די פורים אשכול - פאר פייער און פאר וואסער

געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'

די אחראים: אחראי, געלעגער

ממש אזוי
שר האלף
תגובות: 1489
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 19, 2017 6:58 pm

תגובהדורך ממש אזוי » דאנארשטאג פאברואר 15, 2018 9:27 am

דונש האט געשריבן:ס'קען נישט ווייטער געגאנען צום פרעזידענט פון 5 קינדער העכער די בילדונג אויף 10 באקסעס פרישע חלות צושטרויבעלטערהייט אנבעליוועבל העיט טראכטענדיג אבער נאמאר באזיגט מאנסטער פרייליכערהייט יוא שרעקעדיג!

#לאכן-געפילטע-באמפעדיג



פון וואו נעמסטו די תכלת פארן דראג סטאר?
דערפרישט אייך מיט אן אויסוואל פון איבער 500 אינספערעישענעל quotes! ווערט אפדעיטעד טעגליך.
http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?f=25&t=36292

אוועטאר
קהלס נאר
שר חמישים ומאתים
תגובות: 346
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 08, 2012 12:16 pm
לאקאציע: אין קהל'ס אפיס

תגובהדורך קהלס נאר » דאנארשטאג פאברואר 15, 2018 2:40 pm

סגעווען מיט אסאך יארען ציריק אסאך פארען איינשווערען טראפ אלס פרעזידענט דעמאלטס און יענע צייטען פלעגט מען נאך פארען מיט אסאך טרעפיק מיט ווייניג געז און די סאדע האט מען געמאכט א ויצעקו היתכן בינגא לאזט עז צו ביז סאיז געקומען די מאמענט און זיי האבען אנגעפאנגען צו פארקויפן מיללער שטראמלעך מיט הויכע שפיצען ביז אויבען די בארג עס איז געווען פאר יום טוב שבועת נאך ספירה ווען מען טאר זיך נישט אפשערען די וואל פון די ציגען וועגען די טשיקענס זענען דורס

פארזעצונג קומט אי"ה
פרייט אייך ברידערלעך! זייט בשמחה!‎‎‎‎

אוועטאר
אדער יא
שר האלף
תגובות: 1719
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 11, 2018 11:00 am

תגובהדורך אדער יא » דאנארשטאג פאברואר 15, 2018 4:41 pm

קהלס נאר האט געשריבן:... ביז סאיז געקומען די מאמענט און זיי האבען אנגעפאנגען צו פארקויפן מיללער שטראמלעך מיט הויכע שפיצען ביז אויבען די בארג עס איז געווען פאר יום טוב שבועת נאך ספירה ווען מען טאר זיך נישט אפשערען די וואל פון די ציגען וועגען די טשיקענס זענען דורס

;a-1; ;l;p- ;a-1;

אוועטאר
נשמה
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4713
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

תגובהדורך נשמה » דאנארשטאג פאברואר 15, 2018 5:27 pm

די פורים אשכול, WAY. מ'האלט שוין חודש אדר.
שוין, לאמיר זעהן, אגאנץ יאר וויל איך שוין שרייבן דא אין די פורים אשכול. חחח. פאר פייער און פאר וואסער. פארשטייסט וואס איך זאג דיר, פאר פייער און נאך די פייער. זאל השם יתברך אפהיטן פון פייערס. פון ווערן געפייערט. פון אלע מינע פייערס. אויך פונעם אש היצר. על כל פנים זעהט מען פון דא די געוואלטיגע מעלה פון יודישע קינדער ווען מ'זעהט יודישע קינדער לויפן אזוי און גרייטן זיך צום שבת קודש מיט מאסקעס אנגעטון, דאס געט א געוואלדיגע נחת רוח פאר אלע וואס זעהן דאס, פאר אלע וואס האלטן דאס מיט, פאר אלע וואס שטייען אויף די דעכער פון זייערע קארן מיט באלאנס. און פארן ארום מיט קנאקעדיגע הויכהילכערס. ווער זענען מיר דאס צו פארשטיין, ווער קען דאס בכלל פארשטיין, צו קען איינער פארשטיין די עמקות פון א לאנטש בעג מיט אביסל איבערגעבליבענע זייף? מי יודע פשר דבר, ומי יכול לשער גודל השכר וואס ווארט פאר די אלע יודן וואס האבן מקרב געווען ביאת משיחנו, ווי דער רבי ז"ל פלעגט אלעמאל וויינען ביים סדר נאכט, נון בוי, נון בוי. און יעצט וועט זיך יעדער אראפזעצן, ווערט שטייט דארט? יעדער זעצט אראפ, שאאאאאאא. איך וועל האבן מיטן פארציילן א מעשה פונעם הייליגן בעל שם טוב הקדוש, דער הייליגער בעל שם טוב הקדוש איז אמאל אינטערוועגנס אריין צו דשי ענד דשי. האט ער געפרעגט, האט דער הייליגער בעל שם טוב הקדוש געפרעגט, ווער ס'ווייסט פשט פון לטהר טמאים ולטמא טהורים. וואס ווי באקאנט האט דער הייליגער בעל שם אזוי געטייטשט, דאס איז חוץ פון די מעשיות וואס ר' מיכל שניצלער פארציילט, האט אויך דער הייליגער בעל שם טוב געזאגט לטהר טמאים ולטמא טהורים. מי יודע פשר דבר.

און יעצט וועלן מיר האבן די זכי' אויסצורופן אונזער אלעמען באקאנטן ר' זרח, קומט ארויף ר' זרח און פארציילט אונז אביסל אייער געשיכטע. די ליינער פון אייוועלט ווארטן שוין אגאנץ יאר אויף די פורים פאר פייער און פאר וואסער. קומט ארויף ר' זרח, שעמט אייך נישט, קומט ארויף, וועלן מיר הערן אייער פארציילונג. נו, ר' זרח...

יא, אזוי ווי איך בין באקאנט מיט מיינע טיפע ווערטלעך צו מאכן שמייכלן דעם עולם פון איין אויג צום צווייטן. און ווי דער עולם ווייסט האט מיין קאר נישט געוואלט ארויספארן פאריגע וואך פון די בלאטע, קום איך ארויס פון די קאר, זעה איך דיר רעדל האט באשלאסן צו עסן די מצה אנגעלאנטערהייט. פרעג איך אים פארוואס, אינמיטן ראוד, מאכסטעך באקוועם, דו מיינסט אז דו ביסט דא אין ספרים סטאר? דו מיינסט אז איך האב צייט צו דיר. דו ווייסט ווי שפעט ס'איז. דו ווייסט אז די זופ רינט שוין איבער. און דו ווייסט וואס ס'געשעהט ווען די זופ רינט איבער. יא? דו ווייסט וואס. דו ווילסט נישט זיין אינדערהיים דעמאלטס? הא? נישט באקוועם. נו דערפאר פרעג איך דיר? פארדעם האט זיך געלוינט צוקומען אויף דער וועלט. ארויסצושטופן א קאר פון די בלאטע? און נישט נאר דאס, נאר וועמען זאל איך יעצט רופן? איך בין דא פארווארפן. אין די בערג. פאוקעסירט. אינגאנצן פאוקעסירט. דו ווייסט ווי שטארק איך בין פאוקעסירט. איך בין געגאנגען, און מיט מיין גאנצע פאוקעסירטקייט. ער רירט זיך נישט. נו? וויאזוי דען מיינסטו האב איך געקענט אפאטעמען. איך מיין וואס קלערסטו? דו מיינסט אז מיט איין שטיקל קוגל וועל איך ווערן אויס הונגעריג?

ענטפערט מיך יענער, ניין. און נאכאמאל ניין. און נאכאמאל ניין. איך האב אים קלאר געזאגט. ווילאנג דו וועסט מיר נישט צאלן יעדן טאג דאס מינימום! דו הערסט? דאס מינימום! אפילו די מינימום, האט ער נישט געקענט צושטעלן. פרעג איך דיר. דו טראכסט איין רגע? וואס וואלסטו געטון ווען ס'ווען נישטא אזא ווארט ווי "מינימום". טראכט. טראכט. ווי וואלטן מיר זיך אהין געטון, וואו?

שוין. בקיצור, קאל איך אים אן. די טעלעפאון קלינגט אזוי. ער הייבט אויף. "העלאו" יא. איך שטיי און איך פלאג מיך צו הערן זיין קול, איך הער נישט גארנישט. איך פוש מיינע אויער נענטער און נענטער, אבער איך הער נישט גארנישט. איך הער נאר די כוואליעס פונעם ים. פרעג איך דיר. איז דאס נארמאל? דו האלסט אז "דאס" יא? "דאס" איז א נארמאלע זאך? איך פארשטיי נישט, ווי קומט א יונגערמאן זאל זיך ארומדרייען מיט א לעדערנע טלית בייטל, פון וואו? פון וואו? פון מאנסי? פון בלומינגבערג? פון וואו? הע? קוק מיך נישט אין די אויגן? פון וואו?

לויף איך אים נאך, איך לויף און לויף, איך קלאפ אים אויף די פענסטער. הערסט? לאמיר אריין. דו. וואו לאמיר אריין? וואס לאמיר אריין? די גאנצע קאר איז אנגעווארפן מיט "באקסעס". זעהסט. אלעס איז באקסעס. וואו דו קומסט און וואו דו גייסט און וואו דו שטייסט, און וואו דו זיצט, און וואו דו טרינקסט, און וואו דו עסט, און וואו דו קלאצט, איז אלעס איין זאך "באקסעס". דו קומסט אריין דארט, באקסעס. עפנסט אויף די טיר? באקסעס. אין גאס? באקסעס. נישטא קיין מענטשן דארט. איינעם וועם איך האב געטראפן זיצט אויף א באקס. ס'האט אויסגעקוקט ווי ער אליין איז א באקס.

וואס איז דא אין דעי באקסעס? איך נעם די מיה, איך נעם ארויס מיין שליסל, איך שנייד אויף איינס, קליינע ווייסע זאכן, א טאן קליינע ווייסע ספאנדשעס. אדער פלעסטיק וואס מ'קען קראכן. איך האב געזוכט א ליידיגע זאל, ווייל איך האב געוואלט אז ווען איך קראך די בעג, זאל עס מאכן זייער א הויעכע נויס. אז מ'זאל עס איבעראל הערן. און איך האב געטראפן אזא זאל. ס'האט אפגעדונערט. ס'האט אפגעקלינגען. אזוי אז א גוי איז אריינגעקומען צו לויפן קוקן וואס ס'איז. אבער איך גיי מיך ווייטער, ווי איינער זאגט "איך ווייס נישט וואס דו קוקסט אפילו".

דאס איז אלעס געזאגט געווארן ווען דו קומסט אריין אין ביהמ"ד די ערשטע סקונדע. שיויתי ה' לנגדי תמיד. דאס וועט דיך ראטעווען פון אלעם בייזן. ווייל אויב מ'טראכט פון באשעפער שטענד. שטענד. דאס אלעס, שטענד. וואס עפעס "שטענדיג" וואס איז דעי דיג. "שטענד". איך לייג דעם אייבערשטן שטענד פאר מיר. פארשטייסט? און ווען ער קאלט דיך נאכאמאל, און ער פרעגט דיך נאכאמאל "דו ווילסט יא קומען, נישט קומען, אדער אזאנע זאכן" זאג אים אפן "ניין". לאמיר זעהן וואס דו גייסט אים זאגן. ניין.

