ימים נוראים במחיצת הרה''ג ר' אלימלך בידערמאן שליט''א

געדאנקען און התחזקות בעניני עבודת השם

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
aperlscript
שר חמישים ומאתים
תגובות: 272
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 14, 2011 1:57 pm
לאקאציע: Dreaming in code

ימים נוראים במחיצת הרה''ג ר' אלימלך בידערמאן שליט''א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך aperlscript »

איך גלייב אז מען דארף נישט אינטרודיוסן דעם ציבור דא ווער ר' רלימלך איז, עס גיסט זיך בליציגע געדאנקען פערל ווערטער פון חסידישע ספרים אין גוטע יודן , יעדע וואך אין בפרט אין די הייליגע טעג .
איך וויל דא אראפ ברענגען עטליכע נקודות וואס האט מיר געכאפט פון די לעצטע יו''כ שיעור לזכות את ישראל

מען דארף פארשטיין וואס מיינט דרשו ה' בהמצאו , שטייט אין פוסקים אז די טעג עסט מען נישט פת פלטר פארוואס? שטייט אין רמ''ק דער באשעפער איז דא אין ער איז מתנהג בחסידות דארף מען נוהג זיין בהתאם

ווען מען טוט תשובה ווערט מען מער פון די אבות הקדושים כמ''ש והטיבך והרבך מאבותיך ביי די אבות שטייט אשר התהלכתי לפני פון אונז בעט דער אייבישטער אחרי ה' אלוקיכם , אבער נאכן תשובה טון ווערט מען לפני ה' כמ'' אתם נצבים וג'ו לפני ה' נאר ענק נישט איך נאר ווען מען טוט תשובה איז נען זוכה דערצו -חת''ס

עס איז דא א רמב''ם וואס איז כדאי נישט צו מסיח דעת זיין ביז נאך נעילה " אע''פ שהתשובה והצעקה יפה לאדם , בימים אלו יפה היא ביותר"

שטייט אין שפת אמת ואל יבוא בכל עת אל הקודש נאר יוה'כ פארוואס ווייל יוה''כ קומט מען מיט די פעק עבירות אין מען ווערט בעלי תשובות אין במקום שבעלי תשובה עומדים אין צדיקים גמורים יכולין לעמוד ממילא קען מען אריינגיין , משא''כ נאך יו''כ איז מען שוין צדיקים גמורים קען מען שוין נישט אריינגיין אין ער איז מסביר , אז נארמאל איז דא א גדר פון זמן אין מקום משא''כ ביי תשובה איז מען לעלה מן הזמן ממילט יוה''כ ווען מען טוט תשובה איז נישטא א מקום אדער זמן קען מען אריינדיין אבער נאך יוה''כ ווערט צוריק זמן איז ואל יבוא בכל עת אל הקודש
קצרתי מפני קוצר הזמן
ועוד ועוד בליציגע ווערטער קצרתי מפני קוצר הזמן תשמע בקול הלשון ותמצא נחת 718-906-6400 ערך 3-4-16-1-1-63
אוועטאר
derech eretz
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4485
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 04, 2011 3:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך derech eretz »

איך בין געווען ביי די שיעור עס איז געווען געוואלדיג
גם העובד ד' ועוסק בתורה מן ההכרח שיעסוק גם במעט דר"ך אר"ץ - מאור ושמש פ' בחוקותי
שרייב תגובה

צוריק צו “אז נדברו”