אפריל 1 14': מעלדונג איבער געצוואונגענע פרעצעדענטלאזע שריט

אייוועלט אינערליכע אנגעלעגנהייטן
קרעטשמער
Site Admin
תגובות: 447
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 6:22 pm

אפריל 1 14': מעלדונג איבער געצוואונגענע פרעצעדענטלאזע שריט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעטשמער »

(צוליב די סענסיטיווקייט פון די פאלגנדע אינפארמאציע, וועלן מיר דאס בלויז לאזן אין די עפנטליכקייט אויף א קורצע צייט אפשניט, און מיר פארבאטן דאס נאכצוקאפירן אדער פארשפרייטן באיזה אופן שיהיה ח"ו.)

אל מעלת כבוד חברינו היקרים,

דא רעדט צו אייך די גרופע "מנהלים" פון אייוועלט.

ווי עס איז אייך גוט באקאנט, באשטייט די הנהלה פון צוויי באזונדערע קערפערשאפטן, גערופן "מנהלים" און "אחראים", אויך באקאנט אלס די "רויטע" (מנהלים) און "גרינע" (אחראים). די פונקציעס פון די צוויי גרופעס זענען פארשידנארטיג. בעת אויף די אחראים ליגט מער-ווייניגער די טאג טעגליכע ארדענונג פון די פארומס, אריינגערעכנט פארריכטן קעפלעך, צוטיילן אשכולות, אוועקפירן אדער לייגן שלעסער אויף שמועסן וואס באלאנגן נישט דאהי, ליגט אויף די מנהלים די געוואלדיגע אחריות פון אנהאלטן דעם אלגעמיינעם ניווא פונעם פלאץ און זעהן דערצו אז די ניקס (און יא, אויך די אחראים) זאלן זיך האלטן געטריי צו די תקנות וואס די מייסדים האבן אראפגעשטעלט ביים גרינדונג פון דעם זעלטענעם און טייערן ווינקל.

האט אבער - צו אונזער גרויס באדויער - לעצטנס פאסירט א שטארקע טשטוש הגבולים, ווען איינער פון די "גרינע" האט אריבערגעשפרייזט דעם "רויטן" ליניע און אנגעהויבן טוהן דא כאדם העושה בתוך שלו. אין פרידנסצייטן וואלטן מיר דאס באהאנדלט אינערליך, געשיקט א קלארע ווארענונג, און אויב דאס וואלט נישט געווירקט, אים אוועקגענומען די אחראים רעכטן. אבער אונזער יעצטיגער פאל איז אויסערארדנטליך און פרעצעדענטלאז, און ווי איר וועט ווייטער זעהן גרעניצט זיך דאס מיט אומגעהויערע פרעכקייט און זאגאר פארראט! דערפאר האבן מיר באשלאסן נאך לענגערע באראטונגען הונטער פארמאכטע טירן אז לא עת לחשות, מיר קענען מער נישט שלונגן און שווייגן, און טראץ די סענסיטיווקייט פון די אינפארמאציע, וועלן מיר ארויסקומען דערמיט אין די עפנטליכקייט.

מיר ווילן מקדים זיין אז צוליב די האקלקייט פון די נושא, און אויך צוליב אונזערע פעסטע תקנות, צו וואס אויך מיר מנהלים זענען פארפליכטעט, וועלן מיר נישט אריינגיין אין די פונקטליכע דעטאלן פון יעדן באשולדיגונג און פארדאכט, אויך וועלן מיר לעת עתה נישט ברענגן קיין דאקומענטירטע באווייזן אונטערצושטיצן אונזערע הנחות, מיר וועלן בלויז זיין א מגלה טפח ומכסה טפחיים פון די סאמע וויכטיגסטע אינפארמאציע וואס פעלט זיך אויס צעוויסן צו טוהן פאר די חשוב'ע מיטגלידער, כדי איר זאלט אונז קענען פארשטיין און אליינס קומען צו דער באשלוס אז וואס מיר האבן געטוהן אין דעם פאל איז ריכטיג און יושר'דיג. מיר האפן אז איר וועט אונז נישט באמוטשן מיט איבריגע פראגעס, ווייל דערווייל וועלן מיר נישט ארויסגעבן מער ווי דאס וואס שטייט דא אראפגעשריבן.

