קוגעלעך - א דראסטישן טויש

געדאנקען און התחזקות בעניני עבודת השם

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7114
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

אבער דו מתבונן גייסטו דא אריין אין א נושא וויאזוי עס פארמירט זיך ביהעיווער פון מענטשן. און קינדער.
למעשה זעהט מען ווי פון דור צו דור גייען איבער זייער אסאך זאכן. געימס. קראכן די דרינק נאכן טרינקען.
און אזוי נאך און נאך אינטערעסאנטע זאכן וואס מיר ווייסן נישט פונקטליך ווער און ווי אזוי דאס ווערט איבערגעגעבן. אבער לכאורה ווערט דאס איבערגעגעבן פון איינעם צום צווייטן חברך חברא אית ליה. 
דא האסטו מתבונן שוין געטראכט ווי אן עכטע סייענטיסט און האסט דיך אפגעשטעלט זאגן סברות אויף די פאקט וואס דו זעהסט. 
א) אז ס'איז נשתכח געווארן
ב) אז איינער האט עס אזוי איינגעפירט מיט כח. און צו דעם קען איך צולייגן אז דער דור איז אפשר שוין מער רייף איינצופירן א קילא אין געימס. מ'האט שוין נישט קיין כח זיך אזויפיל צו פלאגען. 
דאס האט לכאורה געמוזט פאסירן אזא טויש אינעם געים.
אבער יעצט צום אנדערען פאקט פון אמונה איז שוין גארנישט אזוי פשוט ווייל זאכן האלטן זיך אין איין טוישן. און איך און דו און יעדער דא פון אונזער קהילה אויף איי וועלט האט א חלק אין וויאזוי די וועלט גייט אויסקוקען אין צוואנציג יאר פון יעצט.
יעדע תנועה ווערט פארזיכטיג באטראכט און אוועקגעלייגט דורך די ארומיגע באבאכטערס און עס ווערט אוועקגעלייגט אין זכרון.
און יעצט קום איך צו, צו די היינטיגע צייט. ווען די אינטערנעט האט איבערגענומען די פראסעס וואס האט אמאל גענומען יארן.
און נאכדערצו מיט די וואט'ס עפפ גרופס. און רגעים ווערן געטוישט רול'ס און אנגענומענע מיינונגען צום נעגעטיוו און אבער אויך צום פאזיטיוו. יא אויך פאזיטיוו קען מען אויסנוצן דעם סיסטעם.
ווען איינער רופט זיך אן "לשון הרע" ווערט א פאזיטיוו טויש. און יעדער האט א חלק אינעם טויש וויאזוי די וועלט גייט אויסקוקען אין צוואנציג יאר פון יעצט.
דו מתבונן האסט אנגערירט א שטיינדעל און די שטיינדעל איז פון א ריזיג גרויסע נושא.
איך האלט און איך וויל טאקע הערן די מיינונג פון אונזערע געלערנטע דא אויף איך-וועלט, אז זאכן האלטן זיך אין איין טוישן. אדורך א יאר און רולס זענען מער נישט די זעלבע. אמונה איז דאקומענטירט אין די ספרים הקדושים קיינער קען דאס נישט אפלייקענען. 
און איך וועל מודה זיין אז למשל די הברת האותיות גייט שוין אן דורי דורות, אבער נאך אלץ וועט יעדער מודה זיין די שינויים וואס ווערן ווען די דורות גיבן איבער. א איד פאר צוואנציג יאר צוריק איז אבסלוטלי נישט די זעלבע סארט יוד פון היינט. די רול'ס זענען שוין אינגאנצן אפגעריקט. די סטענדארטן אנדערש געפארעמט. אפילו די הברת פה איז אנדערש ווי פאר צוואנציג יאר צוריק הגם אין דקות. וועט דען א קינד רעדן אינגאנצן ווי זיין טאטע. אזויפיל זאכן ווערן אפגערוקט און צום סוף אינגאנצן שינוי צורה ביז נישט צום דערקענען. היינט איז דא א נייע מין יוד וואס האט בכלל נישט עקסיזטירט פאר צוואנציג יאר צוריק. אינגאנצן א נייע מין יוד. איך האב נישט ארויפגעשמירט א שווארצע פעינט דערויף. אבער דאס איז די מציאות.
