השגחה פרטית

געדאנקען און התחזקות בעניני עבודת השם

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18580
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע: אין אפיס
פארבינד זיך:

השגחה פרטית

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איך_הער »

יוןש בינעך שוין לאנג נישט סא געווען. עניוועי אויף די אמ"ג האבעך אפגעשריבן צוויי מעשיות האבעך געטראכט אז זאל דער עולם דא אויך הנאה האבן.
האמער נעכטן געהערט א מעשה פון א מלמד.

פארציילט א יונגערמאן אז אזוי ווי יעדן פורים אן אויסנאם איזער דעם פארגאנגענעם פורים אויך ארום מיט זיינע יונגלעך צו די מלמדים מיט משלוח מנות. אנדערש אבער ווי געווענליך איזער היי יאר אינמיטן נמאס געווארן ער ווייסט נישט פארוואס, אבער אינמיטן האטער באשלאסן אזער שפאצירט אהיים און איז מכבד ס'רעבעצין מיט די גרויסע מצוה, אן קיין ברירות נעמט זי איבער די לייצעס און געגאנגען.

מ'קומט אן צום נעקסטן מלמד, און אט דארט טרעפט זי נאך א פרוי וואס רופט אויס מיט שמחה, אההה דו ביסט אויך געקומען?
די פרוי פארשטייט נישט פונקטליך, לשמחה מה זו עושה, באט יענע לאטעס נישט אומפארענטפערט און איז מסביר.
איך בין מרת ..... (די אלמנה) מיין יונגל האט געוויינט און פארפירט אז ער וויל נישט גיין מיט די מאמע צום מלמד ווייל אלע קינדער גייען מיט די טאטעס, און אט ביסטו אנגעקומען מיט דיין אינגל ווי א מלאך.

און זי רופט זיך טאקע אן צו איר קינד, זעעסט! דעי אינגל איז אויך געקומען מיט זיין מאמע. ובכיית הילד שככה.

קאמענטארן זענען איבריג.
אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18580
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע: אין אפיס
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איך_הער »

און אז מ'רעדט שוין פון דעם ענין, עמער מיטטיילן א בדידי פון עטליכע שעה צוריק.

בינעך געווען אין מאנסי און ארויס געפארן אהיים, אויפן וועג זע איך א בחור'ל ווארטן אויף א היטש, איך גלייך זייער צו געבן היטשעס (ווי עס קענען מעיד זיין די פיל געהיטשטער עולם דורך מיר) אבער נישט אין מאנסי, איך קעמעך נישט צו גוט אויס דארט, כאנישט קיין אהנונג די געווענליכע דעסטינעישן'ס, (אנדערש ווי אין ק"י וואס דארט ווייסעכעס יא). דערפאר בינעך ווייטער געפארן איבערלאזנדיג די מצוה פאר א פערטן אדער פופטן (דעם צווייטן האב איך נאך געזען אזער האטעס אויך נישט גענומען).

באלד דערויף האבן מיינע געדאנקען מיך אנגעפאנגען צו דערקוטשענען, היתכן איך האבעם איבער געלאזט, ערידאך א היימישער (אנדערש ווי די רוב היטשערס מיט בענדאונס וואס דער חשדהו איז ביי מיר שטערקער ווי די כבדהו).
געטראכט און געטון, איך האב געמאכט א יו טוירן און געפארן אהער און אהין, ביז איך בין געווען נעבן אים און אים אריין גענומען.

הכלל איך זאגעם אז גיי דורך היי-וויא, וואו ברויכסטו גיין? ער דארף אויף קארלטאן, עטליכע גאסן אראפ, אן אומוועג פון אפשר 2 מינוט.
ערלעדיגט איך פאר דורך דארט.
אזוי ווי איך קום אן נעבן די הייוועי שטעלט זיך א קאר נעבן מיר און שרייט ארויס, פארסט יעצט אויף ק"י? פארשטייט זיך אז די תירוץ איז געווען יא, און בין רגע האט דער חשוב'ער פאסאנזשיר (גראדע א נאנטער קרוב מיינער) געסוויטשט קאר'ס און מיר זענען געפארן ווייטער.

