בלאט 1 פון 12

מילי טובינא דחכימי

געשריבן: מיטוואך אקטאבער 30, 2013 10:28 am
דורך קיקיון
לכבוד מיין הכתרה עפען איך אן אשכול אפגגעטיילט פון מילתא דבדיחותא פאר
צחות וכדומה פין חכימי דיהודאי עס איז פשוט ניט קיין כבוד התורה אז עס זאל זיין
א צחות פון הגה"ק ___ זי"ע נאך א שטיקעל פון עפעס א __-_-

א גביר א קמצן איז איינגעפאלען א פאטענט זיך אפשאקלען פון די קלייבערס אויף די גאס און בה"מ
ער האט איבערגעלאזט דעם טייסטער אינדערהיים
אמאל גייענדיג און גאס האט זיך אים צוריסען א שוך אבער האט ניט מיט וואס צו צאלען פאר דעם פאררעכטען
דע רב איז פונקט דארט געווען האט ער אים געזאגט דא א מטבע עס קומט דיר ווייל די האסט מיר מגלה
פשט און פסוק מה יפו פעמיך בנעלים בת נדיב , וואס האט נדיבות מיט נעלים ?
יעצטו זעה איך איינער וואס איז ניט קיין נדיב גייט מיט ציריסענע שוך

תשוח"ח לידידינו טייבעלע וואס האט מציע דעם קעפיל

געשריבן: מיטוואך אקטאבער 30, 2013 12:09 pm
דורך מאנ-יימער
זיסע טייטש און יישר כח פארן עפענען די אשכול.

מזל טוב צו דיינע דריי טויזענט תגובות אנגעפילט מיט אינטערעסאנטע ידיעות און געשמאקע שמועסן, בעז"ה נאך לאנגע געזונטע יארן.

געשריבן: מיטוואך אקטאבער 30, 2013 1:04 pm
דורך msp
איינער איז געקומען צו ר' אייזל חריף מיט א חיבור
קוקט אריין ר' אייזל און ער זאגט : געוואלדיג, מוראדיג, אויב דו נעמסט עס מיט ביי נאכט איז עס פאר דיר א שמירה
זאגט דער מחבר פול עניוות: רבי, טאקע עד כדי כך?
זאגט ער: יא, די חז"ל זאגען דאך אז א ת"ח זאל נישט אליין גיין ביינאגט ווייל די מזיקין טשעפענען זיך מיט ת"ח
אבער ווען זיי וועלען זעהן דיין חיבור וועלען זיי דיר נישט טשעפענען....

געשריבן: מיטוואך אקטאבער 30, 2013 2:48 pm
דורך לכתחילה אריבער
ענדליך זאגט מען פון ראגעטשאווער זצ"ל, אז ער האט מציע געווען א נאמען פאר א ספר "פני משה", ווייל מען קען אין דעם נישט אריין קוקען!

געשריבן: מיטוואך אקטאבער 30, 2013 3:21 pm
דורך זיידע ומומחה
מען דערציילט בשם (אויף וועם מען שמירטאן אלע אזעלכע מעשיות)
ער האט ג'ענטערט אויף א באמבע קושיא
א גאנצע רשימה פון עיין בגליון הש"ס אבער גאנץ ש"ס
דער שואל האט ניט ג'קענט ארוס באקומען דעם המשך און האט ג'פרעגט
די תשובה זעסט דאך אז הגרע"א איז ניט ג'בלייבען שטין און גלערנט ווייטער

געשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 31, 2013 11:20 am
דורך בערקא
מזל טוב קקיון פאר דיינע דרַיי טאוזענט, דער אויבערשטער זאל העלפן כה יתן וכה יוסיף,

יישר כח פאר די אשכול, ממש א א טאג צוויי צוריק איז מיר איינגעפאלן אז עס וואלט כדי געווען אזא סארט אשכול.

געשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 31, 2013 11:37 am
דורך SPUSMN
בערקא; אז מען מיינט עס ערענסט, העלפט דער אייבערשטער.

געשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 31, 2013 11:43 am
דורך קיקיון
יי"כ בערקא פאר די הכרה און הוקרה עס איז איינגעפאלען א מליצה
קריינא דאיגרתא איהו ליהוי פרוונקא מלשון הוקרה
__
מרגלא בפומיה דהרה"ג שמעון חיים סגל פעלנער אב"ד בעלעד זצ"ל ווען ער האלט געוואלט מקצר זיין דעם שמועס
מיט א גאסט
התורה נקנית בארבעים ושמונה דברים, ואלו הן……במיעוט דרך ארץ

געשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 31, 2013 12:02 pm
דורך בערקא
יעצט דארף איך זיך דערמאנען וואס כ'האב דאן געוואלט שרייבן......

געשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 31, 2013 4:57 pm
דורך שאינו יודע
א איד האט געמאכט א פירוש אויף שיר השירים, און געגאנגען צו א רב בעטן אן הסכמה, דער רב האט מעיין געווען, און געזען אז דער רעדט נישט צו דער זאך, האט ער אים געזאגט, אזא פירוש, ממש ווי דער מלבי"ם.
דער איד שטייט און קוועלט פון דער זייט, האט זיך דער רב אנגערופן אז אויפן מלבי"ם וואונדערט זיך איעדער, אז ער האט געקענט מאכן פון א מלך טיפוש ווי אחשוורוש פאר א חכם, און דו מאכסט פון א מלך חכם ווי שלמה המלך פאר א ......

געשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 31, 2013 10:46 pm
דורך קיקיון
איך האב זיך פארפריט צו מעריב און פונקט אנגעטראפען דרך שיחה פון הרה"ג ר חיים קנייבסקי שליט"א
כחה של ליצנות.JPG

געשריבן: פרייטאג נאוועמבער 01, 2013 4:50 am
דורך msp
געזעהן נעכטען בשם ציעשינאווער רב זי"ע
ער האט זיך אפגערעדט אויף די רבנים פון דור
אז רבנים איז ר"ת רשעים בחייהם נקראים מתים
פרעגט אים איינער: עס פעהלט דאך דער יוד?
זאגט ער: הלא היא הנותנת....
דאס איז דאך דער פראבלעם

געשריבן: פרייטאג נאוועמבער 01, 2013 11:17 am
דורך בערקא
ר' אביגדור מיללער זצ"ל איז דאך געווען באקאנט מיט זיין סבלנות און קלוגע ענטפערס,

איינמאל ביי א שיעור, האט זיך איינער פון מקשיבים אויפגערעגט, און געשיקט א צעטל (די סדר איז געווען אז מען האט אים געשיקט שאלות אויף צעטעלעך און ער פלעגט עס פארליינען און ענטפערן) Drop dead rabbi miller,

האט ער דאס פארגעליינט הויעך,

דערנאך האט ער געענטפערט מיט א רואיגקייט, "דאס וועט זיין די לעצטע זאך אין מיין לעבן וואס איך וועל טוהן!"

געשריבן: פרייטאג נאוועמבער 01, 2013 2:53 pm
דורך קיקיון
מעם לועז
nu.jpg

געשריבן: מוצ"ש נאוועמבער 02, 2013 4:57 pm
דורך msp
מוצש"ק פה מנשסתר
ביאליק איז געקומען באזוכען דעם ראגאטשאווער וויבאלד ער האט געהערט גאר גרויס אויף אים
נאך דער וויזיט האט ער אויסגערופען: פון אייער קאפ קען מען מאכען צוויי איינשטיין'ס!
זאגט דער ראגאטשאווער: און פון דער רעשט צוואנציג ביאליק'ס.....

געשריבן: מוצ"ש נאוועמבער 02, 2013 11:32 pm
דורך קיקיון
msp האט געשריבן:מוצש"ק פה מנשסתר
ביאליק איז געקומען באזוכען דעם ראגאטשאווער וויבאלד ער האט געהערט גאר גרויס אויף אים
נאך דער וויזיט האט ער אויסגערופען: פון אייער קאפ קען מען מאכען צוויי איינשטיין'ס!
זאגט דער ראגאטשאווער: און פון דער רעשט צוואנציג ביאליק'ס.....

:?: :?: :?:
דער צ"פ האט געהאט איבעריגע צייט ?????
וואס וואלט ער ג'קענמט האבען א תועלת פון דעם פארשוין

געשריבן: זונטאג נאוועמבער 03, 2013 7:14 am
דורך msp
מסתמא אויב איינער האט געקלאפט ביי די טיר
האט ער אים אריין געלאזט

געשריבן: מיטוואך נאוועמבער 06, 2013 9:10 pm
דורך קיקיון
מען האט געפרעגט מיינס א זיידען פארוואס ער פארט ניט אין די בעדער אזוי ווי אנדערע רבנים
האט ער ג'ענטפערט בי' אנא רחיץ

געשריבן: מיטוואך נאוועמבער 06, 2013 11:29 pm
דורך מחותן
'

געשריבן: מיטוואך נאוועמבער 06, 2013 11:30 pm
דורך מחותן
'

געשריבן: דאנערשטאג נאוועמבער 07, 2013 12:05 am
דורך קיקיון
מחותן לעבען
1) דער לשון איז א ליטערארישער איווריט וואס רוב עולם דא פארשטייט ניט און וויל ניט פארשטיןן
2) דער נושא פון דעפ THREAD איז דברי צחות פון חכימי דיהודאי , די ערשטע מעשה האט בכלל ניט ציטון
מיט וואס ווערט אנגעריפען אויף ענגליש TORAH VALUES
די צווייטע מעשה איז דא עפעס וועגען אמונה אבער אמונה און וואס און וועמען?

געשריבן: דאנערשטאג נאוועמבער 07, 2013 1:17 am
דורך קיקיון

געשריבן: דאנערשטאג נאוועמבער 07, 2013 9:42 am
דורך קיקיון
מ'האט ג'פרעגט ר' אי"ה טווערסקי MD שליט"א וועגען IMAGING צו עס איז אויסגעהאלטען ע"פ תוה"ק
האט ער ג'ענטפערט IT IS NOT ONLY PERMITTED IT IS REQUIRED
און ער ברענגט פון הרה"צ ר שלמה וולבה זצ"ל אז ביי די שירה זאל מען מצייר זיין דעם מעמד פאר קריעת ים סוף
_
עס איז מיר נאר א פלא וואס ער ברענגט ניט דעם צעטיל קטון

געשריבן: דאנערשטאג נאוועמבער 07, 2013 10:14 am
דורך Silent
קיקיון האט געשריבן:מחותן לעבען
די צווייטע מעשה איז דא עפעס וועגען אמונה אבער אמונה און וואס און וועמען?


ס'איז א געוואלדיגע משל, בטחון עם חובת השתדלות
בטח בה' - ועשה טוב

געשריבן: דאנערשטאג נאוועמבער 07, 2013 6:48 pm
דורך קיקיון
און תןלדות המראה יחזקא' ווערט געברענגט אז דער מעגלי צדק זי"ע האט געזאגט
אז תמיד, קנים און מדות האט ער געלערנט פון זיין אינגערער ברודער הרבני ר' לייבוש זצ"ל א בעה"ב
תמיד = תמידים כסדרם, מדות = מדות טובות, אבער קנים ברענגט ער ניט
אפשר כנים אנחנו ?