גראדע האבן מיר לאנג איבערגעקלערט אויב מיר זאלן קלאר ארויסשרייבן פון וועלכן "גרינער" די רעדע איז, אבער אין די ענדע איז איינשטימיג באשלאסן געווארן אז דאס מוז בעל כרחינו געטוהן ווערן, ווייל זיינע מעשים תעתועים זענען אזוי מערקבאר און אויבנאויפיג אז אפילו מיר זאלן פרובירן פארשווייגן זיינע בייזוויליגע אקטן וועט דאס פריער אדער שפעטער ארויסקומען אין די עפנטליכקייט, איז ממש א שאד אז מיר זאלן דאס נישט אויפוויקלן ווי געהעריג, והוקע אותו נגד השמש.

די רעדע איז פון א ניק וואס האט זיך אנגעבליך אהערגעשטעלט ווי א זעלטן געטרייער אחראי, שרייבנדיג און מעקנדיג ווען עס האט זיך נאר אויסגעפעלט, (און אפילו ווען נישט). פון צייט צו צייט האט ער זיך געלאזט הערן מיט זיינע מיינונגען וואס האבן אפטמאל בלויז רעפלעקטירט זיין פריוואטע דעה, אבער ער האט דאס אראפגעשטעלט בשער בת רבים כאילו ער רעדט דא בשם די גאנצע הנהלה. מיר וועלן נישט איבערגיין דא די לאנגע ליסטע פון עוולות וואס ער איז באגאנגען קעגן אונז, מיר וועלן זיך באגעניגן מיטן אויפברענגן זיין לעצטע אויסברוך אין די אשכול פון "האבן מיר פארלוירן אונזער טאטש".

יענער אשכול איז א טיפישער ביישפיל פון דעם פראבלעם וואס מיר האבן מיט דעם ספעציפישן אחראי. פון איין זייט שטעלט ער אן א פנים פון א געטרייער ארבייטער, און אין דער זעלבער צייט רייסט ער ארונטער רוב רובן פון אונזערע מיטגלידער וועלכע ווילן דוקא אנהאלטן דעם גאר פרומען אויסזעהן און געדאנקנגאנג. עס איז אונז געווען א הארצווייטאג צו ערהאלטן אזויפיל געזעגענונגס בריוולעך פון תורה טרייע ניקס וואס האבן זיך אפגעזעגנט פונעם פלאץ נאכן נישט קענען איבערטראגן דעם עפנטליכן העצע קעגן יעדע זאך וואס שמעקט מיט פרומקייט און ערליכקייט.

עס ווייסט יעדער איינער אז אייוועלט איז די שווארצאפל פון אויג פאר אלע ערליכע נעט-באזוכנדע אידעלעך, אויב זאל מען זיי פארשליסן דעם טויער פון מחאה דארט וואו עס פעלט אויס ווי לופט צום אטעמען, וועלן זיי אין די ענדע פארקלאפן דעם גאנצן וועבזייטל און גיין מאכן שבת פאר זיך, א זאך וואס מיר ווילן פארמיידן אויף אלע קאסטן.

אבער אלס דעם אליין וואלטן מיר נאכנישט איבערגעדרייט די שטאט, מיר וואלטן זיך באפרידיגט מיט א סילוק צום באטרעפנדן אחראי אין פריוואטן פאסט קעסטל, און אויב ער וואלט נישט פארשטאנען אויפן ווינק וואלטן מיר אים אוועקגענומען די שליסלעך. אבער וואס ברענגט אונז צו דעם פרעצעדענטלאזן שריט, איז א שטיקל דעטעקטיוו-סטיל ארבעט וואס אונזערס א געטרייער מיטגליד האט מיט גרויס ערפאלג אדורכגעפירט, וואס האט אים געברענגט צו ציען א מסקנא וואס האט אונז אלע אויפגעשטעלט די האר פון קאפ.

אויב ליינט איר די שורות שטייענדיג, רעקאמענדירן מיר איר זאלט זיך אנכאפן בעפארן ליינען ווייטער.

מיר זענען די לעצטע צייט געוואויר געווארן דורך פארשידענע אומוועגן אז - נישט מער און נישט ווייניגער, נאר - דער אלעמען באקאנטער 'געטרייער' אחראי "געלעגער", דינט גאר אלס דאפעלטער אגענט פאר אונזערע קאנקורענטן! אלע פעדימער צייגן קלאר און דייטליך אז נישט קיין אנדערער ווי ער זעלבסט האט גאר געגרינדעט דעם אנדערן וועבזייטל הידוע וואס מיר ווילן אפילו נישט אויפברענגן דעם נאמען צווישן אונזערע שפאלטן! נישט קיין וואונדער אז ער אגיטירט אזוי שטארק פאר ליבעראלקייט און קעמפט קעגן יעדע סארט מחאה וואס קען הייבן די אידישקייט שטאפלן פון אונזער ארט, אמער, הוא הגבר וואס שפילט א פירנדע ראלע אין דעם אנדערן מקום רח"ל!

