פון קרעטשמע ביז אייוועלט

אייוועלט אינערליכע אנגעלעגנהייטן

אחראי: אחראי

אוועטאר
נאטורליך
שר חמש מאות
תגובות: 968
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 04, 2006 3:15 pm
פארבינד זיך:

פון קרעטשמע ביז אייוועלט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נאטורליך »

איי וויי זיסע קרעטשמע, מיר געדענקען קלאר ווען דו ביזט נאך א קינד אין וויגעלע געווען. ביים עק שטאט איז דאס ארימע הייפעלע געשטאנען, אינטערן שאטען פון אנדערע גרעסערע ווירצהייזער, אריין איז מען דורך א שווערען הילצערנער טויער, יעדעס מאל איינער האט אים געפענט האט עס א הילכיגער זעץ געטון, א סקריך האט יעדען באנומען אפילו די קעץ זענען אנטלאפן פארסאפעט.
אפאר גיטע אידן האבן זיך אין דיר אינטערגעהאלטען טאג נאך נאכט, ווי קלענער דער עולם אלס גרעסער די שמחה איז געווען. גיי פארצייל די קינדווארג אז יעדע מינוט צו זיין אויפן אינטערנעט האט געמיינט נאך אפאר דאללאר פון טייסטער ארויס, דערצי איז עס געקראכן ווי אן אלטער איד וואס פאלט אנידער אויב דער שטעקן איז נישט ביי די האנט. געציילטע שרייבער האבן נאך גרויס מיה אריינקלינגען זיך דערזעהן אין ווארלד-ווייד-וועב, ווי דורשטיגע האזלעך האבן זיך באוויזען איינער דא א צווייטער דארט, מערסטענס אין אווענט צו פארברענגען עטליכע מינוט, עס האט געהאט אלע טעמים פון א האלב טינקעלע קרעטשמע אין קיעוו ביים צייט פון בעל שם, מיט צובראכענע בענק און פארפרארענע פיס אין אפאר צוריסענע שטיוועל. מען ווארפט אראפ דעם שטרוי זאק און פארשט אביסל ביכער אויף די מאגערע אינטערנעט זייטלעך. מיר האבן ארומגעבלאנדזשעט צו רייכען ידיעות איבער וואס עס האט זיך געלאזט, זיך געווארימט די פייכטע ליפען אפאר מינוט צווישען די הייסע פארע הינטערן אויווען. זיך נישט געקענט זעטיגען פון ימים אינפארמאציע וואס אנדערע האבן אונז געפיטערט. אין די פרייע צייט זיך געשריבן עטליכע שורות מיט גיטע פריינד, באגעגענט מיט די זעלבע פינף צעהן פנימ'ער און גיך ארויס פון דאנען. ווען עס איז זימער געווארען, זעמיר מיטען פארברענט פנים גלייך פון סווימינג פאָל זיך געקומען ליפטערן ברידעריש אין קרעטשמע אריין. קרעמער, יענטאשש, טריאוי און סאכדעס מיט נאך אפאר פרייליכע אידן האבן שוין א קאמישער ארטיקל ארויף געלייגט אז מען האט זיך פארסמאקעוועט דערמיט ווי א קאלט גלעזל ביר נאכן הייסע טשאלענט. און וואס מיינט איר איז די קרעטשמע געווען? איין צימער גרויס און ליידיג, געשמעקט האט עס פון א שוויץ נאך א האלבע נאכט וואס איז פיסט און פאסט. ווען איינער האט א ווארט געזאגט האט זיך געהערט א ווידערקול וואס פארזינקט גיך צווישען קוואליעס טריקענע לופט, די זעלבע קליינע גרופע האבן געשלינגען מיט דארשט יעדעס אידיש ווארט פון א [אומ]באקאנט נפש.
דאס ערשטע יאר וואס מיר האבן אין קאנטרי פארבראכט, האבן מיר פאר די ידידים אלע קרישקעלעך מיטגעטיילט, דברים כהוייתן נאטורליך געשריבן און נאטורליך געשיקט, אפילו נישט איבערגעקוקט פון טעותים, נישט ג'חלומט עס וועט אויף שטענדיג פארבלייבן. מיט פוילישע פראזען און אונגארישע גרייזען, פערזענליכע געפילען, אלעס געטון אויפשפילן. אויסגעפלוידערט נאר פאר געציילטע פריינד, יעצט ווי איר זעהט איז אלעס פארביכט ביז היינט.