איז נאר ביי אמונה קענסטו זאגן אז אפילו נאך דריי טויזענט יאר האט זיך עס נישט געטוישט און ס'איז וועגן די הבטחה כי לא תשכח מפי זרעו. אבער זייער אסאך אספעקטן אין יודישקייט זענען שוין בכלל נישט די זעלבע נאר אינגאנצן אפגעריקט און אוועקגעדרייט. חוץ אויב ס'איז דא פיר און צוואנציג שעה ווידיאו פון די מענטשן וואס האבן דאן געלעבט און מ'קען אויך פילן וואס זיי האבן געפילט קען מען האבן אן השגה וואס ס'איז געווען אמאל און וואס ס'פעלט. אבער קיינער געט דאס נישט איבער און זאכן ווערן געטוישט.
מיט א טראכט צוריק וועל איך זאגן אז דו רעדסט דא פון א רול אין א געים וואס איז אסאך ווייניגער אויסגעשטעלט צו פארלוירן גיין ווי א תנועה און געפילן פון מענטשן. א רול אין א געים איז א הארטע זאך, מה שאין כן, אן אופן התנהגות פון אונזערע פריעריגע, וואס די לעצטע איז זייער אויסגעשטעלט צו פארלוירן גיין און נישט ווערן געהעריג נאכקאפירט פארדוקא אדער מחמת נישט קענען.
און דא זאל ווערן דאקומענטירט איינע פון די אינטערעסאנטסטע זאכן אין די בריאה. די זאכן וואס ווערן איבערגעגעבן פון דור צו דור. פון טאטע צו קינד, פון מאמע צו טאכטער, פון די פריערדיגע חזן וואס האט געזינגען אין שוהל צו די -דאן יונגעלע - היינטיגער חזן. און אזוי נאך ווייטער און ווייטער. יעדעס קינד האט געזען און באטראכט. און נאכגעמאכט נאר וויפיל ער האט געוואלט און די איבריגע וואס ער האט נישט אזוי גוט נאכגעמאכט איז פארפאלן געגאנגען. איז ס'קען אויסקומען למשל אז פאר צוואנציג יאר צוריק זענען מענטשן געווען איין סארט מין מענטש און היינט איז עס דיסקאנטיועד.
וואס וויל איך ביז אהער.
וועל איך מיך ווענדן צו דיר מתבונן און דיר זאגן. וואס האט דיך אזוי איבערגענומען פון די קוגעלעך. און איך האלט אז דאס איז א זאך וואס דארף איבערנעמען א מענטש. די עובדא וואס דו האסט געזען ווי א רול וואס איז אמאל געווען א מציאות איז געווארן אויסגעריסן פונעם בוך. איז געווארן אויס "אזוי טוט יעדער". איז דאך א קלארער אנדייטונג אז זאכן טוישן זיך. זאכן ווערן אויסגעריסן. זאכן ווערן און דא קומט דער 'זארג' זאכן גייען ווערן אויסגעריסן. אויב מיר וועלן נישט דאקומענטירן. איך האב געהערט
כידוע אז דער רבי ז"ל סאטמאר האט געזאגט אז "נשתכח תורת הבעש"ט" האט מיר איינער געזאגט אז מ'האט געוויזן פאר רבי'ן די קונטרס 'התפעלות' פון ליובאוויטש. און ער האט מודה געווען אז דאס איז עס געווען. 
פון דא זעהט מען אז א זאך וואס איז דאקומענטירט איז שוין עפעס אנדערש. 
מ'כאפט זיך גארנישט וויפיל גוטע זאכן איז געווארן פארגעסן פון אונזער חי יום יום. און איז געווארן פלאצירט מיט עפעס אן אנגעצויגענע כמו מענטש. וואס זוכט גליקען פון וואטס עפ
אוועטאר
AHA
שר האלפיים
תגובות: 2007
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 30, 2011 6:14 pm
לאקאציע: בין פטיש לסדין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך AHA »

