זאג נאר, וועמענ'ס טאטע ביזטו?

געדאנקען און התחזקות בעניני עבודת השם

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אויסדריקליך
שר מאה
תגובות: 109
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 21, 2013 6:09 pm

זאג נאר, וועמענ'ס טאטע ביזטו?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אויסדריקליך »

אן עלטע פראגע: ירידת הדורות אדער אכשיר דרא?

וואס ענטפערט יעדער? ווענדט זיך וואס, געוויסע זאכן איז עס טאקע אכשיר דרא, ביי רוב זאכן איז אבער ליידער קענטיג די נפילת הדורות. ריכטיג!

לעצטענס האב איך אויפגעמערקט א געוויסע פינטעלע וואס איז גאר אנדערש ווי אמאל, כ'קען נאר נישט באשלוסן אויב איזעס ירידת הדורות אדער גאר אכשיר דרא. קענט איר מיר העלפן?

כ'מיש צוריק די בלעטל צו מיינע קינדער יארן, כדערמאן זיך ווי דער מלמד האט מיר פארגעהאלטן: היתכן, פארוואס לערנסטו נישט? וואס גייט פאר מיט דיר, קוק נאר וואספארא חשובע טאטע דו האסט, זיצט און לערנט על התורה מיט אזא פלייס.
א טאג דערויף קומט א פרישע פסק: וויאזוי קוקט אויס דיין דאווענען? וואס איז דאס מיט דיר? שעמסט זיך נישט? געב נאר א קוק א דאווענען וואס דיין טאטע לייגט אראפ, מיט די גאנצע חיות אז ס'איז א מחי' צו קוקן.
אלץ געהערט דעם נוסח: געדענק וועמענס זון דו ביזט, קענסט דאס נישט טון, קענסט יענץ נישט טון, דיין טאטע איז דאך אזא ערליכע איד, ווי פאסט עס פאר זיין זון...
כ'בין גראדע נישט געווען קיין בן יחיד, רוב קינדער פון מיין קלאס האט מען אזוי פארגעהאלטן, דיין טאטע איז דאך א ערליכע איד, ער וויל זאלסט אויסוואקסן א חשובע בחור, טוה אים דאס נישט. געב אים דאס ביסעלע נחת וואס ער וויל פון דיר זען...

די יארן האבן זיך געגעבן א ריק, מיר זענען שוין ב"ה אליין געווארן טאטעס. ווי פארשטענדליך האב איך ערווארטעט אז ס'זאל קומען מיין זונ'ס ראי', יעצט גייט מען אים לערנען אויף זיין טאטעס אקאונט. און וואס האט למעשה פאסירט? גאר עפעס אנדערש ווי ערווארטעט, כ'הער שוין גאר א אנדערע געשיכטע, מ'רעדט שוין אן אנדערע שפראך ווי אין מיינע יוגנט יארן.
כ'הער דרשות איבער תורה: יעדע איד מוז מאכן א שיעור קבוע יעדן טאג, אז די קינדער זאלן זען אז ער זיצט און לערנען, וויאזוי ווילסטו אז דיין קינד זאל האבן א חשק צו לערנען ווען ער זעט נישט זיין טאטע לערנען? אפילו דו האלטסט נישט ביים לערנען, טוה דאס כאטש פאר דיינע קינדער...
די זעלבע איז ביי א התעוררות איבער תפלה: וויאזוי קוקט אויס דיין דאווענען? דיינע קינדער שטייען און קוקן צו און זיי זעען, אן קיין כוונה, אן קיין חיות, וואס קענסטו ערווארטן פון זיי? נעם דיך דאווענען ווי א מענטש אז דיינע קינדער זאלן זיך אפלערנען.
און אזוי ווייטער ביי יעדע ענין וואס האט צוטון מיט אידישקייט רעדט מען וועגן די קינדער. טוה דאס פאר די קינדער, האב רחמנות אויף דיינע קינדער...

