טיפס פאר א יונגערמאן וואס פירט די ערשטע מאל א סדר אינדערהיים

הילף אין ספעציעלע זמנים

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 12250
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געלעגער »

צו ענטפערן דיין שאלה וועל איך לאזן אנדערע. איך וויל נאר זאגן אז דיין תגובה איז הערליך ווארעם. האסט מיך פיין אויפגעשאקלט

יישר כוח
אוועטאר
ענדע צדיק!
שר שמונת אלפים
תגובות: 8100
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 17, 2013 4:44 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ענדע צדיק! »

כאפ איך נישט פונקליך וואס דא גיייט פאר.

וואס האט פארציילען מעשיות, מיט רבי ז"ל, מיט שיינע סדר?

אפשר נישט פארשטאנען די פוינט?
צ' כפופה וץ' פשוטה... היינו נאמן כפוף נאמן פשוט. וברש"י: נאמן כפוף - אדם כשר צריך להיות כפוף ועניו וסופו להיות פשוט וזקוף לעולם הבא: (שבת קד.)
בלאג - מיינע ארכיוון
אוועטאר
ענדע צדיק!
שר שמונת אלפים
תגובות: 8100
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 17, 2013 4:44 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ענדע צדיק! »

געלעגער האט געשריבן:איך וויל נאר זאגן אז דיין צווייטע העלפט תגובה איז הערליך ווארעם. האסט מיך פיין אויפגעשאקלט

יישר כוח
צ' כפופה וץ' פשוטה... היינו נאמן כפוף נאמן פשוט. וברש"י: נאמן כפוף - אדם כשר צריך להיות כפוף ועניו וסופו להיות פשוט וזקוף לעולם הבא: (שבת קד.)
בלאג - מיינע ארכיוון
אוועטאר
maybeeynot
שר חמשת אלפים
תגובות: 5444
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 10, 2012 2:34 pm
לאקאציע: ווי איך שטעק אריין מיין נאז

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך maybeeynot »

ענדע צדיק! האט געשריבן:
געלעגער האט געשריבן:איך וויל נאר זאגן אז דיין צווייטע העלפט תגובה איז הערליך ווארעם. האסט מיך פיין אויפגעשאקלט

יישר כוח

האסט מיך געברענגט טרערן אין די אויגן כליל התקדש החג ביי נשמת
אין א ש'כח פאר אלע מגיבים
כ'האב שוין געזאגט
שר העשר
תגובות: 31
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 31, 2014 10:42 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כ'האב שוין געזאגט »

איך האב נישט קיין צייט צו ליינען אזאלכע לאנגע דרשות, איינער קען ביטע מאכן א קורצע סך הכל?
גיטעהארץ
שר העשר
תגובות: 47
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 24, 2013 12:32 pm

יישר כח

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גיטעהארץ »

איך האב געמיזט אריין סיינען, איך האב נישט געקענט בלייבען שטיין אין די זייט אין גארנישט זאגען

דער עולם האקט דא טייערע זיסע תגיבות, אבער וואס דער "זאל ער קומען" (זאל ער שוין טאקע קומען בקרוב ממש) האט דא געמאכט, ער האט מיך זייער אויף געשאקעלט, ער האט ארויס געצויגען מיינע טרערען, ס'לוינט זיך ארויס צי פרינטען דע תגובה אין עס ליינען ביים סדר

יישר כח "זאל ער קומען" פאר'ן אפ שרייבען דיינע געפילען, מעגסט נעמען די פעדער אין די האנט אין מאכען א געהעריגע ארטיקעל,


לגבי דיין שאלה, איך מיין אז ס'הייסט נישט אוועק פין די מסורה, (חוץ אפשר ביי דע פלעצער וואס מ'האט מקפיד געווען ממש נישט צי רעדען ביים סדר, דארף מען עס אפשר איבער רעדען מיט די טאטע אדער זיידע, אדער פרעגען א רב וואס מ'האט צי טהין)

זאל די
אייבישטער העלפען אז ביי אלע יודען זאל זיך אלעס גלייך אין גיט פירען, אין מזאל שוין זוכה זיין צי ונאכל..... וכו'....

