די פראבלעם פון "אינטערנעט"

אפהאנדלונגען און דיסקוסיעס בענינים העומדים על הפרק

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
חוקר
שר חמש מאות
תגובות: 942
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג סעפטעמבער 12, 2008 2:52 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חוקר »

אויף דעם נושא וועגן חילל שבת/אינטערנעט/סמארטפאון האט מיר א חבר פארציילט (וואס ער האט א סמארט פאון און איז אויף אסאך גרויסע גרופעס {וואס דאס אליין ברענגט נישט קיין איבריגע יר"ש})
ער איז געווען אין ארץ ישראל האט ער נאכן זמן דארט געשיקט א מעסידז צו אפאר פון זיינע גרופס און מען קען זעהן אויף יעדער מעסידז ווען מען ליינט עס, האט ער נאכגעקוקט צו זעהט ווי סאך זענען מחלל שבת מיטן סמארט פאון (איך פערזענלך האלט אז עס איז נישט איידל צו מאכן אזאליכע עקספערימענטן אויף אנדער אידן ואכמ"ל)

די אויסצוג איז געווען אז צוויי פון בערך צוויי הונדערט מענטשן האבן עס געקוקט פאר עס איז געווען די זמן אין ניו יארק איינס פון די צוויי זענען געווען און לונדן

יעצט קען מען צוקומען מיט א מוסר פארציע פון דן זיין אידן לכף זכות, ער האט מיר געזאגט א נאמען ווער דער איד וואס האט געליינט די טעקסט אום שב"ק און איך האב געטראפן דער איד און איך שמיעס מיט עהם כאילו לא היה, פשוט ווייל איך טאר נישט גלייבן אז עס איז אמת (הלואי זאל דאס זיין אמת אבער מען וויל זיך איינרעדן) אינמיטן דער שמיעס פארציילט ער מיר ער איז געווען אין ארץ ישראל לעצטענס!!!!!!!!!

(איך בין צוריק צו מיין חבר פארציילן אז ער איז געווען און א"י אבער פון דעם קען מען זעהן אז מען קען נישט מאכן א סטאטיסטק פון וואס א מענטש זעהט ווייל לויט דער חשבון אז ער האט געמאכט אן עקספירעמנט אויף אלע זיינע חברים וואס האבן די גרופעס און עס איז נישט געווען קיין איין מחלל שבת מיינט נאכנישט אז וואס די רבנים/עסקנים שרייען אז עס ברענגט צו צו חילל שבת ווייסן זיי וואס זיי רעדן און די האסט א מזל אז די ביסט נישט קיין חבר פון איינער פון זיי
טראכט גוט וועט זיין גוט !!!!!
תורה סחורה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 342
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 13, 2016 8:12 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך תורה סחורה »

אילו נתן לנו את הטעלפון,

ולא נתן לנו את הסעלפון, דיינו.

אילו נתן לנו את הסעלפון,

ולא נתן לנו את הסמארטפון, דיינו.

אילו נתן לנו את הסמארטפון,

ולא נתן לנו את הוואויסמעיל, דיינו.

אילו נתן לנו את הוואויסמעיל,

ולא נתן לנו את הטעקסט, דיינו

אילו נתן לנו את הטעקסט,

ולא נתן לנו את האימייל, דיינו.

אילו נתן לנו את האימייל,

ולא נתן לנו את הוואטצאפ, דיינו.

אילו נתן לנו את הוואטצאפ,

ולא נתן לנו את טעלעגראם, דיינו.

אילו נתן לנו את הטעלגראם,

ולא נתן לנו את הגוגל, דיינו.

אילו נתן לנו את הגוגל,

ולא נתן לנו את הוועיז, דיינו.

אילו נתן לנו את הוועיז,

ולא נתן לנו את היוטוב, דיינו.

אילו נתן לנו את היוטוב,

ולא נתן לנו את הטוויטער, דיינו.

אילו נתן לנו את הטוויטער,

ולא נתן לנו את הפעיסבוק, דיינו.

אילו נתן לנו את הפעיסבוק,

ולא נתן לנו את האינסטוגרעם, דיינו.

אילו נתן לנו את הסאשעל מידיא,

ולא נתן לנו את האפליקציות, דיינו.

אילו נתן לנו את כל האפליקציות,

ולא נתן לנו גישה לחפוש בכל מכמני התורה, דיינו

אילו נתן לנו גישה לחפוש בכל מכמני התורה,

ולא הספיק בידינו לגמול חסד עם דלים ועניים אלמנות ויתומים בכל ארבע כנפות הארץ, דיינו


על אחת כמה וכמה טובה כפולה ומוכפלת למקום עלינו, שיש לנו כל הנ"ל בכלי קטן וחכם, שמונח בקופסה, ועוזר לנו לחיות חיים טובים, להיות בקשר אמיץ עם משפחה וידידים, ללמוד בכל התורה כולה בכל מה שלבו חפץ, ולגמול חסד בנפש ובמאוד, להתענג בתענוגים, לעשות מחשבות בזהב ובכסף ובנחושת, ועוד חסדים הרבה מאוד. על כל זה אנחנו מודים לך, ומברכים אותך, יתברך שמך בפי כל חי תמיד לעולם ועד.
אטעטשמענטס
הגדה%20של%20פסח%20שהחיינו.jpg
הגדה%20של%20פסח%20שהחיינו.jpg (29.82 KiB) געזען 4754 מאל
אוועטאר
מאכט סענס?
שר חמישים ומאתים
תגובות: 450
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 11, 2017 3:28 pm
לאקאציע: בין תנור לכיריים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאכט סענס? »

