א דור פון מבקשים????.... וואס גייט באמת פאָר???...

אפהאנדלונגען און דיסקוסיעס בענינים העומדים על הפרק

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
שמו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4965
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 31, 2011 12:38 pm

תגובה דורך שמו »

פאלט מיר איין א ווילדער געדאנק
אז אולי דא viewtopic.php?f=3&t=31226 איז די תשובה אויף די שאלה, וואס גייט פאר מיט אונזער דור, פארוואס ס'איז דא אזוי פיל מבקשים

ווייל די מינוט מ'סטעמפלט יעדן איינעם אן מיט אלע שמות הנרדפים ווי ADHD וכדו', גייט אריין אין די תודעה פון דעם בחור אז עפעס גייט פאר מיט אים, און ער איז עפעס נישט מיט אלעמען, און הייבט אן טאקע צו זיכן ווי ער קען זיך יא באקוועם מאכן, און ווי מ'וועט אים אננעמען, אזוי ווי ער שטייט און גייט, און מ'וועט אים נאך אולי העלפן ארויפצוגיין העכער.
כשמ"ו כן הוא

סיין זיך אויף מיט די לינק צו Webull stocks platform, און איך און די וועלן פארדינען free stocks נאכן deposit $100 די ערשטע 30 טעג פון אויפסיינען https://act.webull.com/nt/1tSOfvYQhs4K/

גם אני נקי עם נטפרי
אוועטאר
מה פתאום???
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4402
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 09, 2015 5:16 pm
לאקאציע: עיה״ק צפת

תגובה דורך מה פתאום??? »

שמו האט געשריבן:פאלט מיר איין א ווילדער געדאנק
אז אולי דא viewtopic.php?f=3&t=31226 איז די תשובה אויף די שאלה, וואס גייט פאר מיט אונזער דור, פארוואס ס'איז דא אזוי פיל מבקשים

ווייל די מינוט מ'סטעמפלט יעדן איינעם אן מיט אלע שמות הנרדפים ווי ADHD וכדו', גייט אריין אין די תודעה פון דעם בחור אז עפעס גייט פאר מיט אים, און ער איז עפעס נישט מיט אלעמען, און הייבט אן טאקע צו זיכן ווי ער קען זיך יא באקוועם מאכן, און ווי מ'וועט אים אננעמען, אזוי ווי ער שטייט און גייט, און מ'וועט אים נאך אולי העלפן ארויפצוגיין העכער.

עס גיבט זיכער אסאך צו, אבער פארשטיי אז ADHD איז נישט קיין "ראנג" זאך, עס האט נאר פשוט באקומען א מעדיצינישער טערמין.
נודה לך
שר האלפיים
תגובות: 2779
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 09, 2015 5:47 pm
לאקאציע: אינעם אויבערשטענס הענט

תגובה דורך נודה לך »

ומכאן הקריאה יוצאת...
סארקאזי האט געשריבן:'ערעב מגיד שיעור'' (איך האף אז איר ליינט עס) סאיז דא אסאך בחורים, וואס דאס הייבט נישט אן צו רעדן צו זיי, זיי זיכן אביסל קרבת אלהים, א ריינע עבודת ה', זיי ברעכן פון די חיצוניות דיגע רומעריי,
איך דאנק און לויב השי"ת אויף די גרויסע חסדים וואס ער טוט מיט מיר יעדע מינוט
נודה לך
שר האלפיים
תגובות: 2779
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 09, 2015 5:47 pm
לאקאציע: אינעם אויבערשטענס הענט

תגובה דורך נודה לך »

נשמה האט געשריבן:
נודה לך האט געשריבן:
נשמה האט געשריבן:איך האב נישט וואס צו אריינרעדן אין דעם נושא. איך לאז עס פאר אנדערע. זאלן זיי קער נעמען.
ס'איז א פארצווייגטער נושא. יעדעס פאל זיין זאך. איך קען נישט זאגן א כלל, אויב א יחיד וואלט מיך געפרעגט וואלט איך געענטפערט וואס איך פארשטיי לגבי דעם יחיד, סתם ענטפערן קען איך נישט, נאופ. אנטשולדיגט פארן אריינבלאנדשענען דא.

ביטע זאג נאר איינמאל איבער וואס דיין מיינונג איז און מוועל מיר נישט אטאקירן ח"ו נאר אויסשמועסן וואס מקען ארויסנעמען פון אייערע ווערטער אויף למעשה פאר וועם עס איז נוגע יישר כח

..................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................