ביים זיך איבערצייגן די קראנטקייט פון די שמועה לא טובה, האבן מיר שוין למפרע פארשטאנען פארוואס ער האט מיט זיין געוואלדיגע 'גוטסקייט' גענומען די מיה און געגרינדעט די טרויעריג בארימטע "אמ"ג" (אימעיל גרופע). מיר פארשטייען יעצט למפרע אז די אונטערליגנדע אורזאך דערפון איז פשוט געווען צו קענען אוועקצושלעפן ווי מער גוטע שרייבער פון אונזער וועלטל, און ווי מיר הערן טוהט ער דארט אנדרייען דעם עולם צו פאשן איבעראל נאר נישט דאהי, א זאך וואס דערקענט זיך שטארק אויף די סטאטיסטיקס פונעם סייט.

אויף דערווייל וועלן מיר זיך דא אפשטעלן, אבער אויב ער וועט פרובירן צוריקצוקעמפן ביי אונז אדער אויף זיין אנדערע וועבסייט, וועלן מיר געצווינגן זיין ארויסצוגעבן טייל פון די געהיימע באווייזן וואס מיר זאמלען איבער אים די לעצטע שטיק צייט! און מיר ווילן באטאנען אז דאס וועט אים שטעלן אין א גאר אומגינסטיגע ליכט, אפילו ביי זיינע אייגענע קאלעגעס אין דעם אנדערן פלאץ.

צום שלוס: מיר האבן טאקע געליטן א שטארקע דורכפאל, אבער מיר וועלן זיך האפנטליך צוריקכאפן דערפון ווי אמשנעלסטן, און אינאיינעם וועלן מיר צוריקשטעלן דעם הויכן ניווא פונעם פלאץ צו איר אלטע שטייגער, מיט די הילף פון א פרישע שטאב אחראים וואס וועלן האפנטליך אויסגעקליבן ווערן ביז א טאג-צוויי. (אלס תשובת המשקל וועלן מיר יעצט געבן א פארצוג פאר גאר ערנסטע מיטגלידער וועלכע האבן זיך שוין ערווארבן א נאמען פון פרומקייט און קנאות).

ועל זה באנו על החתום אור ליום ג' שנכפל בו כי טוב לסדר "כל המשכב אשר ישכב עליו" וגו', ר"ח ניסן תשע"ד לפ"ק

(-חתימת המנהלים)
משנה מקום
שר שלשת אלפים
תגובות: 3502
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מאי 14, 2010 4:13 pm
לאקאציע: משנה מקום יעדע שטיק צייט

מעלדונג איבער געצוואונגענע פרעצעדענטלאזע שריט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משנה מקום »

קוק אן ער האט געווארט פונקט אויף 00:
אוועטאר
מחותן
שר עשרת אלפים
תגובות: 10102
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 09, 2010 11:39 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מחותן »

איך האב אנגעגרייט א באגזאש פון אדייעיס פאר׳ן היינטיגען טאג, און דער קרעטשמער האט צוגעכאפט די גאנצע אטענשען...
לעצט פארראכטן דורך מחותן אום דינסטאג אפריל 01, 2014 12:15 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אלד וויליאמסבורג
שר האלפיים
תגובות: 2961
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 07, 2008 8:22 am
לאקאציע: וויליאמסבורג בריק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלד וויליאמסבורג »

טאקע פונקטליך, gixen ארבעט אויף אייוועלט?
.
אוועטאר
היימישער איד
שר חמש מאות
תגובות: 886
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 13, 2009 12:30 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היימישער איד »

חחחח גוט גוט
אוועטאר
מחותן
שר עשרת אלפים
תגובות: 10102
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 09, 2010 11:39 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מחותן »

אלד וויליאמסבורג האט געשריבן:טאקע פונקטליך, gixen ארבעט אויף אייוועלט?


נע.. ער האט עס קודם געשריבען, און דערנאך געריקט די זייגער צו 00: עס איז דאךצזיין סייט קען טיען כאוות נפשו

נא.. לאמיר זען צו יענער.... וועט נישט מעקען די אשכול.
אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרים אלף
תגובות: 20191
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכתחילה אריבער »

נו גוט נו!!

