בלאט 12 פון 135

געשריבן: דינסטאג מאי 31, 2016 6:53 pm
דורך מה פתאום???
משנה מקום האט געשריבן:
מאנ-יימער האט געשריבן:וואס איז אינטערסאנט מיט דעם צעטל?

זיי אסר'ן שניעל'ס וואס איז לעצטנס שטארק איינגעפירט געווארן אין עזרת נשים, דאס איז א חידוש פון א איסור.

געשריבן: דינסטאג מאי 31, 2016 7:04 pm
דורך בן נון
משנה מקום האט געשריבן:
מאנ-יימער האט געשריבן:וואס איז אינטערסאנט מיט דעם צעטל?

מיר איז עס געווען אינאטערעסאנט.

ביז היינט האט מען נישט גע׳אסר׳ט קיין שום סארט קאפ צודעק פאר א פרוי (חוץ שייטלעך, לויט טייל פוסקים).

געשריבן: דינסטאג מאי 31, 2016 9:56 pm
דורך מצוה יונגעל
פארוואס אסר׳ט מען עס? איז עס א גויאשע זאך? איך האב נאכנשט געזען א גוי גיין אזוי....

געשריבן: דינסטאג מאי 31, 2016 10:03 pm
דורך פרידן
מצוה יונגעל האט געשריבן:פארוואס אסר׳ט מען עס? איז עס א גויאשע זאך? איך האב נאכנשט געזען א גוי גיין אזוי....

דער עולם איז ממש דיסלעקציק? מען קען נישט ליינען , האבן זיי עס דען געאסרט ווי שייטלעך אלץ הלכה סך הכל מעורר געווען אז האט א פראבלעם וועל עס עפענט א אונטער טירל אין העלפט צו צו אזאך וואס איז ביי אונז געווען מהחמורות וואס ליידער האט זיך אנגעהויבן צו שפאלטן אביסל די הארבקייט אין די זהירות דערפין וואס איז געווען ביז היינט, איך וויל נישט יעצט אריין פירן דעי אשכול אין דעי נושא, איך זעה בכלל נישט עפעס ראנג מיט דעי צעטיל זייער א שטארקע נקודה, נישט יעדע זאך וואס מען איז מעורר מיז מען אראפ רייסן, מען קען ווייטער זיין געהעריג קלוג אפי' מען רייסט עס נישט אראפ

געשריבן: דינסטאג מאי 31, 2016 11:27 pm
דורך בן נון
׳בשום אופן נישט ווערן נאכגעשלעפט וכו׳

געשריבן: דינסטאג מאי 31, 2016 11:51 pm
דורך מה פתאום???
פרידן האט געשריבן:
מצוה יונגעל האט געשריבן:פארוואס אסר׳ט מען עס? איז עס א גויאשע זאך? איך האב נאכנשט געזען א גוי גיין אזוי....

דער עולם איז ממש דיסלעקציק? מען קען נישט ליינען , האבן זיי עס דען געאסרט ווי שייטלעך אלץ הלכה סך הכל מעורר געווען אז האט א פראבלעם וועל עס עפענט א אונטער טירל אין העלפט צו צו אזאך וואס איז ביי אונז געווען מהחמורות וואס ליידער האט זיך אנגעהויבן צו שפאלטן אביסל די הארבקייט אין די זהירות דערפין וואס איז געווען ביז היינט, איך וויל נישט יעצט אריין פירן דעי אשכול אין דעי נושא, איך זעה בכלל נישט עפעס ראנג מיט דעי צעטיל זייער א שטארקע נקודה, נישט יעדע זאך וואס מען איז מעורר מיז מען אראפ רייסן, מען קען ווייטער זיין געהעריג קלוג אפי' מען רייסט עס נישט אראפ

איבעראל וואו די קאמענטירסט זעהט מען אז דו צילסט סך הכל ארויסצוברענגען איין פוינט נאכאמאל און נאכאמאל:

מען קען ווייטער זיין געהעריג קלוג אפי' מען רייסט עס נישט אראפ

ווי איך פארשטיי ביסטו אמאל געווען צווישן די אזויגעריפענע אויבערחכמים, ביסט עלטער געווארן, זיך פארשטעקט פאר בושה, און גענומען פאר א לעבנס פליכט דאס צו אינפארסירן.

