לכבוד הרהגה"צ וכו' הרב **** ******* בלום שלטי"א

געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
שמעלקא טויב
שר חמשת אלפים
תגובות: 5356
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 04, 2010 2:41 pm
לאקאציע: אויפ'ן באשעפער'ס וועלט'ל!

לכבוד הרהגה"צ וכו' הרב **** ******* בלום שלטי"א

תגובהדורך שמעלקא טויב » דאנארשטאג יוני 16, 2011 12:47 pm

בס"ד

אזוי ווי כ'האב נישט זיין אדרעס, וועלעך עס דא ארויפלייגן און ירא הקהל וישפוט.

יום ה' לס' ארץ אוכלת שנת תשע"א לפ"ק,

כבוד הרב המפורסם לשבח ולתהלה מורינו הרב רבי פרץ בלום זאל זיין געזונט,

אלץ איינע פון די טויזענטער וואס באטייליגן זיך זומער אין אייער פראגראם, וואס הייבט זיך אן געווענדליך מיט א שאכטעל ערב שבועות און אזוי האנדעלט מען איין פרישע אויף ביז די הייליגע טעג, וואלט איך געוואלט זיך קודם אויסדרוקן א ישר כוח בשם אסאך אנדערע באטייליגטע וואס האבן הנאה פון אייער קאלירפולע וכו' וכו' וכו'. א שיינעם דאנק.

אבער קריטיק מעג מען אויך געבן? אויב יא, דאן האט איר!

במחילת כבוד קדשך הרמה, און פון אלע וואס גלייכן נישט די אראנדזשע פאקסי'ס, אבער ביי משפחות טויב איז דאס די בעסטע און העכסטע גוטע שטיקעל "קאלטע שטענגל" סיי פון די בלויע, און אוודאי היבש בעסער פון די רויטע באציקערדיגטע.

אויב אזוי, טא פארוואס קומט אין א שאכטל אזוי ווייניג אראנדזשע פאקסי"ס? אז איר ווילט מיר נישט צוליב טוען און לייגן מער פון אנדערע קאלירן, לייגט כאטש נישט ווייניגער! ווי איז יושר? געשטארבן! הא? בשום אין אופן! מיר וועלן גיין ביז פעטש, און אויב ס'וועט אזוי ווייטער אנגיין היל"ת ווערט שוין געפלאנט א מאסן דעמאנסטראציע קעגן אייער הויפקווארטיר אין מאנסי, און אויב איר וועט נישט דארט זיין וועלן מיר אייך נאכלויפן ביז וואשינגטאן לא"ל!

הרב בלום, זאגט מיר נישט אז איר ווייסט נישט, מאכט אייך נישט טעמיש. כ'זעה בחוש אז נאך א טאג צוויי איז כמעט נישטא קיין אראנדזשע פאקסי ווען פון די אנדערע קאלירן איז דא מיט א שפע, פארוואס? פארוואס? פארוואס? למה נגרע שרייט מיין קליינע דריי יעריגס ווען כ'געב איר א רויטע אדער א פורפיל ווייל טאטי האט ליב די אראנדזשע!

זייטשע מוחל און טוט איינע פון די צוויי:
1) אדער זאל זיין א באזונדערע שאכטל נאר פון אראנדזשע און אזוי אויך רויטע און געלע וכו',
2) אדער זעהט אז די אנדערע פאקסיען זאלן אויך זיין אזוי געשמאק אין טעם ווי די אראנדזשע, מילא איז נישטא קיין פראבלעם.

מ'קען טאקע נישט זאגן אז אייערע פאקסי'ס זענען נישט גוט, אבער א איד דארף זוכן צו גיין למעלה, מילא פורביר איך קודם מיטן שיינעם וד"ל.

הכותב בדמע, זייענדיג שמוציג פון א רויטע פאקסי,

הק' שמעלקא טויב,
יושב פה בשדה אדום יע"א
הק' שמעלקא טויב
נו"נ להחסיד המפורסם רבי שלום טויב ע"ה
shmelketaub@gmail.com

אוועטאר
פונקטליך
שר האלפיים
תגובות: 2218
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 07, 2010 11:23 am

תגובהדורך פונקטליך » דאנארשטאג יוני 16, 2011 1:01 pm

ביי אונז האט מען ליב דייקא רויטע.