צו א נייע וועלט האבן מיר זיך דערוואכט, אן עפאכע פון באָגעבא קינדער מיט ווייפיי אין יעדן ביזעם. מען איז שוין נישט אין קרעטשמע פון נעכטען צו אייער נעכטען, דאס איז אלטמאדיש, קיינער ווייסט נישט דער באדייט. משנה מקום משנה מזל איי-וועלט עס הייסט, די אלטע קאפאטע איז ענג און פארצייטיש. היימישע קרעטשמע רעדט נישט צום אינגווארג. אויס מיט א פערד אויס מיט א זאטל. נייע נעמען, נייע שרייבער איינער בעסער פון צווייטען איך שעם זיך אז כ'האב אזוינע אלטמאדע געשריבן. מיינע גרויסע קינדער ברענגען מיר די בלעטער און איך מיז זיך איינהאלטן פון דערציילען אז נאטורליך עס שטייט אט דא.
אין ניי וועלט מען שפאצירט אריין דורך א גאלדענע טויער, א שטילע ברוכים הבאים פלאקאט זאגט אן ביזט אריין אין איי-וועלט. הערליך מסודר, שיינע טעוועלעך אין אלע גאסען, אויסגעשניצטע גלאז פון שפעטסטע מאדע. אויף טעפיכער פון בלוי-וואָל מען לייגט שטילע טריט מחדר לתוך חדר, איינע גרעסער פון צווייטען. אז מען טרעפט נישט גלייך וואס מען זיכט איז א מפתח צום געפינען מיט א קוועטש אין קנעפל פון א עלעוועטאר וואס טראגט אייך ווי דאס הארץ באגערט. קיינער שפירט זיך נישט פרעמד אדער פארלוירען, יעדער שמויגער קליידט זיך אן מיט א קלינגעדיג נאמען און רייזט ארום איי-וועלט ווי א פריץ אין האלבן טאג מיט לאכעדיגע וואנצעס ביז אינטערן אויער. אויב האט ער נאר א בליי אין האנט אפילו עס איז פארדזשאוועט לויפן אים אלע נאך, ווער זעט דען אז די הויזן איז אים צוריסען און א נפש חי' וואלט אים אין גאס נישט אנגעפרעגט אן אדרעסס. ווער רעדט נאך פון איינעם וואס פארגליסט זיך אים אדמורו"ת, שמירט זיך דא אן מיט דרייסט א פעהיג נאמען און שרייבט גאנצע בלעטער פון היסטאריע אדער חסידות, ער ברויך קיינעם נישט דערציילן אז שרייבן שרייבט ער פון בעט אין די געלע פעדזשאמעס, איבער סיי וועלכער נושא עס פאדערט שטייט אים צו הילף הגאון הידען רבי גוגל שליט"א. אונזער ת"ח שיסט יעצט א מראה מקום אדער צוויי, וואס ווערט באגלייט פון א גרויסן פאטש אין רינדיג בייכעל. שפעטער לויבן אים אלע פאר זיין ברייטע ידיעה און טיפע הבנה בכל מקצועות. אין שטוב פארציילט ער אפילו אז ער לערנט פאר א שיעור ברבים.
איינער פלאנצט אן א נושא, ביז א קורצע צייט וואקסט א בלעטל אויף א בלעטל. עס קלייבט זיך פיבערהאפטיג א סעיף נאך א סעיף, איינער שרייבט א צווייטער רעאגירט פון די שורות לייענט מען שרייבעריי מיט זאפט און פארשטאנד. צומאל מורמעלט איינער א וויץ, ענטפערט דעם צווייטענס פראגע מיט א נייע חידה און סי ווייט פון פארטיג. א יאר דערויף קומט א תמימות'דיגע שאלה פון א נייע מעמבער, און דער נושא איז צוריק אויפן אויבן אן. איינער זיכט א וואקאציע, א צווייטער הילף מיט א באנק, א טעלעפון קאמפאני, א קאמפיוטער פראגראם, לעגאלע הילף. שאלות און ריכטיגע תשובות בכל הליכת החיים פון אזויפיל טייערע אידישע ברידער, וואס הייסט גמילת חסדים אויב נישט דאס?
אייניגע האבן א פענע וואס רעדט אבער אלע שפראכן, ווען זייער פעדער גיט זיך א צולאז, קען מען נאר האפן אז בלעטער וועלן פליסן און קיין עק וועט נישט נעמען.
איי-וועלט דו קענסט זיך גרויסען אין אמת, שטאלץ זיין מיט רעכט. א שטיבל אן הלבנת פנים, אן רכילות, ריין פון לשון הרע און שטעכעריי. באגילדעט מיט אינגעלייט [און ווי קרעמער איז מגלה, אפילו עלטער זיידעס] וואס טוען זיך ליפטערן אויף א איידעלע אופן גענוי ווי מען האט אמאל אין פאליש פארברענגט ווען מייסטענס מתפללים זענען נאך מוסף אהיים איבערלאזענדיג עטליכע פעניאַקעס און שמועסער מיטן טלית האלב אויף דער ערד בעת די קליינווארג לעקן מידערהייט דאס פארבליבענע קרעמעש אין הערינג זאפט פונעם קידוש וואס איז נארוואס פארענדיגט.
אינגעלייט אין די הייסע מקוה, בעלי בתים איבער א גלעזל קאווע זאגן איבער פאקטען פון איי וועלט כנתינתם מסיני, ווי דער מקור איז א באקאנטער בעל דרשן וואס אלע קענען אים. אלטע ניקס עס ווערען פארשווינדען, נייע קומען צו גיין, מען העלפט זיך ארויס אויפן זעלבן שטייגער ווי מען גיבט א היטש צום קאנטרי. כל ערליי חסד און אינפארמאציע מען לופטערט אדורך, פון א נייער ניגון, א ניי ספר ביז לעבעדיגע בילדער פון כינוסים ביי כלל ישראל, פרעזידענטליכע וואלן, מען לייענט דא די נייעס נאך איידער עס פאסירט, לולא דמיסתפינא וואלט איך געזאגט אז אבאמא איז פון דאנעט געוואור געווארן איבער זיין געווינען די עלעקשאנס. און אייזיק האניג אז זיין סידי איז שוין צובאקומען ביי ליע פאטא.
א כאפצעם, א הצלה רוף, א פייער ל"ע, איידער וואס ווי ווען א בילד ערשיינט תיכף ביינונז, און ווער רעדט נאך פון א ניגון א נייער, נאך איידער דער בעל מחבר האט פארענדיגט דעם גראם ווייסן מיר שוין דא ווער עס האט דעם דעקל דעזיינט, וויפיל חדשים ארום עס קומט ארויס לאור עולם. און צער יעדער טרויערט, מען שרייבט בלעטער פאר תיקון המעשים. א אלטר בחור ווערט א פרישער חתן יעדער פריידט זיך כאילו א מיטגליד אין די משפחה. ווי גייט מען חוה"מ? וואס וועט זיין דער וועטער איבערעס יאר פורים? איי-וועלט האט א אייגענע וועטער נביא מיט א אידישן חן.

