א דור פון מבקשים????.... וואס גייט באמת פאָר???...

אפהאנדלונגען און דיסקוסיעס בענינים העומדים על הפרק

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

פרייליךמאכער
שר העשר
תגובות: 17
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 23, 2013 6:06 pm

תגובה דורך פרייליךמאכער »

אה איז דאס א נושא וואס האט אזויפיל זייטען, אלץ א גרינער דא, בעט איך איבער די גאניטע שרייבערס, סאיז אבער א פלאץ להקל מעלי את אשר על ליבי.
די עיקר איז פארשטיין די יסוד פון די מושג פארטיי לגבי חסידות.
ס'רוב תלמידי הבעש"ט זענען נישט געווען די תלמידים וואס מיר קענען היינט, זיי זענען געווען די חבריה הק', די בעש"ט האט געארבייט אויף די עם שבשדה, בשעתו איז עס געווען די סעודת מריעים, זיך צוזאם קומען אין פארברענגען ווייל דאס האט גאהאלטען די מענטשען פון זיך קערען צו די רוחות זרים שנשבו אז, פון דארט איז געווארן קבוצות שונים (חסידות בלע"ז) ומשם ייפרד צו וואס סאיז היינט.
זייענדיג א בעלזער צו א וויזשניצר איז נישט נאר צו זיין מחובר ומקושר צו א צדיק, אוודאי איז דאס א מדריגה נעלית, אבער יא! די עצם געהערן צו א חצר, וואס האט א מהלך, חברים מענטשען וואס משפירט זיך היימיש, איז א חומה בצורה וגבוה צו ווערען אפגעהיטן פון אסאך נסיונות, אפילו די וואס קערען צו א חצר און זיי האבן נישט קיין נערווען צו די אלע חומרות איז אויך א ברכה כמו שאמרנו.
יעצט די אלע משפיעים וכו איז א מורא'דיגע זאך לשעה בלבד, ווייל בסופו של יום איז נישטא קיין זאך וואס קלעפט צוזאם די שומעים, אין עיקר חסר מן הספר. אוודאי ווערט מען נתעורר און אנגעווארעמט פון א גוטע דרשה, אבער סאיז נישט משלים די אויפטוה וואס א חצר און א חסידות גיבט.
והשתא דאתי להכי קען מען פארשטיין פארוואס פרעגט מען נישט פון קיין "בעל ביתישן אינגערמאן" פארוואס ער פירט זיך נישט ווי זיינע עלטרן? און פון א מבקש וכל כניוי' דלי' פרעגט מען יא?
ואידך פירושא זיל גמור
אוועטאר
משה מאשקאוויטש
שר חמש מאות
תגובות: 853
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש דעצעמבער 05, 2015 2:47 pm

תגובה דורך משה מאשקאוויטש »

פרייליךמאכער האט געשריבן:אה איז דאס א נושא וואס האט אזויפיל זייטען, אלץ א גרינער דא, בעט איך איבער די גאניטע שרייבערס, סאיז אבער א פלאץ להקל מעלי את אשר על ליבי.
די עיקר איז פארשטיין די יסוד פון די מושג פארטיי לגבי חסידות.
ס'רוב תלמידי הבעש"ט זענען נישט געווען די תלמידים וואס מיר קענען היינט, זיי זענען געווען די חבריה הק', די בעש"ט האט געארבייט אויף די עם שבשדה, בשעתו איז עס געווען די סעודת מריעים, זיך צוזאם קומען אין פארברענגען ווייל דאס האט גאהאלטען די מענטשען פון זיך קערען צו די רוחות זרים שנשבו אז, פון דארט איז געווארן קבוצות שונים (חסידות בלע"ז) ומשם ייפרד צו וואס סאיז היינט.
זייענדיג א בעלזער צו א וויזשניצר איז נישט נאר צו זיין מחובר ומקושר צו א צדיק, אוודאי איז דאס א מדריגה נעלית, אבער יא! די עצם געהערן צו א חצר, וואס האט א מהלך, חברים מענטשען וואס משפירט זיך היימיש, איז א חומה בצורה וגבוה צו ווערען אפגעהיטן פון אסאך נסיונות, אפילו די וואס קערען צו א חצר און זיי האבן נישט קיין נערווען צו די אלע חומרות איז אויך א ברכה כמו שאמרנו.
יעצט די אלע משפיעים וכו איז א מורא'דיגע זאך לשעה בלבד, ווייל בסופו של יום איז נישטא קיין זאך וואס קלעפט צוזאם די שומעים, אין עיקר חסר מן הספר. אוודאי ווערט מען נתעורר און אנגעווארעמט פון א גוטע דרשה, אבער סאיז נישט משלים די אויפטוה וואס א חצר און א חסידות גיבט.
והשתא דאתי להכי קען מען פארשטיין פארוואס פרעגט מען נישט פון קיין "בעל ביתישן אינגערמאן" פארוואס ער פירט זיך נישט ווי זיינע עלטרן? און פון א מבקש וכל כניוי' דלי' פרעגט מען יא?
ואידך פירושא זיל גמור


זעהט אויס ווי בוזט א גרינער אויך אין די נושא פון היסטאריע, ווייל אין די צייטן פון בעל שם הק' איז דאס יא באשטאנען בעיקר פון די דערהויבענע צדיקים (דאס הייסט, דער בעל שם הק' האט עס געשטעלט בעיקר פאר די גרויסע, און זיי האבן עוסק געווען אין די אלע מורא'דיגע עבודות). גערעכט, אויך דאן איז געווען שוואכערע און פשוטי עם, אבער די וואס האבן זיך געווייקט ביים צדיק זענען געווען בעיקר די גאר דערהויבענע. די גאנצע חסידות פון פשוטי עם האט זיך אנגעהויבן שפעטער, ביי די תלמידי המגיד ותלמידיהם - וואס דאן האט דאס טאקע געשאפט א מחלוקת בין הצדיקים אין דעם נושא, ואכמ"ל.

יעצט, אייבער דעם וואס דו שרייבסט איבער די משפיעים איז אויך נישט גערעכט, ווייל רוב משפיעים (נישט אלע, אבער רוב) געהערן צו א געוויסע חסידות און פארמאגן א אייגענע און אויפגעבויטע חצר - ווי דו רופסט עס, און אדרבה, וויבאלד זיי זענען אויף א קלענערע פארנעם, קענען זיי פאדערן פרעזענליך פון אלע זייערע אינגערלייט מער ווי די גרויסע רביים, ווי די פאקט ווייזט ארויס.
הלואי ווען איך קען ווען טוישן מיין ניק נאמען, כ'וואלט עס שוין לאנג געטוהן...
אוועטאר
וואס א חילוק
שר האלף
תגובות: 1296
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 16, 2015 3:39 pm
לאקאציע: ניי קרוינהייטס

תגובה דורך וואס א חילוק »

משה מאשקאוויטש האט געשריבן:די גאנצע חסידות פון פשוטי עם האט זיך אנגעהויבן שפעטער, ביי די תלמידי המגיד ותלמידיהם

איך ווייס אז דער בעש"ט איז געקומען צוזאמנעמען אלע אידן און ווייזן פאר די ווייטע אז זיי זענען נאנט צום אויבערשטן און פאר די נאנטע אז זיי זענען ווייט. און טאקע דאס (זאגט מיין רבי) איז ארבעט פון א צדיק..

פון אלע סיפורי בעש"ט זעהט מען דיקא יא אז ס'איז יא געווען פשוטי עם..

זיכער איז געווען די שישים גבורים וואס זענען געווען צדיקים.. אבער אלע אנדערע זענען געווען - פון וואס מ'רופט - פשוטי עם..
אסאך מענטשן רעדן פון "אייבירשטן" און מיינען "זיך"..

אסאך מענטשן רעדן פון "זיך" און מיינען דעם "אייבירשטן"..
אוועטאר
משה מאשקאוויטש
שר חמש מאות
תגובות: 853
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש דעצעמבער 05, 2015 2:47 pm

תגובה דורך משה מאשקאוויטש »

וואס א חילוק האט געשריבן:
משה מאשקאוויטש האט געשריבן:די גאנצע חסידות פון פשוטי עם האט זיך אנגעהויבן שפעטער, ביי די תלמידי המגיד ותלמידיהם

איך ווייס אז דער בעש"ט איז געקומען צוזאמנעמען אלע אידן און ווייזן פאר די ווייטע אז זיי זענען נאנט צום אויבערשטן און פאר די נאנטע אז זיי זענען ווייט. און טאקע דאס (זאגט מיין רבי) איז ארבעט פון א צדיק..

פון אלע סיפורי בעש"ט זעהט מען דיקא יא אז ס'איז יא געווען פשוטי עם..

זיכער איז געווען די שישים גבורים וואס זענען געווען צדיקים.. אבער אלע אנדערע זענען געווען - פון וואס מ'רופט - פשוטי עם..


איך האב דאס שוין אנגעמערקט אין מיינע רייד אז עס איז אלעמאל געווען פשוטי עם, אבער ביים בעל שם הק' איז די 'עבודה' געווען מיועד פאר די ששים גבורים, אבער דאן אין יענע צייטן האט געבוזעוועט פרעמדע ווינטן, און דער בעש"ט הק' האט דאס געוואלט פארשטילן, און 'דערפאר' האט ער געוויזן מופתים פאר די פשוטי עם, אז זיי זאלן וויסן אז עס זענען פארהאן גרעסערע צדיקים אויפן וועלט, און מען זאל זיך חלילה נישט אוועק רירן קיין קוצו של יו"ד פון די אמונה, אבער די 'עבודה' איז געווען 'מער' געאייניגט פאר די גרויסע.

שפעטער, האט זיך אנגעהויבן א גרויסע מחלוקת צו מען זאל לאזן צוטיילט די הויף אלס 'עובדים' און 'פושטי עם', אדער אוועקשטעלן א עבודה וואס איז געאייניגט פאר אלעמעמען, און דא האט זיך דער הייליגער קאצקער געלייגט אויף די לענג און די ברייט אז ס'נישטא אזא זאך וכו' וכו', און עס האט אויפגעפלאקערט א פייערדיגע מחלוקת - און א גרויס טייל דערפון איז געווען איבער די נקודה, ועי' בספרו של אהרן מרקוס, ו'חסידות ארבע דורות'.
הלואי ווען איך קען ווען טוישן מיין ניק נאמען, כ'וואלט עס שוין לאנג געטוהן...
אוועטאר
וואס א חילוק
שר האלף
תגובות: 1296
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 16, 2015 3:39 pm
לאקאציע: ניי קרוינהייטס

תגובה דורך וואס א חילוק »

דאס איז זייער אן אינטערעסאנטע שטיקל אינפארמאציע פאר מיר....

איך האב ביז היינט געוואוסט אז דער דרך הבעש"ט איז געווען פאר יעדן (אדער עכ"פ רוב) אידן אויפן כדור הארץ..

זאגסטו איז געווען צדיקים וואס האבן געהאלטן אז דער דרך איז נישט געאייגנט פאר נישט צדיקים?
אסאך מענטשן רעדן פון "אייבירשטן" און מיינען "זיך"..

אסאך מענטשן רעדן פון "זיך" און מיינען דעם "אייבירשטן"..
אוועטאר
וואס א חילוק
שר האלף
תגובות: 1296
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 16, 2015 3:39 pm
לאקאציע: ניי קרוינהייטס

תגובה דורך וואס א חילוק »

צו וועסטו מיר זאגן אז דער תולדות וכיוצא איז געשריבן געווארן נאר פאר דיע צדיקים?
אסאך מענטשן רעדן פון "אייבירשטן" און מיינען "זיך"..

אסאך מענטשן רעדן פון "זיך" און מיינען דעם "אייבירשטן"..
ערנסט גערעדט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 427
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 22, 2015 1:43 pm
לאקאציע: ווייט, אבער גאר נאנט בעזהשי''ת!

א דור פון מבקשים!!!

תגובה דורך ערנסט גערעדט »

העתק מליקוטי מוהר"ן תניינא תו' ע"ח בסופו;
וּצְרִיכִין לְבַקֵּשׁ מְאֹד מֵהַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ, לִזְכּוֹת לְהִתְקָרֵב לְהַצַּדִּיק הָאֱמֶת, כִּי אַשְׁרֵי לְמִי שֶׁזּוֹכֶה לְהִתְקָרֵב בְּעוֹדוֹ בְּחַיִּים חִיּוּתוֹ לַצַּדִּיק הָאֱמֶת, אַשְׁרֵי לוֹ, אַשְׁרֵי חֶלְקוֹ. [כִּי אַחַר־כָּךְ (הַיְנוּ לְאַחַר מִיתָה) קָשֶׁה אָז מְאֹד לְהִתְקָרֵב, וּצְרִיכִין מְאֹד לְהַרְבּוֹת בִּתְפִלָּה וְתַחֲנוּנִים מְאֹד, שֶׁיִּזְכֶּה בְּחַיִּים חִיּוּתוֹ לְהִתְקָרֵב לְצַדִּיקֵי אֱמֶת]. כִּי הַבַּעַל־דָּבָר שָׂם לִבּוֹ עַל זֶה מְאֹד עַכְשָׁו, לְבַלְבֵּל אֶת הָעוֹלָם, כִּי יִשְׂרָאֵל הֵם עַכְשָׁו קְרוֹבִים אֶל הַקֵּץ מְאֹד, וְיֵשׁ עַכְשָׁו לְיִשְׂרָאֵל גַּעְגּוּעִים גְּדוֹלִים וּכִסּוּפִין גְּדוֹלִים לְהַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ, אֲשֶׁר לֹא הָיְתָה כָּזֹאת בִּימֵי קֶדֶם, וְכָל אֶחָד נִכְסָף מְאֹד לְהַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ. עַל־כֵּן הֶעֱרִים הַבַּעַל־דָּבָר וְהִכְנִיס מַחֲלֹקֶת בֵּין הַצַּדִּיקִים, וְהֵקִים בָּעוֹלָם מְפֻרְסָמִים הַרְבֵּה שֶׁל שֶׁקֶר, וְגַם בֵּין הַצַּדִּיקִים הָאֲמִתִּיִּים הִכְנִיס מַחֲלֹקֶת גָּדוֹל, עַד שֶׁאֵין אֶחָד יוֹדֵעַ הֵיכָן הָאֱמֶת. עַל־כֵּן צְרִיכִין לְבַקֵּשׁ מְאֹד מֵהַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ לִזְכּוֹת לְהִתְקָרֵב לְהַצַּדִּיק הָאֱמֶת:

איז משמע אז ס'איז גאנץ לעגיטים דאס וואס עס איז היינט פארהאנען מער מבקשים...

אזוי אויך בלשון תלמידו מוהרנ"ת זצ"ל בספרו ליקוטי תפלות (חלק שני, תפלה מ"ז, די באקאנטע תפלה אויף ל"ג בעומר);
...והנה בתוקף סוף הגלות המר הזה, וכבר התחיל להתנוצץ התנוצצות משיח מימי האלקי האר"י זכר צדיק לברכה, ועמך בית ישראל משתוקקים ומתגעגעים מאוד להשם יתברך, והכל חפצים ליראה את שמך בהשתוקקות נמרץ ונפלא אשר לא היתה כזאת מימי קדם. "הקיצותי ועודי עמך", באתי עד קץ כל הדורות ועודי עמך. עדיין אנו אחוזים בך, ומשתוקקים לעבודתך בכלות הנפש. אבל אף על פי כן, גם גודל ריחוקנו ממך בעתים הללו הוא גם כן בלי שיעור, כי טבענו ביון מצולה וכו' וכו'... אזוי ווי ער גיסט זיך דארט ווייטער אויס דאס הארץ אויף די ירידת הדורות.