און די אמתע אויפריכטיגע דיבורים האסטו געוואלט האלטן ביי דיר?????!! א גרויסע יישר כח נשמה פארן מיר צוליב טוהן און שרייבן אזוי קלאר די אמתע וויייטאגליכע פאקטן וואס אסאך בחורים גייען אריבער
איך דאנק און לויב השי"ת אויף די גרויסע חסדים וואס ער טוט מיט מיר יעדע מינוט
אוועטאר
סוס'לע
שר העשר
תגובות: 20
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 03, 2016 3:59 pm
לאקאציע: און פעלד

תגובה דורך סוס'לע »

פאר די אלע בעלי נפשות, זיי זענען באמת די מענטשען וועם מ'דארף שוינען , זיי זענען באמת רחמנות'ער, אבער איין זאך וואס מ'דארף ארויסברענגען לא כל בעל נפש שוה בזה. ס'דא אזעלכע וואס ווען זיי ווערן עלטער , זייער אסאך פון די קומען צו אז אידישקייט מיינט פלעין זיין א עבד ה' טון וואס גאט האט אונז באפוילן , מקיים זיין תרי''ג מצות מיט א פשטות , די עכטע בעלי הרגשים גייען צום סוף אוועק פון אלע משפיעים, סא מ'קען דאס מסביר זיין פאר בחורים אז פלעין זיץ און טו וואס די בעשעפער הייסט ,לעב מיט אמונה, איי זיי האבען דאך א לאך און הארץ , פארוואס דארפסטו זיי זאגען גיי אן מיט דיין פאביע און נעם איין וועלטן , גיי ארבעט אויף תאוות אכילה,וכ''ו, נעם די לאך און פיל עס אן מיט דברים יסודים , לעב מיטן בעשעפער ווען די לערנסט , דאווענסט , ווען אימער סזאל נאר זיין , זיי עם מסביר אז א עובד ה' מיינט נישט זעהן מלאכים , קוק אריין און חבת הלבבות לעב מיט אמונה און בטחון , ס'דא אבער אזעלכע וואס זיי מוזן זיין דיפרענד פון יעדעם ,איך קען נישט זיין פונקט ווי יענעם , ער מיז זיין יוניק ,זיין הארץ איז ריזיג ער דארף שפירן די שב''ק ביי די זמירות טאמער נישט איז זיין גאנצע שבת צושטערט פאר די איז טאקע גוט זיי זאלען בלייבן און זייער לאך עד שיבא משיח ווי די חברים פה האבען שוין אויבען דערמאנט
נודה לך
שר האלפיים
תגובות: 2779
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 09, 2015 5:47 pm
לאקאציע: אינעם אויבערשטענס הענט

תגובה דורך נודה לך »

סארקאזי האט געשריבן: אבער ווען די זאלסט ווען מעסטען מיין בלוט'דרוק ווען איך האב דאס געשריבען וואלסטו ווארשיינליך גערופען הצלה

און מיין בלוטדריק לאזט מיר נישט ליינען מער ווי איין שורה אויפאמאל סאיז אזוי ווייטאגליך די קאשמארן
איך דאנק און לויב השי"ת אויף די גרויסע חסדים וואס ער טוט מיט מיר יעדע מינוט
אוועטאר
חביבי
שר חמש מאות
תגובות: 670
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 18, 2016 1:21 pm
לאקאציע: קרית יואל

תגובה דורך חביבי »

מה פתאום??? האט געשריבן:דו שרייבסט פיין אבער ביטע מאך צוויי מאל ענטער ביי יעדע פאראגראף. ייש"כ למפרע.

געוואלטיגע חשוב׳ע נקודה ארויסגעברענגט דא :lol:

גא״מ עס מאכט עס געשמאקער און מער ליינבאר
חביבי
סארקאזי
שר האלף
תגובות: 1657
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 08, 2016 8:49 pm

תגובה דורך סארקאזי »

