שאפראן - די 10 טעג אין קעמפ - תשס"ג

געשמאקע ארטיקלען און באשרייבונגען

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
שלעפשיץ
שר האלף
תגובות: 1427
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 17, 2010 1:32 pm
לאקאציע: ביים רבי'ן אין שלעפשיץ
פארבינד זיך:

שאפראן - די 10 טעג אין קעמפ - תשס"ג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלעפשיץ »

צום ערשט א געבעט צו די מנהלים אויב איז דא סיי ואסערע פראבלעם דאן נעמט דעם ארטיקל ארויס פון דא זאפארט, שכח.

הקדמה

יעדעס יאר, די לעצטע 10 טעג פונעם יאר, פארט מען צוריק אין קעמפ, ברשות הגה"צ אב"ד ור"מ שליט"א, ובראשות הרב הגאון ר' מנחם מענדל הכהן קאהן שליט"א, אן איבערגעגעבענע געטרייע מגי"ש איינגעשטעלט אין די ישיבה וואס גיבט זיך אפ מיט יעדען תלמיד באזונדער, ברוחניות ובגשמיות.

ווען מרעדט פון ארויספארן און קעמפ אפי' משלעפט זיך מיט אלע פעקלעך, איז עס זיכער א טובה פאר די חשובע תלמידים די פיינע בחורים, לערנען אין איבערחזר'ן בהתמדה וביגיעה רבה.

מ'פארט איבערחזרן די מסכת וואס מהאט געלערנט אין קונה געווען במשך דעם גאנצע יאר, אין קעמפ צווישן די בערג אינטער די ביימער, ארויס פון די טמא'נע שטאט אוועק פון די שמוציגע גאסן, פיינע פרישע געזונטע לופט ממש א מחי-ה מיט הרחבת הדעת.

** *** **


תשס"ג לפ"ק

מען שטייט שוין ביים גמר וחותם השנה, מ'האלט שוין כמעט ביי בין הזמנים נאך א טאג צוויי צו די לעצטע 10 טעג פונעם יאר, מען גרייט זיך שוין ארויס צו פארן אין קעמפ.

געציילטע בחורים זענען געגאנגען פרעגן דעם מגיד שיעור ר' מענדל קאהן שליט"א, ווען אין ווי אזוי מען פארט?
אבער ר' מענדל שליט"א וויל נישט אז צוליב דעם זאל ח"ו ווערן ביטול תורה, ענטפערט ער: ווער זאגט אז מפארט בכלל!
מאנטאג פרשת כי תבא, ווען מהאט געזעהן די צעטלען געשריבן בשם ר' מענדל שליט"א, האט מען שוין גארנישט געדארפט פרעגן, אלעס איז דארט געשטאנען קלאר אין דייטליך.


יום ג' יום שנכפל כי טוב, לסדר "והלכת למקום אשר יבחר ה' אלקיך וכו' (כי תבא)" שנת תשס"ג לפ"ק.
יום א' מחזרת עשרה ימים.

10:00 אזייגער איז מען זיך צוזאמגעקומען פארנט פונעם בנין הישיבה, די באסעס האבן שוין אפגעווארט די בחורים, ארויף אויף די באסעס יעדער האט זיך מסדר געווען גאר שנעל, כדי מען זאל שוין קענען ארויספארן.

די בחורים זענען ארויף אויפן באס, א טייל מגידי שיעור זענען שוין געפארן א נאכט פריער מיט ר' מענדל שליט"א ר"מ דישיבת 10 טעג, [מיט אפאר בחורים פון די עלטערע כיתה] אין ווי אויך די עסן, א טייל מגידי שיעור זענען בכלל נישט געקומען די איבריגע וועלן בעז"ה קומען מארגן.

10:25 איז מען ענדליך ארויס געפארן, מ'האט זיך טאקע געזעגענט אויף 10 טעג אבער נאר פונעם גאס נישט פונעם גמרא.

מען האט זיך אפגעשטעלט אין קרית יואל, אויפצונעמען די איבריגע בחורים, ביים בנין עטרת זקנים, FOREST RD.71 דערנאך איז מען גלייך געפארן אין קעמפ.

1:00 איז מען ארויף געפארן די בארג פון קעמפ ר' מענדל קאהן שליט"א ר"מ 10 טעג האט זייער שיין אויפגענומן די באסעס.


יעדער איז אראפ פונעם באס גענומן די פעקלעך אין געגאנגען דארט ווי ר' מענדל שליט"א האט אנגעוויזן, אלע בחורים האבן געהאט א פיינע בעט לויט ווי אזוי ר' בעריש שטויבער שליט"א מגי"ש בישיבתנו האט אויסגעשטעלט, פאר זיין כיתה.

ר' מענדל שליט"א, האט געהייסן מען זאל זיך גלייך גיין אויספאקן.

ווען מען איז פארטיג געווארן זיך אויספאקן האט ר' מענדל שליט"א, אריין געשיקט אין עס-זאל [לפנים כיתה י"א].

ווער עס מיינט אז עס איז געווען דארט נאר "טועם זיין" האט א גרויסן טעות עס איז געווען מכל טוב וטוֹב אלע מיני קעיקס פון "קאַפס בעקעריי", קאקאש-קעיק, RAINBOW קעיק, ראלאש-קעיק, וכדומ', אראנדש דשוס, סעלטסער, ועוד ועוד.

אין ווי יעדער ווייסט נאכן זאט ווערן, ווערט מען מיד!
ממילא, האט זיך יעדער געמוזט אראפלייגן, אויך די נישט מידע! בפקודת ר' מענדל שליט"א.