וואס א פאקסי קען אויפטוהן! פאר א פאקסי איז שמעלקא דא..

שלום עליכם!


און פאר כ'פארגעס, יישר כוח, די מכתב איז ראוי אריינצוגיין אין די ספר שו"ת פונעם רב
לעצט פאראכטן דורך פונקטליך אום דאנארשטאג יוני 16, 2011 1:06 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
די זייגער לויפט, זעה צו זיין פונקטליך!

אוועטאר
ווינקל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7777
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 21, 2009 12:10 am
לאקאציע: vinkel.ivelt ביי גימעיל

תגובהדורך ווינקל » דאנארשטאג יוני 16, 2011 1:06 pm

חחח, שמעלקא איז דא פריש ווי זומער!

וואוט פאר די טו דעע.. אראנזדשע!

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28308
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » דאנארשטאג יוני 16, 2011 3:49 pm

אנהייב האב איך געמיינט אז שמעלקא רעדט פון די שבועות בלומען...

מיר קויפן שוין היינט נישט די דינע פאקסיס, טאקע מהאי טעמא. מיר זענען אריבער צו "ברעיק-אפס" וואס האט א שבת'דיגע קאליר מיט א געפארבטע פלאסטיק.

אוועטאר
זעלבסטשטענדיגער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 339
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 19, 2011 9:21 pm
לאקאציע: אין ביהמ"ד ביים תיקון טיש

תגובהדורך זעלבסטשטענדיגער » דאנארשטאג יוני 16, 2011 3:52 pm

הייבצעך נישט אן שמעלקא, גערעכט איז בלום, די רויטע זענען אסאך בעסערררררר

די חידוש איז מיר נאר וויאזוי דו ווייסט דאס נישט

און נישט נאר ביי פאקסי, עס פלעג נוגע זיין ביי די רויטע דזשעליס, אוי וויפיל איך האמעך ארומגע׳הרג׳עט מיט מיינע געשוואוסטער איבער די רויטע דזשעלי פיש, אלעמאל האט מען זיך געשלאגן דערויף... קומטסטו מיר דא מיט אראנדזש???
שלמה דער זעלבסטשטענדיגער איז אלץ פריילעך

אוועטאר
ווילדער קאפ
שר מאה
תגובות: 168
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוקטובער 14, 2009 2:35 pm
לאקאציע: ביים קאמפיוטער

תגובהדורך ווילדער קאפ » דאנארשטאג יוני 16, 2011 4:31 pm

שמעלקיייייי :wink:
"Anyone who has never made a mistake has never tried anything new."

אוועטאר
ווינקל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7777
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 21, 2009 12:10 am
לאקאציע: vinkel.ivelt ביי גימעיל

תגובהדורך ווינקל » דאנארשטאג יוני 16, 2011 5:23 pm

זעלבסטשטענדיגער האט געשריבן:הייבצעך נישט אן שמעלקא, גערעכט איז בלום, די רויטע זענען אסאך בעסערררררר

די חידוש איז מיר נאר וויאזוי דו ווייסט דאס נישט

און נישט נאר ביי פאקסי, עס פלעג נוגע זיין ביי די רויטע דזשעליס, אוי וויפיל איך האמעך ארומגע׳הרג׳עט מיט מיינע געשוואוסטער איבער די רויטע דזשעלי פיש, אלעמאל האט מען זיך געשלאגן דערויף... קומטסטו מיר דא מיט אראנדזש???

וואו זענען די שווארצע דזשעליס? איי זכרונות...

אוועטאר
ווינקל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7777
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 21, 2009 12:10 am
לאקאציע: vinkel.ivelt ביי גימעיל

תגובהדורך ווינקל » דאנארשטאג יוני 16, 2011 5:24 pm

קרעמער האט געשריבן:אנהייב האב איך געמיינט אז שמעלקא רעדט פון די שבועות בלומען...

