איך ביי א זכר!!!

געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
פעדער
שר האלף
תגובות: 1373
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 02, 2011 4:23 am
לאקאציע: אין די הויזן!
פארבינד זיך:

איך ביי א זכר!!!

תגובהדורך פעדער » פרייטאג יולי 22, 2011 12:44 am

איך ביי א זכר!!!

פאריגע וואך איז ביים אלעמען באקאנטן ר' פיקעלע קנאבל שיילער, געבוירן געווארן א בן זעכער, למזל טוב. דער ר' פיקעלע קנאבל שיילער איז געווען באקאנט אין די גאנצע שטאט, אלס א אויסגערופענער טאלאנטפולער באגאבטער אינגערמאן, און ווען די ידיעה האט באקומען פליגלען, איז די גאנצע שטאט געווען אויף דערמיט.
א פרייד האט באהערשט דעם גאנצן ציבור, און ארומגענימען יעדעם איינעמ'ס געפיהלן. מ'שטיינס געזאגט, א קלייניקייט? אזא שמחה! ביי א מענטש וואס פריידט זיך אזוי מיט א צווייטער'ס שמחה, פונקט ווי אן אייגנס?!...

גלייך וואו נאר די נייעס פון די געבורט פון דאס אינגעלע, איז ערהאלטן געווארן, האט מען אין אידישע שטיבער, אנגגעהויבן ערנסט צן הונגערן, זיך צוגרייטנדיג צום גרויסארטיגן שלום זכר, וואס וועט געפראוועט ווערן, "אוי לאותה בושה ואוי לאותה כלימה" אויב מען וועט דארט ערשיינען זאטערהייט, און מען וועט נעבעך נישט קענען אנטייל נעמען אין די געשמאקע מאכלים. דערפאר האט מען אביסל געהינגערט זיכער צו מאכן אז מען זאל חס ושלום, נישט אנקומען מיט א פולן געדערים צום געשמאקן אנגעברייטן שלום זכר.

אקיצור מיר וועלן נישט צופיהל אוועק קריכן פונעם ענין, נאר טאקע גלייך צוגיין צו די וויכטיגע פונקטן, פון וואס מיר האבן געוואלט היינט ארומרעדן און ארומשמועסן. און אויב וועט איר וועלן פרעגן, וואס דאס איז אזאנס וואס ס'איז אזוי קריטיש וויכטיג - אינטערעסאנט און שפאנענד אז מיר זאלן פון דעם נושא פארציילן? און דאס דורכטוהן?
פארוואס האט פונקט אט אט דער ארטיקל באקומען דערם אזויגערופענעם וויכטיגן טיטל, אז מען זאל דאס לייגן אין בעפארצוג, פאר אלע אנדערע מינדערוויכטיגע נארישקייטן?

מיט וואס שטעלט זיך דער סאבדזשעקט, אזוי אהער, אז ער זאל פארדינען דעם אויבן אהן, - פאר פוהלע אנדערע נחיצות'דיגע ענינים העומדים על הפרק? וועל איך דיר ענטפערן מיין קינד! אין ווארהייט ביסטו באמת זייער גערעכט. און דיין פראגע איז אפילו גאנץ א גוטע, אויב נישט גאר א גוטע, און זאגאר א קנאקעדיגס! נאר מיין קינד זיי נישט אזוי איבערראשט! די תירוץ איז אפשר נאך אפי' בעסער - און מער אפקלאנגענדיג, וואו, דער באמבאסטישער קשיא וואס איך האב אקארשט,אזוי אויסגעלויבט.
דהיינו,- אז עס רעדט פון א שלום זכר וואס איז געפראוועט געווארן פאר ק' פיקעלע קנאבל שיילער'ס א קינד, אין ר' פרעסיאל בויכנבערג'ס א הויז.