3:30 איז מען ארום געגאנגען וועקן, כדי 3:45 זאל מען שוין קענען לערנען.
3:45 איז מען אריין אין בית המדרש, עס איז געווען א מורא'דיגע התחדשות ווען מהאט געזען די טישן ארומגעדרייט אנדערש ווי געווענטליך, מען איז געזעסן אין געלערנט מיט א ברען אין חיות, בקול רם והתלבהות, ממש לשמה.

6:30 האט מען געהאט די זכי-ה צו הערן ר' מענדל שליט"א, ער האט ארומגערעדט "ווי טייער די צייט איז וכו'"

6:45 איז מען געגאנגען וואשען די הענט צו דאווענען מנחה, אין אגב ווער עס האט ארויסגעקוקט פון די פענסטער האט געקענט זעהן ווי די יונגעלייט ארבייטן אין לויפן מיט די עסן, אלעס זאל זיין על צד היותר טוב.

7:00 איז געווען נאכטמאל פון "קויפמאנס קעיטערינג" אין קרית יואל, וואס דארט איז 'נישט' געווען, "לאֹ יְאומְן כִי יְסופר", אלעס וואס מ'עסט אין צוויי גאנצע טעג איז דא געווען אין איין נאכט!
צוליב גרויס שטיפעניש האבן צוויי בחורים געהאלפן טיילן.

8:00 איז זמן הלימוד, אבער וויבאלד ס'איז געווען צו קאלט אין בית המדרש, איז מען אריבער אין פָאליִש [לפנים העס-זאל].
אבער וואס טוט מען אז די גמרות זענען אין בית המדרש, האט מען גענומען די בלויע וועגעלע (פון די וועש) אין אנגעפאנגען פאקן אלע גמרות.
אינמיטן איז די לופט ארויס פונעם רעדל, האט מען גענומען די אלטע גרוי וועגעלע אין זיך נאכאמאל גענומען צו דער עבודה אנפאקענדיג די וועגעלע מיט גמרות.

מ'האט אנגעהויבן שלעפן די וועגעלע אבער אן ערפאלג, די וועגעלע איז געווען צו שווער, יעדער האט צוגעלייגט א האנט אין אזוי מיט אחדות איז מען אנגעקומען אין פאליש!

אזוי האט מען געלערענט בהתמדה ביז 8:45 דאן האט מען זיך געגרייט צו מעריב.

נאך מעריב האט ר' מענדל שליט"א געהייסן לערנען מוסר פאר :20 מינוט ער האט געטיילט קאפיעס פון ספר "שערי תשובה" יעדער האט געלערנט מיט זיין חבר אינאיינעם.

נאכן לערנען מוסר האט מען געטיילט טרויבן, ר' ישראל שלום מארקאוויטש שליט"א מנהל דישבתינו איז ארום אין אלע שטובער לייגן די בחורים שלאפן!!

ע"כ הקפה א'

יום ב' מחזרת עשרה ימים.

5:00 איז אריין געקומען וועקער איינס, הייבט אן זינגען מיט זיין זיס קעלעכעל: א שאד אויף צו שטיין שפעט עס דא א פיינע הייסע מקוה!

אפאר מינוט נאך דעם וואס וועקער איינס איז ארויס, איז וועקער צוויי אריין געקומען ער האט זיך גענומען מאכן אזוינע קולות אז מהאט שוין נישט געקענט בלייבן שלאפן, דערנאך איז אריין געקומען הר' מענדל שליט"א, ארויס טרייבן די בחורים פון די בעטן.

5:30 בדיוק איז מען שוין געווען אין פאליש נאכן מקוה!

8:00 איז מען זיך געגאנגען גרייטן צום דאווענען, 8:20 האט יעדער באקומען פון ר' מענדל שליט"א א "קופקע" צו וועם ער געהערט, אין און יעדע קופקע איז געווען איינער וואס האט פארגעלערענט ספר "דברי יואל" אין די דרשות!

:20 מינוט שפעטער איז מען געגאנגען דאווענען, נאר איין פראבלעם איז געווען אז איין לעקטער איז געווען אויסגעברענט די לעקטער פון אינעווייניג, ר' מענדל שליט"א האט גלייך גערופן די עלעקטעריק קאמפעני.

א בחור האט מעורר געווען צו תשובה בלאזענדיג שופר!

נאכן דאווענען איז מען געגאנגען עסן פרישטאג אין עס-זאל, ע"פ תקנות הישיבה האט קודם געמוזט זיין TUNA דערנאך האט מען געקענט עסן אנדערע זאכן ווי פיינע צושניטענע 'וועשטעבעלס' אין נאך וואס מ'האט צושניטען און קאך.

אבער ס'האט זיך געמאכט א פראבלעם די "ברויט" האט נישט געהאט קיין "הכשר" האט מען ארויסגעגעבן "פראנציוז בייגעלס".

10:45 איז מען געגאנגען אין בית המדרש לערנען, פרק ה' – ארבעה אבות, 1:45 איז מען געגאנגען עסן לאנטש, ווייטער איז געווען קעיק מיט כל מיני מטעמים, די אראנדז דזוס איז אנגעקומען אינמיטן, קיינער איז נישט ארויס ביזן זאט ווערן.
די עלעקטארישן איז אנגעקומען אין געפיקסט די לעקטער ויהי אור.

נאכן עסן האט ר' מענדל שליט"א אריין געשיקט אלע בחורים אין די בעטן, מוועקט שוין 3:30,
3:45 דארף מען שוין זיצן אין לערנען, 3:45 איז מען טאקע אריין אין בית המדרש.

6:45 איז מען געגאנגען דאווענען מנחה, דערנאך איז מען געגאנגען עסן נאכטמאל, מהאט געגעבן "פרענטש פרייס" ר"ל, אלע בחורים האבן געגעסן דערפון.
לאמיר נישט פארגעסן מען האט געמוזט עסן זופ, ווייל שיטת ר' מענדל שליט"א איז ווער עס האט נישט געגעסן קיין זופ איז נישט זאט געווארן.