און צום שלוס, אן העתקה פון איינער פון די גדולי מעתיקי שמועה בתורת מוהר"ן, ה"ה רבי אברהם בר"ן הלוי חזן (נפטר כ"ז כסלו תרע"ט, מנו"כ באומאן), נאכ'ן שילדערן די שרעקליכע ירידת הדורות און אפיקורסות וואס וועט זיין באחרית הימים בעפאר ביאת המשיח (לויט ווי ער האט געהאט מקובל פא"פ דורך זיין טאט'ן - א תלמיד מובהק פון רבי נתן זצ"ל), וז"ל (ספר כוכבי אור, מאמר אמת ואמונה אות י"ז);
כִּי סוֹף כָּל סוֹף יִגְמֹר הַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ אֶת שֶׁלּוֹ שֶׁיִּהְיֶה בְּכָל אֶחָד מִיִּשְׂרָאֵל אִתְעָרוּתָא דִּלְתַתָּא לִכְסֹף וּלְהִשְׁתּוֹקֵק בֶּאֱמֶת אֶל הָאֱמֶת בְּכָל לֵב וָנֶפֶשׁ מַה שֶּׁלֹּא הָיָה עוֹד אִתְּעָרוּתָא דִּלְתַתָּא כָּזֶה מֵעוֹלָם. וְאַף עַל פִּי שֶׁמֵּעֹצֶם הָאֶפִּיקוֹרְסוּת וְהַחֹשֶׁךְ וַאֲפֵלָה שֶׁיִּהְיֶה בַּיָּמִים הָהֵם כִּמְעַט שֶׁלֹּא יֵדְעוּ עוֹד כְּלָל מַהוּ הָאֱמֶת, אֲבָל 'רַחֲמָנָא לִבָּא בָּעֵי' (סַנְהֶדְּרִין קו) וּמִיָּד בְּהַגִּיעַ הָעֵת וְהַשָּׁעָה הַזֹּאת יַמְשִׁיךְ בְּרַחֲמָיו יִתְבָּרַךְ עֵזֶר וְסִיּוּעַ נִפְלָאָה וְנוֹרָאָה שֶׁלֹּא הָיְתָה עוֹד כָּזֹאת מֵעוֹלָם, ואָז יְקֻיַּם "וְיָדוֹ אוֹחֶזֶת בַּעֲקֵב עֵשָׁו" שֶׁלֹּא יַסְפִּיק זֶה לִגְמֹר מַלְכוּתוֹ עַד שֶׁיָּקוּם זֶה וְנוֹטְלָהּ הֵימֶנּוּ. וּפִתְאֹם יָבֹא אֶל הֵיכָלוֹ הָאָדוֹן אֲשֶׁר אַתֶּם מְבַקְּשִׁים, אִישׁ אֲשֶׁר בְּרֹב חָכְמָתוֹ הָעֲצוּמָה וְהַנִּשְׂגָּבָה יַכְנִיס בְּלֵב כָּל אֶחָד מִיִּשְׂרָאֵל לְבַל יָשִׁית אֶת לְבָבוֹ לְכָל הַמְּבוּכוֹת וְהַשְּׁאֵלוֹת וְהַלֵּצָנוּת אֲשֶׁר הִתְגַּבֵּר בָּעוֹלָם כִּמְעַט עַד אֵין תַּכְלִית. אֲבָל יִתְגַּבֵּר וְיִתְחַזֵּק וְיִתְאַמֵּץ בִּתְפִלָּה וּצְעָקָה וּשְׁאָר הָעֵצוֹת הַקְּדוֹשׁוֹת, עַד שֶׁיִּתְקַיֵּם אֶת אֲשֶׁר הִבְטִיחָנוּ עַל יְדֵי הַחוֹזֶה "וְעָשִׂיתִי אֶת אֲשֶׁר בְּחֻקַּי תֵּלֵכוּ וּמִשְׁפָּטַי תִּשְׁמְרוּ וַעֲשִׂיתֶם". עַד שֶׁיֻּשְׁלַם רְצוֹנוֹ וְחֶפְצוֹ וְכַוָּנָתוֹ יִתְבָּרַךְ בִּבְרִיאַת עוֹלָמוֹ בְּתַכְלִית הַשְּׁלֵמוּת שֶׁאֵין שְׁלֵמוּת אַחֲרָיו.

ונזכה ונחיה במהרה בימינו
דער אייבערשטער האט דיר ליב און איז צופרידן פון דיר - מער ווי דו אליין!
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7114
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

תגובה דורך נשמה »

נשמה האט געשריבן:מ'האלט דרשות איבער זיך נאכגעבן די תאוות, זייער וויכטיג. דעס ביסל פינאטבאדער ברויט וואס דער בחור האט זאל ער אויך עסן איינגעזאלצן.

אזוי גראב האב איך געשריבן??? וואס האב איך געמיינט דערמיט???
ווען מ'זעהט א שרייבער שרייבן אזאך וואס שטומט נישט מיט וואס מ'ווייסט, דארף מען קודם פארשטיין וואס דער שרייבער מיינט ארויסצוברענגען. איך האב געטראכט און זיך פרובירט צו דערמאנען, און איך האב מיך דערמאנט, אז איך האב געמיינט צו זאגן, אז דער בחור זאל וויסן אז ער מעג זיין פרייליך מיט זיין פינאטבאדער ברויט. און נישט מיינען אז דאס גייט אויך אריין אין דעם זעלבן כלל פון די דרשה קעגן זיך נאכגעבן. עניוועי.

אויב ס'שטומט נאך אלץ נישט מיט וואס מ'ווייסט, דארף מען ענדערש זאגן אז דער שרייבער איז זיך טועה, און וואס מ'ווייסט ביז היינט איז גערעכט, און נישט ח"ו זאגן "דער שרייבער איז גערעכט, און וואס מ'ווייסט דארף ווערן אפדעטעד".

דער "לימודים לדעת" פון פליישמאן, געט אסאך פערספעקטיוו אין עבודת השי"ת וכן למבקשים. והשי"ת יעזור שלא יצא מכשול מתחת ידי ולא מתחת ידי כל השרייבערס פה.
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7114
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

תגובה דורך נשמה »

נשמה האט געשריבן:
להודיע האט געשריבן:מען האט דא בעצם זייער שלעכט אפגעלערנט די נקודה פון נשמה, כאילו מ'דארף יעצט אסר'ן צו לערנען יושר דברי אמת אדער רעדן פון העכערס. סארי חברה, יו מיסט די פוינט.

איך האב געלערנט דעם ספר הק' יושר דברי אמת אלץ בחור.

דאס איז זיכער אז זיין תכלית וויאזוי מ'זאל פילן אויף למעשה איז נישט וויאזוי א בחור קען עס פארשטיין. א בחור קען עס לערנען על זה הדרך: איך האלט מיך גרויס, סאו, איך בין דער "גאווה". און איך האב נישט קיין רעכט צו פילן גוט מיט זיך. נישט אז איך לערן און נישט אז איך דאווען, גארנישט! אויס! ווערן בטל! ס'טאר נישט זיין קיין הנאה. איך טאר אפילו נישט וועלן ארבעטן כדי צו פילן אז איך האב מיך אויסגעארבעט. איך דארף ווערן בטל.

דאס הייסט ער אידענטיפיצירט זיך און אלע זיינע גוטע שפירונגען מיט די גאווה וואס מ'דארף בטל מאכן. וועם דארף מען בטל מאכן? מיך! מיין גוטע געפיל וואס איך האב פון מיך! מיין גוטע געפיל וואס איך האב מיט מיך!

(והוא רחום יכפר וכו' אויב איך שרייב שלא כפי האמת)
אפשר אין א יאר ארום וועל איך פארשטיין נאך בעסער, איך האב געשריבן אין דעם אשכול וואס איך האב געשריבן, אבער לויטן תניא (די ערשטע חלק, כט) קוקט אויס פארקערט ווי איך האב געשריבן, און ס'קוקט אויס אזוי: אז ס'דא ווען דער 'איך' פון א מענטש איז די סטרא אחרא ממש, וואס דאן דארף מען קובע זיין עתים 'זיך' משפיל צו זיין עד לעפר ממש, דאס וואס איך שרייב "און איך האב נישט קיין רעכט צו פילן גוט מיט זיך", דאס איז געזאגט געווארן אין באשטומטע צייטן, ווען דער 'איך' איז דער סטרא אחרא ממש, קוק דארט אין תניא. און דער סטרא אחרא וויל זיך 'הייבן', דארף מען דאס אין באשטומטע צייטן משפיל זיין עד לעפר.

דאס איז א חידוש פאר מיר, איך האב נישט געוואוסט פון דעם שטיקל תניא, והוא רחום יכפר, דאס 'שפלות בלב' אפעלירט מען צום 'איך' וואס קומט פון די סטרא אחרא, וואס וויל זיך הייבן. אז מ'ווייסט פונעם הייליגן רבי'נס דרך, אז ס'איז אזוי געווען, דאס ענין פון 'ביטול און הכנעה', דאס איז צו מבטל זיין און צעברעכן דעם 'איך', אז מ'איז גארנישט מיט נישט. דעם סטרא אחרא, דעם 'גבהות הלב', וכן מובא ביושר דברי אמת. ואחר כך שיינט ארויס דאס אור אין סוף מצד נפש אלוקות ווי דער תניא ברענגט פון זוהר הקדוש "אעא דלא סליק ביה נהורא - מבטשין ליה כו'. גופא דלא סליק ביה נהורא דנשמתא - מבטשין ליה כו'. עכ"פ, מ'זעהט אז ס'דא חלקים אינעם פסיכיק פונעם מענטש וואס דאס איז פון סטרא אחרא, און ביי א בינוני איז דאס דער שפיר פון 'איך', און דאס דארף מען משפיל זיין עד לעפר, ווי דער תניא שרייבט.

און דער "גוטע געפיל וואס איך האב מיט מיך" מ'דארף גוט קוקן וואס מיינט דאס "דער גוטער געפיל וואס איך האב מיט מיך", ס'ווענט זיך וועכע נפש. אויב ס'איז פון די סטרא אחרא (און ביי א בינוני איז עס אזוי) דארף מען דאס משפיל זיין עד לעפר, כמובא בתניא, וכן בספר יושר דברי אמת, שהיא מסטרא דמותא. וכן היה דרך אדמו"ר מסאטמאר ז"ל, הענין של הכנעה ושפלות, ולכן היה כ"כ אור בלב חסידיו פאר ווער ס'ווייסט (איך רעד פון די יארן ווען זיי האבן מיטגעהאלטן די טישן, וכל העבודה). וואס זיי בענקען צום הושענא רבה, און צו די ליכטיגע טישן! ה'ליכטיגע טישן, היה ה'אור' של נפש אלוקית, וואס איז געקומען פון צעקלאפן און משפיל זיין די כח פון די סטרא אחרא, ולכן כתב בקונטרס של ר' מרדכי דוד קאהן ז"ל, "דער רבי האט אריינגעפירט אין זיין עולם א געוויסע מאס צעבראכנקייט, פון דעם האט מען זיך געלערנט, נישט צו זיין ביי זיך קיין געהויבענער מענטש. יעדער סאטמארער איד האט געוואוסט, אז ס'איז נישט אינגאנצן גוט מיט אים", און דאס איז טאקע דאס ענין פון צעברעכן די כוחות הסטרא אחרא, וואס נאר דאן קומט ארויס די נפש אלוקי. דאס איז געווען דעם הייליגן רבינ'ס עבודה. זאל מיך קיינער נישט אפילו פרובירן צו זאגן אנדערש.

דער רבי ז"ל האט אונז דעליווערט די בעסטע פון די בעסטע וואס ער האט פארמאגט ביי זיך, וואס ער האט געוואוסט ביי זיך, און ער האט דאס דעליווערט אויפן בעסטן אופן שייך, אז ס'זאל ציהלן אין פינטל, עבודת השם אויף די ריכטיגסטע וועג שייך. און דאס איז דוקא דורך שבירת הלב, און דאדורך צוקומען צו דביקות בה', אבער עכטע דביקות. דער רבי ז"ל האט געוואוסט אז צו טרעפן דעם 'אור' ביי זיך, דעם עכטן פנימיות, דעם עכטן אור הנשמה, אור נפש אלוקית דארף מען קענען גרובן ריכטיג. מ'דארף וויסן וואו צו גרובן. די אלע קלאפעריי איז געווען ארויסצוברענגען דאס ריכטיגע. ווייל די קליפה קען זיך גוט באהאלטן און מ'דארף דאס קענען כאפן און צעברעכן און נאר דאן אנקומען צום מעיין הנובע. און אין די צייטן פון תלמידי הבעל שם טוב איז דער ספר יושר דברי אמת געשריבן געווארן, און ער שרייבט די זעלבע לשונות ווי דער רבי ז"ל. פון דעם איז א ראי' אז די תורות פון רבי'ן איז נישט געווען ווייל ס'איז געווען דעס דור! ווייל מ'זעהט דעם זעלבן לשון אין ספר יושר דברי אמת וואס ער איז געווען א תלמיד פון רבי'ן ר' בער ז"ל. נאך סך איידער ציונות און דאס גרויס שפלות, שרייבט ער אויך דאס זעלבע שבירת הלב! אמנם היינטיגע צייטן איז דא מער סיבות צו זיין בשפלות, היינטיגע צייטן דארף מען נאך מער ארבעטן אויף שפלות און שבירת הלב. ווייל די קליפה איז נאך סך גרעסער ווי ס'איז דעמאלט געווען.

דער רבינ'ס עבודה איז געווען צוצעברעכן די כוחות הגוף, וכן מה שיצא לאור מדרשת ר' נתן יוסף ז"ל, וואס האט ער מקבל געווען פון רבי'ן. אז די כוחות הגוף דארף מען צעברעכן, וכן מובא בתניא, פאר ווער ס'וויל זעהן דעם אמת. ס'איז כדאי זיך צו פארשאפן דעם קונטרס פון ר' נתן יוסף ז"ל ווי ער לייגט עס אראפ, ס'איז מיר א חידוש, ווייל איך האב קיינמאל נישט געוואוסט אז ר' נתן יוסף זאל עס עפעס אזוי גוט ארויסהאבן, און אזוי שארף און ריכטיג ארויסברענגען די נקודה הפנימית, זאגט ער אזוי:

דער אמת איז, די שבתים בימים ההם, זענען געווען א ליכטיגקייט וואס האט נישט קיין שאץ. (וזה אור הנשמה) פרייטאג נאכמיטאג האט מען שוין געפילט אז מען וועט זיך צוזאמקומען שבת אין בית המדרש מיט'ן רבי'ן. דער מנחה. דאס גוט שבת זאגן. דער טיש. דאס אהיימגיין. דאס צוריקקומען. דער אינדערפרי. ביי שלש סעודות. עס איז געווען א קייט פון לויטער 'רגשי' קדושה אדורך און אדורך. (געב א קוק ווי ער שרייבט 'רגשי קדושה' געפילן!) ווען מען וועט וועלן אפזיפן, וואס דער גשם האט דא מיטגעמאכט, לאמיר זעהן, וויפיל מען האט געפלעגט גשם אין דעם המשך פון דעם שבת? עס איז א פאקט, אז דער טיש האט געדויערט ביז האלבער נאכט און מער, און אסאך מאל ביז דריי אזייגער. (!) און דאס צוגרייטן צום טיש. און דאס זעהן דעם טיש. דאס מיטמאכן, דאס פארפלאמטן פנים. דאס זעהן די צורה. (אין אמת'ן א צדיק איז משפיע פון זיין פנימיות, נישט דוקא די צורה) וויאזוי עס זעהט אויס די עבודת האכילה ביי א צדיק אמת. (דהיינו די קדושה וטהרה) עס איז געווען אויסערגעווענליך, און וויאזוי יעדעס ווארט האט דורכגעדרינגען יעדן מענטש, דער קידוש, און די זמירות. (פון דעם זעהט מען אז דא איז געווען אן אויסערגעווענליכן 'אור', אור נפש אלוקית)

אבער מען קען דאס בשום אופן נישט אנרופן, אז דאס איז געווען א גשמיות'דיגער 'רגש', (דאס הייסט אז די חלקי הקליפה זענען נישט געווארן נתעורר, נאר פארקערט) ווייל גשמיות'דיג האט מען נישט אוועקגעלייגט קיין שום באזונדערע קראפטן. מען האט נישט געמאכט קיין שום באזונדערע רקידות. מען האט נישט געמאכט קיין באזונדערע גרויסע חלוקת שיריים, (ער מיינט עסן וואס ברענגט ארויף די 'גשם', ווי באוואוסט איז עסן ביי חסידים געווען וואס ברענגט ארויף 'קדושה' און נישט 'גשם') און קיין גרויס געטרינקעכץ, און נישט קיין גרויס געגעסעכץ דארטן, (ער מיינט נאכאמאל, אז די 'גשם' איז נישט געווארן אקטיוויזירט) די עטליכע שעה וואס מ'איז דארט אפגעזעסן. מען האט אפגעגעסן די סעודה ווינטער מיט עטליכע שעה פריער, און מיט עטליכע שעה שפעטער איז געווען דער טיש, און מען האט אינגאנצן נישט געזעהן אז מען זאל זוכן, אדער עס זאל זיין אזא מין צוגרייטונג, אז מען זאל מרבה זיין ערגעצוואו באכילה ושתיה. אפילו אז מען איז אביסל הונגעריג געווען, עס איז גארנישט געווען איינגעשטעלט. מען האט נישט ערצויגן אזוי. עס איז געווען א פשטות, מען האט נהנה געווען פון די חלקי הקדושה, נישט פון קיין שום באזונדערן חלק וואס זאל ערגעצוואו פלעגן די כוחות הגוף. און אזוי איז געגאנגען דאס דאווענען. און נאכ'ן דאווענען, מען איז שפעט פארטיג געווארן, איז איז געגאנגען מיט צעבראכנקייט און מיט צעברעכן די כוחות הגוף (דער עיקר וואס איז לענינינו, אז די אור הנשמה, די אור השכל, דאס 'פנימיות' האט גובר געווען, און מ'האט משתוקק געווען צו העכערקייט, און דאס איז נישט געווען סתם 'צעבראכנקייט', דאס איז אזא מין צעבראכנקייט וואס מ'איז משתוקק דערצו נאך און נאך ווי א שיכור נאך ברוינפן, ווייל דוקא דאס שיינט אויף דעם אור נפש אלוקית, דוקא דאס ברענגט ארויס דעם זיסן 'פנימיות'! דעם דביקות בה')