ר' איד אין דיין ווילדסטן חלום, האט זיך דיר נישט געטרוימט, איבער וואס עס איז אלץ געווען דארט צוגעגרייט, און וואספארא געשמאקע דעליקאסעטן עס איז אריינגעריקט געווארן אין די מאגנס באותו מעמד. ערשט איז יעדער אינדיווידועל, אריינקומענדיג, מכובד דעווארן מיט אן אייז קאלטן גלעזל ביר, וואס האט ממש געשוויצט פאר פראסט. און די קליינע גאז בלעזלעך האבו שטורמיש געברויזט צום אויבערפלאך - פון גלעזל - אוועקנעמענדיג אינגאנצן מיין אויפמערקזאמקייט פון די ארומיגע זיצענדע - זיך נאר קאנצערטרירענדיג אויף'ן ספרינקלדיגן ביר גלעזל, וואס איז געליגן אריינגעקלאמערט, ציווישן מיינע פינגער.
נישט קוקענדיג אויף גארנישט האב איך מיט איין התלהבות'דיגע זיפ, פון גלעזל, אריינגעצויגן איר גאנצער אינהאלט, און דערנאך לייכט אפגעאטעמט. דאס איז נאר געווען די הקדמה צום שער בלאט......

איך האב מיך א פלייסיגער גענומען צו די ארבעט. אויפן טיש זענען געלעגן טעצער, און אין זיי גאנצעטע בערג מיט אלע ערליי פרוכטן. איך האב מיך מיט א מורא'דיגע אפעטיט צוגעשלייכט צום טעלער, און צושטאט אנגעפאנגען אריינצושארן הויפענעס פרוכט, אריין אין מיין גארגל. איך זאג אייך, דאס האט איינגעשלאסן - זאפטיגע מעלאנע, העל געלע קענטאלאפן, מיט רויטע גלאנציגע פאפייע שטיקער - גלייך פון די אראבישע אזערעס.
צושניטענע באקוועמע ארענדזש סלייסעס, און ווייכע איידעלע, טונקל גרינע, דיקע רעפטלעך - פון רייפע זיסע מאנגא. אימפאטירט זעהט אויס פון די ספאנישע זימער גערטנער. און אה... פאר איך פארגעס, גרויסע האלבע רינגן פון געשמאקע זאפט רינעדיגע, פיינעפל. אויך איז געווען פארשטייט זיך א קליין בערגל פון די באקאנטע געשמאקע ליטשעס, און איך האב מיט גרויס התמדה נישט אויפגעהערט אריין צו אכלענען דערפון. זיך כסדר אינטערברומענדיג, א דאס איז אלעס צום פארדאנקען דעם רך הנימול. אלעס אלעס האט געהאט פלאץ אין בויך ווייל מען האט געגעסן מיט א אחדות, און א געטריישאפט. מען האט יעדעם געשוינט. און מען האט פאר יעדעם געגיבן דעם ברירה, צו קענען זוכה זיין איינצושטייגן ביי מיר....
וויבאלד, איך האב ליידיג געמאכט שוין כמעט דעם גאנצן טעצל, און איך האב שוין אנגגעפאנגען ציען אביסל אויפמערקזאמקייט, דא דארט, האב איך איינגעזעהן אז עס איז צייט צו מאכן א שטיקל הפסקה דא, און זיך נעמען אביסל אויף אן אנדערן פראנט.
אומר ועושה. איך האב מיך צוגעשארט צו די ניסעלעך. און אנגעהויבן אריינצורייבן ווי ס'שטייט געשריבן אין פסוק. א קומץ לבונה מיט רקיקי מצות משוחים בשמן". אבער אנשטאט לבונה, איז עס געווען פיסטאקעס, מיט קאסטאנעס, און אנשטאט א קומץ איז עס געווען גאנצע קוואנטומען, אריין בין השיניים.
מיינע באק ציינער האבן שווער געארבעט, צוזאמצוקייען א הויפן פיסטאקעס, און מיינע געטרייע הענט האבן שוין דערנענטערט א פרישן שיפמענט, פון געציקערטע מאנדלען, מיט פינאט באדער - ניסלעך, ארומגעוויקלט מיט זייערע רויטע געציקערטע שאלעכץ....
א מינוט שפעטער, האט זיך דער מאלן פאדערונג געדאפלט, ווען א פרישער ארדער פון לבנה ניסלעך האבן אריינשפאצירט אין מויל. איך זאג אייך, ממש נאך שבת, האב איך געברויכט צו מאכן אן אפוינטמענט ביים דאקטער אויסצוטשעקן אויב ס'האט זיך חלילה נישט ציוואקסן א ניסל בוים אין בויך, פון אזויפיהל אריינניסלען.