יעצט רעכנט אויס,
אויב וואלטעך נישט אויפגעפיקט דעם בחור,
אדער אים גראד אויפגעפיקט און נישט געמאכט דעם אומוועג,
אדער אפילו יא גראד אויפגעפיקט און יא געמאכט דעם אומוועג,
אדער אפילו נאכן זיך אויסדרייען, און נישט געמאכט דעם אומוועג,

וואלטעך יענער מיר נישט געטראפן און עראטעך זייער וויכטיג געדארפט אנקומען קיין ק"י, אזוי האט דער אייבישטער צוגעפירט אלע פונקט'ס, אז איך זאל אנקומען פונקט אין די זעלבע צייט מיט יענעם.

זיצנדיג אין קאר בינעך געוואר געווארן צוויי זאכן, איינס אזער גייט ממש צו די זעלבע פלאץ ווי איך.
און ער פארציילט מיר אז ער קומט יעצט פון שטאט און אויפן גאנצן וועג האטער פארציילט השגחה פרטיות מעשיות פארן דרייווער, און אט האט זיך זיין נסיעה געענדיגט מיט אזא השגחה פרטית.
קרעפטיג
שר האלף
תגובות: 1077
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 07, 2008 9:32 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעפטיג »

שיינע מעשות איכער, שיין באשריבן.
אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14263
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוועמל »

זייער שיין ביידע מעשהס.
למה קרא שמו פונקט? ווייל עס ווערט געפירט פון אויבן מיט א מוראדיגע פונקטליכקייט!
בפרט די יונגל (יתום) האט מען געוואלט משמח זיין אין פורים
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)
אוועטאר
ידיד
שר שלשת אלפים
תגובות: 3822
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 16, 2012 6:37 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ידיד »

זייער שיינע מעשיות. יישר כח פארן נעמען די מי עס אראפצושרייבן.
אוועטאר
שנאפס
שר עשרת אלפים
תגובות: 17010
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 12, 2011 9:59 pm
לאקאציע: אויף די קרעטשמע פאליצעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שנאפס »

ידיד האט געשריבן:זייער שיינע מעשיות. יישר כח פארן נעמען די מי עס אראפצושרייבן.
kraitchmah עט גימעיל

באקומט סטאקס בחנם
אוועטאר
ק.נ.א. וועטער
שר עשרת אלפים
תגובות: 15904
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 06, 2011 9:23 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ק.נ.א. וועטער »

געוואלדיג! מ'זעהט בחוש דעם אור בתוך החושך.
אוועטאר
אסותא
שר חמש מאות
תגובות: 899
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 24, 2013 2:44 pm
לאקאציע: בה'איי עלמא'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אסותא »

ידיד האט געשריבן:זייער שיינע מעשיות. יישר כח פארן נעמען די מי עס אראפצושרייבן.
אוועטאר
יוראפ
שר עשרת אלפים
תגובות: 19433
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 18, 2011 12:16 pm
לאקאציע: על אדמת נכר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוראפ »

קודם איכער א שכח פאר די היטש כ'בין שוין ממש פארפרארן געווארן ווארטנדיג אזוי לאנג

צום ענין, געוואלדיג די 2 מעשיות, ביים ערשטן איז מיר כמעט געקומען צו טרערן
אוועטאר
טייבעלע
שר עשרת אלפים
תגובות: 10650
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 11, 2012 4:00 pm
לאקאציע: ביי אלאסקא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טייבעלע »

א גרויסן דאנק פאר אונז מיטיילן די געשיכטעס.
יונתי בחגוי הסלע בסתר המדרגה הראיני את מראיך השמיעני את קולך כי קולך ערב ומראיך נאוה: (שה"ש ב יד)
teibele1 at birdlover.com
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28117
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

געוואלדיג הנאה געהאט פון דיינע מעשה'לעך. דאכט זיך אז אויף די אימעיל גרופע איז לעצטנס געווען נאך אזעלכע געשיכטעלעך (צב"ש וואס ר' פייוול קליין האט דערציילט מיט א א"י איד וואס האט באקומען פינף טויזנט דאלער קעש ביים קלאפן אין א דירה'לע).
אוועטאר
להגדיל שמו
שר שלשת אלפים
תגובות: 3329
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 03, 2013 8:40 pm
לאקאציע: אין פלאץ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך להגדיל שמו »

איז עס שוין ארום געפארען.