ביז מען איז אנגעקומען צו שלש סעודות. דעמאלס הערשט האט מען ארויסגעגעבן די חלקים וואס מען האט געדארפט, און די תביעות, און זיך מתאונן געווען אויפ'ן מצב וויאזוי מען זעהט אויס, און אין וואספארא שפלות מ'לעבט, און וויאזוי דער מצב זעהט אויס בכלל ובפרט. און געשריגן געוואלד, וויאזוי מען דארף הארעווען אויף מכניע צו זיין די כוחות התאווה, ובפרט פון די עניני ימי הילדות, וואס עס פלעגט צו זיין מיט אזא מין התעוררות רב, אז עס האט גארנישט קיין שיער, און דאס איז לויטער עבודה, לויטער יגיעה, איבערהויפט נישט אזעלכע ענינים וועלכע זענען פארבינדן מיט פלעגן 'רגש', נאר דאס פארקערטע. (ער מיינט צוזאגן 'געפילן' וואס קומט פון די קליפה, פון די סטרא אחרא, דאס האט מען נישט געפלעגט, און דאס האט מען נאר צעקלאפט, און טאקע דערפאר איז ארויסגעקומען די 'פנימיות' ווי דער זוהר הקדוש שרייבט "אעא דלא סליק ביה נהורא - מבטשין ליה כו'. גופא דלא סליק ביה נהורא דנשמתא - מבטשין ליה כו'", דעס צעבראכנקייט איז נאר געווען אן אמצעי, א מיטל צוצוקומען צום קוואל, צום פנימיות, צום אור ה' וואס ליגט אין א מענטש, נאר דאס קען מען נישט פארציילן, ווייל דאס פארציילט זיך נישט, מ'קען נישט מסביר זיין דעם 'אור', נישט מעגליך, קענסט נישט מסביר דעם טעם פון א גוטן וויין פאר איינעם וואס האט קיינמאל אזא וויין נישט געטרונקען, וואס מ'קען יא פארציילן איז אז ס'איז געווען 'צעבראכנקייט', געב נאר אהער יענע צעבראכנקייט ביטע, יענע צעבראכנקייט האט א טעם ווי איינער וואס צעברעכט די שאלאכץ פון א ניס, כדי צוצוקומען צום 'פנימיות', דער מענטש וואס ארבעט אזוי מיט זיינע הענט צו עפענען דעם ביר באטל, ער פלאגט זיך? ער דארף וואס ליגט אינעווייניג. דאס האט דער רבי ז"ל געוואוסט, דער זוהר הקדוש, אז נאר שבירת הלב, נאר 'שפלות' נאר צעברעכן דעם 'איך', דעם 'גבהות', נאר דאס ברענגט ארויס דאס זיסער פנימיות, דארף מען געדענקען וואס מ'ציהלט)

איך וויל דא ברענגען נאך א שטיקל פאר ווער ס'עקשנ'ט זיך אים נאך אלץ, אז דער עיקר ביים רבי'ן זצ"ל איז געווען דאס מתאונן זיין אויפ'ן מצב הדור, אז מ'זאל זיין צעבראכן און שוין,

זאגט ער אזוי ר' נתן יוסף ז"ל, מען האט אמאל געפרעגט דעם רבי'ן, עפעס אן אינטערעסאנטע זאך, עס איז טאקע א קורץ ווארט, אבער א געוואלדיגער עמוק'דיגער ווארט, עס האט אמאל איינער געזאגט פאר'ן רבי'ן "צו זיין א סאטמארער חסיד איז זייער שווער, וואס האט מען?" האט זיך דער רבי אנגערופן מיט אזא רגש, עס האט אים געכאפט, זאגט ער "וואס האט מען? וואס הייסט, א 'רגש' פון עשיית המצוה, דאס האט מען נישט? דאס איז נישטא? וואס הייסט מען האט נישט?" (פון דעם זעהט מען קלאר אז דעם רבי'נס כוונה איז אלעמאל געווען נאר אז מ'זאל צוקומען צו א 'טעם' און 'רגש' און א פנימיות צום אויבערשטן. ער האט אפילו נישט פארשטאנען "וואס הייסט מען האט נישט?" דהיינו, איך שטיי דא, און איך דעליווער ענק די בעסטע פון די בעסטע, וויאזוי צוצוקומען צום ריכטיגן 'טעם' אין עבודת השם יתברך, וויאזוי ס'זאל ענק זיין גוט, אויף דער וועלט און אויף יענער וועלט מיט'ן זיין מקושר אין דבוק אין הייליגן באשעפער, און ענק קומען זאגן, "מען האט גארנישט"? נאר וואס דען, מ'דארף געדענקען אז די רבי ז"ל האט געוואוסט, אז דאס פנימיות, דאס עכטע פנימיות קומט נאר ארויס ווען מ'צעקלאפט די כוחות הגוף, די כח פון די סטרא אחרא, דאס איז געווען דאס גאנצע "מתאונן זיין". צעקלאפן און משפיל זיין עד לעפר די כוחות הסטרא אחרא, כדי אויפצושיינען די אור נפש אלוקי)

דערפאר זאל מען נישט פארקויפן אז דעם רבינ'ס וועג האט געברענגט 'עצבות', ווייל דאס איז שקר גמור. דעם רבי'נס וועג איז געווען די וועג פון צעברעכן די כוחות הגוף כדי אויפצושיינען די כוחות הנשמה! דאס פנימיות, איך בין גארנישט און טאקע גארנישט, און אזוי ארום מוז בהכרח ארויסשיינען די אור נפש אלוקי, ווי עס שטייט אין תניא. און כמובא בספר יושר דברי אמת, אז דאס מאכט אז מ'זאל וועלן מער און מער לויפן נאך שפלות. (דאס איז וואס איך פארשטיי יעצט, קען זיין אין א יאר ארום וועל איך פארשטיין מער)

און פון "פליישמאן" (להבדיל, ווען מ'רעדט פון 'פריערדיגע' צדיקים) פארשטיי איך אויך די זעלבע, לויט זיין סידי וועגן סעלף עסטים.

ס'קומט אויס פון מיינע ווערטער יעצט, אז באשטומטע צייטן, דארף מען 'זיך' יא משפיל זיין עד לעפר, ווייל ס'ווענט זיך מיט וואס דער מענטש אידענטיפיצירט זיך, וואס שפירט דער מענטש אלץ דער 'איך'. יעדער פארשטייט אז דער 'איך', ביי נעילה, ווען מ'איז אזוי פאר'דביק'ט, איז אן אנדערע סארט 'איך' פון "איך וויל זיך האלטן גרויס". ס'ווענט זיך וועכע 'איך',

יעצט דער בחור וואס האט געשריבן צו מעלות, אז ער האט א פראבלעם מיט געפילן פון גיאות, 'גיאות', איז א פראבלעם, סארי פאר 'נשמה'! 'גאות' איז א פראבלעם, די עצה פאר דעם איז, לערן יושר דברי אמת, לערן 'יא' יושר דברי אמת! אבער די גאנצע, הערסט, די גאנצע, און בעיון גדול, האב נישט מורא אז דו וועסט דיך שפירן געקלאפט! דו וועסט נישט שפירן געקלאפט. די סטרא אחרא וועט ווערן צעקלאפט! צעבראכן, וואס דאס דארף עניוועי ווערן צעקנאקט און צוזעצט! דאס איז קלאר! נישטא קיין ספק. אבער דו אליין, פארוואס זאלסטו שפירן געקלאפט? אמער יעדע תנועה איז חשוב פארן בורא כל עולמים.

אבער אויב א בחור געדענקט אז ער איז א חלק אלוק ממעל, "איך בין וואס? א חלק אלוק ממעל." דעמאלסט שטערט אים נישט אז ער לערנט דעם ספר, ער בלייבט מיטן געזונטן סענס פון זיין סעלף. "מיין גוטע געפיל פון זיין א וואונדער פון השי"ת בלייבט" און וואס מ'דארף בטל מאכן, איז נאר אזאך מיט וואס זיין סענס פון זיך וויל זיך מער נישט אידענטיפיצירן. נאר ער וויל זיך אידענטיפיצירן מיטן זיין בטל צום באשעפער, אזוי ווי א קנעכט פילט זיך גליקליך צו זיין א אידענטיטי פונעם קעניג "איך שפיר מיך גוט און ווערד מיט וואס? אז איך בין דעם אייבערשטענ'ס" אבער ער ווערט נישט אויס!! קיינמאל!!! פארקערט ער בלייבט ווערד און חשוב! און די גוטע הנאה קומט פון בלייבן א נצחי.


סארי פאר מיך אליין, אבער ס'ארבעט נישט אזוי. נישטא אזא זאך ווי יוצא זיין מיט'ן סתם "וויסן אז מ'איז א חלק אלוק ממעל". ס'דא א 'נפש', ס'דא א 'איך'. נאר ווען א מענטש (בינוני) באשטומט צייטן, צו צעקלאפן און משפיל זיין 'זיך', טאקע 'זיך', טאקע דער 'סענס אף סעלף' וואס וויל זיך אזוי דערהאלטן, און משפיל זיין אז מ'איז גארנישט, און מ'דארף תשובה טון, ועיין שם בתניא אות כט. קען ארויסקומען דאס 'שפיר' אז מ'איז א חלק אלוק ממעל, וכו' אזוי ווי איך שרייב, און דער יושר דברי אמת שרייבט אויך אזוי, ער זאגט דעם פסוק, המה יאבדו ואתה תעמוד, וכן, בני עבדיך ישכונו וזרעם לפניך יכון, דאס הייסט אז א מענטש איז א נצחי, און דאס קען נישט ווערן אויס! דאס קען אבער ווערן בטל צום אין סוף ב"ה! אבער דער 'איך' וואס קומט פון סטרא אחרא, וואס וויל זיך האלטן גרויס, וויל זיך האלטן פאר א יש, אז "איך לערן, איך דאווען, איך בין אן עניו, איך האב א צעבראכן הארץ" דאס דארף מען צעקלאפן און צעברעכן. נישט ווייל מ'וויל אויסארבעטן דעם 'איגאו', נאר ווייל מ'וויל זיין דבוק אין באשעפער.

סאו, ס'קומט אויס, אז אלעמאל בשעת'ן לערנען, בלייבט א סענס פון סעלף וואס ווערט צוביסלעך מער און מער מקודש און אפגעטיילט פונעם רע, ס'ווערט מער און מער אידענטיפיצירט אלץ א חלק אלוק ממעל, וואס איז נישט די סענס ווען דער בחור שפירט אז דאס זעלבסט זיינעראיז דער שונא.


אז מ'ווערט ביי זיך גארנישט, ווערט דער 'זיך' צעקלאפט, און יא, טאקע, ס'קומט ארויס דער חלק אלוק ממעל, דאס ענין פון שפירן גאר גרויס, און מקושר און בטל צום אין סוף, אזוי ווי דער יושר דברי אמת ברענגט פונעם זלאטשובער מגיד, אז מ'איז גאר גרויס ווען מ'איז ביי זיך גארנישט און אזוי ארום דבוק אין באשעפער. ווי א טראפ וואס פאלט אריין אין ים הגדול.

מ'דארף אבער נישט ארבעטן אויף יענעמ'ס יישיות און עס צעברעכן, א קינד דארף מען הייבן, פארשטייט זיך מכוון זיין צו הייבן נישט זיינע כוחות הגוף, נאר זיינע כוחות וואס קומען מצד נשמתו, מ'דארף איבעראל נוצן שכל אויך. וויסן וואו איין, און וואו אויס, אפילו ביי זיך אליין, שטייט אין 'תניא', קובע זיין עתים.

אויב אבער אידענטיפיצירט ער זיך אז ער און אלע זיינע גוטע געפילן איז גאר דער "גאווה". "איך האלט מיך גרויס, און איך דארף ווערן נשפל" אוודאי וועט ער מער נישט האבן קיין חשק צום דאווענען, ווייל "איך בין וואס? א זאך וואס ס'שטייט אינעם הייליגן ספר אז מ'דארף אראפברענגען פון בארג און עס פארניכטן" "מ'דארף מיך משפיל זיין". אנדערש ווי די ריכטיגע באדייט פונעם הייליגן מחבר "אז מ'דארף זיך אויפהערן צו אידענטיפיצירן מיט די חלק הרע" מ'דארף אויפהערן צו זיין אן אידענטיטעט פאר זיך וואס איז אפגעטיילט פון באשעפער.


ס'איז מיר אזוי אינטערעסאנט, ווייל טאקע אין דעם ענין מוטשע איך מיך פון אלץ בחור'ל, אבער לויט ווי מ'זעהט אין 'תניא' און איך האב שוין מאריך געווען דערין, אז לויט ווי מ'זעהט אין תניא, דארף מען טאקע 'זיך' משפיל זיין עד לעפר אין זמנים קבועים. אזוי שטייט. ווייל דאס קומט פון סטרא אחרא, איי מ'האט מורא אז מ'וועט נישט האבן חשק צום דאווענען און צום לערנען, וואס איז די מורא? אויב מ'צעקלאפט די סטרא אחרא 'ריכטיג', אזוי ווי ס'דארף צו זיין, און מ'ווייסט אז יעדע תנועה וואס מ'טוט איז חשוב ביים בורא כל עולמים, (פליישמאן ברענגט אין זיין סידי, א ביישפיל פון א טעיפ וואס מ'הערט וויאזוי און מיט וואספארא קאך די רבי ז"ל לערנט גמ') פארוואס זאל מען נישט האבן חשק, אויב מ'צעקלאפט דעם סטרא אחרא, שיינט אויף די נפש אלוקית. וועט דאס ברענגען אז מ'זאל יא האבן חשק. און בכלל, אויב א מענטש דאווענט ווייל ער וויל דערמיט בויען זיין 'איך', וועט ער אוודאי נישט האבן חשק נאכן וויסן אז עבודת השם און בויען א 'איך' דורך עבודת השם, איז צוויי זאכן.

נאר ווי ס'ווערט געברענגט דארט אין יושר דברי אמת, סוף די ערשטע חלק, אז ס'איז אלעמאל שייך ביי א מענטש ווען ער הייבט אן דינען דעם אויבערשטן 'גאווה', ער וויל ווערן א בעסערער 'איך', אדער וועגן עולם הבא, אין דקות איז אלעמאל שייך גאווה, ביי יעדע סייקל אין עבודת השם, דאס הייסט ווען מ'הייבט אן, אבער דאס איז מותר, ער ברענגט פון בעל שם טוב, די ענין פון פרה אדומה המטהר טמאים ומטמא טהורים. וכן ברענגט ער אז ס'דא ענווה דקליפה און ענווה דקדושה. ענווה דקליפה איז אז דער מענטש שפירט זיך מינדערוויכטיג, "איך זאל גיין דינען השי"ת, ס'גוט אזוי ווי ס'איז, ווער בין 'איך'!"

די סענס וואס בלייבט איבער נאכן לערנען דעם ספר איז, איך בין וואס? א חלק אלוק ממעל. (איך בין וואס? דער באשעפער איז) און מ'דארף בלייבן דערמיט, און דאס מעג מען מאכן גרעסער און גרעסער. ווי מער זיך אידענטיפיצירן און שפירן "איך בין א חלק אלוק ממעל". און ווי ווייניגער זיך אידענטיפיצירן אלץ די חלק הרע. אבער עפעס א געזונטער סענס בלייבט אבסעלוטלי. די גוטע געפיל וואס א מענטש האט פון זיין לעבן איז נאר ווען ער פילט זיך ווערד, און דא ביי אונז, אלץ א חלק אלוק ממעל. און דער גוטער געפיל, דעס ווערד'קייט דארף בלייבן אינעם מענטש, בשעת און נאכן לערנן און אלעמאל.


