דער חמץ געהענגל

גריסן און שמועסן

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

זענט איהר געשטאנען אין די רייע פאר א פיצא?

0
נישטא קיין אפגעגעבענע שטימען
6
46%
1
8%
6
46%
 
סך הכל שטימען: 13

קרעזי

דער חמץ געהענגל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעזי »

זייט באגריסט צום חמץ געהענגל.

דא וועלן מיר זיך דורכרעדן אלץ וואס אנבאלאנגט דעם ערשטען ביס חמץ וועלכע איהר האט אין מויל אריינגענומען.

אלזא, וויאזוי האט איהר באהאנדלט דעם חמץ, און מיט וואס האט איהר זיך פארפליישיגט דעם פסח'דיגן מאגן?

איך פערזענליך האב פון דעם גאנצן געשיכטע נישט געמאכט קיינע מאכערייקעס. איך האב מיר געלייגט שלאפן רואיג, ווען מיינע בני מעיים האבן נאך קיין מחמצת נישט געזעהן, און ערשט אינדערפרי האב איך מיר ארויסגעלאזט אויף די יאגד.
אוועטאר
יאנאש
שר עשרת אלפים
תגובות: 15470
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 28, 2006 8:40 pm
לאקאציע: וואו בינעך טאקע?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאנאש »

איך האב מיך געלייגט אויף א ליידיגן מאגן, און אינדערפרי האב איך מיך 'נישט' ארויסגעלאזט אויפן יאגד, הערשט נאכן דאווענען און נאכן אריינכאפן א שמועס מיט קרעזי'ן, האב איך זיך געקויפט צוויי טונא סענדוויטש'ן.
אוועטאר
ערנסטער
שר חמש מאות
תגובות: 583
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 30, 2007 11:23 am
לאקאציע: פון יעהופעץ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ערנסטער »

הלוואי, איך וואלט געהאט די צייט דערצו.
ווען איך בין געקומען נעכטן אין אווענט פון ארבעט אהיים הונגעריק (צו דערמאנען אז ס'רעדט זיך וועגן ארץ ישראל) אויף מיר האבן שוין געווארט שיריים פון דער פיצא וואס מיין אשת חייל האט געקויפט פאר די קינדער. און דאס איז געווען דער ערשטער חמץ וואס איך האב געגסן אין דעם איסרו חג.
די וואָר הענגט אויף א האָר
קרעזי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעזי »

פיצא אין ישראל? דאס קען נאר האבן א טעם פון חמץ שעבר עליו הפסח, ניין?

וועלכע? פיצה אורי?
אוועטאר
סאכדעס
שר שלשים אלף
תגובות: 31438
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע: אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאכדעס »

יאך האב נישט געווארט אויפ'ן ליין, אבער, חס מלהזכיר? וואס עפעס? סיז נישט קיין עבירה, אויב עפעס איז עס א משוגעת.
פקודתו פון התאחדות שמרה רוחי!
קרעזי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעזי »

גראדע, האלט איך אז נישט נאר אז עס איז נישט קיין עבירה, נאר אדרבה, עס איז א גרויסע קידוש השם צו זעהן אידישע קינדערלעך שטייען און ווארטן אויף א ברעקל חמץ. קוק רבונו של עולם! זעה דיין פאלק ווי זיי הונגערן נאך א משהו חמץ, און עם כל זה האבן זיי זיך איינגעהאלטן אכט טעג, און אפילו דאס ווארט נישט ארויסגעזאגט. מי כעמך ישראל! (אזוי פארענדיגן די צייטונגען אין אזא סיטואציע....)
אוועטאר
Jewboy
מלך הייד פארק
תגובות: 419
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 26, 2006 5:30 am
לאקאציע: אונטער דער ערד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Jewboy »

נישט געיאגט.
טאקע מיר האלטן שוין נאך צוויי גאנצע טעג פון נאך פסח, אבער מיר האבו הערשט היינט גענדיגט וואשן די פסח כלים, און באלד גייט/לויפט/פליט/מאפט עס ארויף אויפן בוידעם.

