאם פייער קאך, מיטן געיעג, מיט אנגעצויגן אבער שיינענדיג געזיכט, וואס לייכט מיט געטליך ליכט שטראלן...


* * *

זיץ איך מיר אויפן פליגער מיט צוגעמאכטע אויגן, אלעס שווימט מיר אויך אויפן געדאנק, מיינע מחשבות נאגן אין מיר און בויערן אדורך מיינע מוח צעהלן מיט שארפע שפיזן, טיעף ביז די נשמה אריין - וואו בין איך דא אין בילד?... וואס פאר א מין באשעפעניש בין איך וואס אין אלעכע זמנים אין אלעכע מצבים אין אזעלכע סיטואציעס ביך כלל נישט אין די עניינים?... טאקע איין זאך שטייט פאר מיר, פון איין זאך ווער איך געטריבן – דאס רענדל?... איז טאקע נישט נוגע צו מיר דאס אלעס?

איז טאקע ווירקליך אז איך באלאנג נישט צו די אידישע מענשטהייט?...

אבער ניין, ביי מיר - געדענק איך - איז אויך נוהג מעין דברים אלו... ביי מיר רייניגט מען אויך, ביי מיר קומען אויך צוזאם בליל התקדש החג, קינדער גרויסע און קליינע, זוהן איידעמער, זיסע הארציגע קינדערלעך און אייניקלעך, ביי מיר זיצט אויך דער טאטע/זיידע אויבן אן און איז מסדר די קערה, ער הילט זיך אויך איין אינעם מלאך קיטל און זאגט מיט ברען "קדש"...

ביי מיר אין ביהמ"ד זאגן מען אויך הלל ליל יו"ט... ביי מיר איז אויך דא מצות וויין און די אלע געברויכן אויף פסח... ביי מיר איז אויך דא אפיקומן, שיר השירים, היסב בעט, פארברענען חמץ, נייע שיכעלעך פאר קינד, זיך נויגן מיטן ליכטל און פעדער צו די פאדלאגע ביי בדיקת חמץ...

אויגן ווערן פייכט, א קנויל שטיקט ביים האלדז...

איז אלעס וואס פאסירט ביי מיר, נישט עכט? איז דען מעגליך און שייך צו זאגן הלילה הזה כולנו מסובין בעת ווען פאר איטליכע טאג צוריק בין איך געוועהן א מתגולל בין הדלתות נודד בבתי כנסיות ארום געבעטלט ווי א נובר באשפתות?... קען איך זאגן געהעריג - ערב פסח אחרי תפילת המנחה עם דמדומי חמה - סדר אמירת קרבן פסח וזריקת דמה, בעת ווען פאר ווייניגער ווי א וואך צוריק האב איך מקיז געוועהן את דמי ווי אחד הפחות שבפחותים, געטוהן און זיך געפירט היפך טבעי וואס בימים כתיקונם קען איך נישט בעטן פון א איד דירעקציעס אנקומען ערגעץ וואו מחמת בושה, קען אפ-פיבערן גנאצע טעג און זיך שעמען בעטן פון א אידא טאבלעט? און דא, א ביליגער פושט יד... און נאך ווען? ערב פסח בעת די סאמע ברענענדיגע הכנות?...

ווי קען איך זיצן ווי בני חורין מקיים זיין דעם מלכות'דיג נאכט בעת אז איך ווייס וויפיל פון די אלע מאכלים און מלבושים זענען געווען פון מיין אייגן פארדינט געלט... בעת איך ווייס וויפיל איז אריין געקומען בדרך כבוד און בדרך פחות מכבוד, און די רעשט וויפיל איך ביך נאך שולדיג, און זאגאר וויפיל רענדלעך דאס בעטלעריי האט אנגעזאלמעט אין די טארבע?...

אוי!... איך קען נישט פארשטיין... וואס דא גייט פאר?... וואס פאר א מין איד בין איך?... וואס פאר א מין לעבן, ואס פאר א מין אידיש לעבן איז דאס?... אבער, וואס ווילסטו? אויף וועם האסטו טענות? האסטו דען נישט...

"סיר, וואט וואלד יא לייק טו דרינק?" האקט מיר איבער די נארישע באדינערן מיט אירע אומגעבעטענע טובות, טרינקען דארף איך יעצט? עסן? גיב מיר ביטע אביסל מנוחה, לאז מיינע געדאנקען לויפן פריי זאל ווערן אביסל ארדענונג! ס'ווילט זיך מיר אביסל אליין, אבער אליין, איך דארף אביסל שמועסן מיט מיין קריעיטער, איך ברויך הערן פון אים וואס פונקט ער טוט מיט מיר און ווי אזוי וויל ער איך זאל זיין אין אפאר טאג ארום "מלך" מאכן "יחץ" און הערן מה נשתנה פון די העכער צוויי עשרות זיסע פיסקעלעך...

"וואלד יא לייק סאמטינג טו דרינק?" פרעגט זי מיר ווידער כאילו איך האב זי נישט געהערט, כאילו איך ווייס נישט אז הונטער דאס 'העפליך שמייכל' און 'הכנעה'דיג באציאונג' ליגט איינפאך א פאלש עקלהאפטיג חנופהדיג אויסדרוק, פון א פוסט ליידיק נידריג גויה...

"טעינק יו, איי דאנט ניד" האב איך איר אפגע'פטר'ט, (נו חברה, ס'זאגטעץ צו מיין ענגליש? כאמעך אויס געלענרט עפעס, הא?) און זי פארשיקט צו די נאריש בעיבישע ערוואקסענע וואס פרייען זיך מיטן פליגער ווי 5 יעריגע...


* * *

פליגער האט זיך שוין געהויבן, איך האב מיר געגעבן א צו ברייטער מיט זיץ לאחורי על ידי דעם כפתור המיוחד לזה מצדי המשענת, דער ערל וואס הונטער מיר, האט ארויסגעזידט א טוץ מיט געמיינע קללות, מיר האט עס ווייניג וואס געקימערט, איבערהויפט ווען איך האב נישט פארשטאנען קיין איין ווארט פון זיינע פערל ווערטער... "חילול השם!" שרייט מיר איינער פון די זייט אויף מיין ריכטונג, א מגולח מיט לחיים נוטפים על לבו, ס'קאפעלע זיינע אויפן גולגולת איז געווען קלענער ווי זיין ראש חוטם, נישט אז זיין חוטם איז געוועהן צו קליין, געוועהן איז עס לכאורה כאורך חצי זרת ורוחב ג' אצבעות אבער נאך אלץ ראש חוטמו געוועהן גענוג א קליין שיעור אויף א קאפל המיועד על הגולגולת, אים האב גראדע יא פארשטאנען זיין מוסר, ער האט גערעדט צו מיר טאקע מיט אן ענגליש אקצענט אבער מיטן העברעיאישן שפראך. פרעג איך אים וואס האב איך געטוהן און וואס איז דא חילול האשעם? הייבט ער אן ווידער צו שרייען "יא! בארד און פאות מיטן הוט און רעקל פירט זיך אזוי אויף! א בושה און א חרפה!" וויבאלד אבער איך עכט נישט געוואוסט וואס פאר אן עוולה איך האב געטוהן, האב איך אים געלאזט רעדן און שרייען.... מעגליך ער שרייט נאך ביז היצט...

