שיריים פונעם געהויבענעם יו"ט פורים העעל"ט

געשמאקע ארטיקלען און באשרייבונגען

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
סאכדעס
שר שלשים אלף
תגובות: 31438
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע: אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאכדעס »

יישר כוח פאר אלע טעגביכער, (יא? צוויי טעג.)

וואדקע האט א פראבלעם, אז עס איז נישט קיין ווויין. מיין עקספיריענס - יעדן שבת אינדערפרי - איז וואדקע מאכט טאקע זייער בגילופין, אבער עס מאכט דיך נישט קראנק, און אויך נישט קיין מאגן רייסעריי.
פקודתו פון התאחדות שמרה רוחי!
אוועטאר
א טאטע
שר חמישים
תגובות: 73
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 11, 2008 12:24 pm
לאקאציע: א מאל אין קאך, אמאל אין הויף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א טאטע »

דאכצעכמיר
שר מאה
תגובות: 185
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 02, 2008 6:23 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דאכצעכמיר »

נעכטן דורך געליינט אלע אכט בלעטער, חברה כ'מוז ענק זאגן, כ'האב מורא'דיג הנאה געהאט, ס'האט מיר באמת אריינגעברענגט אין א פורים'דיגער שטימונג, יישר כוחכם ענק אלע, רבותי ס'קומט א לעבעדיגן פורים!
איין שאלה האב איך, אז מ'רעדט וועגן טרונקן ברוינפן, דאכצעך כ'האב אמאל געהערט אז עס איז א סכנה צו טרונקן ברוינפן מיט וויין איינס נאכן אנדערן, קען עס איינער קאנפירמען?
mosh

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך mosh »

דא איז געווען א פארום פון פורים שפילס און פורים תורות

ווער ווייסט ווי אזוי מען קומט אן צו דעם ????
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28204
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

דאכצעכמיר האט געשריבן:נעכטן דורך געליינט אלע אכט בלעטער, חברה כ'מוז ענק זאגן, כ'האב מורא'דיג הנאה געהאט, ס'האט מיר באמת אריינגעברענגט אין א פורים'דיגער שטימונג, יישר כוחכם ענק אלע, רבותי ס'קומט א לעבעדיגן פורים!
איין שאלה האב איך, אז מ'רעדט וועגן טרונקן ברוינפן, דאכצעך כ'האב אמאל געהערט אז עס איז א סכנה צו טרונקן ברוינפן מיט וויין איינס נאכן אנדערן, קען עס איינער קאנפירמען?

דעפענעטלי! עס איז סכנת נפשות. פרעג א הצלה אינגערמאן וויפיל מענטשן זיי ליפערן יערליך אין שפיטאל צוליב דעם. (אויך מעדעצין מיט אלקאהאל איז סם המות)
דאכצעכמיר
שר מאה
תגובות: 185
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 02, 2008 6:23 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דאכצעכמיר »

יישר כוחכם.
ווילאנג דארף די הפסק זיין?
DONE
שר חמישים ומאתים
תגובות: 253
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 10, 2008 9:32 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך DONE »

לכאורה האט געשריבן:[ מעדעצין מיט אלקאהאל איז סם המות
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

תגובה מספר: #20,000
מוצאי שיבסר באדר תש"ע לפ"ק
פה ברוקלין ניו יארק ארה"ב יצ"ו

נאך א לענגערע שטילשווייגעניש צוליב די מעמד 19,999 תגובות וואס האט זיך אויסגעלאזט מיט א הילכיגע אנזעץ ווען איך האב מיך נישט געקענט צוזאמקלייבן אנצורעכטן עפעס א זאכליכע ארטיקל לכבודכם ולא לכבודי, קום איך דא אנהאלטן א לאנגיעריגע טראדיציע פון שילדערן א טיילווייזן טאגבוך פון דעם געהויבענעם יום טוב פורים און וויאזוי דאס איז פארבייגעגאנגען אויף אונז און אונזערע ארומיגע, בעזרת צורי וגואלי.

יעצט אויפדערנאכט האב איך איבערגעליינט אלע אכט בלעטער פונעם העכסט אינטערסאנטן אשכול און געלאכט ווי מען דארף דארט וואו מען דארף און געבענקט מיט נאסטאלגיע אויף די אמאליגע שרייבער וואס האבן געלאזט אפדרוקן אין דעם אור אלטן אשכול אבער היינט געפונט מען זיי בלויז אין די פארשטויבטע אשכולות. איך רעד טאקע פון אזעלכע שרייבער ווי דיזע-ערצעהלונג, יאנאש, אנדי-פעטיט, איזאק, און נאך.

נאכן זיך עראינערן מיט די זכרונות פון די פארגאנגענע יארן, שטעלט זיך ארויס אז בערך איינס פון יעדע צוויי יאר געלונגט מיר צו ווערן עד דלא ידע אזוי ווי עס באדארף צו זיין, און די יאר דערויף בין איך זיך מסתפק במועט און אזוי חוזר חלילה. לויט דעם סיסטעם קענט איר שוין אליין וויסן אז היי יאר איז ב"ה געווען לעילא ולעילא. דארף מען נאר איבערגיין די פונקטליכע פרטים, און אפטיילן דאס גוטע פון די אומגוטע, אז אנדערע יארן זאל מען זיך לערנען פון די היי-יעריגע דורכפעלער און פרובירן אנדערש טוהן.

היי יאר איז פורים געווען אין א זונטאג, האבן מיר געדאווענט אלע שבת'דיגע תפלות אינעם לאקאלן שוהל אזוי ווי יעדע וואך, און ביי שלש סעודות איז שוין די הויט געשפרונגן ביי מאנכע וואס האבן געהאט גרויסצוגיגע פלענער פון ארומפארן צו די עלטערן אין אנדערע געגנטער א.ד.ג. אבער מיר זענען געווען גאנץ רואיג, וויסנדיג אז מען האלט נאך א פיינעם שבת נאכמיטאג דרימל און א זעטיגע שלש סעודות און עס איז נישטא וואוהין זיך צו יאגן.

איך האב נישט געדענקט פון די פארגאנגענע מאל עס איז אזוי אויסגעפאלן אז מען מאכט הערשט הבדלה נאך מגילה ליינען, דערפאר יזכר לטוב עפעס א קינדיש בלעטל וואס יעמאנד שטעלט ארום אין די שוהלן מיט טרוקענע הלכות און מנהגים פונעם חג הממשמש ובא, וואס צווישן די שורות בין איך געוואויר געווארן אז מען קומט בלויז אהיים נעמען די מגילה אבער מען גייט צוריק אין שוהל ענדיגן דאס דאווענען און מען מאכט הבדלה נאך שושנת יעקב (גראדע האט דער בעל תפלה געזאגט קדיש תתקבל נאך שמו"ע, דערנאך האט דער עולם געזאגט עלינו, און שפעטער נאך די מגילה האט מען געזאגט ויהי נועם ואתה קדוש און נאכאמאל קדיש תתקבל און עלינו. איך שטעל מיך פאר אז מען וואלט נישט געדארפט אזוי טוהן, אבער אזוי פאסירט ביי זאכן וואס געפאלן נישט אזוי אפט, מען פארגעסט די מנהגים און מען טוהט וואס מען זעהט איין ריכטיג אויפן מאמענט).