היינט האט ר' פייוול קליין פארציילט אזא מעשה, עס איז זייער קראנט איש מפי איש צום באטרעפנדן זעלבסט.

כ'גיב איבער דעם ווארט פאר'ן מגי"ש.

פארציילט מיר א איד אז ער האט געטראפן זיין חבר פון ישיבה די ערשטע מאל נאך א 25 יאר זיך נישט זעהן, יענער וואוינט אין ארץ ישראל און איז יעצט געקומען נאך געלט חתונה צו מאכן די קינדער..

פרעגט ער דעם חבר וויזוי ס'גייט.. ב"ה און פארציילט א מעשה שהי',

ער קלאפט אריין צו א דירה אין די בעדפארד גארדנס בעטן צדקה. א קליינע מיידעלע עפענט די טיר און גיבט א ענוועלאפ. אינעם קאנווערט איז געווען 25 גלאטע (נייע?) הונדערטער'ס!

ער האט גאנץ גוט געוויסט אז ס'מיינט נישט אים, האט ער געזאגט פארן קינד זאל פרעגן דעם טאטע'ן אויב דאסי פאר אים, זי קומט צוריק און זאגט אז יא...

האט ער באפוילן דעם קינד זאל מוחל זיין נאכאמאל אריינגיין, עפעס א טעות גייט דא פאר, צום דריטן מאל איז שוין דער יונגערמאן אליינס געקומען צום טיר און איז געווארן בלאס... די ענוועלאפ שטייט גרייט איינער זאל עס אויפפיקן (רענט?) נאך שטארק אנטשולדיגן האט ער אים געגעבן א 5'ער אנשטאט א 1'ער ווי געווענליך.

בייגעשטאנן די נסיון...

דאסי געווען סוף וואך, מוצאי שבת איז ער געגאנן ווייטער נאכגעלט אויך אין די בעדפארד גארדנס. ער קלאפט אריין צום ערשטן אדרעס און הערט תיכף ווי דער איד שרייט אויס קומענדיג צום טיר "לאמיר זעהן ווער ס'איז די גליק'לעכע איד" און גיבט אים אין האנט אריין $5000 פינף אלפים! פונקט דאבלט פון וואס ער האט אפגעגעבן.

דער איד פארציילט אים אז דאנערשטאג האט ער געהאט א שווער ביזנעס דיעל, האט ער צוגעזאגט פארן אייבערשטן אויב וועט ער באגליקן גיבט ער אראפ 5 אלפים פארן ערשטן איד וואס קלאפט אויף זיין טיר!

וכן טאקע, דער איד האט מקיים געווען נדרו.

די מעשה האט זיך אפגעשפילט דא אין וויליאמסבורג בלויז אייניגע וואכן צוריק, הפלא ופלא.
אויב האב איך עפעס געטיען wראנג ברבים מוסר מיך דארט, שיק מיך נישט אין אישי
אוועטאר
AHA
שר האלפיים
תגובות: 2007
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 30, 2011 6:14 pm
לאקאציע: בין פטיש לסדין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך AHA »

די מעשה פון די יתום האט מיר געקאסט א טרער.
איך גלייב אז אלעס וואס דער באשעפער טוהט איז נאר גוט. בעטן בעט איך אז הראינו השם את חסדיך אפו' מיין באגרעניצטע מוח אין פליישיגע זאל דאס אויך זעהן.
אוועטאר
שויתי'ניק
שר האלף
תגובות: 1834
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 20, 2011 10:06 am

יישר כוחכם!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שויתי'ניק »

עס שרייט ארויס פון די מעשיות...

