קוועטש מיך נישט אויס ר' איד

געשמאקע ארטיקלען און באשרייבונגען

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 12250
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

קוועטש מיך נישט אויס ר' איד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געלעגער »

קוועטש מיך נישט אויס ר' איד.

יא, דאס איז ד קעפל וואס איך האב געלייגט נאכן אדורך גיין די היינטיגע טאג. און ס'איז נישט נאר היינט, ס'קען געשען אפאר מאל א וואך אבער היינט האט עס געפלאצט!

--

"איר דארפט א היטש קיין ב.פ.?"
"יא, איר פארט אהין?"
"יא, קומט אריין אין די קאר"
ווי נאר דער איד זעצט זיך אריין האב איך באמערקט מיין בראך. ער איז פון די סארט אידן וואס איינמאל זיי קלעבן ארויף וועט אפילו 'דעבעליו די פארי' זיי נישט אפקלעבן. "זאג נאר, ביי וועם ביסטו אן איידעם?"
איך אלס דרייווער פארנעם נישט די סארט פארהערן איך גלייך א שטילע רואיגע וועג און אויב בין איך אין די גוסטע קען איך אנצידן א טעיפ. אבער פאר די סארט פארמאלע שאלות פון "איך מיין איך קען דיין זיידע אויב האט ער געוואוינט אויף ווילסאן סט." דאס איז נישט פאר מיר. איך ענטפער אפ און איך צינד גלייך אן א סידי וואו צו זאגן איידעלערהייט 'שא!'. אבער דער איד דא כאפט נישט ווען מ'זאגט אים עפעס געהעריג איז וויאזוי זאל ער כאפן א רמז?
אזוי איז די וועג דורך מיט די קרייץ פארהער וואס איך האב שוין נישט מיטגעמאכט זינט ישיבה.
דאס אלעס וואלט נאך מיטגעגאנגען. "זאג נאר, ווי גייסטו אין ב.פ.?" "איך גיי אויף צוועלף" "אה.... איך דארף גיין אויף זיבעצן.. אפשר טראגט איר מיך צו? איר ווייסט דאך אז א מצוה בשלימות האט גאר א גרויסע חשובות" איך קלער צו מיר, קען איך דען אפזאגן? ער וועט דאך נישט ארויסוואקן פון דא סייווי. "פיין, איך וועל אייך צוטראגן"

אבער די באמבע איז געקומען פארן ארויסגיין פון די קאר. "זאגט נאר, איר פארט יעדן טאג די צייט קיין ב.פ.? אפשר גיט איר מיר אייער נאמבער קענען מיר פארן יעדן טאג צוזאמען? די רייזע איז מיר געווען זייער אנגענעם"
אין מיין מח איז דורך געלאפן איין זאך; "קוועטש מיך נישט אויס ר' איד". איך האב דיר צוגעטראגן, איך האב געשוויגן די גאנצע וועג ווען דו האסט געשפילט מיט מיין מח 'סילי פאטי' פארן מיט מיר יעדן טאג....

--

"חיים וואס הערט זיך?"
"ווער איז דאס?" פרעג איך צוריק נישט קענענדיג די קול, "דאס איז פעטער שאול, וואס הערט זיך עפעס? זאג נאר דו ארבעטס נאך ביי די שיך געשעפט?" "יא"
אה זייער גוט, דו קענסט מיר זיכער געבן א בעסערע פרייז אלס פעטער. איך דארף א פשוטע שיך מיין סייז איז 9W און איך דארף א טריפל אי. וויפיל קענסטו מיר געבן אזאנס?"
"פארוואס גייט נישט די פעטער אריין ביי די דערנעבענדיגע געשעפט דארט וועט די פעטער קענען אנפראבירן און זיכער מאכן אז אלעס ס'איז גוט. ס'איז זייער שווער צו פארקויפן א שיך אזוי אויפן טעלעפאון." "נע וואס איז די פראבלעם? איך זאג דיר מיין סייז, דו דארפסט עפעס מער ווי דאס?" "יא, אבער די פעטער דארף פארשטיין אז איך באקום עס נישט פאר קיין סך ביליגער. און בכלל מיין בעל הבית גלייכט נישט אזוי ווען איך גיב ביליגער פאר ווייטע משפחה."
"ווייטע משפחה? איך בין דאך א פעטער. חיים'ל מאך דיך נישט נאריש, ברענג מיר אהיים אפאר שיך איך וועל דיר געבן דאס געלט דא. זאג נאר וואס קאסט דאס?" "פעטער, איך קען עס נאר האבן פאר פינעף דאלער ביליגער. איז דאס ווערט די שלעפ איך וואוין דאך נישט אין יענע געגנט און אויב וועט עס נישט גוט זיין?"
"פינעף דאלער איז אויך געלט, און דו קומסט דאך אמאל ארויף צו דיין טאטע, ברענג עס מיט. "

