געפילן, שפעקולאציעס און דעבאטעס איבער די קלעצקי פרשה.

געדאנקען און התחזקות בעניני עבודת השם

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

זיס
שר האלף
תגובות: 1400
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מארטש 27, 2009 1:06 am

געפילן, שפעקולאציעס און דעבאטעס איבער די קלעצקי פרשה.

תגובה דורך זיס »

איך וויל דא דן זיין איבער א צווייטע נושא:

די עטלערן פונעם רוצח!

בפשטות רעדט מען דא פון פיינע ערליכע אידן וועלכע וואוינען בשכונתינו, אין בארא-פארק און פירן זיך אויף כדת של תורה. עס איז נישט קיין ספק אז זיי גייען יעצט דורך ביטער שווערע טעג, יעדער איינער ווייזט אויף זיי אן אז זיי זענען די עלטערן, און צי זיי האבן יא שייכות אדער נישט, וואספארא שטוב זיי פירן, וויפיל מאל זיי האבן חתונה געהאט, ועוד ועוד. איך שטעל זיך פאר אז זיי טרעטן נישט ארויס פון זייער שטוב פאר גרויס בושה פון זייער זוהן.

יעצט, אידן זענען דאך רחמנים בני רחמנים: איז פאראן איינער וואס זארגט זיך פאר זיי? - איז דא עפעס אן ארגאניזאציע וואס זאל זיי באזארגן מיט חיזוק, א גוט ווארט, וכדומה? - וואו זענען די שכנים אין אזא שווערע צייט? - אנשטאט צו זיין ביזי מיט אלע שוידערליכע פרטים פונעם בוטשעריי, ענדערש זייט מחזק אייער צובראכענע שכן וואס קען נישט צוזיך קומען פאר גרויס בושה.

וכאן הקריאה יוצאת, צו אלע שכנים אדער חברים פון שכנים: זעט אז איר זאלט נישט דארפן זאגן "ידינו לא שפכה את הדם הזה"; נעמט אפיר אייער צובראכענע שכן און זייט אים מחזק מאראליש און גייסטיש, זעט אז ער זאל נישט זיין פארשפארט אליין און זיין אנגעווייטאגט אויף כלל ישראל אז קיינער שטייט אים נישט צו הילף.

ער איז א איד און האט גארנישט שלעכט געטאן. מיר מוזן אים העלפן.
נחמן נתן
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4124
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 13, 2008 7:11 pm
לאקאציע: צווישן סקרענטאן און סיראקיוז

תגובה דורך נחמן נתן »

מיר פארשטייען נישט אייערע ווערטער, און צו וואס צילט איר. הסבר ביטע.
לחיים ולברכה!
אוועטאר
בן בוזי
שר חמשת אלפים
תגובות: 5600
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2008 12:03 pm

תגובה דורך בן בוזי »

ער הערט קולות? אודאי הערט ער קולות! נו זאגט נאר פאר די דזשורארס וואספארא קולות ער הערט, קול דמי אחיך צועקים - דמיו ודם זרעותיו.

כל המאבד נפש אחת מהעולם מעלין עליו כאילו איבד עולם מלא.
רעוו. אהרן הירשקאוויטץ, מסדר קידושין דעיר סיראקיוז והגלילית: [email protected]
מורשת חכמי אמעריקא
אוועטאר
msp
שר עשרת אלפים
תגובות: 18061
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 10, 2011 10:03 am
לאקאציע: בין גברא לגברא

תגובה דורך msp »

הרב בן בוזי
דו האלטסט אז עס איז אוממעגליך אז ער איז סקידזאפרעניק און הערט קולות וואס זאגען צו אים: קיל הים
חכלילי עינים מיין ולבן שנים מחלב
איז וואס
שר העשר
תגובות: 39
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 19, 2011 3:04 pm

תגובה דורך איז וואס »

ווען האט ער בכלל אפגעמאכט אז ער קען הערן מאדנע קולות, פון אייביג אדער נאר פון די מעשה אנגעהויבן, פארוואס פרעגט מען נישט די בעלי בתים ווי ער האט געארבעט וואספארע מענטש ער איז, (קען זיין אז ער האט קיינמאל נישט נערמאל געארבעט, ווער ווייסט...)
זאג נאר 'וואס איז' נייעס? אבער א גוט'ס ביטע...
אוועטאר
msp
שר עשרת אלפים
תגובות: 18061
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 10, 2011 10:03 am
לאקאציע: בין גברא לגברא