כ'בין דא גרייט צו נעמען זיין ארט!!
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש
אוועטאר
Shiala
שר חמש מאות
תגובות: 570
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 15, 2012 1:16 am
לאקאציע: ביי דיין רעכטן האנט
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Shiala »

קרעטשמער איך וואלט דיר געברויכט אראפלאזן צוויי רויטע אבער מיר פארמאגן נאר גרינע איז נאדיר ;l;p- ;l;p-
לעצט פארראכטן דורך Shiala אום דינסטאג אפריל 01, 2014 12:30 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
א קאטשקע איז די אייער׳ס וועג צי מאכן א נייע איי
אוועטאר
מחותן
שר עשרת אלפים
תגובות: 10102
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 09, 2010 11:39 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מחותן »

לכתחילה אריבער האט געשריבן:נו גוט נו!! כ'בין דא גרייט צו נעמען זיין ארט!!


נאר נישט דאס.. נעם נישט איבער זיין ארט ווייל קרעטשמער צוקריגט זיך מיט יעדען אקטיווען אחראי אדער מנהל, גלעגער האט יעצט די זעלבע סוף וואס קרעמער האט באקימען נאך וואס קרעטשמער האט געווארפן א שלעכט אויג אויף אים ( און קרעטשמער האט געשריבען א אשכול בשם קרעמער כאילו קרעמער גייט מדעת עצמו )
אבי.גערעדט
שר האלף
תגובות: 1323
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 13, 2009 12:07 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אבי.גערעדט »

Shiala האט געשריבן:אלמאסט גאט מי, און אאפס די קאלענדער אויפן פאון האט זיך צוקלונגען, העפפי אפריל פולס

קרעטשמער איך וואלט דיר געברויכט אראפלאזן צוויי רויטע אבער מיר פארמאגן נאר גרינע איז נאדיר ;l;p- ;l;p-


העי די האסט עס גע'הרגעט, פארוואס קענסטו זיך נישט אביסל איינהאלטן? איך האב א חשד אז די ביסט אויך פון די פאררעטער, טריי נישט צו לייקענען, ווייל מיר האבן פרוף
אוועטאר
Shiala
שר חמש מאות
תגובות: 570
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 15, 2012 1:16 am
לאקאציע: ביי דיין רעכטן האנט
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Shiala »

גוגל איטרעדאסט א מעגיק האנט וואס וועט קאנטראלן דיין פאון, מברויך מאכן אן אשכול פאר דאס אלעס, סאררי פארן עס הרגענען מיין פנים איז רויט פאר בושה עך ברויך טראכטן מער פארן דריקן שלח
א קאטשקע איז די אייער׳ס וועג צי מאכן א נייע איי
אוועטאר
שנאפס
שר עשרת אלפים
תגובות: 17010
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 12, 2011 9:59 pm
לאקאציע: אויף די קרעטשמע פאליצעס

הנני!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שנאפס »

אזויווי רוב פון די חשובע מיטגלידער בינעך שרעקליך צושאסן פונעם שאקירנדן אויפדעקונג, אזא חוצפה נאכדערצו פון א אחראי איז א שרעקליכע פארראט

איך וויל דא מעלדן אז איך בין גרייט איבערצונעמען זיין ארט, און מעקן תגובות וואס געפעלן מיר נישט, איך בין זיכער אז איך וועל קענען ערפילן דעם דזשאב מיט נאמנות און יושר

שנאפס עט קנא מעקן טישל, פה אייוועלט הענקי
kraitchmah עט גימעיל

באקומט סטאקס בחנם
אוועטאר
AHA
שר האלפיים
תגובות: 2007
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 30, 2011 6:14 pm
לאקאציע: בין פטיש לסדין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך AHA »

קרעטשמער,

וואטש אוט דו קענסט דערלייגען געלט ווען דו ביזט אנגעטרינקען, די כוליגאנעס דא וועלן נאך אויסלייגען דעם רעזשיסטער אין אויסלייגען דיינע טייערע וויינען.

העפי עפריל פולס דעי!
איך גלייב אז אלעס וואס דער באשעפער טוהט איז נאר גוט. בעטן בעט איך אז הראינו השם את חסדיך אפו' מיין באגרעניצטע מוח אין פליישיגע זאל דאס אויך זעהן.
גיטעהארץ
שר העשר
תגובות: 47
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 24, 2013 12:32 pm

אוטש!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גיטעהארץ »

אוטש! אוטש! אוטש
מיין הענט אין פיס האבען געציטערט ווען איך האב עס געליינט!