מיר פרובירן זיך איינצוהאלטן פון מלאכות ביז נאך הבדלה, אבער די קינדער האבן סייווי אויסגעכאפט די מצוה פון טראגן די מגילה אין שוהל אריין, האב איך זיך בלויז איבערגעטוהן פונעם טיש-בעקיטשע צום געהעריגן לכבוד די מגילה ליינען, און ביים צוריקקומען אין שוהל האט מען נאך געזען דעם רב/משמש מיט זיינע קינדער/אונטער-שמשים אויסמאפן די מים אחרונים טראפן פונעם האלצערנעם פאדלאגע און זיי געהאלפן צוריקשטעלן די טישן און בענקלעך אויף די דאווענען ערטער.

דער בעל קורא איז דער זעלביגער פון שבת צופרי, גאנץ קלאר און הויך ב"ה, אבער - איך עס מיך אויף ביים שרייבן די ווערטער, ווייל איך האב געדענקט פון פאראיאר אז דאס וועט פאסירן, און איך האב פרובירט דאס מסדר צו זיין מיט שיינעם, ולא עלתה בידי - דא האט זיך ווידער אנגערוקט דער אומפאראנטווארליכער טאטע מיט זיינע פארשטעלטע קינדער, וואס דער עלטערער פון זיי איז א קטן שלא הגיע לחינוך (לולא דמספינא וואלט איך דעם טאטען אויך גע'פטר'ט פון אלע מצות מסיבות שונות) אבער למען הלאקשן איז ער געווען אנגעפאנצערט מיט נישט איינס, נישט צוויי, נאר דריי אדער מער "שאכטלעך" 'סנעפס' צו שליידערן אויף המן און אויף מיינע געהירן. איך בין שנעל צוגעלאפן צום טאטען און בשפה רפה געזאגט אז איך געדענק נאך פון פאראיאר אז זיינע קינדער שטערן דאס ליינען דורכן מאכן גערודער אפילו ביי מרדכי און אסתר און וואו נישט, אבער מער ווי א שמייכל און א וויץ וואס איך כאפ נישט מחמת קוצר המושג ועומק המשיג האב איך נישט צוריקבאקומען פון אים. האפנטליך וועט שוין איבערעס-יאר זיין נאך א שוהל אין די געגנט און ער וועט באשליסן אהינצוגיין מיט זיינע סנעפס אינאיינעם וחמתי שככה.

א קורצע וויילע נאך מגילה ליינען פאר די מענער האט א מתפלל באוויליגט איבערצוליינען דאס גאנצע פאר די פרויען, און מיין געזונדל בתוכם. האב איך אויסגענוצט די צייט (פארגעסט נישט, מען האט נאך געהאלטן בעפאר הבדלה, און דער קאמפיוטער איז געווען מוקצה. אפילו דער טלית האט נעבעך געווארט פארשעמט אויפן טיש מען זאל אים צוזאמלייגן) מיט אפאר בלאט גמרא רש"י אין מסכת ברכות. ווען די הויז-געזונד איז צוריקגעקומען האט מען הבדלה געמאכט און פארשטעלט די קינדערלעך, אויפגעהויבן דעם גרויסן פיש וואס מען האט אנגעגרייט פאר די סעודת לילה ביי די עלטערן, און זיך אריינגעזעצט אינעם קאר סערוויס מיני-ווען וואס האט אונז אפגעטראגן צום דעסטינאציע פאר צוועלף גרייצער.

אנקומענדיג צו די עלטערן שיחיו איז שוין געווען ארום עלף אזייגער ביינאכט, אבער עס האט נאך געדויערט א וויילע ביז דער עולם האט זיך געזעצט צו די טישן. די סעודה איז אריבער אין א פרייליכע שטימונג מיט ווינציג געלטגייער און אן קיין אלקאהאל כדרכי בכל השנים. די פראבלעם האט זיך אבער געשאפן ביים אהיימגיין, ווייל עס איז פריים-טיים און מען קען נישט טרעפן קיין קאר סערוויס פאר קיין רפואה. ענדליך נאך לאנגע ווארטענישן האט דער זעלבער דרייווער אונז אהיימגעפירט פאר נאכאמאל די זעלבע פרייז, און ארום 2 אזייגער האבן מיר געמאכט נאכט.

פורים אינדערפרי איז פון די השכמות, און אפילו מען גייט שלאפן 2:30 קען מען נישט אויפשטיין שפעט, בפרט ווען די לאקאלע שוהל האט באשלאסן זיך צו שטעלן פונקטליך 8:00 און מיר קענען באשטיין צו לערנען די טעגליכע שיעורים אדער עכ"פ טייל פון זיי בעפאר תפלת שחרית. האט מען אנגעשטעלט דעם טעלעפאן צו קלינגן ארום 6:50, און נאך א קארגע שלאף פון 4 און א האלב שטונדן בערך זענען מיר אויפגעשטאנען פריש און מונטער גרייט צו פראווען דעם לעכטיגן טאג.

שוין ביי די ביינאכט סעודה האב איך געהאלטן אן אויג אויפן זייגער כדי נישט נכשל ווערן מיט א קאווע בעפאר 6 שעה פון די רינדערן פלייש (הגם מאנכע זענען נישט מקפיד צו ווארטן מער ווי 5 שעה אויב עס איז געווען א שינת קבע אינדערצווישן), און נאכן זיך אנטוהן איז שוין טאקע געווען 6 שעה און מיר האבן זיך אנגעקאכט א פרישע קאווע און זיך צוגעגרייט צום דאווענען. פארן ארויסגיין פון שטוב צו די מקוה האב איך אנגעזאגט אין שטוב אויפצואוועקן די אינגלעך ארום 7:30 כדי זיי זאלן קענען מיטקומען צו שחרית. ארום 7:20 בין איך ארויס פון שטוב און געכאפט א טבילה אינעם גרויסן שוהל, דערנאך האב איך געלערנט אביסל מוסר און זיך אהיימגעיאגט צו כאפן באצייטנס דעם לאקאלן מנין.