ווען די מעשה זאל זיך דא פארטיגן איז אויך גענוג ביטער. פאר פינעף דאלער דארף איך מיך שלעפן מיט א באקס שיך אפאר גאסן און ארויף טראגן צו מיין פעטער, אלעס אן די חשק פון מיין בעל הבית אבער די טעלעפאון קאל היינט האט מיך געפארטיגט. "חיים'ל דאס בין איך פעטער שאול נאכאמאל. איך בין נישט געווען אינדערהיים ווען דו האסט געברענגט די שיך אבער יעצט זעה איך עס און די שיך איז נישט צו מיין געשמאק. ס'איז אביסל צו סטייליש. עטס האטס נישט עפעס מער חסידיש?"
...
איך האב געוואוסט אז איך טאר מיך נישט אויפרעגן ווייל ער איז דאך מיין פעטער. אבער מיין געוויסן האט געשריגן מיט יאמערליכע קולות.. "קוועטש מיך נישט אויס ר' איד!"

--

ווען א אינגל בעט ער וויל קראסן און איך שטיי און ווארט אז ס'זאל ווערן רויט אז איך זאל אים קענען קראסן. און ווען איך האלט נאך אינמיטן די גאס שרייט די אינגל "דא אויך" און ער צייגט מיט זיינע זיסע קליינע טשאבי פינגער אויף די גאס קעגן איבער. און יעצט דארף איך נאכאמאל ווארטן ביז ס'ווערט רויט.. נו גוט, ער איז א קינד. אבער ווען א איד בעט זיך צו מיר אז איך זאל אריין קומען אלס צענטער צו מנחה, אפילו נאכדעם וואס איך האב אים קלאר געמאכט אז איך דארף שוין ביז מארגן קיין מנחה נישט דאווענען אבער ער לאזט נישט נאך "ווארטן דא ניין אידן, ס'וועט נישט נעמען לאנג" און איך גיב אויף און קום אריין צו די מנין אבער איך טרעף די בעל תפילה זאגן מיט גרויס כוונה ווארט ביי ווארט קרבנות. און ער שפירט ניטאמאל אז ער דארף זיך צויאגן ווייל ער האלט איינעם אויף. אטא דאס הייסט אויסגעקוועטשט!

ווען איך לויף אריין צופרי געיאגטערהייט קויפן א קלייניגקייט אין גראסערי און א איד דארט שטעלט מיך אפ צו ער קען בארגן מיין טעלעפאון פאר א רגע, איינמאל ער האט מיין טעלעפאון פרעג ער מיר "האסט די נאמבער פון שמעלקעס אפלייענסעס?" נאכדעם וואס איך שאקל מיט קאפ שנעלערהייט 'ניין' פאנג ער זיך אן ארום דרייען אין געשעפט זוכן די מענעדזשער צו ער האט אפשר א ביזנעס דירעקטארי. אטא דאס הייסט אויסגעקוועטשט!

זאל יעדער וויסן; איך טו טובות. איך נעם היטשעס, איך בארג טעלעפאון'ס. אבער קוועטש מיך נישט אויס ר' איד.
שאלת_חכם
שר חמש מאות
תגובות: 996
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 06, 2011 4:46 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאלת_חכם »

רבותי,

ביטע אויסקוועטשן דעם געלעגער אזוי וועצעך ארויסקוועטשן א שיינע ארטיקל

וואס זאלעך זאגן, ביסט הונדערט פראצענט גערעכט, האסט נאר פארגעסן אויסצורעכענען די אידן וואס בארגן א סעלפאן צו הערן קול מבשר
שאלת חכם חצי נחמה
אוועטאר
למעלה משבעים
שר עשרת אלפים
תגובות: 12438
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע: ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך למעלה משבעים »

געלעגער די ביזט גוט.
אגב, די האסט מיר דערמאנט פון די ארטיקל.
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

;l;p- ;l;p- ;l;p-

איינס פאר יעדע עפיזאד
אוועטאר
זכר באנדל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 317
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אפריל 16, 2010 11:38 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זכר באנדל »

אה! א געלעגער ארטיקל!