אויב האט מען אמאל געזאגט פארן קינד: קוק נאר וועמענס זון דו ביזט, זאגט מען היינט פארן טאטן: קוק נאר וועמענס טאטע דו ביזט...
א נייע וועלט, מ'מאכט די טאטעס פאר מענטשן פאר זייערע קינדער-וועגן.

יעצט, וואס האלט איר, איז דאס ירידת הדורות, אז מ'דארף רעדן צו ערוואקסענע זיך צו טוישן צוליב זייערע קינדער, אדער איז דאס גאר אכשיר דרא, אז אידן זענען גרייט צו טון אלעס אין דער וועלט צו האבן גוטע קינדער?
רבבה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 453
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 20, 2010 11:06 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רבבה »

אין פסוק שטייט אזוי והשיב לב אבות על בנים ולב בנים על אבותם ----- איט'ס א טו וועי סטריט
אוועטאר
האלץ האקער
שר האלף
תגובות: 1301
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 05, 2012 11:02 am
לאקאציע: דארט ווי דער באשעפער הייסט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך האלץ האקער »

פרעג דיין טאטע וואס מהאט עם געזאגט ווען די בוסט געווען א קינד קען זיין מהאט עם געזאגט די זעלבע זאך וואס מזאגט דיר יעצט
לעצט פארראכטן דורך האלץ האקער אום מיטוואך אוגוסט 07, 2013 6:06 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
מיר קיקן מער נישט אויף פאקס.ניוס זינט דעם ביטערן זינטאג כא אדר תשע"ג לע"נ ר' נחמן גלויבער ע"ה בן יו"ט נ"י וז' מרת ריזל ע"ה בת יצחק נ"י ולע"נ בנם
http://www.ivelt.com/forum/download/fil ... &mode=view
אוועטאר
ווינקל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7788
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 21, 2009 12:10 am
לאקאציע: vinkel.ivelt ביי גימעיל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווינקל »

האלץ האקער האט געשריבן:פרעג דיין טאטע וואס מהאט עם געזאגט ווען די בוסט געווען א קינד קען זיין מהאט עם געזאגט די זעלבע זאך וואס מזאגט דיריעצט
אוועטאר
משזר
שר האלפיים
תגובות: 2375
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 31, 2011 10:39 am
לאקאציע: בין השמשות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משזר »

מיינע צוויי סענט, ירידת הדורות, מיר זענען נישט וואס אונזערע עלטערן זענען געווען און אונזערע יארן.
נישט, איז נישט קיין אפציע...
אוועטאר
אליעזר גרינפעלד
שר חמש מאות
תגובות: 689
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 09, 2012 8:11 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אליעזר גרינפעלד »

האלץ האקער האט געשריבן:פרעג דיין טאטע וואס מהאט עם געזאגט ווען די בוסט געווען א קינד קען זיין מהאט עם געזאגט די זעלבע זאך וואס מזאגט דיריעצט
אוועטאר
דער תהילים איד
שר ששת אלפים
תגובות: 6438
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 26, 2009 9:54 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דער תהילים איד »

משזר האט געשריבן:מיינע צוויי סענט, ירידת הדורות, מיר זענען נישט וואס אונזערע עלטערן זענען געווען און אונזערע יארן.


100%! - רוב פון אונז.
רבינו שאג בקול גדול וגו'
אוועטאר
ידיד
שר שלשת אלפים
תגובות: 3822
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 16, 2012 6:37 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ידיד »

דיין ארטיקל דערמאנט מיר פון יענעם עלטערן איד וואס האט זיך אפגערעדט אז ווען ער איז געווען אינג האט ער אלעמאל געהאט גרויס דרך ארץ פאר די עלטערע, און אלע יארן האט ער ארויסגעקוקט ווען ער וועט שוין אלט ווערן און די אינגע וועלן אים אפגעבן זיין פארדינטע כבוד, נו ענדליך איז ער אלט געווארן האט זיך אבער געטוישט די מנהג, היינט האבן די אלטע דרך ארץ פאר די אינגערע, איז ער געבליבן קרח מכאן ובלק מכאן...