סוס'לע האט געשריבן:פאר די אלע בעלי נפשות, זיי זענען באמת די מענטשען וועם מ'דארף שוינען , זיי זענען באמת רחמנות'ער, אבער איין זאך וואס מ'דארף ארויסברענגען לא כל בעל נפש שוה בזה. ס'דא אזעלכע וואס ווען זיי ווערן עלטער , זייער אסאך פון די קומען צו אז אידישקייט מיינט פלעין זיין א עבד ה' טון וואס גאט האט אונז באפוילן , מקיים זיין תרי''ג מצות מיט א פשטות , די עכטע בעלי הרגשים גייען צום סוף אוועק פון אלע משפיעים, סא מ'קען דאס מסביר זיין פאר בחורים אז פלעין זיץ און טו וואס די בעשעפער הייסט ,לעב מיט אמונה, איי זיי האבען דאך א לאך און הארץ , פארוואס דארפסטו זיי זאגען גיי אן מיט דיין פאביע און נעם איין וועלטן , גיי ארבעט אויף תאוות אכילה,וכ''ו, נעם די לאך און פיל עס אן מיט דברים יסודים , לעב מיטן בעשעפער ווען די לערנסט , דאווענסט , ווען אימער סזאל נאר זיין , זיי עם מסביר אז א עובד ה' מיינט נישט זעהן מלאכים , קוק אריין און חבת הלבבות לעב מיט אמונה און בטחון , ס'דא אבער אזעלכע וואס זיי מוזן זיין דיפרענד פון יעדעם ,איך קען נישט זיין פונקט ווי יענעם , ער מיז זיין יוניק ,זיין הארץ איז ריזיג ער דארף שפירן די שב''ק ביי די זמירות טאמער נישט איז זיין גאנצע שבת צושטערט פאר די איז טאקע גוט זיי זאלען בלייבן און זייער לאך עד שיבא משיח ווי די חברים פה האבען שוין אויבען דערמאנט

סוס'לע קאפעט( שטויסט בלע''ז) איך בעט דיר, שטויס נאר מיטען וויידעל, נישט מיט די פוס, ס'טוט מער וויי :wink:
א פרוי, א קינד, און א נאר, פארשטייען נישט קיין סארקאזעם, וועלכע זענט איר?
אוועטאר
חביבי
שר חמש מאות
תגובות: 670
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 18, 2016 1:21 pm
לאקאציע: קרית יואל

תגובה דורך חביבי »

סוס'לע האט געשריבן:פאר די אלע בעלי נפשות, זיי זענען באמת די מענטשען וועם מ'דארף שוינען , זיי זענען באמת רחמנות'ער, אבער איין זאך וואס מ'דארף ארויסברענגען לא כל בעל נפש שוה בזה.

מאך אים נישט פאר אזא רחמנות, א בעל נפש וועט קוקן אויף די נישט בעל נפש מיט רחמנות, אז ער האט טאקע נישט די ווייטאג אבער אויך נישט די טיפקייט, איך האב געהערט איינער איז מחזק די 4רערס אז אפילו זיי האבן טאקע אסאך שווערע געפיהלן צאהלט זיך עס אויס מיט זייערע שטארקע טיפע געהויבענע געפיהלן און די זעלבע זאך איז אויך ביי א בעל נפש, (איך וואלט אבער פארט נישט געוואלט זיין קיין פיר....) מ׳ זאגט נאך פון קאצקער אויפן משנה יוסיף דעת יוסף מכאוב אז עס איז אמת אבער עס לוינט זיך....

ס'דא אזעלכע וואס ווען זיי ווערן עלטער , זייער אסאך פון די קומען צו אז אידישקייט מיינט פלעין זיין א עבד ה' טון וואס גאט האט אונז באפוילן , מקיים זיין תרי''ג מצות מיט א פשטות , די עכטע בעלי הרגשים גייען צום סוף אוועק פון אלע משפיעים, סא מ'קען דאס מסביר זיין פאר בחורים אז פלעין זיץ און טו וואס די בעשעפער הייסט ,לעב מיט אמונה, איי זיי האבען דאך א לאך און הארץ , פארוואס דארפסטו זיי זאגען גיי אן מיט דיין פאביע און נעם איין וועלטן , גיי ארבעט אויף תאוות אכילה,וכ''ו, נעם די לאך און פיל עס אן מיט דברים יסודים , לעב מיטן בעשעפער ווען די לערנסט , דאווענסט , ווען אימער סזאל נאר זיין , זיי עם מסביר אז א עובד ה' מיינט נישט זעהן מלאכים , קוק אריין און חבת הלבבות לעב מיט אמונה און בטחון ,

זייער א גוטע געדאנק אבער נישט אלעמאל איז דאס די זאך וואס מאכט א מענטש ווערן א מבקש אז ער לעבט נישט אין עבודות פשוטות,