נאך נאכטמאל 8:00 האט מען ווייטער געלערנט פלייסיג, 8:30 האט הרה"ג ר' יונה ראטטענבערג ני"ו, איבערגעגעבן אפאר ווערטער בענין די הייליגע טעג, אזוי ווי מען קען הערן אויפן טעיפ וואס מכון מעתיקי שמועה (מועה) האט רעקאדירט.
מען האט געדאווענט מעריב מיט א ברען, דערנאך האט מען געגעבן טרויבן אין אריין אין די בעטן.......................

יום ג' מחזרת עשרה ימים.

וועקער-1 געבט נישט אויף, ער קומט וועקן 5:00 ווער עס איז נאך נישט אויפגעשטאנען פון די וועקער זייגערס פון די בחורים וואס האבן "געוואלט" אויפשטיין פריער, דערנאך איז וועקער-2 אריינגעקומען "אנשרעקענדיג" דעם עולם אז עס וועט נאר זיין קאווע פאר די עשרה ראשונים, היות נאר די האלבע קעסל הייס וואסער איז הייס.

מען האט געלערנט פארטאגס ווי געפלאנט, נאכן לערנען האט מען געדארפט געדענקען צו וועלכע קופקע "דברי יואל" מ'געהערט, קאפס פאר קאווע איז געווען גענוג ביזן דאך.

9:00 האט מען געדאווענט, ליינען איז מען געגאנגען אין בית המדרש אין דארט גענדיגט דאס דאווענען, עס איז געווען ממש א קידוש השם.
פרישטאג איז געווען נאכאמאל חוץ די אלע אויסוואלן, איז געווען טונא, ע"פ תקנת הישיבה.
חוץ מזה האט מען געהאט "פינאט באטטער" דערנאך איז מען ווייטער געגאנגען לערנען.

אגב ברויך מען דערמאנען אז די בחורים האבן אלץ געהאלטן פאר די אויגן 'חודש אלול' די וואנט איז געווארן פיל מיט רמזי אלול צעטלעך.

נאכ'ן לערנען איז מען געגאנגען עסן מיטאג, נאך מיטאג איז מען צוריק לערנען, דערנאך איז געווען א נאכטמאל כדבעי.
נאך דעם ווייטער געלערנט אין דערנאך איז מען געגאנגען דאווענען מעריב דערנאך האט מען געהאט די זכי' אז הרה"ג ר' אברהם יוסף קאהן שליט"א האט גערעדט אפאר ווארעמע דיבורים.

אין מכון מעתיקי שמועה האט אלעס אפגעכאפט מיטן נייעם מעכטיגן טעפ ריקארדער, שנדבי כל אבריכם מ'שאפראן בקיץ תשס"ג,
טרויבן אין שלאפן.

יום ד' מחזרת עשרה ימים.

ויהי ערב ויהי בוקר יום שישי, 5:00 איז נאר וועקער-2 געקומען וועקן מאכענדיג קולות "ליל שישי ארויס פון בעט" די בחורים זענען גלייך ארויסגעשפרינגען פון בעט, מיט גרויס זריזות איז יעדער געגאנגען לערנען יעדער איז געווען פונקטליך לכבוד ליל שישי.

דערנאך ביים דאווענען האט מען געשטורעמט פארן אויבערשטען עס האט ממש געברענט א פייער אין בית המדרש ביים דאווענען.

ביי פרישטאג האט מען געהאט פיינע "סאלאט" וואס בחורים האבן צוגעשטעלט.

דערנאך איז מען געגאנגען לערנען אין עס זאל, וויבאלד די טישן זענען שוין געווען מסודר נאך פון דאנערשטאג ביינאכט, מען האט געלערנט ביז 1:00 דאן איז ר' לייבוש דייטש שליט"א מקרית יואל, מגי"ש בישיבת עצי חיים סאטמאר ישיבה קטנה, גערעדט בענין חודש אלול ושבת קודש, דערנאך איז מען געגאנגען עסן לאנטש, דערנאך איז מען געגאנגען שלאפן,

ביזדערווייל האט די "גארביטש טראק" געקומען אויפפיקן די גארביטש, די רב אין רביצין זענען אנגעקומען מיט א שיירא אייניקלעך.

4:45 האבן ביידע וועקערס אינאיינעם אויפגעוועקט דעם עולם, 5:00 איז געווען טועמי' עס איז געווען כל מיני קוגלען, די קושקע איז נעבעך נישט אנגעקומען! [מען האט באשטעלט?]

מען איז געגאנגען אין מקוה מסדר געווען צרכי שבת, 6:00 איז געווען מעביר סדרה זיין.

קבלת שבת קודש.

7:45 איז מען געגאנגען מקבל שבת זיין בראש כ"ק אדמו"ר שליט"א דער רב האט געדאווענט מנחה פארן עמוד, דערנאך קבלת שבת די לופט איז געווען ממש הייליג.

מען איז געגאנגען פראווענען די סעודה מיט זמירות שב"ק.

ס'איז געווען כל מיני וויינען קידוש צו מאכן, מען האט אנגעפאנגען ארויסצוברענגן עסן, פון קויפמאנ'ס אפטייזער'ס די קידוש פונעם רב האט אנגעווארעמט די בחורים, די חלה וואס די בחורים האבן באקומען מאנכע רופן דאס אן בילקעלעך, די פיש, די אויסוואל איז געווען געוואלדיג, ווייט, סעלמאן, געפילטע, פיש זאפט איז געווען לרחצה, די סארווערס האבן סארווירט מיט א מוראדיגע ווארעמקייט.

