אכטונג תושבי קר"י; מסיבה פאר 'ידידים ארגענעזאציע'

אפהאנדלונגען און דיסקוסיעס בענינים העומדים על הפרק

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
וויכטיג מאכער
Site Admin
תגובות: 32536
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

אכטונג תושבי קר"י; מסיבה פאר 'ידידים ארגענעזאציע'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויכטיג מאכער »

א גוט יאר מיינע טייערע פריינט תושבי קרית יואל.

אי"ה היינט נאכט קומט פאר א גאר וויכטיגע מסיבה לטובת די הייליגע ארגענעזאציע "ידידים" אין שטוב פאר ר' אהרן שמואל פוקס אויף 2 מאונטען רד. און איך בעט יעדן איינעם מ'זאל אהינגיין און אריינווארפן אפאר טאללער.

איך גלייב אז רוב עולם ווייסט ניטאמאל וואס ידידים איז און איך קען ענק נאר וואונטשן איין זאך, "איר זאלט קיינמאל נישט וויסן"... ווייל ליידער ווייסן שוין צופיהל משפחות וואס דאס איז.

ל"ע ווען מ'טרעפט ביי איינעם די ביטערע מחלה איז די מצב זייער נישט בא'טעמט, אבער ווען מ'הייבט אן צו גיין אויף די ברענעדיגע טריעטמענטס ווערט די מצב פיהל ערגער, די פיזישע און גייסטישע ווייטאג איז נישט מעגליך צו באשרייבן! און ווען ס'פאסירט ביי א קינד וואס קען זיך נישט קאנטראלירן ווערט די גאנצע שטוב חרוב... די ברענדיגע "כעמאטעראפי" מאכט דאס קינד גייסטיש צוטראגן, ער קען אינמיטן די נאכט זיך אויפוועקן אז ער דארף די מינוט עסן, אדער א געים... נישט קיין וויץ!

ווי באקאנט דרייוו איך פאר חסד, רוב חסד טריפס זענען שוין היינט ליידער א רוטין, אבער ווען מ'ברענגט אהיים א קינד פון טעראפי, פארגעט איט! די טאג ענדיגט זיך! מ'קען אראפגיין פון זינען זעהענדיג ווי דאס קינד וואלגערט זיך... און ער שרייט און וויינט...

און טאקע דאס האט מיך געברענגט זיך צו באקענען מיט די ארגענעזעישן "ידידים", דרייווענדיג א קינד אהיים פון שפיטאל, בין איך סאם האו געווארן נאנט מיטן קינד און די משפחה, די עלטערן האבן מיך אנגעפאנגן קאלן אז דאס קינד איז לאנגווייליג און מ'דארף עם ארויסנעמען פונדערהיים... איך האב עם גענומען דא דארט, אבער ס'נישט גרינג צו מאכן אזא קינד שמייכלען... ביז איך האב געהערט פון ידידים, איך האב אנגערופן מיין חבר ר' ארי הערשקאוויטש, ער זאגט מיר ברענג עם נאר ארויס קיין קרית יואל איין טאג... איך וועל קעיר נעמען פון עם...

אן אריינגיין אין קיין דעטאלן בינעך ארויסגעפארן מיטן קינד איין טאג 1:30 און אהיימגעקומען 10:00 ביינאכט, און די מאמע האט מיר געזאגט אז די שמייכל וואס דאס קינד האט געהאט האט זי שוין נישט געזעהן פאר זייער א לאנגע צייט! ידידים האט געמאכט דאס קינד שמייכלען!

אין א שמיעס מיט ר' ארי' הערשקאוויטש פארציילט ער מיר אז ליידער מוז ער אויפהערן צוצושטעלן געוויסע סערוויסעס פאר די קינדער אויף דערווייל פשוט ווייל ער האט נישט קיין געלט דערצו! ער דערציילט מיר אז א מאמע האטעם געקאלט אז זי זיצט מיט איר קינד אין שפיטאל און ער ווייל יעצט מאכן ארטס און קרעפטס... זיין ענטפער איז געווען אז ער קען שיקן א וואלאנטיר, אבער אויף ארטס און קרעפטס וועט דאס קינד מוזן ווארטן אויף דאנערשטאג... ווייל ער האט שוין אפילו נישט ווער ס'זאל אים אויסלייגן געלט צו קויפן די ארטס און קרעפטס, ווייל ער האט נאכנישט באצאלט די פאריגע...

טייערע חברים, איך בעט יעדן איינעם האטס רחמנות אויף די אומשולדיגע שעפעלעך, קומט היינט נאכט אין שטוב פון ר' אהרן שמואל פוקס אויף 2 מאונטען רד. און ברענגט מיט געלט און אייערע פריינט! אין דעם זכות זאלט איר קיינמאל נישט וויסן וואס ידידים איז...

זאל דער אייבערשטער העלפן אז ידידים זאל זיך בקרוב קענען פארמאכן צוליב מאנגל אין פאציענטן!
דו האסט לייף אינשורענס אויף דיר און דיין ווייב?

ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!
שטארק זיך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7810
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 28, 2009 8:23 pm
לאקאציע: ביים נעקסטן שטאפל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטארק זיך »

גייסטע דארט יא זיין?
ווייל דא ביסטע נישט צום האבן...
דער פראבלעם איז קיינמאל דער פראבלעם!
עס איז וואס ליגט אונטערן פראבלעם.
אוועטאר
שמעק_טאביק
שר האלף
תגובות: 1618
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 14, 2007 11:13 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמעק_טאביק »

טאקע די ערשטע מאל וואס איך הער דערפון!
אוי געוואלד אידישע צרות.

סתם נייגעריג,
דוכט זיך אז ביקור חולים דראקלענד האט אויך עפעס אזא פראגראם פאר די קינדער?
און צי טוט נישט חי לייפליין אויך דעם זעלבן ענין?

כ'מיין נישט ח"ו צו אונטערשאצן, יעדנס שכר איז גאר גרויס און ליידער איז פאראן גענוג פלאץ פאר יעדן, איך וויל נאר וויסן.
הפך בה והפך בה דכולה בה!
אוועטאר
וויכטיג מאכער
Site Admin
תגובות: 32536
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויכטיג מאכער »

איך בין נישט אפיליעיטעד מיט די ארגענעזעישן סאו קענעך נישט רעדן פאר זיי, איך האב ס"ה געהאט אדי עקספיריענס מיט זיי... איך קען נאר זאגן וואס איך ווייס מער ווייניגער פון זעהן, מקימי איז די זעלבע סארט ארגענעזעישן אבער סאך גרעסער, ידידים איזא מיני מקימי, זיי ארבייטן נאר אין קר"י, און באקומט נישט קיין שום פאנדינג פון קיינעם. (זיי ארייבטן אסאך אינאיינעם)
דו האסט לייף אינשורענס אויף דיר און דיין ווייב?

ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!
אוועטאר
זאלץוואסער
שר האלף
תגובות: 1866
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 20, 2012 6:41 pm
לאקאציע: אין א זאלץ וואסער מעסטל
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זאלץוואסער »

שלום עליכם וויכטיג מאכער, עס וואלט געווען שיין פון אייך מער צו שרייבן, ווייל אז השי"ת גיט טאלאנטן דארף מען עס נוצן... איך מיין אז 12 טויזנט תגובות קומט נישט צופוס. פארוואס הערט מען נישט פון אייך לעצטנס...
אוועטאר
אונגארישער
שר האלף
תגובות: 1611
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 01, 2008 12:00 pm
לאקאציע: אין שאראש פאטאק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אונגארישער »

העי וויכי סמיר נישט בייגעפאלן צי מאכן אן הכרזה דא, אבער אזאנס וואס איר האט דא געמאכט קען איך עניוועי נישט ניטאמאל ווייט דערפין

אבער פטור בלא כלום אי אפשר !!

איך וואלענטיר פאר די ארגאנעזאציע פין צייט צי צייט,
רבותי איר האט נישט קיין השגה (איר זאט קיינמאל נישט וויסן) וואס מיינט א קינד א פאציענט, א קינד קען נישט הענדלן די יסורים ער קען נישט הענדלן זיין טשענזש אף גיסטע א קינד קען נישט איינזיצן, ממילא דארף מען זיך זייער אסאך אפגעבן אין פארברענגן מיט אזא פאציענט, אין מדארף עם צישטעלן אין קויפן וואס מקען נאר חלומען אז דאס קען עם בארואיגען

אויכעט די געשוויסטער פין א פאציענט ווערן ציפארן אין פארלוירן ציקיקענדיג זייער ברידער אדער שוועסטער מיטשעט זיך מיט יסורים, דאס קלאפט אסאך מאל אויס זייער שווער אויף זיי, אסאך מאל זעמען די עלטערן גאנצעטע טעג נישט אינדערהיים, אין מדארף די קינדער אויכעט איזינען האבן

ספעציעל פאר די ימים טובים ווען די ארבייט איז ליידער אסאך, אנציגרייטן פאר די פאציענטן א שמחות יום טוב, אין אויכעט פאר די געשוויסטער

דאס אלעס קאסט אפ זייער אסאך געלט,צייט אין כוחות

ממילא זעט צי גיין אין זיך אנשטרענגן צי געבן א שיינע נתינה


ת"ל
Liberalism is a mental disorder
אוועטאר
דעת זקנים
שר חמש מאות
תגובות: 618
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 20, 2012 7:39 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דעת זקנים »

וויכי... האסטעך יא עפעס אויפגעטוהן!!!