פארדעם טייערע פרידן, נישט יעדע זאך וואס מאכט נישט קיין סענס דארף מען בעקן נאר ווייל דער וואס מאכט עס אוועק וויל זיין קלוג

"דו קענסט ווייטער זיין געהעריג קלוג אפילו דו וועסט פארשטיין אמאל אז די ציבור איז סיק ענד טייערד פון זינלאזע מערכות, און דייקא נישט ווייל זיי ווילן זיין קלוג. פארשטיי עס. פינטל.

לגופו של ענין, די צעטל לייגט אראפ די שניעל ווי מ'קען מיינען וואספארא פירצה, קאל דאון, נישט דאס איז יעצט די גרויסע פראבלעם, הער אויף צו זיין א מאסקיטא, לעב דיין אייגענע לעבן.

געשריבן: דינסטאג מאי 31, 2016 11:52 pm
דורך פרידן
בן נון האט געשריבן:׳בשום אופן נישט ווערן נאכגעשלעפט וכו׳

האסט געליינט די גאנצע צעטיל, ער שרייבט קלאר אז נישט אז עס איז א פראבלעם אין הלכה, אין אפי' נישט א פראבלעם מיט דעם גופא יעצט, נאר קען ברענגען א צוויטע פראבלעם אין א גרויסע, ע"כ זאל מען טראכטן פאראויס אין נישט נאכגעשלעפט ווערן, זייער נארמאל אין צום זאך

געשריבן: דינסטאג מאי 31, 2016 11:59 pm
דורך פרידן
מה פתאום??? האט געשריבן:
פרידן האט געשריבן:
מצוה יונגעל האט געשריבן:פארוואס אסר׳ט מען עס? איז עס א גויאשע זאך? איך האב נאכנשט געזען א גוי גיין אזוי....

דער עולם איז ממש דיסלעקציק? מען קען נישט ליינען , האבן זיי עס דען געאסרט ווי שייטלעך אלץ הלכה סך הכל מעורר געווען אז האט א פראבלעם וועל עס עפענט א אונטער טירל אין העלפט צו צו אזאך וואס איז ביי אונז געווען מהחמורות וואס ליידער האט זיך אנגעהויבן צו שפאלטן אביסל די הארבקייט אין די זהירות דערפין וואס איז געווען ביז היינט, איך וויל נישט יעצט אריין פירן דעי אשכול אין דעי נושא, איך זעה בכלל נישט עפעס ראנג מיט דעי צעטיל זייער א שטארקע נקודה, נישט יעדע זאך וואס מען איז מעורר מיז מען אראפ רייסן, מען קען ווייטער זיין געהעריג קלוג אפי' מען רייסט עס נישט אראפ

איבעראל וואו די קאמענטירסט זעהט מען אז דו צילסט סך הכל ארויסצוברענגען איין פוינט נאכאמאל און נאכאמאל:

מען קען ווייטער זיין געהעריג קלוג אפי' מען רייסט עס נישט אראפ

ווי איך פארשטיי ביסטו אמאל געווען צווישן די אזויגעריפענע אויבערחכמים, ביסט עלטער געווארן, זיך פארשטעקט פאר בושה, און גענומען פאר א לעבנס פליכט דאס צו אינפארסירן.

פארדעם טייערע פרידן, נישט יעדע זאך וואס מאכט נישט קיין סענס דארף מען בעקן נאר ווייל דער וואס מאכט עס אוועק וויל זיין קלוג

"דו קענסט ווייטער זיין געהעריג קלוג אפילו דו וועסט פארשטיין אמאל אז די ציבור איז סיק ענד טייערד פון זינלאזע מערכות, און דייקא נישט ווייל זיי ווילן זיין קלוג. פארשטיי עס. פינטל.

לגופו של ענין, די צעטל לייגט אראפ די שניעל ווי מ'קען מיינען וואספארא פירצה, קאל דאון, נישט דאס איז יעצט די גרויסע פראבלעם, הער אויף צו זיין א מאסקיטא, לעב דיין אייגענע לעבן.

