שלום עליכם אייך קאנטרי אידן (וואס??)
די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער
שלום עליכם אייך קאנטרי אידן (וואס??)
וועך שרייט זיך ארויס פון אלע מיילער תושבי עיר הקוועטש וויליאמסבורג.
היינט איז די טאג וואס די גאסן ווערן צוריק באלאגערט, די גרוך לעוועל שטייגט פון 100 צו 101 די שטופעניש, די פארקינג געזוכעכטס, די שול טרעפיק. אלעס וואקסט צוריק וואו פאר די זומער. מיין פיס-קראצער-ראבער איז צוריק צום ארגינעלן בעל הבית פון פאר די זומער, מיין שטענגל וואו איך האב ארויפגעדרייט מיין האנטוך ביים בור איז אויך שוין נישט עקסקלויסיוו מיינס. אלס ווערט פארכאפט און די ארגינעלע בעל הבתים זענען דא און נעמען צוריק אלעס וואס זיי האבן ערקלערט פאר די זומער אלס זייערס.
פארגאנגענע וואך ווען מ'האט געוואקט אויפן גאס האט מען געקענט הערן פון געוויסע פענסטערס ווי די נעגל וואסערס ווערן אויסגעגאסן, אנדערע אינגעלייט האבן שנעל צואווארפן זייער וועש אז מ'זאל זיי נישט כאפן אז זיי טראגן די זעלבע פאר וועש גאנצע ניין וואכן. יעדער ביי זיך האט זיכער געמאכט אז די הויז זעהט אויס ווי עס ברויך צו זיין אז מ'זאל זען אז איינער האט זיך דא געדרייט אבער פון די צווייטע זייט פראבירן די אלע צו געבן די אנשטעל אז דער וואס האט זיך דא געדרייט האט זיך אויפגעפירט געהעריג און אבאכט געבען אויפן היגענישן מצב. דא א קוועטש אין די טוט פעיסט, דארט א וואש אויף די פלאר וואס איז שוין שמוציג געווארן די ערשטע וואך זומער. דער עפנט די פענסטער'ס און טירן אז די גרוך זאל ארויסגיין. יעדער מיט זיין פרעשור.
מאנכע זענען שוין אהיים געקומען פאר שבת, פשוט ווייל זיי האבן זיך שוין אזוי געבענקט צו די מעופש'דיגע שטאטישע לופט אז זיי האבן עס שוין נישט אויסגעהאלטן. די קינדערע זייערע האבן כלל נישט מסכים געווען צו די פלאן. און זיי האבן געמאכט פונעם בור הטבילה א געהעריגע סווימינג פול לדאבון כל הטובל'ערס, ווען יעדע רגע כאפט מען א שטויס פון א צווייטע אינגל. חח ביי שאלעשידות ווען דער אינגערמאן האט געזען אז דא אין שטאט טיילט מען אויך טונא מיט פיקל כאטש א גאנץ יאר געט מען נאר מייערן-געפילטע האב איך געפילט אזוי שלעכט פאר אים. א קליינע מחשבה'לע איז אים זיכער דורך געפלויגן אין קאפ 'פארדעם האב איך געדארפו פארן א צוויי שעה'איגע וועג יעדע וואך, ווען איך קען האבן די זעלבע שאלעשידות דא אין שטאט..?'
אבער דאס איז אלעס נאר האלב פון וואס עס ווארט אונז היינט. פון היינט ביז איבערס יאר בעזר השם קענסטו פארגעסן פון:
- טרעפן א מנין מעריב ביי די פערציג זונטאג נאכמיטאג ווייל נאר דאן איז דא מנין.
-טרעפן א דבר גוט מארגן ביומו צעטל אויב קומסטו נאך ניין דרייסיג אין שול.
-קענען גיין אין פארק מיט די קינדער רואיגערהייט אנאדעם וואס די יענטע פון די בלאק זאל דיך אפמעסטן מיט א קרומע בליק.
-אויסטרונקען די קאווע אין קאווע שטיבל בשעת'ן אנכאפן די מילך-קראן -ווייל אפשר דארף מען נאך מילך- אן כאפן א ברום אז ס'איז דא נאך אידן וואס ווארטן אויף די קראן.
-פון זיך אראפזעצן אויף די פארטש מיט דיינע קינדער און שפילן א געים, אנאדעם וואס די שכן זאל אריין קוקן און שרייען וואו די סעט ליגט.
-פון רואיגקייט
-פון שטילקייט
אלעס ווערט צוריק צום אלטן והעיר יענטעס צהלה ושמחה!