ס'דא אבער אזעלכע וואס זיי מוזן זיין דיפרענד פון יעדעם ,איך קען נישט זיין פונקט ווי יענעם , ער מיז זיין יוניק

יעדע מענטש מוז זיין און איז יוניק, די גמרא זאגט דעך כשם שאין פרצופיהן שוות וכו׳, און אזוי אויך אין עבודת ה׳ האט יעדער זיין נחת רוח וואס ער קען מאכן פארן אויבערשטן וואס קיינער חוץ אים קען עס נישט צושטעלן

,זיין הארץ איז ריזיג ער דארף שפירן די שב''ק ביי די זמירות טאמער נישט איז זיין גאנצע שבת צושטערט

דאס איז אויך א וויכטיגע נקודה,שמעתי ממו״ר ר׳ הערשל זילברמאן ז״ל האט ער געזאגט פאר א יוד וואס האט זיך אפגערעדט אז ער פיהלט נישט דערהויבן פסח ביים סדר, אז עס איז נישט זיין אויפגאבע צו פיהלן גוט... די אויפגאבע איז צו גלייבן און צו טון די מצוות און אויב פיהלט מען גוט זאל מען דאנקן דעם אויבערשטן פאר די מתנה וואס ער האט אים געגעבן

חביבי
סארקאזי
שר האלף
תגובות: 1657
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 08, 2016 8:49 pm

תגובה דורך סארקאזי »

חביבי טייערער, די ביזט זיכער אז סוסע'לע ווייזט וואס סמיינט א פירער,???
א פערד איז א פערד, גראדע דאס וואס ער זאגט אז דער בעל נפש דארף פילען יוניק,,,,, דאס איז אויסגעשפיגען פיר,,,,,,
נישט דוקא יעדער מבקש,,,,,
אפשר דארף מען צוקומען אז יעדער מבקש איז א פירער ??? ניין
איך קען מבקשים איינזער'ס צווייער'ס וכו'
דו זאגסט אויך זייער גיט, אז א טיפער מענטש האט טאקע מער צער,
אבער אין געהויבענע מצבים איז ער ''בעננים'' משא''כ דער טריקענער מענטש,,,,,
איך בין לעצטענס געווען ביי א חתונה פון א מענטש וואס איז דיסקאנאקטעט פון זיך,,,,,,
ער האט זיך געדרייט דארט ווי א שאטען, כאילו ס'מיינט נישט אים,
כמיין אז דאס באלאנגט שוין אין אנאגראם אשכול,
א פרוי, א קינד, און א נאר, פארשטייען נישט קיין סארקאזעם, וועלכע זענט איר?
אוועטאר
מה פתאום???
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4402
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 09, 2015 5:16 pm
לאקאציע: עיה״ק צפת

תגובה דורך מה פתאום??? »

רבותי אונז גיימיר זיך נישט לאזן פון דעם פערד וואס האט אונז ארויסגענומען פון די דישעס יעצט. נאופ, מ'גיימיר נישט זאגן יעצט אז לויט אלע סימנים דארף מען זיין עלידשיבל צו קויפן ציגארעטלעך אין גאז סטאנציע בעפאר מ'לייגט אזעלכע הנחות. מיר זאגן דאס נישט. מיר זאגן אויך נישט אז דאס אומסענסיטיווקייט צו אזויפיל הייליגע און ערליכע אידן וואס שפייען בלוט איז א רשעות נורא ואיום, סארי אבער דאס וועלן מיר נישט זאגן יעצט כאטש וואס עס איז אמת.

וואס איך זאג יא איז אז אלע טייערע מבקשים זאלן זיך נישט צוטוהן מאכן פון די יעניגע וואס זייער שכל איז נישט גענוג רייף כאטש צו כאפן אז אין אט די נושא זאלן זיי נאר נישט אריינרעדן, סי יו אין די קינדליין אשכול.
אוועטאר
חביבי
שר חמש מאות
תגובות: 670
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 18, 2016 1:21 pm
לאקאציע: קרית יואל

תגובה דורך חביבי »

מה פתאום??? האט געשריבן:רבותי אונז גיימיר זיך נישט לאזן פון דעם פערד וואס האט אונז ארויסגענומען פון די דישעס יעצט. נאופ, מ'גיימיר נישט זאגן יעצט אז לויט אלע סימנים דארף מען זיין עלידשיבל צו קויפן ציגארעטלעך אין גאז סטאנציע בעפאר מ'לייגט אזעלכע הנחות. מיר זאגן דאס נישט. מיר זאגן אויך נישט אז דאס אומסענסיטיווקייט צו אזויפיל הייליגע און ערליכע אידן וואס שפייען בלוט איז א רשעות נורא ואיום, סארי אבער דאס וועלן מיר נישט זאגן יעצט כאטש וואס עס איז אמת.