און נאך אלעם דארף מען געדענקען אז ס'דא א זיסע באשעפער וואס האט אונז אזוי ליב און ווארט אויף אונז. דאס דארפסטו אלעמאל וויסן. און נישט נאר דאס, נאר אפילו ער וועט הונדערט מאל, הונדערט מאל, קומען און נאכאמאל, און נאכאמאל, און נאכאמאל, זאלסטו אים אלעמאל אוועקשיקן. ווייל וויסן זאלסטו וויסן מיין טייערער פריינד, כי לא לעולם יזנח ה'. נישט אלעמאל וועט זיין טונקל, ס'וועט נאך אויפשיינען די זוהן. איי וועסטו וועלן זאגן תוספות, לויט שיטת תוספות קען מען עס זייער גוט פארענטפערן. ווייל וועסטו וועלן זאגן , אז ער האט נישט אריינגעלאזט דעם פעקל אין זיין חצר, אבער אויב ס'דא עדות, איז דאך שוין עפעס גאר נישט דעס. אינגאנצן נישט דעס.

יעצט קוק אריין אין רש"י, זעהסט? רש"י מיינט דעס צו מדייק זיין. דאס זאגט רש"י הקדוש, ווייל א יוד דארף לערנען די הייליגע תורה הקדושה, ווייל נאר דאס איז אונזער לעבן. און טראמפ שטעלט זיך אויף ביי די יוניאן דרשה, און פרעגט ווער ס'דארף יוניאן. פרעג איך אים וואס איז יוניאן, זאגט ער מיר צוויבל. צוויבל? יא. אוודאי. גיי ארויס און געב א קוק אין אלע געשעפטן. אדרבה, "דו זאג מיר" איך גיי דיר נישט זאגן, דו זאג מיר, וויפיל יודן קענסטו וואס האבן הויזנטראגער? אדרבה, דו זאג מיר. און איך וועל דיך פרעגן נאך מער, וויפיל יודן וואס דו און איך און יעדער ארום, דא וועט דאס מודה זיין. וויפיל יודן קענסטו וואס האבן רויטע בערד? הע? וויפיל, איך זאג דיר אז רוב אייוועלט ליינער קומען פון דא אין מאנסי. רוב אייוועלט ליינער. איי אמאל איז געווען קנאקעדיגע שרייבער. געדענקסט נאך? ווי האט ער געהייסן, נאר שוין פארגעסן. א העווי ניק נו.

וואס דו מיינסט עס ערנסט. איך גלייב עס נישט. ער? דער צוציק? משוגע, דער קען חסידות ווי איך קען מיין נעגל פון מיינע פינגער, ביסט נאריש, דער ווייסט חב"ד, ברסלב, קארלין, סטאלין, ישמח ישראל'ס מהלך, חתם סופר'ס מהלך, ער ווייסט אלע, דו וועסט נישט גלייבן, הערסט? דו הערסט נישט, דו ביסט ביז מיט דיין טעלעפאון, ער ווייסט אלע מימרות פון רבין. אלע! אבער אלע. יעדער מימרא וואס דער רבי האט געזאגט, ווייסט ער, אבער ער ווייסט פונקטליך ווער ס'האט וואס נאכגעזאגט. דאס הייסט ער קען דיר זאגן, פונקטליך וועכע ס'קומט פון ר' עזריאל, און וועכע פון ר' שלמה יאנקל, און וועכע פון די אלע שאמאשים, און די אלע הויז בחורים יצ"ו, פון די אלע, איך קען זיין אלע. שעות בין איך געזיצן מיט יעדעם פון זיין. שעות! און געשמועסט. און געטרינקען טיי. ביסט נאריש. איך ווייס אפילו וואס דער רבי האט געטון יענע פסח אינדערפרי. איך ווייס אפילו ווער ס'יאז געווען. דו זאגסט מיר? איך פרעג דיר. דו זאגסט מיר? יא. דו זאגסט מיר?

והשם הטוב יעזור.
אין אני מסכים בשום פנים ואופן לשום דבר, ולשום דברי ציונות, וואס ווערט דא געזאגט דורך סיי וועמען אדער דורך מיר אליין, פארקערט ווי ס'שטייט אין דעם סאטמאר רבינ'ס ספרים.

אוועטאר
משהזוךמיר
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4991
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 14, 2016 3:24 pm
לאקאציע: איך קען נישט אויסזאגן ווייל משה וועט מיך קענען טרעפן

תגובהדורך משהזוךמיר » דאנארשטאג פאברואר 15, 2018 6:03 pm

:lol: :shock: :smile: -p:a :-? :-P :twisted: -i:w st;p ;sp; :mrgreen: 8-) o-h?e ]0[= :wink: :o 8.) :oops: :?: :idea: 8.) :oops: :cry:

:arrow: :mrgreen: :x :P
:o 8.) :mrgreen:

נשמה'לע מיינס, מעגסט אריינפאלן אפטער
Get your facts first, then you can distort them as you please.

אוועטאר
משה11
שר חמש מאות
תגובות: 835
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 06, 2017 3:49 pm

תגובהדורך משה11 » דאנארשטאג פאברואר 15, 2018 6:08 pm

פגשתי היום ליטואק ואמרתי לו אדר תהיה בשמחה
ענה לי זה רק ממחר א אדר

אוועטאר
משה11
שר חמש מאות
תגובות: 835
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 06, 2017 3:49 pm

תגובהדורך משה11 » דאנארשטאג פאברואר 15, 2018 6:08 pm

מה נקרא 'הצלחה בחיים'?
בגיל שנתיים 'יבש'
בגיל שלוש 'יש לו את כל השיניים"
בגיל 12 יש לו 'חברים'
בגיל 18 יש לו 'בת זוג'
בגיל 20 יש לו 'רישיון נהיגה'
בגיל שלושים יש לו 'כסף'
בגיל חמישים עדיין יש לו 'כסף'
בגיל שישים עדיין יש לו 'רישיון נהיגה'
בגיל שבעים עדיין יש לו 'בת זוג'
בגיל שבעים וחמש עדיין נשארו לו כמה 'חברים'
בגיל שמונים עדיין נשארים לו כמה 'שיניים'
בגיל תשעים שהוא עדיין נשאר 'יבש'

אוועטאר
טשיפקא
שר חמישים ומאתים
תגובות: 264
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 15, 2018 12:05 am

תגובהדורך טשיפקא » דאנארשטאג פאברואר 15, 2018 6:16 pm

משה'לע משה'לע,
אייזן געזאגט!!
א קינד איז נישט קיין אייגנטום, עס איז אן אויפגאבע.

שמעלקא זאפטיגער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3147
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 15, 2016 3:19 pm

תגובהדורך שמעלקא זאפטיגער » פרייטאג פאברואר 16, 2018 9:53 am

כ'מיין, אז דער הימל עפנט זיך און עס נעמט זיך רעגענען בענענעס, אויף מיין קאפ ארויף, וואלט איך נישט געווען אזוי שטארק פארוואונדערט ווי יעצט.

דאס איז א מעשה כאטש אזוי לאנג ווי די שטיקל ראל טישו וואס האט זיך פאריגע וואך צוגעקלעבט צום שפיץ פון מיין שיך-קנעכל, און אויסגעקערט דעם גאנצן שול. אפילו דער וואס האט עולה געווען און איז געקומען צו לויפן צום פאליש נאכן כאפן אז "ירחמיאל שעפטיל ירוחם בונים בן יצחק מנחם אייזיק דוב אריה בנימין" מיינט אים.

פארוואס האט ער נישט געכאפט? ווייל זיין טאטע הייסט דאך יצחק מנחם אייזיק דוב 'אוריאל' אריה בנימין, און מ'האט פארגעסן פון אוריאל ווי גלייך ער איז נישט א חלק פון א אכט-נאמענדיגע נאמען, אפילו ער האט לויפנדיג צום בימה מיטן אטעם אויפן שפיץ שטריימל.

פון ווי ווייס איך אז די אטעם איז דארט געווען? ווייל ס'האט זיך געשאקלט אלע שטריימל האר ווי א בער וואס אטעמט, און ער האט אויך מיטגעשלעפט דעם טישו איבער די גאנצע שוהל, און שוין איינוועגס צאמגעקניפט טליתים מיט בענק, שיכן מיט איבערגעבליבענע קלעבעדיגע זאזא פלעסטיק'ס, אזוי לאנג איז עס געווען.

איר האט געדולד צו הערן די מעשה וואס איז אזוי לאנג ווי די טישו?! נו נו, איך האב אבער נישט קיין געדולד צו פארציילן, איך פייף מיר אריין אין דיר… טא טא טא טא… (דא דארפסטו טראכטן ווי דו הערסט די שופר קעקעצן ביים צווייטן מאל וואס די פערטע מענטש פרובירט צו ווייזן וואס ער קען [נישט] באווייזן, אקעי? אדער דו פייפסט מיר יעצט צוריק אן?!).

די מעשה איז מיט א ביטערע וואסעריגע סוף. די נעגל וואסער איז צוגעשפרינקען ביז צו מיין קאפ, און דערלאנגט אזא קלינגעדיגע גרוס אין פנים אריין, זייט דער שלאף רביהאט בטעות אריינגעטראסקעט אין סווימינג פול אין קעמפ, האב איך נאך אזא שטורעמישע פלאטשקע נישט געשפירט אין מיין פודינק, אוי, כ'מיין צו זאגן לעבען.

אוועטאר
נשמה
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4713
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

תגובהדורך נשמה » זונטאג פאברואר 18, 2018 2:08 pm

דאס איז דאס גאנצע, ווייל ס'קומט פורים, און יעדער דארף זיך אנגרייטן דאס גאנצע וויהייסטעס צו זיין גרייט צום גרויסן יאנטעוו. נישט אריינפאלן דערין ווי א... ווי א? ווי א? עפעס דאכענע. ווייסעכמיין? אזוי ווי א מענטש פאלט אריין פלוצלינג. טרעפיק? אה, טרעפיק איז א גוטע משל. אקעי, סאו ער קומט אריין פורים אין שוהל ווי א דרייווער טרעפנדיג זיך אין טרעפיק? נע. ס'איז נישט די זעלבע זאך. קומסט אריין צו די מגילה פורים ביינאכט, און דו דערזעהסט פאר דיך ווי אין א חלום ווי המנ'ס טאכטער גיסט אראפ אין אקערס ביכל וואסער. און דו דארמאנסטעך אז ס'איז פורים, ווען א יונגל נעבן דיר קראכט אראפ זיינע "באמבעס", וואס ער ווארט שוין אגאנץ יאר צו הערן דעם קראך. פרעג איך דיר, דו ווילסטעך טרעפן פורים ביים מגילה ליינען ליינען א טרוקענע מעשה? איך פרעג דיר, אדער דו וואלסט געוואלט אז ביי יעדע ווארט אין די מגילה זאל דיר ארויפקומען די עקזעקט פיקטשער. דאס איז נישט ווי א דרייווער טרעפט זיך אין טרעפיק, טו מיר א טובה, דו מי א פעווער. ס'איז נישט די זעלבע זאך. טרעפ מיר עפעס בעסער. האסט נישט עפעס בעסער. וואס ווילסטו פון מיר? ווי איינער וואס בעקט און ער טרעפט זיך אין די מקווה וואסער. גוט? מקווה וואסער איז שוין גוט, כאטשיג איז עס נאס. דא ווען איינער טרעפט זיך פורים אן זיך צעגרייטן.