וועל איך ווייטער שטיין אין די זייט, צוקוקען מיט נחת ווי א ניי דור שרייבער שפראצט און בליהט, אינגע דארשער דערקוויקען זיך פון א אינטעליגענטע פענע און פרובירן זיך דראפען מיט האסטיקע טריט אויפן לייטער פון שרייבערי, געוויסע טעמעס האבן מער שרייבער ווי ליינער, טייל טראכטען נישט קיין סאך פאר זיי שרייבן אן אפאר שורות ביז מען דערלערנט זיך. היינט צו טאג קען מען זאגן מיט רעכט פון די קליינטשיקע קרעטשמע איז ארויס א מאכטפולע אימפעריע, א מאנסטער פון טויזענטער בלעטער שיינע ענינים, דברי תורה מיט חידושים פון ארבייט'ס אידן וואס קענען מיט רעכט שטאלצירן, שיעורי תורה, אידישע היסטערי, חסידישע מעשיות, גראמעריי, פארשטייער צו ניגוני, צו מאלעריי און צו אלע ענינים וואס א איד זיכט הילף בכל מקצועות ברוחניות וגשמיות ורבים נהנים בעצה ותושי'.
פארהאן אזוינע וואס קומען אריין אן א ציהל און אן א צוועק, ארויס גייען זיי מיט א געפיל פון א פארברענג אין אייגן הויף. ווער רוימט אויף? ווער צאלט דעם רענט? מיר טוען זיך באדאנקען ברבים פאר די אלע וואס טראגן דאס אחריות טאג איין טאג אויס. דער טיהר עס האט נישט א שלאס, די קלימאט שטענדיג קאנטראלירט, די מוט איז אלעמאל פריינדליך ביז גאר. יעדער איז דער זעלבער מיוחס יעדער האט אלע רעכטען פון זאגן און דערציילן וואס ליגט אים אויפן צינג.
זאל ג-ט פון אברהם יצחק און יעקב העלפן אלע מיינע גיטע פריינד אשר ישנו פה און די וואס האבן שוין גראדואירט, עס זאל פארבלייבן א ווינקל פון מנוחת הנפש און נאכנאנדע הנאה. מען זאל נאר לייענען גיטע נייעס, געשמאקע פרייליכע זאכן.
א ספעציעלע ווארט פאר די אחראים וואס שטייען על המשמר כסדר, פונעם הויכען סטאנדארד עס מיז זיך גלייבן אז מען שטייט מיט א אקער אייזן אין די האנט כדי דער מים הזדונים זאל ח"ו נישט אריינדרינגען. עס לייגט זיך אויפן שכל די ארבייט איז נישט גרינג, חזקו ואמצו ושכרך יהי' כפול מן השמים.
אטעטשמענטס
1.jpg
אוועטאר
leiby
שר שלשת אלפים
תגובות: 3911
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 16, 2008 11:08 pm
לאקאציע: צווישן אידן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך leiby »