מען האט געזאגט דברי תורה, עס איז דא א תקנה אז אלע בחורים מוזן זאגן דברי תורה ברבים, אפי' א קליין ווארט, אזוי ווי אין וויזניץ מען האט אנגעפאנגען ביים עלצטען כתה אין אראפ.

דערנאך האט מען אריינגברענט די נארהאפטיגע זופ, עס איז געווען קאלט.

בענטשען האט מען מכבד געווען הר' ר' מענדל ר"מ ד'10 טעג.
מען האט אריינגעברענגט טעצער טרויבען פארן רב, ער האט געטיילט שיריים טרויבן אין פירות.

דערנאך איז מען ארויס אין א רקודה עד פלגא דלילה. 2:30 איז מען זיך געגאנגען לייגן....

יום ה' מחזרת עשרה ימים.
שבת קודש.

7:00 האבן אונזערע וועקערס געוועקט, 7:30 האט מען אנגעפאנגען א מנין תהילים, 8:00 זענען זיי נאכאמאל געגאנגען וועקן די איבערגעבליבענע שלאפער'ס, צו ליינען קריאת שמע בזמנו, אין זיך גרייטן צום דאווענען ווי עס פאסט פאר א חסידיש בחור.

נאך תהילים האט מען זיך געשטעלט דאווענען, נאך מוסף האט איינער אויסגעקלאפט "ר' מענדל קאהן רופט דעם עולם צום קידוש".

ביי דעם קידוש איז געווען צוגעשטעלט, קאקאש קעיק, ספאנדש, בראוני, כל מיני הערינג מיט אייער קוכלען "פינק ענד ווייט" BOW TWISTS קאפ קעיקס ועוד ועוד.
סאדעס אלע מינים, נאר טשאלענט איז נישט געווען, הר' ישראל שלום מארקאוויטש האט אנגעווארעמט דעם עולם, דערנאך איז מען געגאנגען לערנען.

2:15 איז מען זיך געגאנגען גרייטן צום סעודת היום, ווייטער איז געווען כל מיני וויין אין אלע ערליי עסן, מען האט געטאנצן צוזאמען, דערנאך איז מען געגאנגען זיך אראפלייגן.

6:30 האט מען געוועקט 6:45 האט ר' שלמה קאהן שליט"א גערעדט, 7:20 איז מען געגאנגען דאווענען מנחה, דערנאך האט מען זיך געוואשען צו שלש סעודות, די רב האט געזאגט תורה, די לעקטער זענען געווען פארלאשן, אבער אין אלעמענס הערצער איז געווען ליכטיג.

(נישט צום באמערקן: כתה י"ב האט אביסל ארום-געבורדערט בשעתן תורה, מ'האט געהאפט אויף בעסערס)

דערנאך האט מען געדאווענט מעריב, געהערט הבדלה, אין גלייך געגאנגען לערנען, נאך א שעה איז מען געגאנגען זיך וואשען מלוה מלכה.

די מעשה פונען פריפעטשיק איז פארציילט געווארן, נאכן בענטשן האבן אלע בחורים געטאנצן צוזאמען.

יום ו' מחזרת עשרה ימים.
יום א' נצבים וילך.

8:30 האבן די וועקער'ס געטוהן וועקן, כדי 9:00 זאל מען זיין גרייט צום דאווענען, 9:30 האט מען שוין געדאווענט מיט א ברען, מיט א שבת'דיגען השפעה, וויבאלד די טישן זענען נאך געווען אויסגעשטעלט ווי ס'געווען שבת.

דערנאך איז מען געגאנגען עסן, מען האט זיך געזעגנט פון א בחור וואס ברויך צוריקגעפארן קיין לונדון.

געלערנט האט מען פון 11:00 ביז 1:00 דערנאך איז מען געגאנגען שלאפן, 3:00 איז געווען מיטאג, 3:45 איז מען צוריק לערנען, דאן איז אלעס אריין אין סדר אזוי ווי ביז אהער.

ביינאכט האט ר' משה יהודה יצחק שטעסל שליט"א איבערגעבען ווארעמע ווערטער פאר די בחורים, מען האט געדאווענט מעריב.

יום ז' מחזרת עשרה ימים.

5:00 האבן די וועקערס געוועקט, אלעס כשורה, רמזי אלול האבן זיך אנגעפולט, געלערנט, געדאווענט, גליינט אין בית המדרש, ביי נאכטמאל איז שוין געווען עפעס אנדערש, ס'געווען מילכיגע נאכטמאל.

געלערנט, נאך מעריב האט ר' אייזיק מערמעלשטיין ני"ו האט געגעבן חיזוק פארן ציבור, טרויבן אין אריין אין בעט.

יום ח' מחזרת עשרה ימים.

5:00 געוועקט, היינט האט וועקער-2 גענוצט א נייען מיטל צום וועקן, מיט איבערגענומענע קולות האט ער געשריגן "היינט איז יום שנכפל בו כי טוב" אויפשטיין.

ביינאכט נאך מעריב האט הר' יואל שטיין איבערגעגעבן ווארעמע דיבורים בענין די הייליגע טעג, טרויבן אין און בעט.


יום ט' מחזרת עשרה ימים.

5:00 די וועקערס זענען דא! וואסערע טאג איז היינט? מיטוואך עס געהער שוין צום שבת זאפארט ארויס פון די בעטן!!

היינט איז געווען פיין קאלט.

די גאז טראק איז געווען היינט, מען האט נישט געלערענט דברי יואל דעם טאג, מען האט געדאווענט מיט 15 מינוט פריער, געלערנט מיט 15 מינוט פריער א בעל דרשן גייט קומען.
הרה"ג ר' הערשל טויב שליט"א אב"ד בעהוץ, איז געקומען רעדן.