און אזוי האט מען פלייסיג אראפגערוימט פון טיש, אלע סארטן פארשידנארטיגע ניסלעך, און נישט פארגעסן, אז כדי די פולע צענדליגע עסנס און מעדנים, זאלן זיך אראפגליטשן דעם וישט, און זיך אויך גרינג פארדייען, האב זיך יעדע פאר מינוט געפאדערט, אפצושווענקען דעם גארגל, מיט א קוואנטום זיסע טרינקען, אדער ביר....און אזוי האב איך ווייטער געהאקט אויף אלע באקן, אז ס'איז געגאנגען א רויעך און א פארע.

ר' פיקעלע אלייין, דער פרייליכער בעל שמחה, איז ארומגעלאפן די גאנצע צייט, ציווישן די טישן, זיכער צו מאכן אז יעדער איז מכובד געווארן לפי כבודו, און אז מ'האט חס ושלום קיינעם נישט פארגעסן. אין איין האנט האט ער געהאלטן א טורעם מיט פלאסטיק גלעזלעך, און אין די אנדערע האנט האט ער געהאלטן א שוויציגע פלעשל ביר, וואס ער האט יעדע מינוט געביטן פאר א צווייטס. און ער האט נישט אויפגעהערט אנצוגיסן איין כוסה נאכן צווייטן, פאר יעדן אריינקומענדיגן,
אבער טראץ דעם האט ער נישט פארגעסן בשעת מעשה ארומצוגיין איבעראל בכל פינות הבית, זיכער מאכן אז די ציינער פונעם עולם שטעלן זיך נישט אפ פאר קיין רגע. וואס פאר אונז אידן איז באקאנט, ווי הארב ס'איז דער ענין פון זיך אפשטעלן. אזוי וואו מיר אונז זעהן להבדיל ביי נבוכדנצר, ווי ער האט אנגעווארנט נבוזראדן זי"ע (כידעו שעשה תשובה לבסוף) אז ער זאל חלילה נישט לאזן די אידן זיך אפשטעלן אפילו פאר א רגע, ווייל אז מען שטעלט זיך אפ האט מען צייט צו טראכטן, און אז מען האט צייט צו טראכטן, וועט מען זיך דערמאנען פון באשעפער, און אנפאנגען דאווענען צו איהם, און דעמאלטס האט נבוכדנצר געוויסט, איז ער פארלוירן.

לענינינו, ווייסן מיר אידן, אז שטענדיג דארף מען נעמען די כוחות און די זיטן - און אזוי אויך זאגאר די פאסירונגען פונעם צד הטומאה, און עס ניצן לצד הקדושה. "קלארער ארויסגעברענגט" - נעמען א ביישפיל פון זאכן וואס זענען געשעהן ביי נישט אויסגעהאלטענע זמנים, און נעמען די כוחות וואס האבן צוגעברענגט צו אט די נישט גוטע טאהטן, און עס ניצן אויף פונקט פארקערט - דאס הייסט - אויף גוטס - וועס קומט א צייט צו טוהן נאבעלע אקטן, - אויסגעהאלטענע זמנים.
דעפאר האט מען דא טאקע געוויסט אז מען טאר חלילה די ציינער, נישט לאזן רועהן, פאר קיין מילמעטער, פון א ברוכטייל פון א סעקונדע, ווייל דאן האט מען צייט צו טראכטן, און אריינצוגיין אין א דיני דברים צו מען האט שוין יא גענוג געגעסן, אדער מען האט נאך נישט, און דעמאלטס זענען די קאנסקעווענצן זייער ביטערע.