איך בין צוריק איינגעזונקען אין מיינע מחשבות, בעסער געזאגט מיינע מחשבות האבן מיר צוריק איינגענומען, און מיר נישט געלאזט במנוחה... אט קום איך אהיים, דער קבלת פנים פון ס'געזונדל, די האניג זיסע "ברוכים הבאים"ס פון די קינדערלעך און אייניקלעך, די שלום עליכם'ס פון די ערוואקסענע קינדער, פאר און נאך און ערב די חתונה, די בחורים וואס זענען אהיים פון ישיבה בין הזמנים, די ב"ב...

ס'הייבט מיר אן קלעמען אומדעטרעגליך... דו ביליגער שנארער, דו קבצן איינער המחזר על הפתחים, דו גייט מיר פירן א סדר נאכט? דו גייסט אויפנעמען דיין מחנה אשר לך ווי גלייך וואלסט געוועהן עפעס א געהעריג נארמאל מענטש? דו גייסט מיר גיין אין בית מדרש אויף דיין אייגן זיץ (יא! נישט צום גלייבן...) סמוך ונראה צו אנשים היותר מכובדים?

אבער וואס טוט מען? פרעג איך זיך, איך ביך דאך אבער מחוייב אין אלע מצוות היום, וואס? ווילסטעך ארויסדרייען חלילה? חס ושלום! אבער ווי קען מען עס דערהייבן...

אזוי האבן מיינע געדאנקען מיר געריסן אין מיר שטיקער... כ'האב אנגעהויבן רעדן צום אומן שעשני ושעשה את כל אשר אין להם ואת אשר יש להם, איך האב אנגעהויבן רעדן צו אים מיט די געדאנקען (פארט געווען אויפן פליגער...) מיינע אויגן האבן מיטגעהאלפן מיט זייער שפראך... איך האב געבעטן איין זאך מאך מיר ליכטיג און גיב מיר צו פארשטיין וואס טוסטו מיט מיר!...

פלוצים האט אין מיר אויפגעבליצט א געדאנק וואס האט אין מיר אריינגעבלאזן א פריש חיות דער געדאנק האט מיר באגלייט און זיך פארברייטערט, און איך האב באקומען מוט און אן אנדער בליק, איך גיי בע"ה צו צום סדר נאכט מיט אנדערע געפילן אינגאנצן...

דער געדאנק וואס דער באשעפער האט אין מיר אריין געבליצט איז געוועהן דער פסוק "ואעבור עלייך ואראך מתבוססת בדמייך ואומר לך בדמייך חיי"


טייערע חברים היות ביי אונז איז שוין אחרי חצות און איך מוז שוין פארמאכן דעם קאמפיוטער, אי"ה נאך יו"ט וועל איך ענדיגן דעם געדאנק.

מיינע הארציגע זיסע ברודער, האטס א כשר'ן פרייליכן ליכטיגן פסח!


(איך ווייס איך ביך נאך נישט פערטיג מיט אן אנדער ארטיקל אי"ה דאס אויך נאך יו"ט)
אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 12250
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געלעגער »

יעדעס מאל דו שרייבסט צונעמסטו מיך ביזן ביין.
הער אויס פסח איז א צייט וואס איז מסוגל פאר פרנסה. וואונטש איך דיר אז נאך פסח זאלסטו לאכן פון דעם ארטיקל און צוריק קוקן דערצו ווע א ווייטע חלום.

האב א זיסע לעכטיגע יו"ט
אוועטאר
מייקראסאפט
שר האלף
תגובות: 1064
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 07, 2012 10:09 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מייקראסאפט »

זייער גוט געשריבען, נאך אריין געכאפט צי ליינען פאר יו״ט. זאלסטי האבן אסאך הצלחה. נעקסט טיים ביזט דא ריף מיר אן, כעל דיר געבן ברייט.
אוועטאר
green
שר האלף
תגובות: 1554
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אפריל 22, 2013 12:49 pm
לאקאציע: בין השמים ובין הארץ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך green »

גיימער ארויספרינטן און ליינען מיט הרחבת הדעת

#קיפ איט אפ
אוועטאר
green
שר האלף
תגובות: 1554
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אפריל 22, 2013 12:49 pm
לאקאציע: בין השמים ובין הארץ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך green »

יעצט געליינט

זיך איך טישאס...

פיין געשריבן... און גערעכט.
אוועטאר
זאל ער קומען
שר האלף
תגובות: 1955
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 04, 2011 12:25 am
לאקאציע: בעיקבתא דמשיחא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זאל ער קומען »

יעץ געליינט…. זייער שיין און זייער זייער ווייטאגליך.
כ'אב באקומען אן פאדערשטע רייע זיץ מיט א זייער קלארע וויו אין א צעבראכן הארץ אריין.

אבער… איך האלט שוין נאך די כזיתים, נאכ'ן מרור, און נאך שלחן עורך, הלל, נרצה ועוד.
ס'האט זיך מיר איין סעקונדע אין די פארלאפענע טעג אויך געוואלט טראכטן אזוי, נישט פליענדיג אין פליגער, נאר סתם זיצנדיג אין זיצער. בענקל.
אויך האט זיך מיר געוואלט טוישן דאס ווארט שנארן/גיין נאך געלט מיט ארבעטן/זיין ביזי/ביזנעס/דעדליינס/גוים/גשמיות.
ס'טוט מיר וויי די ביינער פון דעם קראך וואס איך האב אריינגעטראסקעט אינעם יום טוב מיט א שטויס.

מיט וואס קום איך אהיים צו מיינע שעפעלעך? וואס וועל איך זיי פארקויפן? וויפיל האב זיך געגרייט? שאלות, ספיקות, שווערעקייטן, קווענקלנישן, דרוקענישן…

אבער איך ווייס שוין די רעסט אוו די סטארי... דער אויבערשטער האט געגעבן אן עפן די ארובות השמים און ארויסגעגאסן א הארה פון קדושה, פון דערהויבנקייט, אז כ'בין בכלל נישט געווען דער זעלבער וואכעדיגער מאן דהו פון אפאר מינוט צוריק.

אט האב אים דערזען, אט האב איך אים געפונען….

איינמאל מ'האמיר געענטפער ברוך ה' המבוראאאאאאאאאאך לעולם ועד, איז זיך עס צעגאסן אין די ביינער. ברוך השם. מ'איז דא. דערלעבט. און דא וואו איך בין יעץ איז נישט קיין חילוק פאר קיינעם ווער איך בין, וויאזוי איך קוק אויס, וויאזוי איך בין אנגעקומען אהער, אדער וואו איך גיי גיין ווייטער פון דא. דער עיקר איז אז איך בין יעץ דא.
זאלער, וואס וועט זיין מיט אפאר דאלער...
אוועטאר
יונהלע
שר חמש מאות
תגובות: 671
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 21, 2013 12:21 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יונהלע »

אוי ס'טוט וויי... מענטשן ווייסן נישט וואס ס'טוט זיך אפ אינטערן טיר ווען מ'קלאפט בעטן א נדבה,
אוועטאר
בערעלע קבצן
שר מאה
תגובות: 110
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 05, 2013 5:35 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בערעלע קבצן »

ובכן, נישט געענדיגט דאס ארטיקל, פון נאך יו"ט איז געווארן כמה נאך יו"ט'ס...
איי איי וואס ס'האטעך אפגעשפילט אין די צייט... אזוי פיל צו פארציילן צו רעדן, צו בעבלען...