פעך ביליגע לצנות
ער האט פארגעסן איין שורה. אל אחת כמה וכמה שיש לנו מוח קטן ביותר, ואין לנו שום שמץ מן התמחא הנקרא שכל, והטופשות פורחת בגדול...
אוועטאר
לאנדאן שטופער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 352
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 06, 2014 3:01 pm

קונטרס כ"ו איסורי תורה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לאנדאן שטופער »

אטעטשמענטס
Capture.PNG
Capture.PNG (355.66 KiB) געזען 4341 מאל
שוין גארנישט קיין שטופער...
קרעדיט: משהזוךמיר
אוועטאר
tech yid
שר חמש מאות
תגובות: 701
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 03, 2016 7:09 pm
לאקאציע: נישט ביים קאמפיוטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך tech yid »

חסד מעמבער האט געשריבן:יעדער וואס האט א סמארטפאון האט שוין געקוקט דערויף אום שבת

אזוי גאר?!?
הק׳ טעקעלע
אוועטאר
אדער יא
שר שלשת אלפים
תגובות: 3157
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 11, 2018 11:00 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אדער יא »

לאנדאן שטופער האט געשריבן:קונטרס כ"ו איסורי תורה

יישר כח!
אוועטאר
איינס
שר עשרת אלפים
תגובות: 18803
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איינס »

א שאד ער האט מיר נישט געפרעגט פארדעם
לויט זיין וועג ווי ער גייט האב איך סאך סאך מער ווי כ"ו

אויב איינער האט גליינט אויף א אינטערנעט אין א שמוציגע סייט ווי אזוי צו הרגענען מענטשן, און ער איז געפארן שבת און געהרגעט א מענטש האט ער עובר געווען אויף.........

די קונטרס איז אפשר א חשוב'ע קונטרס, אבער נישט פונקטליך גערעכט (לדעתי).
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם!
אוועטאר
אזוי גאר!
שר ששת אלפים
תגובות: 6329
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש מארטש 25, 2017 7:13 pm
לאקאציע: עולם השפל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אזוי גאר! »

מאכט סענס? האט געשריבן:פעך ביליגע לצנות
ער האט פארגעסן איין שורה. אל אחת כמה וכמה שיש לנו מוח קטן ביותר, ואין לנו שום שמץ מן התמחא הנקרא שכל, והטופשות פורחת בגדול...

מסכים 100%
ראספשע
שר האלפיים
תגובות: 2049
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 10, 2016 11:43 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ראספשע »

הוראות קארלין סטולין בענין השתמשות בכלים ובאינטרנט:
https://forum.otzar.org/download/file.php?id=61504
אוועטאר
שטיין
שר חמישים ומאתים
תגובות: 388
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 28, 2018 11:33 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטיין »

איך מיין אז די אינטערנעט האט גמאכט אז די שמיץ פין די גאס האט זיך קאנצטרירט אין די אינטערנעט
אוועטאר
בעל דעת
שר חמש מאות
תגובות: 997
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 24, 2010 11:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בעל דעת »

שטיין האט געשריבן:איך מיין אז די אינטערנעט האט גמאכט אז די שמיץ פין די גאס האט זיך קאנצטרירט אין די אינטערנעט

פינק פארקערט די שמיץ וואס איז געווען באהאלטען ביז יעצט איז ארויס אויפן גאס דורך די אינטערנעט
בכל פגע הריני מורגל להחזיק האמונה, כי לא נעשה דבר ביד המקרה רק על פי השגחתו יתברך, והריני מתאמץ בתפילה להעביר את רוע הגזירה, ולפיכך הריני מתייחס בקרירות להשתדלות (חזון איש אגרות ח"ב קלב)
אוועטאר
לבלוב
שר חמש מאות
תגובות: 967
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 21, 2018 7:07 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לבלוב »

בילד
אוועטאר
לבלוב
שר חמש מאות
תגובות: 967
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 21, 2018 7:07 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לבלוב »

בילד
אוועטאר
לבלוב
שר חמש מאות
תגובות: 967
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 21, 2018 7:07 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לבלוב »

בילד
נא_שכל
שר שמונת אלפים
תגובות: 8004
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
לאקאציע: עולם התורה

ווען דער סתם עמך גוי איז זיך מתגבר אויפן סמארטפאון - דיסטרעקאשן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נא_שכל »

Dan Dolar was ready to take a break from the distractions of his smartphone. So he bought another phone.

The 47-year-old IT worker, who lives in Manteca, Calif., now typically carries his new 3.8-inch Palm “companion device” around with him on weekends, leaving his bigger Samsung Galaxy Note 9 at home.

The new gadget helps when he’s “living that dad life,” he said, while reducing the potential distractions. Without his big smartphone, he said, “I’m not compelled to get that dopamine rush.”