דער געלעגער אידאך א מומחה צו צולייגן פשוט'ע טאג טעגליכע מיטמאכענישן, עס גיסט זיך די זאפט...

יישר כח!
אוועטאר
קוועטש
שר חמישים
תגובות: 95
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 31, 2009 1:29 pm
לאקאציע: אין בית המדרש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קוועטש »

יוא האב איך מיך דערשראקן אז מען רעדט פון מיר!
איך נישט געקענט שלאפן אויף מיין געלעגער!
ווי גרינטליכער די קוועטש איז אלס זאפטיגער איז צו קענען געניסן פון איר
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35437
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

ישר כח געלעגער, איך וועל טאקע זען בל"נ נישט צופיל און צו לאנג קוועטשן אויפן געלעגער מיינעם.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
הערשי קניהויז
שר חמש מאות
תגובות: 842
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 24, 2008 1:23 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הערשי קניהויז »

א מין געקוועטשאכטס פון א אויסדרוק דאס
אוועטאר
ווינקל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7788
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 21, 2009 12:10 am
לאקאציע: vinkel.ivelt ביי גימעיל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווינקל »

הייסט עס אז כ'ביניש אליינס... ס'איז דא נאך אידן מיט דעם פראבלעם.

די חבורת אויסניצערס קענען גוט זייער פאך, זיי ווייסן אין וועמען מען קען אריינבייסן.

און בדרך אגב זענען זייי גורם אז אסאך אנדערע זאלן ליידן.
לדוגמא, איך וועל מיך נישט אפשטעלן פאר א היטש ווען איך דארף כאפן די לעצטע מנין מנחה, צוליב אזוינע אידן וואס דויערט זיי 5 מינוט, ביז זיי קענען זיך מסדר זיין געהעריג, און זיך באקוועם מאכן, פאר די 19 סעקונדן פונם וועג, און כ'האב שוין צוליב זיי פארפאסט מנחה, וכדומה.

ולכן הננו מצטרף בבקשת ר' איד! קוועטש מיך נישט אויס!
אוועטאר
פונקטליך
שר האלפיים
תגובות: 2219
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 07, 2010 11:23 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פונקטליך »

געוואלדיג!

כ'האב רחמנות געהאט אויף דיר ביי יעדע מעשה עקסטער
די זייגער לויפט, זעה צו זיין פונקטליך!
אוועטאר
וויכטיג מאכער
Site Admin
תגובות: 32543
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויכטיג מאכער »

רובא דרובא יודן זענען נישט אזוי, אבער די פאר וואס זענען יא אזוי, מאכן שפיהרן אזא ביטערן טעם אז ס'ווערט נישט בטל אפילו באלף...

געלעגער האט טאקע אנגעכאפט אפאר משלים, אבער ס'דא נאך אזויפיהל... צו זענען דאס די חברה וואס נעמען זיך עסן אינעם נארוואס-צוריקגעקומענע-פון-די-קאר-וואש קאר און זענען נאך מסביר אז זיי האבן געהאט א ביזי טאג און נישט געהאט קיין צייט צו עסן...

צו ס'איז פון די חברה וואס ווען דו ברענגסט עם פון ב.פ. און דו לייגסט עם אראפ ביי בעדפארד קארנער ווי ער וויל גיין, פרעגט ער פארוואס דו פארסט נישט אריין אין די בלאק, די דריי הייזער... און טאמער ביסטו דורכגעפארן די "טיר" ווי ער ברויך גיין, פארפירט ער אז דו ביסט צו ווייט געפארן...

אדער ווי איך האב די וואך געהאט א יוד וואס האט מיר מסביר געווען אז איך פאר צו שנעל, ער זאגט נאך אז "ספיד לימיט 65" מיינט נישט אז מ'מוז פארן אויף 65, ס'מיינט "ביז" 65, ער וואלט געוואלט איך זאל פארן אויף 60, זאגטער מיט א געשמאק...