אבער ס'ערשט לאמיר צוענדיגן וואס איז געוועהן ס'ענד פון די געדאנקען...
איבערהויפט ווען ס'איז נאך נוגע... און חזר'ט זיך איבער כסדר...


נאט אייך, אט נאך א פאר מינוט...
אוועטאר
בערעלע קבצן
שר מאה
תגובות: 110
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 05, 2013 5:35 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בערעלע קבצן »

המשך...

זיץ איך מיר אויפן פליגער, אויגן צוגעמאכט, צוגעדעקט מיטן פאטשיילע המיוחד לכיסוי העינים (הידוע לרייזנדע, ואין העת והמקום להאריך כאן בתוארו וצורתו), אויערן איינגשטאפט במוכי דדחקי, למען יאטמון וימנעון מקול חיתו יער הולכי שתיים (ומעשה פוקקי אודניא, כהני פרומאי אשר לא יאבו שמוע קול עלה נידף, פן יחשבון כי קול ענות הוא. ציפצוף קאקי חיוורי כאינשי ידמה להם, ונוע עץ השדה, כקול אדם הדומה לעץ השדה, יחשב להם) - זיץ איך מיר אופן פליגער אפגעזונדערט פון דעם גאנצן ארום איינגעהילט אין מיין אייגן וועלט, אין מיין אייגן ד' טפחים.

גייען די געדאנקען, נישטערן בסוד הבריאה וחידת מובחר היצירה, גייען די געדאנקען שוועבן ארום דאס עקסזיסטענץ, גריבלען דערגרונטעווען זיך איבער די מיסטעריע וואס איר שעפער און פירער האט איינגעריכטעט. גייען די געדאנקען און זוכן נאך ליכט, נאך ענטפער, נאך לעזונג, נאך אביסעלע קלארקייט.

* * *

פליגער הייבט זיך העכער און העכער, שטויסט אדורך גאנצענע שטרעקעס אינעם פארהוילן ארום, וואו קיין אחיזה איז נישט דא, מ'הענגט בין שמים לארץ. פליגער הייבט זיך העכער און העכער, רייסט אדורך די וואלקנס, שיכט נאך שיכט.

הייבן זיך די געדאנקען מיטן שוואונג, שניידן דורך די געדיכט נעפלנדע עננים המכסים את עין הארץ, טרייבן די געדאנקען העכער און העכער, שפארן דורך מסך אחר מסך...

פליגער טרייבט ארויפצו, העכער העכער ביז... פלוצים איז ליכטיג, זון שיינט במלא תוקפה והדרה, מלך ביפיו שיקט אירע קרני אורה אויפן גאנצן ארום. ס'וועלטל, איי ווי קליין זי איז...

די געדיכטע וואלקנס, וואס פריער זענען געוועהן די רעגירער און באשטימט מיין וועלט ווי זי זאל אויסזעהן, פינסטער אומעטיג אדער נישט, די וואלקנס וואס האבן ביז היצט אויס געזעהן ווי א שטאלן-מעכטיג דעק וואס לאזט נישט אדורך קיינע ליכט שטארלן, די וואלקנס וואס האבן ביז היצט געלונגען מיר אפנארן אז גאר זיי זענען די וואס כאראקטערעזין אלעס וואס אונטער זיי, און איבער זיי איז קיין עקסזיסטענץ פארהאן, האט זיך אויסגעוויזן ווי זיי זענען בלויז אן אויג פארבלענדעניש, זאגאר קיין ממשות, אויסער עטוואס פייכטקייט... האט זיך אויסגעוויזן אז גאר איבער זיי איז דאס ריטיגע ליכט... און זיי, די שווערע געדיכטע וואלקנס, זענען טיעף נידריג... א שטייגער שניי וואס ליגן אויפן ערדפלאך ציטערנדיג פון די ערשטע פארטאג פיס טריט...

די זון, זי שמייכלט ליבליך אבער זיגרייך... וואס האט איר געמיינט; קיין אייגנטימער דא, קיין בעלייכטער דא? וואס האט איר געמיינט; די וואס פילטערן מיין ליכט, די וואס פארשטעלן מיין געשטאלט, זענען טאקע די געוועלטיגער? וואס האט איר געמיינט; איז די וועלט טאקע אזוי נידריג און פארכמארעט?

היצט קאנט איר זיך איבערצייגן ווער איז בעל הבית... ווער איז דער ליכט געבער, וואס שטארט אדורך די געדיכטע נעפלען און די פילע שיכטן וואלקנס... טאקע איך ווער נישט געזעהן און קיינע שטארלן זעהט זיך אויפן פלאך, אבער דאס ליכט וואס איר האט, אין יעדן פאל, אין יעדן אויסזעהן, איז מיין ליכט! אן מיר איז קיין עקזיסטענץ פארהאן...

העי וועלט איינוואוינער דארט אונטן, וואס פלוידערט איר מיינונגען וואס פילאזאפירט איר 'הויך-קלוגשאפט' אין צייט וואס ניטאמאל ווייסט איר וואס איבער אייך... העי וועלט איינוואוינער דארט אונטן, וואס דענקט איר וואס טראכט איר וואס באשליסט איר, ווען די גרעניצן אייערע זענען נעפל, וואלקן, נידריג, קורצזיכטיג, און שמאל-האריזאנטיג...


* * *


שוועבן מיט די געדאנקען העכער העכער, גרייכן הויכן... עס ציען ארויף מיט אומבאהערשענד קראפט... שוועבן די געדאנקען העכער העכער העכער... ביז... פלוצים... ליכטיג... ווארעם... ליבליך... קלאר...

איך הער א קול... יא... ניין... נישט עכט א קול... אבער מען רעדט צו מיר אין די געדאנקען... אוי! באשעפער זיסער, דו ביזט דאס! טאטע מיינער!... טאטע! טאאאאטע! זאג מיר וואס גייט פאר! וואס? פארוואס?... איך קען ששוין ניששששט... טרערן נעמען פליסן מיט שטראם אן אויפער... איך לאז נישט נאך... טאטע מיינער, טאטע זיסער... אדער נעם מיר ארויס פון דעם צושטאנד, אדער גיב מיר פארשטאנד איך זאל וויסן וואס פאר א פליכט איר פיר אויס. אויב ווילסטו איך זאל זיין ווי איך בין היצט, גיב מיר די כלים צו גיין מיט די הנהגה, גיב מיר כח דאס אריבער גיין. בעיקר מאך מיר ליכטיג, מיט וואס פאר הנהגה פירסטו מיר?!