אינמיטן לערנען זענען 2 חשובע נגידים געקומען זעהן אין הערן דעם קול תורה, דערנאך מיטאג א.א.וו.

ר' מענדל קאהן ר"מ ד'10 טעג, איז אריינגעפארן אין שטאט צו א חתונה.
נאך מעריב האט החתן יואל ב"ר ישראל שלום מארקאוויטש ני"ו איבערגעגעבן ווארעמע ווערטער, דערנאך שלאפן.

יום י' מחזרת עשרה ימים.
ה' נצו"י תשס"ג לפ"ק.

יום האחרון מען פארט אהיים!

פארטאגס ביים וועקן האבן אלע בפה אחד געפרעגט, "ר' מענדל איז שוין דא?" אז נישט רירט מען זיך נישט ארויס, ר' מענדל פלעגט אפווארטן די בחורים יעדען פארטאגס ביים טיר פונעם פאליש, "יעדער נעמט א ווארעמע קאווע", אז ער איז נישט דא, קומט מען נישט ארויס פון בעט.

למעשה איז ר' מענדל אנגעקומען אינמיטן לערנען אין די פארטאגס שעה'ן, די קול תורה איז צוריק דא.

נאכן דאווענען האט ר' מענדל אויסגערופן: היינט איז אנדערש ווי יעדען טאג, היינט גייט מען קודם פאקן די פעק אין אלעס לייגן אויפן פארטש, דערנאך וועט מען עסן פרישטאג, נאכער וועט מען לערנען 4 שעה ברציפות.

11:45 איז יעדער געווען אויף זיין פלאץ אין בית המדרש געלערענט אזוי ווי די רמזי אלול צעטל האט געזאגט היינט –
בראשי"ת
ב'ישיבת ש'אפראן י'ום א'חרון ת'למדו ר'צופות!


אזוי האט מען געלערענט ביזן לעצטן מינוט.

3:45 האט הרב ישראל שלום מארקאוויטש שליט"א שטיל געמאכט דעם עולם, ער האט געזאגט אפאר ווארעמע ווערטער אין דערנאך איז געווען די גרויסע פארגעגרייטע

מסיבת פרידה וסיום מסכת בבא קמא


דער עולם איז זיך געגאנגען וואשן בערך 4:30, הב'......... האט געמאכט די סיום אויפן מסכת וואס מען האט געהארעוועט דורכן יאר בכלל אין און די 10 טעג בפרט.

דערנאך האט הב' ............. ני"ו געמאכט א סיום אויף מסכת ביצה, אין אחרון אחרון חביב האט הר' ............ שליט"א געמאכט א סיום אויף מסכת חגיגה, דער עולם האט געוואונטשן מזל טוב.

דערנאך האט ר' פנחס אליעזר מייזליש שליט"א מגיד שיעור מסיים געווען מיט א ווארט פונעם פנ"י אין שיטה מקובצת, מען האט געבענטשט אין דערנאך איז מען ארויסגעפארן בשטומצ"ח, בערך 8:00 זענען די באסעס געצויגן!!

10:15 איז מען אנגעקומען קיין ווילימסבורג!

דא האבן מיר געוואלט איבערגעבן א גרויסן יישר כח, פאר אלע וואס האבן זיך באטייליגט אין צוגעהאלפן, פארן, דורכן, ווי אויך נאכן 10 טעג.



מיר טוען גלייכצייטיג מעלדן ווער עס ברויך בילדער אין נאך ביטע שיקן אן אימעיל צו: [email protected]
מען וועט עס נאר ארויסגעבן פאר שאפראנע'ר תלמידים!
צולייגער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3792
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 04, 2010 11:08 am
לאקאציע: ערגעצוואו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צולייגער »

אנבעליוועבל, גוט, אויסערגעווענליך...
אלס מיטלעבער פאר פינף יאר אין א צי קענעך נאר זאגן אז עס איז דא אסאך מוסיף צו זיין, ועוד חזן לעמוד.
געשטימט פאר ראשעק הול
תג נוצער
שר חמש מאות
תגובות: 695
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 28, 2010 3:19 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך תג נוצער »

איי איי איי
מי יתן והי' איינער זאל באשרייבן שאפראן קעמפ פון 13 יאר פריער, ווען איך האב געוויילט דארט צוזאמען מיט ידידינו הרה"ח ר'.... נו גילוי
ווער ס'מיינט מ'מיינט אים, טאקע אים מיין איך

דער נאמען ר' מענדל קאהן געדענק איך נאך פון דעמאלטס, איך געדענק אבער אויך פון דעמאלטס דעם קאנסלער הרה"ח ר' חיים שמשון פאלאטשעק ע"ה ולהבחל"ח דעם העד קאנסלער ר' יושע בערקאוויטש

ווער נאך ס'געדענקט זאל אויפהייבן די הענט
אוועטאר
שלעפשיץ
שר האלף
תגובות: 1427
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 17, 2010 1:32 pm
לאקאציע: ביים רבי'ן אין שלעפשיץ
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלעפשיץ »

איך האב עס דעמאלטס געשריבן אין אסאך ארויס געשניטן.
איך א UNCUT חלק אויב די בוסט אינטערעסירט, מיט בילדער.