אין אלע יודען זאלען ארויס גיין פין זייער פרטית'דיגע גלות, אין מצליח זיין אריין צי ברענגען די ריכטיגע אמונה אין אהבת השם אין זיך און אין די קונדער
איי (ס'איז אמאל געווען א) וועלט
קאכעדיגע
שר האלף
תגובות: 1593
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 27, 2014 4:17 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאכעדיגע »

הייליג גערעכט, אבער עס איז נאך אלס דא א חיוב פון סיפור יציאות מצרים וואס מיינט אז די קינדער זאלען ווערן איבערגענימען פון באשעפערס חסדים, און דאס וועט נישט געשען נאר פון דיין קאכען
אוועטאר
דער תהילים איד
שר ששת אלפים
תגובות: 6438
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 26, 2009 9:54 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דער תהילים איד »

זאלערקומען, דו ביסטעס? הערליךךךך! אזוי זאפטיג און זיס געזאגט.

בנוגע די קינדער האט מילכיגער גוט געענטפערט, און ביידע זענען אמת.
רבינו שאג בקול גדול וגו'
אוועטאר
גרויזאמער
מ. ראש הקהל
תגובות: 3628
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 06, 2006 4:03 pm
לאקאציע: מאלי הויז ארעסט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרויזאמער »

"זאל ער קומען" כאטש איך בין אויך זייער איבערגענומען פון דיינע ווערטער וועל איך דיר נישט געבן קיין בלענק טשעק פאר דיין קשיא.

דו רעדסט פון איין חלק פון די סדר וואס מען האט געזעהן ביי אונזערע עלטערן, פון דאנקן און לויבן די באשעפער אויף היינטיגע ניסים, דו רעדסט פון די נשמת וואס מען זאגט גאנץ צום סוף, און דו פרעגסט היתכן מען זוכט וועגן וויאזוי צו מאכן פאר די קינדער אינטערסאנט די מעשה ברבי אליעזר וכו' שהיו מסובים בבני ברק…

דו רעדט פון די געהויבענע דברי תורה ומנהגים, די "ובמורא גדול זו גילוי שכינה" וואס דער סאטמארער רבי זצ"ל האט גערעדט פאר די ערוואקסענע מסובים על שולחנו און איז געדרוקט בהגדת דברי יואל, און דו פרעגסט פארוואס פאר קליינע קינדער קען מען נישט רעדן אויף דעם מין וועג…

אין הגדת דבר"י איז נישט געדרוקט די ווערטער וואס ער האט געזאגט פאר זיינע דריי טעכטער אלץ מיידלעך (איך קען נישט די מציאות סארי), ותשוח"ח להם אז זיי האבן עס נישט אריינגעדרוקט. אבער ביי פילע מנהגי קודש פון פילע צדיקים זעט מען ווי זיי האבן אפגעלאזט די אלע הויכע ענינים און זיך אראפגעלאזט צו זייערע קינדער, ראש השנה און יום כיפור איז די צייט צו פליען אין די הימלען אויף הויכע טענער, פסח ביינאכט לאזט מען זיך אראפ און מען איז מסביר "את פתח לו" אויף זיין שפראך, והגדת לבנך על פי דרכו.

און יא מיר האבן געזעהן ביי אונזערע עלטערן אז זיי האבן פראבירט צו רעדן צו אונז, מעגליך אז נישט ביי יעדעם האבן די עלטערן געפונען די ריכטיגע וועג אז עס זאל כאפן דאס קינד, אבער פראבירט האט יעדער. און מיר דארפן אויך פראבירן צו רעדן צו די קינדער לויט זייער שפראך. און אז אונזערע קינדער וועלן פאר סיי וועלכע סיבה נאר פראזנצויזיש וועלן מיר זיך מוזן אויסלערענען פראנצויזיש צו רעדן צו זיי. ווייל אזוי שטייט אין די תורה. און יעצט אז זיי קענען נאר קינדעריש מוזן מיר זיך אויסלערנען די שפראך. סארי.
איינגעשריבענע באנוצער וועלכע האבן באדאנקט די תגובה:
קרעמער | צום זאך | צייטליך | גרויזאמער | וויכטיג מאכער | אויפריכטיג | מאשקע | bloomberg4mayor | arender

לחץ כאן למסור תודה על תגובה זו | דווח על תוכן פגעוני
פארוואס נישט...
שר חמישים ומאתים
תגובות: 278
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 02, 2012 3:56 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פארוואס נישט... »

אזויווי עטליכע האבן שוין דא מגיה געווען, אויב שניידט מען ארויס די קשיא איז עס א הערליך מושלם'דיגע תגובה!