מיר קויפן שוין היינט נישט די דינע פאקסיס, טאקע מהאי טעמא. מיר זענען אריבער צו "ברעיק-אפס" וואס האט א שבת'דיגע קאליר מיט א געפארבטע פלאסטיק.

גם אני בחלומי... דאס האט ער אוודאי געצילט :wink:

(די ברעיקאפס איז פראבלעם צו עפענען שבת, אריבער צו אין ביהמ"ד).

אוועטאר
פונקטליך
שר האלפיים
תגובות: 2218
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 07, 2010 11:23 am

תגובהדורך פונקטליך » דאנארשטאג יוני 16, 2011 5:52 pm

ווינקל האט געשריבן:וואו זענען די שווארצע דזשעליס? איי זכרונות...

viewtopic.php?f=3&t=11516
די זייגער לויפט, זעה צו זיין פונקטליך!

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28308
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » דאנארשטאג יוני 16, 2011 5:55 pm

ווינקל האט געשריבן:
קרעמער האט געשריבן:אנהייב האב איך געמיינט אז שמעלקא רעדט פון די שבועות בלומען...

מיר קויפן שוין היינט נישט די דינע פאקסיס, טאקע מהאי טעמא. מיר זענען אריבער צו "ברעיק-אפס" וואס האט א שבת'דיגע קאליר מיט א געפארבטע פלאסטיק.

גם אני בחלומי... דאס האט ער אוודאי געצילט :wink:

(די ברעיקאפס איז פראבלעם צו עפענען שבת, אריבער צו אין ביהמ"ד).

צו אויפברעכן שבת איז א פראבלעם, איך נוץ א מעסער ביי איינע פון די עקן

אוועטאר
זעלבסטשטענדיגער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 339
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 19, 2011 9:21 pm
לאקאציע: אין ביהמ"ד ביים תיקון טיש

תגובהדורך זעלבסטשטענדיגער » דאנארשטאג יוני 16, 2011 5:59 pm

ווינקל האט געשריבן:וואו זענען די שווארצע דזשעליס? איי זכרונות...

נעה... פונקט נאך די שווארצע בענקסטעך?

די אלע דזשעלי מבינים האבן קלאר געוואוסט אז די שווארצע, פינקע און ווייסע דזשעליס גייען נישט אריין בכלל דזשעליס
די רויטע, גרינע, געהלע און אראנדזשע דאס זענען דזשעליס

ווינקל, אביסל בעסערע השגות ווי שווארצע דזשעליס ביטע... ס׳איז צייט פאר זיסערע השגות

אקעי?
שלמה דער זעלבסטשטענדיגער איז אלץ פריילעך

אוועטאר
jkup50
שר האלף
תגובות: 1077
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 09, 2010 2:45 pm
לאקאציע: איך וואלט אויך געוואלט וויסן!!

תגובהדורך jkup50 » דאנארשטאג יוני 16, 2011 6:43 pm

ווינקל האט געשריבן:
קרעמער האט געשריבן:אנהייב האב איך געמיינט אז שמעלקא רעדט פון די שבועות בלומען...

מיר קויפן שוין היינט נישט די דינע פאקסיס, טאקע מהאי טעמא. מיר זענען אריבער צו "ברעיק-אפס" וואס האט א שבת'דיגע קאליר מיט א געפארבטע פלאסטיק.

גם אני בחלומי... דאס האט ער אוודאי געצילט :wink:

(די ברעיקאפס איז פראבלעם צו עפענען שבת, אריבער צו אין ביהמ"ד).

אויף איינע פון די קאמפעניס שרייבן זיי טאקע לא לשבור בשבת וואס איז פשט?
יאנקעל די פופציגער

אוועטאר
פליגל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4699
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג סעפטעמבער 04, 2009 1:27 pm
לאקאציע: ביים פענסטער

תגובהדורך פליגל » דאנארשטאג יוני 16, 2011 6:49 pm

זעלבסטשטענדיגער האט געשריבן:ווינקל, אביסל בעסערע השגות ווי שווארצע דזשעליס ביטע... ס׳איז צייט פאר זיסערע השגות

אקעי?