וואס איך זאג יא איז אז אלע טייערע מבקשים זאלן זיך נישט צוטוהן מאכן פון די יעניגע וואס זייער שכל איז נישט גענוג רייף כאטש צו כאפן אז אין אט די נושא זאלן זיי נאר נישט אריינרעדן, סי יו אין די קינדליין אשכול.

מה פתאום CALM DOWN ער איז דא היבש ניי, עטליסט מיט דעי ניק, זיי אים מקרב, און ער וועט ווערן היימיש און דעמאלטס וועט ער זיכער רעדן שיין,

העללאו סיסעלע זייער א שיינע נאמען זויווי סשטייט טאקע אין פסוק אל תהיו כסוס כפערד אין הבין, ווי סטייטשן פרים הקדושים וואס שטייט א דאפלטע לשון? ענטפערן זיי אז דאס זאגט טאקע די פסוק ווייטער אין הבין אז מען פארשטייט נישט די דאפלטע לשון

עניוועי מאך דיך באקוועם דא, דא קען מען לופטערן אלע מיינונגען אבער אכטונג געבן נישט וויי טון קיינעם און אמממ... אמממ.. נאך איין וויכטיגע זאך.... אז מה פתאום וועט דיך זייער ליב האבן אויב וועסטו מאכן דאבל ענטערס.................. :lol:
חביבי
אוועטאר
מה פתאום???
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4402
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 09, 2015 5:16 pm
לאקאציע: עיה״ק צפת

תגובה דורך מה פתאום??? »

אה, חביבי האסטמער בארואיגט... איין זאך נאר, ער מאכט בכלל נישט קיין ענטער'ס. נו וואס קען מען פארלאנגען פון א פערד....

יעצט טראכט איך א ווען וועלט העט ווען געווען וועלט וואלט איך געריטן אויפן פערד, מה נעשה אבער אז ליידער... שוין, לאמיר רעדן פון שמחות..
אוועטאר
סוס'לע
שר העשר
תגובות: 20
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 03, 2016 3:59 pm
לאקאציע: און פעלד

תגובה דורך סוס'לע »

איך וויל איבערבעטען יעדער וואס שפירט זיך געטראפען פון מיינע ווערטער,

איך האב אסאך חברים וואס זענען פירערס , איך האלט מיט זייער פעין , און אויך זייער מלאכים געזעה'עכץ ,

איך האב בכלל נישט געמיינט די , זיי דארפען אנגיין מיט זייערס , פארקערט גאר מ'דארף זיי געבען חיזוק (פארשטייט זיך פון א אונטער טיר'ל) ווייל זיי האבען די גוטע שמעק , און זיי האבען א אמת הארץ,

איך האב נאר געמיינט די אלע אנדערע וואס טריפען ארום , און זיי ווייסען נישט בחייכון פון קיין פשטות , פאר די דארף מען אביסל מגלה זיין די אמת וואס ס'מיינט זיין א איד , פלעין טוהן רצון ה' ,
לעצט פארראכטן דורך סוס'לע אום דינסטאג אוגוסט 23, 2016 1:17 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
מחותן
שר עשרת אלפים
תגובות: 10102
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 09, 2010 11:39 am

תגובה דורך מחותן »

@מה פתאום

זע די אשכול דא viewtopic.php?f=3&t=31230 וואס איינער האט געפענט פון מידות טובות, ואהבת לרעיך כמוך, רעדן מיט ריספעקט, פארשטיין א צווייטען, ארקענענן אז ער האט א פוינט אפילו אויב מעו אגריט נישט... בלא בלא בלא,

....
אוועטאר
סוס'לע
שר העשר
תגובות: 20
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 03, 2016 3:59 pm
לאקאציע: און פעלד

תגובה דורך סוס'לע »