אז מען שרייבט שוין פון שינויים, בעט איך דעם עולם נישט צו פארגעסן פון שינויים לטובה וואס ווער עס האט אביסעל אפענע אויגען קען דעס אויך אינאכט נעמען.

איך קיק צוריק צו מיין טאטע אין צו מיין זיידע, איין זאך וואס איך זעה א שטארקע שינוי איז דאס וואס זיי האבען געהאט א תמימות מיט ריינע הערצער פארען בורא עולם.

גרויסע רעביס פון אונזער דור קען זיך פארשטעקן פאר די אמאליגע (איין דור צוריק) פשוטע יודען.

מתבונן, א מעכטיגע ארבייט, איך האב געשפירט א ווילען זיך אראפצוזעצן אין גיין שפילען מיין באליבטע געים.

אונזער דור מיט אלע שינויים איז דער דור וואס דארף ברענגען א נחת רוח פארען רבונו של עולם. אין דאס איז דער ציהל פון א יעדן איד נאך דריי טויזענט יאר.
איך גלייב אז אלעס וואס דער באשעפער טוהט איז נאר גוט. בעטן בעט איך אז הראינו השם את חסדיך אפו' מיין באגרעניצטע מוח אין פליישיגע זאל דאס אויך זעהן.
פער בריסטאו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4647
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 13, 2013 8:36 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פער בריסטאו »

זייער א וויכטיגען פוינט
טענק יו פאר טשוזינג מעריאַט האוטעל
אוועטאר
אנעים זמירות
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4693
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 05, 2012 10:32 am
לאקאציע: ווען מען זאגט אמר ר' בנימין הכל בחזקת סומין וכו'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אנעים זמירות »

עס איז א שיינע מאמר און ייש"כ אויף דעם, אבער ווי אנדערע האבען שוין ערווענט זענען מיר אויך אריבער ריזיגע שינויים איבער די יארען, ווענגלייך נישט אין יסוד האמונה און הלכה פסוקה.
א מענטש קען זיך טועה זיין.
ואולי אין דברי ההלכות (הרי"ף) בזה נכונים כי אין השלימות בלתי לה' לבדו יתברך ויתעלה ויתנשא שמו יתברך. (ספר הזכות להרמב"ן יבמות כד: מדפי הריף)
די סכנה פון באזוכען כפירה\ליצנות בלאגס

מיינע שיעורים
אוועטאר
יוסף שרייבער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4589
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש אקטאבער 23, 2010 4:24 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוסף שרייבער »

שוועמל האט געשריבן:שוין געמיינט איך גיי האבן א גוט שטיקל קוגל..
הערליך צעלייגט ווי א ריכטיגער מתבונן!
אוועטאר
מתבונן
שר האלף
תגובות: 1037
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 04, 2011 12:54 pm
לאקאציע: פארמאכט אליינס אין א צימער און זיך מתבונן.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מתבונן »

אנעים זמירות האט געשריבן:עס איז א שיינע מאמר און ייש"כ אויף דעם, אבער ווי אנדערע האבען שוין ערווענט זענען מיר אויך אריבער ריזיגע שינויים איבער די יארען, ווענגלייך נישט אין יסוד האמונה און הלכה פסוקה.


און אטא דאס מיין איך. יסודי הדת, און הלכה פסוקה האט זיך קיינמאל נישט געטוישט. ווידעראום אין אנדערע רעליגיעס זענען גאנצעטע יסודות אראפ פון די מאפע.
אויב טרעפט איר זיך שפירן פארקריפעלט יעדע שני וחמישי צייט מיט כראנישע ווייטאגן (רוקן ווייטאג, מאגן פראבלעמען, ענקזייעטי וכדו') און שוין באזיכט ביי אלע דאקטוירים אן קיין רעזולטאטן, דאן באשטעלט אייער אפוינטמענט צו קענען שפירן ווייטאג-פריי. [email protected]
דיעל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 401
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אפריל 30, 2012 3:12 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דיעל »

יעצט געליינט.
מתבונן - א הערליכע ארבעט סיי די ארטיקל און סיי די מוסר הסכל
אוועטאר
מתבונן
שר האלף
תגובות: 1037
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 04, 2011 12:54 pm
לאקאציע: פארמאכט אליינס אין א צימער און זיך מתבונן.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מתבונן »