אקעי, שווארצע ליקעריש
נאט אייך א גרינע...


אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 11983
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

תגובהדורך געלעגער » דאנארשטאג יוני 16, 2011 8:09 pm

לץ איינער

אוועטאר
גלגלשלג
שר חמש מאות
תגובות: 989
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 27, 2010 5:52 pm
לאקאציע: טיף באגראבען

תגובהדורך גלגלשלג » דאנארשטאג יוני 16, 2011 8:27 pm

געלעגער האט געשריבן:לץ איינער

אבער א שמייכעלע האסטע מיר דאך ארויפגעברענגט
:lol:
"אדם יסודו מעפר וסופו לעפר" בינו לבינו איז גוט א טרינק בראנפן

אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12473
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.

תגובהדורך צייטליך » זונטאג יוני 19, 2011 2:57 pm

ווי ווייטאגליך עס זאל נאר נישט זיין מוז איך אבער צושטימען מיט שמעלקא'ן דערוועגן. דאס בעסטע קאליר - די ארענדזשע - איז דא דאס ווייניגסטע! איך האב שוין אסאך אריינגעקלערט דעראון אבער קיינמאל נישט געטון צו דער זאך, ווי ידידי עוז ר' שמעלקא האט געטון. לאמיר האפן אז עס וועט עושה רושם זיין.

און א זייטיגע קעמרעל האט מיין מוח געקלערט אז מעגליך דערפאר איז דא דערפון ס'ווייניגסטע, פשוט ווייל פון דעם עסט מען דאס מערסטע, ווידער פון די געילע איז דא דאס מערסטע ווייל קיינער עסט דאס נישט. ודו"ק.
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.

אוועטאר
אונגארישער
שר האלף
תגובות: 1530
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 01, 2008 12:00 pm
לאקאציע: אין שאראש פאטאק

תגובהדורך אונגארישער » זונטאג יוני 19, 2011 5:36 pm

שמעלקע נהנתי מאוד פין דיין אראנדזשע פאקסי
Liberalism is a mental disorder

אוועטאר
פארצייטישע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 377
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 21, 2009 1:47 pm
לאקאציע: אין די אלטע היים

תגובהדורך פארצייטישע » זונטאג יוני 19, 2011 6:51 pm

לפי ידועתי האט די קאמפעני Blooms נישט קיין שייכות מיט איינער וואס הייסט בלום, עכ"פ כהיום. איך האף נאר אז מיט דעם אלעמען ווען שמעלקעס בקשה אנקומען צו די ריכטיגע מענטשן
מ'דארף באהלטן א ספאדיק אן אלטן, בחדרי חדרים זייער גוט, עס זאל זיין א וואונדער, פאר אונזערע קינדער, אז אזוי איז געגאנגען אן ערליכען איד

אוועטאר
שמעלקא טויב
שר חמשת אלפים
תגובות: 5356
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 04, 2010 2:41 pm
לאקאציע: אויפ'ן באשעפער'ס וועלט'ל!

תגובהדורך שמעלקא טויב » מיטוואך יוני 22, 2011 3:20 pm

רבותי, די אלע טענות וועט אייך ווינציג העלפן. די אראנדזשע וועט פאקטיש בלייבן די באליבטע פאקסי פון כלל ישראל!!!

--

קרעמער, איר עפענט מיט א מעסער, ס'אידא חידוש? ביי אונז עסט מען הן א פאקסי און הן א ברעיק אפ מיט א גאפעל צו א לעפעל, ס'הערשט נישט ביי רעבע רעב שמעלקא א פרעסעריי פון עסן פאקסין גראד פון פלאסטיק ארויס!!!