אפטמאל וועט א מענטש אנהייבן מיט א קשיא כדי צוצוקומען צו וואס ער וויל ארוסברענגען... פעלט נישט אויס... 'זאל ער קומען', פיין געווארעמט (זיך אויסגעגעבן...)
נו... פארוואזשע טאקע נישט...?
רבי הערשל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 352
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 15, 2013 4:25 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רבי הערשל »

לאמיר צוריק גיין צו עצות פארן סדר נאכט מיט נאך איין גוטע געדאנק ביים סדר טיש ליגט נישט קיין פלעסטיק אויפן טיש נאר א טישטעך, אז ווען די גלעזלעך וויין גיסט זיך אויס דארף מען נישט זיך נעמען ווישן, אלעס ווערט איינגעזאפט און מען פילט צוריק אן די כוס (צום פערדע מאהל...) און ביים צווייטע נאכט האט מען גרייט נאך א טישטעך...
Other Guy
שר מאה
תגובות: 121
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 08, 2013 5:27 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Other Guy »

http://www.beureihatefila.com/files/Minhagei_Ha_Chasam_Sofer.pdf
page 51
וואס מיינסטו האט ער גערעדט צו קינדער? א פולפול?
אוועטאר
קלערט
אנשי שלומינו
תגובות: 5
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 27, 2013 5:04 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קלערט »

א הארציגע ישר כח פאר אלע תגובות דא, נהנתי

בנוגע ואס זאלער האט געפרעגט, לענ"ד קושיא מעיקרא ליתא, ער האט דאך גערעדט פון מנהגי אבותיו, נו מאנכע פירן זיך צו פארציילן מעשויות פאר די קינדער ווי אטער גיי האט שוין געברענגט פינעם חתם סופר

און יא מען דארף זיך צוגרייטן, דער הייליגער תפארת שלמה טייטשט יכול מראש חדש מ'קען זיך שוין גרייטן פון ראש חדש תלמוד לומר ביום ההוא אז מען זאל קענען זאגןפסח אויף דער נאכט

און ניין, עס דארף נישט געלונגען, כעס און הקפדה זענען חזיר טריף, עצבות נישט א גאנץ יאר און אודאי נישט אום יום טוב

און יא מען דארף געדענקן , די סדר נאכט איז הייליג בדרך סגולי, אז ביי מיר און הארץ וועט גליען דער אמונה, דער אין אנו מספיקים להודות , דער כל עצמותי תאמרנה ה' מי כמוך, וועט זיך עס בעזהשי"ת איבערגיסן צו דו פקדונות אונטער אונזער אונזער אחריות

נאכאמאל א הארציגער יש"כ פאר אלע מגיבים
אזוי האב איך געקלערט, מ'קען אפשר קלערן אנדערשט
אוועטאר
ניגון עתיק
שר האלף
תגובות: 1435
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 01, 2013 2:51 pm
לאקאציע: אינעם ניגון

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ניגון עתיק »

שיעור נישט פארגעסן,

נאך א טיפ, (ס'קומט דא אריין?)

כ'גרייט זיך אן פאר'ן סדר, אפיקומן-מצה אין א מצה טעשל לויט וויפיל קינדער איך האב (פון די 4-5 ביז די 10-11 יעריגע)
כ'באהלט עס אונטערן היסב-קישן (פאר'ן סדר), און ס'העלפט צו אז די קינדער זאלן האבן מיט וואס צו זיין באשעפטיגט ווען ס'ווערט זיי לאנגווייליג, זיי פלאנען א פארכאפונג, און ס'איז דא גענוג פאר יעדן צו כאפן.
אית היכלא דלא מפתח אלא בנגינה, ובגין דא דוד המלך ע"ה מתקרב לההיא היכלא בנגינה (תיקוני זוהר)
אוועטאר
זאל ער קומען
שר האלף
תגובות: 1955
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 04, 2011 12:25 am
לאקאציע: בעיקבתא דמשיחא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זאל ער קומען »

כ'האב מורא געהאט אז דער משיב וועט פרובירן עס צו נעמען צום צווייטן עקסטרעם.