איבער דאס וואס דו שרייבסט, לדעתי זענען ביידע זאכן איינס, די סיבה פארוואס מ'זאגט פאר די טאטעס זאלן זיך אויפפירן איינשטענדיג און ערליך איז טאקע כדי די מלמדים זאלן קענען נאכדעם זאגן פאר די קינדער "קוק וואספארא ערליכע טאטע דו האסט, פיר דיך אויף ווי ס'פאסט פאר זיינס א קינד"... ודו"ק..

אלענפאלס, סיי וויאזוי האב איך הנאה געהאט פון דיין געדאנק, האסט א פיינעם שריפט! לאז דיך הערן.
אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרים אלף
תגובות: 20191
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכתחילה אריבער »

אויסדריקליך האט געשריבן:אן עלטע פראגע: ירידת הדורות אדער אכשיר דרא?
.......

שיינע ארטיקל.

אויף די פראגע האבעך אמאל געהערט אן ענטפער, עס איז טאקע "אכשר דרא", בכמות, און נישט באיכות. עס איז דא מער, אבער אין די ברייט, אבער נישט "טיף".

כ'מיין עס איז א אמת כמעט 100 פראצענט.
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש
אוועטאר
ווארד
שר האלף
תגובות: 1004
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 10, 2013 12:32 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווארד »

איך קען נאר אזויפיל זאגן:
ריכטיגע און ווייטאגליכע ווערטער (איך באציה זיך אויף אלע קאמענטארן דא)
עס וואלט געדארפט זיין א דאנק קנעפל
צו קענען מיט א דרוק מיט א קנעפל צושטימען און מחזק זיין וואס א צווייטער האט געשריבן.
האלט איר דען נישט אזוי?
זיכער יא!

דאן רופט זיך אן דא:
אנקעטע: דאנק קנעפל
אוועטאר
לוי יצחק
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4362
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש דעצעמבער 01, 2012 11:20 pm
לאקאציע: זאג אמר רבי בנימין...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לוי יצחק »

ווארד האט געשריבן:איך קען נאר אזויפיל זאגן:
ריכטיגע און ווייטאגליכע ווערטער (איך באציה זיך אויף אלע קאמענטארן דא)
א דאנק פאר אלע וואס טוען אונז אפדעיטן כסדר.
אוועטאר
ניק ניק
שר האלפיים
תגובות: 2424
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 20, 2011 8:17 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ניק ניק »

לוי יצחק האט געשריבן:
ווארד האט געשריבן:איך קען נאר אזויפיל זאגן:
ריכטיגע און ווייטאגליכע ווערטער (איך באציה זיך אויף אלע קאמענטארן דא)
אל תסתכל בספעלינג אלא במה שיש בה.
הק' נ'חמן י'עקב ק'אהן המכונה ני"ק.
אוועטאר
ענדע צדיק!
שר שמונת אלפים
תגובות: 8114
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 17, 2013 4:44 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ענדע צדיק! »

ר' שמשון דוד פינקוס ז"ל האט אמאל געזאגט אויף דעם וואס רביה"ק מסאטמאר בעל דבר"י זי"ע האט געזאגט, אז די סיבה פארוואס די אמריקאנער אידנטהום האט נישט מצליח געווען דא אין אמעריקא - בימים ההם, איז ווייל מען האט זיך נישט פארלייגט אויף די חינוך, מען האט נאר געקוקט אויף זיך!
האט ער אויסגעפירט: און היינט קוקט מען אזוי אויס ווייל מען האט אינגאצן פארגעסן פון זיך....! חינוך... חינוך... חינוך... אלעס די עיקר אונזערע קינדער זאלן זיין וואוילע שעפעלעך...
צ' כפופה וץ' פשוטה... היינו נאמן כפוף נאמן פשוט. וברש"י: נאמן כפוף - אדם כשר צריך להיות כפוף ועניו וסופו להיות פשוט וזקוף לעולם הבא: (שבת קד.)
בלאג - מיינע ארכיוון
שצם_חנכל
שר מאה
תגובות: 195
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 16, 2013 11:43 am
לאקאציע: און די הויכע רוימען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שצם_חנכל »

משזר האט געשריבן:מיינע צוויי סענט, ירידת הדורות, מיר זענען נישט וואס אונזערע עלטערן זענען געווען און אונזערע יארן.