Smartphone-fatigued consumers are renegotiating their relationships with their devices. A growing contingent is embracing a new crop of minimalist phones, priced around $300 to $350, to wean themselves off premium models that keep them constantly connected.

Some are concerned that social media-usage is robbing them of interpersonal connections and making them less attentive. Others are annoyed by recent data privacy scandals at large internet and social-media companies—or they want the simple practicality of carrying a smaller phone.

“It’s totally a First World problem, but it’s so much more convenient,” Mr. Dolar said of his Palm. The $350 device shares a number with his primary smartphone and can host the same apps as his main phone, just on a smaller screen.

After launching in October, about 68,000 of the new Palm devices were shipped in the final quarter of last year, according to research firm Canalys. That is still a fraction of the roughly 45.8 million smartphones shipped in the U.S. during that period, according to market researcher Gartner Inc.

Cecilia D’Urso uses a 4.6-inch-long phone from Swiss devicemaker Punkt, which has a small, dark screen that allows only basic phone calls and texts. The 22-year-old art student in Turin, Italy, started using it after feeling stressed out by social media and chat notifications on her Huawei smartphone.

“Every second of my life I was available and online on every platform,” Ms. D’Urso said. She now uses her old smartphone only when she needs to post her work to Instagram.

When the first Punkt model came out in 2015, the average user age was 40 to 45 years old, said founder Petter Neby. The average user age on its most recent model, which costs $349 and was released last fall, is 22 to 35. Mr. Neby said that’s in part because younger users raised in the age of social media are now taking a step back from those services. Punkt said it has sold tens of thousands of its mobile phones since the launch of its first such device in 2015.

The phone doesn’t include an internet browser or a way to add apps, but it can turn into a Wi-Fi hot spot to bring internet access to a laptop or tablet.

Major smartphone makers are still pushing more powerful mobile devices with big screens and a host of cameras. At the telecom industry’s premier trade show in Barcelona last month, Huawei and Samsung both showed off smartphones with foldable screens and price tags of more than $1,000.
Huawei showcased a new foldable 5G smartphone at the Mobile World Congress last month.


There are signs that the world’s appetite for the latest, flashiest smartphone is waning as the devices become more commoditized and other connected items, such as smartwatches and smart home speakers, duplicate some of their functionality. Smartphone shipments world-wide have been falling since late 2017.

Faced with public anger over the effects of technology on social relationships and young people, companies including Apple Inc. and Facebook Inc. have also released a host of new screen-time limiting features and applications. Instagram users can set up notifications when they have spent a predetermined amount of time on the service.

In another tactic to reduce screen time, some users have turned to simple clamshell flip phones, for $30 to $50, that just allow calls and texts.


Makers of the new devices are still grappling with the line between simplicity and functionality.
‘I’m enjoying the fact that I’m not a slave to technology,’ said Jörg Tittel,

The first device from Brooklyn, N.Y.-based Light officially launched in January 2017 with funding from a Kickstarter campaign. Designed by two former Google employees to be used as little as possible, the credit-card-sized devices could only make phone calls.

Light said it sold about 15,000 of the phones and had another 18,000 unfulfilled orders because the company shifted its efforts toward creating the next model. That one, due to be released this summer, will cost $300 and include a ride-sharing application, the ability to upload and play music, an alarm, and GPS for giving simple directions.

The company has raised $8 million from investors including Foxconn Technology Group, a Taiwanese supplier to Apple.

Kaiwei Tang, co-founder and chief executive of Light, equated having multiple phones to having different clothes and shoes for different occasions. Personally, he hasn’t given up using his iPhone, which he’s had for at least five years and still uses for work.

“I’ll be honest. It’s not easy,” he said of leaving home without his smartphone.



די נייע פאון פון light קוקט אוס צו זיין א גוטע סעלושן פאר סתם אידן. ס'גייט האבן וועיז און אויך קאר שעירינג פראגראם.
וויאזוי צו אויפהייבן דיינע קינדער און נאנטע

"ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').
מייןמהלך
אנשי שלומינו
תגובות: 8
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 12, 2019 8:01 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מייןמהלך »

איך מיין סאיז דא נאך אפראבלעהם די אינטערנעם ציט געפערליך בחורים (לאו דוקה שלעכטס), און זיי קענען עס באקומען גאר גרינג(!!) און זיי ווייסן נישט וואס די סכנה איז און פון וואס מען דארף זיך אזוי וואטשען. איך קען א בחור אן אמת'ער ירא שמים וואס ס'האט איהם געפערליך געצויגן, און ער האט זיך געקויפט א כלי , און קוים בתחנינים האט מען באוויזן איהם צו איבערצייגן ארויף צו לייגן א פילטער.....
אוועטאר
וואס עפעס?
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4116
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 05, 2014 11:31 pm

יא אפילו פרייע אידן רחל הייבן אן צו כאפן די סכנה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואס עפעס? »

יא אפילו פרייע אידן רחל הייבן אן צו כאפן די סכנה
אטעטשמענטס
yediut1.JPG
yediut1.JPG (112.4 KiB) געזען 1389 מאל
לעצט פארראכטן דורך וואס עפעס? אום פרייטאג יאנואר 24, 2020 10:31 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
שיעלע בהמה
שר האלפיים
תגובות: 2366
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 10, 2019 11:59 am

Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שיעלע בהמה »

יגעתי ומצאתי האט געשריבן:עס איז באקאנט די ווארט פון חת"ס איזהו חכם הרואה את הנולד, אז ער קוקט אויפן עבר און לויט דעם פארשטייט ער דעם עתיד. לאמיר כאפן א בליק אויפן היסטאריע פונעם אינטערנעט און עס צושטעלן צום הוה און דעם עתיד.