תגובה דורך msp »

דער פראבלעם איז אז אזאלכע סקידזאפרעניקס זענען גאנץ נארמאל אויף אלע אנדערע ענינים
זיי קענען ארבעטען און רעדען מיט מענטשען
נאר ווען עס כאפט זיי אהן דער משוגעת הערען זיי די וואיסעס
ממילא איז נישט מוכרח אז די בעלי בתים זאלען האבען עפעס געשפירט....
חכלילי עינים מיין ולבן שנים מחלב
אוועטאר
קהת
שר האלפיים
תגובות: 2995
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 10, 2009 1:18 pm
לאקאציע: דארט ווי איך בין!!!

תגובה דורך קהת »

ר׳ זיס:

ווער האט עהם צוגעשטעלט לויערס אויב נישט די טאטע און מאמע? פארוואס טאקע הערט מען נישט פון זיי? פארוואס אינטערוויוט מען זיי נישט?
Normal is just a setting on the washing machine
אוועטאר
פרעגער
שר האלף
תגובות: 1740
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 09, 2009 11:35 am

תגובה דורך פרעגער »

msp האט געשריבן:דער פראבלעם איז אז אזאלכע סקידזאפרעניקס זענען גאנץ נארמאל אויף אלע אנדערע ענינים
זיי קענען ארבעטען און רעדען מיט מענטשען
נאר ווען עס כאפט זיי אהן דער משוגעת הערען זיי די וואיסעס
ממילא איז נישט מוכרח אז די בעלי בתים זאלען האבען עפעס געשפירט....


מען דארף אבער וויסן ווי אפט עס כאפט זיי ליידער אהן דעם משוגעת...
פרעגט וואס איהר ווילט, ווען איהר ווילט, ווי אזוי איהר ווילט
אוועטאר
מי יודע
שר שמונת אלפים
תגובות: 8736
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

תגובה דורך מי יודע »

יישר כח וויכי פארן אנגרייטן דעם אשכול
אלו לחיי עולם ואלו...
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.
משמש
שר חמישים ומאתים
תגובות: 367
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 29, 2009 10:02 am

תגובה דורך משמש »

די אנגלא-אידישע [פרייע] אויסגאבעס כאפן זיך עפעס צו צו א באזיסלאזע קלאגע אז די שומרים זענען גאר די שולדיגע אין דעם וואס האט ל"ע פאסירט. די באשולידגונג לויטעט אז שומרים האט געדארפט רופן די פאליציי תיכף, און נישט געטארט ווארטן די צוויי שעה. און דאס וואס האבן דאס נישט געטוען איז ווייל האבן געוואלט 'שפילן פאליציי', ד"ה, ווייזן אז זיי קענען אליינס אויך. איי מר. קעלי זאגט אז דאס וואלט נישט אויסגעמאכט און ער זעהט נישט קיין פראבלעם דערין? נישט קיין פראבלעם, ס'איז א קאווער אפ.
ווי אויך באשולדיגן זיי אז די שומרים האבן געוואוסט פון דעם רוצח.

און איך שטיי אין שטוין. די שומרים [און אלע אנדערע ארג. צוגלייך], האבן אוועקגעגעבן שעות ארוכות, אין ביטערע היצן צו טוען וואס מעגליך צו טרעפן דאס קינד. יעדער איינער, אידן און גוים האבן דאס באווינדערט. און נישט פארגעסן אז צו סוף איז עס ניטעמאל געווען די פאליציי וואס האבן געטראפן די ווידיאו. און די סך הכל וואס זיי נעמען ארויס פון דעם איז וואס? אז עפעס טויג נישט מיט די שומרים?