ס'דא אזעלכע וואס ווען זיי ווערן עלטער , זייער אסאך פון די קומען צו אז אידישקייט מיינט פלעין זיין א עבד ה' טון וואס גאט האט אונז באפוילן , מקיים זיין תרי''ג מצות מיט א פשטות , די עכטע בעלי הרגשים גייען צום סוף אוועק פון אלע משפיעים, סא מ'קען דאס מסביר זיין פאר בחורים אז פלעין זיץ און טו וואס די בעשעפער הייסט ,לעב מיט אמונה, איי זיי האבען דאך א לאך און הארץ , פארוואס דארפסטו זיי זאגען גיי אן מיט דיין פאביע און נעם איין וועלטן , גיי ארבעט אויף תאוות אכילה,וכ''ו, נעם די לאך און פיל עס אן מיט דברים יסודים , לעב מיטן בעשעפער ווען די לערנסט , דאווענסט , ווען אימער סזאל נאר זיין , זיי עם מסביר אז א עובד ה' מיינט נישט זעהן מלאכים , קוק אריין און חבת הלבבות לעב מיט אמונה און בטחון ,

זייער א גוטע געדאנק אבער נישט אלעמאל איז דאס די זאך וואס מאכט א מענטש ווערן א מבקש אז ער לעבט נישט אין עבודות פשוטות,
אסאך מאל נישט אבער איך האב שוין אנגעטראפען אסאך וואס זיי ווייסען בכלל נישט אז ס'איז דא א מציץ מן הדרכים וואס איז משגיח עליו בכל רגע ורגע, זיי ווערן א מבקש ווייל אולי דארטן גייען זיי טרעפן די רבוש''ע , פאר די דארף מען פלעין דאס מסביר זיין

יעדע מענטש מוז זיין און איז יוניק, די גמרא זאגט דעך כשם שאין פרצופיהן שוות וכו׳, און אזוי אויך אין עבודת ה׳ האט יעדער זיין נחת רוח וואס ער קען מאכן פארן אויבערשטן וואס קיינער חוץ אים קען עס נישט צושטעלן
יעדע מענטשען מיז זיין יוניק אבער די מיזען זיין יוניק שביוניק

דאס איז אויך א וויכטיגע נקודה,שמעתי ממו״ר ר׳ הערשל זילברמאן ז״ל האט ער געזאגט פאר א יוד וואס האט זיך אפגערעדט אז ער פיהלט נישט דערהויבן פסח ביים סדר, אז עס איז נישט זיין אויפגאבע צו פיהלן גוט... די אויפגאבע איז צו גלייבן און צו טון די מצוות און אויב פיהלט מען גוט זאל מען דאנקן דעם אויבערשטן פאר די מתנה וואס ער האט אים געגעבן

איך האב לעצטענס געהערט א ענליכע מעשה, איינער האט אמאהל געזאגט פאר הרה''ק ר' הערש'לע ספינקער זצ''ל אז ער פרובירט צו וויינען ימים נוראים, און ס'גייט עפעס נישט , האט ער עם געזאגט אז ס'איז א טאג ווי יעדען טאג , פארשטייט זיך אז טאמער ס'קומט א טרער'לע איז הכל ריווח
אוועטאר
חביבי
שר חמש מאות
תגובות: 670
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 18, 2016 1:21 pm
לאקאציע: קרית יואל

תגובה דורך חביבי »

סוס'לע האט געשריבן:

יעדע מענטש מוז זיין און איז יוניק, די גמרא זאגט דעך כשם שאין פרצופיהן שוות וכו׳, און אזוי אויך אין עבודת ה׳ האט יעדער זיין נחת רוח וואס ער קען מאכן פארן אויבערשטן וואס קיינער חוץ אים קען עס נישט צושטעלן
יעדע מענטשען מיז זיין יוניק אבער די מיזען זיין יוניק שביוניק

אמת! און די עצה איז צו טרעפן די עכטע יוניקנעס אז איך בין די איינציגסטע וואס קען ערפילן מיין תפקיד אויף די וועלט, און איך בין א בן יחיד ביים אויבערשטן כביכול, וועט מען מער נישט זיין אזוי אדיקטעד צו טרעפן און ווייזן פאר אנדערע די אייגענע מעלות און מען וועט זיך קענען אפלאזן און אנהייבן לעבן בעז״ה

רב סוס׳לע דו זאגסט גוט, ברענג דיך קלארער ארויס וועט מען כאפן די לעכטיגקייט אין דיינע דיבורים און נישט האבן קיין מיספארשטענדענישן
חביבי
דעוויס
שר חמש מאות
תגובות: 507
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מאי 29, 2015 6:25 pm

תגובה דורך דעוויס »

נשמה האט געשריבן:. איך וואלט גע'אסר'ט בחורים צו לערנען דעם ספר הקדוש יושר דברי אמת אן א געהעריגער טיפער מורה דרך, וואס פארשטייט וויאזוי עס צו אפעלירן. בחור'ל טייערער, קודם זיי מיר געזונט, און נאכדעם עסטע מיר ווערן אן עובד, האסט געהערט? אז דו וועסט לערנען יושר דברי אמת, אז דו וועסט וויסן אז טאמער מ'וויינט נישט ראש השנה ביים דאווענען איז א סימן אז מ'איז נישט ריין, רבונו דעלמא כולא.