נחזור להסיפור. ר' פיקעלע, האט יעדעם אנגעווינטשן אויף צוריק, מיט ווארעמע ברכות. און מיט א ברייטע שמייכל אויף די ליפן, אז פאר יענעם האט זיך ממש געקענט דאכטן, אז ער אליין געפינט זיך דארט, און קיינער מער. אזוי שטארק און אזוי פערזענליך, און פריוואט, זענען געווען ר' פיקעל'טשעס ברכות.
פארשטייט זיך אז די עולם האט אויך נישט געשפארט קיין ברכות און ווינטשען. און זיי האבן געשאטן ברכות, רעכטס און לינקס, אזש פון גרויס אייפער און שמחה, האבן מענטשן צומאל- זיך שוין שאקלענדיג פאר שכרות, געווינטשן פאר פייער און פאר וואסער, א שטייגער ווי למשל: "די נשמה זאל האבן אן עליה" אדער. "די זאלסט מער קיינמאל נישט וויסן פון קיין צער אין לעבן"
ס'איז געקומען צו א פונקט, ווי איך האב מיך שוין מער נישט געקענט איינהאלטן פון לאכן, און איך האב אויסגעשאסן מיט א מויל, פיהל מיט ביר, פארמיטש מיט צוקייטע טשיליס און ניסלעך, דער איד נעבן מיך, איז נעבעך געווארן אפגעוואשן מיט א ווארעמע טוש, אז ס'איז געווען ממש א שרעק צו קוקן אויף אים. זיין ביז יעצטיגער ברוינע בארד האט באקומען מער א ווייסער שוימיגע קאליר, און זיין געווענליכער קאליר פנים, איז געווארן געפארבט וואו א רויטע בוריקע. אזוי רויט איז ער געווארן, אז ער האט מיט זיין רויטקייט פארשעמט די טאמאטעס וואס זענען ווייניגער רויט ווי אים. די מערסטע, האב איך אים נאך געשוינט, אז זיין גרויסע טעלער פרוכט און זיסווארג וואס ער האט אקארשט זיך אנגעגרייט נעבן זיך, צו מקיים זיין מצוות היום, האט זיך יעצט געבאדן אין א טייכל פון אהה....עם.... כ'וויל נישט זאגן וואס....
איך האב מיך געגעבן א בייג אראפ צו אים און אים שטילערהייט א פרעג געטאהן צו ער פיהלט זיך שוין אביסל בעסער....כי...כי...כי..."איך מאך נאר א ווערטל!" זאג איך אים . איך האב מיך בלויז פונקט דערמאנט, פון אזא ענליכע מעשה, וואס איז פארגעקומען, ביי איינעם פון די צדיקים, דאכצעך מיר, אז ס'האט פאסירט, ביים הייליגן ר' יענקעלע מילער...! איך האב מיך טיף אנטשולדיגט, פאר אים. און אים פארשפראכן אז ס'וועט אזא זאך נאכאמאהל מער נישט פאסירן.
און אויך האב איך אים געבעטן אז ער זאל קומענדיגע מאל בעסער אכטונג געבן וואס ער עסט.
לאמיר נישט פארקריכן און ווייטער פארזעצן, מיט אונזער דורכדרינגנדליכן באהאנדלוג, אויפן גרויסארטיגן שלום זכר...! ס'דארף ארויסגעברענגט ווערן אז די גאנצע שלום זכר איז אין א גרויסע חלק צו פארדאנקען, ר' פרעסיאל בויכנבערג - ר' פיקעלעס שוואגער, וואס האט אזוי איבערמידליך געארבעט, אז אלעס זאל קלאפן פון קאפ ביז פיס, אין אהערשטעלן דעם זכר, פון אנפאנג ביזן סוף.
ער איז די גאנצע צייט ארומגעגאנגען ארום די טישן זיכער צו מאכן, אז ס'איז פון אלעם דא, און אז גארנישט פעלט נישט. ער האט אפילו געברענגט ספעציעלע ארדערס וואס מענטשן האבן פארלאנגט, און זיך באשטעלט. אזוי ווייט, איז ער ארויס פון זיין וועג צו באפרידיגן אלע וואנזיניגע משוגעים.
און דאס האב איך אלעס אליין מיטגעהאלטן. ס'איז נישט קיין בויך באבקעס. למשל, מיך, האט ער געברענגט א פילן שיסל פון פאפקארן, ווען איך האב צו מיין שרעק געזעהן אז ס'איז שוין מער נישט דא אויפן טיש, און מיין מלאך המשחית, ביי מיר אין געדערים, האט געזאגט אז פאר די השלמת התיקונים, פעלט זיך אויס צו אריינשיבן און פארברענען, נאך א שיסל מיט אויליגע, זאלציגע, פאפקאריניתות. איך קען אייך זאגן, ער איז געלאפן אויף אלע פיהר, אויסצופירן וואס דער מלאך האט באפוילן!
איי.. וועט איינער זאגן, "אז א מלאך באפעהלט, אוודאי לויפט מען אויף אלע פיהר?!..
וועל איך אייך ענטפערן. ס'איז נישט דער מלאך דווקא, וואס האט אים געמאכט זיין אויף פיהר. נאר נעבעך אן אומשולדיגע, אפגעשיילטע האלבע, ארענדזש וואס האט זיך געפינען אין וועג האט אים ליידער אויסגעצויגן, און אויסגעשטרעקט, אויף אלע פיהר.
און אזוי איז ברוך השם אדורך דער שלום זכר, מיט גרויס סוקסעס, און איך האב מיך דערנאך געפילט ממש, אן אנדער מענטש.......
אוי וויי...כ'האב פארגעסן צו פארציילן איבער די זכר בונדלעך...קעניינע הארע...וואס דארט האט זיך אפגעטוהן...שוין וועט עס זיין אנאנדערס מאל..
כ'מיין נישט דיך! אבער אויב מיינסטו אז איך מיין דיך, זאלסטו וויסן אז טאקע דיך מיין איך!!