און ווער רעדט נאך פון די יודן וואס בעטן איך זאל מאכן א סטאפ נאר פאר איין מינוט און ער קומט שוין צוריק, און ער איז נאך א גוטער, "קעסטעך שטעלן דארט ביי די פאמפ" זאגטער מיט זיין גוטהארציגקייט... ממש ס'וויל זיך ארויסשרייען מי כעמך ישראל... כ'מיין אזוי זיך צו זארגן פאר יענעם? צושטעלן א פלאץ ווי צו ווארטן נאר 3 מינוט מער ווי די צוגעזאגטע איין מינוט... ממש א לב טוב!

מ'קען געבן נאך משלים... וואס משלים? נמשלים! אמת'ע מעשיות!!! א גאנצן טאג קעמען רעדן, מ'דארף נאר "קוועטשן"...

און פאר איך שלח, ווידער אמאל א געלעגער ארטיקל, א "מעשים בכל יום" סטארי, און ער שטעלטעס אזוי שיין אראפ! און יא, סימער געפאלן די יונגל מיט די טשאבי פינגער... טענקס באדי!
דו האסט לייף אינשורענס אויף דיר און דיין ווייב?

ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!
אוועטאר
יגעתי ומצאתי
שר האלף
תגובות: 1672
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 31, 2011 5:02 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יגעתי ומצאתי »

"א געלעגער ארטיקל" איז בעסער ווי די בעסטע אויסדרוקן וואס קומט מיר אויפן באוואוסטזיין איינצומעלדן אז איך האב הנאה געהאט.

אגב, איך מיין דארפסט טוישן דעם קעפל אויף "קוועטש מיך נישט אויס! ר' איד". פארוואס, ווייל נארמאל די מיני מענטשן אז דו וועסט אנהייבן מיט א גוט ווארט וועט ער שוין בכלל נישט הערן קיין בקשות. אז דו רופסט אים ר' איד איז ער שוין צופרידן, עס אינטערעסירט אים נישט וואס עס קומט נאכדעם.
לאקשען ברעט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לאקשען ברעט »

הנאה געהאט
אוועטאר
שינאווע חסיד
שר העשר
תגובות: 42
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 21, 2011 11:57 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שינאווע חסיד »

שכח געלעגער זייער גוט
ווען איך געב א היטש =
דער יעניגער זעצט זיך אריין און פרעגט וואו פארט איהר, געווענליך ענטפער איך צו מיין שוויגער עפ"י רוב ענדיגט זיך דאס דארט - אבער עס איז דא וואס כאפן נישט פרעגען ווייטער, וואו וואוינט דיין שוויגער דעמאלטס ענטפער איך אפשר ווילסטו אויך וויסען מיין באנק אקאנט נומ. ? דארטען ענדיקט זיך אלע שאלות און עס ווערט שטיל אויף די רייזע
אוועטאר
snax
שר מאה
תגובות: 193
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 13, 2011 12:09 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך snax »

גוט געזאגט! ווען עס פאסירט שוין יא מאכט זיכער צו זאגן "ראה עניי ועמלי ושא לכל־חטאותי"
אוועטאר
jkup50
שר האלף
תגובות: 1079
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 09, 2010 2:45 pm
לאקאציע: איך וואלט אויך געוואלט וויסן!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך jkup50 »

איך האב אמאל געהערט ווי איינער האט גענפערט אז ער האט פארגעסען זיין פעספארט אינדערהיים און דארט האט זיך די שמעוס גענדיגט
יאנקעל די פופציגער
אוועטאר
זעלבסטשטענדיגער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 358
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 19, 2011 9:21 pm
לאקאציע: אין ביהמ"ד ביים תיקון טיש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זעלבסטשטענדיגער »

געלעגער, יעצט האבעך א נעקאמע אין דיר אז איך דרייוו נישט...
דער זעלבסטשטענדיגער איז זיך-זעלבסט, שטענדיג..
אוועטאר
מי יודע
שר שמונת אלפים
תגובות: 8741
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מי יודע »