הקיצור, דוב הייקענד האט מיר געזאגט אז ווילאנג מ'וועט נישט פארפלייצען בלומ'ס מיט בריעוון און פראטעסטן, קענט איר ווארטן. ער פלאנירט שוין - אויב בלומ'ס וועט זיך נישט ברעכן, אריינצוברענגן פאקס'יס פון גוש קטיב, פרטים יבואו.
הק' שמעלקא טויב
נו"נ להחסיד המפורסם רבי שלום טויב ע"ה
shmelketaub@gmail.com

אוועטאר
bailout
שר האלפיים
תגובות: 2208
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 25, 2008 10:27 am

תגובהדורך bailout » מיטוואך יוני 22, 2011 3:56 pm

איי שמעלקא שמעלקא, ס'שרייט זיך ארויס WE WANT MORE

אוועטאר
וואדקע
שר חמש מאות
תגובות: 853
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 18, 2007 11:47 pm
לאקאציע: זיי נישט אזא נאזיבאדי

תגובהדורך וואדקע » מיטוואך יוני 22, 2011 7:49 pm

די קאליר פון די פאקסיס ווענט זיך אסאך און די קלימאט, די ארענדזשע קאליר געשעט נאר ווען ס'איז מיקס סאן שיין מיט טאנדער סטארעמס במילא איז דא ווייניג דערפון, ווי אויך איז עס נישט גענוג טייער אז עס זאל זיך לוינען צו פראדוצירן אין א גרין האוז
וואדקע דארף נישט קיין הכשר

אוועטאר
ארט און מוזיק
שר חמש מאות
תגובות: 586
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 10, 2011 9:28 pm
לאקאציע: טיף אינמיטן די פאטאשאפ קארידארן

תגובהדורך ארט און מוזיק » מיטוואך יוני 22, 2011 8:13 pm

וואדקע האט געשריבן:די קאליר פון די פאקסיס ווענט זיך אסאך און די קלימאט, די ארענדזשע קאליר געשעט נאר ווען ס'איז מיקס סאן שיין מיט טאנדער סטארעמס במילא איז דא ווייניג דערפון, ווי אויך איז עס נישט גענוג טייער אז עס זאל זיך לוינען צו פראדוצירן אין א גרין האוז

אריין אין פאר פייער און וואסער אשכול.
איך מיין אז גרעפיקס און מוזיק זענען פירסט קאזענס...

אוועטאר
וואדקע
שר חמש מאות
תגובות: 853
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 18, 2007 11:47 pm
לאקאציע: זיי נישט אזא נאזיבאדי

תגובהדורך וואדקע » מיטוואך יוני 22, 2011 8:31 pm

ארט און מוזיק האט געשריבן:אריין אין פאר פייער און וואסער אשכול.

די האסט א אנונג וויאזוי מ'מאכט פאקסיס?
וואדקע דארף נישט קיין הכשר

אוועטאר
ארט און מוזיק
שר חמש מאות
תגובות: 586
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 10, 2011 9:28 pm
לאקאציע: טיף אינמיטן די פאטאשאפ קארידארן

תגובהדורך ארט און מוזיק » מיטוואך יוני 22, 2011 8:33 pm

וואדקע האט געשריבן:
ארט און מוזיק האט געשריבן:אריין אין פאר פייער און וואסער אשכול.

די האסט א אנונג וויאזוי מ'מאכט פאקסיס?

מיט די קאלערינג, ניין?
איך מיין אז גרעפיקס און מוזיק זענען פירסט קאזענס...

אוועטאר
גולגל השלישי
שר העשר
תגובות: 14
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 03, 2011 6:28 pm

תגובהדורך גולגל השלישי » מיטוואך יוני 22, 2011 8:40 pm

ארט און מוזיק האט געשריבן:
וואדקע האט געשריבן:
ארט און מוזיק האט געשריבן:אריין אין פאר פייער און וואסער אשכול.

די האסט א אנונג וויאזוי מ'מאכט פאקסיס?

מיט די קאלערינג, ניין?

דאס האט ער געמיינט אז די ווייסט נישט...
זייט מיר מקרב עס איז מיר גענוג שווער געווען ווען איך האב געדארפט פארלאזן מיין ערשטע ניק... דאס מאל ביטע מאכט עס גרינגער...


צוריק צו “היימישע קרעטשמע”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: maybeeynot, הולך בדרכי אבות און 8 געסט