בלאט 1 פון 2

מיין בין הזמנים ווערטער ביך...

געשריבן: מאנטאג מארטש 11, 2013 1:07 am
דורך yankelshister
אזוי ווי בין הזמנים איז אט אט אונטערן טיר, און ווי נישט ווי דערקענט זיך עס שוין אין די בתי מדרשים, ווי די בחורי חמד וואס הארעווען על התורה והעבודה א גאנץ יאר, דזשוכענען זיך אויס זייער נערווען אויף מיין חשבון. האב איך מחליט געווען אז דעס יאר גיי איך כאטש אזויפיל בענעפעטירן, אז די אלע ניי געשאפענע טערמינען וואס ווערט געשאפן בין ספסלי הישיבה זאל צו מיר אויך אנקומען.
פאלגענד איז א שמועס וואס איך האב היינט (במזיד...) אינטערגעהערט צווישן צוויי טאטערס;


וואס טוט זיך לאנדא?
אה! גוט מארגן (11:30 פארטאגס) וואס זאגסטו באנדא?
באנדא; האסט געהערט אז געצי איז א חתן!
לאנדא; ניין! כ'האב פון גארנישט געהערט! מיט וועמען? דאס איז הייסע נייעס! קענסט מיר נישט שיקן א נאר'ישן טעקסט?!
ב; טוה מיר א טובה מאך דיר נישט תמ'עואטע!
ל; דו מיינסט אז איך האב נישט וואס בעסער וואס צו טוהן?! כ'האב פון גארנישט געהערט! ווער איז זיין מחותן?
ב; קענסט פרידמאן פון דריי און פופציג?
ל; יא! מיט זיין טאכטער?
ב; ניין, מיט זיין ברידער'ס א טאכטער!
ל; וועלכע ברידער, דער וואס זיצט אין ספינקא מקוה?
ב; יא יא!
ל; וואו! דו הרג'סט מיר!
ב; וואס איז?
ל; שוין, גארנישט! איך מיז אפגאפלען פון דא! טוה מיר א טובה און גאפל אפ!
(כאילו אונזער קטן שלא הגיע לחינוך איז מורא'דיג פארנומען... אינטערעסאנט אז א שעה שפעטער האב איך אים נאך געזען בייסען א האט קאפ...)

א ס"ה פון דעם קורצן שמועס = דריי נייע ווערטער אין מיין ווערטער ביך;

1) "הייסע נייעס" - איך האב געוויסט אז עס איז דא ברעכענדיגע נייעס, אבער הייסע נייעס?! וואס איז דאס פאר א גוט יאר?! וואס איז ווען דער נייעס ווערט באפאלן פון א שניי אינמיטען וועג... ווערט ער קאלטע נייעס? איז דא אזא מין מאכל בן דורסאי'דיגע געקאכטע נייעס?

2) "נאר'ישן טעקסט" - דאס איז שוין א העכסט סייענטיפישע אויסטרעף, וואס נאר א גמרא קעפל קען לכאורה צו קומען צו אזא מסקנה. איר הערט וואס גייט פאר?! איר האט דאך אלטס געמיינט אז אונטערן טעקסט איז אוודאי באהאלטן טיפע חכמה! איך האב פאר אייך (הייסע) נייעס! זעצט אייך אראפ... אטעמט אריין טיף... גרייט?!
דער טעקסט איז גארנישט מיט נישט! עס האט נישט קיין ברעקל חכמה!
איך כאפ נאכנישט פונקטליך די עמקות הדברים, אבער אין מיין קליין קעפל זענען שוין דורך געלאפען א גאנצע רייע חידושים וואס שאפט זיך פון דעם געוואלדיגן סייענטיפישן דורעכברוך. ער איז נישט קיין בר חיובא, ער קען נישט בלאזן קיין שופר, טרינקן ד' כוסות, עסן די כזיתים, שעפן מים שלנו, ועוד ועוד ואי אפשר לפרטם כי רבים הם! דאס איז אבער יא זייער וויכטיג צו באטאנען; פון היינט און ווייטער טרעפט אייך אנדערע ביזנעס קאנסאלטענטס!