הלוואי זאל אזא סענס איבערבלייבן. דאס איז די ריכטיגע שפיר, אזוי ווי א ניינער, ער שפירט 'זיך' מעכטיג, אז יענער איז מעכטיג, ער שפירט זיך א חלק פון יענעם. ער שפירט זיך גוט אז יענער איז מעכטיג, ווי א פרוי וואס שפירט זיך גוט אז זי האט א מעכטיגע מאן. ווי א קנעכט וואס שפירט זיך מיט א מעכטיגע קעניג, ווי א יוד וואס שפירט זיך גוט מיטן זיין א חלק אלוק ממעל, בני אברהם יצחק ויעקב. אבער מ'דארף אלעמאל נאכלויפן נאך שפלות, ווי דער יושר דברי אמת שרייבט "ועל ידי זה ילהט לבו ליהיות רודף אחר השפלות ולהיות זנב לאריות ולא ראש לשועלים, בראותו כי יותר מה שמקטין את עצמו, ומשפיל את עצמו בלבו, יותר יכול להדבק להשי"ת ומה לו יותר מעולם הזה כי אם זה, הלא כולם כאין נגד זה הדביקות, כי הכל כלה ואבד והוא יעמוד יסוד לנצח. (מ'זעהט אז עפעס ווערט דא צעבראכן, אבער עפעס בלייבט א נצחי = די סטרא אחרא, די גבהות הלב, ווערט צעבראכן, אבער די דביקות בה' בלייבט)

איך געדענק איינער האט עס שוין געשריבן דא אויף אייוועלט, דאכט זיך שטארק זיך.

ואתה אהובי אל יפתוך יצרך כי לפי״ז לא מצאנו ידינו ורגלינו ואנו נמשלים לבהמות ומה עבודותינו נחשבה כשאינה אפילו כנקודה קטנה מזה הדרך, אהובי אחי באמת הדבר כן אבל האדם צריך להיות חכם מאד בכל הדברים נגד יצרו ולשקול הכל בפלס זה המשקל כי הלא באמת האדם צריך לעבוד השי״ת בשני ענינים כמו שא״א לעבוד בגדלות ח״ו כי תועבות ה׳ כל גבה לב כן א״א לעבוד בשפלות כנודע כי זה יהיה התרשלות ורפיון ידים מעבודתו ית׳ ויאמר היצה״ר מה בזה אם תתפלל או אם תכוון הבל הוא הלא בלתי יראה ואהבה לא פורחת לעילא ולמה לך לדחוק א״ע לאמור בלי מ״ז וכדומה בשאר דברים, רק אינו כן כי המעט מן האדם הוא חשוב לפני השי״ת כשיהיה בתמימות לכבוד השי״ת ופועל דבר גדול למעלה ואף גם לפעמים יתרשל לב האדם לאמר מי אתה לכנוס בהיכל השם ואתה מלא מדות רעים ועבירות חמורות באמת כן הוא וצריך לתקן כל מדה ולהשיב מכל עבירה אבל זה לא נוכל אם לא ע״י התקרבות הש״י כי בלעדי זה א״א שום דבר.

מ'קען צוגיין ווען מ'לערנט עס, אבער נאר ווען מ'כאפט וועכע סענס ער וויל מ'זאל יא פילן.

דהיינו מ'דארף קודם האבן א געזונטן סעלף עסטים. אדער דורך א מורה דרך וואס ער געט דעם גוטן אידענטיטי פון חלק אלוק ממעל בשעת'ן לערנען.


סעלף עסטים, סעלף עסטים, סעלף עסטים, סעלף עסטים, סעלף עסטים, דאס גאנצע ענין פון לאו סעלף עסטים קומט ווייל מ'פארגעסט אז מ'איז א חלק אלוק ממעל, באשאפן געווארן מיט א צלם אלוקים, און גארנישט קען נישט מבטל זיין דעם 'חשיבות' אז אונז האב מיר אזא גרויסן באשעפער, און אונז קען מיר זיין דבוק צו אים. און ארבעטן אויף סעלף עסטים, איז א שטות גדול ונורא, אזאך וואס איז דירעקט פארקערט פון הוי שפל רוח, דירעקט פארקערט. ס'ברענגט ארויף, און ס'מוטיגט, אויך וואס דארף נישט ווערן געמוטיגט, מ'דארף גוט געדענקען, ס'דא אין א מענטש חלקים וואס קומט פון די סטרא אחרא בכבודו ובעצמו, און נישט אלע חלקים פון א מענטש דארף מען האבן, ס'דא חלקים וואס דארפן און גייען פארלוירן ווערן, במהרה ווי ער שרייבט. בקיצור. מ'דארף גוט וויסן, מ'מיינט, מ'בויעט זיך סעלף עסטים, וואס ווייסטו ווי דער סטרא אחרא פרייט זיך מיט דיין סעלף עסטים, און מ'פריידט זיך אז מ'איז קלוגער ווי דעם און יענעם. בקיצור,

אז מ'קען אביסל תורת ה'איגאו', און מ'ווייסט אז א מענטש איז נאר פארנומען צו בויען זיין 'איך', פון ווען ער קען זיך, און מ'זעהט קלאר אז דאס ענין פון סעלף עסטים מאכט א זויערע צינג ווען ס'קומט צו שובבי"ם תורות. פארוואס? פארוואס שפירט מען אומבאקוועם מיט די ענין פון סעלף עסטים ווען ס'קומט צו הכנעה און שפלות, אדער חרטה כמובא בשערי תשובה לרבינו יונה וכו', ווייל דאס זענען צוויי קעגנגעזעצטע זאכן.

סעלף עסטים ביי א יוד מיינט, איך בין חשוב, איך דארף מיך נישט שלאגן דערויף, איך דארף נישט ארבעטן דערויף. איך האב א חלק אלוק ממעל און איך קען זוכה זיין עס צו שפירן אלץ מיין מהות, יעדע תנועה וואס איך טו איז חשוב פארן בורא כל עולמים. ארבעטן אויף סעלף עסטים, מיינט אז איך בוי אויף א פאלשע זאך. מ'דארף נישט ארבעטן צו פילן גוט מיט זיך אלץ א חלק אלוק ממעל, מ'דארף נישט! ווייל ס'זאל נישט זיין 'ושפחה כי תירוש גבירתה' אפשר איז דער חלק וואס מ'אידענטיפיצירט זיך אלץ 'איך', אפשר איז דאס (נישט אפשר כמובא בתניא) די סטרא אחרא בכבודו ובעצמו, און מ'זאל נאך שפירן אז דער 'איך' דאס איז די נפש אלוקי? דאס איז די חלק אלוק ממעל? מ'דארף קודם ארבעטן זיך מבטל צו זיין צום באשעפער, זיך משפיל צו זיין, אראפגיין אינגאנצן פונעם בארג ביז מ'איז אויפ'ן טאל ממש, און איינזעהן אז איך בין טאקע גארנישט, און טאקע דערפאר קומט ארויף פון זיך אליין די ריכטיגע סעלף עסטים. דאס אז מ'איז חשוב ווייל מ'איז בטל צום אין סוף. אבער דאס קומט נאר דורך נאכלויפן נאך שפלות. (איך שרייב וואס דער יושר דברי אמת שרייבט)

פונקט פארקערט, די סיבה פארוואס מ'האט ווייניג סעלף עסטים, איז ווייל מ'איז נישט מודה אז מ'איז טאקע גארנישט, מ'שלאגט זיך אויף דעם 'איך'. און מ'וויל זיך נישט מבטל זיין צום בורא כל עולמים און וויסן ביי זיך אז די גאנצע חשיבות קומט נאר ווייל מ'איז א חלק אלוק ממעל. עניוועי,

דאס איז אזוי ווי איך פארשטיי עס אף טודעי, און זייער מעגליך אז מיט די צייט וועל איך בעסער פארשטיין. אבער דאס וויל איך אויסרייסן, דעס ענין, אז אין סאטמאר האט מען געביטערט, דאס איז הבל וריק, שטותים מיט הבלים, נארישקייטן, די רבי ז"ל, ער האט געהאט דעם ריכטיגן דרך, דאס ענין פון ביטול כוחות הגוף, דאס ענין פון 'פנימיות' אז 'פנימיות' קען נישט ארויסקומען נאר דורך זיך מבטל זיין דעם 'איך', כמובא בתניא, מ'דארף האבן געדולד, ס'איז ביטער, ס'איז ביטער, ס'איז ביטער, סאו, מ'אנטלויפט ביי מרור, און מ'ווארט נישט צום שלחן עורך. אז מ'איז מבטל דעם 'רע' קומט ארויס דאס 'טוב' און דאס איז אן עבודה תמידי.

(ביי חסידים האט מען געוואוסט אז די כוחות הגוף דארף מען אויך ארויפברענגען צו עבודת השם, דער פיאסעצנאר איז מאריך דאס מבאר צו זיין. אבער דאס איז ווייטער נאר דורך דעם וואס מ'נידלט עס מיט די נידל פון שבירת הלב אז די סטרא אחרא זאל עס 'אפלאזן', קען מען דאס ארויפברענגען צו עבודת השם. די מידות פון אהבה, יראה, ניצוח, וכו'.

א גאנצן צייט וויל זיך דער סטרא אחרא הייבן אלץ א 'יש', און מ'דארף הארעווען דערויף.

ווען איך ווייס ווען די אלע זאכן אלץ בחור'ל פון פערצן יאר, וואלט איך נישט אזוי פיל געליטן. ווייל אלע ליידן וואס מ'ליידט קומט נאר פון 'גאווה' פון 'איגאו', מ'מיינט אז מ'איז אזוי 'נעבעכדיג' און 'צעקלאפט' האט מען נישט קיין גיאות, א גרויס רחמנות טאקע און מ'דארף האנדלן איידל, מיט געפיל, אבער נאך אלץ האט מען 'גיאות', גיאות מיינט נישט איך דריי מיך ארום מיט אן אויפגעהויבן קאפ, גיאות מיינט "איך האלט מיך נישט ביים מכניע זיין", איך וויל זיין א 'איך'. מ'קען זיין א גרויסע נעבעך, אבער מ'ליידט צוליב 'גיאות'! צוליב סטרא אחרא. ווייל מ'דארף תשובה טון, וועט מען צוריקקומען צום באשעפער און מ'וועט זיך מכניע זיין, און נישט זיין אזוי בגדול'דיג ביי זיך. שוין.

בקיצור אויף למעשה דארף מען נוצן גרויס שכל וויאזוי מ'אפעלירט דאס ענין. קלאפן יענעם איז נישט קיין עסק, קלאפן זיך, דארף מען אויך וויסן און געדענקען וועם און פארוואס מ'קלאפט. פשוט איז עס נישט. איך האב דא א האמער אבער אויף אריינצוקלאפן א נאגל דארט וואו מ'דארף, און נישט אויף צעשפליטערן קעפ. מ'דארף נוצן שכל.

אבער דאס איז זיכער, אז צעברעכן זיך דאס הארץ, און צומאל אפילו הייבן דאס הארץ, ווייל ס'ווענט זיך זייער שטארק וועכע הארץ. די 'פעור' האט מען אויך צעקלאפט, נישט אלעמאל איז צעקלאפן א זאך וואס דינט דעם אויבערשטן, אז מ'איז געקומען צום פעור און מ'האט עס געזאגט, דו ביסט א גארנישט, א גרויל, א עקל, א פעך, דאס האט צוגעגעבן כח פאר די סטרא אחרא. אויב זיך צעקלאפן מאכט אז מ'זאל בעסער נישט טון רצון השם, נו? איז דאס די רצון השם? בקיצור, דערפאר זאגט דער רבי ז"ל, דארף מען וויסן וואו איין און וואו אויס.
לעצט פארראכטן דורך נשמה אום דינסטאג אקטאבער 17, 2017 1:38 pm, פארראכטן געווארן 9 מאל.
בלעטל
שר האלף
תגובות: 1514
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 17, 2011 3:15 am

תגובה דורך בלעטל »

נשמה האט געשריבן: דעס ענין, אז אין סאטמאר האט מען געביטערט, דאס איז הבל וריק, שטותים מיט הבלים, נארישקייטן, די רבי ז"ל, ער האט געהאט דעם ריכטיגן דרך, דאס ענין פון ביטול כוחות הגוף, דאס ענין פון 'פנימיות' אז 'פנימיות' קען נישט ארויסקומען נאר דורך זיך מבטל זיין דעם 'איך', כמובא בתניא, מ'דארף האבן געדולד, ס'איז ביטער, ס'איז ביטער, ס'איז ביטער, סאו, מ'אנטלויפט ביי מרור, און מ'ווארט נישט צום שלחן עורך. אז מ'איז מבטל דעם 'רע' קומט ארויס דאס 'טוב' און דאס איז אן עבודה תמידי.

לייגסט עס אביסל אראפ ווי א ציל, מ'האט צובראכן מיט א תכלית פון מגלה זיין אורות מיט פנימית
ס'נישט קיין שיטה צו אנקומען צו אורות דורך עצת הצובראכן.
מ'דארף זיין צובראכן פארן אייבערשטן, ווייל מ'דארף זיין,ווייל דאס איז דער אמת הכנעה ושפלות
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7114
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

תגובה דורך נשמה »

בלעטל האט געשריבן:
נשמה האט געשריבן: דעס ענין, אז אין סאטמאר האט מען געביטערט, דאס איז הבל וריק, שטותים מיט הבלים, נארישקייטן, די רבי ז"ל, ער האט געהאט דעם ריכטיגן דרך, דאס ענין פון ביטול כוחות הגוף, דאס ענין פון 'פנימיות' אז 'פנימיות' קען נישט ארויסקומען נאר דורך זיך מבטל זיין דעם 'איך', כמובא בתניא, מ'דארף האבן געדולד, ס'איז ביטער, ס'איז ביטער, ס'איז ביטער, סאו, מ'אנטלויפט ביי מרור, און מ'ווארט נישט צום שלחן עורך. אז מ'איז מבטל דעם 'רע' קומט ארויס דאס 'טוב' און דאס איז אן עבודה תמידי.

לייגסט עס אביסל אראפ ווי א ציל, מ'האט צובראכן מיט א תכלית פון מגלה זיין אורות מיט פנימית
ס'נישט קיין שיטה צו אנקומען צו אורות דורך עצת הצובראכן.
מ'דארף זיין צובראכן פארן אייבערשטן, ווייל מ'דארף זיין,ווייל דאס איז דער אמת הכנעה ושפלות

נישט ממש. אין יושר דברי אמת, וכן בתניא, אז דער עיקר איז דביקות בה'. נאר מ'קען נישט צוקומען צו דביקות בה', אויב מ'האט 'גבהות', פשוט ווייל 'תועבת ה' כל גבה לב', אפילו א משהוא און אפילו בלב, און ער ברענגט פון זוהר הקדוש (תיקו"ז סט, ב) גסות לבא דאיהו שלים בקליפין דיליה ולא אתבר, עליה אתמר תועבת ה' כל גבה לב, מ'מוז צעברעכן דאס גיאות, דאס איז נישט קיין ציהל, דאס מוז מען פאר אלעם. דאס וואס איך האב געשריבן א מ'דארף האבן ציל צו מגלה זיין אורות דאס איז ריכטיג, דאס הייסט מגלה זיין ביי זיך אין הארץ דעם אור השם, דאס 'פנימיות' ווי דער רבי ז"ל האט עס גערופן. נאר מ'קען דאס נישט באווייזן נאר דורכ'ן מבטל זיין דאס 'גבהות הלב' דעם 'איך'. מ'דארף צעברעכן דאס 'גבהות הלב'! ווייל מ'זאל צוקומען צו דביקות, צו א טעם און א 'רגש' אין תפילין לייגן! דער עיקר איז דביקות! דער אור השם. די ציהל איז נישט 'האבן א צעבראכן הארץ' דאס איז נישט געווען דער 'ציהל', דאס איז אזאך וואס מ'מוז! ווייל דער הארץ אויב ס'איז גאנץ, מיינט דאך דאס 'גבהות', דער ציהל איז 'דביקות בה'. אזוי קומט אויס פונעם יושר דברי אמת.

ס'איז יעצט ארויסגעקומען א ליקוט פונעם רבי'ן ז"ל, 'חזק ויאמץ לבך', א פלא פון א ליקוט. עניוועי, דף רלז, ברענגט ער פונ'ם רבי'ן אזוי "וויפיל ס'איז מעגליך זאל מען זעהן צו צוקומען צו שבירת הלב און צו השתוקקות" זעהסט ווי דער ציהל איז 'השתוקקות'. זעהסט? נאר מ'דארף קוקן אין די תורות, נישט סתם נאכזאגן פון אויסנווייניג, אז דער ציהל איז שבירת הלב. דער ציהל איז 'השתוקקות', נאר מ'קען דאס נישט זולת 'שבירת הלב'.