אסר עס טאקע
אוועטאר
חביבי
שר חמש מאות
תגובות: 670
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 18, 2016 1:21 pm
לאקאציע: קרית יואל

תגובה דורך חביבי »

דעוויס האט געשריבן:
נשמה האט געשריבן:. איך וואלט גע'אסר'ט בחורים צו לערנען דעם ספר הקדוש יושר דברי אמת אן א געהעריגער טיפער מורה דרך, וואס פארשטייט וויאזוי עס צו אפעלירן. בחור'ל טייערער, קודם זיי מיר געזונט, און נאכדעם עסטע מיר ווערן אן עובד, האסט געהערט? אז דו וועסט לערנען יושר דברי אמת, אז דו וועסט וויסן אז טאמער מ'וויינט נישט ראש השנה ביים דאווענען איז א סימן אז מ'איז נישט ריין, רבונו דעלמא כולא.

אסר עס טאקע

א יונגערמאן האט מיר פארציילט אלס בחור האט ער געלערנט אין נייטרא ישיבה, דארט איז דא א יוד הרה״ג ר׳ שמואל דוד אונגאר שליט״א (בר״י) א תלמיד חכם עצום, רש״ד האט אים אמאל געזען אריינקוקן אין ספר יושר דברי אמת האט ער אים געזאגט צדיק׳ל דאס איז נישט פאר דיר, וועסט דאס לערנען ווען דו וועסט עלטער ווערן ודפח״ח
חביבי
דעוויס
שר חמש מאות
תגובות: 507
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מאי 29, 2015 6:25 pm

תגובה דורך דעוויס »

חביבי האט געשריבן:

נאך איינעם האמער א בית דין
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7114
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

תגובה דורך נשמה »

דעוויס האט געשריבן:
נשמה האט געשריבן:. איך וואלט גע'אסר'ט בחורים צו לערנען דעם ספר הקדוש יושר דברי אמת אן א געהעריגער טיפער מורה דרך, וואס פארשטייט וויאזוי עס צו אפעלירן. בחור'ל טייערער, קודם זיי מיר געזונט, און נאכדעם עסטע מיר ווערן אן עובד, האסט געהערט? אז דו וועסט לערנען יושר דברי אמת, אז דו וועסט וויסן אז טאמער מ'וויינט נישט ראש השנה ביים דאווענען איז א סימן אז מ'איז נישט ריין, רבונו דעלמא כולא.

אסר עס טאקע

ס'ווענט שטייטצעך וועכע בחור.
אוועטאר
מחותן
שר עשרת אלפים
תגובות: 10102
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 09, 2010 11:39 am

תגובה דורך מחותן »

איך האב איבערגעליינט איינמאל און נאכאמאל @נשמה׳ס אוו @סאראקאזי׳ס תגובה.. און סאמטיניג איז מיסיניג, אויבן אויף מיט ערשטן קריאה כאפט עס טאקע די ליינער אז מעגליך זיי האבן א פוינט, אבער אז מען ליינט עס איבער פארשטיי מען עס נישט...

יא, איך וועל מודה אז צווישן 100 בחורים איז מעגליך דא פופצען בחורים וואס וועלן שלעכט אויס טייטשען ווען זיי הערן זייער משפיע נאכזאגן תניא אדער יושר דברי אמת, אדער ווען מען רעדט אין ישיבה פון קדושת חנוכה ויו״כ און זיי נעמען עס אן ראנג און זיי מיינען אז זיי זענענן א פראבלעם..

אבער דאס מיינט בסך הכל אז די קליינע פארצענט בחורים דארף מען אינדענטעפייען דורוך די משגיח, מגי״ש אדער עלטערן, אז זייער מוח גייט פופצען פארצענט דאון סאוט, און דערפאר דארף מען האבן מיט זיי עקסטער די ריכטיגע שפראך..