3) "אפגאפלען" - דאס שטאמט לכאורה פונעם שורש גאפל. יא יא! דער אומשולדיגער גאפל וואס פיטערט אזוי געטריי די מענטשהייט. האט צו באקומען א פרישער דזשאב! ער גאפלט אוועק מענטשן -וואס זענען זייער פאריאגט און האבן נישט קיין צייט צו ערלעדיגן וואס זיי האבן אויף זייער קעפל- צו זייער דעסטענאציע וואו זיי ברויכן וויכטיג אנקומען!

אוי בין הזמנים זיסער! ווען עס איז ווען בידי גאפל איך דיר אוועק ערגעץ ווייט ווייט, צו א פלאץ וואו די קענסט רוהיג איבערדרייען און פירן מקוה קיפקעס ביז זייגער צוואנציג, און עסן פת שחרית -טאנא סענדיוטשיעס אום זיבענער אווענט!
שוין, לאמיר זיך אפשטעלען ווייל דאס בליט שטורעמט מיר אויף פון דעם בין הזמנים! און פארגעסט נישט;
עס האט זיך נאכנישט אנגעפאנגען...

געשריבן: מאנטאג מארטש 11, 2013 1:56 am
דורך יוראפ
אה מזל טוב געצי דערייבערשטער זאל העלפן...

געשריבן: מאנטאג מארטש 11, 2013 2:03 am
דורך רבניש
מוז זיין דער יענקל שוסטער איז קוים וואס ארויס פון די ווינדלען... (אפשר נאך גאר דערינען) ער קען זיך נישט אפגעזעגענען פונעם בין הזמנים.
יענקל איך מוז אייך מעלדן די שווערע נייעס, אבער פאר טאטעס איז ניקס דא קיינע בין הזמנים!

יענקל גיי ארבייטן..
נעם דעם שווערן האמער און הייב אן האקען דעם אייזערנעם טעפ.

געשריבן: מאנטאג מארטש 11, 2013 3:46 am
דורך מאנ-יימער
לאנדא האסט געליינט יענקל'ס סחורה אין קרעטשמע? ער איז הייסע נייעס, ס'גיסט זיך פון אים זאפטיגס איינס נאך איינס,
זאל ער מיר נאר נישט אפגאפלען אזוי שנעל פון דא, נאר אונז באגיסן נאך און נאך.

יענקל שוסטער ;l;p- ;l;p- ;l;p-

געשריבן: מאנטאג מארטש 11, 2013 6:39 am
דורך מכטי1
איך מיין ס'איז א טעות סופר נישט הייסע נייעס נאר פיינע נייעס, גיי הער איבער דעם שמואס....

געשריבן: מאנטאג מארטש 11, 2013 6:46 am
דורך פער בריסטאו
למעשה האט ער טאקע א שידוך געטוהן?

געשריבן: מאנטאג מארטש 11, 2013 8:45 am
דורך געלעגער
גיי זאפארט ארויס פון די שיסטער ביזנעס. דו ביסט סך בעסער אין די שרייבן ביזנעס. האסט מיך געמאכט שמייכלן. יישר כח

געשריבן: מאנטאג מארטש 11, 2013 9:36 am
דורך טייבעלע
א שיינעם דאנק, זיך גוט צושמייכעלט.

געשריבן: מאנטאג מארטש 11, 2013 10:00 am
דורך בן אחר בן
הנאה געהאט. טוה א טובה אין הער דיך מער אונטער..

געשריבן: מאנטאג מארטש 11, 2013 10:10 am
דורך ידיד
האלאו!! באנדא!! סינייעס? דו ווילסט באסטן? ליין יענקל'ס ארטיקל, איים טעלינג יו, ס'ראקט!! ס'באאמט.. שיגע צו ווערן... חחחחח...

יענקל A-1 ;l;p-

געשריבן: מאנטאג מארטש 11, 2013 10:19 am
דורך זאלץוואסער
האללאאאאו קומסט טשילן? (א מין גערעדעכץ... נארוואס געהערט שוין 10 מאל היינט)

געשריבן: מאנטאג מארטש 11, 2013 10:40 am
דורך מכטי1
זאלץוואסער האט געשריבן:האללאאאאו קומסט טשילן? (א מין גערעדעכץ... נארוואס געהערט שוין 10 מאל היינט)

נו? זאג א הסבר אויף דעם!