"מיין טייער זיס קינד, האסט געזעהן ווי הערליך און מעכטיג די זון לייכט אינדרויסן, אין צייט ווען אונטן זעהט זיך אויס אן אנדער וועלט אינגאנצן? דאס האב איך דיר געוויזן זאלסט פארשטיין אביסעלע איבער מיין הנהגה. נישט אלעס וואס זעהט אויס טונקל איז עכט טונקל, נישט אלעס וואס עס זעהט זיך אויס אומפארשטענדליך און אומקאנטראלירט איז אזוי ווי עס זעהט זיך אויס. נישט יעדער וואס מיינט אז ער איז ראנער, ער האט, ער גיט, האלט, און באהאלט, נישט יעדער וואס רודערט צאם א שטייגער ס'וועלט איז זיינס, נישט יעדער וואס האט און מיינט ער האט זיך זעלבסט גענומען און געשאפט, א דאנק זיין שכל כח מח - איז טאקע ווי עס זעהט זיך אויס.

"און יא, וויכטיג זאלסט וויסן. נישט יעדער וואס האט נישט איז ווייל ער קען נישט! נישט יעדער וואס האט נישט איז ווייל ער איז נישט פעהיג. נישט יעדער וואס האט נישט, איז ווייל ער איז ווייניגער חשוב, ווייניגער ווערד, ווייניגער קלוג.

"פונק ווי דו פארשטייסט - מיטן פארשטאנד וואס איך האב די געגעבן – אז געזונט, אדער דאס פארקערטע, קען זיך א באשעפעניש נישט אליינס נעמען, לעבן קען זיך קיינער נישט אליינס פארלענגערן אדער אפילו פארגרינגערן, כאטש איך וועל אים באשענקען מיט אוצרות זהב, אויב וויל איך אים אוועק נעמען פון עולם הזה וועט עס קיינער נישט קענען ענדערן, נאר איך, וואס שאפט חיים, און גיט חיים. אויב וויל איך אפשוואכן דאס געזונט פון א באשעפעניש, און איך וויל נישט אז היילונגס מיטלען – וואס איך האב באשאפן און אריינגעגעבן אין זיי דעם כח - זאלן ווירקן, וועט קיין געלט העלפן אפילו כל הון דעלמא. דאס זעלבע, אבער פונקט דאס זעלבע, איז מיטן מאטריעלן לעבן. נישט ווער עס האט, איז ווייל ער קען, און האט זיך זעלבסט גענומען. נישט ווער עס האט נישט, איז ווייל ער קען נישט, ווייסט נישט, אדער איז שולדיג איז זיין נישט האבן.

"מיין טייער ליכטיג זיס קינד, איך זעה דיין ווייטאג, איר הער יעדעס מאל ווען דו רעדטס צו מיר, ווען דו וויינסט פאר מיר, איך ווייס פונקט וואס גייט פאר, דען איך פיר דאך די ענינים, אלעס איז אונטער א פוהלן קאנטראל. איך האך דיר דאך באשאפן איך האב אריינגעגאסן אין דיר דיינע נאטורן, איך האב באשאפן דיינע טאלאנטן, געפילן, און אלעס וואס ארום דיר. איך האב דיר אויך פארשריבן דיין שפייז זאלסט דיר קענען ערנערן, דיין לופט צו אטעמען, דיין קערפער-סיסטעם זאל זיך האלטן ווי איך פארשטיי. איך האב דאך אלעמען באשאפן און איך גיב פאר יעדען צו לעבן צו עסן צו טרינקען און צו אטעמען.

"נישט בלויז די מענטשהייט, נאר די גאנצע וועלט, דאס גאנצע עקזיסטענץ אלעס ערנער איך מיט א פונקטליך חשבון. קיינער האט נישט אליין, קיינער נעמט זיך נישט אליין, קיינער האט נישט זיין אייגנס. אלעס איז מיינס, אלעס צו אלעם שיק איך צו מיט מיינע וועגן, צו די ריכטיגע מינוט און צום ריכטיג פלאץ.

"דאס עיקר פון מיין הנהגה איז פארהוילן פון די באשעפענישן, א טייל האב איך ענטדעקט פאר מיין ערוועלט פאלק, און מיט זיי האב איך אן עקסטער סדר ווי אזוי איך פיר זיך מיט זיי. און א קליין טייל בלויז פאר יחידי סגולה מיינע גאר נאנטע.

"הער צו מיין קינד וואס איך רעדט צו דיר: אין מיין תורה האב איך אנגעזאגט זעקס הונדערט אין דרייצן מצות, וואס פיל פון זיי זענען פארצווייגט און פארברייטערט אין פרטי פרטים וואס אינאיינעם ציילט זיי זיך פיל פיל מער. לויט מיין פארלאנג און אנזאג אין מיין תורה, האבן מיינע געטרייע חכמים צוגעלייגט גדרים משמרות וסייגים, זיי האבן פארשטאנען מיין רצון פונקט ווען וואו און ווי אזוי, און אזוי ווייטער בכל הדורות.

"יעדער איד וואס איז א גדול און א בר דעת איז מחויב צו היטן אלעס! יעדער איד האט אבער די גרויסע מתנה פון האבן אלעס! קיינער איז נישט אינדרויסן פון די בילד! מיין תורה האט יעדער! און יעדער האט דערצו צוטריט! תפילין איז נישט בלויז פאר רייכע, שבת איז נישט בלויז פאר ארימע. בבא קמא האט סיי דער נידריג וואוקסיג און סיי הויך וואוקסיג, נדרים, מנחות, יורה דעה, תפילה נעילה באלאנגט צו שווארץ האריג אידן פונקט ווי צו בלאנד רויט האריג אידן. פונקט ווי די אלע אויסגערעכנטע ווער קיינער קיין הוא אמינא האבן אז קען זיין אן אונטערשייד, דאס זעלבע איז קלוג, אומקלוג, ארים רייך, א.ד.ג.

"אין מיין תורה האב איך אנגעזאגט; מצות בין אדם למקום, מצות בין אדם לחברו, מצות בין האדם לעצמו. און ווי איך האב ערקלערט דורך מיינע חכמים זענען אלע מצות צו אויסלייטערן און אויסאיידלען די קינדער מיינע, זיי זאלן קענען זיך באהעפטן צו מיר. די מצות פון בין אדם לחברו איז נישט ווי די פעלקער טייטשן דאס אפ; מענשטהייט, נארמאלקייט, בענעמונגען, עטיק - ניין! דאס איז א פליכט פונקט ווי שופר לולב און ברית מילה! ווייל אזוי איז רעכט א ממלכת כהנים וגוי קדוש! און אזוי איז מען א טייל פון די תורה וואס איז איינס מיטן נותן התורה.

"א דירעקטן אנזאג האב איך מצוה געוועהן אין מיין תורה, אז אייך אידן, זאלן זיך באהעפטן צו מיר, און ווי מיינע חכמים האבן דאס ערקלערט, מען זאל זיך באהעפטן אין מיינע וועגן, ווי אזוי איך ביך מנהיג די וועלט. מען זאל זיין א רחום א חנון א.א.וו. דאס איז דער וועג זיך צו באהעפטן צו מיר!