תש"ס
וואס איז אינטערנעט?
גאר אסאך קאמפאניעס האבן שוין וועבסייטס, טאקע בזעיר אנפין לויט היינטיגע השגות אבער שטארק אויפגעכאפט לויט יענע השגות, בעיקר איז דאס געמאכט פאר ביזנעס, כאטש מען קען אויך טרעפן אנדערע אומנויטיגע זאכן און אויך ליידער שמוץ.

וואו איז דא עקסעס?
אויף א גרויס בייכיגן מוח קאמפיוטער (איינער געדענקט נאך פון וואס איך רעד?...), געפינט זיך בלויז אין ביזנעסער, אפשר א פראצענט אידישע שטובער האבן דאס אינדערהיים, און אויך נאר פאר ביזנעס.

תשס"ה
וואס איז אינטערנעט?
עס איז שוין באשאנקען מיט טויזענטער פארומס (איינצעלנע היימישע), הונדערטער טויזענטער מענטשן שרייבן, ווערט געזעהן דורך מיליאנען, און אלע מיני נושאים ווערן דארט דורכגעטוהן, איבריגע בלאגס לרחצה, עס איז שוין דא א יו-טאב צו פארברענגען.

וואו איז דא עקסעס?
דער קאמפיוטער איז געגאנגען אויף אן ערנסטן דייעט, ער האט שוין גענצליך פארלוירן דעם מוח, ער איז שוין א לעפטאפ וואס געפינט זיך ביי טויזענטער אידישע שטובער אריינגערעכנט כולל אינגערלייט, ער איז שוין נישט געמאכט בלויז פאר ביזנעס, ער איז שוין געמאכט אויך פאר בילדער, ווידעאויס וכדומה, און יעדע קאמפיוטער קען האבן אינטערנעט. אויך איז שוין דא די בלעקבערי, נאך א טריט נענטער צום אינטערנעט במשכ'ן איבריגן טאג חוץ ביי די ארבעט.

תש"ע
וואס איז אינטערנעט?
עס איז שוין דא פעיסבוק, טוויטער, ג'טאלק איז שוין געבוירן און שוין אויך אלט געווארן, עס איז שוין דא לייוו טשעט, עס איז עמטליך געמאכט פארן טאג טעגליכן לעבן. אה, אויך איז דאס געמאכט פאר ביזנעס.

וואו איז דא עקסעס?
וואו נישט? די קלוגע אידן וואס האבן פאר פינף יאר צוריק באהאלטן א טעיפ מיט א טעיפרעקארדער צו ווייזן פאר די אייניקלעך די אלטמאדישע וועלט אונטער וואספארא אומשטענדן מען האט געלעבט, האבן שוין אויך אוועקגעלייגט א סעלפאן אן אינטערנעט, עס איז שוין ארויסגעקומען כל מיני קאמפיוטער'ס וואס מען קען אויך רעדן דערויף, און האלבע וועלט האט דאס. יעדע הצנע לכת פיטעם בחור האט וואס ער וויל, און ליידער איז דא א שטארקע יצר הרע צו ווילן וואס מען דארף נישט.

אלול תשע"א
וואס איז אינטערנעט?
מען האט שוין ענדליך דערלעבט צו ענטפאנגען דעם גוגל פלאס, חדשות בעולם האינטערנעט, דער ממלא מקום פון טוויטער און פעיסבוק, יהא בואו לברכה.

יעצט לאמיר גיין צום עתיד.
תש"פ
וואס איז אינטערנעט?
איינער קען זיך פארשטעלן? קיינער קען נישט טראכטן וואס עס קען נאך ארויסקומען, אבער לויט די מציאות פון די לעצטע צען יאר זעהט אויס אז אפילו שטיינער וועלן זינגען און טאנצן בזכות די טעכנעלאגיע.

ווער האט צוטריט?
פאר צעהן יאר צוריק האט יעדע צוועלף יעריג אינגל געהאט א טעיפריקארדער און יעדע מיידל געהאט א דיספאזעבל קעמרע (יענץ מיט די פילם, כאפסט וואס איך מיין? שוין אויך אוועקגעלייגט פאר די מאזעאמס פאר קומענדיגן דור), היינט האט יעדער שנוק א איי פאד, יעדע מיידל א דידזשיטל קעמרע, וואס וועט זיין צעהן יאר ארום? וואספארא נייע כלים וועלן זיי אלץ האבן? פונקט ווי קיינער האט נישט געחלוםט אז אויף סעלפאנס וועט יעדער האבן אינטערנעט, אזוי טראכט קיינער נישט היינט אז מען וועט האבן אינטערנעט אויף די זייגער'ס, וועלן זיי נישט האבן צוטריט צו אינטערנעט אויף זייער האנט זייגער? וועט דען איינער נישט קויפן א זייגער פאר זיין קינד? וואס וועט מען דעמאלטס טוהן?