עס איז געווען אפגעשמועסט אז אכט אזייגער זאגט מען ברכות, האב איך אנגעטוהן טלית ותפילין און געזאגט פארענט. למעשה האט מען אבער געווארט אביסל אויף מנין, האב איך אנגעהויבן לערנען דעם טעגליכן בלאט, און טאקע צוגעענדיגט נאכן דאווענען (וואס איך בין גראדע צוגעגאנגען צום עמוד פון די הויכע שמו"ע און ווייטער). פרעמדע געלטגייער האבן ניטאמאל געוואוסט פון דעם מנין צו זאגען, דאס האט מיך איבערגעלאזט מיט שווערע טאשן, קוים וואס איינער האט זיך מתנדב געווען צוזאמצונעמען מתנות לאביונים איבערצוגעבן פאר אן אביון בו ביום, האבן מיר יענעם געשאנקן א פינעווער וואס די ב"ב האט זוכה געווען א נאכט בעפאר און נאך אפאר דאלער וואס די אינגלעך האבן זוכה געווען אויפן פלאץ, אויך פאר מיינעטוועגן האב איך געגעבן א פינעף דאלער מתנות לאביונים (מחצית השקל האב איך מקיים געווען תענית אסתר מוקדם).

היינט האב איך אבער נישט געדארפט אויסווארטן אויף די פרויען מנין (וואס איז בכלל נישט געווען) אדער מען זאל הערן ביי א שכן (אזוי ווי די פארגאנגענע צוויי יאר), ווייל דאס געזונדל האט זיך אויפגעכאפט גענוג פריה צו אויסרישן אלע קינדער און זיי אריבערברענגן אין שוהל צו קריאת המגילה. למעשה האט די קליינטשיגע זיך יא געלאזט הערן פון ווייבער שוהל (אויב דאס איז פאסיג צו ווערן אנגערופן אזוי, א ווייס טישטוכל מיט אביסל קלעב) מיט איינצעלנע הויכע ווערטער אינמיטן די מגילה, אבער דאס האט ב"ה נישט געשטערט די ארומיגע און אויף צען אזייגער האבן מיר אלע געהאלטן נאך מגילה ליינען.

עס איז געווען אפגעשמועסט אז היי יאר מאכט מען א שטיקל סעודה אינדערהיים בעפאר מען לאזט זיך ארויס אין גאס, כדי צו פארמיידן הונגער ביי די ערוואקסענע און די קינדער. אבער ווען עס איז געקומען למעשה איז דער עולם נישט געווען אין די גיסטע זיך אראפצוזעצן ביים טיש, זייענדיג פארנומען מיט די משלוח-מנות טראגן און ברענגן פון אלע זיבעציג שכנים (גוזמא קתני, נאר צען האבן למעשה געשיקט אדער באקומען). איך אליין האב שנעל גענומען א משלוח מנות און אריבערגעלאפן צום לאקאלן רב ווילאנג ער געפונט זיך נאך אין שוהל, איך האב דאס איבערגעגעבן פארן רב דורך א שליח, און דאן איבערגעגעבן אפאר צוקנייטשע דאלארן מידי לידו, וואס ער האט פרובירט צוריקצוגעבן ביז איך האב עס אריינגעשטופט אין זיין וועסטל קעשענע..

עלף אזייגער איז די חלה געשטעלט געווארן אויפן טיש, און מיר האבן א כאפ געטוהן א פארטוך וואס די נשים נוצן ביים קאכן/באקן און זיך דאס אנגעטוהן לצאת מנהג פארשטעלעכץ, און זיך געזעצט צו די ערשטע סעודת פורים איינער אליין. שפעטער האבן יא איינצלנע קינדער פארלאנגט און באקומען המוציא'ס, אבער קיין געהעריגע סעודה איז דאס נישט געווען. נאכן אויפעסן די חלה און פיש, האב איך געמאכט א צווישנשייד מיט א גלעזל קאנקארד קל וואס איך נוץ אויף קידוש זינט ר"ה העעל"ט (איך מוז אייך זאגען אז איך האב מיך זייער שיין צוגעוואוינט דערצו, און עס האט שוין היינט צוטאג ביי מיר כמעט אזא טעם ווי גרעיפ-דזשוס, באלד קען איך שוין אפגרעידן צו א העכערע פראצענט, איך ווייס אבער נישט וועלכע וויין איז אזוי לייכט ווי דאס). שפעטער האבן מיר צוגעגעסן אביסל זופ און פלייש מיט קאמפויט (וואס א שכנ'טע האט געשיקט אויף משלוח מנות) און געבענטשט מיט על הנסים (זיך דערמאנט נאך הטוב והמטיב, און געזאגט ביי די הרחמן'ס).

יעצט איז שוין געווען 11:45, די זעלבע צייט וואס מיין גרויסע אינגל האט געדארפט שטיין ביי בעדפארד קארנער קליימער, די צוזאמטרעף ארט פאר זיין כיתה צו גיין פון דארט צום מלמד'ס הויז. מיר זענען שנעל געלאפן מיט א משלוח מנות (און א תהלימ'ל אין טאש) צום סיטי באס, אבער א אידישער דרייווער האט זיך פריער אפגעשטעלט און אונז אריינגעפירט ביז בעדפארד קארנער הופער. מיר האבן נאך פרובירט צו כאפן א סיטי באס פון ראדני/ראס ביז טעילאר, אבער אן ערפאלג. זענען מיר אזוי געגאנגען צופיס ביז דעם מלמד'ס הייזקע אין די סאוט גאסן. בחסדי השם האט מען נאכנישט אנגעהויבן דעם פורים שפיל ווען מיר זענען אנגעקומען, אבער דער איידעם פונעם מלמד איז שוין געווען שיכור ווי ווייסעך-וואס... מיין אינגל האט מקיים געווען משלוח מנות און איך האב אונטערגערוקט דעם ענוועלאופ מיטן 'טיפ' און ארויסגעגאנגען ווארטן אין קארידאר (איך קען נישט איבערלאזן א קינד מיט א צעטל פון אן אדרעסע וואו ער דארף אנקומען דערנאך, בפרט ווען ער קען זיך נישט אויס אינעם גאנצן ארום).