מיין שאלה איז בסך הכל געווען אז די מצוה פון סיפור יציאת מצרים איז "איינע" פון די מערערע מצוות פון פסח ביינאכט.

יא, מ'דארף זיך אראפלאזן צו די קינדער. יא, מ'דארף אויך זיכער מאכן פאר'ן סדר אז די קינדער זענען אויסגעשלאפן, זאט, און יעדער גייט האבן א געהעריגע הגדה, מצה טאש, בעכער, גרעיפ-דזשוס אייסעס וכו' וכו'.

איך רעד נאר צום טאט'ן וואס גרייט זיך א חודש פאר פסח צום סדר. וואס גייט זיין דער עיקר פון דיין "שיינעם" סדר? די מעשה זאל געלונגען? אדער אז דער סדר זאל געלונגען?

איין עקסטרעם מיינט רעדן אנדערהאלבן שעה פון די מצרי'שע קינדער וואס שפילן "היישעריק-איט" (א פסח'דיגע געים וואס איז ארויסגעקומען הארט פאר יציאת מצרים), אדער לויפט מען גלייך צו די אנדערע עקסטרעם, מ'רעדט נישט אויס ביים סדר…

ס'איז דא א מיטל פונקט. און אין דעם עקזיסטירט בכלל נישט קיין אפשן פון בכלל נישט רעדן. רעדן פסח נאכט איז א מצוה. די שאלה איז בסך הכל "פון וואס" צו רעדן.

און איין יאר ברענגט מען ארויס דם, איינמאל ברענגט מען ארויס צא ולמד, איין יאר ברענגט מען ארויס לפיכך אנחנו, איין יאר צונעמט מען די סימני הסדר מיט די שיינע פשטים, זעלבסט פארשטענדליך אויף אן אופן וואס די קינדער זאלן עס פארשטיין.

ס'האט מיר נאר געבאדערט אז מיינע חברים זענען ביזי מיט די סאמע דרויסנדיגע זייט פון תוכן וואס צו רעדן צו די קינדער.

ובזה יצאתי ידי ….
זאלער, וואס וועט זיין מיט אפאר דאלער...
אוועטאר
זאל ער קומען
שר האלף
תגובות: 1955
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 04, 2011 12:25 am
לאקאציע: בעיקבתא דמשיחא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זאל ער קומען »

ניגון עתיק האט געשריבן:כ'גרייט זיך אן פאר'ן סדר, אפיקומן-מצה אין א מצה טעשל לויט וויפיל קינדער איך האב (פון די 4-5 ביז די 10-11 יעריגע)
כ'באהלט עס אונטערן היסב-קישן (פאר'ן סדר), און ס'העלפט צו אז די קינדער זאלן האבן מיט וואס צו זיין באשעפטיגט ווען ס'ווערט זיי לאנגווייליג, זיי פלאנען א פארכאפונג, און ס'איז דא גענוג פאר יעדן צו כאפן.


צו צולייגן נאך פרט - ווען מען מאכט מערערע אפיקומן'ס (אדער אפילו נאר צוויי), זאל מען די עכטע היטן עס צו "לאזן" גענומען ווערן דורך אן ערוואקסענעם אחריות'דיג קינד, וואס זאל נישט צעברעקלען דעם אפיקומען אויף פיץ פיצלעך.
זאלער, וואס וועט זיין מיט אפאר דאלער...
אוועטאר
Iphone
שר האלף
תגובות: 1316
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 10, 2013 8:57 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Iphone »

מיין שווער זז"ג גייט אן פארן סדר אלע כזיתים פאר די פרויען אין בעגס, כדי ביים סדר זאל מען נישט ביזי זיין צו טיילען און קוקן צי עס איז א כזית.(ער האט א גרויסע משפחה קע"ה )