קינדערלעך טייערע, זעט נאר ווי איך טראכט פון אייך. אינעם ביטערן פינסטערן חשכות הגלות. יא איך בין מיט אייך! און רעכן אויס לטובתכם, וואס איר חלומט ניטאמאל...

די ערשטע האט מיר ממש געברענגט טרערן, ווי דער באשעפער טראכט פון א קליין יתומ'ל און רעכנט אויס, אים אויך משמח זיין אום פורים...
שויתי השם לנגדי תמיד
אוועטאר
פאטאקי08
שר עשרת אלפים
תגובות: 13864
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 09, 2007 1:30 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאטאקי08 »

איך_הער האט געשריבן:יוןש בינעך שוין לאנג נישט סא געווען. עניוועי אויף די אמ"ג האבעך אפגעשריבן צוויי מעשיות האבעך געטראכט אז זאל דער עולם דא אויך הנאה האבן.

כאמזל האסט געטראכט
למה נגרע??????
עניוועי שיינעם דאנק
אוועטאר
אנעים זמירות
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4693
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 05, 2012 10:32 am
לאקאציע: ווען מען זאגט אמר ר' בנימין הכל בחזקת סומין וכו'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אנעים זמירות »

AHA האט געשריבן:די מעשה פון די יתום האט מיר געקאסט א טרער.
א מענטש קען זיך טועה זיין.
ואולי אין דברי ההלכות (הרי"ף) בזה נכונים כי אין השלימות בלתי לה' לבדו יתברך ויתעלה ויתנשא שמו יתברך. (ספר הזכות להרמב"ן יבמות כד: מדפי הריף)
די סכנה פון באזוכען כפירה\ליצנות בלאגס

מיינע שיעורים
היטל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 351
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 10, 2013 10:52 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היטל »

באמת א יישר כח פאר די שיינע מעשיות, עס האט מיר גערירט.
אוועטאר
green
שר האלף
תגובות: 1554
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אפריל 22, 2013 12:49 pm
לאקאציע: בין השמים ובין הארץ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך green »

די מעשה פון ר' פייוול איז א לימוד אויך אז מ'דערלייגט נישט פון זיין ערליך
אוועטאר
היימישער איד
שר חמש מאות
תגובות: 886
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 13, 2009 12:30 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היימישער איד »

להגדיל שמו האט געשריבן:איז עס שוין ארום געפארען.

אז די ארומשיקער האבן נישט צוגעלייגט קיין קרעדיט ווען עס קומט זיך, העליך בדיעבד אליינס אזוי טון...
די שורות האביך אפגעטייפט. יישר כח להגדיל פארן עס ארויפלייגן אהער און מהנה געווען נאך אידן.
שיילער
אנשי שלומינו
תגובות: 3
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 26, 2014 10:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שיילער »