מה פתאום איך בין כמעט זעכער אז איך בין יונגער ווי דיך איך בין נאכנישט ראוי צו זיין א בעל תפילה ימים נוראים אין איך צאל ביליג אויף ליוו אינשורענס, אין איך האב נישט געזוכט אויסצוברייטערן די נושא אבער פרעג דיך נאך צו איז נישט דא לעצטענס געווויסע וואס לאזן נאך פין וואס איז געווען ביי אונז מהחמורת, אין די ביזט דאך די שטארקע פעיר פרעשוט שיטה אין אויב עס איז גרינגער צו באהאלטן די מעשים ביז עס ווערט שוין עפעס וואס יעדער טוט איז א פראבלעם, עס איז סך הכל א צעטיל וואס מען האט אהיים געשיקט פין סקול אין איך א נייע חכמה היינט אז נאר וואס איז ממש די ערגסטע מעג מען מעורר זיין א טראפ וויניגער טאר מען גארנישט זאגן, עס איז נישט קיין וועלטס מערכה סך הכל ה הערה וואס מען דארף אין באטראכט נעמעןאין נאכאמאל מען קען זיין געהעריג קלוג ווען מען רייסט נישט אראפ אלעס איך פארשטיי עס איז דא וואס האבן מבאיש ריח געווען די ענין פין מעורר זיין מיט משוגע מאכן מיט זינלאזע הערות אין דאס איז איינע פין די חורבנות וואס אונז מוז מער זיך ספראווענען אבער מיינט נישט אז על הכלל כולו יצא, מען מעג נאך טראכטן מיט די מח אין מען מוז נישט נאר ניצן די געפילן פין מאך שוין נישט משוגע אזויפיל

געשריבן: מיטוואך יוני 01, 2016 12:07 am
דורך פרידן
בד"וו דאס איז א הערה וואס א ערנסטע נארמאלע דיין האט געזאגט אין נישט לשם דרוש נאר ווייל ער האט געזען פאר וויכטיג נישט עפעס א צייט שטופער מיט א צעטיל דרוקער
אין עס איז זעכער נישט אויסגעהאלטן צו חוזק מאכן פין די רבנים (אפי' באופן ווען די ביזט גערעכט), זה היה דרכם של המשכילים צו נעמען די ווערטער פין די רבנים אין חוזק מאכן אז זיי מאכן סתם משוגע געדענק פאר מען ענפערט איך שרייב רבנים איך שרייב נישט מעוררים די תוצאת זענען נישט גוט אין עס באלאנגט אויף א וואטס עפפ גראפ פין אפאר נאקעטע קעפ
נישט אז איך וויל מען זאל עס אראפ נעמען פין דא ווייל עס איז גוט עס צו האבן דא אין ארויס ברענגען דעי פוינט

געשריבן: מיטוואך יוני 01, 2016 1:19 am
דורך מלה בסלע ודי לחכימא
איך וויל נישט פארדרייען דעם אשכול, ווי אויך וויל איך נישט ווערן אינוואלווד און א מחלוקת וואס איז תלוי אין א אנדערע מחלוקת וואס איך האב נאכנישט דורוכגעטוען, ווי עס איז לעצטענס געווארן איינגעפירט אז ניקים האלטן חשבון אויף אנדערע ניקים און ווען יענער האט א אנדערע מיינוג ווי זיי גיבט מען אים שוין אריין פאר אלץ וואס ער האט שוין געזאגט בעלמא הדיין, און מען מאכט א גאנצע לשיטתו...

אבל פטור בלא כלום אי אפשר!!!

הרב פרידן האסט גוט ארויסגעברענגט די נקודה פאר ווער עס וויל פארשטיין!!

אלץ באנוס האסטו געשריבען גענוג ווערטער פאר דער אויבער חכם דיך אויסצולאכן אבער פאר זיי don't waste your time.

געשריבן: מיטוואך יוני 01, 2016 1:55 am
דורך הלשון
מה פתאום??? האט געשריבן:לגופו של ענין, די צעטל לייגט אראפ די שניעל ווי מ'קען מיינען וואספארא פירצה, קאל דאון, נישט דאס איז יעצט די גרויסע פראבלעם, הער אויף צו זיין א מאסקיטא, לעב דיין אייגענע לעבן.

ר' פתאום, איך האב איבערגעליינט די צעטל עטליכע מאל, און כ'קען נישט כאפן וועלכע ווערטער האט דיר ארויסגענומען פון די כלים. אפשר צייכענסטו אן וועלכע שורה לייגט עס אראפ ווי א "געפערליכע פירצה"?

ווי עטליכע האבן שוין אנגעוויזן, האט מען בכלל נישט געלייגט קיין איסורים, חרמות, וקנסות. מען האט סך הכל מעורר געווען נישט צו גיין דערמיט, צוליב וואס עס קען צוברענגן א התרשלות אין א דבר חמור מאוד.

עכ"פ: די צעטל איז געשריבן פיל פיל רואיגער, ווי דיינע קאממענטס אויפ'ן צעטל

געשריבן: מיטוואך יוני 01, 2016 10:42 am
דורך בעילוםשם
רבותי, אחי ורעי, הערט מיך אויס א סעקונדע'לע.