די שאלה איז אויב די בוסט געווען תשס"ג.
ווילוויסן
שר האלף
תגובות: 1436
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 27, 2011 11:26 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווילוויסן »

זייער רייך
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

תג נוצער האט געשריבן:איי איי איי
מי יתן והי' איינער זאל באשרייבן שאפראן קעמפ פון 13 יאר פריער, ווען איך האב געוויילט דארט צוזאמען מיט ידידינו הרה"ח ר'.... נו גילוי
ווער ס'מיינט מ'מיינט אים, טאקע אים מיין איך

דער נאמען ר' מענדל קאהן געדענק איך נאך פון דעמאלטס, איך געדענק אבער אויך פון דעמאלטס דעם קאנסלער הרה"ח ר' חיים שמשון פאלאטשעק ע"ה ולהבחל"ח דעם העד קאנסלער ר' יושע בערקאוויטש

ווער נאך ס'געדענקט זאל אויפהייבן די הענט

מיר געדענקן יענע זוממער (מען האט געברענגט א לעבעדיגע ציגעלע צו זינגן חד-גדיא ווען די 2 טיעמס האבן געהייסן פסח און סוכות), זיסע זכרונות.

און איבער די 10 טעג קען מען שרייבן ביכער און נישט אניאגן אלעס צו שרייבן.

איך האב אבער מזל אז פונקט תשס"ג בין איך נישט דארט געווען, אנדערש וואלט איך מיך געטראפן באשריבן צווישן די שורות פון ידידינו ר' שלעפשיץ...
שטרוי
שר חמש מאות
תגובות: 584
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אפריל 05, 2011 9:06 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטרוי »

קרעמער האט געשריבן:
תג נוצער האט געשריבן:איי איי איי
מי יתן והי' איינער זאל באשרייבן שאפראן קעמפ פון 13 יאר פריער, ווען איך האב געוויילט דארט צוזאמען מיט ידידינו הרה"ח ר'.... נו גילוי
ווער ס'מיינט מ'מיינט אים, טאקע אים מיין איך

דער נאמען ר' מענדל קאהן געדענק איך נאך פון דעמאלטס, איך געדענק אבער אויך פון דעמאלטס דעם קאנסלער הרה"ח ר' חיים שמשון פאלאטשעק ע"ה ולהבחל"ח דעם העד קאנסלער ר' יושע בערקאוויטש

ווער נאך ס'געדענקט זאל אויפהייבן די הענט

מיר געדענקן יענע זוממער (מען האט געברענגט א לעבעדיגע ציגעלע צו זינגן חד-גדיא ווען די 2 טיעמס האבן געהייסן פסח און סוכות), זיסע זכרונות.

און איבער די 10 טעג קען מען שרייבן ביכער און נישט אניאגן אלעס צו שרייבן.

איך האב אבער מזל אז פונקט תשס"ג בין איך נישט דארט געווען, אנדערש וואלט איך מיך געטראפן באשריבן צווישן די שורות פון ידידינו ר' שלעפשיץ...

ברם יזכר אותו האיש לטוב, ר' ליפא קויפמאן לרפו"ש, וואס האט זיך געלאזט אסאך קאסטן זיינערצייט, פאר א ביהמ"ד, ווי אויך כיתות פאר די אינגלעך, און א שטיק צייט דערנאך פאר כיתה טית, און יוד, נעבן די בחורים'ס ביהמ"ד,
אאה.. מה נהדר הי' המראה...

ווי אויך דר' גראאשקא, פלעגט ער קומען דעמאלס צו מרס. גאלדמאן, אין באנגעלוי, אז עס איז געווען פלאץ, אז נישט איז אויף א טישל צווישן די צוויי באנגעלויס אויך געווארן פאסענד, לטובת הצרכים.

א מינוט, די דעמאלטס'דיגע ארטיגע קעכערין, מרת האלצמאן ומשפ', קע"ה, אאה.. ווי באאטעם'ט איז עס געווען,

פאלאטשעק ולהבחל"ח, האללענדער, ווייס, מדריכים, פיינע געשמאקע נאמנות'דיגע יונגעלייט לברואת השלימות אלע,
אויך דער דעמאלטס'דיגע מענעדזשער ר' מענדל ווייס, מיטן גאא-קאר, און אפילו בעפאר אנעם גאא-קאר, יא יא.
זאלן אלע לעבן און געזונט זיין, און זעהן אסאך נחת, קע"ה,

יא די פאבליק טעלעפאנען, ביי די משפחות אין די קליינע באאט, כליפ כליפ...


זכרינו לחיים.
לעצט פארראכטן דורך שטרוי אום פרייטאג דעצעמבער 30, 2011 2:29 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
פארדינט
שר האלפיים
תגובות: 2026
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 28, 2009 10:53 am
לאקאציע: אויפן טראוועי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פארדינט »

איך בין דארט געוועהן סוף מ' יאהרן אלס דעי קעמפ'ער, מיינע עלטערן זענען געוועהן אין די קאנטרי קעגן איבער איך מיין ס'הייסט בערן'ס קאנטרי עפעס אזוי איך געדענק נישט פינקטליך, דעמאלטס האט איינע פון די 'טיעמס' געשפילט די באקאנטע מעשה פון "א ציג איז נישט קיין הונט", א איד האט אנגעלערנט א פריץ, ער האט זיך פארשטעלט איינמאל ווי א וואלד פארקויפער, איינמאל ווי א דאקטאר, וכו.
אה, און ר' יושע בערקאוויטש פלעגט חזנ'ן ביי לאנטש.
פארוואס האבעך עס? איימינוט, ווער זאגט כאבעס? אה! אז כא'פארדינט מסתם האבעכעס...!!!
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

פארדינט האט געשריבן:איך בין דארט געוועהן סוף מ' יאהרן אלס דעי קעמפ'ער, מיינע עלטערן זענען געוועהן אין די קאנטרי קעגן איבער איך מיין ס'הייסט בערן'ס קאנטרי עפעס אזוי איך געדענק נישט פינקטליך, דעמאלטס האט איינע פון די 'טיעמס' געשפילט די באקאנטע מעשה פון "א ציג איז נישט קיין הונט", א איד האט אנגעלערנט א פריץ, ער האט זיך פארשטעלט איינמאל ווי א וואלד פארקויפער, איינמאל ווי א דאקטאר, וכו.
אה, און ר' יושע בערקאוויטש פלעגט חזנ'ן ביי לאנטש.