"פיל מצות ווערן אויפגעבויעט פון צוויי קעגנזייטיג טיילן, פדיון הבן האט נישט דער כהן, נאר דער ישראל, פון ביידן ווערט די מצוה. ברכת כהנים האט דער כהן, נישט דער ישראל, פון ביידן ווערט די מצוה. די הייליגע עבודה פון כהן גדול וואס ער איז אריין לפני ולפנים נאר ער אליין, און בלויז איינמאל א יאר, אבער אן כלל ישראל איז נישט דא די עבודה. דאס אלעס איז, ווייל כלל ישראל איז איין קומה, און יעדע מצוה באלאנגט צו יעדן! אבער מיט אן אנדער צורה, און מיט אן אנדער פליכט! דער לוי קען נישט זיין א כהן, דער כהן קען נישט זיין א לוי, דער ישראל קען נישט ערפילן כהן ולוי, אבער יעדער האט אלעס!

"מיין טייער זיס קינד, אין מיין תורה האב איך פייערדיג אנגעזאגט מיינע קינדער, זיי זאלן זיך פירן מיט רחמנות איינער צום אנדערן, און איז פונקט אזוי וויכטיג ווי עסן מצה די ערשטע נאכט פסח! איך האב אנגעזאגט אז מען זאל געבן צדקה פאר די וואס דארפן, מיט א ברייטע האנט, מיט א שיינענדיג פנים, און מיטגעבן א גוט געפיל. נישט ווייל אויב מען וועט נישט גיבן פארן איד צדקה, וועט דער איד נישט האבן וואס צו עסן - לי הכסף ולי הזהב! איך וויל ס'זאל זיין ביי אידן די מדה פון נתינה, די מדה פון רחמנות, די מדה פון גומלי חסדים, און דורך דעם זיך אויסלייטערן. צו דעם צוועק מאכן איך עשירים און איך מאך עניים, פונקט ווי איך מאך כהנים לויים ישראלים. דער עשיר האט פון מיר, דער בעל פרנסה בריווח האט פון מיר, דער עני האט אויך פון מיר, דורכן וועג וואס איך האב אויס געשטעלט. אויב ווערט נישט אויסגעפירט דער מהלך, טוישט מען די ראלעס.

"קינד מיינס, איך האב דיר אויסגעוועהלט, לעת עתה, זאלסט פיגורירן זייער א שווער ראלע אין מיין תורה. דו פיגורירס דעם פליכט פון מצות צדקה מצד המקבל, יא, אן דיר, און אן פיל פון דיין גלייכן, וועט דאס נישט ווערן אויסגעפירט. איך ווייס ווי שווער ס'איז דיר, איך ווייס ווי ווייט דו זוכסט זיך ארויסדרייען פון דעם, וויפיל השתדלות דו טוסט. פאר פיל אנדערע, מאך איך אז זייער השתדלות זאל געלונגען, אן אפילו זיי זאלן מיר [רעכט] בעטן. און וואס דו טוסט, געלונגט דיר נישט, מיט די אלע מיטלען און טאלאנטן וואס איך האב דיר באשאפן, זענען אנדערע דיין גלייכן באזעסן מיט הרחבה גדולה, און טייל אפילו רייך. דיר אבער האב איך לעת עתה צוגעדריקט צו דער וואנט, איך הער דיין געוויין, איך הער דיין געבעט, און אזוי דארפסטו טון, און דארפט טוט ווייטער השתדלות. אבער, ווילאנג איך פארשטיי אז נאכנישט, זאלסטו וויסן אז דאס איז די סיבה! איך האב די ממנה געוועהן אויף איינע פון די שווערסטע חלקים אין די תורה, שווער אנערקענען, אבער נישט פאר דיר.

"איך ווייס וויפיל מאהל דיין בלוט לויפט דיר אפ יעדן איינציגן טאג, איך ווייס אבער אויך מיט וואס פאר א כוונה די גייסט ארום נאך נדבות, דו ווילסט נישט זיין אן עובר עבירה. איך זעה יעדן מאל וויפיל מאל דו לויפסט ארויס פון א בית מדרש רויט, ווייס, מיט אן אפגאגאסענעם קאלטן שווייס, און באלד נאכדעם קומען די הייסע טרערן וואס דו פארגיסט פאר מיר. בעטס זיך צו מיר איך זאל שוין מאכן א סוף. אבער לעת עתה איז אזוי, און לעת עתה איז דאס דיין פליכט, און דאס איז דיין תיקון. יא איך זעה דיר יעדן טאג, יעדע מינוט יעדע סעקונדע.

" - ואעבור עליך ואראך מתבוססת בדמייך, איך זעה דיר זיך טונקען אין טאג טעגליך בלוט, אבער - ואומר לך בדמייך חי!
"יא מיט דעם וואס ביסט מקבל אויף דיר מיין גזירת ההנהגה, דו ביסט מקבל אויף דיר מיט רצון און מיט הבנה, די וויכטיגע ראלע פון מצוות צדקה, מצד המקבל, טראץ וואס ס'איז דיר אומדערטרעגליך - ואומר לך בדמייך חיי!

"זאל דיר נישט קימערן וואס מצווה לתת טראכט, זאל דיר נישט קימערן צו דער אנדער חלק איז יורד לענין אדער נישט, דאס איז מיין געשעפט, פון ווי מיין געשעפט איז בודק צו זיין צו האט מען אינזין ביי קריאת שמע - ס'האט גארנישט צו דיר.

"גיי אהיים און פיר א סדר נאכט מיט פייער מיט ברען, ווייל אזוינע ווי דיר, וואס טרעפן מיר טאג טעגליך, וואס שפירן מיר יעדע איינציג מינוט, איז די הארץ פיל מער אפן, און וועסט קענען אויספירן פייערליך די געהויבענע שליחות, פון דעם הייליגע סדר נאכט, דייקא ווייל דו בלוטיגסט פאר מיין הנהגה, וועסטו באקומען אויך די גרויסע באלוינונגען!

"ואעבר עליך ואראך מתבוססת בדמיך ואמר לך בדמיך חיי ואמר לך בדמיך חיי!"


* * *

מיינע טייערע הארציגע ברודער, ס'איז מיר געווארן ליכטיג פאר די אויגן, איך האב באקומען אן אנדער משמעות איך מיין צושטאד, דער סדר איז געוועהן ברוך וברוך שמו א דאנק אונזער זיסן ליכטיגן באשעפער גאר גאר געהויבן, אין אז אויב איך האב נישט געהאט אויף יום טוב און געמוזט צו מיין באדויערן אנקומען צו בעטלעריי, בין איך נישט עם הנבחר?!...

פוי! א רוח אין די טמא'נע ערלים צוויי פיסיגע פערד!.. טפוי! א שאס אין די איבלנדע גרויליגע ציויליזירטע אפיקורסים!