אזאנס צי מאכען פין אינז
איי (ס'איז אמאל געווען א) וועלט
אוועטאר
private
שר האלפיים
תגובות: 2948
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 16, 2011 11:30 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך private »

וואס! דא! גייט! נישט! אלץ! פאר!
אוועטאר
אורייתא
שר חמש מאות
תגובות: 744
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 13, 2013 2:33 pm
לאקאציע: בד' אמות של הלכה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אורייתא »

עס איז שרעקליך צו הערען אזוינס און ווי ווייט מען קען זיך דערקייקלען.
אבער ביי אידין האט מען געוויסט אז פון א קלאף דערהייבט מען זיך אויף סאך א גרעסערע לעבעל... דארף מען זעין זיך טאקע צו דערהייבען אביר אויף ארויף מיטן גאנצען קאפ למעלה למעלה און זיך פארבעסערן מיט שטערקערע גדרים...
אורייתא וישראל חד הוא
אוועטאר
שמעק_טאביק
שר האלף
תגובות: 1618
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 14, 2007 11:13 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמעק_טאביק »

אוי. אז עס רעגנט גיסט טאקע און עס מבול'ט. מי פילל. אוי מה היה לנו!
אינדערהיים וואלט מען זיך געזעצט שבעה!
הפך בה והפך בה דכולה בה!
אוועטאר
private
שר האלפיים
תגובות: 2948
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 16, 2011 11:30 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך private »

. פינטל!
לעצט פארראכטן דורך private אום דינסטאג אפריל 01, 2014 1:10 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
דעפרעסט
שר חמש מאות
תגובות: 913
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 27, 2011 2:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דעפרעסט »

א נקמה אין געלעגער, ענדליך איינער מיט די קאפ אויף די פלייצע, געענדיגט מיט די ליבעראליזים און טאלעראנץ, ארדענונג וועט דא זיין.
אוועטאר
סאדע_באטל
שר האלף
תגובות: 1604
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 11, 2008 4:55 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאדע_באטל »

אוי איך דערמאן מיר אפאר יאר צוריק ווען עס איז געווען די שפאלט צווישן די מנהלים און די גאנצע עולם האט געדארפט גיין צו בחירות, וועהלן הלנו או לצרינו.

יעצט איז שוין די מוסדות גענוג גרויס, אז די מנהלים און די אחראים קריגן זיך צווישן זיך
אפשר באגרעניצט מען די צאל חתימות וואס איין ניק מעג האבן פער וואך?
אלד וויליאמסבורג
שר האלפיים
תגובות: 2961
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 07, 2008 8:22 am
לאקאציע: וויליאמסבורג בריק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלד וויליאמסבורג »

קרעטשמער האט געשריבן:(-חתימת המנהלים)

חסימת המנהלים
.
אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14264
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוועמל »

יויש... שרעקליך וואס דא קומט [נישט] פאר!
יעצט ארויסגעווארפן די טרויעריג בארימטע "מי מנוחות'ות" וואס דער גרינער פרה אדומה האט צוגעשטעלט, האלט דיך דערמיט!! דו אנגעלעגטער... מיט די חמץ וועט מען דאס פארברענען! אויפן שייטער הויפן!

נאכאמזל כאדיר נישט אריינגעשיקט מיין ארטיקל די לעצטע מאל... דו פאסקודניאק!
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)
אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14264
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוועמל »

אגב איך זע דא די ענדע פון אייוועלט. ווער סהאט דא געשלח'ט גוטע ארטיקלען זאל עס בעסער יעצט אראפקאפיען ווייל באלד וועט מען קענען זאגן קדיש דערנאך.
אוקיי נישט ממש, מ'וועט עס קענען טרעפן אויף די קאנקורענט-סייט.


איינער ווייסט פארוואס איז ער נאך אלץ גרין??
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)
פאמיליעמירעלס
שר האלף
תגובות: 1162
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 30, 2012 2:31 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאמיליעמירעלס »

אלס תורה טרייער ניק שפיר איך א דערלייכטערונג אין לאזן ווידער אויסדרוקן מחאות. און צו די זעלבע צייט דרוק איך אויס מיין מחאה אויף איסור לא תלכו בחוקותיהם.
אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14264
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוועמל »

מירעלס,
דאס איז לכבוד ראש חודש ניסן, געמאכט געווארן אין אדר. מעג מען?
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)
שרייב תגובה

צוריק צו “אידישע וועלט”