די וועלכע פארשטייען נישט דעם בריוו און וואס דער פראבלעם איז. וויל איך אייך זאגן, אשריכם!
דער צווייטער טייל - דער זארג שמא יטה - איז נאכנישט אנגעקומען אין די געגענט ווי איר וואוינט, און אוודאי ח"ו נישט ביי אייך אין שטוב.

ליידער, ליידער, האלט מען שוין אין געוויסע מקומות/שטובער ביי די נאכפאלגן פון וואס דער צעטל ווארענט און האט מורא.
עס האט זיך אריינגעכאפט אן התרשלות ביי היימישע אינגעלייט כמונו/כמוך אינעם ענין פון תגלחת-נשים וואס איז ביי אונזערע זיידעס און רבי'ס געווען הארבער פון הארב, מ'האט נישט געטרינקן א גלאז וואסער אין שטוב פון איינעם וואס די ווייב איז געגאנגן נישט געשוירן.

די לבושים פון סנוד/באנדאנא/בארעי (שניעל ווייסעך נישט וואס דאס איז אבער שטעל זיך פאר עפעס בדומה לזה) וכדומה ברענגט א רייץ צו לאזן אביסעלע שערות אויך ס'זעהט אויס בעסער מיט שערות, און ביי פילע שטעקט זי שוין ארויס די שערות אביסעלע דא אביסעלע דארט ליידער.

מיר פלעגן נישט פארשטיין דעם רבי'ן ז"ל'ס דרשות/תורות וואו ער וויינט איבער ביי-האר, ס'איז נישט געווען ביי אונזערע קרייזן ביז גאנץ לעצטענס, ליידער איז די פירצה צוריק ה"י.

אז מען רעדט שוין דערוועגן, אפשר גייט אס צוזאמען מיט'ן רירן די בארד, וואס האט אויך נישט פאסירט ביי אן אונזער-סארטיגער אינגערמאן ביז לעצטענס.

ליידער קען מען זאגן א ביטער ווערטל, די פירצה-סטייל איז אז מען נעמט אראפ האר פונעם בארד, און מ'לייגט עס על ראש האשה... רח"ל.

זאל השי"ת זיך דערבארעמען על שארית ישראל, און זעהן ווי טראץ די שפלות הגלות דראפען מיר זיך צו זיין ערליך, און אונז אויסלייזן באצייטענס, אוי וועלן מיר זיין וואויל דעמאלטס.

געשריבן: מיטוואך יוני 01, 2016 11:26 am
דורך בעילוםשם
טייערע קאלעגעס, די ווינדאווס זענען שוין ווייטער פארהויכט פון היץ, די לופט פיל מיט פולווער, און די שטימעס הייזעריג פון געשרייען.

איך בעט ערלויבעניש אקדמות מילין, צו ראטן יעדן פון אונז צו נעמען 2 מינוט פויזע פון שרייבן און ענטפערן.

גיסט זיך אן א פיינע קאווע, און לייענט'זשעט די פאר טרעפליכע פאסיגע ווערטערפון זיידע חייקל. איך און אנדערע האבן געפינען זיינע רייד צו זיין גאר צוגעפאסט, ריכטיג, און גוט געשריבן.

עס וועט זיך גאר אנדערש דעבאטירן נאכ'ן ליינען חייקל'ס ווערטער.

לייענט און האט הנאה!

געשריבן: מיטוואך יוני 01, 2016 2:22 pm
דורך פרידן
יעדער פארשטייט אז ווען מען טענעט זיך גייט צומאל קולות נישט דעס מיינט היץ, אין בית המדרש וואלט קיינער נישט צו געגאנגען אפשטעלן יעדע קופקע ווי מען שמועסט געמיטלעך אין דא דארט גייען די טענער ארויף עס איז נארמאל,
די פראבלעם איזווען עס גייט פאר א היציגע שמועס אין עס ווערט הייסער אין שארפער פין מינוט צו מינוט וואס דעמאטס איז שוין די סדר, אז דער עולם אין שול זאל זיך נעמען שישקענען, אין דאס גייט אויף די נערווען
לענינינו דעי שמועס דא איז געווען זייער נארמאל פאר א טענהריי נישט עפעס עקסטער היציג
מען טאר שוין נישט זיך טענען אויך נישט

געשריבן: מיטוואך יוני 01, 2016 3:23 pm
דורך בעילוםשם
"פרידן" ביזט גערעכט, מען מעג זיך טענה'ן און דעבאטירן. ביזט הונדערט פראצענט גערעכט.