בנוגע דעם סיפור פאר די קינדער, בין איך געווען אלס חתן ביי מהרז"ל מסאטמאר ביים סדר. איך האב געשטוינט וויזוי ער האט זיך אפגעגיבן מיט זיינע אייניקלעך. אויסגעהערט די מה נשתנה, געפרעגט תורות וכו' איך געדענק אז דאס איז געווען איינע פון די שטארקסטע זאכן וואס איך האב ארויסגענומען, קודם זיי א פאמיליע מאן דערנאך א עסקן, רבי, וכדו'
אוועטאר
דע מה שתשיב
שר חמש מאות
תגובות: 722
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 16, 2013 8:32 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דע מה שתשיב »

ניגון עתיק האט געשריבן:נאך אן עצה וואס איך טוה און ס'ארבעט וואונדערבאר

פאר'ן סדר מאך איך אפ א פרייז וויפיל דאס אפיקומן וועט קאסטן היי יאר פאר יעדן קינד למשל $10
און דערנאך איז דא אן אפציע, אויב מ'שלאגט זיך נישט מיט די געשוויסטער גייט ארויף די פרייז מיט $5
אויב פרעגט מען שיין די קשיות און מ'זיצט איינגעלייגט בשעת'ן הגדה נאך $5.

סך הכל קומט עס נישט אויס געפערליך טייער (פארשטייט זיך יעדער לויט זיין טאש, זאל ער אנהויבן די פרייז), און פאר די עלטערן שפארט עס איין אסאך צייט און נערוון פון שליכטן מחלוקת און וויינערייען.


נישט קיין שלעכטער געדאנק, אבער...
איך בין נישט קיין חסיד פון אזויפיל צאלן פאר קינדער. אונז האט מען נישט אזוי געלערנט, אז פאר יעדע זאך קומט א פרייז. איך זאג נישט אז מען דארף שמייסן און שרייען אויף זיי, אבער צו געבן דעם געפיל - ביסט וואויל קריגסטו אזויפיל געלט, נאכמער וואויל - נאכמער געלט, וואספארא מעסעזש קריגן זיי דערפון?
נאכאביסל, און איך וועל זאגן פאר מיין יונגל: זינג מיט אשת חיל, וועט ער פרעגן: וויפיל צאלסטו מיר דערפאר?... כ'מיין אז מען קען אלעס טון מיט שפראך, אנע געלטער אדער שטראפן.
[און איר זאגט: גרויסע חכם, קומט פרעגן עצות און זאגט דעות...]
אוועטאר
למעלה משבעים
שר עשרת אלפים
תגובות: 12394
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע: ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך למעלה משבעים »

א געוואלדיגע אשכול!

דע מה שתשיב, הייבן די סכום פארן אפיקומן איז אנדערש ווי מען זאל סתם אזוי צאלן פארן קינד פאר א גוטע התנהגות.
אוועטאר
דע מה שתשיב
שר חמש מאות
תגובות: 722
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 16, 2013 8:32 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דע מה שתשיב »

איך האב דערציילט פאר מיין ווייב איבער דעם אשכול, און זי פרעגט מיר: למה נגרע? וואס טוט זיך מיט טיפס פאר די אידענע פאר די ערשטע מאל א סדר אינדערהיים?
און כ'מיין נישט דא קיין שום ווערטל. אפשר קען מען אריינווארפן דא עטליכע טיפס לגבי די קאכן וכו', וואס דארף מען געדענקען צו מאכן - אנדערש ווי יעדע שבת ויו"ט - און וויאזוי קען מען פארלייכטערן "אין שטוב" צום ערשטן סדר? (אויסער דאס רייבן דעם מרור...)
אוועטאר
מחותן
שר עשרת אלפים
תגובות: 10102
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 09, 2010 11:39 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מחותן »

איין גאר וויכטיגע טיפ פאר די ערשטע מאל סדר פירער׳ס,

עס נעמט גאר אסאך צייט, כח און יגיעה, אנצוגרייטען א סדר. עס נעמט צייט צו פיצען די מרור אנגרייטען די חרוסת און די מאלען די חריין, עס נעמט צייט ערב יו״ט אויסצושטעלן די סדר טיש זיכער און זיכער צו מאכען אז יעדער האט הגדות און בעכער׳ס, עס נעמט צייט צו מאכען די חרוסת און אנגרייטן די אנדערע צרכי יו״ט, און אז מען ווייסט אז די אלע זאכען נעמען צייט דארף מען וויסען צו ארבייטען אויסגערעכענט און זיך נישט פארלאזען אז מען וועט שוין אלעס ארלעדיגען ערב פסח נאכמיטאג,