דער "כי בנו בחרת ואתנו קדשת מכל העמים" פון דעם געהויבענעם קידוש, פונעם קודש קדשים סדר נאכט - האט געדונערט מיט פלאם פייער און התרגשות אזש הימלען האבן געשפאלטן און מיטגעהאלפן!!!
אוודאי
שר חמישים ומאתים
תגובות: 330
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אקטאבער 13, 2013 11:04 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אוודאי »

בערעלע, דיין שפראך איז געוואלדיג.. ציפעדיג.. משהו משהו...
זאל דער אויבערשטער, דיר און אונז אלע, בקרוב אויפרעכטן מיט אלעס וואס מיר ברויכן, מתוך חסדים גלויים.
פרידן
שר האלפיים
תגובות: 2806
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 02, 2015 7:37 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרידן »

מעכטיג איך אטעם נישט, אזאלעכע טאלאנטאן מילא דאס איז פינעם בורא עולם, אבער די געדאנקען אה הייליג הייליג, ווער ווייסט אפשר האסטו געדארפט זיין אין די מצב נאר אונז צו לערנען די דערהויבענע דברי אמת ואמונה, אין יעצט ווייל דיין תפקיד אלץ מקבל האסטו אזוי שיין ערפילט, וועט אי"ה זיך נעמען גוסן די השפעות אין אונז ווארט מען צו ליינען דיין געדאנק אויף די ואחרי כן יצאו ברכוש גדול, אבער פארגעס נישט
ברוך
שר חמש מאות
תגובות: 651
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 08, 2008 4:13 pm
לאקאציע: וואקאציע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ברוך »

שפראכלאז

אזויפיל חומר אין צוויי ארטיקלן.......
אוועטאר
ס'אמת
שר מאה
תגובות: 249
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 15, 2016 10:25 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ס'אמת »

נא אפשר אPDF ???
'אמת' מארץ תצמח,
אוועטאר
הילולא דצדיקיא
שר האלפיים
תגובות: 2420
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 22, 2014 11:40 am
לאקאציע: באהלי צדיקים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הילולא דצדיקיא »

PDF
ייש"כ בערעלע פאר די געשמאקע געדאנקען
אטעטשמענטס
ואומר לך בדמייך חיי... געדאנקען דורך בערלע קבצן.pdf
(156.16 KiB) געווארן דאונלאודעד 167 מאל
להנציח זכרונם של צדיקים
פאר נאך אינפערמאציע 'אויף יא"צ פון צדיקים' קוקט דא http://www.yuhrzeit.com
אוועטאר
בערעלע קבצן
שר מאה
תגובות: 110
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 05, 2013 5:35 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בערעלע קבצן »

א דאנק אייך אלע רעאגירער, מיר זענען דאך גוט באקאנט... איך זעה אייך, איר זעהט מיר...

א דאנק אייך בעל ההילוא, פאר'ן PDF איר האט מיר איינגעשפארט אן ארבייט.

אויב וועט דאס ארטיקל אדרעסירן כאשט צו איין אויער און צו איין הארץ - דיינו.

איך האב - שוין ווי געשריבן - אויסגעוועלט די אכסני', ווייל דא וואוינען פיל וואוילע זיסע אידעלעך.
אוועטאר
ס'אמת
שר מאה
תגובות: 249
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 15, 2016 10:25 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ס'אמת »

א דאנק א שיינע, ר' בערעלע קבצן
'אמת' מארץ תצמח,
אוועטאר
מאנדלבאום
שר העשר
תגובות: 40
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 06, 2014 5:16 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאנדלבאום »

האט איר א פעדער, בערעלע... א רייכע שפראך, שפרודלט מיט זעלטן גוטע אויסדרוקן און לשונות...

איר באנעמט אונז ביז גאר, איר שלעפט אונז אריין אין אייער וועלט... אך, ווייטאגליך...

געדאנקען זענען גאר רייך...

יישר כח
פרידן
שר האלפיים
תגובות: 2806
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 02, 2015 7:37 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרידן »

אין פאר די וואס זענען אויף די צד הנותנים זאגן מיר אויך
וארך מותבוססת בדמיך דמים תרתי משמע עטץ באדטס ענק אין געלט, צו ווייסט עטץ פאר וואס נישט וועל עטץ זענטס קלוג נישט ווייל עטץ זענטס געראטן, נאר ואומר לך בדמיך חיי עס איז נישט ענקער געלט עטת דארפסט דאס אויסטיילן אין געבן פאר די יודן וואס דארפן דאס אויף צו לעבן עטץ דארפס זאגן דעי יודן בדמיך דאס געלט וואס איך הא איז דיין געלט חיי אויף צו לעבן
צדק תרדוף
שר חמישים ומאתים
תגובות: 436
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 23, 2015 3:04 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צדק תרדוף »

בערעלע, זעלטענע רייכע ארבעט. מיר האפן פאר נאך שיינע ארטיקלען, אבער יהי רצון אז די קומענדיגע זאל זיין פון די שפאקטיוו פונעם נותן
אוועטאר
בערעלע קבצן
שר מאה
תגובות: 110
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 05, 2013 5:35 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בערעלע קבצן »

האלטן מיר שוין נאך בדיקת חמץ, די חמץ שוין ארויס פון שטוב, אירע פארבליבענע, באזייטיגט אין א ווינקל... צוגעדרוקט צו דער וואנט... אין הויז איז זי שוין מוקצה מחמת מיאוס,
אין קאך ראנט שוין דער פסח געהעריג, א שטייגער מען האט געלייענט היינט צופרי "קדש לי"...

יא, מען עסט נאך חמץ... אבער באזייטיגט ווי א פארשעמטער אפגעריסענער מנודה...
יא, דער שאור שבעיסה איז נאך דאך ביי אונז... אבער כמעט קיין זכר פון איר שוין נישט דא, ס'רעשט קלאר אנגעדייטעט, מיט אן עקטער בינטל אין זאק אריין
געשמויגערט...

די אלע וואס אויף זיי איז קיין קאנטראל געוועהן און מען האט קיין אינפו ארום זיי, האט מען מיט א ספעציעל געווער זיי פארטיליגט - זיי ווי די שטויב פון דער ערד מבטל געווען... קיין געפאר וועט נישט לויערן אין פאל ס'וועט זיך עטוואס חלילה אנרופן...


איי איי איי... מארגן גייט דאס גאנצע חמץ קעניגרייך מיט איר באפעלקערונג פארטיליגט ווערן אין רויך!...

איי איי איי ... מארגן גייט דאס גאנצע שאור שבעיסה קולטור, מיט אירע אלע מיינונגען; גוי'אישע, אידיש גוי'איש, גוי'איש אידישע... אלעס אלעס... אירע שירות ותשבחות, אירע מאגאזינען, אירע ביכער, איר פאדאגאגיע, איר 'אידישע השפקה'...
אלעס אלעס ווערט געפירט מיט שאנד אויפן שייטער הויפן! אינמיטן שטאט וועט זי ווערן פארברענט אזש ביז אויף אש! אן א מורא אן א בושה! אן קיינע חששות פון די ארנטליכע ציוויליזאציע!


טפוי אויף אייך! פאר'סרוח'טע דלי גאה!
טפוי אויף אייך! פאר'בזיון'נע דלי דעה!