אלא מאי? קומען מיר צום הוה, עס מוז יעצט גענומען ווערן שריט אז מען זאל קענען מחנך זיין דורות אין אפאר יאר ארום, אויב נישט וועט די וועלט ח"ו זיין גענצליך הפקר, ווען די כלים וואס גייען נאך ארויסקומען וועלן שוין זיין ביי יעדעם אין די האנט וועט שוין זייער שווער זיין צוריקצודרייען, יעצט איז די צייט צו האלטן מלחמה מיט די טעכנעלאגיע פון צעהן יאר ארום, דורכן צוימען די טעכנעלאגיע פון היינט.

וויאזוי איז די וועג? איך ווייס נישט און איך ווייס נישט צו איינער ווייסט, עס איז גאר א שווערע זאך, מען מוז דא מאכן א בערלינער וואנט אינמיטן א רוישיגע שטאט, פון איין זייט איז נישט מעגליך, נישט פראקטיש און נישט רעאליסטיש גענצליך צו אסר'ן און פארמאכן סיי וועלכע צוטריט צום אינטערנעט פאר די אידישע עולם, אבער פון די צווייטע זייט מיז געמאכט ווערן גאר שטארקע צוימען אז כלים וואס מוזן נישט בהכרח קומען מיט אינטערנעט זאל זיין חזיר טרייף פאר כלל ישראל. בקיצור גדרים וסייגים וואס זאל ארייננעמען אלע חלקים און צדדים.

עס איז דא א ווארט פון ר"ר ברוכ'ל מעזיבוז'ער זצ"ל, אמאל איז די תכסיסי מלחמה געווען אז מען האט געהאט גוטע צילשיסער האט מען געשאסן ווייניג אבער די ווייניג האט מען גוט געציהלט און עס איז אלס אנגעקומען אין פינטל, אבער היינט איז זייער שווער צו ציהלן פונקטליך אז די סדר אז מען שיסט אסאך וויפיל מען קען, ביז איינס געלונגט אויפן ריכטיגן פלאץ, די זעלבע – האט ר"ר ברוכ'ל אויסגעפירט – איז מיט עבודת ה', אמאל האט מען נישט געדארפט אזויפיל צוימען און אזויפיל לוחם זיין קעגן די יצר הרע ווייל מען האט געקענט גוט ציהלן, אבער היינט איז זייער שווער צו ציהלן פונקטליך ממילא דארף מען שיסן און שיסן ביז ענדליך געלונגט עפעס.

די מלחמה וואס די יעצטיגע עסקנים פירן קעגן טעכנעלאגיע איז נישט ריכטיג און נישט אויסגעהאלטן שכל'דיג, אבער פארט בין איך צופרידן דערפון, ווייל ווילאנג מען פראבירט עפעס איז נאך דא א האפענונג אז ענדליך וועט קומען איין קלוגער איד און אנווייזן א פינקטליכע וועג, אבער ווען מען איז שטיל איז ביטער.

איך קוק אן די עסקנים וואס טוען דערין, ווי א שדכן וואס טראגט אן א שידוך און עס לאזט זיך אויס מיט גארנישט, ער פראבירט אויפצוטוהן און עס גייט נישט, אבער יעדע שידוך וואס מען טראגט אן איז א טריט נענטער צום ריכטיגן, ודי.

נ.ב. אויב פארשטייט איר נישט וואס איך האב דא געזאגט, מן הסתם האט איר נאכנישט קיין קינדער אין די חינוך עידזש אדער האט איר שוין חתונה געמאכט אייערע קינדער. די אלע וואס האבן קינדערלעך שיחי' אין די עלטער, וואס מען וועט בעזרת השם מחנך זיין אין צעהן יאר ארום פארשטייען מן הסתם גוט וואס איך מיין.

"תש"פ"

באמת צו שטוינען פון דיין ווייטן בליק...

וויפול קינדער פון א"ג וואוילע שטובער האבן היינט עפל-אייפאדס?
ריכטיגע סמארטמאונס!! וכהנה וכהנה

סאיז א ווייטאג צו רעדן.. סאיז ברור אז דאס טיפשות פון זיין ביזי אנטקעגן דאס "שרעקעדיגע" "עקסטרעמיזעם" במקום האבן אביסעלע פון די דזשעלי אין קאפ.. האט דאס אלעס צוגעברענגט!!


כהאב נישט קיין כוח מאריך צו זיין
אפטרופס
שר חמישים ומאתים
תגובות: 261
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 10, 2019 4:35 pm

Re: די פראבלעם פון "אינטערנעט"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אפטרופס »

Capture.PNG
Capture.PNG (214.99 KiB) געזען 778 מאל
אוועטאר
ער גייט
שר מאה
תגובות: 101
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 09, 2022 11:14 pm

Re: די פראבלעם פון "אינטערנעט"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ער גייט »

???any one knows about a filter that's have the option for a white-list on text
אוועטאר
די זוהן פון קהלת
שר חמישים ומאתים
תגובות: 499
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש נאוועמבער 05, 2022 9:33 pm

Re: די פראבלעם פון "אינטערנעט"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך די זוהן פון קהלת »