מיין טיפ פאר די אלע וואס פירען די ערשטע מאל א סדר:

1) מאכט זיכער צו שלאפן שבת הגדול כדי איר זאלט קענענן צו לייגען א האנט מוצאי שבת אין שטוב.
2) האט גרייט א ליסטע פון די צרכי סדר, און מאכט זיכער אז מען האט אלע איינגעקויפט.
3) העלפט ארויס אין די קיך זונטאג ערב בדיקת חמץ ווייל די פרוי איז פינקט אזוי אנגעצויגען אז זי גרייט די ערשטע מאל אן א סדר.
4) חזר׳ט אייך די מעשה פון אפטער רב אז ער איז נישט געווארען אין כעס ווען ס׳ווייב האט אים אוועק געגעבן די שמורה מצות, די מעשה איז גוט צו האבן צו די האנט און די אנגעצויגענע ערב פסח - פסח טעג ווייל מען פירט די ערשטע מאל א סדר קען עס צוניץ קימען.
5) מאכט זיכער אז איר און די בני בית האבן א גיטע פאר שעה צייט צו שלאפען ערב פסח צו זיין אויסגעריעדט ביים סדר.
6) האלט פאר די אויגן אז איר ״פירט״ די סדר און אייער ווייב ״גרייט״ אן די סדר.. א מתנה׳לע ארויסציווייזען אפשריעישען איז זייער וויכטיג.
אוועטאר
טרעוולער
שר חמש מאות
תגובות: 556
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 30, 2013 12:34 am
לאקאציע: אין פליגער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טרעוולער »

די סדר טיש גרייט מען אן נאכן בודק חמץ זיין אזוי קען מען נאך ערב יו"ט קויפן וואס ס'פעלט.
אוועטאר
טהור-עיניים
שר חמשת אלפים
תגובות: 5124
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 22, 2007 1:29 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טהור-עיניים »

מחותן האט געשריבן:איין גאר וויכטיגע טיפ פאר די ערשטע מאל סדר פירער׳ס,

עס נעמט גאר אסאך צייט, כח און יגיעה, אנצוגרייטען א סדר. עס נעמט צייט צו פיצען די מרור אנגרייטען די חרוסת און די מאלען די חריין, עס נעמט צייט ערב יו״ט אויסצושטעלן די סדר טיש זיכער און זיכער צו מאכען אז יעדער האט הגדות און בעכער׳ס, עס נעמט צייט צו מאכען די חרוסת און אנגרייטן די אנדערע צרכי יו״ט, און אז מען ווייסט אז די אלע זאכען נעמען צייט דארף מען וויסען צו ארבייטען אויסגערעכענט און זיך נישט פארלאזען אז מען וועט שוין אלעס ארלעדיגען ערב פסח נאכמיטאג,

מיין טיפ פאר די אלע וואס פירען די ערשטע מאל א סדר:

1) מאכט זיכער צו שלאפן שבת הגדול כדי איר זאלט קענענן צו לייגען א האנט מוצאי שבת אין שטוב.
2) האט גרייט א ליסטע פון די צרכי סדר, און מאכט זיכער אז מען האט אלע איינגעקויפט.
3) העלפט ארויס אין די קיך זונטאג ערב בדיקת חמץ ווייל די פרוי איז פינקט אזוי אנגעצויגען אז זי גרייט די ערשטע מאל אן א סדר.
4) חזר׳ט אייך די מעשה פון אפטער רב אז ער איז נישט געווארען אין כעס ווען ס׳ווייב האט אים אוועק געגעבן די שמורה מצות, די מעשה איז גוט צו האבן צו די האנט און די אנגעצויגענע ערב פסח - פסח טעג ווייל מען פירט די ערשטע מאל א סדר קען עס צוניץ קימען.
5) מאכט זיכער אז איר און די בני בית האבן א גיטע פאר שעה צייט צו שלאפען ערב פסח צו זיין אויסגעריעדט ביים סדר.
6) האלט פאר די אויגן אז איר ״פירט״ די סדר און אייער ווייב ״גרייט״ אן די סדר.. א מתנה׳לע ארויסציווייזען אפשריעישען איז זייער וויכטיג.