צוגרייטן! "צע" לאז פאר צעקוועטשע טעמעטע! צעריבענע מרור. צעשטרויבערטער שטריימל. צעווארפן. צעגאנגען. צע, צע. צע זאלסטו לאזן פאר זאכן וואס זענען מער "צע'עעדיג". צוגרייטן איז א צווייטע זאך. צוגרייטן. סאו, שרייב, מ'דארף זיך צוגרייטן צו די מגילה ליינען. נישט אנקומען, שרייב נישט "אנקומען", שרייב "נישט אריינפאלן!" אקעי "אריינפאלן" אריינפאלן אין די מגילה ליינען. וואו פאלט ער? אין די מגילה? פרעגסטו קשיות. אזוי רופט מען עס "אריינפאלן". איך געדיר א משל. יא? א מענטש איז ביזי אנצופילן זיין קאר מיט געז, יא? שוין. און נאכדעם קומט ער אריין אין שוהל, יא? ביז דא פארשטייסטו? וואס פארשטייסטו נישט. א יוד נעמט געז פאר זיין קאר, תענית אסתר פארן גיין אין שוהל. ביז דא פארשטייסטו?

ניין. איך האב עס נאכנישט אין פיקשטער. א... יוד... נעמט... געז... פאר... זיין... קאר... ערב די מגילה ליינען... א רגע, לאמיר טראכטן. יא, יא, יא, איך האב עס. אקעי. יא, איך קען זעהן ער שטייט דארט, און נעמט געז. יא? כ'האב עס. און ס'איז שוין אזוי טונקל פארן גיין אין שוהל, יא כ'האב עס. און?

און ער זעצט זיך אריין אין קאר. האסט עס?

יא, יא. ער זעצט זיך אריין אין קאר. כ'האב עס. אקעי. און?

און ער לויפט אויפפיקן זיין צוועלעף יעריגס וואס מוטשעט. האסט עס?

אקעי, יא, כ'אב עס.

אקעי, און דאס קלייניקס זעצט זיך אריין אין פראנט. האסט עס?

יא, אויף די פאפירן, אויף די משלוח מנות, צעקוועטשט! יא?

יא. דאס האב איך געמיינט. האסט עס?

יא.

און די מצב ווערט אזוי "בא'טעמ'ט" האסט עס?

יא, כ'האב עס. און?

און די מגילה ליגט אינדערהיים, ער דארף עס צוריקגיין אויפפיקן. האסט עס?

יא.

און ווען ער גייט עס אויפפיקן, טרעט ער אריין אין א פאדל וואסער. האסט עס?

יא, איך קען עס פילן.

אקעי. און מיט יעדע טריט פון יעצט און ווייטער ווערט "סחיטה". האסט עס?

יא. כ'האב עס. איינגעזאפט און צוריק ארויסגעקוועטש. כ'האב עס.

אקעי. און ווען ער קומט צוריק אריין אין קאר, קריגן זיך די קינדער. האסט עס?

יא, גאנץ גוט. איין מינוט איך האלט מיך אינמיטן פארשטעלן, איין רגע, געמיר א רגע, די... קינדער...קריגן... זיך... אקעי. יא.

איינעמ'ס פארשטעלאכץ איז צעריסן. און ער וויינט. האסט עס?

יא, כ'מיין איך האב עס. אקעי. און?

און די טאטע פילט אין זיינע ביינער פארוואס מרדכי איז ארויס שרייען מיט א זאק, האסט עס?

און.

און אזוי טרעפט זיך די טאטע אין ביהמ"ד צום מגילה ליינען, אן זיך האבן צוגעגרייט אפילו מיט די בילדער, און ווער רעדט פון די רש"י אויף די מגילה. האסט עס?

יא, כ'האב עס. איך קען מיך שוין פארשטעלן וואס ער פילט.

אקעי, יעצט לייג צו קלאפערייען ביי המן. האסט עס?

יא.

אקעי, פלאס נישט געגעסן און נישט געטרינקען אגאנצן טאג, און א יונגל אין די זייט שיסט סנעפס? האסט עס.

יא, יעצט פארשטיי איך שוין זייער גוט, וויאזוי ס'ווערט יעדעס יאר נאכאמאל בטל די גזירה פון יג. אבער פון דעסטוועגן פארשטיי איך אויך פארוואס מ'דארף זיך כאטש עפעס צוגרייטן.

יא, יא, ווייל הער אויס, ווען דו קומסט אן דארט, מאך דיך תמ'עוואטע. הערסט? דו קענסט נישט קיינעם, דו ווייסט נישט קיינעם. דו האסט נישט מיט קיינעם. קעי? און נאכדעם עפנסט אויף די טיר? וואס זעהסטו?

א טיש.

ניין, ביסט נישט אין די גוטע בילדינג, ביסט מן הסתם אריין פון די רעכטע זייט. אנטלויף פון דארט, איך האב נישט געוואלט זאלסט דארט אנקומען, קענסט נאך אנטלויפן?

יא. מיט די עלעוועטער?

ניין! נעם די סטעפס. אבער לויף...

אקעי איך לויף... איינער לויפט מיך נאך.

אקעי לויפ אריין אין איינע פון די שטאקן.... ער לויפט דיך נאך אלץ נאך?

ניין. איך זעה אים נישט מער.

אקעי, יעצט לויף צוריק ארויס, און לויף אראפ. וואו ביסטו יעצט?

אנגעלאנט אויפן רעקליינער אינדערהיים.

אקעי זייער גוט. ווייל ווען דו פאלגסט מיינע אינסטראקשן האסטו נישט קיין חרטה. האסט געליינט די אינסראקשענס וואס איך האב דיר געגעבן?

יא.

זייער גוט. וואו האסט עס געלייגט נאכן ליינען? סטאק. פארוואס? איז דא א גאנצע טעאריע פארוואס א שרייבער אינמיטן שרייבן ווערט סטאק. איינע פון די ערקלערונגען איז, אז ווען ער איז אריין מיט די משלוח מנות האט זיך די שפיץ נישט געהאלטן ביים מכניע זיין, ס'איז געווען א גאנצע טאנעריי וואס דער טרעגער האט נישט דערהערט. די משלוח מנות האט גע'טענה'ט איך קען מיך נישט בייגן, און דער טיר האט גע'טענה'ט איך קען נישט ווערן העכער. און דאס געט א געוואלדיגע ערקלערונג פארוואס מ'האט געטראפן דעם קאפ, שטעקן אויבן ביים שוועל פון טיר.

דאס געט אויך געוואלדיגע ערקלערונגען אויף פארשידענע פענאמענאנען, למשל ווען מ'זעהט א צעבראכענע באלב נאכן שלעפן די ברעטער צו די סוכה, אדער מ'זעהט זיך מיט א צעריסענע ציצית, ווייל ס'דא צוויי ערשיינונגען, וואס אויבן אויף וואלט מען נישט געכאפט אז זיי האבן עפעס א שייכות. איין ערשיינונג איז: א שטיקל ציצית פעסט איינגעכאפט אין די באנק, און די אנדערע ערשיינונג איז: א יוד וואס לייגט טלית אונטן אין די שטיבלעך, און ער זעהט ווי איין ציצית פעלט אים. ווען ער וואלט ווען געהערט וואס ס'האט זיך אפגעטון יענע מינוטן, ער איז געווען ביזי צו לויפן צו די תורה עולה זיין. אבער די באנק האט ליב באקומען דעם שטיקל ציצית. און ונצחו הבאנק את הטלית, דאס מאל האב איך עס געמאכט.

והשם הטוב יעזור.
אין אני מסכים בשום פנים ואופן לשום דבר, ולשום דברי ציונות, וואס ווערט דא געזאגט דורך סיי וועמען אדער דורך מיר אליין, פארקערט ווי ס'שטייט אין דעם סאטמאר רבינ'ס ספרים.

אוועטאר
נישט פשוט
שר האלף
תגובות: 1341
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 04, 2018 1:12 pm

תגובהדורך נישט פשוט » זונטאג פאברואר 18, 2018 4:11 pm

איך האב נישט מיט מיר די ריקארדינגס פון מיינע מגיד שיערים אבער א פאר פון זיי בלאנגען דא.

אוועטאר
נשמה
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4713
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

תגובהדורך נשמה » מאנטאג פאברואר 19, 2018 2:59 pm

יודעלעך מ'דארף זיין בשמחה. און דו האסט נאכנישט איינגעזעהן אז ווען איך זאג דיר אז מ'דארף ארבעטן אויף שמחה וועסטו נישט וועלן הערן וואס איך זאג דיר, אבער ווען דו וועסט זעהן ווי מ'קומט אלץ אן מיט עצבות, אוי וויאזוי קריך איך ארויס פון דא, געוואלד.

וואס איז געשעהן?

גארנישט, איך בין צוגעקלעפט (צוגעקלעפט, יא? מיט א פא דגושה, יא? ..פט, יא. פט...

יא, אוודאי, מיט א ב קלעבט עס נישט אזוי. מיט ב טעיפ זאלסטו פארבינדן די קעבינעטס "פארקויפט פארן גוי", אבער מיר טארן נישט זיין פארקויפט פארן גוי. די גוטע עכטע טעיפ, איז נאר וואס קלעפט, מיט א פא. עד כאן הג"ה)

הער אויס, שמחה איז די זאך וואס קען דיר ארויסנעמען פון אלעם. די ערשטע זאך געב א קוק, בין איך בשמחה? בין איך פרייליך? אויב נישט, דאן קום דא אהער, געט פעסטערייזד, פאר פייער און פאר וואסער, ווער פרייליך, און פלוצים, וועסטו זעהן ווי דו קלעפסט דיך אויף. (אוי לאז שוין די קלעפ, ס'איז סך שווערער צו זאגן קלעפ, אזוי ווי נעבן! סך גרינגער צו זאגן לעבן. איז עס נישט פאליטיקל קארעקט, אבער פון דעסט וועגן, און בכלל אז דו גייסט אריין אין דעם ענין פון "פאליטיקל קארעקט" וועסטו מערקן ווי ער זאגט עס אפאר מאל א שעה, אין מקווה? פאליטיקל קארעקט, פיין. ארויסגעקומען פון מקווה, נאכן דאווענען? "פאליטיקל קארעקט". זייט ער האט געהערט די ווארט "פאליטיקל קארעקט" זעהט ער עס צו נוצן ווי ער קען. ער איז עקסיידעט פאר די ווארט "פאליטיקל קארעקט" אהער, "פאליטיקל קארעקט" אהין. ווי נאך קען מען זאגן "פאליטיקל קארעקט" וואטעווער נעווער מיינד. פאגערעד. פאגערעד. פאגערעד. פאגערעד. פאגערעד.)