אבער דאס מאכט נישט אוועק די חובת החינוך פון א משפיע אדער ראש ישיבה דייקא יא אויפצובויען די געפילן פון די בחורים, דייקא יא צו פארלאנגן פינף שעה רצופות, דייקא יא אריינצוברענגן הויכע השגות און די יונגע הערצער, דווקא יא צו לערנען יושר דברי אמת, דווקא יא צו ברענגן משלים ודוגמאות ווי הויך מען קען אלץ אנקימען.. כי זה כל האדם מען דארף פראבירען מחנך צו זיין אנצ׳וקימען מדריגות, און אנצופילען די מוחות און הערצער צו נאגען צו העכערס.. נישט מחנך אז מען זאל אויפציוואקסן טו טאסענט סיקסטיען בויס וואס די תפקיד אויף דער וועלט איז צו גיין מיט קראקס..

עס נישט קיין קונץ צו זאגען אז ברענג נישט ארויף די לעוועל הויך ווייל אסאך כאפען עס נישט.. עס איז א דרך קצרה און זייער גרינג.. די ריכטיגע מהלך איז אבער צו גיין נאך טיפער און העכער מיט די צעורי הצאן, און העכסטענס קען מען פארלאנגן אז די ישיבות זאלן אויך לייגן א שטארקע דגוש אוין יחיד און די ראשי ישיבות זאלן האבן מער א פערזענלי קאנעקשן מיט די בחורים צו פארשטיין צו וואס יעדער איז געאייניגט, אבער דאס איז נישט קיין סתירה אז די יסוד דארף זיין צו פראבירען ארויף צו פירען די יוגענט.

כן נראה לענ״ד.
להודיע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3084
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 27, 2014 11:09 am

תגובה דורך להודיע »

מען האט דא בעצם זייער שלעכט אפגעלערנט די נקודה פון נשמה, כאילו מ'דארף יעצט אסר'ן צו לערנען יושר דברי אמת אדער רעדן פון העכערס. סארי חברה, יו מיסט די פוינט.
אוועטאר
מחותן
שר עשרת אלפים
תגובות: 10102
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 09, 2010 11:39 am

תגובה דורך מחותן »

להודיע האט געשריבן:מען האט דא בעצם זייער שלעכט אפגעלערנט די נקודה פון נשמה, כאילו מ'דארף יעצט אסר'ן צו לערנען יושר דברי אמת אדער רעדן פון העכערס. סארי חברה, יו מיסט די פוינט.

נישט ריכטיג, נשמה׳ס תגובה איז בסך הכל א תגובה, און ער האט זייער לאנג און טיעף מאריך געווען און די -לדעתו - שלעכטע תוצאות פון גיין הויך מיט די יוגענט, און ער האט געניצט יושר דברי אמת אלץ משל ונמשל..

און דערמיט איז ער - לדעתי - נישט גערעכט, (און סארקאזי אויך נישט) און אויב האט ער געמיינט עפעס אנדערש זאל ער זיך מפרש זיין..
דעוויס
שר חמש מאות
תגובות: 507
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מאי 29, 2015 6:25 pm

תגובה דורך דעוויס »

להודיע האט געשריבן:מען האט דא בעצם זייער שלעכט אפגעלערנט די נקודה פון נשמה, כאילו מ'דארף יעצט אסר'ן צו לערנען יושר דברי אמת אדער רעדן פון העכערס. סארי חברה, יו מיסט די פוינט.

יא אזוי גייט עס קודם לערנט מען שלעכט אפ יושר דברי אמת, נאכדעם דערקייקלט מען זיך צו אפצולערנען שלעכט די ווערטער פון [להבדיל] נשמה, נאך אביסל כ'וויל נישט ארויסזאגן, אלעס זענען כמובן די מחנכים ומגידי שיעורים שולדיג. זייער גאנצע וועג פון חינוך האבן זיי געלערנט אן טיפער מורי דרכים, בקיצור ס'איז א הארציגע הארצווייטאג ס'בלוט גיסט זיך און איך קען ממש נישט ממשיך זיין. אבער ס'איז קריטיש וויכטיגע נושא דאס. נישט אוועקמאכן יענעמס בלוט, ווייל מאי חזית דדמא דידך סומק טפי, דיר טוט וויי דיינע ישיבות און מגיד שיעורים און מיר טוט וויי מיינע פינגערס יעצט.
פארשפארט

צוריק צו “דעת הקהל”