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28308
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » פרייטאג יולי 22, 2011 12:55 am

אביסל דערמאנט ער אלטע-בחור'ל, אביסל יענטאאש, און אביסל א דריטן, אבער אזא "פעדער"... פון וואנעט נעמט מען דאס?

אוועטאר
קהת
שר האלפיים
תגובות: 2999
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 10, 2009 1:18 pm
לאקאציע: דארט ווי איך בין!!!

תגובהדורך קהת » פרייטאג יולי 22, 2011 1:09 am

זיייער זיס געשריבען!!! אונמיטען ליינען טרעף איך מיך קייען ניסלעך. פרעג נישט וויאזוי
Normal is just a setting on the washing machine

אוועטאר
leiby
שר שלשת אלפים
תגובות: 3905
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 16, 2008 11:08 pm
לאקאציע: צווישן אידן

תגובהדורך leiby » פרייטאג יולי 22, 2011 1:33 am

קרעמער האט געשריבן:אביסל דערמאנט ער אלטע-בחור'ל, אביסל יענטאאש, און אביסל א דריטן, אבער אזא "פעדער"... פון וואנעט נעמט מען דאס?

פונקט געזאגט פאר איינעם די זעלבע, דער פעדער האט עפעס א געמיש פין פעדער'ס אונטער זיין פעדער.
שש מצות תמידיות: אהבת ה',יראת ה', יחוד ה', אמונה בה', שלילת ע"ז, ולא תתורו.

אוועטאר
ים רויבער
שר האלפיים
תגובות: 2024
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 03, 2011 2:13 pm

תגובהדורך ים רויבער » פרייטאג יולי 22, 2011 2:47 am

כאב נישט געטראפען קיין ווערטער אויף דיר נאר איין ווארט האב איך אפירגעקראצט
"פרעסער"
כא כא כא האבן זיך די רויבער צולאכט (מנחם מענדל)
pirate.ivelt@gmail.com

אוועטאר
וואדקע
שר חמש מאות
תגובות: 853
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 18, 2007 11:47 pm
לאקאציע: זיי נישט אזא נאזיבאדי

תגובהדורך וואדקע » פרייטאג יולי 22, 2011 7:52 am

פון אזויפיל קייען קען מען באקומען א סיקס פעק אויפן באק,
א שיינער ארטיקעל!
וואדקע דארף נישט קיין הכשר

אוועטאר
פארדינט
שר האלף
תגובות: 1454
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוקטובער 28, 2009 10:53 am
לאקאציע: אויפן טראוועי

תגובהדורך פארדינט » פרייטאג יולי 22, 2011 9:01 am

חחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחח.