איז אזוי, לערן דיך שוין אויס, אז דו ווילסט ארויסקריכן פון די בלאטע, שאף דיך פליגלן. און פליגלן דאס איז שמחה. מילתא דשטותא איז שוין גארנישט קיין שטות. אזוי ווי א אייזן אונטערצולייגן דעם רעדל זיך ארויסצוזעהן פון שניי איז נישט סתם א אייזן. מילתא דשטותא איז שוין גארנישט קיין שטות.

אה, כ'האב געהאלטן נעכטן אינמיטן מאכן מיין מעשה. אז ער איז געווען אויף א שיף? יא. און וואס ער האט געזעהן? א וואסער. א וואסער? יא. און נאכדעם? שוין דא קומט די נעקסטע קאפיטעל. סתם אויף א שיף און געזעהן א וואסער? ניין. דו לייגסט נאכדעם צו, דו פארברייטערסט עס. דו מאכסט עס גרעסער.

איך פארשטיי נישט, איך האב געטראכט פון אש ומים, דאס איז דאך וואו מיר האבן זיך אוועקגעגעבן אונזער לעבן פארן הייליגן בורא, לקדש שמו, און נישט צו גיין אחר נכר. פרעג איך דיר. סאו, דו האלסט אז איך בין שיין פארשטעלט, קומט יאנקעלע אריין אין קאך צו די מאמע? זייער שיין יאנקעלע. WOW. האט די מאמע געזאגט. דאס איז גוט פאר קינדער ביכלעך. האט די מאמע געזאגט! און משה'לע האט שיין אויפגעגעסן אלע עסן וואס די מאמע האט געגעבן. און וואס האט משה'לע נישט געזאגט פאר די מאמע ווען די מאמע האט אים געזאגט אז היינט איז דא XXX? (די עסן וואס ס'איז געווען די גרינגסטע צו קאכן יענע טאג) משה'לע האט געזאגט "יאמי מאמי, אזאנע גוטע עסן" נעם אריין, נעם אריין, מיין הענט טוט וויי. לייג ארויף אסאך אויפן לעפל, אזוי אז ס'זאל אריינגיין די מערסטע. איינמאל ער מאכט אויף די מויל, שטופ אריין וויפיל ס'גייט.

און משה'לע, (דא שטופ אריין נאך א לעפל. ...לאמיר זעהן, וואס משה'לע...) און משה'לע האט געזאגט "ניין, יצר הרע, איך גיי דיך נישט פאלגן, איך גיי פאלגן די יצר טוב, ווייל נאר די יצר טוב ווייסט וואס ס'איז גוט, אמת? שטופ אריין נאך איינס, איי א פעטעטע איז אראפגעפאלן אויפן פלאר, שוין כפרת עוונות. זאל זיין. לאמיר זעהן וויפיל ער האט נאך אין טעלער? וואס עסט ער אזוי שטאט היינט? "שלינג אראפ! ניין, דו שלינגסט נישט אראפ! דו שטופסט עס אין א זייט, און צעביסלעך נעמסטו ארויס א משהו, פחות פחות מד'. שלינג אראפ, ס'דארף נישט געדויערן אזוי לאנג צו קייען. ס'דארף יא געדוירן, ס'דארף נישט געדויערן.

ווען די בערעלע מאמע האט געזאגט "אלע קינדער זאלן שוין אריינקומען". אבער די קליינע בערעלע בעיבי האט נאכנישט געוואלט אריינקומען. די קליינע בערעלע בעבי האט געזאגט "איך וויל נאך נישט אריינקומען, איך וויל נאך שפילן אינדרויסן מיט די קעצעלע און מיט די פייגעלע. אבער די מאמע בערעלע האט געזאגט: ס'ווערט שוין טונקל, די פייגעלע גייט שוין שלאפן, און די קיעלע גייט שוין שלאפן, און די זונעלע גייט שוין שלאפן. דאס אלעס איז געזאגט געווארן שבוע שחל בו פרשת זכור את אשר עשה לך עמלק.

פארשטייסט וואס איך זאג דיר, דרייט ער ארויף די פיאה אויף זיין פינגער. דער טראמפ איז נישט ביים דעת געהעריג. איך האב דיר דעס שוין געזאגט פאריאר, פאריאר ווען ער האט געשטומט פאר... דו גייסט אריין אין די מקווה און דו קומסט צוריק זעהסטו ווי דעי צוויי רעדן נאך אלץ. וויסן זאלסטו וויסן, און איך ווייס נישט צו דו ווייסט עס, אז דארט ביי יענע שמועס ווערט באשלאסן אלעס וואס פירט כלל ישראל. דאס הייסט אזוי: דער תנחום שמעון ווייס, וואס וואוינט אויף ...טערעס, וואס ער גייט טון מארגן, ווענט זיך אין אט דעם שמועס. וואס ווערט געשמועסט אין אט יענע ביהמ"ד איינס אזייגער. ווען קיין נברא חוץ די דריי יודן שמועסן צווישן זיך. למעשה עוף השמים יוליך את הקול. און למעשה וועט פון דארט ארויסקומען יודישקייט. וואס קאן מען טון. און דו ווייסט וואס? איך האב געוואלט זאגן פאר יענע אידן, אז ס'דא עפעס א פארשטופט ביהמ"ד אין ווילעמסבורג, וואס דארט קומט אויך יעצט, ממש יעצט, ווען ענק רעדן אזוי, קומט דארט פאר א שמועס, ווי מ'האלט פונקט פארקערט ווי ענקער שמועס, און זיי מיינען אויך אז פון דארט גייט עווענטועל געהערט ווערן דעם דעת ברורה אין די גאנצע וועלט. וואס אונז מאך מיר דא אפ אין אונזער שמועס, דאס גייט האט א געוואלטיגע. מיט א ט, א געוואלטיגער, מיט א ריש, א געוואלטיקער. מיט א ק. וואגיג. דאס קען מען נישט ארויסלאזן פון די הענט. מיר מוזן זיך דא אויס'טענה'ן אונזערע דיעות. ווייל אט דער דאזיגער שמועס איז דער שמועס וואס גייט עווענטואל אראפנעמען יענע נישט כשר'ע XXX פון די מארקעט.

אבער דאס איז נישט קיין ווערטל. ס'דא א פלאץ וואו די אלע זאכן ווערן געהערט, געשריבן און אוועקגעלייגט. ויקשב ה' וישמע ויכתב ספר זכרון לפניו ליראי ה ולחושבי שמו. יא. ס'דא א פלאץ וואו די אלע ווערטער און די אלע טענה'רייען ווערט אראפגעשריבן.

דאס אלעס האט עס באדייט, פארשטייסט וואס איך זאג דיר? ווייל מיין מאמע, מיט זיין שווער'ס טאטעס מאמע, זענען שוועסטער און ברודער. שוועסטער און ברודער? אדער א שוועסטער, אדער א ברודער? יא. דאס האב איך געמיינט. פארוואס האסטו דעמאלטס ווען אונז האמיר געלערנט אין כיתה ז', פארוואס האסטו מיך דעמאלטס נישט געוואלט געבן פון דיין ריסעס? דו ווייסט ווי שטארק איך האב געדארפט יענע פרעצלעך?

וואס רעד איך דא פאר פייער און פאר וואסער. קום צו א טאקינג פוינט. WOW טאקינג פוינט. יו, איז דאס א גוט ווארט, טאקינג פוינט. איך קום אהיים און איך זאג "קום שוין צו א טאקינג פוינט". איך האב אפילו נישט געוואוסט וואס טאקינג פוינט מיינט, אבער איך האב מיך געפרייט אז איך קען עס שוין נוצן. אבער עפעס איז די שמועס געווארן פלוצלינג קאלט, פארוואס?

פארשטייסט וואס איך זאג דיר. דו דארפסט נישט וויסן פונקטליך אלעס. דו גיי אהין, זאג זיי אז דו פארסט קיין אומאן, און זיי זאלן דיר עס אריינזיגלן. זיי ווייסן שוין. וואס רעד איך דא שטותים. פארוואס שרייב איך דא שטותים. וואס מיינסטו? פארוואס טאקע האט ער א ווייסע בעקעטשע? וואס טראכסטו? איך וועל דיר זאגן פארוואס. ווייל יעדעס מאל ווען איך נעם ארויס א עפל פון פרידשידער, שטופ איך עס צוריק מיט מיין פיס, איך האב נישט קיין געדולד זיך אראפצובייגן. גיי בייג דיך פאר א לעדל. איך געב עס א שטופ אריין. אבל דא עקא, אז די לעדל האט נישט פארשטאנען פיס שפראך. און ער האט זיך נישט געהעריג צוריקגערוקט. און ווען די ב"ב האט געזאגט אז די לעדל איז צעבראכן, האב איך געפילט שולדיג. פארשטייסט. די זעלבע זאך ווען איך האב געוואלט אז די פענסל זאל ווערן שארף. און ממש ווען ס'איז שוין געווארן שארף, האט זיך די שפיץ אראפגעבראכן. סאו, נעקסט טיים, ווען דו ווילסט זייער שטארק זיין "שפיציג" געדענק. די שפיץ קען זיך נאך אראפברעכן. פארשטייסט? האט די מאמע געזאגט פאר שלומי וואס האט איר אויסגעהערט מיט ריזיגע אויגן.

אוי נשמה דו שרייבסט דאך אזאנע טיפע גאונישע דיבורים, מ'קען דאס גארנישט משיג זיין. ווייל ס'איז רזין דרזין. און דו ווייסט ווען איך האב מיך דאס אויסגעלערנט? ווען איך האב געדארפט פארן קיין ווילעמסבורג יעדן טאג. און איך האב געדארפט ווארטן אויפן באס? יא? און נאכדעם זיצן אויפן באס, יא? דארט האב איך מיך אויסגעלערנט די רזין דרזין. ווייל ס'יאז נישט געווען צום געפינען א ספר, ניטאמאל א אלטע תהלים פון רביצן אלטא פיגא איז נישט געווען. גארנישט.

וואס מיינסטו קומען די אלע יודן אריין אין ספרים סטאר. זאג, דו טראכסט אז ס'דא איינער וואס קויפט דעם ספר? דאס ליגט סתם פאר יודן וואס ווילן נאכנישט אהיים גיין. ווייל היינט איז תענית אסתר, און גיי אהיים תענית אסתר. די קינדער האבן שוין געקאלערט צוויי צייטונג קוואליטי בלעטער אין עפעס א 2009 קאלערינג ביכל. יעצט, וואס זאלן די קינדער טון. מער ווי ליגן אויפן פלאר מיט די פיס אויפן וואנט, האפענדיג אז ס'זאל האבן געווען אן אופן וויאזוי זיך ארויפצודראפן העכער. און דו האסט געטראכט אז דו דראפעסט דיך אויף גראדע ווענט דאס איז א געלעכטער. ניין. חחח. די ריזינער האט דאך שוין דאס געזאגט. און וועם האט ער געמיינט דערמיט. דיך! דיין דראפעראציע. סאו, נעקסט טיים ווען דיין שאור שבעיסה רעדט צו דיך שטותים, און דו לאזט דיך נישט. ווייס וואסערע באדייט דאס האט.