לכתחילה אריבער האט געשריבן:אויף די פראגע האבעך אמאל געהערט אן ענטפער, עס איז טאקע "אכשר דרא", בכמות, און נישט באיכות. עס איז דא מער, אבער אין די ברייט, אבער נישט "טיף".

כ'מיין עס איז א אמת כמעט 100 פראצענט.

ווארד האט געשריבן:איך קען נאר אזויפיל זאגן:
ריכטיגע און ווייטאגליכע ווערטער (איך באציה זיך אויף אלע קאמענטארן דא)

אוי ציפט עס, איך דארף צו זיין פרומער ווי מיין טאטע'ן און איך קןק מיר אן אקעגן אים, ממש ס'ווערט מיר שווארץ פאר די אויגן, ווי קום איך אן צו אים אין תמימות בנוגע יעדע הלכה אין שו"ע? ווי האלט איך מיט אויסנוצן די צייט? ווער רעדט פון עניני אמונה בטחון אדער זהירות און אזוינע 'פיצי' עבירה'לעך, אינדערצייט וואס מיין אידישקייט איז בעסער וועגן עפעס חצוניות'דיקע קלייניקייטן, און דאס גייט אויך פי כמה למעלה בקודש (ניין, כ'בין נישט קיין בנש"ק) ביי מיינע אור-עלטערן פון ביידע זייטן.

אבער איך בין זיך 'אויסדריקליך' מחולק מיטן פותח האשכול, ווייל דער ירידת הדורות גליטשער וועט זיך בדרך הטבע אפשטעלן נאר מיט משיח'ן און אפילו איך וואונטש זיך אז מיינע קינדער זאלן זיין בעסער פון מיר איז דאס אין מערסטענס פאלן נישט אזוי, אונזערע קינדער וועלן ווייטער ארויפקןקן אויף זייערע עלטערן אזויווי מיר קוקן אויף אונזערע און אונזער ארבייט איז אזויווי מיר הערן און דרשות: 'לערענטס און דאווענטס בכדאי אייערע קינדערס Role model זאל האבן כאטש עפעס תוכן.
שצם_חנכל
שר מאה
תגובות: 195
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 16, 2013 11:43 am
לאקאציע: און די הויכע רוימען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שצם_חנכל »

די אכשיר דרא וואס מען זעהט היינט איז אויך נאר ווען מען קוקט די לעצטע בלויז אויף די לעצטע בערך הונדערט יאר, אבער צוריקגייענדיג אביסל פריער איז דאס אינגאנצען נישט אזוי.
א ביישפיל איז דער ספר זכון יעקב פון ר' יעקב ליפשיץ ז"ל וואו ער לייגט אראפ דעם תורה לעבן פון אמאל און די אנגעבאקענע אמונה בטחון אין די אמאליגע אידענעס, אדער בנוגע צניעות קען מען קוקן אלטע בילדער פון פאר די ערשטע וועלט קריג קענען מיר זיך פארשטעקן אין מויזן לאך מיט אונזער גאנצע אכשיר דרא אינאיינעם.
אוועטאר
אלט מאנרא
שר שלשת אלפים
תגובות: 3635
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 30, 2016 11:37 am
לאקאציע: צווישן גראז און ביימער

Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלט מאנרא »

ווארד האט געשריבן:איך קען נאר אזויפיל זאגן:
ריכטיגע און ווייטאגליכע ווערטער (איך באציה זיך אויף אלע קאמענטארן דא)
המול לכם כל זכר, און הימל געדענקט מען אלעס.
שרייב תגובה

צוריק צו “אז נדברו”