אבער וואס מען טאר נישט, איז זיך פארלירן בשעת'ן טענה'ן און אריינפליקן/אריינזאגן יענעם פערזענליך.

דעבאטעס דארפן געפירט ווערן מיט רעספעקט, און צום פינטל פון די נושאים, נישט איינער דעם צווייטן פערזענליך אטאקירן.

איך האב נישט געפוינט קיין פינגערס, און קיינעם נישט געמיינט פערזענליך, נאר אפעלירט צו דער וואס אין די היעט-אוו-די-מאמענט פארגעסט זיך און גיט א פליק אריין דעם אנדערן.

אויב דו פירסט טאקע דעבאטעס אויף א מענטשליכן אופן, פליעז קיעפ איט אפ. וממנו ילמדו.

געשריבן: מיטוואך יוני 01, 2016 3:58 pm
דורך סאדאם חוסעין
און ווען איינער געט זיך ארוף אן צו איינעם און בהמ"ד, ביסט משוגע דו מיינסט אז ער ארבעט אומזיסט? מיינט נאך נישט אז ער האט אים אריינגעפליגט, אז ער האט געזאגט אז ער איז משוגע אזוי גייט א שמיעס און עס איז זייער נערמאל,

געשריבן: מיטוואך יוני 01, 2016 4:17 pm
דורך בעילוםשם
א שאד אז די נושא איז פארקראכן.

מיינע חשוב'ע פריינט @פרידן און @סאדאםחוסעין.

איך מיין נישט קיינעם פערזענליך, עס זענען דא אשכולות ווי מיין תגובה-דערמאנונג איבער זיך נישט אריינפליקן איז אקטועל. דערצו האב איך ליעב געהאט חייקל'ס אשכול איבער שרייבן מיט רעספעקט, האב איך דאס אויפגעברענגט.

איך שלאג נאך אלץ פאר יעדן צו ליינען יענעם אשכול, איבער רעדן איינער צום אנדערן מיט רעספעקט, עטץ זענטס נישט מחולק מיט מיר, עטץ האלטסט נאר אז ס'איז נישט געווען דא דער פאל, אודה ולא אבוש, קען זיין עטץ זענטס גערעכט.

צוריק צו די נושא, און הצלחה רבה!

געשריבן: מיטוואך יוני 01, 2016 6:31 pm
דורך בעילוםשם
בענקעל האט געשריבן:איך פיל פאר וויכטיג דא אויסצורופן אז עס קומט פאר א שרעקליכע אומדערהערטע אומ'יושר'דיגע קאמפיין. עס דרייען זיך ארום צעטלעך ווי מען רופט אן געוויסע, מיטן טיטל 'ארענדארען' - 'אידישע פריצים'. 

עס איז פשוט שקר, אונז האמיר דא אן ארענדער. וואס גיט יעדן א פלאץ ווי צו זיין. נאך "קיינמאל" נישט געהעכערט די רענט. בעהט נישט פאר יאטיליטיס. נישט פאר סטארעדזש. נישט קיין מעינטענענס פי. מאכט נישט קיין גירוש, לאזט יעדען דא זיין. עס איז דא ברייט פארקינג.  צוטרינקן. צועסן. צוהערן. צוליינן. צושמועסן צוקלאצן. 
ריין און זויבער אויפרוימט אויפגעקערט אויפגעוואשן אויסגעטריקענט אפגעשטויבט אויפגעפרישט און אויסגעליפטערט. 

מען קען נישט פארשטיין ווי עס קען זיין מען זאל אזוי פשוט און פראסט און פלעין סימפל גרינג און געשמירט, געשריבען געדרוקט געגאנגען געקלעיבט אנטראכט. און נישט ארויסגעשריבן א גרויסן חוץ\אויסער-אונזער ארענדער.

---- 

 און אמת'ן וואלט מען געדארפט לייגען די צעטל אין גאנץ גרעיטער ניו יארק נעבן דעם אנדערן . נאר איך האב נישט קיין צייט, הענג איך עס דא, אויף די וואנט פון די קרעטשמע. קיינער זאל עס ביטע נישט אויפרייסן.

נישט לייגען ביי די קאפי. עס מאכט א שמוץ. 