איך קיי נאך אלץ........
פארוואס האבעך עס? איימינוט, ווער זאגט כאבעס? אה! אז כא'פארדינט מסתם האבעכעס...!!!

אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 11983
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

תגובהדורך געלעגער » פרייטאג יולי 22, 2011 9:12 am

דער האט מיר אויפגעקראכט. איך מיך געטראפן לאכן אויפן קול.

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14186
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

תגובהדורך שוועמל » פרייטאג יולי 22, 2011 11:09 am

דער פארמאגט א פעדער....
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)

שאלת_חכם
שר חמש מאות
תגובות: 995
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 06, 2011 4:46 pm

תגובהדורך שאלת_חכם » פרייטאג יולי 22, 2011 11:12 am

מיר דארפן א המשך וואס האט זיך אפגעטאן צוויי שעה שפעטער
שאלת חכם חצי נחמה

אוועטאר
ווינקל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7777
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 21, 2009 12:10 am
לאקאציע: vinkel.ivelt ביי גימעיל

תגובהדורך ווינקל » זונטאג יולי 24, 2011 12:45 am

הער פעדער, אויב ס'נעקסטע זאכער איך גיי אויספלאצן בפני כל קהל ועדה, ווועט גיין אויף אייער חשבון... ראה הזרנוך...

נו לאמיר הערן ווייטער.

אוועטאר
פעדער
שר האלף
תגובות: 1373
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 02, 2011 4:23 am
לאקאציע: אין די הויזן!
פארבינד זיך:

תגובהדורך פעדער » זונטאג יולי 24, 2011 12:53 am

איך האב שוין אויסגעפלאצט די וואך צוליב די זכר בונדלעך, פרעג נישט! ס'איז שוין גארנישט געווען אזא געלעכטער....
כ'מיין נישט דיך! אבער אויב מיינסטו אז איך מיין דיך, זאלסטו וויסן אז טאקע דיך מיין איך!!

אוועטאר
וויכטיג מאכער
שר עשרים אלפים
תגובות: 24675
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

תגובהדורך וויכטיג מאכער » זונטאג יולי 24, 2011 2:44 am

ווי קרעמער זאגט שוין דער פעדער האט אין זיך טינט וואס ענדעלט צו אונזערע בעסטע שרייבער!

פעדער, שטארק הנאה געהאט פונעם ארטיקל, און געווייטאגט ווען כאב געזעהן אז דו מאכט די בונדלעך אזוי בקיצור!
הכונו ל'מעמד אדיר איום אסיפת ה''ניקס'' לטוהר המחנה!!!

אוועטאר
אלחנן
שר שלשת אלפים
תגובות: 3032
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 06, 2008 5:43 pm

תגובהדורך אלחנן » זונטאג יולי 24, 2011 3:26 am

שיין באשריבן..

בטעות אריינגעפאלן אין קרעטשמע.. איך אנטלויף שוין!
יא, מיר זענען שוין אויפ'ן וועג צו אייך..

שטארק זיך
שר ששת אלפים
תגובות: 6517
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 28, 2009 8:23 pm
לאקאציע: ביים נעקסטן שטאפל

תגובהדורך שטארק זיך » זונטאג יולי 24, 2011 3:50 am

Oh, just can't wait for the bris ... H

גימל געוואלדיג...
What's your MO? mine is
8373
-the KOLBE index
Know - Go - Show - GROW

your friend
שר חמש מאות
תגובות: 606
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 09, 2009 3:53 pm

תגובהדורך your friend » זונטאג יולי 24, 2011 4:42 am

דער ר' פיקעלע האט דא א ניק? אויב יא, מיינעך אז איך קען אים

פוי!!!!!!! גילוי!!!!!


צוריק צו “היימישע קרעטשמע”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 8 געסט