איך האב עס אלעמאל געוואלט עסן מיט באנאנע. וואס מיינט ברוב דברים לא יחדל פשע. לכאורה איז דאך דאס נאר געזאגט געווארן ווען א מענטש רעדט סתם שטותים. אבער אויב ס'איז פאר פייער און פאר וואסער. דאס איז שוין גאר עפעס אנדערש. ווייל א יוד ווילאנג ער לעבט טוט ער דערמיט א רצון לאבינו שבשמים. און דאס איז די איינציגע זאך וואס דער עמלק קען נישט באשטיין. וואס ער וויל נאר זיך קריגן מיט הקב"ה, אבער דער אויבערשטער האט געזאגט פאר משה רבינו'ן, מיין כסא איז נישט גאנץ ווילאנג דער איז אויסגעמעקט. דאן ווען מיין כסא זיין גאנץ. צו מיינסטו אז דו ביסט א דורכפאל? נע. זיי דיך מחזק. שטארק דיך. קענסט קיינמאל נישט וויסן וואס און פארוואס. יעדעס מאל ווען דו זאגסט ניין! האסט עס געמאכט. זיי פרייליך מיין טייער יוד. ווייל דו טוסט א נחת רוח פאר דיין טאטן אין הימל. און עווענטועל וועט אונז השי"ת אויסלייזן. און ארויסנעמען פון דעם תוקף הגלות.

געדענק: פורים איז א ענין פון "תוקף". תוקף הנס. את כל תוקף. דאס איז אלעס דער ענין פון תוקף. סאיז אויף דער בחינה. פארשטייסט וואס איך זאג דיר. טאמער מיינסטו אז קיינער זעהט נישט אז דו רייסט דיך ארום מיט דיין יצר. און אז דו רעדסט שטותים מיט א חבר, אלעס נאר אז דיין שמחה שטאפל זאל זיך הייבן. דאס אליין איז א נחת רוח פארן מלך מלכי המלכים הקב"ה. ווייל ווען דו לייגסט אריין די ספרים אויפן וועגעלע. יא? דו לייגסט איין ספר, נאך א ספר, נאך א ספר, נאך א ספר, נאך א ספר. ביז ווילאנג ס'הויפנט זיך אן פיל מיט ספרים.

דאס איז דאס גאנצע. לאמיר דיר אויסלערנען וויאזוי מ'שארט שניי, מ'נעמט א שאוועל מיט א בעזעם. די בעזעם וועסטו נוצן צו האקן אויף דיין שכנ'ס דאך, טאמער זיין קינד האקט אראפ אז דאס מאל וויל ער נישט. און מיט די שאוועל וועסטו עפענען די טיר אויב דו פארגעסט אמאל די שליסל. יעצט קום מיט מיר שארן די שניי. יענע שניי לייג אריין ביי שונות. איך ווייס נישט פונקטליך וואו עס צו לייגן, קענסט עס לייגן ביי שונות. און יענע שניי לייג אין די בעסקעט אונטערן פליישיגן סינק. דארט ווי ס'ליגט די מיסטער קלין. אגב מיסטער קלין איז געווען א עכטע מענטש. ס'דא אסאך מענטש וואס הייסן מיסטער קלין. אבער מיר יודישע קינדער זענען מיסטער קלין. נישט ווייל מיר זענען קלין, נאר ווייל מיר דראפענען זיך צו זיין ריין און הייליג.

סאו, וואס האלסטו וויאזוי מאך איך אז די שטריק ארום די משלוח מנות זאל זיך איינדרייען אזוי קורלי? דו נעמסט א שערל, און דו געסט עס אזא שנעלע רייב, און ס'דרייט זיך איין. איך קען שוין קוים ווארטן דאס צו טון. און ווי מער אלץ בעסער. גרייט מיר אן אסאך שטריק. איך האב ליב צו זעהן ווי דער געט זיך אונטער. און דרייט זיך איין בהכנעה גמורה ממש.

און וויאזוי מ'פעינט ווייסטו יא? קודם די ערשטע זאך געב צדקה. לייגסט אריין אין פושקע די אגודל מיטן אצבע, נעמסט ארויס פון דארט אביסל טאבאק ברעקלעך, אבער נאר א שפיץ, אויפן שפיץ פינגער. נאכדעם לייגסטו צו די מעטש און ס'ווערט א פלאם. די צינדסט אן דעם אויווען, ס'מוז נאכנישט קומען קיין פייער, אבער כאטשיג קומט געז, און נאכדעם לייגסטו צו דיין פינגער. און די טיר עפנט זיך. מ'קען אסאך מאל בלייבן סטאק, סאו, ניין דאס האט מיט די קעמערע. קענסט אריינלייגן געלט אויך. האסט געלט? לייגסט עס אריין, אבער געדענק אונטער צו לייגן א קאפ, ווייל ער גיסט, דו דארפסט אבער אונטערלייגן א קאפ ער זאל האבן ווי אריינצורינען. שטעל דיך פאר דו לייגסט אריין געלט, און דו פארגעסט אונטערצולייגן א גלעזעל. אלעס רינט אראפ, אבער דו האסט גארנישט דערפון. דו בלייבסט מיט גארנישט. האסט אריינגעלייגט געלט, אבער האסט גארנישט געמאכט.

פונקט אזוי ווי דו פארשטייסט, אז ווען מ'קומט אריין אין סטאר דארף יעדער הערן אז דו ביסט אריינגעקומען, ווייל זיי האבן געמאכט אזא פאטענט, אז ווען דו קומסט אריין זאל קלינגען אזא זאך העכער די טיר. דאס איז געמאכט געווארן, אז דו קענסט נישט סתם אזוי אריינקומען, יעדער ווייסט אז דו ביסט דא. סאו, למשל האסט געוואלט סתם קוקן וואס אט דער געשעפט איז, און די השגחה עליונה האט דיך אריינגעפירט אהין, וועט יעדער הערן אז דו ביסט יעצט אריינגעקומען. דאס איז אזא פאטענט.

אזוי ווי למשל ווען דו זעצטעך צו צום רעדל, און דו ווייסט נישט פונקטליך וויאזוי צו מאכן די סיט, יעדן טאג באשליסטו אנדערש צו מאכן, איינמאל דאכט זיך דיר, אז נענטער איז בעסער, און איינמאל דאכט זיך דיר אז ווייטער איז בעסער. דאס מיינט ופושעים יכשלו בם, ווייל דו ווייסט נישט פונקטליך וואס דו ווילסט אויף דער וועלט. דאס אזוי ווי, איך וועל דיר מאכן א גוטע משל, ביסט גערעכט, איך שרייב און איך שרייב, איך קען פשוט נישט גענוג ארויסברענגען די זאך. אבער יעצט איז מיר בייגעפאלן א גוטע משל. איך זאג דיר איך האב אזוי הנאה פון דעם משל. איך קען עס גארנישט אראפשרייבן. ס'איז אזא גוטע משל דעס. איין מינוט, לאמיר אריינאטעמען. אזא גוטע משל דעס. יו איז דעס א גוטע משל. חחחח.

הער אויס, משל למה הדבר דומה. איין מינוט, דו מוזט מיר געבן א מינוט. איך קען פשוט נישט כאפן דעם אטעם. אקעי. משל למה הדבר דומה. איינער קומט אריין אין א ביהמ"ד און זעהט א ריזיגע, אבער איך רעד פון א ריזיגע, נישט וואס דו טראכסט, א "ריזיגע", איך רעד פון גרעסער ווי דו ביסט צוגעוואוינט. סך גרעסער. סך סך גרעסער. סך סך סך גרעסער. אין אזא גרויסע טשייניק בין איך אמאל אריין. ניין. דו האסט נאך נישט געזעהן א טשייניק אין דיין לעבן. די טשייניקס וואס דו זעהסט אין בית מדרש? איך רעד אפילו וואס ס'ברענט אונטער דעם א עכטע פייער. דעיע זענען נאר נאכגעמאכט. מ'רופט עס "טשייניק", ווייל ס'איז מעין די "טשייניק" וואס איז דא אין די גרויסע פלעצער. ווי מענטשן קענען דארט געהעריג אריינוואקן. איך וועל דיך נאכאמאל אראפטראגן אהין. דו מוזט זעהן פון וואס איך רעד. עכ"פ איך בין אמאל אריין אין אזא טשייניק. הערסט? און גארנישט. דאס אלעס. איך בין אמאל אריין אין אזא טשייניק.

בקיצור המעשה, דאס איז אלעס אויב דו עסט אליווס אן א קערעלעך. משא"כ אויב דו עסט עס מיט קערעלעך דאן איז די דין אנדערש. ווייל דו מוזט פארשטיין אז דו גייסט מוזן אויסלעקן יעדע אליוו עקסטער. און מיט דעם אלעם גייט נאך בלייבן אביסל פלייש פונעם אליוו אויפן קערעלע. און איך ווייס נישט פארוואס ס'לוינט זיך דיר. אמת טאקע, למשל, אויב האסטו געקויפט א צייטונג, און דו דארפסט עס דורכליינען, און דו ווילסט אז ס'זאל זיך אריינגליטשן באקוועם די ארטיקלעך, דאן יא, דאן זאלסטו יא עסן מיט קערעלעך, אבער אויב ווילסטו דוקא, סתם אליווס. ווייסעך נישט צו ס'לוינט זיך דיר.

וואס איז די תכלית פון רעדן פאר פייער און פאר וואסער. די תכלית איז "לופט". דו האסט שוין געזעהן די לופט וואס ס'קומט ארויס פון די מקווה, יעדן ערב שבת? וואס איז עס? ווער דארף עס? די תירוץ אויף דעם איז. אז פון די אלע מקווה שמועסערייען, ווערט די מצב זייער הייס. און ס'טאר נישט בלייבן סטאק. דאס מוז ארויסגיין. פארשטייסט וואס איך זאג דיר. אבער חברה, ס'קומט פורים, לאמיר געבן א טראכט. מ'גייט לייענען די מגילה, מ'גייט ווערן נאנט צום הייליגן באשעפער "קימו וקבלו היהודים". קימו את אשר קיבלו כבר.

ווייל ווען איך זאג אז דו האסט נישט געמיינט דאס צו זאגן, נאר האסט מיר געוואלט זאגן א גוטן פורים, אבער ווען דו וואלסט ווען יא אזוי אונטערגעקומען, וואלט מען דאך געקענט נעמען אלע ווערטער. פארשטייסט?

