נישט ווערט קיין צוויי דאלאר?

געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'

די אחראים: אחראי, געלעגער

יעקב זרח
שר חמישים
תגובות: 56
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 22, 2017 9:57 am

תגובהדורך יעקב זרח » זונטאג יולי 23, 2017 12:29 pm

מאמרי חז"ל
האט איר נאך לייגט עס צו..

גודל מעלת עליה לתורה
ורגילים לקנותו בדמים יקרים (שו"ע או"ח סימן קמ"ז)
יש להשתדל לעלות לס״ת לפחות פעם אחת בחדש כי כראות פני מלך חיים הוא, ובכההיא דאמרי (קידוש לבנה) אלמלי לא זכו ישראל אלא להקביל פני אביהם שבשמים פעם אחת בחודש דיים, (כף החיים סי' קל"ו אות טו"ב)

אוועטאר
בערל קראקאווער
שר האלף
תגובות: 1189
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 17, 2016 1:18 pm
לאקאציע: בעקבתא דמשיחא

תגובהדורך בערל קראקאווער » זונטאג יולי 23, 2017 12:39 pm

יישר כח פארן מעורר זיין אזוי זיס.

שכרכם הרבה מאוד.
ראש הקהל
הויפט געווינער - שרייבעריי פארמעסט תשע''ז
בקראקא אין אומרים ׳תתננו׳ ובאונגארן אין אומרים ׳הבינינו׳

Kollel
שר האלף
תגובות: 1999
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 16, 2019 5:03 pm

Re: נישט ווערט קיין צוויי דאלאר?

תגובהדורך Kollel » דאנארשטאג אוגוסט 27, 2020 1:38 pm

שטארקער נקודה.
פון היינט אן העמער בל"נ ארויפציען אויב קיינער ציהט ניש!
ס'אשאד זיך צו טענה'ן דערויף!

סיפורי צדיקים
שר האלף
תגובות: 1006
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 11, 2018 9:43 pm
לאקאציע: נישט דארט ווי די מיינסט...

Re: נישט ווערט קיין צוויי דאלאר?

תגובהדורך סיפורי צדיקים » דאנארשטאג אוגוסט 27, 2020 4:56 pm

Kollel האט געשריבן:שטארקער נקודה.
פון היינט אן העמער בל"נ ארויפציען אויב קיינער ציהט ניש!

אזוי ווי די זאגסט "ווען קיינער ציט נישט" ווייל איך האב שוין מיטגעהאלטן אין ביהמ"ד ווי איך דאוון, אז א חיוב האט געוואלט עולה זיין, און ער האט ארויפגעצויגן, קומט א צווייטער וואס האט ליעב צו קויפן די עליות אפי' אפאר מאל א טאג, און ער ציהט ארויף און די חיוב ציהט ווייטער ווייל ער איז דאך א חיוב וחזור חלילה ביז דער חיוב האט אויפגעגעבן, און איך בין נאך בכלל נישט זיכער אז דער יעניגער האט באצאלט, ממילא זאג איך דיר די קענסט טאקע ארויפציען אבער אזוי ווי די זאגסט נאר ווען קיינער ציט נישט, ווייל אויב איינער ציהט ארויף און ער גיבט נישט אויף בפשטות איז ער א חיוב און לאז אים עס קויפן פאר ביליג פארוואס זאל ער דארפן ארויפגיין אזוי הויעך, וכולי האי ואולי.
(כ'מיין נישט דיר פערזענליך נאר כ'האט אין דיינע ווערטער געקענט טרעפן א רמז עס צו אדרעסירן).
ענדליך טוה איך שוין דאס וואס מיין ניק שטעלט פאר http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?f=31&t=43236

אוועטאר
הענדימען
שר חמשת אלפים
תגובות: 5036
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוקטובער 27, 2017 11:14 am

Re: נישט ווערט קיין צוויי דאלאר?