איי איי איי... מארגן ביי חצות היום ווערט אלעס אייגעהילט אין א נייע וועלט, נאך איידער התקדש החג... א ריין וועלט וואו קיינע אייגענע מיינוגען קיין אייגן ווילן איז נישט דא, בלויז נאר דאס ווילן פון דעם קעניג וואס האט אלעס בעשאפן...

איי איי איי... קומט א נאכט... קומט א נאכט... אבער א נאכט... לילה כיום יאיר שבעתיים כאור הבוקר... אויסגערייניגט, אויסגעלייטערט, אויסגעגלאנצט...

איי איי איי קומט א נאכט... מ'וועט שוועבן אויף מלאכים פליגל אינדעהייך...
מ'גייט ווידער באלעבן דער היסטאריש דורי דורות'דיג והוצאתי והצלתי וגאלתי ולקחתי!

אשר בחר בנו מכל עם! ורוממנו מכל לשון! וקדשנו במצותיו!!!

א רוח איך די פסח-געפייניגטע! - אפגעריסענע שוטים!
א שאס אין די אזוי-גערופענע אויפגעקלערטע! - פוסטע ליידיגע מוחות!
אוועטאר
שמאטע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3485
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 26, 2009 3:40 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמאטע »

איי איי איי בערעלע... אזאנע שטארקע ווערטער. עס מאנט און פאדערט אויף דאס געוויסן זיך א נעם צי טון און דאנקען דעם בורא אויף וואס מען האט יא, און פארשטיין אז דאס גאנצע "האב" איז צו קענען געבן פאר די וואס "האב"ן נישט. אויף קיין שום איד געזאגט.

שטארקע געדאנקען האט איר דא ארויסגעברענגט! זאלן נאר די יא האבערס האבן האלב פון אייער שטארקע אמונה און בטחון העט'ן זיי ווען בעסער אויסגעזעהן!

כי לי הכסף, ולי הזהב אמר ה'!

ישר כח בערעלע פאר די געדאנקען. ברענגזשע נאך פון דיזע.
אי"ה דאס קומענדיגע תגובה זאל זיין א פרייליכס! א געהאלפענע!
זאג'זשע אלע אמןן!
עדיטערס נאוט: שמאטע איז דער האוסט פונעם בצל כוואפאפעיכו שאו. די אויסגעקוועטשטע אפיניען איז זיין אייגענע.
אוועטאר
בערעלע קבצן
שר מאה
תגובות: 110
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 05, 2013 5:35 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בערעלע קבצן »

האבן מיר פאר יאהר (יאך... שוין נאך א יאהר פארביי...) יאהר צוגעענדיט ס'געדאנקען-ארטיקל אונזערן אונטער אן אנדער קעפל, אבער אין צוזאמענהאנג מיט דאס. ווייס איך נישס פארוואס ער, ס'ארטיקל, האט זיך אזוי פארזינדיגט אז מ'האט'ן ארויס גע'זרק'עט פון דאנען. נעמליך פיל דומע פוסטע קינדיש און צווייפלהאפטע ווערטער-שפיי זענען אנגעקלעבט פון אלע זייטן און מ'פליקט זיי נישט ארונטער פון די שיינע מארמאר ווענט, טא וואס האט פאסירט?

וועלן מיר נאכאמאל אהער ברענגען אונזערע פירקלערייען וואס באבלס מיר פון כרס, און די באאמטע? ביטע אייך לאזט עס, קיין נאמען קיין קהילה איז דערמאנט, ס'איז כשר!

אין אייניגע מינוטן וועלן די עזות'ע קבצן באבקעס אהער קומען... וועם ס'געפעלט נישט די רייד, קען בלייבן (מיט רוב עולם...) אין מצרים...


איין מינוט, איך דארף עס אפיר זוכן אין קאמפיוער.
אוועטאר
בערעלע קבצן
שר מאה
תגובות: 110
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 05, 2013 5:35 pm

ואחרי כן יצאו ברכוש גדול!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בערעלע קבצן »

שוין... דאס חמץ איז שוין פארברענט... איי איזעס געוועזן א מחזה... אידן לויפן מיט זעק און פעק אין די הענט... מ'לויפט... מ'קוקט זיך אום... מ'שמעקט... אהין אהער... מ'בליקט אינדערהייך... יא, מען כאפט געשווינד וואוהין צוגיין... וירא את המקום מרחוק... עמודא דנורא שלאנק ארויף מיט שטאלץ, שיקט זיין רויך לארבע כנפות... ס'העליש פייער איז צופרידן מיט אזוינע שפייז... ר'באקומט יעדע פאר סעקונדן נאך א פעטע פארציע, ווערט גרעסער און העכער...

לויפט דער טאטע אהין... לויפן מיט די קינדער שפרינגען, האצקען, שלעפן אים ביי די פאלעס... דער טאטע לויפט... קינדער לויפן... לויפן אידן פון אלע ריכטונגען....


ביים פייער... אידן, יונגערע, עלטערע, מיטלליעריגע, זיידעס... אלעס ערנסט, קאנצענטרירט, יעדער כאפט אן זיין פאק און... אין פייער אריין... פאלגן נאך שטילשווייגענד... א טרערעלע גליטש זיך ארויס בגניבה פון דעם און יענעם... מצות ביעור!... דער חמץ... דער חמץ... מ'ווערט אים פטור!...

יונגעלעך רודערן ארום... שליידערן אריין העלצלעך שפענדלעך, און וואס נאר אונטער די אויגן... כאפן שטאנגען פון צובראכענע בעזעמס מישן דעם פייער אזוי לאנג ביז די זיידעס מאכן א סוף דערצו... לויפן פון איין פייער צו ס'אנדערן ביז... דער טאטע נעמט צונויף ס'מחנה, און אהיים...

ביים פייער... אידן, יונגערע, עלטערע, מיטלליעריגע, זיידעס... אלעס ערנסט, קאנצענטרירט, יעדער זאגט "כל חמירא" די עלטערע מיטן דיקן סידור מישן אויף דעם "סדר ביעור חמץ", בקול דממה דקה... כל חמירא וחמיעא... ליבטל וליהוי.... א שטיל קרעכץ... טרערן פאלן אויפן סידור... די יונגע מיט בלעטל, מיטן זאגערל, וואס איז מיטגעקומען מיטן "בדיקת חמץ - סעט" שעפשען שטיל דאס כל חמירא מיט די תפילה, וואערמע יונגעלייט שטייפן איין ס'גארטל זייערן און... א געזאגעכטס...

שוין... דאס חמץ איז שוין פארברענט... איי איזעס געוועזן א מחזה... אידן לויפן אהיים ס'פנים שיינט מקיים געוועהן מצות ביעור, פטור געווארן פונעם חמץ פנעם שאור שבעיסה... אריינגע'זרק'עט דאס גאנצע תועבת מצרים וגילוליהם אינעם מדורת אש... אריינגעשליידערט דאס גאנצע סם המות'ע קולטור מיט אירע דעות און מנהיגים אינעם אש אוכלה... פטור געווארן!!!