והשם הטוב יעזור.
לעצט פאראכטן דורך נשמה אום מאנטאג פאברואר 19, 2018 4:13 pm, פאראכטן געווארן 2 מאל סך הכל.
אין אני מסכים בשום פנים ואופן לשום דבר, ולשום דברי ציונות, וואס ווערט דא געזאגט דורך סיי וועמען אדער דורך מיר אליין, פארקערט ווי ס'שטייט אין דעם סאטמאר רבינ'ס ספרים.

שמעלקא זאפטיגער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3147
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 15, 2016 3:19 pm

תגובהדורך שמעלקא זאפטיגער » מאנטאג פאברואר 19, 2018 3:01 pm

והשם הטוב יעזור.

אוועטאר
נישט פשוט
שר האלף
תגובות: 1341
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 04, 2018 1:12 pm

תגובהדורך נישט פשוט » מאנטאג פאברואר 19, 2018 3:22 pm

נשמה ווי ביסטו פארבלאנזעשעט ווער ווייסט ווי אוי נשמה....
איך זעה אז צייט האסטו איבערגענוג ב"ה

אוועטאר
נשמה
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4713
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

תגובהדורך נשמה » מאנטאג פאברואר 19, 2018 4:14 pm

נישט פשוט האט געשריבן:נשמה ווי ביסטו פארבלאנזעשעט ווער ווייסט ווי אוי נשמה....
איך זעה אז צייט האסטו איבערגענוג ב"ה

והשם הטוב יעזור על דבר כבוד שמו מעתה ועד עולם, על דעת רבי שמעון בר יוחאי וכו'. סלה סלה סלה. נצח נצח נצח. ועד ועד ועד.
אין אני מסכים בשום פנים ואופן לשום דבר, ולשום דברי ציונות, וואס ווערט דא געזאגט דורך סיי וועמען אדער דורך מיר אליין, פארקערט ווי ס'שטייט אין דעם סאטמאר רבינ'ס ספרים.

אוועטאר
שמאטע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3131
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 26, 2009 3:40 pm

תגובהדורך שמאטע » מאנטאג פאברואר 19, 2018 6:57 pm

אלס איז אלעקסיי אינטער די פענגווינס רעדל ביים מקוה יודס שרויפן ציער!

כ'וואונדער זיך געשמאק איבער די פארווארפענע. נאכזילבעס אינעם יושר'דיגען הייל אויף אלבערטא גאנזאלעס פארם צווישן צוויבל און האנטוכער.

זאגסטע אז יענקל האט געשארט און געדריקט ענגע צעטלעך און פארנומען די ערי מקלט ביים גבאי'ן אין טאש?! ווי קענעס גיין???
זיבן פאר הענט האבן די קארטאפל געביסן אן אויסרעדן צווישן די באנדיטן און הייפערלופ פייערעסקעיפ! און דו לאכסט?????!
עדיטערס נאוט: שמאטע איז דער האוסט פונעם בצל כוואפאפעיכו שאו. די אויסגעקוועטשטע אפיניען איז זיין אייגענע.

אוועטאר
נשמה
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4713
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

תגובהדורך נשמה » מאנטאג פאברואר 19, 2018 7:52 pm

שמאטע האט זיך דערמאנט אז ס'קומט פורים. א שמאטע קען אלעמאל ארויסקוועטשן פון זיך. מ'קען א דרוק און ס'קומט. ווייסעכמיין?

ווען דו נעמסט אים אפיר און דו טרייבסט אים אריין אין בעסמעדרעש, וועסטו אוודאי וועלן וויסן וואס ער האט דארט געזוכט אויפן שפיץ געיט, וועל איך דיר זאגן אז דער לאנגער קאטשקע האט זיך דאס מאל גענומען איבער מיינע ביינער. ווייל ער האט דאך סייווי נישט קיין געלט צו דעפאזיטען אין באנק. ווייל דו מוזט פארשטיין אז ווען דו האסט נעכטן אריינגעלייגט דיין קאווע אינעם האלטער האט ער זיך ארויסגעגליטש און ער איז געקומען צו מיר שרייען אז ער האט נישט קיין איין דאלער צו קויפן וואס ער האט צוגעזאגט פאר אפיקומן. און נעקסטיים ווען ער פרעגט דיך וואס דו מאכסט, זאג אים אז דו האלסט אים נישט ביים ענטפערן. ווייל ווען איך האב אים געפרעגט האט ער מיר נישט צופיל געזאגט נאר איין ווארט "גיי".

נייעס זאגער ווייסן צו פארציילן אז רוסלאנד וועט דערלאנגען פאר אים א פינף און פופציג הויטיגן עלעפאנט אריינשפאצירט אינמיטן די גאס ווען ס'איז קיינער נאך נישט דאן דארט געווען, און א געשריי האט זיך געהערט איבערן גאנצן געגענט פון יוגנטליכע וואס האבן געשמירט מיט ספרעיס די ווענט פון די זייט ארויס. אנקומענדיג דארט האט ער קיינעם נישט געטראפן נאר איין מורישקע וואס איז אוועקגעלייגט געווארן דורכ'ן פרופעסער פאר ווייטערדיגע פארשונגען.

נאכזוכנדיג אין די אוצרות פון די לאבראטאריע האט ער נישט געקענט געפינען די טויזענט יעריגע אוועקגעלייגטע מגילה וואס דארט האט געדארפט צו שטיין דעם גאנצן פאזל וויאזוי דאס ווערט געמאכט. זוכנדיג ווייטער אין יעדן ווינקעל האט ער ענדליך געפינען דאס געזוכטע ביי איין פארשטופט פלאץ, דאס איז געווען איינגעדרייט אסאך מאל, און גוט אריינגעשטופט.

אויפענענדיג דאס מגילה האט ער געזעהן אז דאס איז בכלל נישט דאס וואס עס ווערט געזוכט, און דאן האט זיך געהערט א שאס, און דאן נאך איינס. ארויסקוקנדיג פון פענסטער איז אים באלד בייגעפאלן ווער דאס איז געווען, אריינקומענדיג אין זאל, האט ער אים געזעהן לאכן ביי א גלעזעל וויין מיט זיין חבר. קומענדיג נענטער האט זיך יענער אויסגעדרייט און באלד אפגעטראגן פון דארט. ארויסגייענדיג פון דארט, האט ער באמערקט א קליין צעטעלע אריינגעשטופט ביים עק פון טיר, וואס האט זיך געליינט ווי פאלגענד "וויפיל מאל דו וועסט פרובירן וועט ער אלעמאל ארויסטראסקענען פון דארט".

מיט גרויס שברי לב האט זיך דשאן דזשענער דערזעהן דרייווענדיג זיין וועהיקל צום פאסט אפיס, אנקומענדיג צום פאסט אפיס האט ער דערזעהן זיין בראך, אז נישט נאר ער האט נישט דעם ווייער, נאר וויפיל מאל ער האט פרובירט עס צאמדרייען וויל זיך דער ווייער נישט האלטן צאמגעדרייט. אבער ער האט זיך ווייטער געשלאגן מיטן פליג און דערזעהן אז ענדליך איז עס געלונגען.

פון אלע זייטן ווייסן מיר דאס געזונטהייט בענעפיטן פון עסן טרויבן, אבער לעצטענס איז ארויסגעקומען א נייע שטודיע וואס ווייזט די געזונטהייט בענעפיטן פון עסן טרויבן מיט איין פיס אויפן בענקעל. די דאזיגע שטודיע איז דורכגעפירט געווארן דורכן פראפעסער אלבערט נייער פון אלאבאמע, ווען ער האט פערצופאל (נישטא קיין פערצופעל) זיך דערזעהן אז ס'פעלט אים פינף שטיקלעך פון זיין געווענליכן סיריאל מילעך, און מעז יצא מתוק, איז ער שנעל צוגעלאפן צו אים און אים דערלאנגט אויפן באק, פרעגנדיג אויב ס'טוט וויי? האט ער געענטפערט אז אוודאי טוט עס וויי, איך מיין צו פרעגן צו ער ווייסט בכלל וויפיל מענטשן ס'דרייען זיך ארום א טאג דארט.

א נייע שטודיע וועגן עסן צופיל ברויט איז ארויסגעקומען די וואך אין לאנטשרום אין א געוויסע חדר אין מאנסי. אייוועלט פאר פיייער און פאר וואסער האט זיך פארבינדן מיט די וואס האבן אנטייל גענומען אין די שטודיע, פרעגנדיג וויפיל מאל ער פלאנט צו שרייבן אין דעם אשכול. זאגנדיג אז לא די אז רוסלאנד האלט נישט ביים שיקן פאר טראמפ וואס זיי האבן אים צוגעזאגט באזוכנדיג דאס לאנד אין יוני.

אלץ ווייסער ווייסן צו זאגן אז א נייע געזעץ רוקט זיך פאראויס אין ווייסן הויז, מיר האבן זיך פארבינדן מיטן ווייסן הויז ווארטזאגער צו הערן וואס דארט איז פארגעקומען. אבער דאס טרייבל איז געווען פארנומען.

קולות וברקים האט אויסגעבראכן און אלע האבן מיטגעפאטשט מיט זייערע הענט און פיס, און ווען די פליגער האט געלאנדעט איז ער צו אים צוגעגאנגען און געפרעגט צו ער ווייסט צו ער האט אים שוין אמאל געטראפן. דערזעענדיג אויף זיין געזוכט א רויטע מארק, נישט וויסענדיג פון וואו דאס קען בכלל קומען אויפן פנים. האט ער אים געפרעגט צו ער האט שוין דעם שטיין ארויסגענומען פון אונטער זיין מאטראץ.

טויזענטער יוגנטליכע זענען זיך צאמגעקומען שרייען אין א ראלי וואס איז געווארן באשטעטיגט ענדע יולי 2015, און מ'ווארט דאס צו ענדיגן אזוי פרי ווי אין 20', און ווען דער פרעזידענט האט געטוויט אז ער וואונטש אים גוטע גריסן, האבן אלע געוואוסט צו זאגן אז מער קומט ער נישט אריין, ווייל זייט ער האט באזוכט עגיפטן אין מאי, האט מען נאך פון אים נישט צוריקגעהערט קיין גריסן, נישט וואוסענדיג וואו זיין געביין איז אהינגעקומען. וויסענדיג אז ס'איז נישטא וואס צו פארלירן האט ער אים געפרעגט צו ער ווייסט פון זיין מאמע וואס ער האט געזעהן אז מ'האט איר געשיקט די אנדערע זייט, האט ער געענטפערט אז לפי ידיעתו וועט מען אים נאכאמאל דארפן איינרוקן אין מיליטער. איז ער אריבער צום מאריגער רבי'ן זצ"ל פאר א ברכה און מיטגענומען זיין קליין שוועסטער, און דער הייליגער מאריגער זצ"ל האט געענטפערט "זי וועט איבערלעבן" און היינט נאך ניינציג יאר איז מען געוואר געווארן דעם תירוץ, אז ווען דער דייטש האט אריין מארשירט אין פוילן נישט טרעפנדיג קיין טעפל פאר קיין נעגל וואסער, האט ער בלית ברירה גענומען א באטל ספרינג וואסער, אבער אינדערפרי איז שוין גארנישט געווען.