כ'פארשטיי נישט. ס'דא איינער וואס לייקענט נאך אז אינטערנעט איז א פראבלעם?
אדער די מחלוקה איז ווי ווייט?
זוכט איר צו קויפן ציצית?
אויב ברויכט איר 6+ דאן קענט איר קויפן די נייע מופת ציצית פאר בלויז $30 א שטיקל נאר יעצט
פאר מער פרטים קוקט דא


שיקט אריין אייער ארדער צו [email protected]
ווען הבלים הייבט אן ווערן א חלק פון לעבן איז צרות
אוועטאר
חידוש נפלא
שר שבעת אלפים
תגובות: 7214
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 22, 2009 10:03 pm

Re: די פראבלעם פון "אינטערנעט"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חידוש נפלא »

וואס פונקטליך פארשטייסטו נישט?
האסט דא געליינט א מחלוקה פון 12 יאר צוריק
אוועטאר
פיפיות
שר האלפיים
תגובות: 2146
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 15, 2021 3:10 pm

Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פיפיות »

מי חכם האט געשריבן:
פונקט געוואלט עפענען א אשכול איבער די נושא. איך עפן אויף מוצ"ש דעם זייטל בלויז צו טרעפן אז כבר קדמוני געלעגער. עליך דא אריין ווארפן מיינע צוויי צענט.

לדעתי, קוקן מיר אויף דעם גאנצן ענין פון א נישט ריכטיגן פערספעקטיוו. ווי געלעגער האט שוין געשריבן, איז דאס וויכטיגסטע צו קאטעגאריזירן דעם פראבלעם און ארויס האבן פונקטליך אלע אספעקטן דערפון.

איך וועל מיך שטעלן די ערשטע זאך אויף די נאמען פון די מערכה: "מלחמה מיט די טרפה'נע טעכנאלאגיע".הגם דער פראז איז בעצם דעמאגאגיע, איז אבער לדעתי דאס דער בליק וואס מאנכע האבן אויף טעכנאלאגיע, און דערפון שטאמט היבש פונעם ערבוביא אין די נושא.

אלזא, פאר מען נעמט זיך צום עצם פראבלעם, ברויך מען קודם אויסקלארן דעם שורש. דער שורש איז, אז ב"ה אונז און די גאנצע יהדות החרדית (חוץ חב"ד אפשר) זעמיר אויפגעצויגן געווארן על פי דרכו והכוונתו פונעם חת"ס: "חדש אסור מן התורה". דאס הייסט אז יעדע נייע זאך איז אויטאמאטיש פארדעכטיגט. (במאמר המוסגר נעמט זיך לדעתי פון דעם שורש אויך דאס בענקעניש וואס טייל פונעם דריטן דור אמעריקאנער געבוירענע האבן צום "אלטן זיסן, אמאל." להוי ידוע, אז איר וועט פרעגן אייער זיידע - במכוון נישט די באבע וד"ל - וועט ער אייך פארציילן אז דער אמאל איז בכלל נישט געווען אזוי זיס, און דער גלאררייכער עבר האט דוקא געמאנגלט אין "גלאר". נאר וואס דען, וויבאלד עס איז פונעם אמאל, איז עס זיס. ואכמ"ל). בקיצור מיר שעצן באמת מער די פריערדיגע, מיר ווייסן פון ירידת הדורות, און ווי מער צוריק אלס שענער איז געווען אידישקייט ביי די שומרי תורה ומצוות (צדוקים איז שוין געווען בזמן הבית אויך).

טאמער אבער איז א מענטש נישט גענוג קלוג, וועט ער נישט אויפכאפן אז מילי דשמיא לחוד, ומילי דארעא לחוד.

בגשמיות, ווערט די וועלט דוקא בעסער און שענער, פארגעשריטענער און באקוועמער. יעצט, טייל פון די דעמאגאגן וואס האקן כסדר אויף די טעכנאלאגיע, איז קלאר פאר זייערע צוהערער אז זיי בענקען זיך באמת צו די פערד און וואגן עפאכע. זיי זענען ליידער אריין געפאלן בטעות אין דעם דור. אבער בעצם ווילן זיי נאר דרייון אזא מאדעל פערד און וואגן ווי אלעקסייי האט געדרייווט פארן בעש"ט... בקיצור, פאר זיי איז יעדע טריט פאראויס וואס די וועלט מאכט, א ווייטאג אין גענאק. זיי וואלט געווען סאך געשמאקער ווען די וועלט גייט ווען ריקווערטס.

אבער דער אמת איז דאך, אז כאטש ברוחניות ווערן מיר שוואכער און נידריגער, שטייגט אבער די וועלט בגשמיות, און דער ריכטיגער השקפה אויף די זאך איז, אפצוגעבן א שבח והודאה צום אייבערשטן אויף די טובות וואס ער האט געטון צו אונזער דור. ווען מיר זעצן זיך אראפ צום קאמפיוטער, וואלטן מיר געדארפט יעדן טאג ארויסגיין פון התפעלות פון די אומבאגרעניצטע מעגליכקייטן וואס די טעכנאלאגיע שטעלט אונז צו. מען וואלט געדארפט יעדן טאג מאכן א "ברוך שחלק מחכמתו לבשר ודם" וואס אדאנק דעם האבן מיר די אלע באקוועמליכקייטן. מיר דארפן זיך מצייר זיין ווי סאך שווערער דאס ללעבן וואלט געווען אן די אלע ערפינדונגען, און פון טיפן הארץ אויסשרייען א דאנק צום אויבערשטן אויף די מתנה וואס ער האט געגעבן פר אונזער דור: דער"אינטערנעט!" יא, דאס איז א מתנה פון הימל!