היינט צופרי האב איך מיך אפגעשטעלט אין קרית יואל דאווענען שחרית, איז מען געגאנגען דארט נאך געלט פאר די ארגענעזאציע 'ידידים' וואס כ'האב ב"ה קיינמאל פארדעם נישט געהאט קיין השגה וואס די מוסד איז, שוין נאכדעם וואס די אינגעלייט זענער מיר דורך און כ'האב געוויזן מיט די האנט די באקאנטע סימן, כלומר: אין לי, האט מיר אויפגעבליצט אין געדאנק דעם דאזיגן אשכול, מיין מח איז שנעל דורכגעלאפן וואס כ'האב דא געליינט דערוועגן, און פארשטייצעך די יצה"ר האט אויך געטוהן דאס זייניגע און עפעס פארפירט דארט אונטערן באוויסטזיין, אבער מ'האמיר זיך ב"ה מתגבר געווען און געגעבן א שיינע נתינה.

ווי פלעגט נאר מיין רבי זאגן... אז דו קענסט יא קענען קומט זיך דיר הערשט.....
אוועטאר
שמעלקא זאפטיגער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3321
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 15, 2016 3:19 pm
לאקאציע: איינגעטונקען

Re: אכטונג תושבי קר"י; מסיבה פאר 'ידידים ארגענעזאציע'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמעלקא זאפטיגער »

קומט פאר א וויכטיגע אנליין קאמפיין פאר די ארגאניזאציע, רבותי עס איז ממש הצלת נפשות. לייגט אריין אין וועמענס פעידזש איר ווילט, יעדע דאלער קומט אן צו משמח זיין חולי ישראל און זייערע פאמיליע מיטגלידער.

https://www.dryveup.com/yedidim

תזכו למצות!
די גאנצע שטאט פאר קיין דותן, אבער דותן איז געבליבן ביים ירח האיתנים. און שוין.
אוועטאר
שטומפיג
שר ששת אלפים
תגובות: 6999
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 11, 2018 8:30 pm
לאקאציע: צווישן קענט און בראדוועי

Re: אכטונג תושבי קר"י; מסיבה פאר 'ידידים ארגענעזאציע'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטומפיג »

קודם זעה איך וויכי האט א פעידזש.
לאמיר זוכן זאפטי'ס
אינפארמאציע! די ניק איז שוין נישט אקטיוו
אוועטאר
גרויסע עם הארץ
שר עשרת אלפים
תגובות: 14554
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 24, 2018 9:17 pm

Re: אכטונג תושבי קר"י; מסיבה פאר 'ידידים ארגענעזאציע'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרויסע עם הארץ »

שטומפיג האט געשריבן:קודם זעה איך וויכי האט א פעידזש.
לאמיר זוכן זאפטי'ס

יאפ! ער האט.
אוועטאר
שמעלקא זאפטיגער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3321
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 15, 2016 3:19 pm
לאקאציע: איינגעטונקען

Re: אכטונג תושבי קר"י; מסיבה פאר 'ידידים ארגענעזאציע'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמעלקא זאפטיגער »

א חלק פון די ידידים סערוויסעס. יעדע פון זיי קאסט עפרות זהב.
אטעטשמענטס
0184b602-ecc4-484f-b6b3-a72897a8bc5f.jpg
0184b602-ecc4-484f-b6b3-a72897a8bc5f.jpg (76.18 KiB) געזען 1044 מאל
די גאנצע שטאט פאר קיין דותן, אבער דותן איז געבליבן ביים ירח האיתנים. און שוין.
אוועטאר
שמעלקא זאפטיגער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3321
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 15, 2016 3:19 pm
לאקאציע: איינגעטונקען

Re: אכטונג תושבי קר"י; מסיבה פאר 'ידידים ארגענעזאציע'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמעלקא זאפטיגער »

קאמפיין איז לייוו, ביטע ווארפט עפעס אריין, נישט קיין חילוק אין וועלכע פעידזש.. https://www.dryveup.com/yedidim
די גאנצע שטאט פאר קיין דותן, אבער דותן איז געבליבן ביים ירח האיתנים. און שוין.
אוועטאר
צו געזונט
שר שבעת אלפים
תגובות: 7073
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש נאוועמבער 21, 2009 6:24 pm
לאקאציע: חשש גילוי

Re: אכטונג תושבי קר"י; מסיבה פאר 'ידידים ארגענעזאציע'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צו געזונט »

איך האב טאקע נישט מיין נאמען אויף די ליסט, אבער זיי דארפען דאס געלט אויף צו קאנען העלפן די נישט געזונטע אדער די יא געזונטע מיט נישט געזונטע געשוויסטער אדער עלטערן.
מיר האלטן דאס מיט אויף א טעגליכן פערנעם ווי די קינדער און עלטערן ווערן געהאלפן דורך די ידידים ארגאניזאציע
https://www.dryveup.com/yedidim
לייגט אריין וויפיל מעגליך. (איר קאנט לייגן לכבוד "צו געזונט" אין די קאמענטארען שורה)
לערנט אייך אויס סקול באס סעיפטי. דאן פראקטיצירט עס מיט אייערע קינדער.
צו קאנען בעיסיק ערשטע הילף איז נישט א אויסוואהל. עס איז א מוז פאר יעדע טאטע, מאמע און ערוואקסענער.
שרייב תגובה

צוריק צו “דעת הקהל”