דף קסח וואס דער רבי ז"ל האט געזאגט הושענא רבה שנת תשכ"ב לפ"ק
לאמיר זיך בעטן שרייען געוואלד "הייליגער טאטע ענדעק דיך פאר אונז", (ועיין ביושר דברי אמת אות ג) לאמיר דיך זעהן, מ'ווייס מיר דעם אמת אז הקב"ה איז צווישן אונז, נאר זייער פארשטעלט, די ערשטע בקשה איז דעס, (געב א קוק די ערשטע בקשה) לאמיר שרייען געוואלד "הייליגער טאטע ענדעק דיך פאר אונז, לאמיר דיך זעהן, לאמיר דאס שפירן" וכו' עיין שם.

מ'זאל נאר אליינס איינזעהן אז דער נאסער לאלעך וואס מ'האט ארויפגעלייגט ווי כאילו דער רבי האט עפעס געוואלט א צעבראכן הארץ און שוין, איז שקר גמור.

דף ק
דער אמת אז מ'וויל צוקומען צו יודישקייט, צו א תנועה של אמת, (איי דער תנועה של אמת) מוז מען זיך וויי טוען מיט יגיעות, שווער קומט אהן מ'זאל צוקומען צו אן אמת'דיגע זאך, גרינג קומט נישט אן גארנישט, אם יאמר לך אדם לא יגעתי ומצאתי אל תאמין (מגילה ו' ע"ב) די אלע וואס זענען צוגעקומען צו יודישקייט האבן זיך שטארק געפלאגט ווייל מ'האט צו הארעווען מיט זיך במורשי לבבו, מיט די מחשבות, מיט דיבורים, מיט מעשים, מ'האט פארשידענע שוועריקייטן ביז מ'קומט צו צו אן אמת'דיגע דרך, צו א דבר טוב (שטעלט זיך דאך א מורא'דיגע קשיא פאר די אלע וואס שרייען אז ווי כאילו דער רבי האט געוואלט מ'זאל זיין צעבראכן ביי זיך און שוין, ס'שטעלט זיך א קשיא, פון וועכע 'תנועה של אמת' רעדט דער רבי, אז מ'זאל דערצו אזוי גארן צוצוקומען? דער רבי האט דאך נאר געוואלט אז מ'זאל האבן א צעבראכן הארץ? וואס איז די 'תנועה' דא? פון וועכע 'אמת'דיגע דרך' רעדט ער דא אז מ'זאל דערצו צוקומען, ער האט דאך נאר בעיקר געוואלט אז מ'זאל זיין ביי זיך צעבראכן און שוין, ער האט דאך נאר געוואלט דאס ענין פון "ווייס ביי דיר אז דו ביסט גארנישט און שוין, איז פון וועלכע 'אמת'דיגע דרך' צוצוקומען דערצו, רעדט ער דא? אלא מאי, דאס איז אלעס געווען מיטלן צוצוקומען צו דביקות בה', זיך צוצוברעכן דאס הארץ צוצוקומען צו דביקות בה')

ס'דא מענטשן וואס זענען פעסט איבערצייגט אז דאס האט דער רבי ז"ל געוואלט פון זיינע מענטשן, די פאלגענדע מעסעדש, "ווייס אז דו ביסט גארנישט, ווייס אז ס'איז נישט גוט מיט דיר און שוין", פאר זיי האב איך א קשיא, דער רבי ז"ל שרייבט אזוי: (דארט דף קא)

וויפיל מ'הארעוועט אזוי ארומער דינט מען דעם באשעפער, איז מען זוכה עד אין חקר וואס מ'איז זוכה, לפום צערא אגרא, אזוי ווי די אלע זאכן זענען ניתנו ע"י יסורין, רעכנט ער (ברכות ה' ע"א) ארץ ישראל מיט תורה מיט עוה"ב, אשרי מי שעמלו בתורה, (ברכות י"ז ע"א), מ'זאל נישט האבן מער קיין צער מיט קיין יסורים מבחוץ, נאר יגיעת התורה און יגיעת האמת, מ'איז זיך מייגע אויף א דבר טוב, מ'זאל האבן אן אמת'דיגן געדאנק צו הקב"ה, די איינע תנועה קומט אן מיט גרויס יגיעה, נישט גרינג און נישט לייכט, טאמער זוכט מען גרינג זאל מען וויסן קומט מען נישט צו צו גארנישט.

שטעלט זיך א קשיא, צו וואס האט דער רבי ז"ל געמיינט דארף מען 'צוקומען', צו א צעבראכן הארץ איז דאך נישט שווער צוצוקומען, מ'איז זיך איינמאל גוט מסדר און שוין. "איך בין גארנישט, און ווער ווייסט צו איך בין נישט קיין פארפאלענער, און איך לויף יעדן טאג צו די ארבעט מיט מיין רענצל און שוין" צו וואס דארף מען דא צוקומען? ער שרייבט "וויפיל מ'הארעוועט איז מען זוכה עד אין חקר וואס מ'איז זוכה", לכאורה, אויב נאר צעבראכנקייט איז געווען דעם מעסעדש וואס די הייליגע רבי האט געוואלט ס'זאל זיך גוט באזעצן אין אונזער הארץ, פון וואספארא 'הארעוואניע זוכה צו זיין עד אין חקר' רעדט ער דא? פון וואספארא 'תנועה וואס קומט אן מיט גרויס יגיעה' רעדט ער דא? וואס איז דאס דער 'תנועה של אמת' וואס מ'דארף תנועה'נען דא און פרובירן מיט יגיעה אז דאס זאל האבן אמת אין זיך מער און מער? אלא מאי אז דער עיקר איז געווען דא, דביקות בה' און א 'טעם' אין יודישקייט. השתוקקות, יראה, אהבה, דביקות, וכו' מער און מער. וואס ביי חסידים האט מען געוואוסט איז מען דערצו זוכה אפילו ווען מ'ארבעט. און דייקא דורכ'ן ארבעטן. ווייל די כוחות הגוף ווערן אויסגעארבעט פונקט אזוי, ווען מ'היט זיך. דאס האט נישט צוטון צו מ'לערנט אגאנצן טאג צו נישט, דער עיקר איז דביקות בה'. דאס התקשרות המחשבה, דאס התקשרות הפנימיות צום אייבערשטן.

די אלע וואס מיינען אז אין סאטמאר איז גארנישט דא קיין 'אור', און אז מ'קען אין סאטמאר נישט משיג זיין קיין זיסקייט, און מ'מוז גיין זוכן ביי אנדערע היינטיגע 'משפיעים' אז מ'זאל דערשפירן עפעס, און מ'קען זיך גארנישט עס אליין דערהארעווען מיט יגיעה און מיט שבירת הלב, דאס איז נישט אזוי. דער רבי ז"ל האט געפאדערט 'עבודה מיט א ריינקייט', ס'איז נישט געווען אזא זאך ווי זיין צופרידן, ער האט געוואלט אז די ריכטיגע אמת'ע 'אור אלוקי זאל ארויסשיינען', ער האט געוואלט אז מ'זאל דערכאפן וואס דאס הייסט א ריכטיגע 'תנועה של אמת', ער האט פארשטאנען מיט זיין גרויס גרויס הארעוואניע, (ממש אן קיין ערך) וואס דאס הייסט א 'תנועה של אמת' אין דינען השי"ת.

אין סאטמאר איז דא 'ארבעט'! ס'פארהאן 'עבודה' ביי יעדע דאווענען, ביי יעדע לערנען, ביי יעדע שבת'דיגע סעודה. ביי יעדע מאל רעדן צום באשעפער, ווי דער רבי פלעגט עס אסאך מאל זאגן, רעדן אמת'דיגע דיבורים צום בוכ"ע, ס'איז אן עבודה אויפן 'פנימיות' פון א מענטש. אויפ'ן פנימיות פון 'זיך'. אויסצוארבעטן די מידות. די געפילן. דעם גאנצן אינערליכן זאך, דעם גאנצן אינערליכקייט! אלע מידות. אלע דערשפירונגען. צוויי מענטשן קענען זיצן ביי די זעלבע קאמפיוטער און ארבעטן, אבער דאס 'פנימיות' איז אנדערש! דאס מיינט 'סאטמאר'. דאס מיינט אז די אינערליכע געפילן זענען אנגעפילט מיט א טיפע השתוקקות צום באשעפער, מיט א ריינקייט אין אמונה און אין דעת. איך קען אפילו נישט מסביר זיין ווייל איך האלט נאך נישט ביים משיג זיין דעם 'תנועה של אמת', דעם ריינעם געדאנק וואס דער רבי האט אזוי געוואלט אז מ'זאל זיך דערצו דערהארעווען. אז מ'זאל זיך דערצו מייגע זיין.

דער רבי ז"ל האט גערעדט אלעס צו מבטל זיין דעם 'גבהות הלב' און צוקומען צו שבירת הלב, און דאדורך צו עפענען דעם העכערס. געב א קוק הושענא רבה תש"י, ווי דער רביז"ל איז מבטל דעם גאנצן 'גבהות', און מיט דעם פרובירט ער אויפצואוועקן דאס הארץ צו א תנועה של אמת. דארט אין ליקוט חזק ויאמץ לבך, עמוד קד: דאס איז דער פשט, דער אמת היצט אין תוקף הגלות, מ'האט גארנישט דעם דעת, מ'האט נישט דעם אמת'ן געפיל, וויאזוי קאן זיין דרישה בכל לבבו ובכל נפשו, די הערצער זענען אזוי פארשטאפט, נאר אונז בעהט מיר נאר דעם באשעפער פשוט אזוי ווי מ'איז היצט אינעם 'שפלות' מיט א קול. ווען ס'וועט אראפקומען א רוח טהרה מ'וועלמיר געהאלפן ווערן, וועלמיר באקומען אן אמת'דיג הארץ, דאס וועט טאקע זיין א מציאה, ווארן דאס האמיר גארנישט געוואוסט צו בעטן, אונז קאן מיר גארנישט אויף דעם ריכטיג בעטן, מ'ווייס מיר גארנישט וויאזוי דאס זעהט אויס, וויאזוי זעהט אויס אן אמת'דיג הארץ, אוי ווי ווייט איז מען פון דעם, מ'ווייס מיר גארנישט וויאזוי דאס זעהט אויס (דאס הייסט דער גאנצער געפיל פון 'גבהות', דעם גאנצן 'איך', "איך האב דעת, איך האב דעם אמת'ן געפיל, איך ווייס וויאזוי אן אמת'דיג הארץ זעהט אויס", האט ער מבטל געווען, וואס דאס איז שבירת הלב, וואס מ'מוז דאס מבטל זיין, "מ'האט גארנישט דעם דעת, מ'האט 'נישט' דעם אמת'ן געפיל, די הערצער זענען פארשטאפט! בטל געווארן דאס גבהות, יעצט אז ס'איז בטל דער 'אנכיות', יעדער לפי מדרגתו, קומט) נאר אז מ'וועלמיר בעטן דעם באשעפער כפי כוחינו, מ'וועלמיר מקיים זיין דעם חוץ מצא, מ'וועלמיר זיך נישט אפלאזן, ולא אצא, אז מ'וועט בעטן דעם באשעפער, אויפאמאל וועלן יודן געהאלפן ווערן, וועט מען טרעפן א מציאה, דאס אליין וועט מען טרעפן אז מ'וועט צוקומען צו דרישה בכל לב.

ביים רבי'ן איז נישט געווען אזא זאך "זיי צעבראכן און שוין". שטותים. ער האט געוואלט אז דאס גאנצער מענטש זאל ברענען און פלאקערן צו עבודת השם, ווי א קויל וואס גליהט שטילערהייט, אבער ס'גליהט. טאקע דארט אויפן וועג צום ארבעט און צוריק. דאס איז דביקות! דאס איז 'פנימיות'! און נישט סתם טרוקענע מעשים. דאס איז 'פנימיות'. מיינסט אז אין סאטמאר איז די רבי געווען צופרידן פון א טרוקענער גלייכגילטיגער ארבעטער. ער האט געדארפט א "קאכעדיגע ארבעטער". ער האט געוואלט אז בשעת'ן ארבעטן זאל דאס הארץ גליען מיט השתוקקות. אט דאס איז 'פנימיות', דאס איז 'אור'. און דאס קען מען צוקומען נאר דורך שבירת הלב. ווייל דאס קען מען צוקומען נאר דורך שבירת הסטרא אחרא. דאס פאדערט הארעוואניע, זיך אויסצוקלויבן פון די 'קליפות'. דאס איז בירור הנפש.

די רבי האט אונז געגעבן דעם אמת'ן וועג צום פנימיות. צום ריכטיגן פנימיות. מיט זיינע פשוט'ע פאדערונגען צו לערנען חומש רש"י יעדע וואך האט ער דאס געמיינט, דער דביקות בה'! צוגיין א שטאפל מער ווי מ'האלט. דאס איז געווען דאס מתאונן זיין אויפן שפלות ווייל נאר דורכ'ן משפיל זיין דעם 'רע' קען ארויסקומען דאס 'טוב'. דאס איז הארעוואניע. די רבי האט נישט געוואלט אונז געבן "סתם ביליגע סחורה". ער האט אונז געוואלט געבן דאס 'ריכטיגסטע'. דאס 'עכטע'. דאס 'ריינסטע'. וואס ער האט מיט זיין הייליג שכל פארשטאנען וואו דאס ליגט באגראבן, און וויאזוי מ'גרובט עס אויף. דייקא דורך 'שפלות'.

ער איז נישט געווען דער ערשטער. קוק אין יושר דברי אמת, אין רבי ר' אלימלך, אין 'תניא' וועסטו זעהן די זעלבע זאך. ער האט פארשטאנען אז מיט'ן סתם זינגען 'צמאה צמאה' וועט נישט ארויסקומען דאס ריכטיגע. ער האט געוואלט אז מ'זאל זוכה זיין צו א 'תנועה של אמת'. אמת! אמת! די ריינקייט. ער האט אונז געוואלט געבן, די ריינסטע, די בעסטע. און דאס קען מען נאר דורך שבירת הלב.

דער רבי האט געוואלט מ'זאל פארוואנדלט ווערן אין א טרוקענע צווייג? אז 'פייכטקייט' זאל ליגן ערגעץ ענדערש. און מיר זאלן עס נישט האבן? ער האט פארשטאנען וואו עס ליגט באגראבן די ריכטיגע סחורה, און וויאזוי מ'אנדעקט דאס. סאו, ווען איינער קומט זאגן אז אין סאטמאר איז נישט דא דעס התרוממות, יענער האט נאכנישט אנגערירט די קלאמקע פון פארשטיין וואס אזוינס דער רבי האט געוואלט פון אים.
לעצט פארראכטן דורך נשמה אום דינסטאג אקטאבער 17, 2017 5:51 pm, פארראכטן געווארן 7 מאל.
בלעטל
שר האלף
תגובות: 1514
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 17, 2011 3:15 am

תגובה דורך בלעטל »

טראכט אריין, דו זאגסט דיך אויך אז צובראכן הארץ איז א זאך וואס מ'מוז. מ'מוז טאקע אבער נישט וועגן עפעס, נאר ווייל תועבת ה' וכו'.
אודאי שטערט גאוה צו דביקות, און אזוי אויך נאך מדות רעות ותאות רעות ועוד שטערט פון דביקות. דאס מאכט נאכנישט צובראכנקייט פארן אייבערשטן א פשוטער מיטל צוצוקומען צו עפעס, דאס איז א זאך פאר זיך וואס דארף זיין. ודו"ק
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7114
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

תגובה דורך נשמה »

בלעטל האט געשריבן:טראכט אריין, דו זאגסט דיך אויך אז צובראכן הארץ איז א זאך וואס מ'מוז. מ'מוז טאקע אבער נישט וועגן עפעס, נאר ווייל תועבת ה' וכו'.
אודאי שטערט גאוה צו דביקות, און אזוי אויך נאך מדות רעות ותאות רעות ועוד שטערט פון דביקות. דאס מאכט נאכנישט צובראכנקייט פארן אייבערשטן א פשוטער מיטל צוצוקומען צו עפעס, דאס איז א זאך פאר זיך וואס דארף זיין. ודו"ק

ניין ביסט נישט גערעכט. ס'איז אזוי ווי דו זאלסט זאגן, אז מ'דארף פארן צום גאז סטעשן! און רעדן דערפון, און שפירן דעס. דאס איז דאך נישט אמת. דאס איז די תכלית? ווייז מיר איין פלאץ אין אלע ספרי חסידות אז די תכלית איז א צובראכן הארץ? פון דעם האט מען גערעדט? דאס זאגט די תורה? הייב אן ואהבת את ה' אלוקיך. ניין איין מינוט. ושברת לבך לה' אלוקיך בכל לבבך ובכל נפשך. דאס שטייט??? דאס איז פון די שש מצוות תמידיות? ואתה מה ה' אלוקיך שואל מעמך כי אם לשבר את לבך לפני ה'?????????
דער עיקר איז דביקות, אין דעם איז נכלל אהבה, יראה וכו', און א מיטל דערצו איז שבירת הלב, ווייל תועבת ה' כל גבה לב! נישט נאר שבירת הלב איז א מיטל, תורה ומצוות איז אויך נאר א מיטל צוצוקומען צו דעם דביקות. זיך אויסטון פון 'גשמיות' איז אויך נאר א מיטל! אלעס איז דער דביקות. דאס השתוקקות, און דאס התקרבות. ווער ס'זאגט אנדערש פיל איך קומט עס פון סטרא אחרא, פון 'תולע'. וואס דאס קומט פון די קליפה.