ווען איך הער / ליין וויאזוי מען רייסט אראפ די טעכנאלאגיע, קלינגט מיר דאס אין די אויערן ווי אדם הראשון וואס האט געזאגט צום אייבערשטן "האשה אשר נתת עמדי". יא, אמת זי האט אים למעשה גורם געווען צו זינדיגן, און עס איז קיין צווייפל אז די טעכנאלאגיע איז א גורם צו זינד, אבער חז"ל זאגן אונז אז די טענה פון אדם הראשון איז געווען א "כפיית טובה". דער אייבישטער האט דיר געטון א טובה און געגעבן א ווייב משמש צו זיין, און דו האסט נישט געקענט ביישטיין דעם נסיון פון יצר הרע, הגם טאקע די אשה איז געווען די שליח, אבער נוץ נישט דעם אייבירשטנס טובה פאר א תירוץ אויף דיינע שוואכקייטן. די זעלבע זאך איז מיטן אינטערנעט. דער אייבישטער האט אונז מזכה געווען מיט א מורא'דיגן שפע פון טובה בגשמיות, אין פארעם פון דעם אינטערנעט, און מיר טארן נישט זיין קיין כפויי טובה. יא מיר דארפן וויסן וויאזוי נישט אריין צו פאלן אין דעם פיתוי וואס אט די טובה שטעלט אונז פאר - אקוראט ווי די אשה - אבער מיר דארפן וויסן צו שעצן די חסדים פונעם אייבירשטן.

איך וויל פרעגן א שאלה די אלע דעמאגאגן: פן ווי זענט איר אזוי זיכער אז דער יצר הרע שטייט אונטער סטיוו דזשאבס, און סערגעי וויזויהייסטערנאר? לויט ווי מיר ליינען כסדר אויף די צעטלעך, איז דער יצר הרע דער אינווענטאר פון אלע נייע און אלטע טעכנאלאגיע, מיטן איינעם ציל מכשיל צו זיין די קליינע הייפעלע אידן. מסתמא איז די באהויפטונג געבויט אויף דעם כלל אז בראשית בשביל ישראל שנקראו ראשית, און אלעס וואס געשעט אויף דער וועלט איז וועגן אונז. אלזא, איך האב נייעס פאר אייך: אלע נייע כלים זענען טאקע געמאכט פאר אונז, כדי מיר זאלן דאס יא נוצן! עס איז א פראיעקט פונעם יצר טוב כדי מיר זאלן קענען גרינגערהייט לערנען, טון מצוות און מעשים טובים. יא! דער אייפאד איז באשאפן געווארן כדי אידן וואס פארן אויפן וועג פון און צו די ארבעט / קאנטרי, זאלן קענען האבן א גרויסן אויסוואל פון תורה שיעורים צו הערן! און סקייפ איז ערפינדן געווארן כדי די קינדער פון די חב"ד שלוחים איבער דער גארער וועלט זאלן קענען לערנען תורה געהעריג פונקט ווי קינדערלעך אין זייער עלטער וואס וואוינען אין וויליאמסבורג, בארא פארק, ירושלים און בני ברק.

און איך האב נאך ערגערע נייעס פאר די אויבנדערמאנטע מענטשן. לויטן רמב"ם אז אין בין עולם הזה לימות המשיח אלא שיעבוד מלכיות בלבד, מיינט נישט אז ווען משיח וועט קומען וועט איר גליקליך ווערן און די וועלט וועט צוריקגיין צו די מיטלאלטער צייטן. דעטס נאט גאננע העפען! די טעכנאלאגיע איז הער טו סטעי, ווייניגסטנס ווילאנג די וועלט שטייט. יא, אזוי ווי איר הערט. גרייט אייך צו. ** איך פיל סארי פאר די מענטשן, אבער זיי האבן פארשפעטיגט די באן. סאיז פארפאלן, חוץ אין מיטלאלטער איז די וועלט תמיד געגאנגען פאראויס. דאס איז מסתמא א תיקון פאר אייער נשמה די יסורים וואס איר האט פון די פארגעשריטענע וועלט.

אז מיר האבן שוין דעם יסוד, האלטן מיר שוין ביי עפעס. יעצט, דארפן זיך צוזאם נעמען די רבנים, און זען הכצעקתה, צי איז טאקע דא גענוג א בארעכטיגטע סיבה נישט צו אקצעפטירן איינע פון די כלים וואס דער בורא האט אונז געשאנקען. עס איז בהחלט מעגליך, אז טאמער זעט מען איין אויף א חפץ אז עס איז הפסידו מרובה משכרו, וועט מען מוזן זאגן "לא הן ולא שכרן". מיר קליינע מענטשעלעך קענען נישט שטיין קעגן דעם גרויסן פיתוי וואס די ספעציפישע כלי איז פאר אונז, מילא מוזן מיר זיך דערפון לע"ע מתנזר זיין, און ווען משיח וועט קומען וועלן מיר דאס דאן נוצן בהיתר - פאר די גשמיותדיגע צרכים -אן מורא האבן פארן יצר הרע וואס וועט שוין דאן ליגן א געשאכטענער.