#לייק ;l;p-

געשריבן: מיטוואך יוני 01, 2016 6:37 pm
דורך בן נון
סאדאם חוסעין האט געשריבן:און ווען איינער געט זיך ארוף אן צו איינעם און בהמ"ד, ביסט משוגע דו מיינסט אז ער ארבעט אומזיסט? מיינט נאך נישט אז ער האט אים אריינגעפליגט, אז ער האט געזאגט אז ער איז משוגע אזוי גייט א שמיעס און עס איז זייער נערמאל,

נישט גערעכט. דאס איז בחוריש, פערזענליך און נישט רעספעקטפול.

פארוואס ווערט איינער משוגע ווייל ער האט אן אנדערע אפיניאן ווי דיר?

נאכן זאגן משוגענער ווערט די דיבעיט היטעד און מען טענה׳ט זיך שוין נישט אויף אישוס, נאר אויף די סעלף ריספעקט. קיינער גייט שוין נישט אויסהערן וואס א צווייטער זאגט, ווער רעדט נאך פון מודה זיין צו יענעם, ווייל דאס מיינט אז ער עגריט אז ער איז א משוגענער.

געשריבן: מיטוואך יוני 01, 2016 7:21 pm
דורך פרידן
בן נון האט געשריבן:

זעט אויס די שמועסט נישוט קיין סך מיט מענטשן אזוי ווי אסאך גרויסע איי וועלט שרייבער
איך זאג עס אלץ מעלה נישט קיין חסרון

געשריבן: מיטוואך יוני 01, 2016 8:12 pm
דורך בן נון
איך פארשטיי נישט וואס דו ווילסט ארויסברענגען.

געשריבן: מיטוואך יוני 01, 2016 8:21 pm
דורך פרידן
מענטשן וואס שמועסן ווייסן אז עס איז העכסט נארמאל אז אימיטן א שמועס זאל מען זאגן למשל, ביזט אנגאנצען משוגע איך קען חזקאל ער וועט עס קיינמאל נישט טוען, עס הייסט בכלל נישט פערסענאל אין יענער וועט אפי' נישט כאפן אז מען האט געזאגט משוגענער אין עס ווערט נישט קיין פערסענאל שמועס, אבער ווען מען זעט עס אויך סקרין קוקט עס אויס מער שרעקדיג דעס אז ער זאגט משוגענער איז כאילו ער זאגט עס נאך יעצט ווייל די ווארט גייט נישט אוועק נאכן ליינען, אין אז די האסט געטענעט אז עס איז נישט די נארמאל אז מען זאל אזוי זאגן ביי א שמועס, האב איך געזאגט אז זעט אויס די שמועסט נישט אסאך, אזוי ווי אסאך איי וועלט שרייבער זענען בעצם נישט קיין שמועסערס היות זיי האבן אסאך געדאנקען אין דעות אבער זענען בטבע נישט סאשעל ניצן זיי אויס זייער כשרונות דא
נאטינג ראנג

געשריבן: מיטוואך יוני 01, 2016 8:23 pm
דורך בן נון
איך פארשטיי ממש נישט.

איך האב ביז יעצט געמיינט עס איז א פליטת קי באורד. מען טוט עס פון אייגענעם ווילן? מען האלט עס איז נארמאל? נאטינג ראנג?

פארוואס ווען איך ליין וויאזוי א רעספיקטע ניק טענה׳ט זיך, קוקט עס נישט אויס אזוי?

געשריבן: מיטוואך יוני 01, 2016 8:52 pm
דורך בן נון
.

געשריבן: מיטוואך יוני 01, 2016 8:58 pm
דורך פרידן
@בון נון
נישט גיזוכט אריין צו גיין אזוי טיף אין אזא שטות איך האב נאר געזאגט א הערה, האסט עס גוט ארויס געברענגט סאיז נאר א פליטת פה מען מיינט נישט גארנישט אין דאס איז וואס איך טריי צו זאגן, אין בד"וו איך זיך נישט דא מיך צו פארטיידיגען ווייל נישט איך בין געווען וואס האט געשריבן שארף דא, אדרבה מען האט געשריבן שארף צו מיך, אע"פ האלט איך אז איז נישט ראנג איך וויל נישט מער מאריך זיין אין דעי נארישע נושא בפרט יעצט ווען עיני עיני ירדו מים על שבר על גבי שבר בת עמי זעכער א צייט אנצוהייבן רעדן שענער אין איידלער אין אונז זאל מער שוין זוכה זיין צו די התגלות וואס דעמלאטס וועט מען זעהן אז באמת איז א גרויסע חסד, אין מיר וועלן אויפטוישן די טרערן צו טרערן פין הודאה, במהרה בימינו אמן