להוי ידוע אז דאס גאנצע זאך פארוואס מ'דארף האבן א צעבראכן הארץ איז נאר, וועגן א גאנץ הארץ קומט פון סטרא אחרא. און דער אייבערשטער לויפט אוועק. ס'איז דער אייבערשטער וועם מ'וויל דא האבן! קוק אריין אין די תורה פרשת תצא, כי ה' אלוקיך מתהלך בקרב מחניך, מ'וויל דעם אייבערשטען.

קודם טענה אז מ'דארף האבן א צעבראכן הארץ, און נאכדעם ווען א מענטש קומט נישט צו צו דביקות בה', ווייל מ'רעדט נישט דערפון, און מ'כאפט נישט, סתם צעברעכן מיין הארץ, איך קען דאך לויפן צו עולם הזה. אך, ווי נאריש. דער עיקר איז צוצוקומען צו שפירן דעם גוטן טעם פון דביקות און ווי דער יושר דברי אמת דרוקט זיך אויס, "ומה לו יותר מעולם הזה כי אם זה, הלא כולם כאין נגד זה הדביקות, כי הכל כלה ואבד והוא יעמוד יסוד לנצח" און ער שרייבט נישט "הלא כולם כאין נגד זה שבירת הלב"

שבירת הלב איז נאר א מיטל אזוי ווי דער יושר דברי אמת שרייבט, "אבל מי שרוצה להדבק להשי"ת באמת בלתי לה' לבדו, הוא מבין שאי אפשר להדבק בו אם לא שידחה ממנו גבהות לבו, ויכיר חסרונו ופחיתותו תמיד כל כך שלא ידמה בעיניו שיש לו איזה מעלה". דער עיקר איז דביקת בה'. דאס איז דער עיקר! אלע זאכן זענען באבקעס. און אפילו פון רבי'ן האב איך דיך שוין געוויזן קלאר, אז דער עיקר איז 'דביקות, אהבה! יראה! דביקות! השתוקקות! דאס איז דער עיקר. שבירת הלב, איז נאר א הכרח, ווייל אדם הראשון האט געזינדיגט, און דער נחש האט זיך אריינגעמישט אינעם נפש, אז מ'האט גבהות הייבט זיך גארנישט אן.

דאס אז שבירת הלב איז א ציהל פאר זיך, איז פונקט אזוי גאווה.
לעצט פארראכטן דורך נשמה אום מאנטאג אקטאבער 16, 2017 6:31 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
בלעטל
שר האלף
תגובות: 1514
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 17, 2011 3:15 am

תגובה דורך בלעטל »

דו מוטשעסט דיך צו סאך, ס'איז פשוטע זאכן, פונקט ווי דו וועסט נישט זאגן אז מ' טאר נישט זיין א אכזר ווייל דאס שטערט פון דביקות בה', ס'שטערט טאקע אבער נישט וועגן דעם איז מען נישט א אכזר.
ואידך פירושא. אז נישט איז אויך גוט, איך האב נאר מעיר געווען.
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7114
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

תגובה דורך נשמה »

בלעטל האט געשריבן:דו מוטשעסט דיך צו סאך, ס'איז פשוטע זאכן, פונקט ווי דו וועסט נישט זאגן אז מ' טאר נישט זיין א אכזר ווייל דאס שטערט פון דביקות בה', ס'שטערט טאקע אבער נישט וועגן דעם איז מען נישט א אכזר.
ואידך פירושא. אז נישט איז אויך גוט, איך האב נאר מעיר געווען.

פאר דיר איז עס פשוט. איך האב עס יעצט אויסגעטראפן, חח.
בלעטל, נעקסט טיים ווען דו צעברעכסט דיין הארץ פארן אייבערשטן, זאג לשם יחוד, איך טו עס ווייל איך וויל שפירן דעם אייבערשטן אין מיר. דערפאר צעברעך איך מיך. און ווען דו ווילסט נישט זיין קיין אכזר זאג, איך וויל נישט זיין קיין אכזר, ווייל איך וויל זיין נאנט צום אייבערשטען, און דעם אייבערשטנס מידות איז פארקערט פון אכזריות.
מטעמים
שר תשעת אלפים
תגובות: 9197
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

תגובה דורך מטעמים »

איך געדענק נאך ווען מען פלעגט פארברענגען מיט נשמה אויף דאמירן בעלמא, היינט איז ער געשטיגען צו א ערענסטע מגיד מישרים.

חזק ואמץ דו זאגסט זייער גוט!!!
האב שכל און גיב א שמייכעל!
זעירא דמן חבריא
שר מאה
תגובות: 124
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 13, 2017 10:34 am

תגובה דורך זעירא דמן חבריא »

הייליגע "נשמה" שיחי'
האסט שופך אור געווען גאר שטארק אויפ'ן דרך עבודה פון הרה"ק מסאטמאר זי"ע, און באמת זייער קלאר און שיין אוועקגעשטעלט די גאנצע נושא פון ביטול און שבירת הלב וואס ברענגט צום פנימיות און צום "אור".
ליידער לדאבונינו, האב איך שוין גערעדט איבער דעם ענין מיט אומצאליגע סאטמארע יונגעלייט וועלכע האבן זיך מתמרמר געווען אז די פריערדיגע דור איז משום איזה סיבה שיהי' נישט מצליח געווען אריבערצופירן די מהלך העבודה פון רבי'ן ז"ל, זיי - זייענדיג פון די דור דעה - וועלכע האבן געאטעמט און געלעבט מיט'ן רבי'ן האבן נהנה געווען פונעם אור הגדול, און טאקע כלשונך "געברענט און געקאכט בשעת'ן ארבעטן", אבער ס'איז עפעס נישט געלונגען מנחיל זיין דעם טיפן נקודה פאר די קינדער און אייניקלעך פונעם נייעם דור אשר לא ידע את יוסף.
קען זיין אז צוליב דעם איז ביי אסאך געבליבן בלויז די "ביטערניש און צעבראכענקייט" און נישט די ענדגילטיגע "אור" וואס דארף נאכקומען ביים ענדע.
ממילא וויבאלד די היינטיגע יוגענט כאפט עפעס נישט די "צובראכענקייט און ביטול", מ'זוכט ליבערשט עפעס וואס הייטערט אויף און דערפרישט, איז געווארן א מצב ווי די "דור פון מבקשים" זוכן און לעכצן נאך עפעס א געשמאק אין עבודת ה', ואין מי שישתיק רעבונם וצמאונם. לויפט מען ארום צו זוכן עפעס אן אחיזה בעבודת ה', ובזה יובן המצב של זמנינו.
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7114
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

תגובה דורך נשמה »

מ'דארף זיך אליין צעברעכן דאס הארץ, וויפיל מ'צעברעכט זיך 'אליין' דאס הארץ פאר'ן אויבערשטן, דאס איז דער עיקר. יענער זאל צעברעכן און בלאזן ביטערקייט און מ'זאל עס נישט אפעלירן פון 'זיך צו זיך', דאס איז נישט די זאך. דאס איז הבל וריק ממש. ארויסגעווארפן צייט און געלט ווי מ'זאגט.

לאמיר זאגן איינער קומט אריין אין ביהמ"ד שב"ק ביי 'מנחה', ביי שלוש סעודות, און ער הערט דעם 'ואני תפלתי', פון עפעס אן ערליכער יוד מיט א צעבראכן הארץ, (דוק בהתנועה של 'ואני תפלתי' שמשבר את הלב) אויב וועט ער נישט אליין אפעלירן ביי זיך דאס 'שבירת הלב', און שטרעבן דאדורך צו עפענען זיין אינערליכן 'תשוקה' צום אויבערשטן, דאן וועט ער בלייבן מיט'ן איינדרוק אז ער וויל זיך זוכן א 'לייכטערער' מנין ביי שלוש סעודות, אדער א גוטער חבר מיט וועם צו שמועסן וועגן די לערעס נוז. אבער אויב ער ווייסט וואס צו אפעלירן, ער אליין צו זיך אליין כדי צוצוקומען דורכדעם צו 'השתוקקות' דורכ'ן צעברעכן דאס הארץ, וואס דער הארץ פון א מענטש וויל אייביג זיך גרויסן, ווייל דער סטרא אחרא וויל אייביג זיך הייבן, ס'איז נישטא א גאנצע זאך ווי א צעבראכן הארץ. אויב מ'ווייסט וויאזוי מ'מאכט עס ביי זיך אליין, נישט יענער זאל עס טון, נאר אליין ביי זיך, דאס איז גאר עפעס אנדערש ווי דעם אז 'יענער' ביטערט.

דערפאר א בעל דרשן וואס דרשנ'ט אזוי און ער צעברעכט זיין אייגן הארץ, איז עס אים גרינגער, ווייל אליין זיך צעברעכן דאס הארץ, דאס דארף מען. ווייל מ'ווייסט צו וואס דאס ברענגט. אז ס'ברענגט 'התקרבות לה'.

נישט די טאטע, נישט די מאמע, נישט די רבי, נישט די מנהל, נישט דער בעל דרשן, נישט די רב, נישט די חובת הלבבות, נישט ליקוטי מוהר"ן, נישט מסילת ישרים, נישט דברי יואל, נישט ויואל משה, קיינער נישט, נאר "איך אליין דארף זיך אליין צעברעכן מיין הארץ, און וויסן דעם ציהל, אז דער ציהל איז 'השתוקקות', דאס איז געווען דעם רבינ'ס וועג.

ווען א קינד האט מקבל געווען א פסק פון זיין טאטע'ן, "נו, אזוי דאווענט מען"? אויב האט ער נישט אליין געזוכט צוצוקומען צו א צעבראכן הארץ דורכ'ן רעדן צו זיך אליין און וויסן דעם ציהל פון דעם גאנצן שבירת הלב אז דער ציהל איז צו ווערן צעבראכן ביי זיך כדי צוצוברעכן דעם קליפה וואס האלט אים אראפ, כדי אויפצושיינען אין זיך דעם אור ה', איז ער געבליבן גאנץ מיט די קליפה זיינעם!!! און זיך נאך 'געשלאגן' אנצוהאלטן זיין 'איגאו', זיין 'דרך' עקלקלות. און אוודאי מאכט די מוסר פון זיין טאטע נאר ערגער און ערגער ביז דאס קינד ווערט נעבעך חרוב ונחרב, ווייל די איגאו דיפענסעס ווערן שטערקער און שטערקער נעבעך. אבער בכלל נישט זאגן קיין מוסר און אויסלערנען אז מ'דארף זיך צעברעכן דאס הארץ פאר'ן אויבערשטן דאס מיינט דאך לאזן דאס קינד אויפוואקסן מיט זיין חומר ווי ס'שטייט און גייט, דאס איז דאך נישט די זאך. איז עס דען? קען מען דען האבן 'פנימיות' ווען מ'האט א גאנץ הארץ? קען מען אפילו איין טרער לאזן פון אויג ווען מ'האט א גאנץ הארץ? קען מען האבן א קאכעדיגע 'פנימיות' ווען מ'האט א געבויטן 'חומר'?

דערפאר מיינט א טאטע אז ער איז דאך אזא גוטע טאטע, איך האב אים קיינמאל גארנישט געזאגט, איך האב אים געגעבן ספעיס, וכו', און אפילו וואס איך האב אים געזאגט איז עס געווען מיט אזויפיל ליבשאפט, אבער משום מה האט נישט דער קינד דעס 'השתוקקות צום אויבערשטן', אבער דער טאטע כאפט נישט אז דעם 'קליפה' דארף מען צעברעכן.

נישט צעברעכן דאס קינד, דו! איך האב דעס נישט געזאגט, נוץ שכל! א קינד דארף מען הייבן! מ'דארף ליכטיג מאכן פאר א קינד, מ'דארף אים מאכן הרחבת הדעת. דאס מערסטע מעגליך. אים באגיסן מיט ליבשאפט. א קינד דארף מען הייבן! מיט א שמייכל! מיט'ן ארויסווייזן ליבשאפט וויאזוי ער איז! ער זאל זיך פילן אנגענומען און באליבט און פארזיכערט וויאזוי ער איז. דאס איז דאך האקל שב'האקל. דאס איז דאס ערשטע זאך. א קינד דארף מען הייבן מיט ליבשאפט.

איך האב געזאגט אז מ'דארף אויסלערנען דעם 'קינד', אז מ'דארף אזוי מחנך זיין א קינד, אז דער קינד זאל אויף עפעס אן אופן כאפן דעם איידלן דקות'דיגן נקודה פון זיך אליין צעברעכן דאס 'הארץ' פאר'ן אויבערשטן! 'שבירת הלב לבא לאור פנימי'! דאס קען מען איבערגעבן מיט'ן ווייזן א ביישפיל, מ'קען דאס נישט זאגן מיט'ן מויל. אז מ'דארף אפעלירן דורך זיך אליין צו זיך אליין דעם 'שבירת הלב' כדי צוצוקומען צו 'השתוקקות' דייקא, נישט סתם שבירת הלב. אז ס'דא אין אים א זיסע 'פנימיות' וואס ווען מ'עפנט עס אויף דורך שבירת הלב, פון זיך צו דאס 'אייגענע' הארץ, קומט מען צו צו עפעס גאר א דביקות צום אויבערשן, נישט אז ער זאל בלייבן ביי דעם 'שבירת הלב'. אז ער זאל פיינט האבן דעם תנועה פון 'ואני תפלתי'. נאר ער זאל פארשטיין וויאזוי מ'נוצט עס צוצוקומען צום אינערליכן 'געשמאק אין עבודת השם', יעדעס קינד האט אין זיך א 'ר' מיילעך בידערמאן אדער א ר' יעקב מאיר שעכטער אדער א ר' אביגדור מילער', און נאך מער. א 'חיות', מ'קען נישט צוקומען צו דעם נאר דורכ'ן צעברעכן דאס הארץ, אליין, נישט יענער.

מ'האט אויך אין זיך אנדערע סארט 'משפיעים', די פון סטרא אחרא. דארף מען אויסלערנען דעם 'קינד' וויאזוי ער 'צעברעכט זיין הארץ פאר'ן אויבערשטן צוצוקומען צו דביקות בה'.

איך האב געזעהן טייערע נשמות, וואס זענען אזוי צעבראכן ביי זיך, און זיי האבן א צעבראכן הארץ, ווייל מ'האט זיי גוט מחנך געווען, ('גוט' מיין איך צו זאגן, אז זיי זענען נישט עקשנות'דיגע שטייפע הערצער, נאר פארקערט אמת'ע וואוילע נשמות, over due) אבער זיי כאפן נישט "וואס טו איך מיט דעם צעבראכן הארץ"? זיי לויפן אוועק פון זיך, פון זייער געפיל וואס שפירט דעם 'אמת', פון קענען 'אליין' זיך געבן א בייג דעם קאפ, וואס א מענטש דארף זיך אגאנץ לעבן בייגן דאס הארץ, ווייל דער יצר הרע בויט אגאנצן צייט זיין 'איגאו' ער וויל עס אגאנצן צייט אויפבויען. זיי כאפן נישט, די אלע וואס לאכן ארום ביי מנחה, אז צדיקים וואלטן געגלוסט זייער צעבראכנקייט, זייער אפענער נפש. זיי כאפן נישט אז די זיסקייט איז א הארט נעבן זיי)

דא שטעקט דער חילוק צווישן די וואס טענה'ן 'א מחי' שבירת הלב', און די וואס קענען נישט דולדן דעם לופט וואס עס בלאזט פון זיך דער 'ואני תפלתי'. די וואס שטרעבן אזוי נאך 'שבירת הלב' מאכן עס 'אליין'! און זיי ווייסן צו וואס עס ברענגט זיי צו. זיי ווייסן. די וואס לויפן אהער און אהין, זוכן מיט וועם זיך צו דערכאפן דעם אטעם ביי 'ואני תפלתי' אז ס'זאל נישט מאכן ביטער, די ווייסן נישט אז מ'דארף זיך אליין צעברעכן דאס הארץ, זיי זענען צוגעוואוינט נאך פון חדר אז יענער זאגט זיי מוסר. זיי זענען צוגעוואוינט אז זיי זענען די וואס ווילן אלעמאל מאכן א לעבן, זיי זענען די וואס בארדענען, און דער רבי וועט שוין זאגן מוסר און זיי מסדר זיין. אדער געבן א פאטש זיי צו שטעלן אויפ'ן פלאץ, וועכע פלאץ ווייסן זיי נישט. זיי ווייסן נישט, אז 'שבירת הלב' כדי צוצוקומען צו דביקות, צו השתוקקות, מאכט מען זיך אליין. און נאר אליין. און ווי זיס דער 'השתוקקות איז', ווי זיס דער 'פנימיות' איז.