יעצט דארף מען נעמען יעדע זאך עקסטער. און לדעתי איז די הויפט זאך, דער כלל, אז א זאך וואס איז נייטראל, מען קען דאס נוצן פאר ביידע לאיסור והיתר, זענען מיר נישט דעם אויבערשטנס אפוטרופסים דערויף. מיר האבן באקומען אונזערע אברים פונעם אייבירשטן אויך אויף צו טון גוטע זאכן דערמיט, ווי מען רעכנט אויס אין תפילת זכה. יעצט דאס אז מיר אביוזן דאס ליידער, מיינט נישט חלילה אז מיר טארן שוין נישט האבן די קאנוויניענס דערפון. נאר וואס דען? עולם כמנהגו נוהג, ושוטים שקלקלו עתידין ליתן את הדין. די זעלבע מיט אלע נייע ערפינדונגען. איך וואלט געראטן פאר די עסקנים צו קוקן אויף די זאכן ווי זיי זענען אלט צוויי הונדערט יאר שוין, און מיר זענען אלע צוגעוואוינט דערצו, און יעצט לאמיר זען וואס מען קען / דארף טון. (איך רעד נישט א מען זאל עס אנקוקן ווי עס האט שוין די באשטעטיגונג פון אבותינו ורבותינו, ניין, עס איז א נייע שאלה, אבער די טעכנאלאגיע איז לאמיר זאגן א אלטע).

דאס מיינט אז טעקסט מעסעדזשעס און אימעיל, איבעי און בענק, גאווערמענט און געשעפטן וועבסייטס, זענען א לכתחילה שבלכתחילה. דאס איז א ספעציעלע מתנה פון הימל פאר אונז. איי דער בחור וואס איז א מנ... שיקט נישט קיין שיינע טעקסט מעסעדזעס, איז עס נישט דיין דאגה. עס איז ביי מיר ברור אז ווען די טעלעפאן קומט ווען היינט ארויס, וואלט מען עס גאנץ מעגליך גע'אסרט. וואס הייסט, עס איז דאך א געהעריגע כלי משחית ספעשל דיזיינד דורכן יצר הרע! דו ווייסט וויפיל לשון הרע מענטשן וועלן רעדן א דאנק דעם? (און סתם פאר אינטערעסאנטקייט, עלטערע אידן דערציילן אז עס זענען געווען וואס האבן טאקע אזוי געשריגן קעגן דעם טעלעפאן). נאר וואס דען, וויבאלד עס איז פשוט א וועג פון קאמוניקאציע, איי וואסערע דעטע דער און יענער וועט דורך דעם קאמוניקירן? עס איז נישט דיין אחריות. עולם כמנהגו נוהג, ושוטים שקלקלו עתידים ליתן את הדין.

שלא להכביד על הקורא וועליך מיר דא שטעלן, אבער הרבה נשאר בקולמוסי, ועוד חזן לעמוד... (קרעדיט: צום זאך).
;l;p-
אוועטאר
דרייטצעך
שר ששת אלפים
תגובות: 6224
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 29, 2021 5:13 pm
לאקאציע: וואו דרייטצעך א איד?

Re: די פראבלעם פון "אינטערנעט"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דרייטצעך »

די אויבנדערמאנטע ביזן לעצטן פאראגראף איז זייער שיין.

די לעצטע פאראגראף זאלט איר ביטע איבערלאזן פאר די רבנים. אויב מיין רב האט גע'פסק'נט אז אויב איך האב נישט קיין צורך פרנסה מעג איך נישט האבן קיין טעקסט/אימעיל איז עס "אסור".
= שומר ישראל שמור שארית ישראל =
איך בין נישט קיין דעמאקראט, נישט קיין ריפובליקען און ניטאמאל קיין אינדיפעדענט, איך באנוץ זיך מיט מיין אייגענעם שכל...
אבער אנטקעגן דעת תורה פון מיינע רבי'ס בטלה דעתי!
אוועטאר
Rak Tov
שר שבעת אלפים
תגובות: 7892
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 18, 2020 12:35 pm
לאקאציע: דא
פארבינד זיך:

Re: די פראבלעם פון "אינטערנעט"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Rak Tov »

דרייטצעך האט געשריבן:
די אויבנדערמאנטע ביזן לעצטן פאראגראף איז זייער שיין.

די לעצטע פאראגראף זאלט איר ביטע איבערלאזן פאר די רבנים. אויב מיין רב האט גע'פסק'נט אז אויב איך האב נישט קיין צורך פרנסה מעג איך נישט האבן קיין טעקסט/אימעיל איז עס "אסור".
גא"מ
זייער שיין געשריבן.
קענסט זאגן דיין בליק/השקפה אויף סיי וואס, ביזן פסק'ענען למעשה
ווארפט אריין לכה"פ $360
https://thechesedfund.com/chemed/ivelt
שרייב תגובה

צוריק צו “דעת הקהל”