איך בין איינע פין די גרויסע עסקנים פין וויליאמסבורג. ציפול געלט האב קיינמאל געהאט איך האב מיר דורך געשטיפט מיין טאג טעגליכען לעבען. איך פלעג אייביג אראפ קיקען עפעס אן עושר פין מיין בית מדרש ווייל געלט ביי אים איז געווען אזווי ווי פאפיר ביי מיר גארנישט האט אים געפעלט אבער מיט דעם אלעם האט ער דעם דאלער געשפארט אין קארג איז געווען זיין בעסטע זאך אויף דעם וועלט עס האט אויסגעזען אז ער איז אראפ געקימען אויף דעי וועלט צי זיין קארג ער איז געווען קארג ווי די נאכט ער פלעגט צירוק בעטען טשעינדזש פין א קוואדער. אין צים אנדערע זייט פלעג איך אייביג ארויף קיקען א אינגער מאן אויך פין די זעלבע בית מדרש. ער פלעגט אריין וואקען 10:00 אזייגער מיטען פילסטען רואיגקייט מיטען קאפי אינעם רעכטען האנט שיין געלט געהאט איך האב אייביג געטראכט אז א שאד אז איך בין נישט אים א פיינע ווייב פיינע קינדער פארוואס בין איך נישט ווי אים איך פלעג מיר אינטער זאגען פארוואס האט מיר נישט די אייבישטער באשאפען אין זיין הויזען איך פלעג אויסגיין פאר קנה. והיא היום עס איז געקימען א טאג מען האט מיר אראפ געריפען פאר הילף פאר דעם אינגערמאנ׳ס אידענע אזוי אויספרעגענדיג אויב זי לייט אויף עפעס ווער איך געוואר נישט מער אין נישט ווייניגער נישט נאר אז עס פעלט איר סכל נאר זו איז אויף העווי פּילען שיין געזאגט זו קען אן פילען א ריידער טראק אין עס גייט נאך איבער בלייבען אין דעי קליינע גרינע סאנדעי מאנדעי האלטער .איך האב מיר דעמאלס געכאפט אז אויף דעם אינגערמאן האב איך אייביג ארויף געקיקט אזוי האב איך געוואלט זיין. איך האב מיר דעמאלס אויסגעלערענט די בעסטע איז וואס די אייבישטער געט עס לוינט זיך נישט צי מקנה זיין איינעם. ...
אוועטאר
אנעים זמירות
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4693
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 05, 2012 10:32 am
לאקאציע: ווען מען זאגט אמר ר' בנימין הכל בחזקת סומין וכו'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אנעים זמירות »

שיינע מוסר השכל, אבער
1. פארוואס אינעם השגחה פרטית אשכול?
2. וואספארא שייכות האט די סוף פונעם מעשה מיטען גביר פון אנפאנג? איהם ביזטו אויך מקנה?
א מענטש קען זיך טועה זיין.
ואולי אין דברי ההלכות (הרי"ף) בזה נכונים כי אין השלימות בלתי לה' לבדו יתברך ויתעלה ויתנשא שמו יתברך. (ספר הזכות להרמב"ן יבמות כד: מדפי הריף)
די סכנה פון באזוכען כפירה\ליצנות בלאגס

מיינע שיעורים
אוועטאר
ראשית
שר חמישים ומאתים
תגובות: 443
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 16, 2013 11:24 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ראשית »

איך_הער האט געשריבן:יוןש בינעך שוין לאנג נישט סא געווען

נאך דעם האט מען טענות אויף גלעגער אז ער טוט וואס ער וויל
# אליין אויףן מארק
אטעטשמענטס
a.JPG
a.JPG (9.22 KiB) געזען 4464 מאל
בשביל התורה שנקרא ראשית, בשביל ישראל שנקרא ראשית
אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 15938
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am
לאקאציע: אדערע זייט שאך ברעט פון חמרא טבא

מה' מצעדי גבר כוננו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קיקיון »

עס איז מיר געווען באשערט אז איך זאל נעכטען נאכט פארען קיין קאני איילענד
אפטראגען פאר א קאר סערוויס דרייווער $20, אן עגמות נפש
זוגתי שתחי' איז געווען דינסטאג נאכט ביי די מוטער און שפיטאל ביז שפעט און גענימען א קאר סערוויס
אהיים
נעכטען נאכט קלינגט א רוסישער איד און זוכט זוגתי וויל ער האט געטראפען אר בערזעל אין זיין אויטא
קלינג איך צי איר און שפיטאל און פרעג דו האסט דיין בערזעל? זי האט גארניט געוויסט אז עס פעלט איר
פונקט
איז דער דרייווער געווען אן אנשטענדיגער
האט דער דרייווער ניט געארבייט נעכטען און עס איז ניט קייו אנדערע אין זיין קאר א גאנצען טאג
האט מיין מנב"ת ניט געדארפט איר בערזיל א גאנצען טאג
(למשל אינמיטען טאג רופט זי מיר איך זאל קימען צי איר ביי די ארבייט אפטראגען אין שפיטאל ווייל זי קען ניט
באקומען קיין קאר סערוויס)
אז עס איז ניט געווען געווען באשערט עגמות נפש איז דער הסבר נור אז איך האב געדארפט
אפטראגען פאר יענעם קאר סערוויס דרייווער $20
גם אני מצטרף לבקשתו של ידידני מבראונזוויל
ענגליש? נוצט דעם Left קנעפל