איך האב ארויסגענומען דעם תהלים און זיך אריינגערוקט אין א זייטיגע טרעפן צימער ווארטן די קינדער זאלן ענדיגן פראווען מיטן מלמד. פאר שחרית האב איך געזאגט די ערשטע 5 קאפיטלעך תהלים, האב איך יעצט אנגעהויבן פון קאפיטל ו' און געזאגט ביז ערגעץ אין די נו"ן'ס, ווען די קינדער זענען ארויסגעקומען און מיר זענען אראפגעגאנגען צו די גאס. איך האב נישט געהאט ספעציעל וואו צו גיין באותה שעה, ווייל די משפחה איז נאך געווען אינדערהיים און מיר האבן אפגעשמועסט אז איך וועל ווארטן אין 'די געגענט' אויף זייער אנקום, האב איך דערווייל באגלייט א קינד צו זיין דעסטינאציע אויף די אנווייזונג פון א צעטעלע וואס די מאמע האט אים געגעבן. פערצופאל איז דאס געווען גאנץ א שיינע מהלך, אבער מיר האבן זיך געפריידט ארויסצוהעלפן אן אומבאהאלפן קינד (און זיך געקלאפט אין רוקן אז מיר לאזן נישט די קינדער אויף יענעמס גענאדע ווי אנדערע עלטערן) און אפילו נאכדעם האבן מיר נאך געזוכט וואו צו שטופן די צייט ביז דאס געזונדל איז אנגעקומען צו די אור עלטערן אין שטוב.

דער זייגער האט שוין געקלאפט נאך 1:00 און מיר האבן זיך געוואנדן קיין ראדני שוהל צו דאווענען מנחה (1. צוליב איבערפלוס פון צייט 2. מען האלט דאך שוין נאך די ערשטע סעודה, און די צווייטע סעודה דארף זיך ציען אין די נאכט אריין, פארוואס זאל מען נאכנישט זיין אפגעדאווענט). אנדערש ווי איך האב מיר אויסגע'משל'ט, איז די שוהל געווען גאנץ ליידיג. אין איין צימער האט א מנין געדאווענט מנחה, אין גרויסן שטוב האט זיך געמאכט א מזומן אויף מגילה ליינען, און דא און דארט האבן זיך ארומגעדרייט שלעפערס מיט טלית און תפילין. עטליכע שנארערס האבן זיך אויך ארומגעדרייט, און איך האב מיך געפריידט זיי צו שענקן דעם אנדערן מתנה לאביון וואס האט מיר אויסגעפעלט משלים צו זיין די מצות היום. ביז אפאר מינוט האט זיך געמאכט א מנין מנחה אין א זייטיגע שטוב און מיר האבן געדאווענט מנחה, און איבערגעלאזט אפאר דאלער פאר די קליינע צאל זאמלער וואס האבן זיך ארומגעדרייט ביי די מנינים און אין פאדערצימער.

אנקומענדיג צום די אור-עלטערן אין שטוב ארום 1:30, האבן מיר דארט געפונען דעם שווער שיחיה און פארברענגט מיט אים א האלבע שטונדע בערך ביז די בני בית איז אנגעקומען. ווען דער זייגער האט געקלאפט 2:00 האב איך גענומען דעם צווייטן זוהן מיט זיין משלוח מנות און זיך ווידער ארויסגעלאזט אין ריכטונג פון די סאוט גאסן צו זיין מלמד וואס האט געשריבן מען זאל קומען צווישן 2:30 און 3:30. למעשה בין איך אנגעקומען אהין עטליכע מינוט בעפאר האלב דרייע, אבער סייווי האט דער מלמד פארשפעטיגט און איז נישט אנגעקומען בעפאר 2:45, האבן מיר זיך צוריקגענומען צום תהלימ'ל און געזאגט נאך א צען-פופצן קאפיטלן זיצנדיג אויף די טרעפ וואס פירן צום בוידעם (דאס קינד האט נישט געוואלט מען זאל אים 'דערקענען', האב איך מיך פארדעקט דאס פנים ביי יעדן פארבייגייענדן מענטש... למעשה האט דער מלמד 'אויסגעפונען' זיין אידענטיטעט דורכן 'טשידן' אויף די לעיבל פון זיין מאנטל... שוין נאכן באקומען די משלוח מנות מיטן סטיקער און די ענוועלאופ מיט מיין אונטערשריפט..).

דער מלמד אנטשולדיגט זיך פארן שפעטיגן, נעמט אונז אויף מיט א גלעזל גרעיפ-דזשוס (אויך דער ערשטער מלמד האט דאס זעלביגע געטוהן) און מען פארגייט אין א ליהודים טאנץ. (המשך יבא אי"ה)
אוועטאר
לוסטיג
שר האלף
תגובות: 1138
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 23, 2008 1:56 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לוסטיג »

פשי הא!!! זייער שיין אין קלאר, אין די געדענקסט נאך אלעס, לאמיר הערן די ריכטיגע, די צווייטע חלק טאג.

איך ווארט!
אבער צום סוף לאכן מיר דיר אויס, הא..הא..הא..חחח...
אוועטאר
וויכטיג מאכער
Site Admin
תגובות: 32543
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויכטיג מאכער »

אוי אידאס א טאג בוך... געפלאכטן תהילים געזאגעכטס מיט ליצנות, חאחאחאחאחא, מיר איז נאך די מערסטע געפאלן דיין אויסדריק אויף יענעם יונגערמאן וואס זיינע קינדער זענען פטור פון מצוות...

וועגן די שיכרות חלק, יא... איך קען מעיד זיין, איך האב דיך געקאלט 7:00, איך ווייס נישט אויב דו געדענקסט, אבער דיין שיכרות האט מען געקענט שמעקן אויף דיין אויפהייבן שוין, און ווער רעדט נאך פון דיין דרשה...

און פאר איך שלח, ווילעך מוחה זיין... קרעמער, ווען מ'טרעפט נישט קיין קאר סערוויס, ווערט מען פארלוירן??? וואו אידאס געהערט געווארן... האסט פארלוירן מיין נאמבער???

נו... המשך????
דו האסט לייף אינשורענס אויף דיר און דיין ווייב?

ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!
1x1
שר האלפיים
תגובות: 2840
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 27, 2009 6:15 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך 1x1 »

הערליך שיין קרעמער! און מזל טוב צום 20,000'טע..
----
משה קאפויער האט געשריבן:
קרעמער האט געשריבן: מיר פרובירן זיך איינצוהאלטן פון מלאכות ביז נאך הבדלה, אבער די קינדער האבן סייווי אויסגעכאפט די מצוה פון טראגן די מגילה אין שוהל אריין

מ'האט עניוועי נישט געטארט טון קיין מלאכה פאר מ'זאגט "ברוך המבדיל בין קודש לחול", באט איך שטעל זיך פאר אז דאס האסטו געמיינט צו זאגן, אז דו האלסט זיך צוריק פון א מלאכה אפילו נאכן זאגן "ברוך המבדיל בין קודש לחול" ביזן מאכן הבדלה על היין. (זייער א שיינע מנהג, ס'האט א מקור אויך?).


