לוינט זיך די שווערע ארבעט?

געדאנקען און התחזקות בעניני עבודת השם

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14264
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

לוינט זיך די שווערע ארבעט?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוועמל »

(פריש, קיין ארכיוון)

בלעם.
איי דער בלעם האט דאך אזוי פול פראגעס איבערגעלאזט אומפארענטפערט. לאמיר גיין אין א רייע און מדגיש זיין וואס דרוקט אונז לגבי דעם הדיוט, און נישט סתם א הדיוט נאר א בלעם.

משה דערציילט די אידן אביסל 'ביהיינד די סין' זאכן פאר ער איז נפטר געווארן און איינע פון די סודות איז געווען "ולא אבה ה' אלקיך לשמוע אל בלעם ויהפוך ה' אלקיך לך את הקללה לברכה", דאס הייסט אז דער אייבערשטער האט פארארבעט מעשים כביכול אז די אלע קללות פון בלעם זאלן נישט צושטאנד קומען און נישט נאר דאס, נאר זאגאר האט ער זיך געזארגט איבערצודרייען די קללות צו ברכות! נו שטעלט זיך די פראגע פארוואס ביי די עצה פון בלעם מיט בנות מואב דארט האט דער אייבערשטער גארנישט געטוען, האט ער דען נישט געקענט אויך צושטערן די דאזיגע עצה פון בלעם פונקט ווי ער האט מהפך געווען די קללה זיינע?
און נאך מער, נאך אלעם קוקט אויס ווי דער בלעם איז למעשה אוועק א געווינער ביים ענדע ווייל די צווייטע עצה קוקט אויס ווי ס'יז יא געלונגען.

די קשיא ווערט נאר שטערקער, לויט ווי חז"ל זאגן אז אלע ברכות נתבטלו חוץ ממה טובו אהליך יעקב, אט דער ברכה פון מה טובו איז דאך געווען אן ענין פון קדושה וצניעות ווי רש"י זאגט שאין פתחיהן מכוונין, טא וויאזוי קען דאס זיין אז דווקא מיט די ענין זענען זיי נכשל געווארן לבסוף, אויב אזוי קוקט אויס ווי די ברכה האט אויך נישט געהאט עפעס קיין תוקף.


התבוננתי בזה ליישב עס ליגט דא א טיפער לימוד. בעצם, די געשיכטע פון בלעם מיט בלק איז דאך באמת געווען א באהאלטענע זאך, א העכסט געהיימע סוד צווישן מואב און מדין קיינער האט דערפון נישט געוואוסט חוץ די געציילטע אקטיווע קאמאנדירן אף טשיף. און זיכער נישט די אידן, זיי זענען געזעסן אונטערן וואלקן נישט האבנדיג די מינדעסטע אהנונג אז עפעס שרעקליכעס קאכט זיך איבער זיי.

ביי אזא פאל האט דער רבש"ע געמוזט אליינס קעיר נעמען אז פון די קללות זאל גארנישט ווערן ווייל עס איז נישט געווען בידי ישראל בכלל דאס מבטל צו מאכן. משא"כ ביי בלעםס עצה פון בנות מואב דארט איז עס שוין א זאך וואס די אידן האבן שוין געוואוסט, זיי האבן געזען די נסיונות וואס קומט פאר און העטן געדארפט זיך ארויסדרייען דערפון בעצה או בתפילה שהרי אין הקב"ה בא בטרוניא וכו'.
ובפרט לפי האוה"ח הק' וואס ער זאגט אז דאס איז נישט געווען סתם א ענין פון זנות המוטבע באדם מיום הולדו, נאר דאס איז געווען א קלארער אויסגערעכענטער סטראטעגיע וויזוי מכשיל זיין אידן, און דאס איז עכ"פ געווען בולט פאר די אידן אז עפעס א "טרעפ" איז אנגעגרייט פאר זיי, ממילא איז'ס געווען, עכ"פ טיילווייז, בידם זיך מתגבר צו זיין בעזרת השם.