געשריבן: מאנטאג מארטש 11, 2013 10:56 am
דורך פליגל
האללא קומסט? אין בית שני האט איינער געברענגט האק.

(געברענגט וואס?)

געשריבן: מאנטאג מארטש 11, 2013 12:11 pm
דורך לכאורה
איך וואלט אייך געראטן נישט צוצונייגן אן אויער צו א בחור'ישע געשפרעך, זיי קענען אייך צולייגן פארנט פון אייער נאז אויף אזא סארט קאוד שפראך וואס בלויז זיי צווישן זיך שפרעכן.

געשריבן: מאנטאג מארטש 11, 2013 12:12 pm
דורך אנעים זמירות
געצי איז א חתן? יאו, קלאפ אריין א גוטס (אדער א טפח). זיין חתונה גייט זיכער ראקען...

געשריבן: מאנטאג מארטש 11, 2013 12:13 pm
דורך לכאורה
העיקר שכחתי, דאנקען יאנקל שוסטער פאר דעם שיינעם ארטיקל.

געשריבן: מאנטאג מארטש 11, 2013 12:31 pm
דורך סביב העולם
אוי יענקעלע ביזטו גוט

געשריבן: מאנטאג מארטש 11, 2013 1:47 pm
דורך זאלץוואסער
ווען איך העט ווען געווען ביי די כוחות וואלט איך גע'אסרט דעם ווארט "טשילן" עפעס א מין פאראכטעטער ווארט, א מין נישט גערעדעכץ נישט קיין שום פשט און הערט זיך ניטעמאל ווישטיג! גיי זיי מסביר פאר די קינדערלעך אז "טשילן" איז קיין גערעדעכץ נישט, אפשר העלפט מיר איינער מיט א קאמפיין קעגן "טשילן". פעך

געשריבן: מאנטאג מארטש 11, 2013 2:01 pm
דורך סביב העולם
זאלצי קומסט טשילן קיין טשילי קעגן טשילן? הוי דו מאכסט מיר טשילס................

געשריבן: מאנטאג מארטש 11, 2013 2:35 pm
דורך yankelshister
זאלץוואסער האט געשריבן:ווען איך העט ווען געווען ביי די כוחות וואלט איך גע'אסרט דעם ווארט "טשילן" עפעס א מין פאראכטעטער ווארט, א מין נישט גערעדעכץ נישט קיין שום פשט און הערט זיך ניטעמאל ווישטיג! גיי זיי מסביר פאר די קינדערלעך אז "טשילן" איז קיין גערעדעכץ נישט, אפשר העלפט מיר איינער מיט א קאמפיין קעגן "טשילן". פעך

גראדע איז עס מיר זייער צום הארצן. עס ברענגט מיר זכרונות פון די צוויי אלטע קילע לייט וואס זענען סטאק געווארן אויפן וועג צו מאנטריאל...

געשריבן: מאנטאג מארטש 11, 2013 3:03 pm
דורך גלייכגילטיג
הייסע נייעס דער שיסטער!

סלעפ פייוו!

געשריבן: מאנטאג מארטש 11, 2013 3:11 pm
דורך שנאפס
טייבעלע האט געשריבן:א שיינעם דאנק, זיך גוט צושמייכעלט.

געשריבן: מאנטאג מארטש 11, 2013 9:01 pm
דורך לוי יצחק
יעקעלע א מעכטיגע שמועס. און ראקיש אראגעלייגט.
ווען די חברה זענען "לוס", איז נישט גוט צו זיין "טייט" מיט זיי... פעך!
:bu:mp: (דאס איז די פארמאכטע האנט וואס מ'קלאפט אריין איינער אין צווייטער...

געשריבן: מאנטאג מארטש 11, 2013 11:59 pm
דורך yankelshister
דו מיינסט אוודאי דעם טפח! מיינסט אז ווען איך בין געווען א בחור האב איך זיך אויך אויפגעפירט אזוי מתנחל'דיג? נע... ס'איז זיכער משיח'ס צייטן...

געשריבן: דינסטאג מארטש 12, 2013 12:15 am
דורך לוי יצחק
אה אזוי הייסט עס? כ'האניש געוואוסט. שוין, עפעס דערלערענט היינט...