משה, די רמב"ם האלט אזוי (ס'ווערט געברענגט אין מגן אברהם).
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

טאגבוך פורים תש"ע - צווייטער טייל

ארויסקומענדיג פון דעם מלמד'ס שטוב האט מיר מיין אינגל איבערגעגעבן זיינע זוהן-גלעזער וואס ער האט שוין נישט געדארפט, אבער אנשטאט איך זאל דאס אריינשטעלן אין טאש האב איך געפונען דערפאר א פאסיגערע ארט, טאקע אויפן שפיץ נאז. אזוי זענען מיר געגאנגען עטליכע בלאק, ווען אינצווישן זענען מיר באגלייט געווארן דורך 2 בחור'לעך וואס האבן גענודזשעט נאך געלט, אבער זענען מער געווען אינטערסירט ארויסצואווייזן כלומר'שטע שיכרות ווי מאכן געלט פאר זייער ישיבה.

אנקומענדיג צום שטוב פון די אור-עלטערן, איז שוין דארט געווען הויך יו"ט מיט מערערע אייניקלעך און אור אייניקלעך צווישן די פיס. מיר זענען שוין אבער אפגעזיצן גענוג לאנג, און מען האט זיך געזעגנט און ארויסגעלאזט אין וועג צום שווער און שוויגער מיט די גרויסע טאץ פיש אין די הענט. אזוי האבן מיר דורכגעשפרייזט די פאר גאסן ביזן שווערס הויז, ארויפגעטראגן די פיש און אראפגעשטעלט אויפן טיש. עס האט געהייסן אז מען גייט זיך שוין וואשן צו די סעודה, און איך האב שוין געלייגט א שטיקל אויג אויף א שמאל פלעשל סאטורן וויין וואס דער שוואגער האט איבערגעלאזט. איך האב פרובירט פעסטצושטעלן אויב דאס דארף בלייבן גאנץ ביז ער קומט צוריק פון ווייסעך וואו אדער מען קען דאס פארנוצן לכבוד היום, און ווען עס איז נישט געקומען קיין קלארע ענטפער, האב איך מיך מיישב געווען אז שב ואל תעשה עדיף און איך קען נישט צורירן א פלעשל אן קיין אויסדרוקליכע רשות.

דערווייל איז שוין געווארן 3:30 און מיר האבן נאכנישט אפגעטראגן משלוח מנות פאר די אנדערע זיידע-באבע, האבן מיר געבעטן רשות פונעם שווער זיך ארויסצוכאפן בעפאר די סעודה און צוטראגן דעם משלוח מנות און באגריסן די אנדערע אור-עלטערן, ער האט גערן מסכים געווען, בתנאי מען זאל מיטנעמען אויך א משלוח מנות פון אים פארן זיידן און פארן טאטן און פאר נאך א ידיד וואס וואוינט אונטערוועגנס. ביים זיידן אין שטוב איז געווען פול מיט משלוח מנות פון אלע זייטן, און דאס מאגנ'דל האט פארלאנגט און באקומען א המן טעשל מיט אביסל קינדל, קיין סאטורן וויין האט זיך אבער דארט לדאבוני נישט אפגעפונען, האב איך זיך אנגעטראגן צו נעמען דעם שווער'ס משלוח מנות צום טאטן, וויסנדיג אז דארט איז מסתבר צו געפונען א פלאש פון יעדן סארט וויין. וכן הוה.

איך בין געגאנגען צום טאטן'ס שטוב אין באגלייטונג פון א קליין קינד וואס האט זיך צוגעטשעפעט צו מיר, און א שמאל פלעשל סאטורן וויין האט תיכף געשמייכלט צו מיר פונעם דיינונג רום טיש ווי צו זאגען "וואו ביסטו געווען ביז יעצט?". איך האב זיך באקוועם געמאכט ביים טיש און אויפגעמאכט דעם רינג פונעם פלאש בדחילו ורחימו, און מיט א ברכת בורא פרי הגפן האב איך אראפגעשלינגן א גאנץ גלעזל לכבוד יום טוב. די מאמע האט געזאגט אז עס איז שוין גענוג, אבער דער טאטע האט געשטופט מען זאל ווייטער טרונקן... האבן מיר טאקע אריינגעגאסן נאך א כוסה און געמאכט אן על הגפן, געכאפט דאס קינד און געלאפן צום שווער, וואו מען האט זיך שוין ביני לביני געוואשן און אפגעגעסן ביז די זופ.

געוואשן, געמאכט המוציא, געגעסן פיש, אבער צווישן פיש און פלייש מוז מען דאך ווידער מאכן א שטיקל לחיים. נעמט מען ארויס דעם פלאש וואס מען האט מיטגעברענגט פון טאטנס שטוב (מיט רשות) און מען גיסט זיך אן א גלעזל און נאך איין ביז דער פלאש ווערט ליידיג און טרעפט זיין מקום מנוחה אין מיסט קאסטן. דער שווער און שוואגער האלטן שוין דארט נאך מערערע כוסות און פארפירן מיט די חברים אויפן טעלעפאן, אויך גייט מען ארויס אין א רקידה מפעם לפעם אויפן טאקט פון א טעיפ וואס האט געשפילט אינעם הונטערגרונט. די 2 פרישע כוסות האבן זיך געטראפן מיט די זייערע חברים וואס האבן קונה שביתה געווען אין מאגען א וויילע פריער, און מיט זייער הילף בין איך ארויס אין א גאדאטשקע דרייענדיג דערביי מיט א פלאסטישן גראגער אזש איך בין אליין צוטרענצעלט געווארן פון די גערודער אבער נישט אויפגעהערט, טענה'נדיג אז דאס איז גאר א מנהג ישראל וואס איז כמעט א מת מצוה ווייל דער עולם איז בעוה"ר נישט אזוי נזהר צו גראגערן ווי צו שפילן דריידל (אלע יארן פלעג איך פארפירן אויף דעם וואס מען האט עוקר געווען ביי ערוואקסענע און שיינע אידן דעם מנהג פון פארשטעלן, היי יאר האב איך צוגעשטעלט צו די ליסטע אויך דאס דרייען מיטן גראגער [הערה: עס איז מיר נעכטן געפאלן געווארן זעהנדיג א קליפ פונעם קאלובער רבי'ן פון א"י וואס זיצט ביים פורים טיש מיט א גרויסע הילצערנע גראגער און דרייט אריין דערין וויפיל עס גייט, קענטיג אז דער מנהג איז קאי וקיימא אין קאלובער הויף]).