מחותן, איך מיין איר האט נאך געגעבן דא דעם וויכטיגסטן טיפ.

עס דערמאנט מיך ווען איך האב דאס ערשטע מאל געפירט דעם סדר אליינס. ערב יו"ט בין איך געפארן באקן מצות, מעשה חסיד'ישער אינגערמאן, געלאזט די אידענע אליינס אינדערהיים אנגרייטן אלעס. אויפן וועג אהיים פון מצות באקן בין איך אריינגעפאלן אין טרעפיק, איך בין אנגעקומען אהיים אזוי כמעט צום זמן, די אידענע איז נעבעך געווען אויס מענטש. איך האב מיך געכאפט וואס דא גייט פאר, איך האב שנעל צוגעשלעפט א בענקל צום זייגער, עס אראפגענומען פון וואנט און באהאלטן. איך האב געזאגט די אידענע, פון יעצט אן איז נישט דא קיין זייגער. איך גיי יעצט אין שוהל ווייל איך מוז, אבער די קלענערע קינדער לייגט מען שלאפן יעצט, די גרעסערע ווען איך קום אהיים פון שוהל, איר האב איך געהייסן זיך לייגן מיט די קליינע, און ווען מען קומט אהיים פון שוהל גייט מען אנגרייטן דעם סדר ווי עס וואלט געווען צען אזייגער צופרי.

זי איז געווען צופרידן אז איך פארשטיי איר און איך רעג זיך נישט. און איך האב טאקע געטוהן ווי איך האב געזאגט. איך בין אהיים געקומען פון שוהל און מען האט זיך גענומען גרייטן ווי גארנישט וואלט געווען. איך האב מיך געזעצט צום סדר נאך איינס אזייגער (איך האב געהאט א באהאלטענעם זייגער, אבער זי האט ערליך געפאלגט און נישט געקוקט אויפן זייגער, ביז די אפיקומן, ווען איך האב איר געזאגט אז זי קען קוקן). וואס זאל איך אייך זאגן, עס איז געווען מיין געשמאקסטע סדר, די קינדער זענען געווען אויסגערוהט אמחי', די אידענע אויך, עס איז געווען א סדר צום געדענקען.

אבער דאס איז אלעס געשעהן ווייל איך האב דאן פארזעהן וואס אונזער מחותן זאגט דא, אז אלעס נעמט אסאך צייט.
חי עולמים - טהור עיניים
NO man is a failure who has friends
אוועטאר
טהור-עיניים
שר חמשת אלפים
תגובות: 5124
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 22, 2007 1:29 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טהור-עיניים »

זאל ער קומען, דיר קומט אן עקסטערן תגובה, דו האסט א שטיקל פוינט מיט נישט מאכן דעם סדר פאר א שאו.

אבער די חלק וואס דו ברענגסט ארויס, דעם הארץ פון א אידיש קינד, האסט מיר ארויסגעברענגט די טרערן אויף א גרויסן פארנעם. און איך קום דיר א גרויסן יישר כח פארן מיך אריינפירן אין די הכנות צום יום טוב מיט אזעלכע געהויבענע דיבורים.

והשתא דאתית להכי, וויל איך צולייגן מיינע אייגענע צוויי צענט. און איך רעד דא פון מיר אליינס און צו מיר אליינס. און דאס איז וואס איך האב אינזינען ביים סדר, אבער היי יאר, נאך די ליכטיגע הקדמה פון זאלער, גייט עס זיין ביתר שאת.

פסח איז דאך די גאולה פון דעם גלות הדעת. מצרים איז געווען א גלות הדעת. עס דערמאנט מיך ווי איך האב אמאל געהאט שמועס מיט א חבר, אז אוישוויץ מיט אירע ערגסטע קאשמארן, אדער סיביר מיט אירע געפרוירענע רוצח'ישע אטמאספערן קומען נישט צו צו מצרים, ווייל סיי אויף אוישוויץ (און די אנדערע נאצי לאגערן) און סיי אויף סיביר זענען דא פילע מעשיות פון אידן וועלכע האבן נישט פארלוירן דעם דעת און בתוך ההפכה האבן זיי געפירט סדרים, געפירט חסיד'ישע פארברענגענס און זיך מחזק געווען מיט אמונה און בטחון אין דעם בורא כל עולמים, אבער אין מצרים איז דאך דאס נישט געווען. דער דעת איז געווען אין גלות, דער מענטש האט נישט געקענט טראכטן, נישט געקענט זיך מחזק זיין.