דער אמת איז דאך אז יעדער זוכט סייווי 'פנימיות'. און די פרישקייט אין עבודת השם ליגט ביי דיר אין הארץ! דו ווייסט נאר נישט דעם 'סוד' וואס ס'ליגט אלץ אין דעם תנועה פון 'ואני תפלתי'. אין דעם 'צעבראכנקייט', דערפאר זוכסטו אז דיין מוזיק אין קאר זאל קנאקן די העכסטע. און דו ווייסט גארנישט דעם סוד פון 'ואני תפלתי'.

איך וויל דא זאגן. לערן דיך וויאזוי מ'גייט צו א חופה, און מ'צעברעכט זיך אזוי דאס הארץ, מיט ניגונים, און מיט די ברוינפן, מיט די ספאנדש קעיק, און מיט די ערנסטקייט פונעם חתן און כלה און שושבינים. קיינער האט נישט קיין טענות אז די מצב איז ביטער. און ביי די חופה אליין זינגט מען נאך אזאנע ניגונים וואס ברענגן דייקא צו צו שבירת הלב. און קיינער לויפט נישט פון דעם אוועק, נאר פארקערט.

נאר וואס דען, יעדער ווייסט אז דא איז דא עפעס העכערס ווי דעם צעבראכנקייט, עפעס מער ווי סתם צעקוועטשטקייט. יעדעמ'ס נפש איז אנגעבינדן אין עפעס העכער'ס, און קיינער כאפט זיך נישט אוועק פונעם 'שבירת הלב' ביים חופה, יעדער זינגט נאך אזוי מיט, דעם חופה ניגון, ווייל מ'ווייסט אז אט אט קומט דער סעודה, מיט די טאנצעריי, מיט די העכערקייט.

דאס איז וואס מ'דארף אויף עפעס אן אופן אז א קינד זאל אליין דערכאפן דעם נקודה, דאס איז די נקודה פון שמע בני מוסר אביך, דאס איז ווייל מ'זוכט דעם 'השתוקקות' דעם העכערקייט. דעם דביקות בה'.

און דאס איז וואס איך ענטפער דיר 'זעירא', אז זיין אין א סביבה פון 'שבירת הלב', זיין אין א סביבה ווי דער טאטע קרעכצט. אנדעם וואס דאס קינד זאל כאפן 'מה העבודה הזאת לכם', וואס דער טאטע וויל דא מיטן קרעכצן, אז ער וויל דעם 'פרעה' פון זיך ארויסטרייבן, און צוקומען צו יציאת מצרים הפרטית. זיין אין א סביבה פון סתם 'צעקוועטשטקייט', דאס מאכט אז דאס קינד זאל אנטלויפן פון 'ואני תפלתי'. ווייל ער כאפט נישט דעם 'פנימיות'.

ער כאפט נישט אז דאס דארף מען זיך אליין מאכן, דעם שבירת הלב, צוצוקומען צום אייגענעם אינערליכן 'פנימיות'. צום זיסן וויין וואס עס ליגט אינעווייניג.

דער סאטמארער יונגערמאן וואס איבעראל וואו ער קוקט אל יער ראונד, און ער זעהט נאר 'שבירת הלב' און כאילו אומצופרידנקייט, ער כאפט גארנישט ווי אונטער דעם ליגט דעם גאנצן סוד. אין דעם אומצופרידנקייט ליגט דאס גאנצע צופרידנקייט. ער דערזעהט נישט דעם 'עמקות', ער ווייסט נישט וואס. ער ווייסט גארנישט אז דעס צעבראכן הארץ איז די זאך וואס הייבט אזוי. אדער מיינט ער אז ס'קומט אלעמאל צו האבן 'שבירת הלב'. בקיצור ער כאפט נישט די נקודה פון שבירת הלב צוצוקומען צו השתוקקות.
אוועטאר
יידישע קהילות
שר שמונת אלפים
תגובות: 8805
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 28, 2014 4:03 pm

תגובה דורך יידישע קהילות »

איך מיין אז דאס איז דער גרויסער חידוש פון דעם הייליגן בעש"ט זי"ע צו פארציילן סיפורי מעשיות. דורך מעשיות גייט אריבער דער ווארעמקייט און די נקודות אויף וועלכע די רבי'ס זי"ע האבן געלייגט זייער דגוש אין עבודת ה'.
ליידער, אין סאטמאר, כאטש אין אלע אנדערע הינזיכטן זענען מיר געווען העכער אדער לכל הפחות אויף די זעלבע מדריגה ווי ביי אנדערע חסידות'ער, אבער דאס האט דער רבי זי"ע אוועקג'מאכט, און מיר זענען נישט אויפגעוואקסן מיט פשוט'ע תמימות'דיגע מעשיות און סיפורי צדיקים. יא מעשה'לעך פון מופתים און פון פליעדיגע פערד און רוח הקודש וכו'. ביי אלע אנדערע הויפן איז דאס איבערגעבליבן מער-ווייניגער, דערפאר איז גרינגער איבערצופירן דעם המשך. אין טייל אנדערע פלעצער האט מען אנגהויבן ממעט זיין אין דעם, דערקענט זיך טאקע א אפשוואכונג פון די מסורה און המשך צו יענע מקומות. ודי.
החודש אשר ישועות בו מקיפות... ניס"ן בגימטריא ניסי"ם

שלא אחד בלבד עמד עלינו לכלותינו - והקדוש ברוך הוא מצילנו מידם
גלאזער
שר האלפיים
תגובות: 2222
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 12, 2015 11:25 pm

תגובה דורך גלאזער »

אויב דער בעל שם טוב חידוש איז געווען סיפורי מעשיות איז דאך ממ"נ נשתכח אויב גלייבסטו טאקע אין רבי'ן, אז נישט, איז דאך סתם א שאד די צייט מסביר זיין זיין טעות וואס האט גורם געווען די המשכה זאל נישט אנגיין.
אוועטאר
יידישע קהילות
שר שמונת אלפים
תגובות: 8805
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 28, 2014 4:03 pm

תגובה דורך יידישע קהילות »

גלאזער האט געשריבן:אויב דער בעל שם טוב חידוש איז געווען סיפורי מעשיות איז דאך ממ"נ נשתכח אויב גלייבסטו טאקע אין רבי'ן, אז נישט, איז דאך סתם א שאד די צייט מסביר זיין זיין טעות וואס האט גורם געווען די המשכה זאל נישט אנגיין.

נישט דאס איז געווען דער "דרך" הבעל שם, נאר דאס האט דער בעש"ט און זיינע תלמידיו הקדושים געפילעוועט און אזוי האט זיך ווייטער געצויגן דער פלאם און ווארעמקייט מדור דור.
דער רבי זי"ע האט להדיא נישט געוואלט אז מ'זאל צופיל בויען אויף מעשה'ס, ווייל ער האט געזען צופיל פעלער פון מאנכע וואס האבן צוליב מעשה'לעך געטוהן קעגן הלכה און קעגן די יידישע השקפה.
למעשה אבער שטעלט זיך ארויס אז א חסיד'ישע יינגערמאן אן חסידישע מעשיות וועט פילן אז עפעס פעלט איהם און קען זיך זייער שנעל אנכאפן אין אלע משפיעים למיניהם, וועלכע ברענגען איהם אריין אין א גאנץ אנדערע אטמאסמפערע.
זה הכל.
החודש אשר ישועות בו מקיפות... ניס"ן בגימטריא ניסי"ם

שלא אחד בלבד עמד עלינו לכלותינו - והקדוש ברוך הוא מצילנו מידם
נודה לך
שר האלפיים
תגובות: 2779
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 09, 2015 5:47 pm
לאקאציע: אינעם אויבערשטענס הענט

תגובה דורך נודה לך »

יידישע, זייער גוט ארויסגעברענגט!!
איך דאנק און לויב השי"ת אויף די גרויסע חסדים וואס ער טוט מיט מיר יעדע מינוט
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7114
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

תגובה דורך נשמה »

יידישע קהילות האט געשריבן:איך מיין אז דאס איז דער גרויסער חידוש פון דעם הייליגן בעש"ט זי"ע צו פארציילן סיפורי מעשיות. דורך מעשיות גייט אריבער דער ווארעמקייט און די נקודות אויף וועלכע די רבי'ס זי"ע האבן געלייגט זייער דגוש אין עבודת ה'.
ליידער, אין סאטמאר, כאטש אין אלע אנדערע הינזיכטן זענען מיר געווען העכער אדער לכל הפחות אויף די זעלבע מדריגה ווי ביי אנדערע חסידות'ער, אבער דאס האט דער רבי זי"ע אוועקגעמאכט, און מיר זענען נישט אויפגעוואקסן מיט פשוט'ע תמימות'דיגע מעשיות און סיפורי צדיקים. יא מעשה'לעך פון מופתים און פון פליעדיגע פערד און רוח הקודש וכו'. ביי אלע אנדערע הויפן איז דאס איבערגעבליבן מער-ווייניגער, דערפאר איז גרינגער איבערצופירן דעם המשך. אין טייל אנדערע פלעצער האט מען אנגהויבן ממעט זיין אין דעם, דערקענט זיך טאקע א אפשוואכונג פון די מסורה און המשך צו יענע מקומות. ודי.


אין דיין תגובה ברענגסטו ארויס א געוויסע נקודה וואס מ'קען דערמיט איינפלאנצן 'פנימיות', לויט וויאזוי איך פארשטיי איז דאס נישט געווען ווייל מ'האט פארציילט מעשיות, נאר דאס איז געווען א שטייגער ווי די מעשיות פון ליכט שטראלן פון אלישב כהן, ער האט פארציילט א מעשה פון ר' לייב שרה'ס וכו' וכו', אבער איז דען דאס געווען וואס האט אונזערע ריינע הערצער אזוי איבערגעדרייט פאר קינדער וואס האבן ערפינדן א בענקעניש צו טיפערס, מיט א השתוקקות און פעסטע הארץ אז עבירה איז 'אסור'!, איז דען די מעשה פון ר' לייב שרה'ס פליען אין די לופט געווען וואס האט אונז אזוי די נשמה אויפגעוועקט און פארפעסטיגט, ניין! ס'איז געווען זיין ריין שומר אמונים הארץ וואס ער האט אזוי אריינגעדרייט מיט אן 'אמת', מיט זיין 'אמת' איבערצייגונג אין די מוסר און השקפה וואס ער האט דארט אריינגעלייגט. ס'איז געווען די שבירת הלב אויפן שפלות הדור, און ווי ווייט מיר זענען פונעם אמת און ווי ווייט מ'דארף זיך מבטל זיין צום אמת, און צו אמאליגע גרויסע אמת'ע צדיקים, וואס ס'איז געקומען פון זיין הארץ אלץ די 'פשטות' פון א יוד.

קומט אויס אז מיר קומען צוריק צום זעלבן נקודה, די נקודה פון "ווי ווייט זענען מיר פונעם אמת, די נקודה פון שבירת הלב און התבטלות, די נקודה פון 'השתוקקות', וואס דאס איז די 'פנימיות' פונעם פארציילער, נישט די טרוקענע אבסטראקט 'מעשה' איז וואס וועקט אויף די אור אלוק, נאר די 'שבירת הלב און די השתוקקות' פונעם פארציילער. ווי ווייט מ'איז פונעם אמת פונעם צדיק און חסידים פון די מעשה. און ווי ווייט מ'דארף כאטש עפעס זיך דערוועקן. קומט אויס אז ס'איז די זעלבע נקודה. שבירת הלב און התבטלות צום 'אמת'! צו וויסן ווי ווייט מ'איז.

סיפורי מעשיות פון צדיקים, וויאזוי צדיקים האבן געדינט השי"ת, דאס האט דער רביז"ל נישט אוועקגעמאכט. נאר דא קומט ווייטער אריין דעם זעלבן נקודה. מ'זאגט 'אוועקגעמאכט' און מ'כאפט גארנישט וואס און פארוואס ער האט עס 'אוועקגעמאכט'. ווען איך שטיי אין ביהמ"ד אין איך שאקל מיך אזוי אויפ'ן 'מי אנכי שאזכה להתפלל לפני הקדוש ברוך הוא' און אין מיין הארץ טראכט איך א בנין פון דעם 'איך', קומט דער רביז"ל און מאכט דאס אוועק, ווייל איך דארף כאפן די נקודה, אז די נקודה איז נישט 'איך'! די נקודה איז, דער אויבערשטער. אט דאס געב איך מיך א כאפ. אוועקצומאכן א 'קליפה', דאס האט דער רביז"ל געטון. מעשיות קענען אנטהאלטן אין זיך 'קליפות', קליפות וואס שלעפן אוועק פונעם אמת'ן פנימיות.

גאות'ער, און קליפות, זאכן וואס שוואכן אפ דעם אמת'ן אינערליכן פנימיות פון א יודיש קינד, דעם 'אמת' פון די תורה, דאס האט דער רביז"ל מיט זיין אויסטערלישן כח הקדושה 'געכאפט' און אוועקגעמאכט. ער האט געוואוסט וואו אזאנס די קליפה פון 'איך בין' באהאלט זיך, מסתיר צו זיין דעם 'אור' השם. ער האט געוואלט אז מ'זאל זיך 'רייניגן' פון די אלע זאכן וואס פארדעקן ארויסצוקומען דעם ריכטיגן 'אמת'ן נקודה ה'פנימיות', די אור נפש אלוק. דער דרך פון רבי'ן איז געווען אז ער האט געכאפט דעם קליפה של 'אני', אדער אנדערע עבודה זרה'ס און דאס געטייטעלט, און דאס מבטל געווען. געכאפט אויף פארשידענע מעשיות, אז אט די תמימות'דיגע מעשיות און סיפורי צדיקים, דאס זענען גאר קיין תמימות'דיגע מעשיות נישט, דאס פארציילט אונז דער קליפה אליין בכבודו ובעצמו, ווייל ער האט עפעס אן אגענדע וואס פירט אוועק פון דרך התורה, ער האט דעם דקות'דיגע אגענדעס דערשפירט אויף אזוי גערופענע מעשיות פון צדיקים. ער האט געשפירט אז די מעשיות שטעלן אין שאטן דעם עכטן 'פנימיות' ארויסצוקומען מיט'ן גאנצן שיין. ער האט געוואלט דעם עכטן 'פנימיות'. און ס'איז זייער פארשטענדליך אז ער האט עס אזוי אוועקגעמאכט. ווייל ער האט געוואלט דעם אמת'ן ריינקייט. פארקערט ער האט געוואלט דעם אמת'ן 'תמימות'.

אמת'ע חסידות און תמימות, אמת'ע פשטות און 'פנימיות', קען מען נישט איבערגעבן אין הערצער מיט'ן פארציילן פארגאפט מעשיות פון פערד וואס פליען אין די לופט, מ'דארף ליינען מעשיות פון צדיקים און חסידים אבער דאס איז נישט וואס ברענגט ארויס דעם 'אור' השם, דאס ווערט נישט מיט 'מעשיות' אויפגעבויעט און ארויסגעברענגט אינעם הארץ, נאר די 'פנימיות' וואס מ'וויל מיט די מעשה, די שבירת הלב, און דאס התבטלות צו פריערדיגע צדיקים, דאס איז וואס ברענגט ארויס דעם אור השם, נו, אויב אזוי קום מיר צוריק, אז שבירת הלב און התבטלות דאס איז די ריינע 'תמימות'. אבער דוקא נישט מעשיות וואס ברענגען ארויס דאס 'פארקערטע' פונעם 'אמת'. און די רבי האט געהאלטן אז ס'דא מעשיות וואס ברענגען ארויס דוקא דאס פארקערטע, ער האט געזעהן און באמערקט מיט זיין גרויסן כח הקדושה וואס אונז האב מיר נישט געזעהן.