דאס איז אולי מדוייק אין פסוק, ולא אבה השם אלקיך לשמוע אל בלעם, דער אייבערשטער דייקא, ער איז געווען דער איינציגסטער וואס האט געוואוסט און געזען בלעם'ס שלעכטע כוונות און דאס וויל ער נישט הערן א קללה אויף א אידן ח"ו, כי אהבך ה' אלקיך. אבער ביי די צווייטע עצה שטייט ויחל העם לזנות, דא האט שוין דער פאלק געוואוסט און עס איז געווען בכוחם לטכס עצה על זה, מאכן א כינוס, פילטער אויפן גלעזער, ספרי מוסר אויפן מחשבה, עפעס כאטש.


ורמז גדול לזה, די פסוק זאגט וישב ישראל בשטים, וואס איז דאס שטים?

חז"ל זאגן אין סוכה מה: עצי שטים עומדים, שעומדים לעולם ולעולמי עולמים. די משכן איז נישט נחרב געווארן אזויווי די בתי מקדש נאר איז נגנז געווארן און וועט גענוצט ווערן לעולמי עולמים במהרה בימינו. פארוואס איז דאס אזוי? ווייל אנדערש פון אלע אנדערע נדבות המשכן ווי זהב וכסף וכו' צי די אבני שהם וואס איז געווען מעשי ניסים, איז אבער די קרשים געווען די סאמע שווערסטע נדבה צום משכן. אויב איר געדענקט האט דאס נאך יעקב אנגעפלאנצט אין ארץ כנען, מיטגענומען קיין מצרים, איבערגעפלאנצט, זיך געפארעט דערמיט 210 יאר, דאס אפגעשניטן און מיטגעשלעפט ביי יציאת מצרים, אריינגעשלעפט אין ים סוף, געהיטן אויף טריט אין שריט וכו', און יעדער קרש האט געוואויגן א טאן א שרעקליך שווערע עבודה דאס. איר ווייסט וואס דאס אלעס מיינט פארן רבוש"ע? נישטא קיין גרעסערע נחת רוח ווי דעם, די יארן הארעוואניע לכבודו, די ביטערע שווייס וואס האט זיך געגאסן מיט מסירת נפש פון אידישע קינדער אלעס בלויז צו קענען דערמיט אמאל מקיים זיין דעם ציווי השם ועשית את הקרשים. דעריבער זאגט דער אייבערשטער פאר משה עצי שטים עומדים לעולמי עולמים, דאס בלייבט לנצח נצחים, די עבודה פון א איד איז לנצח, איך גלייך דאס, די מסירת נפש למען שמו ית', אט די סארט עבודה קען נישט בטל ווערן קיינמאל.

דאס איז דער רמז וישב ישראל בשטים, די אידן האבן געדארפט זען די עצי שטים און מתבונן זיין אין די סוד וואס ליגט דערינען, דער אייבערשטער וויל די עבודה פון א איד, מיט אביסל התבוננות מיט אביסל תפילה העט מען זיך געקענט ארויסדרייען אפילו פון לזנות אל בנות מואב, פתחו לי פתח ואני אפתח לכם.


מיט דעם האב איך געטייטשט וישב ישראל - א איד קען תשובה טון, פארוואס ווייל, בשטים - די סוד וואס ליגט אין עצי שטים, אז די עבודה פון א איד איז עומד לעולמי עולמים. תשובה איז די גרעסטע עבודה, א סור מרע מיט א עשה טוב. אט דאס שטייט העכער יעדע חטא, א חטא ווערט בטל ותשליך במצולות ים כל חטאתם, אבער עבודה בלייבט און שטייט דערפאר העכער אלעם לנצח נצחים.