יעדער האט מיטגעהאלטן דעם וואך ווי אונזער אלעמען באקאנטן פרעזידענט ירום הודו איז אפגעפלויגן קיין אינדיע, און מיטגענומען מיט זיך זיין "גענעראל" אנדרעי אויש, (אויש, א יודישע נאמען) און וויפיל מאל מ'האט געווארנט צוליב דעם האט ער נישט אנגענומען דעם פארשלאג.
לעצט פאראכטן דורך נשמה אום מאנטאג פאברואר 19, 2018 7:58 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
אין אני מסכים בשום פנים ואופן לשום דבר, ולשום דברי ציונות, וואס ווערט דא געזאגט דורך סיי וועמען אדער דורך מיר אליין, פארקערט ווי ס'שטייט אין דעם סאטמאר רבינ'ס ספרים.

שמעלקא זאפטיגער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3147
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 15, 2016 3:19 pm

תגובהדורך שמעלקא זאפטיגער » מאנטאג פאברואר 19, 2018 7:56 pm

וויפיל מאל מ'האט געווארנט צוליב דעם??? נע וויפעל???

מטעמים
שר חמשת אלפים
תגובות: 5411
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

תגובהדורך מטעמים » מאנטאג פאברואר 19, 2018 8:01 pm

דאס איז פיינע נייעס, זיך דערמאנט פון די קידוש פון אונזער פורים רב.
I REALLY - DON’T - CARE, DO YOU?

אוועטאר
מונאוויטש
שר האלף
תגובות: 1620
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 22, 2015 6:08 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך מונאוויטש » מאנטאג פאברואר 19, 2018 8:14 pm

מיר האט שוין לאנג געערגבערגערד פארוואס ער גרויס קיינע שלינגען פארטיליגן. גארנישט! בלי שום טובל וסולפת! נאך א טאג, נאך א טאג, און די שקלאפטע מיטן מארעצעלע שלוויכעט די שליסטראפ, נאכאמאל און נאכאמאל, ווי א שמאטע בין השרכיים. שטייען דארט די גאנצע לאזאזשעס הויכ הויך, ווי אויך לויזע און קופערנע, סאלאמענדער בלע""ז.

מאאארדדכעעע! מאאארדדכעעע!

פארוואס? שיק אים אן אישי.
לעצט פאראכטן דורך מונאוויטש אום זונטאג פאברואר 25, 2018 12:40 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אשמע
שר מאה
תגובות: 197
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 26, 2009 8:42 am

תגובהדורך אשמע » דינסטאג פאברואר 20, 2018 8:37 am

קען איינער אריינשטעלן אינטערעסאנטע מודעות וואס וואלט כדאי געווען אויפצוהענגן שבת זכור אין ביהמ"ד ? מ'קען מחי' זיין דערמיט אידן. למשל אלטע מחאות אדער איסורים. דער איסור אויפן CASIO אדער צו פארן קיין פלארידא אאזוו.

אוועטאר
נישט פשוט
שר האלף
תגובות: 1341
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 04, 2018 1:12 pm

תגובהדורך נישט פשוט » דינסטאג פאברואר 20, 2018 1:09 pm

שכח פאר די טייערע פערעל שטיינער, @נשמה מיט @שמאטע.!
איך האב ליב ווען משרייבט נישט ממש פאר פייער און וואסער ס'מעג זיין פאר פייער און יאפשטיג און אויל אויך.
איך האב ליב ס'זאל זיין אפאר ווערטער וואס קלעבען צוזאמען אזוי ווי ארבעס אונטער די נעגעל . און נאך דעם גיין ווייטער
א בחינה ווי דאס: בקיצור המעשה, דאס איז אלעס אויב דו עסט אליווס אן א קערעלעך. משא"כ אויב דו עסט עס מיט קערעלעך דאן איז די דין אנדערש. ווייל דו מוזט פארשטיין אז דו גייסט מוזן אויסלעקן יעדע אליוו עקסטער.
און נישט, פארגליווירטע זאקן לענגליגעכע ראזינקעס שפאצירן און קעטשאפ ווי האניג און די אויערן טאנצען די קינדער מיט טעמעטע און מיינעס אויף גי טאטעס היט צוויי לעפלעך און די בארד.......
כאפסט וואס איך מיין ?

אוועטאר
נשמה
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4713
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

תגובהדורך נשמה » דינסטאג פאברואר 20, 2018 1:20 pm

וועלקאם טו די פורים אשכול - פאר פייער און פאר וואסער.

דאס איז זיכער אז נישט אלעמאל איז ער אזוי געווען. אז מ'געט זיך א כאפ אז ס'קומט פורים אויף דער וועלט, קענען מיר נישט בלייבן "נעטשרעל". מיר מוזן עפעס מאכן, עפעס אויפצואוועקן די שובבי"ם גלידער, קום ארויס, עד מתי תשכב, עד מתי, ווילאנג נאך וועסטו זיצן און זיין נארמאל. קום ארויס, קום דא אריין, טעק די ווארעלד עס איז. נעם עס אן. לעב אויף דער וועלט, פאר פייער און פאר וואסער. טו עפעס, שטיי נישט מיט א צאמגעלייגטע טלית. ויהיו אמרי פי לרצון לפני אדון כל.

מיט דעם טוען מיר אויפפאדערן די אלע יודן וואס לייענען דא אויף אייוועלט, אז פורים קומט. און מיר מוזן זיך צוגעוואוינען צום שיין פון פורים צעביסלעך. דאס האב איך געליינט אין נפשי, צעביסלעך, אין אסאך חסידישע ספרים שטייט דאס ענין פון צעביסלעך. דו ווילסט נישט אז פורים זאלסטו וועלן "לעש אויס די מוזיק, דריי מיר נישט איבער דא". שעפעלע ס'קומט פורים אויף דער וועלט. און פארשטיי אז פונקט אזוי ווי דו קויפסט גאלע און די אלע גאלע וואס דו קויפסט מיינסטו דאך נישט דעם גאלע. דו מיינסט גארנישט דעם גאלע. דו מיינסט דעם שב"ק, און דערפאר, וועט דער דאזיגער אשכול אויך געווידמעט ווערן פאר די גרויסארטיגע צאמקום.

זעקס און צוואנציג איז די נומער וואס ווערט דערמאנט אין ספר אש ומים, זעקס און צוואנציג מאל. כלפי מה הדברים אמורים, אז וויבאלד אויב איך וועל דיך לאזן שלאפן און בלייבן נארמאל, וועסטו טאנצן פורים נישט ביזן דאך, און איך וויל זאלסט טאנצן ביזן דאך. דאס איז די סיבה פארוואס מיר מוזן ארויסקומען כאטש איינמאל א יאר צום חשוב'ן עולם וואס שעצן דאס וואס דער רבי ז"ל האט איבערגעלאזט. און זיי ווערן נישט נתפעל פון די אלע וואס כאפן זיך אריין אין די מקווה אן באצאלן. נאר זיי קומען ארויס און זיי באצאלן געהעריג.

צו זאל עס זיין געמאכט פון קענדי, צו פון קעיק, צו פון כל מיני שם וחניכא דאית ליה. און מיט דעם אלעם זאג איך דיר אז ער ווייסט נישט וואס ער רעדט. מיט דעם אלעם וואס ער קומט, און געט זיך איבער, און בייגט זיך איבער אזש זיין קאפ קומט אן ביזן פלאר, מיט דעם אלעם זאג איך דיר אז ער ווייסט נישט וואס ער רעדט. ווייל איך וויל דיר פרעגן. דו האלסט אז ס'איז נארמאל? איך פרעג דיר? מילא אויב קומט ער אריין, און ער זעצט זיך אוועק, מיט הכנעה, ווי איינער זאגט "שטעל מיר צו", פארשטיי איך אים זייער גוט. אבער אזוי? און וואו זיין גאלדענע בעקיטשע? קומט ער אריין מיט א ווייסע בעקיטשע, דו מיינסט ער ווייסט נישט? ער ווייסט זייער גוט. נעכטן טרעף אים אין ספרים סטאר, זאגט ער, ער דארף א ווייסע קאפל, ניין, ער דארף מיט אזא שטיקל ביים שפיץ. הערסט? דווקא מיט אזא שטיקל ביים שפיץ, איך בין געשטאנען און געשטוינט. איך זאג דיר, איך האב מיך געשעמט צו שטיין דארט נאך איין מינוט, איך בין רויט געווארן פאר אים. איך האב מיך געשעמט אז ער בעהט עס אפילו. איך פארשטיי נישט, וואס דארפסטו דעם שפיץ דארט אויבן. האסט עס געזעהן אינדערהיים? און וואס איז מיט לא תחמוד, און בכלל פארשטיי איך נישט דעם גאנצן זאך, איך מיין, ער אליין גייט קיינמאל נישט זעהן דעם שפיץ, ווי ס'איז מסכים אגאנצן צייט מיט אלעם, דאס גייט דאך זיין אויף זיין שפיץ קאפ, דער גייט ניטאמאל וויסן אז ער האט עס אן. ער גייט פארגעסן דערפון. וואס דארף ער דעם שפיץ?

וואס גייט אים אן, אז די קאפל ענדיגט זיך אויבן סתם. אן אזא גאנצע וויהייסטעס, וואס דארף ער עס דארט. וואס מוז ער עס האבן דארט, דו פארשטייסט וואס איך פרעג? איך האב אים געזאגט ווען ער איז ארויסגעקומען, איך האב גערופן אין א זייט, און בנועם דברים, נישט ח"ו גערעגט, אדער עפעס נישט פאזיטיוו, נאר פארקערט, מיט א שמייכל, איך האב אים געזאגט. איך געדענק דיך נאך פון ישיבה, ביסט געווען נארמאל, האסט נישט אפילו נישט געוואוסט אז ס'דא אזא זאך ווי אנטון א ווייסע קאפל פורים, שוין, ווילסט א ווייסע קאפל, איך געב דיר נאך. אבער מיט אזא שפיץ? ביסט אויפן קאפ געפאלן? דאס האב איך געלערנט מיט דיר די אלע יארן. וויפיל תהלים, וויפיל תחינות און הייסע טרערן, נישט סתם טרערן, נאר הייסע, האב איך פארגאסן אז דו זאלסט דוקא זיין נארמאל. און יעצט קויפסטו דיר א קאפל מיט אזא, איך ווייס אפילו נישט וויזוי ס'הייסט דאס.

יוגענטליכע האבן זיך צאמגענומען פאר א צאמקום אין איינע פון די הייזער פון זייער חבר, און זאכן זענען דארט נישט גוט געגאנגען. מ'האט ריפארטעט אז פון די אלע זעקס שיינע הערליכע בענקלעך וואס זענען דארט געווען, איז נישט געבליבן חוץ איין בענקל. האט אויסגעפירט טעד ריץ, "מיר האבן זיי געזעהן קומען, און מיר האבן נישט געהאט קיין השגה וויאזוי דאס וועט זיך ענדיגן, מיר זענען געשטאנען מיט שרעק דאס גאנצע צייט, און מיר האבן געווארט מיט שפאנונג אינדרויסן פון די הויז, מיר האבן גערופן פאר הילף אבער הילף איז נישט געקומען, זענען מיר אראפ ביז אונטן, דארט האט אונז שוין אפגעווארט א מחנה ריפארטער. אונזער חבר איז דארט געבליבן".