אוועטאר
msp
שר עשרת אלפים
תגובות: 18061
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 10, 2011 10:03 am
לאקאציע: בין גברא לגברא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך msp »

מציץ מן החרכים
חכלילי עינים מיין ולבן שנים מחלב
אוועטאר
משה הקטן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 365
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 28, 2013 11:28 am

השגחה פרטית

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משה הקטן »

אויך געוואלט מיטיילן מיין געשיכטע.

איך האב מיר געדינגען א דירה ערגעצווי אויף א יאר צוליב פארשידענע ענינים.

אפגעשמועסט האט מען אז איך באצאל די רענט א גאנץ יאר, די לעקטער און געז באצאלט די בעל הבית, אבער היות די יוטיליטיס האט געדארפט זיין אויף מיין נאמען האב איך עס געדארפט אויסלייגן און די בעל הבית מיר געדארפט צוריקגעבן.

במשך דעם יאר האט די בעה''ב (א היימישע יוד) מקיים געווען דעם ''ותחלף את משכורתי עשרת מונים'', ער האט מיר איינגעטיילט ווען איך מעג דארט זיין... געטענה'ט אז די 250$ פי פון געז קאמפעני דארף איך באצאלן, די טעלעפוין דארף איך אויך באצאלן (כאטש קלאר געווען אפגעשמועסט אנדערש), דער יוד איז א נגיד אבער פרובירט צו מאכן נאך אפאר גראשן אויף דעם אומשילדיגן יונגערמאן...

ווען ס'איז געקומען סוף יאר, האט ער זיך אנטזאגט צו באצאלן א חלק פון די לעקטער טענה'נדיג אז איך האב געלאזט אסאך גיין די לעקטער...

הקיצור, ער האט געוואלט נתעשר ווערן פון מיינע פאר גראשן, איך האב מיך נישט געקענט צופיל ארומשלאגן, פארט בין איך געווען אנגעוויזן אויף אים האב איך מיך געלאזט פון אים.

מה עשה הקב"ה איין טשעק פון עלעף הונדערט דאללער וואס איך האב אים געגעבן פון מיין באנק אקאונט איז נישט גע'קליר'ט געווארן, נאך א האלב יאר האב איך אים געבעטן ער זאל מוחל זיין און קלירן די טשעק ווייל איך דארף נישט די געלט אין מיין באנק אקאונט, ער פלעג זיך ארויסדרייען, יא מ'וועט זעהן צו קלירן די טשעק... נאך א יאר האב איך אים אנגעהויבן דערקוטשען אז ס'איז נאכאלץ נישט גע'קליר'ט, זאגט ער מיר, איך ווייס נישט איך געדענק ס'איז אריין אין גמ''ח, לאמיך אפ,

נו ווילאנג וועל איך מיך בעטן ביי נעם, איך האב געסטאפט די טשעק אין די געלט איז געבליבן ביי מיר

ס'איז אדורך 2 יאר זייט דעמאלט, איך האב שוין גארנישט מיט דעם בעל הבית, האב איך געמאכט די סך הכל וויפיל ער האט מיך בא'עוול'ט (בא'גנב'ט), איז עס אויסגעקומען פונקט 1100$, חושבנא דדין כחושבנא דדין, איך האב ממש געזעהן ווי דער רבונו של עולם האט גענומען די געלט פון אים אין עס צוריק געלייגט אין מיין קעשענע...

ס'לוינט זיך נישט צו גנב'ענען...
שרייב תגובה

צוריק צו “אז נדברו”