מיר געדענקן גוט דעם שפיל, עס איז פארגעקומען אויפן פארטש פון די קינדער באנג.
אוועטאר
פארדינט
שר האלפיים
תגובות: 2026
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 28, 2009 10:53 am
לאקאציע: אויפן טראוועי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פארדינט »

יאפ, גערעכט.
עפעס א קאלאווער געדענק איך אבער איך קען מיך נישט דערמאנען וואס, דו געדענקסט אפשר?
פארוואס האבעך עס? איימינוט, ווער זאגט כאבעס? אה! אז כא'פארדינט מסתם האבעכעס...!!!
אוועטאר
געשמאקער
שר האלף
תגובות: 1576
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 10, 2008 7:27 pm
לאקאציע: נישט צום געפונען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געשמאקער »

פארדינט האט געשריבן:איך בין דארט געוועהן סוף מ' יאהרן אלס דעי קעמפ'ער, מיינע עלטערן זענען געוועהן אין די קאנטרי קעגן איבער איך מיין ס'הייסט בערן'ס קאנטרי עפעס אזוי איך געדענק נישט פינקטליך, דעמאלטס האט איינע פון די 'טיעמס' געשפילט די באקאנטע מעשה פון "א ציג איז נישט קיין הונט", א איד? האט אנגעלערנט א פריץ, ער האט זיך פארשטעלט איינמאל ווי א וואלד פארקויפער, איינמאל ווי א דאקטאר, וכו.
אה, און ר' יושע בערקאוויטש פלעגט חזנ'ן ביי לאנטש.

ישעי' בצלא' פוקס די בדחן איז געווען די פויער

ער האט אנגעפאנגען מיט א ניגון בערך אזוי:
אין מיין קליין גוועלבעל
איז דא א קליין קעלבעל
ווער עס וויל עס קויפען
זאל קומען צו לויפען
מיט דעם אלעם, א שמייכעל קענסט די נאך אלץ געבען ....

קויפט איר אויף איבעי? ביטע ניצט דעם לונק.
זה נהנה וזה לא חסר
אוועטאר
שלמי
שר חמישים ומאתים
תגובות: 411
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 25, 2009 4:14 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלמי »

אוי וויי וויי
אוועטאר
געשמאקער
שר האלף
תגובות: 1576
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 10, 2008 7:27 pm
לאקאציע: נישט צום געפונען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געשמאקער »

וואס וויי ווייסטע ארום דארטן
מיט דעם אלעם, א שמייכעל קענסט די נאך אלץ געבען ....

קויפט איר אויף איבעי? ביטע ניצט דעם לונק.
זה נהנה וזה לא חסר
אוועטאר
שנאפס
שר עשרת אלפים
תגובות: 17010
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 12, 2011 9:59 pm
לאקאציע: אויף די קרעטשמע פאליצעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שנאפס »

דער פרינטער פרינט שוין פאר רעב מענדלען

שלעפשיץ מעכטיג באשריבן
kraitchmah עט גימעיל

באקומט סטאקס בחנם
אוועטאר
שלעפשיץ
שר האלף
תגובות: 1427
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 17, 2010 1:32 pm
לאקאציע: ביים רבי'ן אין שלעפשיץ
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלעפשיץ »

שנאפס איך האב מיט נעמען אויב די ברויכסט
אין בילדער
אוועטאר
שטייסטענישט
שר האלפיים
תגובות: 2351
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 07, 2011 10:35 pm
לאקאציע: וואו אימער כ'בין נישט וועלקאם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטייסטענישט »

א שאד איך האב נישט געלערנט אין שאפראן יענע יאר
:cry:
ביסטע דעפרעסט? איר זענט נישט אליינס, קליק דא און הער צו.
אוועטאר
leiby
שר שלשת אלפים
תגובות: 3911
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 16, 2008 11:08 pm
לאקאציע: צווישן אידן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך leiby »

געליינט אלץ א פרעמדער, זיך דערמאנט זכרונות פון די בחור'ישע יארן ממש לייוו,
שלעפשיץ שיין באשריבן.
שש מצות תמידיות: אהבת ה',יראת ה', יחוד ה', אמונה בה', שלילת ע"ז, ולא תתורו.
אוועטאר
שלעפשיץ
שר האלף
תגובות: 1427
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 17, 2010 1:32 pm
לאקאציע: ביים רבי'ן אין שלעפשיץ
פארבינד זיך:

אודיא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלעפשיץ »

יעצט איז מיר ערמעליגכט געווארן ארויף צולייגן אודיא אופן קאמפויטער
אלע טעיפס זענען שוין ריקארדירט

ווער עס ברויך אלע דרשות ובתוכם:
ר' ישראל שלום - מנהל
ר' מענדל -
ר' בעריש שטויבער
ר' פנחס אליעזר
ר' יושע העשיל טירנויער

ועוד ועוד

(מען זאל עס נישט לייגן פובליק בלי רשות המדברים)

קען שיקן אן אי-מעיל צו:
[email protected]
ותן ברכה
שר חמישים
תגובות: 63
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 16, 2014 12:25 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ותן ברכה »

איך בין געווען די ערשטע יאר ווען עס נולד געווארן די פלאן, איך געדענק שוין נישט אלע דעטאלן אפשר מיט די צייט וועל איך זיך דערמאנען, עס האט געהאט אלע טעמים. די עסן האט ר' מענדל פארשאפט פון א רעסטאראנט איך מיין פון די געגענט, עס איז געווען סעודת מלכים, די בחורים האבן צוגעלייגט א האנט אלעס אנגעפירט, אליין געמאכט זויבער. עס איז זיכער א יוניק איידיע אפילו פאר די היינטיגע וועלט פון שאבאטאן'ס, און עס איז זיכער אז נאר ר' מענדל מיט זיין געפיל צוזאמען מיט זיין לידערשאפט האט דאס געקענט באווייזן. (און לאמיר נישט פארגעסן פון די געלט וואס עס האט געקאסט).
אויב איך האב נישט קיין טעות איז ר' מנשה פילעפף אויך געווען דארט.