שוין געשריבן אינעם אנדערן אשכול, דיין ארטיקל האט מיר צוריקגעפירט צום אמאליגן קרעטשמע, ס'האט זיך נישט געגלוסט צוריק צו קומען צום היינטיגן מציאות.
שש מצות תמידיות: אהבת ה',יראת ה', יחוד ה', אמונה בה', שלילת ע"ז, ולא תתורו.
אוועטאר
ווארד
שר האלף
תגובות: 1004
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 10, 2013 12:32 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווארד »

אין דעם אויסגאבע האב איך שוין געזען דעם ארטיקל, אבער נישט געליינט
יעצט האב איך עס דא אדורכגעליינט, און איך מוז דיר זאגן אז דו ביזט...... איך האב נישט די ווערטער אין מויל

אזוי זאפטיג, קלאר, און מייסטערהאפט, שילדערן דיינע געפילן פונעם הוה, עבר, און עתיד, וואס זאל איך זאגן, א מייסטער ווערק!
איך בעט דיר נאר איין זאך, שטיי אלעמאל אויף די זעלבע זייט ווי יעצט....
נאטורליך האט געשריבן:וועל איך ווייטער שטיין אין די זייט
עס וואלט געדארפט זיין א דאנק קנעפל
צו קענען מיט א דרוק מיט א קנעפל צושטימען און מחזק זיין וואס א צווייטער האט געשריבן.
האלט איר דען נישט אזוי?
זיכער יא!

דאן רופט זיך אן דא:
אנקעטע: דאנק קנעפל
אוועטאר
מאנ-יימער
שר עשרת אלפים
תגובות: 10560
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 14, 2011 10:36 am
לאקאציע: אויפן וועג ארויף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאנ-יימער »

נאטורליך בלייבט נאטורליך, די שפראך איז נאטורליך דאס קען מען נישט נאכמאכן, יוש ביזטו גוט!

נאר א שאד דו קוקסט זיך נאר צו פון די זייט.
ווער זאגט?... ער האט געזאגט איז וואס?... נו! האט ער געזאגט, ווער איז ער צו זאגן?
אוועטאר
בערקא
שר האלפיים
תגובות: 2312
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 03, 2013 7:15 pm
לאקאציע: דא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בערקא »

אזוי גוט אראפגעלייגט, אזש כ'האב שוין כמעט געשמעקט די 'נאטורליכע' גרוך פון די אלטע הילצערנע ווענט, און די פייכטע שטרוי אויף די פאדלאגע.....
אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרים אלף
תגובות: 20191
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכתחילה אריבער »

צו כ'האב געליינט די ארטיקעל פון "נאטורליך"? יא!

זאגסט אז עס איז גאר גוט? נאטורליך!!
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש
אוועטאר
סאכדעס
שר שלשים אלף
תגובות: 31438
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע: אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאכדעס »

עםם עםם וואס זאלעכייך זאגן, טרערן רינען מיר אויף די באקעלעך, עס איז נישט דא קיין ווערטער דאס נאטורליכע נאטורליכקייט צו דאנקן. באט יישר כוח.
פקודתו פון התאחדות שמרה רוחי!
אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12505
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צייטליך »

איי נאטורליך.... זאל מיר קיינער נישט איינרעדן אז ס'איז א צווייטער, דיין שריפט, דיין פענע, דיין גאלדענע פעדער פארבלייבט א חלק פון דיר. דאס איז נאטורליך!