* * *

אינדערהיים, אלעס גלאנצט אלעס פינקלט אלעס איז איבערראשט, אט גייט שוין דער טאטע צו די געהויבענע מצות באקן... אט גרייט שוין די מאמע די לעצטע פארברייטונגען צום גרויסן הייליגן יו"ט צום גרויסן געהויבענעם ליל שימורים... מען לייגט די קליינע קינדער שלאפן, די גרויסע כאפן אויך א דרימל...

מ'גרייט זיך... הכנות אין פוהל'סטן ברען, טיש איז הערליך געדעקט ווי פאר בני מלכים. א פארגעניגן בלויז צוזעהן דאס.

ניין, די לייכטער זענען לאו דוקא פון זילבער, אבער שטייען מאיעסטעטיש מיט פראכט!

דאס בעכער איז נישט ניי, דאס בעכער איז ניטאמאל א 'פסח'דיג בעכער, נישט זי און נישט איר טעצל. זי איז אן אלט לאנג יאריג בעכער וואס האט אמאל געזעהן שיינע זמנים... זי איז אין באנוץ א גאנץ יאהר, היצט האט מען זי גע'כשר'ט אויף פסח, זי מיטן טעצל אירע... אבער זי צייגט מלכות, חרות. מיט גרויסן שיעור, וואס וועט ענטהאלטן אין זיך די ארבע כוסות, יין אדום כדת וכדין למהדרין לכל הדעות!

די בענקלעך וואס זענען אויסגעשטעלט ווי סאלדאטן ארום דעם טיש - היצט און א גאנץ יאהר - זענען נישט די טייערסטע או די שענסטע, זיי זענען גאר פון איינפאך שווארץ פלאסטיק... אבער צייגן כבוד און פראכט כראוי וכיאות...

דער טיש גופא, וואס איר צו ריקן פון פלאץ איז א גאנץ אומנות מחמת די סכנה שבדבר... איז כפשוטו "שלחן מלכים"!

_____

גליק, רייכטוהם, האבן באקומען – נאכן חמץ פארברענען – אן אנדער בליק און אן אנדער צוגאנג!

ניין! ס'איז נישט דא מיליאהנען אין באנק, אין דערזייט געהאלטן,
אבער מיר האבן פיל פיל מער, מיר האבן מצות, ארבע כוסות! מיר האבן בבא קמא פסחים און סוגיא דתקפו כהן!

ניין, מיר האבן קיינע פארמעגן אין אונזער באזיץ, מיר האבן קיינע ווערדפוהל מעטאלן,
אבער מיר האבן לולב, שופר, סוכה, ספירת העומר! מיר האבן מלכיות זכרונות שופרות, עבודה פון יום הכיפורים, און דעם ריזיגן לאנגן ר"ן פון דבר שיש לו מתירין!

ניין, מיר האבן קיינע פארבריקן קיינע פראדעצור ליניעס וואס זאל טראגן איינקופט במדה גדושה,
אבער מיר האבן: ריזן אוצרות ארום "טעם כעיקר" "אפשר לסחטו" "אין הנאסר יכול לילך" "פסיק רישא" "מתעסק" און חק תוכות! מיר האבן "בריא ושמא", "החלוקה יכולה להיות אמת" "היזק ריאה" "חרדל" "עד מפי עד", און דעם לאאאנגן ריזיגן ר"ן אין "טיפת חלב"! – כסה וניער... ר' יודא, חכמים... אהה ווי רייך...

ניין, מיר האבן נישט די שענסטע רייסערישע קאר פון לעצטן מאדען וואס ברענגט אוודאי גליק איר אייגנטומער... ניין, מיר האבן נישט די שענסטע הויז וואס ברענגט הרחבת הדעת פאר אירע איינוואוינער, בעיקר יישוב הדעת, ס'זאל זיך נישט גלוסטן לויפן יעדן שני וחמישי וואקאציע אין אן האטעל...
אבער, מיר האבן א בית מדרש מיט אוצרות יקרים מזהב ומפז רב! מיר האבן וואס אונזער הארץ באגערט נאר! וואס נאר ס'ווילט זיך!

מיר זענען רייך! מ'קען זיך זעצן איבער א בלאט גמרא איבער א סוגיא, איבער א חסידיש ספר, איבער ספרי ראשונים. ווער ס'האט שוין גענוג רייכטוהם קען אויך לטייל בפרדס... – מיר זענען רייך!


ואחרי כן יצאו ברכוש גדול! דער באשעפער האט אונז בוחר געוועהן פאר'ן עם הנבחר בעת ער האט אונז גואל געוועהן פון מצרים, וזה לך האות אשר תעבדון את האלוקים בהר הזה, ס' געקניפט און געבונדן!

מיר האבן באקומען חרות בצאתנו ממצרים, און די עכטע חירות ביי מתן תורה (חרות על הלוחות) נאך ניין אין פערציג טאג.

מיר האבן באקומען דאס עכט לעבן מיט אלע אלע אלע איינריכטונגען! מיט אלע אלע אלע אוצרות אין ערכה!

מיר פייערן און פראווען מלכות, מען איז מחויב מצד הדין לפאר ולכבד דעם סדר נאכט טיש מיט די שענסטע כלים, פארוואס? ווייל מיר "זענען" בני מלכים, נישט וויל מיר "ווילן אויסזעהן" ווי בני מלכים!

ואחרי כן יצאו ברכוש גדול!!! יעדער, אבער יעדער!!!


מיר האבן אייך אין בוידעם! - לאו-לעוול'דיג דומע קעפ! האלט אייך מיט די - ענקער באליבטע - קאלטע הארטע רענדלעך ביזן גרוב אריין!!!
מיר האבן אייך אין לויוויטש! - פארגרעבטע אנגעגעסענע שוטים! האלט אייך מיט אייער עולם הזה בייסט אריין אינעם פארפוילן ביסן ביזן די געדערים וועלן דאס אויסשפייען פאר די ווערעם, דארט ווי ס'איז טונקל איינזאם... !!!


האט'ס מיר אלע זיסע לעכטיגע ברודער א גוט יו"ט, א פרייליכן כשר'ן פסח!


" ק ד ש " ! ! !


------


האט'ס א גוט און לעכטיג יו"ט!
yalah
שר מאה
תגובות: 187
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 18, 2015 7:09 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך yalah »

יישר כוח הרה"ג ר' בערל שליט"א פארן מחדד זיין אזוי שטארק און גוט דעם נקודה. עסיז קילורין לעיניים ושפתיים יישק. עס ברויך אפטער צו ווערן ארויסגיברענגט און אויסגעשמוסט.
בלייב נישט שטעקן. גיי פאראויס!
אוועטאר
דונש
שר האלף
תגובות: 1880
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 25, 2017 3:23 pm
לאקאציע: שבתדיגע זמירות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דונש »

ס'איז שוין טאקע עבר זמנו, אבער נאך נישט בטל קרבנו..

בערעלע! הערליכע געדאנק ארפגעלייגט אין א געשמאקע שפראך!

ייש"כ!
זוכט איר דוי?
שרייב תגובה

צוריק צו “אז נדברו”