ברויט האבמער נאכנישט געקויפט, אבער פליטער האב איך געקויפט, אזוי וועט מען שנעלער ענדיגן די מצה
א גוטן.
א גוטן, קען אלץ צו נוץ קומען
קרעזי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעזי »

איך קען עס נישט גלייבן דזובוי.

דו האלטסט צוויי טעג נאך פסח, און דו האסט נאך נישט געגעסן קיין חמץ?

באשעפער, איינציגעררררררררררררר.
ירא שמים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ירא שמים »

סאכדעס האט געשריבן:יאך האב נישט געווארט אויפ'ן ליין, אבער, חס מלהזכיר? וואס עפעס? סיז נישט קיין עבירה, אויב עפעס איז עס א משוגעת.


וויזו קען זיין משוגעת מען זאגט דאך פאר איינע פין די ארבע כוסות אז עס איז כנגד רוח שטות
ירא שמים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ירא שמים »

קרעזי האט געשריבן:גראדע, האלט איך אז נישט נאר אז עס איז נישט קיין עבירה, נאר אדרבה, עס איז א גרויסע קידוש השם צו זעהן אידישע קינדערלעך שטייען און ווארטן אויף א ברעקל חמץ. קוק רבונו של עולם! זעה דיין פאלק ווי זיי הונגערן נאך א משהו חמץ, און עם כל זה האבן זיי זיך איינגעהאלטן אכט טעג, און אפילו דאס ווארט נישט ארויסגעזאגט. מי כעמך ישראל! (אזוי פארענדיגן די צייטונגען אין אזא סיטואציע....)


די ביסט פאר די ביכער
ירא שמים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ירא שמים »

קרעזי האט געשריבן:איך קען עס נישט גלייבן דזובוי.

דו האלטסט צוויי טעג נאך פסח, און דו האסט נאך נישט געגעסן קיין חמץ?

באשעפער, איינציגעררררררררררררר.


אין אז די כלים פליט צום בוידעם גלייבסטו יא
אוועטאר
סאכדעס
שר שלשים אלף
תגובות: 31438
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע: אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאכדעס »

ירא שמים האט געשריבן:
סאכדעס האט געשריבן:יאך האב נישט געווארט אויפ'ן ליין, אבער, חס מלהזכיר? וואס עפעס? סיז נישט קיין עבירה, אויב עפעס איז עס א משוגעת.


וויזו קען זיין משוגעת מען זאגט דאך פאר איינע פין די ארבע כוסות אז עס איז כנגד רוח שטות


מ'האט שוין זינט יעמאלט געקאנט משוגע ווערן אכט מאל.
קרעזי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעזי »

ירא שמים,

איך ארבעט גענצליך נישט אויף די ביכער

סאכדעס,

צוויי כזיתים חחחח...
אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12505
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צייטליך »

הערשט פאר א שעה צירוק אריינגענימען דאס ערשטע רעפטל ברויט אין מויל, אבער איין גרויסע טעות האביך געמאכט, היינט פארמיטאג, קויפענדיג די פרישטאג, האביך גענימען עטליכע רעפטלעך ברויט, א טוב טעם אייער סאלאט, (עיג סעלעט) מיט א אראנדזש סאדע,
הערשט ביים אנפאנגען צו עסן האביך געכאפט אז איך עס שוין ווייטער די באקאנטע 'אייער' אויב ס'איז נישט געניג געווען ביז היינט, פארוואס איך האב פונקט דאס גענימען פון די פאליצע אונעם געשעפט ווייסעך נישט, אבער ס'איז מיר אזוי אריין אין די ביינער אז די קימענדיגע אכט טעג עס איך נאר 'טאנא'.
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.
אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18580
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע: אין אפיס
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איך_הער »

מיר האלטן נאך פארן עסן חמץ, כאטש איך האלט פונקט ווי סאכדעס, אז חס מלהזכיר קומט דא נישט אריין, נאר ס'איז ענדערש א משוגעת.
קרעזי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעזי »

אלזא, זיי וואוסען אז אין די טאנא סאלאט ליגט אויך אן א שיער אייער.