- זאלץוואסער
- שר האלף
- תגובות: 1866
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 20, 2012 6:41 pm
- לאקאציע: אין א זאלץ וואסער מעסטל
- פארבינד זיך:
- פליגל
- שר חמשת אלפים
- תגובות: 5993
- זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג סעפטעמבער 04, 2009 1:27 pm
- לאקאציע: ביים פענסטער
חחח... כ'זוך נאכאלס מיין פארקינג נעבן מיין הויז, געלעגער ביסט אן-ריעל...
יוש, כ'וויל זיך נישט דערמאנען פון דעם קבלת פנים כ'אב געגיבן א ידיד מיינער און ווי א געלעגער זאג'ך'ם יא די שטאט ווערט געדיכט... יוש האב'ך געכאפט פון אים אזוי שיינערהייט אז ס'מיר פארגאנגען די אפעטיט צי שאלעמעלייכענען איינעם...
געלעגער; עצה טובה קא משמע לן: שרייב איין דיינע קינדער אין תפארת אבות...

נאט אייך א גרינע...
- לכתחילה אריבער
- שר עשרים אלף
- תגובות: 20191
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
- לאקאציע: למטה מעשרה
- שנאפס
- שר עשרת אלפים
- תגובות: 17010
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 12, 2011 9:59 pm
- לאקאציע: אויף די קרעטשמע פאליצעס
יא, די וואך אין שוהל האמער געהאט א פריוויא וואס עס קומט אויף אונז די קומענדיגע וואך, מיין טלית איז שמוציג געווארן שבת אינדערפרי ווען א דארפיש קינד האט געדארפט א גלעזל מילך בשעת איך האב געמאכט די ברכה
געלעגער פיין געשריבן
געלעגער פיין געשריבן
kraitchmah עט גימעיל
באקומט סטאקס בחנם
באקומט סטאקס בחנם
- צייטליך
- מ. ראש הקהל
- תגובות: 12505
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 01, 2006 6:13 pm
- לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.
געלעגער. אוי אידאס א נושא.. וויפיל דאס הארץ האט געקוועטשט ווען איך האב זיך געזעהן בלייבן איינער אליין יענעם דאנערשטאג ווען דער עולם, זעק און פעק, טראק'ס און ווען'ס האבן זיך אפגעטראגן פון וויליאמסבורג, קומט דאס אבער נישט צו צו דעם נעכטיגן זינטאג. שוין אינדערפרי איז די שוהל געווען איינגענומען מיט בחורים און זאגאר אינגלעך וועלעכע האבן נישט געהאט קיין כיידער נעכטן. קיין פארקינג נעכטן נאכט האבן איך שוין נישט געהאט, אפילו דאבל פארקינג. אין איין טאג האט זיך אלעס אויסגעגאסן און דער עולם איז אלעס צוריק. (געלעגער, איבער די הערינג ביי של"ס העמער רעדן פריוואט, צולייגער)
מ'קען אבער נישט אוועקמאכן די פאקט אז די געשעפטן ריקן צוריק ארויף זייערע גראטע'ס און זינטאג איז א טאג וואס איז ביי זיי צוריק אריין אונעם קאלענדער. ווי אויך וועט דער מקוה איד זיין אפען טעגליך, מער ברויך איך נישט רופן דעם נומער פונעם צייטווייליגן מקוה איד צו עפענן דעם שטיבל, די בענק אין מקוה ווערן צוריק אויסגעשטעלט מיט איר מייעסטעיטישן אויסשטעל, פרייטאג נאכמיטאג וועט ווייטער זיין פרישע קוגל צו קויפן, מיין פלאץ אין שוהל וועלעכע איז געווען צוזאמגעדריקט ביז איצט ווערט צוריק פריי און ווערט שוין איבערגעפרישט אין בעפארברייטונג פאר די הייליגע טעג, א פירמע מיט וועמען איך ארבייט דערליווערט ווידער טעגליך אנשטאט איינמאל-א-וואך אין וויליאמסבורג דורכאויס די זומער וואכן, אא"וו.
יעדע מטבע האט א צווייטע זייט, פארט וואלט איך עס נאכנישט איבערגעדרייט.. נאר געבליבן ביים ערשטן זייט מטבע.

איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.
- שנאפס
- שר עשרת אלפים
- תגובות: 17010
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 12, 2011 9:59 pm
- לאקאציע: אויף די קרעטשמע פאליצעס
צייטליך האט געשריבן:

גוט געזאגט!
kraitchmah עט גימעיל
באקומט סטאקס בחנם
באקומט סטאקס בחנם