ווען דער שווער האט אנגעהויבן טאנצן מיטן זוהן, האב איך פארפירט אז מען קען נישט טאנצן מצוה טאנץ אן 'אויסרופן'. די מוזיק האט זיך אפגעשטעלט און מען האט אנגעהויבן א ווארימע גראמען ניגון... איך ווייס נישט פון וואו איך האב גענומען דאס קוראזש צו עפענען דעם מויל, אבער ווי נאר איך האב אנגעהויבן זאגען חרוזים האב איך מיך געשפירט ווי ר' פינקי וועבער זעלבסט, און פון איין ענין בין איך אריינגעפארן צום צווייטן, פון וואס דער עולם האט קענטיג הנאה געהאט, לויט די אויספלעצער וואס האבן אפגעהילכט פון די ווינקלן. די טענץ האבן אנגעהאלטן א שיינע וויילע, ווען אינמיטן האט די מוזיק געשפילט דעם הארציגן פורים ניגון וואס איז פארפאסט געווארן אין געטא אויף "רבונו של עולם טאטעניו געטרייער", איך וואלט נאך יעצט געטאנצן דערויף ווען נישט די מוזיק איז נמאס געווארן נאך 2-3 מאל און געביטן צו א צווייטן געזאנג.

צווישן די חכמה'לעך מיינע (באלאנגט אין "קליינע אוצרות") האב איך גענומען א גרויסע דאלי און עס אנגעפיטערט מיט א פארמאכטע פלאש סאטורן וויין. יענע פלאש איז אבער נישט צו לאנג געבליבן פארמאכט. איך ווייס נישט ווער עס איז געגאנגען פתיחה, אבער ווי נאר איך האב באמערקט אז יענע צווייפלהאפטיגע פלעשל (וואס איך האב געהאט א ספק מה דינו) איז אפן, האב איך מיר אראפגענומען תרומות און מעשרות ביז א חומש און א שליש. איך האב אפילו מקיים געווען מצות צדקה ווען איך האב געלאזט א שוואגער מיינער אויך נהנה זיין איין גלעזל דערפון, אבער דאס רעשטע איז געבליבן 'מיינס'. איך האב דאס איינגעפאקט אין א שווארץ זעקל און מיטגענומען ביים ארויסגיין פון שווער (את חטאי אני מזכיר, איך האב שפעטער גענומען דערפון נאך א גלעזל-צוויי, אבער די לעצטע כוסה האב איך פארגאסן אין א מיסט קאסטן אויפן וועג אהיים שפעטער ביינאכט, ציטערנדיג אז איך זאל מיך נישט איבערטרונקן).

ווען איך בין שוין געווען גענצליך בגילופין האב איך געבעטן רשות ארויסצוגיין אין גאס, ווייל איך האב געוואלט אנקומען צו געוויסע אדרעסן זייענדיג אין דעם סארט מצב... דאס ערשטע האב איך גענומען א משלוח מנות וואס איז געליגן ביים טיר פונעם אונטערשטן שכן (ע"ה) און דאס צוריקגעטראגן צום ריכטיגן אדרעס [אזוי האב איך געמיינט עכ"פ. אויפן משלוח מנות איז געווען אויפגעשריבן "משפחת פ." האב איך פארשטאנען אז דאס האט איינער בטעות אראפגעשטעלט ביי משפחת ק. וואס וואוינט אפאר הייזער אוועק פון משפחת פ., און דאס איז אפגעליגן אזוי א גאנצן טאג ווייל משפחת ק. לעבט שוין ליידער נישט... האב איך גענומען דעם משלוח מנות צו משפחת פ.]. אנקומענדיג אהין זאגען זיי מיר אז די טעות איז גאר עפעס אנדערש, ווייל זיי (משפחת פ.) האבן גאר צוזאמגעשטעלט דעם משלוח מנות און דאס אפגעשיקט מיט אן אייניקל צו מיין שווער, נאר דאס אייניקל האט עס בטעות אראפגעשטעלט ביים אונטערשטן שכן און נישט ביים שווער. הכלל, האב איך דאס יעצט גענומען און צוריקגעפירט צום שווער, און פארציילט די גאנצע מעשה מיטן טעות וכו' וכו'.

דאן האב איך ארויסגעלאזט אין ריכטונג פון מיין געוועזענעם רב, ביי וועמען איך האב געדאוונט לאנגע יארן נאכאנאנד אבער קיינמאל נישט אנגעקומען צו אים בעצם יום הפורים. אינמיטן וועג האב איך אבער ווידער אפגעשטאט א באזוך ביי זיידן, און זיך פארענטפערט אז יעצט בין איך א נייער מענטש און נישט דער זעלביגער וואס איז פריער דא געווען מיט משלוח מנות... ביי יענעם רב איז געווען ששון ושמחה, דאס גאנצע געזונדל איז געזיצן סביב לשלחנו און א גרויסע פלאש סאטורן (פלאש האב איך געזאגט? א געהעריגע גלאזערנע פאס איז דאס געווען) איז געשטאנען אויפן טיש. איך האב אבער מיטגענומען מיין 'אייגענע' סאטורן, און טאקע אראפגעשלינגן נאך א כוסה דארט אויפן פלאץ צו מאכן א לחיים מיטן רב. דערנאך האבן מיר דארט פארברענגט בשירה וזמרה א האלבע שטונדע אדער מער, ביז דער נאכט איז צוגעפאלן און מיר זענען ארויסגעגאנגען מיטן פלאן צו טרעפן נאך אפאר וויכטיגע אידן אין זייערע הייזער.

אינצווישן האט זיך דער טעלעפאן עטליכע מאל צוקלינגען, צווישן זיי שאץ-מאץ ני"ו וואס האט זיך געוואלט טרעפן מיט מיר, אנגעבנדיג אז ער געפונט זיך גאר נאנט צו מיין לאקאציע. עס האט געדויערט א וויילע ביז מיר האבן זיך געטראפן, אבער דער ערווארטעטער מאמענט איז אנגעקומען. אוי איז ער געווען פיין פארשטעלט... מיינע קינדער האבן אויך הנאה געהאט פון דעם באגעגעניש, ער האט זיי געגעבן פורים געלט בתנאי אז דאס גייט 'נישט פאר צדקה'... (יעצט דערמאן איך מיך אז שוין אזוי פריה ווי איינס אזייגער מיטאג האב איך באגעגענט 'דרך-אגב' [די ניק] וועלכער האט אויך געטיילט פורים געלט פאר מיין זוהן ברוח נדיבה זאגנדיג אז ער איז 'משפחה'...). דאן איז אריינגעקומען א קאל פון וויכטיג-מאכער, איך האב מיך געוואונדערט אז דער וואס איז א יעדן שבת שיכור איז פורים ניכטער... עפעס האט ער גע'דרש'נט אז ער גייט יעצט דאווענען מעריב (עס איז געווען פונקט דער זמן ר"ת) און איך האב אים מקנא געווען אז ער האט א מנין אויפן פלאץ און איך דארף גיין זוכן א מעריב (וואס איך האב למעשה נישט געטראפן בעוה"ר).