דרך אגב די בית המדרש פון די בחורים איז געווען פאר די יונגלעך ביז דאכט זיך מ"ט אדער נ' דעמאלטס האט ר' ליפא געבויט די נייע בית המדרש פאר יונגלעך און די בחורים וואס זענען ביז דעמאלט געווען סטאנציאנירט און די קליינע לאנטש רום זענען אריבער און די יעצטיגע ביהמ"ד וואס איז נאך נישט געווען צוגעבויט, ווי אויך איז געווען אלטע פענעלס און בענק ארום מיט סטעידזש אזוי די אלטע קאנטרי בתי מדרשים ווער עס געדענקט, דאן איז ר' מענדל אריינגעקומען מיט די בחורים און אליין געמאכט דעם דזשאב מ'האט אנגעהובן צו ברעכן די בענק פענעל'ס וכדו' איך בין געשטאנען פון די זייט פארוואונדערט פון די מראה, און ביז א וואך איז געווען אהערגעשטעלט א ניי בית המדרש. ווער עס קען זאל מוסיף זיין פרטים.
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28201
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

אז דו רעדסט שוין פון די אלטע בית המדרש און די נייע, איז באקאנט אז ביידע האט ר' ליפא קויפמאן מנדב געווען. האב איך געהערט אז ביי די ניחום אבלים נאך האשה החשובה מרת פערל קויפמאן ע"ה וואס איז אוועק דעם חודש, האט דער שאפראנער רב שליט"א פארציילט פאר די קינדער א מעשה וואס זיי האבן ניטאמאל געוואוסט.

אז די ערשטע בית המדרש איז מיטגעקומען ווען מען האט אפגעקויפט דעם קעמפ, ווי דער שטייגער פון אלע קאנטרי'ס אז עס איז דא איין גרויסע געביידע וואס דינט אלס כמו טעאטער, מיט א גרויסע סטעידזש אין צענטער (דארט איז היינט דער אוצר הספרים). און ר' ליפא קויפמאן וזוגתו (להבחל"ח) האבן מנדב געווען א שיינע סומע געלט צו נעמען דעם עקזיסטירנדן געביידע און דאס פארוואנדלן אין א שיינע בית המדרש (פאר די אינגלעך).

שפעטער האט מרת קויפמאן ע"ה גע'חלומ'ט אז איר פאטער (וועלכער איז געווען א געהויבענער איד, א תופס ישיבה, ר' וואלף פעפער ז"ל) זאגט איר: היתכן זיי האבן מנדב געווען לעילוי נשמתו דאס איבערבויען פון אן אלטע געביידע, און נישט אויפגעבויט א הויז פון פריש פאר א בית המדרש.

אומר ועושה, יענעם טאג האבן זיי באשטימט א מיטינג מיט שאפראנער רב שליט"א, און אראפגעלייגט גאר א שיינע סומע געלט (עטליכע מאל אזויפיל ווי פריער) צו אויפבויען די נייע בית המדרש (וואס דינט היינט פאר די אינגלעך). דארט איז טאקע געווען א פרישע געביידע, מען האט אויסגעריסן ביימער און געבויט דעם געביידע פון אונטן ביז אויבן לשם בית המדרש.
שכל טוב
שר חמישים ומאתים
תגובות: 254
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 23, 2014 2:38 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שכל טוב »

נישט מער געדאכט דערמאנט עס מיר די מעשה מיט די לאך אין קאפ (תשנ״ג אויב געדענק איך גיט ) וואס א יונגעל האט באקימען פון די פען אויפן דאך
בעמבא
שר חמישים ומאתים
תגובות: 417
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אקטאבער 12, 2014 10:19 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בעמבא »

אטש דו ברענגסט מיר אויף קעשמארן, שפעטער האט מען פארדעקט די פענס מיט סקרינס.
נאך געווען פאר די עירקאנדישען לוקסוס, מען איז נאך געשלאפן אין די לאנגע ענדע נון באנק מיט פענס וואס האבן בסך הכל געהלפען הייבן די שטויב פון די קארפעטס.
בענאק
שר חמש מאות
תגובות: 957
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 12, 2015 4:35 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בענאק »

שכל טוב האט געשריבן:נישט מער געדאכט דערמאנט עס מיר די מעשה מיט די לאך אין קאפ (תשנ״ג אויב געדענק איך גיט ) וואס א יונגעל האט באקימען פון די פען אויפן דאך

א לאך אין קאפ?!! א ריזיגע שניט אין די נאז און די באקן. ער איז אריינגעפלויגן מיט א העליקאפטער נאכהער

היינט איז שוין גראדע דארט אויך שיין פארבויעט מיט פענסטער און עירקאנדישאן
בעמבא
שר חמישים ומאתים
תגובות: 417
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אקטאבער 12, 2014 10:19 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בעמבא »

קען מען שוין עפנען א עקסטערע איי וועלט פאר יוצאי ישיבות שאפראן!
ותן ברכה
שר חמישים
תגובות: 63
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 16, 2014 12:25 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ותן ברכה »

אינטערעסאנט, איז דא עפעס מער נאסטאלגיע אין שאפראן מער ווי אנדערע פלעצער וואס איך זע נישט באשריבן?
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע קרעטשמע”