תגובהדורך הענדימען » דאנארשטאג אוגוסט 27, 2020 10:41 pm

איך האב אמאל געהאט א פארקערטע מעשה

איך בין זיך שוין יארן נוהג צו ציען איינמאל כדי ס'זאל נישט זיין קיין בזיון

איינמאל האבעך געצויגן כדרכי בקודש און א צווייטער האט געצויגן העכער. נו אידאך גוט. למעשה געט ער מיך אן עלי' און זאגט מיר נאכדעם אז ער האט געהאט א קינד האט ער געוואלט עולה זיין אבער ער זעהט אז איך האב אויך געוואלט עולה זיין האט ער מיר געגעבן ישראל (אדער איז עס געווען ר'"ח. שוין אריבער אסאך יארן)

האבעך געהאט אן עלי' פארפרי
ווען משיח וועט קומען וועט ער נישט ווייזן מיט די פינגער וועלכע קאנדידאט איז גערעכט אבער יא וויפיל מען האט איינגעהאלטן די פינגער פון טייפן א גוטן שטעך און איינגעהאלטן די אויגן פון מיטהאלטן אן אינטערעסאנטע פרעס קאנפערענס וכדו' וואו מ'קען געשטרויכעלט ווערן
goodmorning

אוועטאר
אונגארישער
שר האלף
תגובות: 1535
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 01, 2008 12:00 pm
לאקאציע: אין שאראש פאטאק

Re: נישט ווערט קיין צוויי דאלאר?

תגובהדורך אונגארישער » דאנארשטאג אוגוסט 27, 2020 10:56 pm

כן אני נוהג בחול המועד. טאמער נאך איינער וויל קויפן קויף איך די עליות און גיב רבעי פארן אנדערן
Liberalism is a mental disorder

אוועטאר
אונגארישער
שר האלף
תגובות: 1535
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 01, 2008 12:00 pm
לאקאציע: אין שאראש פאטאק

Re: נישט ווערט קיין צוויי דאלאר?

תגובהדורך אונגארישער » דאנארשטאג אוגוסט 27, 2020 10:58 pm

בערקא זייער שיין ארויס געברענגט א אמת געדאנק. מכאפט זיך פשוט נישט
Liberalism is a mental disorder

המעריב ערבים
שר חמישים ומאתים
תגובות: 308
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 08, 2019 12:08 am

Re: נישט ווערט קיין צוויי דאלאר?

תגובהדורך המעריב ערבים » דאנארשטאג אוגוסט 27, 2020 11:22 pm

אני הקטן דאווען אין א ביהמ״ר מיט א מנין פון 10 אין רוב מנין און בנין זענען באצאלטע כולל יונגעלייט.
די שמש פון די ביהמ״ד איז פון פריערדיגע דור און גראד ווי א ראלער. ער ווייסט נישט קיין מעשיות ער שטראמט אריין יעדן שני וחמישי א דאלער די מצות וגו׳. פלעגעך רחמניות האבן גווענטליך אין קופן די מצות כדי למנוע בזיונות.
למעשה האבעך איבערגעקלערט אז די מנין (?) קומט נישט אז מזאל פארקופן די עליות סאיז נאר א דזשאק פונעם שמש. וועגן ער איז מחליט צי מאכן בזיונת דארף איך שפענדען יעדען שני וחמישי.
למעשה קען איך נישט מחליט זיין וועלעכע סאיז די ריכטיגע וועג מיילע קויף איך געוואנדען אין די גיסטע
TracFone Device onto wing דא
אולימיטעד טאלק & טעקסט פאר בלויז $8 חודש דא

AMEX GREEN $300 BONUS
ווערט רייכער מיט 100 טוזענט טשעיס פוינטס דא

צהלתו בפניו
שר העשר
תגובות: 31
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 15, 2020 8:02 pm

Re: נישט ווערט קיין צוויי דאלאר?

תגובהדורך צהלתו בפניו » פרייטאג דעצמבער 18, 2020 11:49 am

נו? וויפיל האט זיך פארקויפט די עליות דעם יום טוב זאת חנוכה?

ביי אונז זענען געווען 2 160ציגערס,120,105, 70,45, וכו'

געב א מינוט עס קען נאך ארויפגיין עס איז נאכנישט געווען די לעצטע צוויי מנינים...

און דאס איז אן דערמאן דעם "יקרא דעלמא" איבער דאס חשיבות...


צוריק צו “היימישע קרעטשמע”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: KEWL, אביי, פראהביטש און 8 געסט