פון דארט בין איך געגאנגען אין ריכטונג פון מיין פעטער'ס שטוב, אויך א איד וואס איך וואלט געקענט באשטיין צו טרעפן זייענדיג אין די הויכע ספערן, אבער זיין זוהן האט מיר געזאגט אז ער איז פונקט ארויס פון שטוב, און איך האב אים נישט געהאלטן ביים אויפזוכן. אויפן זעלבן בלאק האב איך אבער וואוינען א מומע וואס איז נישט לאנג געווארן אן אלמנה, האב איך זיך ארויפגעפעקלט צו איר אין שטוב און אביסל אונטערגעהאלטן דעם עולם דארט זיך טענה'נדיג מיט א זוהן און אייניקל אירע איבער שטותים והבלים.

איך געדענק אז זיי האבן מיר געגעבן א שטיקל חלה, ווייל איך האב נאך געהאלטן פארן בענטשן, אבער דער חלה האט עפעס נישט נושא חן געווען ביי מיר און איך האב עס צוריקגעשליידערט (און ליידער געבליבן אומגעבענטשט פון די צווייטע פורים סעודה, א שאד א שאד). פון דארט האבן מיר גענומען דעם לאנגן שפאציר קיין בעד-סטיי, ווען אינמיטן וועג איז אריינגעקומען א הערצליכע רוף פון 'יענטאאש' (יא, א לאנג-יעריגע טראדיציע!). איך געדענק נישט פונקטליך דעם תוכן השיחה, אבער בתוך הדברים האט ער מיר געפרעגט אויב איך בין צוגעקומען צו זעלבע מסקנא ווי ער, אז "הו קעירס"?... [ואם שגיתי, זאל ער מיך פארריכטן, אויב ער געדענקט יא וואס ער האט דאן געזאגט].

אנקומענדיג אין ניי וויליאמסבורג האב איך געפונען א פארמאכטע טיר ביי איינע פון די שוהלן וואס איך האב געפלאנט צו באזוכן און באגריסן דעם רב וואס נעמט דארט אויף דעם עולם. גיי איך אריבער צום אנדערן שוהל, און צו מיין אנטוישונג איז שטאק פינסטער, אלע לעקטערס פארלאשן, ניי ווילי האט אויסגעקוקט ווי קראקא נאכן חורבן. פון דארט זענען מיר אהיים. אויסגעטוהן די שמונה בגדים און זיך אריינגעשליידערט אין בעט אריין מיט א ליידיגע נעגל וואסער שיסל ביי די זייט (עס האט נישט געדויערט קיין צוויי מינוט ביז עס איז צוניצגעקומען...) און אזוי האבן מיר פארברענגט די גאנצע נאכט מיט א דרימל, א כאפ אויף, א פארברעך. א לענגערע דרימעל, א פלוצלינגע כאפ אויף, א גאל אויסברוך. וחוזר חלילה נאכאמאל און נאכאמאל ביז איך האב אנגעהויבן קלערן אויב דאס גאנצע האט זיך געלוינט. אבער צוריקקוקענדיג קען איך זאגען בפה מלא אז עס לוינט מיטצומאכן אביסל יסורים אפאר שטונדן, ובלבד אז מען האט זוכה געווען זיך מבסם צו זיין ביין בעצם יום הפורים, מה גם ווען מען האט נאך געקענט משמח זיין אנדערע אידן אויך דערמיט (אריינגערעכנט אייך, ליבע לעזער...).

אויפגעשטאנען שושן פורים בין איך ארום 7:20. נאך 2 גלעזעלעך ווארימע מילך בין איך גרייט געווען צו גיין דאווענען שחרית. למעשה האט דאס לאקאלע שוהל צוגעשטעלט א מנין הערשט 11:00, אבער וואו איז דאס יאגעניש? דער שושן פורים איז אדורך גאר גוט בחסדי השם. לשנה הבאה בירושלים!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!
אוועטאר
הערשי קניהויז
שר חמש מאות
תגובות: 842
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 24, 2008 1:23 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הערשי קניהויז »

פשיהא, א הערליכע יום טוב האסטו געהאט.

וועלקאם בעק.
אוועטאר
אלחנן
שר שלשת אלפים
תגובות: 3030
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 06, 2008 5:43 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלחנן »

קרעמער, הערליך שיין ס'האט זיך געלוינט צו ווארטן!
יא, מיר זענען שוין אויפ'ן וועג צו אייך..
אוועטאר
וויכטיג מאכער
Site Admin
תגובות: 32543
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויכטיג מאכער »

אלחנן, דו האסט נישט געווארט...

איך קען זאגן, סאצעך געלוינט צו ווארטן.
דו האסט לייף אינשורענס אויף דיר און דיין ווייב?

ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!
אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 12250
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געלעגער »

הערליך קרעמער,
מ'דארף האבן גאנץ א שטארקן זכרון צו קענען אזוי פינקטלעך אראפלייגן דעם טאג, (אפשר אז מ'ווייסט אז מ'גייט עס שרייבן איז גרינגער?)

אלענפאלס מיר זענען נאכנישט צופרידן מיט דעם, די ביסט אונז נאך שולדיג אן ארטיקעל לכבוד דיין שר.... וואטעווער...
אוועטאר
שאץ מאץ
שר שלשת אלפים
תגובות: 3031
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 15, 2008 5:01 pm
לאקאציע: איבעראל
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאץ מאץ »

איך האב געזאגט בתנאי אז דאס געלט גייט פאר זיך נישט פארן מוסד?????...
כ'געדענק נישט, אבער אויב האב איך אזוי געזאגט דאן מוז זיין אז יש דברים בגו, (אפשר לערנען זיי אין די אנדערע.... די זעלבע אנדערע ווי דער פעטער פון חיים חזקי וואס גיבט נשיט פון די אנדערע, עי' בחנוכה פארטי פון יענטאש...)

כ'האב הנאה געהאט פון דיין פורים, און ס'איז געשמאק און בא'טעמ'ט איבער צו ליינען אזא טאג,

נהנתי,
אגאנץ יאר פרייליך
http://shatzmatz.blogspot.com/" onclick="window.open(this.href);return false;
נחמן נתן
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4124
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 13, 2008 7:11 pm
לאקאציע: צווישן סקרענטאן און סיראקיוז

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נחמן נתן »

קרעמער, ווען איך ווייס ווען אז דו נעמסט אויף דעם ציבור אויף דיין טעלעפאן-מאשינדל בעצם יום הפורים, וואלט איך אודאי-און-אודאי נישט געשזאלעוועט קיין צייט און מיה, און כ'וואלט דיר א רוף געטאהן צו זיך וואונטשן בעיצומו של יום.
לחיים ולברכה!
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

נחמן נתן האט געשריבן:קרעמער, ווען איך ווייס ווען אז דו נעמסט אויף דעם ציבור אויף דיין טעלעפאן-מאשינדל בעצם יום הפורים, וואלט איך אודאי-און-אודאי נישט געשזאלעוועט קיין צייט און מיה, און כ'וואלט דיר א רוף געטאהן צו זיך וואונטשן בעיצומו של יום.