שקר קען מען יא איבערגעבן מיט פארגאפטע מעשיות, שקרים דאס יא. אבער 'אמת' דאס געבט מען איבער מיט'ן מגלה זיין דאס 'פנימיות', מיט'ן וויינען און מתאונן זיין אויפ'ן 'שפלות הדור', מיט אמת'ע דיבורים פאר השי"ת, מיט'ן צעקלאפן די כוחות הגוף, מיט'ן פנימיות וואס דער צדיק אליין ווייזט אן "כזה ראה וקדש". מעשיות האבן אין זיך דעם שוואכן חלק אויך, פון איבערגעבן זאכן וואס נישט דאס איז געווען וואס עס איז באמת פארגעקומען. און אז ס'האט אין זיך א זאך כנגד 'ריינקייט', כנגד עכטע תמימות, וואס תמימות מיינט 'אמת'ע ריינע תורה', דאס מיינט 'תמימות'. גלייבן שקרים פארקערט ווי די תורה, דאס ברענגט אריין אין הארץ כנגד התורה, דאס מיינט דען 'תמימות'? אזאך וואס איז פארקערט ווי דער אמת איז דען 'תמימות'? א מעשה וואס ברענגט ארויס אין הארץ פארקערט ווי דער אמת איז דען 'תמימות'? דאס איז ריינקייט?

דער פיעסעצנאר זצ"ל שרייבט שוין, אז דער עיקר דרך החסידות איז נישט איבערגעגעבן געווארן מיט 'שריפט'. דאס איז איבערגעגעבן מיט די 'פנימיות' פון די רבי'ס און חסידים, וואס מיט'ן קוקן אויף זיי האט מען זיך דאס מיט'ן אייגענעם פנימיות געלערנט. אדער בשעת מען איז דארט געזיצן ביי זיי אליין האט מען זיך דאס ערווארבן. מעשיות האבן אין זיך א צד וואס פארדרייט דעם מכוון. און דו ווייסט דערפון. דערפאר האט עס דער רביז"ל אוועקגעמאכט, אויב ס'איז געווען נישט אמת.

דער רבי ז"ל האט אין פליעדיגע פערד און רוח הקודש נישט געזעהן וויאזוי די אמת'ע קדושה קען פון דעם אויפשיינען אין די נפש פון א יוד, ער האט געהאלטן אז דאס איז א טפל, און ווי מער טפל אלץ ווייניגער אמת. ער האט ווארשיינליך אין תניא און אין אנדערע חסידישע ספרים געטראפן אז מיט'ן צעקלאפן די כוחות הסטרא אחרא קומט ארויס דעם אור ה', ער האט קוקט אויס נישט געטראפן דעם קונץ פון פארציילן מעשיות. אבער מעשיות וויאזוי ערליכע יודן האבן דעם אויבערשטן געדינט דאס איז יא וואס דער רבי האט אויסדרוקליך געזאגט אז מ'זאל פארציילן. און בכלל האט ער גארנישט געהאט קעגן מעשיות וואס זענען אמת. איינמאל ס'איז אפגערייניגט פון קליפות.

די סיבה פארוואס אין סאטמאר האט מען נישט איבערגענומען דעם המשך איז, ווייל די כח פון סטרא אחרא איז ליידער גרויס בעולם. און דער שטן פארלייגט זיך אויף אזא טייערע זאך ווי עס איז דער ריינעם דרך פון רבי'ן. דערפאר איז נישטא אזוי ווייט דעם 'המשך', ווייל דער 'אור' פעלט, אבער נישט ווייל מ'האט קיין מעשיות נישט פארציילט. נאר ווי איך האב שוין געשריבן אויבן, אז א 'אור', א 'פנימיות' ווערט נישט איבערגעגעבן אזוי. ס'פארגעסט זיך. דאס קען מען נישט אנהאלטן. דאס דארף מען 'הארעווען' אליין. די כוחות הגוף מאכן עס פארגעסן.

די אלע רבי ז"ל תנועות געפינט זיך נאך היינט, עד היום הזה, קוק גוט און דו וועסט טרעפן דא און דארט וואלגערט זיך אזאנע שבירת הלב תנועות. מיט אזאנע טיפע 'פנימיות'ער'. מיט אזאנע פארטאגס'ן. גיי קוק אויף די אלע אידן. לעבעדיגע מוסר ספרים. פשוט'ע יודן מיט אמת'ע פנימיות. האבן עכט מורא פאר א עבירה.

די סיבה פארוואס ס'איז נישטא דעם 'המשך' איז נישט וועגן מ'האט נישט פארציילט מעשה'לעך. און דאס וואס דו זאגסט אז דער רבי האט דאס אוועקגעמאכט, וואס האט ער אוועקגעמאכט? קודם ער האט אוועקגעמאכט! וואס זיכער איז זיכער. ער האט אוועקגעמאכט מעשיות. וואס האט ער אוועקגעמאכט? און פארוואס האט ער עס אוועקגעמאכט? ער האט אוועקגעמאכט מעשיות וואס זענען קעגן די תורה, וואס קומט פון די סטרא אחרא, לחזק כוחם. לחזק כח השטות. אזוי ווי מ'זעהט אז דאס אליין אז דער רבי האט געוואלט פארן אויף ארץ ישראל, האט איינער אזוי געוואלט פארדרייען, אז דאס איז געווען ווייל ער האט משנה געווען זיין דעת וועגן ציונות.

מעשיות קען מען פארדרייען. מעשיות מיט אן אמת'ן מקור האט דער רבי אוועקגעמאכט? דאס ענין צו פארציילן ריינע מעשיות האט דער רבי אוועקגעמאכט? זייט ווען? נאר דעם אמת איז זייער שווער צו קוקן אין פנים אריין, און דערפאר איז דער דרך פון רבי'ן דאס צעבראכנקייט, דאס שפלות רוח צוצוקומען צו א שטיקל התקרבות צום אויבערשטן, אדער דאס 'אויפשטיין' פארטאגס, דערפאר איז דאס אזוי שווער. ווייל 'אמת' ווישט זיך אונטערן קארפעט. ס'איז זיך נישט אזוי מקבל, בשעת'ן מקבל זיין צעברעקלט מען די שפיצן, און מ'מאכט אז ס'זאל פיטן אינעם קומץ, אזוי אז דער 'אמת' ווערט נישט מקובל כמות שהוא באמת. ווייל ס'איז שווער עס אנצונעמען אזוי מיט'ן גאנצן עכטקייט. ס'שווער!

דער 'אפשוואכונג' איז נאר וועגן די כוחות הסטרא אחרא רוען אויך נישט. די כוחות הגוף שלאפט נישט, גוגל גיט ארויס סחורה. און דער יצר רעדט איין נישט צו זעהן דעם 'אמת'. אין סאטמאר האט מען נישט געשריבן קיין מעשיות? אידישע קוואל האט דען נישט געשריבן קיין מעשיות? נאר אויפ'ן אמת דארף מען הארעווען.

אסאך מאל פארקויפט מען אויפ'ן רבי'ן אז ער האט אוועקגעמאכט, דארף מען קוקן, וואס האט ער אוועקגעמאכט און פארוואס. בעיקר וואס דער רבי ז"ל האט אוועקגעמאכט איז געווען די כוחות הקליפה דאס אלעס. יעדע זאך וואס ער האט געזעהן אז דאס וועט שוואכער מאכן דעם עכטן 'פנימיות' האט ער נישט געמוטיגט.

די הייליגע רבי האט געהאט 'התבטלות' עד הסוף, נאר נישט התבטלות צו מעשה'לעך וואס דער סטרא אחרא פארציילט. צום סטרא אחרא, צום קליפה האט ער קיין התבטלות נישט געהאט, נאר צום הייליגן באשעפער, און ער האט געשפירט אז די אלע מעשיות זענען אויסדרוקליך דא צו פארדעקן דעם 'אמת'.

אז דו ווילסט ליינען א עכטע מעשה ביכל, האב איך פאר דיר פון ר' נתן יוסף, ס'הייסט קונטרס דברי הדרכה, אמת'ע מעשיות פון פליעדיגע פערד מיט רוח הקודש.
לעצט פארראכטן דורך נשמה אום מאנטאג אקטאבער 23, 2017 2:17 pm, פארראכטן געווארן 4 מאל.
בלעטל
שר האלף
תגובות: 1514
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 17, 2011 3:15 am

תגובה דורך בלעטל »

יידישע קהלות וואס מאכט דיר חלומ'ן דער בעש"ט ותלמידיו האט געפילעוועט מיט מעשיות, דאס איז גאר זיין חידוש. סתם כח הדמיון?
פרידן
שר האלפיים
תגובות: 2806
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 02, 2015 7:37 pm

תגובה דורך פרידן »

יידישע קהילות האט געשריבן:איך מיין אז דאס איז דער גרויסער חידוש פון דעם הייליגן בעש"ט זי"ע צו פארציילן סיפורי מעשיות. דורך מעשיות גייט אריבער דער ווארעמקייט און די נקודות אויף וועלכע די רבי'ס זי"ע האבן געלייגט זייער דגוש אין עבודת ה'.
ליידער, אין סאטמאר, כאטש אין אלע אנדערע הינזיכטן זענען מיר געווען העכער אדער לכל הפחות אויף די זעלבע מדריגה ווי ביי אנדערע חסידות'ער, אבער דאס האט דער רבי זי"ע אוועקג'מאכט, און מיר זענען נישט אויפגעוואקסן מיט פשוט'ע תמימות'דיגע מעשיות און סיפורי צדיקים. יא מעשה'לעך פון מופתים און פון פליעדיגע פערד און רוח הקודש וכו'. ביי אלע אנדערע הויפן איז דאס איבערגעבליבן מער-ווייניגער, דערפאר איז גרינגער איבערצופירן דעם המשך. אין טייל אנדערע פלעצער האט מען אנגהויבן ממעט זיין אין דעם, דערקענט זיך טאקע א אפשוואכונג פון די מסורה און המשך צו יענע מקומות. ודי.


ריבו השמן מכבה האור
וועל איך מיר טרייען צו האלטן צו א קיצור
1) רעדן פין צדיקים אין דערציילן מעשיות איז נישט קיין דרך, דאס איז א פשוטע תוצאה פין צוגעבינקייט אין ליבשאפט צו אזאך, אזאך וואס א מענטש האט ליב אין איז צוגעבינדען דערצי רעדט ער דערפין בכל עת, א ליידיגע זאק וואס איז צוגעבינדען 24-7 צו טראמפ וועט רעדן א גאנצע טאג פין טראמפ וכל פעולתיו וחכמתיו, א ערליכע יוד וואס איז דבוק אין א רבי וועט רעדן טראכטן אין שמועסן פין זיין רבי וכל מעשיו ופעולתיו וחכמתיו 24-7, אין איינער וואס איז דבוק אין פריעדיגע צדיקים וועט רעדן טראכטן אין דערציילן עבדותם ומעשות וכל המסתעף פין זיי 24-7,
וכן להיפות עוסק זיין אסאך אין עפעס ברענגט א צוגעבינדענקייט

2) בויען א דרך אויף מעשיות אין לערנען מעשיות איז א ענין וואס איז געווארן שטארק נפוץ אין די לעצטע הונדרעט יאר בעיקר ווען עס איז געווארען איבער געטוישט פין רבי'ס אין חסידים צו דענעסטיעס אין פארטייען, איינע פין די זאכן וואס העלפט בויען דענעסטיעס/פארטייען איז מעשיות אבער נישט פין אלע צדיקים נאר מעשיות פין דעי רביים וואס זענען אין דעי דענעסטיע, דאס פעלט אויס א שטייגער ווי מנהגים אין ניגונים וכו', יעדע מעשה איז א תורה שלימה, גאנצעטע יסודות פין די דענעסטיע זענען געבויט אויך מעשיות, אין גאנצע'טע מעשיות האט מען געבויט פאר די יסודות, מעשיות זענעגען געווארן די אויסשליסלעכע פוסקים אין האלבע הלכות אין גאנצע פסקים האט מען געקענט אוועק שטופן מיט דעם,

איינמאל די דענאסטיעס האבן אנגעהויבן צו ניצן מעשיות צו בויען יסודות אפי' באמת עפ"י רוב גוטע יסודות, האבן יעדער איינער אנגעהויבן צו ניצן די מהלך צו בויען די יסוד וואס ער האט געוואלט, יעדע פארטיי צו קהלות צו פאליטישע צו סתם ארגונים באניצען זיך מיט מעשיות פין צדיקים אמאל לעבעדיגע אין אמאל פריעדיגע

רביה"ק מסאטמאר וואס זיין איין איינציגע ציל איז נאר געווען די בורא כל העולמים אין ער האט פארמיאוסט די גאנצע ענין פין דענעסטיעס אין פארטייען, (די גאנצע סיגוט'ע דענעסטיע וואס מען האט ביי געוויסע היינט געמאכט, ווי עס קוקט אויס ווי מען האט דעם רבין פשוט אריין געלאזט אין די שלשלת אלץ רחמנות איז נישט קיין 10 יאר אלט, אין א אויסטרעף פין אפאר בדחנים אין צייטונג שרייבער אויך פארשטיייט זיך צו שטופען א אגענדע) אין האט אוועק געמאכט די אלע סארט ענינים ווי מנהגים וכדומה אין סאטמאר איז געווען א מנין ספירת העומר פסח ביינאכט נאך מעריב, כאטש וואס די רבי האט ערשט געציילט נאכן סדר וכו' וכו' וכו', איין זאך האט ער געוואלט בויען אידישקייט אין אפי' נישט בדרך אגב זיך, אין זענדיג די חורבן וואס עס איז ארויס געקומען פין "לערנען" מעשיות בפרט ווען די ציונות'טישע פארטייען רעכטע ווי די לינקע האבן עס אנגעהויבן ניצן צו שטופען זייער אנגענדעס האט די רבי זייער אוועק געמאכט די ענין פין לימודי מעשיות אין פין בויען אין ציען מסקנות אויף מעשיות,

די ערשטע אין אלטע סארט "סיפורי צדיקים" איז אדרבא ואדרבא אין סאטמאר געווען אין נאך היינט פיל פיל שטערקער ווי איבעראל, קומעדיג פין וויליאמסבורג אין היינט אין בארא פארק האבן איך שוין אסאך געזען אז סתם רעדן די אלד פעשענד מלוה מלכה שמועסן פין פריעדיגע צדיקים (אלע נישט נאר פין די דענעסטיע) פשוט מחמת אהבה ודביקות בתלמידי בעש"ט איז אסאך מער א גאנגבארע ארטיקל אין וויליאמסבורג סארי טו טעל יא, הרה"ק ר' יענקלע'ס טעיפס פארקויפט זיך די מערסטע אין סאטמאר אינדערצייט ווי איך האב שוין געהערט פין וואוילע יודן פין די מקומות ווי מעשיות לאבני יסודות איז הייליג קרומען מיט די נאז אויף די טעיפס, וכדומה, ווילסטי וויסן וואס מיינט סיפורי צדיקים גיי איין וואך הערן ר' יוסף הערש וויינשטאק, סיפורי צדיקים קומט מיט געגועים אין דביקות, די סארט מעשיות אפי' אמאל עס זאל נישט זיין 100% אמת איז נישט די נקודה די מעשה די נקודה איז צו רעדן אין זיין דבוק אין די פריעדיגע צדיקים צו וואס עס בענקט אזוי,

אין איינוועגס וועל איך דיר שוין מסביר זיין א פוינט וואס מענטשן ברענגען אסאך ארויס אז די רבי'ס חסידים כאטש ער איז געווען קעגן מעשיות דערציילן זיי א גאנצע טאג מעשיות פין אים, אין זענען עוסק אין זיינע מנהגים, אמת אבער דאס איז דעי ערשטע סארט, סאטמערע חסידים זייענדיג זייער שטארק דבוק אין רבי'ן האבן א געוואלדיגע אינטערעסע אין יעדע זאך וואס עס האט מיטן רבין, מען רעדט ווייל מען וויל בלייבן דבוק אין די פארגאנגענע וועלטן, מען רעדט ווייל מען האט עס ליב, פאלט אריין מעשיות וואס צריך בדיקה גוט די נקודה איז נישט די מעשה די נקודה מען האט גערעדט פין וואס עס בענקט אין פין וואס מען האט ליב

שוין דאס איז שוין מיטן קיצור
פארשפארט

צוריק צו “דעת הקהל”