נאר וואס דען, ווארשיינליך קענען זיי נישט צוקוקען וואס עס טועט זיך אין אונזער קאמיוניטי, דארט עקזיסטירט נישט אזא מין זאך. איז כדי אוועקצונעמען די שולד געפילן פון זיך אליינס, רייסט מען ארונטער די שומרים.
קאמענטארן זענען איבעריג?! אינגאנצן נישט!
כ'שעם מיך
שר מאה
תגובות: 211
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 15, 2011 4:24 pm

תגובה דורך כ'שעם מיך »

בעריש פרייליך אין א אינטערוויא נעכטן אויף קול מבשר מאכט אוועק דע גאנצע זאך, ער זאגט אז די פאליציי האט
לגמרי נישט קיין פראבלעם מיט דעם, און זיי פארשטייען עס הונדערט פראצענט.
אוועטאר
האניג
שר האלפיים
תגובות: 2803
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 09, 2009 5:32 pm
לאקאציע: אין דער היים, אין האטעל, אין מיין דארמינטארי צימער
פארבינד זיך:

תגובה דורך האניג »

האט מען דאך שוין געשמועסט דאכציך, אז פאליציי הייבט סייווי נישט אן זוכן איידער פיר און צוואנציג שעה. נישט אזוי?
ביז'ן טרינק דארף מען אויך א קרעטשמע.
איז וואס
שר העשר
תגובות: 39
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 19, 2011 3:04 pm

תגובה דורך איז וואס »

קודם א יישר כח 'וויכטיג מאכער' פאר'ן אויפמאכן דאס אשכול.
עס דאכציך מיר אז די פאליציי האט זיך אביסיל יא אריין געמישט אין די קעיס נאך פאר 24 שעה, די FBI מישן זיך קיינמאל נישט אריין פאר 24 שעה, לויט ווי אזוי איך האב געהערט.
זאג נאר 'וואס איז' נייעס? אבער א גוט'ס ביטע...
כ'שעם מיך
שר מאה
תגובות: 211
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 15, 2011 4:24 pm

תגובה דורך כ'שעם מיך »

למעשה, איז איינער קלאר? -אבאמא האט טאקע געקאלט די קלעצקי פאמיליע ?
אוועטאר
וויכטיג מאכער
Site Admin
תגובות: 32534
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

תגובה דורך וויכטיג מאכער »

איז וואס, די פאקט אז זיי האבן זיך אריינגעמישט אי די 24 שעה איז צו פארדאנקען דעם ציבור, נארמאל טוהן זיי גארנישט ביז 24 שעה!
דו האסט לייף אינשורענס אויף דיר און דיין ווייב?

ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!
אוועטאר
קהת
שר האלפיים
תגובות: 2995
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 10, 2009 1:18 pm
לאקאציע: דארט ווי איך בין!!!

תגובה דורך קהת »

היינט האט א חבד׳צקע פון מיאמי געגעבען א נאמען עזריאל לייב נאך לייבי קלעצקי די קינד איז געבוירען געווארען יענע וואך מיטוואך געציילטע שעות נאכן שרעקליכע בשורה (קען מען געבן לייבי ווען די קינד האט געהייסען יהודה?)

מי כעמך ישראל!
Normal is just a setting on the washing machine
אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12505
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.

תגובה דורך צייטליך »

די ניו יארקער פאליציי הייבט נישט אן קיין זיכעניש נאך א פארלוירענער פארזאן ביז 24 שעה פון זיין פעלן. קעלי אליין האט געזאגט אז דא אין אונזער פאל האט סייוויי נישט אויסגעמאכט דאס אז זיי זענען געוואיער געווארן צוויי שעה נאכדעם וואס שומרים איז געוואיר געווארן נאר "ער קען באשטיין צו וויסן די זעלבע צייט ווען מ'זאגט פאר שומרים".
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.
איז וואס
שר העשר
תגובות: 39
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 19, 2011 3:04 pm

תגובה דורך איז וואס »

וויכטיג מאכער האט געשריבן:איז וואס, די פאקט אז זיי האבן זיך אריינגעמישט אי די 24 שעה איז צו פארדאנקען דעם ציבור, נארמאל טוהן זיי גארנישט ביז 24 שעה!