דאס בעסטע וואלט געווען זאלסט עסן אביסל אוגערקעס, און צוטרינקען אביסל ווישי וואסער.
אוועטאר
Jewboy
מלך הייד פארק
תגובות: 419
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 26, 2006 5:30 am
לאקאציע: אונטער דער ערד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Jewboy »

אי"ה שבת וועט מען ס'ערשטע מאל עסן ברויט (ליין חלה)
א גוטן.
א גוטן, קען אלץ צו נוץ קומען
זאלץ מעסטל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זאלץ מעסטל »

אוי קוים קען איך ווארטן אויף דעם שטיקל בארכע אין דעם טאמעטע דיעפ געוואלד געשריגן
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

כ'ווייס פון אנשי מעשה וואס האבן א מנהג נישט צו עסן קיין חמץ ביז שבת קודש. יאך האב זיך פאר'חמץ'ט היינט אויפדערנאכט ביי א סעודת (בר) מצוה.
אוועטאר
ערנסטער
שר חמש מאות
תגובות: 583
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 30, 2007 11:23 am
לאקאציע: פון יעהופעץ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ערנסטער »

קרעזי האט געשריבן:פיצא אין ישראל? דאס קען נאר האבן א טעם פון חמץ שעבר עליו הפסח, ניין?

ס'איז שווער צו באשרייבן דעם טעם פון פיצא (בפרט אז ס'איז דא אזוי פיל סארטן און סוגים).
קום אהער און פארזיך אליין. :wink:

וועלכע? פיצה אורי?

נאר ביי אונז און שכונה (א קליינע שכונה אין צפון ירושלים) ס'איז דא, דאכט זיך, דריי פיצעריעס, און אין שטאט ס'פאראן פשוט אן א צאל.
די וואָר הענגט אויף א האָר
אוועטאר
Jewboy
מלך הייד פארק
תגובות: 419
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 26, 2006 5:30 am
לאקאציע: אונטער דער ערד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Jewboy »

אזא קליינע געגענט און 3 פיצעריעס דארט? פשששש
א גוטן.
א גוטן, קען אלץ צו נוץ קומען
קרעזי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעזי »

דזובוי, וויפיל פיצעריעס זענען דא אין דיין געגענט?
אוועטאר
ערנסטער
שר חמש מאות
תגובות: 583
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 30, 2007 11:23 am
לאקאציע: פון יעהופעץ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ערנסטער »

Jewboy, די געגענט (שכונה) וואס איך האב געמיינט איז נוה-יעקב און די פיצעריעס זיינען איינע אין מרכז מסחרי, איינע אין צומת פסגת-זאב און דאכט זיך מיר נאך איינע אין נוה-יעקב מזרח (קאמיניץ). אלע דריי זיינען כשר למהדרין (די פיצעריעס מיט סתם כשרות איך בכלל רעכן נישט ווייל חרדים עסן דארט נישט איז דאס פאר אונז נישט רעלעוואנט).

נ.ב. ס'פאר מיר א פרייד ווידער צו זען דיר אין דער קרעטשמע.
ווי ס'געווען דער פסח? אוואו ס'דיר עפעס אויסגעקומען צו זיין?

נ.נ.ב. צו דען אמעריקאנישע פיצא איז טאקע אין אמת'ן א סך געשמאקערע? :wink:
די וואָר הענגט אויף א האָר
קרעזי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעזי »

איך האב נאך נישט געגעסן די פיצא אין נוה יענקל, אבער מעשה רב - די וועלט שמועסט אז יא, עס איז פיהל בעסער. כ'ווייס, ס'חילוק מיין באבען על מי מנוחות.
אוועטאר
ערנסטער
שר חמש מאות
תגובות: 583
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 30, 2007 11:23 am
לאקאציע: פון יעהופעץ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ערנסטער »

אט זאל Jewboy, וואס האט מסתמא געגעסן גענוג פיצא סיי דא און סיי דארט דאס באשטימען.
די וואָר הענגט אויף א האָר
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע פארברענגן”