א נייע טעכנעלאגיע איז די טעג אין די נייעס, און דאס איז א סענסער וואס קען אויפכאפן צו מ'איז נישט אין די בעסטע גיסטע, און אויב ס'כאפט אויף אזא איינעם, וועט עס באגריסן מיט גאר א געוואלדיגער שמייכל, און מיט גוטע ווערטער, צוריקצושטעלן די מוד אויפן פלאץ. די נייע טעכנאלאגיע איז געמאכט געווארן דורך פראפעסער גינגהארץ פון טעכנא יוניווערסיטי אוו טעקסעס. גינגהארץ איז באקאנט מיט זיינע פולע אויסטרעפונגען אין קענען אפליינען מענטשליכע געפילן. דאס איז שוין זיין דריטע פראדוקט אין די סעריע. ס'ווארט צו ווערן באשטעטיגט דורך לעגיסלאטור, און נאכדעם אפשר אין צעהן יאר ארום וועט נאכאמאל שטיין אין די נייעס אז אין צעהן יאר פון דעמאלט וועט עס ארויסקומען. אפשר מיינע אייניקלעך וועלן עס אינסטאלירן אין זייערע בתי מדרשים.

אין אנדערע נייעס, א ריזיגע בוים האט געוויזן וואס עס מיינט משפיל גאים, ווען פארפארענדע אוטאמאבילן (וואס מיינט אוטאמאבילן, שרייב קארן, גיי פיגור) האבן דאס צו זייער שטוינונג באמערקט האבן זיי אריינגערופן צום סטופיד בארינג אפיס וואס האט א קארפעט פון צוואנציג יאר אלט, דארט האבן זיי אריינגערופן און הילף איז אופן וועג, אין פארום פון א אלטע קליינע קראכער קאר וואס איז געקומען קוקן וואס דאס איז, און אפשר אין פינף וואכן ארום וועט מען איבערטראכטן וויאזוי מ'שלעפט אוועק דעם בוים.

גאסט עדיטאריעל.

מיר אלע האבן געזעהן פאריגע וואך ווי דער פרעזידענט וואס דארף צו באדינען די אינטערעסן פונעם גאנצן לאנד, איז גאר אייגנזייטיג, און אנשטאט דעם ער זאל זיך טרעפן די לעזונג פארן סקוהל וואוטשער (וואס מיינט עס?) האט ער נישט איינגעקוקט אינעם געזעץ וואס איז אזוי קלאר ארויסגעשריבן געווארן פון אונזערע קאנגרעסלייט, און אנשטאט דעם וואס ער זאל טרעפן די ריכטיגע לעזונגען און זיך ענדליך אוועקזעצן ביים טיש מיט זיינע קאלעגן וואס האבן אים אלע יארן געשטיצט מיט ארויסווייזן זייערע שטיצע מיט שרייען פון אייפער און ברען האט ער דאס נישט געטון, נאר ווי טאן ראדי האט געשריבן אין די ניו יארק טיימס "זאלן אלע אמעריקאנער וויסן אז מיט זייער אונטערשרייבן אויפן 'מיר די מענטשן' זענען זיי איבערהויפט נישט געווען צייטווייליגער אונטערגעריסנקייט" און נישט נאר טאן ראדי האט דאס געשריבן, וואס טאן ראדי איז באוואוסט מיט זיין אויסגעשפראכענקייט געהערנדיג צו די לינקע לאגער פון אלעמאל אן, נאר אפילו זיין געוועזענער קאלעגע העמס מארי האט פאריגע וואך אין זיין גאסט עדיטאריעל שטארק אראפגעריסן דעם פרעזידענט פאר אזא לויזע ווירטשאפט זאגנדיג אז דאס שאפט ווייניגער דשאבס אין לאנד. און ווען מיר זענען געקומען נאכן קריג, פון די שטאט טאטעס האט ער דאך געוואוסט אז ביי אים אין אפיס קען מען אזא זאך נישט לאזן דערהערן. און דאס איז אונזער ווייטאג מיט וואס מיר וועלן זיך מוזן ספראווענען, טראץ די קענגערשאפט פון די אלע וואס האבן מיטוואך אינדערפרי, באלד ווי ס'האט זיך אנגעהויבן ארויסצוקומען די מעמאו, האט ער אונז נישט געוואלט איבערווייזן מיט די אלע זאכן, און טראץ מיר זענען געטרייע אמעריקאנער, מיט צאלן טעקסעס, און מיר עסן פרישטיג, האבן מיר דאס עלעמאנטארע (וואס מיינט עס) רעכט ארויסצוקומען שטומען און ווייזן אז מיט דעם טוען מיר אויסדרוקן אונזער שטום בארעכטיגטע רעכטן. און נישט נאר דאס שרייבט ווייטער העמס מארי (אה, ס'איז אלעס זיינע ווערטער) אז ווען דער פרעזידענט האט באזוכט רוסלאנד פאר אכט חדשים צוריק, איז דאן אויך נאך נישט געווען באשטומט די אלימפיק שפילן וואס ווערט געשפילט פון אים א שפיל וואס קען אים קאסטן דאס ווייסע הויז. און אויב מיר האבן געמיינט אז דער פרעזידענט וועט זיך שוין יא וועלן זעצן צום טיש און נישט דרוקן אזויפיל דעם קנעפל פאר א קאוק, האבן מיר אונז קלאר געזעהן דעם מיטוואך צופרי מיטן ארויסווארפן גענעט ראן פון אפאזיצע פון די רעכטע שטובל.

מיר אלס געטרייע בירגער וועלן אלעס טון אויסצודרוקן אונזער סקוהל באסעס צובאקומען די נויטיגע הילף, ווייל ווען מיר (דהיינו אונזערע עלטער זיידעס, נעמענדיג אין באטראכט, אז דער שרייבער איז קוים צוואנציג) זענען געקומען פון די לאגערן, האבן מיר נישט געוואלט וויסן וואס דאס הייסט זיצן. מיר האבן אלעס געטון, מיר זענען געווען די וואס האבן צוגעשטעלט דשאבס, מיר זענען געווען די וואס האבן נישט דעם פרעזידענט געווארן געזאגט אז ער זאל נישט זעהן צו אונז זעמער געווען די וואס האבן נאך אלץ אריינגעגאנגען קויפן א קאווע. און דא קומט אונזער פרעזידענט און וויל נישט ארויסגעבן די סודות וואס ער האט געזאגט פאר זאכן וואס יעדער נארמאלער מענטש פארשטייט אז מיר האבן די רעכט נאך אלץ אריינצורופן אין דעם "סיסטעם" ווייל ביוראקראטיע וועט זיך ביוראקראטיען פאר זיי אלע, אבער מיט וועלן זיין לחיים ולשלום, ענדיגט העמס צו.

והשם הטוב יעזור. יודן ס'קומט פורים, מחיית עמלק, בשמחה יודעלעך. שמחה מיטן הייליגן באשעפער, שמחה מיט זיין תורה, שמחה שמחה שמחה.
אין אני מסכים בשום פנים ואופן לשום דבר, ולשום דברי ציונות, וואס ווערט דא געזאגט דורך סיי וועמען אדער דורך מיר אליין, פארקערט ווי ס'שטייט אין דעם סאטמאר רבינ'ס ספרים.

אוועטאר
שמואל אלצווייסער
שר חמש מאות
תגובות: 942
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 01, 2018 4:19 pm
לאקאציע: ביים נייעס טישל

תגובהדורך שמואל אלצווייסער » דינסטאג פאברואר 20, 2018 3:26 pm

הערטס א מעשה וואס איז קומענדיגע וואך געשעהן. איך קום אן און שוהל צו מאכן א אויל טשעינדזש און נישט מער און נישט ווייניגער וועם זעה איך?? זונדל דער רויטער! דער וואס איז אלעמאל בראש פון די מחאות קעגן לייגן סמייטע און די פאטעיטאס. געב איך אים א פרעג וואס איז געשעהן מיט דיין דזשאב וואס ער האט מיר געזאגט א וואך פריער (היינט) אז ער האט געהאט א אינטערוויו מיט די עקסטערמינעטאר נאכדעם וואס די מייז זענען געווען און זיין גאראדזש ווי ער האלט די גראז שניידער צו שניידן די נעגל. בקיצור געט ער מיר א זאג. הערסטו שמואל? טראמפ איז געווארן אימפיטשט פון זיין אמט אלס משוגענער אין שטעטל ווייל מעיאר דעבלאזיא האט געוואלט מאכן א געזעץ וואס וועט בענעפטירן די קאנסערוואטיון וואס שטיצן דאקא. אינצוווישן איז אנגעקומען די מנהל מיט א רעוואלווער אין האנט. האלט! האט ער געשריגן. א שוידער איז מיר דורכגעלאפן די ביינער.

פארזעצונג קומענדיגע וואך אי״ה
איך קען זיך נישט קריגן מיט א פאקט, איך קען זיך אבער קריגן מיט דער וואס האט עס געמאכט פאר א פאקט.

ממש אזוי
שר האלף
תגובות: 1489
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 19, 2017 6:58 pm

תגובהדורך ממש אזוי » דינסטאג פאברואר 20, 2018 3:39 pm

שמואל אלצווייסער האט געשריבן:הערטס א מעשה וואס איז קומענדיגע וואך געשעהן. איך קום אן און שוהל צו מאכן א אויל טשעינדזש און נישט מער און נישט ווייניגער וועם זעה איך?? זונדל דער רויטער! דער וואס איז אלעמאל בראש פון די מחאות קעגן לייגן סמייטע און די פאטעיטאס. געב איך אים א פרעג וואס איז געשעהן מיט דיין דזשאב וואס ער האט מיר געזאגט א וואך פריער (היינט) אז ער האט געהאט א אינטערוויו מיט די עקסטערמינעטאר נאכדעם וואס די מייז זענען געווען און זיין גאראדזש ווי ער האלט די גראז שניידער צו שניידן די נעגל. בקיצור געט ער מיר א זאג. הערסטו שמואל? טראמפ איז געווארן אימפיטשט פון זיין אמט אלס משוגענער אין שטעטל ווייל מעיאר דעבלאזיא האט געוואלט מאכן א געזעץ וואס וועט בענעפטירן די קאנסערוואטיון וואס שטיצן דאקא. אינצוווישן איז אנגעקומען די מנהל מיט א רעוואלווער אין האנט. האלט! האט ער געשריגן. א שוידער איז מיר דורכגעלאפן די ביינער.

פארזעצונג קומענדיגע וואך אי״ה



ס׳כאפט מיר א פארקילאכץ פון גרויס לעמאנאדע זאפט איך קען שוין קוים גיין
דערפרישט אייך מיט אן אויסוואל פון איבער 500 אינספערעישענעל quotes! ווערט אפדעיטעד טעגליך.
http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?f=25&t=36292


צוריק צו “היימישע קרעטשמע”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 17 געסט