איבער געקוקט, און אויספראבירט.

געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
Jewboy
מלך הייד פארק
תגובות: 418
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 26, 2006 5:30 am
לאקאציע: אונטער דער ערד
פארבינד זיך:

איבער געקוקט, און אויספראבירט.

תגובהדורך Jewboy » דינסטאג דעצמבער 27, 2011 11:41 am

די טייטש פון בדוק ומנוסה.

דא קען מען שרייבן פון זאכן וואס איר האט אויספראבירט און געזעהן אז ס'איז ריכטיג די זאך.

איך האב א גאנצע ליסט אפגעשריבן פון פארשידענע עצות וואס ס'שטייט אין כל מיני פלעצער, און רוב דערפון וואס ס'איז טאקע אזוי האב איך פארצייכנט.

איך וועל קודם שרייבן אפאר זאכן, און ס'רעשט וועט נאכקומען.

1] ווען איר שניידט צוויבל און ס'זאל אייך נישט רינען טרערן, אדער ציפן די אויגן, איז גוט צו האלטן א שוועבל אין מויל מיט די רויטע פון אינדרויסן, און הפלא ולפלע די גאנצע שארפקייט וואס קומט צו די פנים גייט אריין אין שוועבל.

2] ווען איינער היסט שטארק און ס'איז שווער ס'אטעם לייגט א האלבע צוויבל נעבן ס'קישן און שטייט אויף א געזונטער.

3] ווען איינער האט פיבער. נעמט וואטע שמירט עס אן מיט אויל, (עס איז דא וואס טוען עס מיט עסיג, ביידע איז גוט) רייבט עס אריין אויפן בויך און שלאפט איין דערמיט און א טאג צוויי (ווענדט זיך ווי שטארק מ'מאכט עס) זענט איר א אנדער מענטש. (נישט ממש א אנדער, אבער אזוי זאגט מען, איא).
א גוטן.
א גוטן, קען אלץ צו נוץ קומען

אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12473
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.

תגובהדורך צייטליך » דינסטאג דעצמבער 27, 2011 11:49 am

שלום עליכם א גאר אלטער ידיד. רב דשאו בוי.

יישר כח פאר די עצות. פונקט נעכטן האב איך געשניטן צוויבל פאר א חנוכה פארטי - מיסתמא ס'ערשטע מאל זינט די ישיבה צייטן - און ס'אויגן האט געציפט אז איך האב געשניטן מיט מסירת נפש מיט פארמאכטע אויגן. גיימער אויספראבירן דיין עצה.
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28308
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » דינסטאג דעצמבער 27, 2011 12:13 pm

אילו לא באת אלא בשביל עצת הבצלים דיינו (פארשטייט זיך, נאר אויב עס ארבעט טאקע..)

אוועטאר
שלמי
שר חמישים ומאתים
תגובות: 411
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 25, 2009 4:14 pm

תגובהדורך שלמי » דינסטאג דעצמבער 27, 2011 1:09 pm

קרעמער האט געשריבן:אילו לא באת אלא בשביל עצת הבצלים דיינו (פארשטייט זיך, נאר אויב עס ארבעט טאקע..)

your friend
שר חמש מאות
תגובות: 606
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 09, 2009 3:53 pm

תגובהדורך your friend » דינסטאג דעצמבער 27, 2011 1:29 pm

אוך צו קענען איז דא א עצה צו לערנען, כמאמר החכם אז מען לערנט קען מען!
וויליך דא מיטטיילען אז איך האבעס אויספראבירט און עס ארבעט פיין.

אוועטאר
סביב העולם
שר שלשת אלפים
תגובות: 3789
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 27, 2011 1:05 pm

תגובהדורך סביב העולם » דינסטאג דעצמבער 27, 2011 1:39 pm

פאר שטארקע אויערן שמערצן נעמט אייער קליינעם פינגער הנקרא זרת (זרת ארכה וזרת רחבה) און נעמט ווארימע שמן זית (נישט הייס) שמן זית פון שיירי מצוה כגון מנרות חנוכה או מנרות שבת או מנוי סוכה איז מער רעקעמאנדירט, און טינקט איין אייער אויבן דערמאאנטער פינגער אין די שמן זית, און לייגט עס אריין אינעם ווייטאגליכן אויער, און די ווייטאג ווערט פארשוואונדן ווי קיינמאל ניקסט דא געוועזן
רפואה שלימה!
שמועה שמנו!
און אויף די סגולה פון פיבער אנשמירן אויפן בויך זאגט מען: שמנו ותרגז בטננו!
AROUND THE WORLD AROUND THE CLOCK
ארום די (איי) וועלט - רונדע דעם זייגער

אוועטאר
סאכדעס
שר עשרים אלפים
תגובות: 21817
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע: אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

תגובהדורך סאכדעס » דינסטאג דעצמבער 27, 2011 4:08 pm

וואט א סורפרייז, דער קעניג אליינס איז געקומען, זיכער אין זכות פון חנוכה. יישר כוח אייך.

אוועטאר
Jewboy
מלך הייד פארק
תגובות: 418
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 26, 2006 5:30 am
לאקאציע: אונטער דער ערד
פארבינד זיך:

תגובהדורך Jewboy » מיטוואך דעצמבער 28, 2011 3:08 pm

סביב העולם האט געשריבן:פאר שטארקע אויערן שמערצן נעמט אייער קליינעם פינגער הנקרא זרת (זרת ארכה וזרת רחבה) און נעמט ווארימע שמן זית (נישט הייס) שמן זית פון שיירי מצוה כגון מנרות חנוכה או מנרות שבת או מנוי סוכה איז מער רעקעמאנדירט, און טינקט איין אייער אויבן דערמאאנטער פינגער אין די שמן זית, און לייגט עס אריין אינעם ווייטאגליכן אויער, און די ווייטאג ווערט פארשוואונדן ווי קיינמאל ניקסט דא געוועזן
רפואה שלימה!
שמועה שמנו!
און אויף די סגולה פון פיבער אנשמירן אויפן בויך זאגט מען: שמנו ותרגז בטננו!
א גוטן.

א גוטן, קען אלץ צו נוץ קומען

אוועטאר
Jewboy
מלך הייד פארק
תגובות: 418
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 26, 2006 5:30 am
לאקאציע: אונטער דער ערד
פארבינד זיך:

תגובהדורך Jewboy » מיטוואך דעצמבער 28, 2011 3:11 pm

א שטיקל טעות.

די נאמען פון די טעמע דארף ווען צו זיין.

אויספראבירט און זיך איבערצייגט (בדוק ומנוסה)
א גוטן.

א גוטן, קען אלץ צו נוץ קומען

אוועטאר
היפאקריט
שר האלף
תגובות: 1005
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 05, 2012 1:28 pm
לאקאציע: נישט צום געפינען

תגובהדורך היפאקריט » דאנארשטאג מארטש 06, 2014 4:27 pm

קוקען אויף די נעגל צו אויפהערן לאכן
טרייבט צו מיר יעדעס ביסל צייט וואס איר קענט נאר, איך וועל אייך שטארק דאנקבאר זיין
חתם סופר
viewtopic.php?p=750174#p750174


צוריק צו “היימישע קרעטשמע”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 8 געסט