אוי ליידער, וויפיל מאל במשך דעם יאר טרעף איך זיך אין אזא מצב, דאס הארץ שרייט ארויס, רבונו של עולם, גלוי וידוע לפניך שרצונינו לעשות רצוניך, אבל שאור שבעיסה מעכב. דער דעת איז אין גלות און מען קען נישט דינען דעם אויבערשטן. מען קען נישט היטן די אויגן און די מחשבה ווי מען דארף, מען קען נישט דאווענען, לערנען, זיך פירן אין טאג טעגליכן לעבן ווי איך וואלט געוואלט, איך וויל, איך וויל זייער, אבער עס גייט נישט. דער שאור שבעיסה איז שטערקער פון מיר. דאס וואס איך טוה יא איז דאך אויך נאר פון דעם אילמלא הקב"ה עוזרו, ווייל אן דעם קען איך נישט ווייל ער איז א מלאך און איך א בשר ודם.

אבער יעצט פסח ביינאכט, ווען מען גייט ארויס פון דעם גלות הדעת און עס איז א צייט ווען עס קומט אראפ אויף די וועלט עמערס פון אמונה, ווי דער הייליגער בעלזא'ער רב האט געטייטשט, למען תספר באזני בנך ובן בנך ... "וידעתם" כי אני ה'. אז מען וועט אזוי פיל פארציילן פאר די קינדער, און אויף אזא הויכע מדריגה, אז עס וועט זיין וידעתם, איר וועט וויסן, אור ישר נעשה אור חוזר און עס וועט האבן א השפעה אויף מיר אליינס אז איך זאל זיך קענען דערהייבן פון מיין אייגענעם גלות הדעת און ארויפגיין צום נעקסטן שטאפל בסולם העולה בית אל.

על כן אברים שפלגת בנו... כי כל פה לך יודה וכל לשון לך תשבע וכל עין לך תצפה וכל ברך לך תכרע ...

אוי זיסער לעכטיגער באשעפער, ברענג מיך נענטער צו דיר. ואני קרבת אלוקים לי טוב, איך וויל זיין נענטער צו דיר, און דאס איז דער צייט דיר צו בעטן אויף דעם
חי עולמים - טהור עיניים
NO man is a failure who has friends
אוועטאר
קנאפער ידען
שר החסד
תגובות: 30746
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: וואו ג-ט ב"ה וויל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קנאפער ידען »

זאל ער קומען האט געשריבן:כ'האב מורא געהאט אז דער משיב וועט פרובירן עס צו נעמען צום צווייטן עקסטרעם.

מיין שאלה איז בסך הכל געווען אז די מצוה פון סיפור יציאת מצרים איז "איינע" פון די מערערע מצוות פון פסח ביינאכט.....

....ס'האט מיר נאר געבאדערט אז מיינע חברים זענען ביזי מיט די סאמע דרויסנדיגע זייט פון תוכן וואס צו רעדן צו די קינדער...

עס איז נישט סתם "איינע" נאר דער עיקר מצוה און חיוב פונעם סדר נאכט! אוודאי איז אין אלעם דא גרויסע הויכע ענינים וואס איעדער קען זיך דערהייבן צו השגות און דרגות וואס ער קען נישט געווענדליך, אוודאי דארף מען לויבן דער באשעפער אויף אלע חסדים, אבער מען טאר נישט פארגעסן פשוט פשט דער מצוה פון סיפור יציאת מצרים וואס איז דער עיקר פונעם גאנצן סדר.

און עס איז נישט דער "דרויסנדיגע" זייט נאר טאקע דער סאמע אינעווייניגסטע זייט אז דער קינד זאל כפי שכלו פארשטיין אביסל אביסל פון די ניסים פון יציאת מצרים.
"אייער צופרידנהייט, מיין הנאה." -מיך אליינס...

נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין פאר עפעס דא קען מען מיר צושיקן א לינק דערצו אין אימעיל [email protected]
שרייב תגובה

צוריק צו “מועדים וזמנים”