פארוואס טאקע? איז עס א נערמאלע זאך פון זיי?
איך מיין אז אויף דעם דארף דער ציבור אויך קער נעמען, מ'קען קיינמאל נישט וויסן צו מ'דארף נישט צו קומען צו זייער הילף!
זאג נאר 'וואס איז' נייעס? אבער א גוט'ס ביטע...
איז וואס
שר העשר
תגובות: 39
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 19, 2011 3:04 pm

תגובה דורך איז וואס »

וואס האט ער פון וויסן, אויב זיי מישן זיך נישט אריין? סתם מיטצוהאלטן די נייעס?
זאג נאר 'וואס איז' נייעס? אבער א גוט'ס ביטע...
אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12505
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.

תגובה דורך צייטליך »

איז וואס האט געשריבן:
וויכטיג מאכער האט געשריבן:איז וואס, די פאקט אז זיי האבן זיך אריינגעמישט אי די 24 שעה איז צו פארדאנקען דעם ציבור, נארמאל טוהן זיי גארנישט ביז 24 שעה!

פארוואס טאקע? איז עס א נערמאלע זאך פון זיי?
איך מיין אז אויף דעם דארף דער ציבור אויך קער נעמען, מ'קען קיינמאל נישט וויסן צו מ'דארף נישט צו קומען צו זייער הילף!

שיין וועט די NYPD אויסקוקן אויב נאך א שעה וואס א קינד קומט נישט אהיים פון סקול וועלן זיי אנפאנגען זיכן. פון עקספיריענס ווייסן זיי (און די זעלבע ווייסט שומרים אויך) אז כמעט יעדע מיסינג ענדיגט זיך אז יענער איז ביי א משפחה אדער פריינד און קומט אן אהיים פריער אדער שפעטער. (צומאל איז דאס קיד אינדערהיים געהעריג נאר די עלטערן האבן נישט גרינטליך געזוכט) נאך 24 שעה איז דאס שוין א ערענסטע קעיס. פארשטייציך אז ביינונז אידן גייט דאס אנדערש. אבער קיין טענות אויף זיי קען מען נישט האבן.
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.
איז וואס
שר העשר
תגובות: 39
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 19, 2011 3:04 pm

תגובה דורך איז וואס »

צייטליך איך געב דיר גערעכט.
זאג נאר 'וואס איז' נייעס? אבער א גוט'ס ביטע...
אוועטאר
גרויזאמער
מ. ראש הקהל
תגובות: 3628
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 06, 2006 4:03 pm
לאקאציע: מאלי הויז ארעסט

תגובה דורך גרויזאמער »

שטותים
איינגעשריבענע באנוצער וועלכע האבן באדאנקט די תגובה:
קרעמער | צום זאך | צייטליך | גרויזאמער | וויכטיג מאכער | אויפריכטיג | מאשקע | bloomberg4mayor | arender

לחץ כאן למסור תודה על תגובה זו | דווח על תוכן פגעוני
איז וואס
שר העשר
תגובות: 39
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 19, 2011 3:04 pm

תגובה דורך איז וואס »

גרויזאמער האט געשריבן:שטותים

נא להסביר...
זאג נאר 'וואס איז' נייעס? אבער א גוט'ס ביטע...
שטארק זיך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7809
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 28, 2009 8:23 pm
לאקאציע: ביים נעקסטן שטאפל

תגובה דורך שטארק זיך »

Map
סקיצאפרעניקס פירן ״נישט״ נארמאלן געווענליך. הגם עס מאכט זיך אזאנס אויך.

בכלל איז סקיצא נישא די איינציגסטע פסיכאטישע דיאגנאזע.
דער פראבלעם איז קיינמאל דער פראבלעם!
עס איז וואס ליגט אונטערן פראבלעם.
אוועטאר
האניג
שר האלפיים
תגובות: 2803
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 09, 2009 5:32 pm
לאקאציע: אין דער היים, אין האטעל, אין מיין דארמינטארי צימער
פארבינד זיך:

תגובה דורך האניג »

גרויזאמער האט געשריבן:שטותים

גארנישט, ער פרובירט צו דעבאטירן, ער פאלגט וואס שטייט אויפ'ן קעפל...
ביז'ן טרינק דארף מען אויך א קרעטשמע.
פארשפארט

צוריק צו “אז נדברו”