יעצט אז מיר וויסן שוין די הבדל צווישן בלעם'ס קללה און בלעם'ס עצה, קערן מיר זיך צוריק צו די צווייטע שאלה, איז בלעם ארויס ווי א געווינער צי נישט. זיכער אז נישט! ווייל אנדערש פון א קללה איז דאס געווען א זאך וואס די פאלק האט א ברירה יא אדער נישט צו טון, עס איז דאך בידם. נו דאס אז די פאלק איז דורכגעפאלן האט עס שוין גארנישט מיט בלעם, עס איז תלוי אין די עבודה פונעם מענטש, די וואס האבן געארבעט אויף זיך זענען באמת נישט נכשל געווארן עס איז נאר געווען ויחל העם, די פשוטי עם הנחשלים און נישט די אינעווייניגסטע צדיקים בני ישראל (אוה"ח הק').


און די דריטע קשיא צי די ברכה האט א תוקף איז אויך יעצט קלאר.
וואס איז בעצם געווען די ברכה פון מה טובו? מה טובו אהל שילה ובית עולמים, בישובן. משכנותיך אפילו כשהן חרבין (רש"י). איר ווייסט וואס בלעם האט דא מכוון געווען, ער האט דא געגעבן נישט בלויז א ברכה, נאר גאר א 'עצה' אנטקעגן זיין שפעטערע עצה פון בנות מואב. בלעם האט שוין דא געהאלטן ביים אויפגעבן ער האט שוין איינגעזען כי טוב בעיני ה' לברך את ישראל, און האט דא מרמז געווען פאר די אידן איר ווייסט פארוואס די בתי מקדש וועלן חרוב ווערן און די משכן נישט, ווייל די משכן האט אין זיך די סוד פון עצי שטים עומדים, די עבודה קען נישט בטל ווערן קיינמאל, אויב וועט איר זיך מתבונן זיין קען מען בייקומען אפילו מיינע שרעקליכע עצות אויכעט.
דעריבער זאגט ר' יוחנן מתוך ברכתו של אותו רשע אתה רואה מה היה בלבו לקללם, פון אט דער ברכה וואס איז געבליבן מה טובו, זעהט מען די רשעותדיגע כוונה פון בלעם אז ער האט שוין דאן געהאט אין פלאן זיי מכשיל זיין רח"ל, אבער די סוד פון עצי שטים, דאס איז עומדים לעולמי עולמים איז דאס די ברכה וואס איז יא געבליבן.

מקור: בחמלת השם עלי.


(כעין יסוד זה מבואר ברמח"ל דעת תבונות מ"ח, אז דער אייבערשטער פירט די וועלט מיט צוויי הנהגות, הנהגת המשפט והנהגת הייחוד. הנהגת המשפט איז די הנהגה בחירית וואס איז ביד האדם יעדע רגע אין לעבן צי ער זאל יא אדער נישט טון וכדומה און דארט האט דער מענטש די כח פון ובחרת בחיים. און הנהגת הייחוד איז די הנהגה וואס אנבאלאנגט נישט קיין מענטש, דאס ווערט געפירט דורכן רבש"ע למשל וועם צו באשאפן, וויזוי צו באשאפן, יוצר אור ובורא חושך, דארט האט אמענטש בכלל נישט אריינצורעדן.)


מותר להעתיקו בחינם בכל צורה
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)
אוועטאר
יואל ווייס
שר האלף
תגובות: 1213
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 28, 2009 9:25 am
לאקאציע: אין גוטע הענט, ב"ה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יואל ווייס »

שוועמל, דפח"ח וש"י
געוואלדיג!
__________________________________
This signature was intentionally left blank
אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14264
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוועמל »

פד"ף
אטעטשמענטס
is it worth the effort.pdf
(53.37 KiB) געווארן דאונלאודעד 110 מאל
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)
אוועטאר
טייבעלע
שר עשרת אלפים
תגובות: 10652
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 11, 2012 4:00 pm
לאקאציע: ביי אלאסקא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טייבעלע »