און וויאזוי וואלסטו פארשאפט מיין נומער?
אוועטאר
קראצער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 444
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 23, 2009 3:46 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קראצער »

קרעמער האט געשריבן:טאגבוך פורים תש"ע - צווייטער טייל


אינצווישן האט זיך דער טעלעפאן עטליכע מאל צוקלינגען, צווישן זיי שאץ-מאץ ני"ו וואס האט זיך געוואלט טרעפן מיט מיר, אנגעבנדיג אז ער געפונט זיך גאר נאנט צו מיין לאקאציע. עס האט געדויערט א וויילע ביז מיר האבן זיך געטראפן, אבער דער ערווארטעטער מאמענט איז אנגעקומען. אוי איז ער געווען פיין פארשטעלט... מיינע קינדער האבן אויך הנאה געהאט פון דעם באגעגעניש, ער האט זיי געגעבן פורים געלט בתנאי אז דאס גייט 'נישט פאר צדקה'...





שאץ מאץ האט געשריבן:איך האב געזאגט בתנאי אז דאס געלט גייט פאר זיך נישט פארן מוסד?????...
כ'געדענק נישט, אבער אויב האב איך אזוי געזאגט דאן מוז זיין אז יש דברים בגו, (אפשר לערנען זיי אין די אנדערע.... די זעלבע אנדערע ווי דער פעטער פון חיים חזקי וואס גיבט נשיט פון די אנדערע, עי' בחנוכה פארטי פון יענטאש...)

כ'האב הנאה געהאט פון דיין פורים, און ס'איז געשמאק און בא'טעמ'ט איבער צו ליינען אזא טאג,

נהנתי,
אגאנץ יאר פרייליך


זייער שיין קרעמער. הלוואי איך אין דיינע הויזן
אז ס'קראצט, קראצט מען נישט צוריק ווייל ס'וועט קראצען שטערקער. (קרעדיט. מאסקיטוי)
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35438
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

קרעמער הערליך זייער שיין, ביסט נאר באגאנגען א סטרעטיגישן גרייז מיטן נישט נאכגיין שאץ'ן ביז אין די נאכט אריין, וואלסט באמת הנאה געהאט.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

פארשלאפן;

מיין גרייז איז געווען אז איך האב צו שנעל אויסגעטרונקן אנדערטהאלבן פלאש סאטורן וויין און צו שטארק געשפרינגן דערויף, האפנטליך איבער-א-יאר אי"ה וועל איך האבן שכל צו טרונקן עטוואס ווייניגער און פאמעליכער כדי צו קענען בענטשן און דאווענען מעריב און אולי הנאה האבן אין די פריע נאכט שעות.

היי יאר בין איך שוין געשלאפן 8:15! אום 9:45 בערך איז אריינגעקומען א טעקסט אז וויכי וויל ארויפקומען טאנצן מיט א גרופע קרעטשמעריסטן... אויך יגר'ל האט גערופן און נישט געוואלט גלייבן אז איך בין שוין אנדערטהאלבן שעה ניקס-צום-האבן. איך האב טאקע געהייסן די בני בית פארלעשן דעם טעלעפאן ווייל עס האט געשטערט דעם אזוי-אויך-צושטערטן שלאף.
אוועטאר
יענטאאש
מ. ראש הקהל
תגובות: 726
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 3:12 am
לאקאציע: http://twitter.com/yentash
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יענטאאש »

קרעמער האט געשריבן:אינמיטן וועג איז אריינגעקומען א הערצליכע רוף פון 'יענטאאש' (יא, א לאנג-יעריגע טראדיציע!). איך געדענק נישט פונקטליך דעם תוכן השיחה, אבער בתוך הדברים האט ער מיר געפרעגט אויב איך בין צוגעקומען צו זעלבע מסקנא ווי ער, אז "הו קעירס"?... [ואם שגיתי, זאל ער מיך פארריכטן, אויב ער געדענקט יא וואס ער האט דאן געזאגט].


קרעמיש, קודם כל א יישר כח פאר דיין הערליכן באריכט.

איך געדענק נישט פונקטליך דעם תוכן השיחה, איך האב דיך גערופן ביים הויכפונקט פונעם טאג (פיע"ק בלע"ז). אזויפיל געדענק איך אז איך האב דיך מתייחס געווען לאבות אבותיכם, און אז מ'האמיר גערעדט פונעם ספעציעלן קשר (באנ"ד בלע"ז) וואס מיר פארמאגן אלס די עלטסטע קרעטשמירער. בנוגע דעם 'הו קעירס' רעזולוציע בין איך זייער נישט קלאר, לויט ווי איך געדענק האב איך פארשטאנען אז דו פרעגסט גאר מיר אויב איך בין געקומען צו דיינס א מסקנא. זעט אויס אז צווישן דיין 'סאטורן' און מיין 'קברנט סוביניון' איז ארויסגעקומען אן אומפארגעשלאגענע גאנץ גוטע מסקנא צו וואס ביידן האבן מסכים געווען...

יישר כח נאכאמאל, איך קען קוים ווארטן פאר דיין קומענדיג יאר'יגן באריכט, משיח זאל אודאי קומען פריערט.
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

גערעכט. איך האב אויפגעברענגט דעם 'ספעשל באנד' וואס מיר האבן נאך מימי קדם. דאס איז מסתמא געווען די פינפטע פורים ויותר וואס מיר וואונטשן זיך, ולא יעברו כתיב.
נחמן נתן
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4124
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 13, 2008 7:11 pm
לאקאציע: צווישן סקרענטאן און סיראקיוז

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נחמן נתן »

קרעמער האט געשריבן:
נחמן נתן האט געשריבן:קרעמער, ווען איך ווייס ווען אז דו נעמסט אויף דעם ציבור אויף דיין טעלעפאן-מאשינדל בעצם יום הפורים, וואלט איך אודאי-און-אודאי נישט געשזאלעוועט קיין צייט און מיה, און כ'וואלט דיר א רוף געטאהן צו זיך וואונטשן בעיצומו של יום.

און וויאזוי וואלסטו פארשאפט מיין נומער?

וואס הייסט וויאזוי?! שרייבסט דאך
דאן איז אריינגעקומען א קאל פון וויכטיג-מאכער,
און לגבי די נושא האט איר באזוכט פורים אין קרעטשמע שרייבט דאך וויכי
איך בין דא געווען
נו, וואלט איך איהם געקענט גלייך א פרעג טאהן אין אישי גענוי וואס דיין נאמבער איז. הא? א קאפ שטיק?
לחיים ולברכה!
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע קרעטשמע”