בין איך דעם שבת ארויס פון ביהמ"ד ביים ליינען, און... אופסס! קוים געשטויסן עפעס א יונגעל פארטיפט אין זיינע קוגעלעך.
בקיצור, דער קוגעלעך סעזאן איז צוריק אריין אין קראפט אזש קוים מען קען טרעפן א ליידיג ארט אין ביהמ"ד אן קינדער שפילן.
איך האב מיך גראדע אפגעשטעלט אפאר סעקונדעס צו באטראכטן א יונגעל ווי ער שפילט, און איך האב געזען דעם שמייכל אויף זיין פנים ווי עפעס א טאטע זעט ווי ער מאכט 'פוציס זשאגלען פאטש cuff' (יא ער האט שוין געהאלטן אזוי ווייט).
צוקער זיס.
אויב טרעפט איר זיך שפירן פארקריפעלט יעדע שני וחמישי צייט מיט כראנישע ווייטאגן (רוקן ווייטאג, מאגן פראבלעמען, ענקזייעטי וכדו') און שוין באזיכט ביי אלע דאקטוירים אן קיין רעזולטאטן, דאן באשטעלט אייער אפוינטמענט צו קענען שפירן ווייטאג-פריי. [email protected]
אוועטאר
טשאלענט
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4017
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 07, 2016 3:34 pm
לאקאציע: אין טשאלענט טאפ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טשאלענט »

איך בין יונגער געווארן מיט אפאר צענדליגע יאר...

ווער געדענקט נאך ווען מיר פלעגן זיך רייסן ווער עס קען אנקומען די מערסטע חלקים אן טשידן?.....
טשאלענט גמח!

ווען איך בין געווען אינגער פלעג איך זאגן:
די לעבן איז צו ערנסט צו נעמען אזעלכע נארישקייטן פערזענליך,
אבער היינט בין איך שוין שוין געקומען צום שכל און איך זאג:
די לעבן איז צו נאריש צו נעמען אזעלכע ערנסטע זאכן פערזענליך
אוועטאר
אויסגערעכנט
שר ששת אלפים
תגובות: 6858
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 10, 2015 9:50 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אויסגערעכנט »

מתבונן א שיין אשכול, יאפ איך בענק מיר צוריק צו די אמאל.

איך האב שטארק געגליכן קוגעלעך, איך גלייך עס נאך אלס, מיין טאטע פלעגט שפילען מיט אונז, עס ליגט מיר נאך אין די ביינער, און איך פלאן צו טון די זעלבע.... וועלקאם בעק... קוגעלעך אין די האויז...
אוועטאר
fiena nieas
שר חמשת אלפים
תגובות: 5495
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 23, 2011 8:56 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך fiena nieas »

אויסגערעכנט האט געשריבן:מתבונן א שיין אשכול, יאפ איך בענק מיר צוריק צו די אמאל.

איך האב שטארק געגליכן קוגעלעך, איך גלייך עס נאך אלס, מיין טאטע פלעגט שפילען מיט אונז, עס ליגט מיר נאך אין די ביינער, און איך פלאן צו טון די זעלבע.... וועלקאם בעק... קוגעלעך אין די האויז...

די פראבלעם איז פאר א טאטע איז שווער צו זיצן אויפן פלאר און אריינרייבן די הענט אין די שמיציגע פלאר וועך...
אוועטאר
חושב מחשבות...
שר האלפיים
תגובות: 2814
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 16, 2016 9:25 pm
לאקאציע: בין שמים לארץ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חושב מחשבות... »

מתבונן! יעצט זוכה געווען צו ליינען דעם ארטיקעל, הפלא ופלא! אמונה חושית!
סוף מעשה במחשבה תחילה.
j718
שר חמש מאות
תגובות: 888
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אפריל 18, 2016 3:14 pm
לאקאציע: אין בוידעם

Re: קוגעלעך - א דראסטישן טויש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך j718 »

מתבונן! יעצט זוכה געווען צו ליינען דעם ארטיקעל.
איש יהודי בשושן האט געשריבן: מאנטאג מאי 09, 2022 5:36 pm


שרגי געשטעטנער האט געזאגט קוק אריין און מיינע אויגן…
די אויגן האבן שוין נישט געזעהן קיין איין ראיה אסורה פאר איבער פינעף יאר!!



ל"נ שרגא אליהו בן חיים אליעזר דוד
שרייב תגובה

צוריק צו “אז נדברו”