א דאנק, טיפע רייד.
יונתי בחגוי הסלע בסתר המדרגה הראיני את מראיך השמיעני את קולך כי קולך ערב ומראיך נאוה: (שה"ש ב יד)
teibele1 at birdlover.com
אוועטאר
שנאפס
שר עשרת אלפים
תגובות: 17010
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 12, 2011 9:59 pm
לאקאציע: אויף די קרעטשמע פאליצעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שנאפס »

יואל ווייס האט געשריבן:שוועמל, דפח"ח
געוואלדיג!
kraitchmah עט גימעיל

באקומט סטאקס בחנם
אוועטאר
שאינו יודע
שר ששת אלפים
תגובות: 6816
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 24, 2011 1:27 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאינו יודע »

שוועמל ווי שטענדיג, א טיפזיניג, און צו די זאך!
אז דו ווייסט נישט, רעד נישט!
אוועטאר
ידיד
שר שלשת אלפים
תגובות: 3822
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 16, 2012 6:37 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ידיד »

געוואלדיגע שיינע ווערטער! יישר כח.

וואו זאגסטו של"ס תורה די וואך?
אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרים אלף
תגובות: 20191
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכתחילה אריבער »

פשי ס'ארא טייערע ווערטער, און א שטארקע מוסר!

דו זארג זיך נישט פארן אייבערשטער, ער וועט שוין קער נעמען צו פירן זיין וועלטעל ווי עס געהער צו זיין, דאס איז נישט דיין דאגה, און נישט דיין זארג, ווייל -- ווי שוועמל זאגט ביי בלעם -, דו ווייסט סיי ווי נישט וואס גייט פאר "אין די בעק פון די קערטען", סא קענסטו סיי ווי נישט קער נעמען פון די זאכן.

וואס יא? דו נעם קעיר פון דיר אליין! דאס איז דיין ארבייט!!

ישר כח, שוועמעל געוואלדיג! געוואלדיג!
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש
אוועטאר
מאנ-יימער
שר עשרת אלפים
תגובות: 10560
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 14, 2011 10:36 am
לאקאציע: אויפן וועג ארויף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאנ-יימער »

לכתחילה אריבער האט געשריבן:פשי ס'ארא טייערע ווערטער, און א שטארקע מוסר!

יישר כח, שוועמעל געוואלדיג! געוואלדיג!
ווער זאגט?... ער האט געזאגט איז וואס?... נו! האט ער געזאגט, ווער איז ער צו זאגן?
אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14264
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוועמל »

א דאנק אלע דאנקערס.

לכתחילה, האסט גוט ארויס. דיין נקודה ווערט ארומגערעדט אין רמח"ל הנ"ל.
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)
אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14264
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוועמל »

ארויפגעברענגט לכבוד פר' בלק
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)
אוועטאר
א גראם מיט טעם
שר שלשת אלפים
תגובות: 3947
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 23, 2013 8:40 pm
לאקאציע: אויף א שפאציר, פונעם מח צום פאפיר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א גראם מיט טעם »

א דאנק פארען ארויף ברענגען, עמער עס ארויס פרינטען לכבוד שבת
אוועטאר
קנאפער ידען
שר החסד
תגובות: 31274
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: וואו ג-ט ב"ה וויל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קנאפער ידען »

שוועמל האט געשריבן:ארויפגעברענגט לכבוד פר' בלק

יישר כח, זייער שטארקע און שיינע ווערטער.

בלעם איז פאר נאך א סיבה נישט ארויסגעקומען אלץ געווינער, זינט עס איז געווען א מלחמה איז טאקע געגאנגען פראסקעס אהין און אהער, דער געווינער איז ווער עס גיבט די לעצטע פראסק! און דאס איז דאך געווען ביים 'וישב בשטים' אז זיי האבן תשובה געטון.
"אייער צופרידנהייט, מיין הנאה." -מיך אליינס...

נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין פאר עפעס דא קען מען מיר צושיקן א לינק דערצו אין אימעיל [email protected]
שרייב תגובה

צוריק צו “אז נדברו”