די ארטיקל האט מיר צוריקגעטראגן 6-7 יאר קיין היידפארק/חברה וקהילה/היימישע קרעטשמע. און אזוי צוריקגעברענגט צום היינטיגן ראליטעט. ווי ריכטיג די ברענגסט עס ארויס אז "היינט צו טאג קען מען זאגן מיט רעכט פון די קליינטשיקע קרעטשמע איז ארויס א מאכטפולע אימפעריע".
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.
אוועטאר
בחורהזעצער
שר חמש מאות
תגובות: 961
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 16, 2011 9:54 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בחורהזעצער »

יא יא ניטא וואס צו רעדן, דער אמאליגע היימישע קרעטשמע איז אומבאשרייבליך, די מענטשליכע חושים פארמאגן ניטאמאל די ווערטער עס צו מסביר זיין.
הגם איך האב דאס נישט מיטגעלעבט, איך האב דאן נישט געוואוסט אז זי עקסזיסטירט; אבער ווען איך כאפ אמאל א בליק אהין דארט אין אלט-שטאט ווי עס זענען נאר פארבליבן די מתים אינעם בית החיים, די אלטע איינגעפאלענע קרעטשמע ביים עק פונעם דארף, און דער גראף'ס מויערנע פלאץ, דאן קומט דער נאסטאלאגיע צום קלימאקס, און עס זינגט זיך ארויס דער ניגון פון ר' יו"ט ערליך: "דער גליקליכער אמאל, אינעם שיינעם טאל, וועל איך אלעמאל געדענקן!".
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28203
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

היינט ענדליך אנגעקומען צו ליינען דעם ארטיקל אינעם מי מנוחות, און איך מוז אייך זאגן אז הגם אין יסודות פון גראמאטיק און כללים פון שרייבעריי קענען אסאך גיין אין קאנקורענץ מיטן שרייבער דינן, אבער אין נאטורליכקייט קען מען אים נישט באזיגן. איך האב גאר גאר שטארק הנאה געהאט פון זיינע אייגנארטיגע צוזאמשטעלער פון ווערטער און זאצן. א דאנק.
אוועטאר
נאטורליך
שר חמש מאות
תגובות: 968
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 04, 2006 3:15 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נאטורליך »

ישר כח אלע גיטע פריינד פאר די שיינע רייד.
אוועטאר
שנאפס
שר עשרת אלפים
תגובות: 17010
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 12, 2011 9:59 pm
לאקאציע: אויף די קרעטשמע פאליצעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שנאפס »

ישר כח פאר דיינע ארטיקלען

מאנ-יימער האט געשריבן:נאטורליך בלייבט נאטורליך
kraitchmah עט גימעיל

באקומט סטאקס בחנם
גלייכגילטיג
שר חמש מאות
תגובות: 564
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 03, 2012 5:23 pm
לאקאציע: ששש.. ס'גילו!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גלייכגילטיג »

ווער האט געגלייבט אז איך גלייכגילטיג פונעם נייעם גענעראציע אין דעם אימפעריע אייוועלט וועט קענען מגיב זיין און באדאנקען 'נאטורליך' ווען ער דרייט זיך לייוו.

אתה נאטורליך ושמך נאטורליך וכל אשר לך נאטורליך... וואס נאך איז שייך צוצולייגן? נישט זאכן וואס פיטן אין ווערטער... עלעך מוזן בלייבן דא.
איך שרייב נישט אונטער בשום אופן!!!
אוועטאר
יוראפ
שר עשרת אלפים
תגובות: 19433
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 18, 2011 12:16 pm
לאקאציע: על אדמת נכר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוראפ »

שנאפס האט געשריבן:ישר כח פאר דיינע ארטיקלען

מאנ-יימער האט געשריבן:נאטורליך בלייבט נאטורליך
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27049
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

געליינט דעם אלטן ארטיקל אאון פרישען מאנאלאג אינעם גליון זעלבסט, מה נאמר, נישט שייך צו זאגן, נאטורליך בתפארתו, און יא ארויפגעברענגט נאסטאלגישע זכרונות פונעם אלט-שטאט.

(אפשר קען מען האבן מורי ורבי זארעכפעפפער'ן פאר אן אינטערוויו?)
אוועטאר
גוגל
שר האלפיים
תגובות: 2055
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 19, 2012 2:35 pm
לאקאציע: אויף אייוועלט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גוגל »

נאטורלעך שעם זיך נישט קום אריין און לאז איבער פרישע אפדרוקען מער אפט
שרייב תגובה

צוריק צו “אידישע וועלט”