יישר כח געלעגער

לעצטענס געהאט א מעשה א אינגערמאן קומט צו און וויל בארגן א סעלפאן, נו בחפץ לב, בערך 15 מינוט שפעטער קומט ער צוריק און געבט עס אפ
שפעטער זע איך אויף די ריסענט קאלס, ווי דער אינגערמאן האט סך הכל געקאלט קול מבשר מיט נאך צוויי דריי משוגענע האט ליינס, הפנים ער האט זיך אנדערש נישט געקענט שטעלן דאווענען

שיגענער
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.
אוועטאר
שטיקל גבאי
שר חמש מאות
תגובות: 785
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 06, 2008 11:16 am
לאקאציע: אין גבאי שטיבל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטיקל גבאי »

מי יודע האט געשריבן:יישר כח געלעגער

לעצטענס געהאט א מעשה א אינגערמאן קומט צו און וויל בארגן א סעלפאן, נו בחפץ לב, בערך 15 מינוט שפעטער קומט ער צוריק און געבט עס אפ
שפעטער זע איך אויף די ריסענט קאלס, ווי דער אינגערמאן האט סך הכל געקאלט קול מבשר מיט נאך צוויי דריי משוגענע האט ליינס, הפנים ער האט זיך אנדערש נישט געקענט שטעלן דאווענען

שיגענער

און דאס איז נאך בחסד, איך האב שוין אמאל געהאט איינער עפעס א ארץ ישראל יוד האב געבארגט מיין סעל פאון פאר ממש א קלייניגקייט, און ער קומט צוריק נאך אפאר מינוט און גיבט מיר צוריק, שפעטער קוק איך די קאלס זעה איך נישט מער נישט ווייניגער אז ער האט געקאלט קיין א"י און גערעדט צוועלף מינוט, סוף חודש האב איך באצאלט $73.42 פאר דעם קאל.
משב"ק קהילתינו הקדושה והגלילות יצ"ו
אוועטאר
זעלבסטשטענדיגער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 358
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 19, 2011 9:21 pm
לאקאציע: אין ביהמ"ד ביים תיקון טיש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זעלבסטשטענדיגער »

מי יודע האט געשריבן:שיגענער

ס׳קעמען טאהן, ס׳זענען פארהאן אויסנוצערס
און נישט נאר ביים דרייוון אדער ביים סעלפאון, ס׳איז אויך ביים בעטן די שכֵינה צום ווייניגסטנס איינמאל א וואך צו בעיביסיטן ׳נאר׳ פאר א האלבע שעה... (און צום סוף קומט מען צוריק נאך 2 שעה מלא תירוצים...), און וואס טוצעך מיט די בעלי בתים וואס נוצן אויס די ארבייטער? פון דעם רעדט איר נישט - געלעגער, שלעפ מיר, מאך מיר, ברענג מיר... יא בעלי בית לעבן, דו צאהלסט מיר טאקע פארן ארבייטן, אבער דו מוזט נישט זיכער מאכן אז דו נוצט מיך אויס עד פ"א...

נעכטן געהערט פון א בדחן ביי א חתונה אז אמאל האט מען געוואוסט אז מען ברויך צו האבן דעם פופטן חלק שו"ע, היינט אבער דארף מען שוין האבן א זעקסן חלק אויך, ווייל דער פופטער חלק איז צו וויסן וויאזוי זיך צו באגיין מיט מענטשן, אבער דער זעקסטער איז וויאזוי זיך צו באגיין מיט אומענטשן...
דער זעלבסטשטענדיגער איז זיך-זעלבסט, שטענדיג..
שאלת_חכם
שר חמש מאות
תגובות: 996
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 06, 2011 4:46 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאלת_חכם »

זעלבסטשטענדיגער האט געשריבן:
מי יודע האט געשריבן:שיגענער

ס׳קעמען טאהן, ס׳זענען פארהאן אויסנוצערס
און נישט נאר ביים דרייוון אדער ביים סעלפאון, ס׳איז אויך ביים בעטן די שכֵינה צום ווייניגסטנס איינמאל א וואך צו בעיביסיטן ׳נאר׳ פאר א האלבע שעה... (און צום סוף קומט מען צוריק נאך 2 שעה מלא תירוצים...), און וואס טוצעך מיט די בעלי בתים וואס נוצן אויס די ארבייטער? פון דעם רעדט איר נישט - געלעגער, שלעפ מיר, מאך מיר, ברענג מיר... יא בעלי בית לעבן, דו צאהלסט מיר טאקע פארן ארבייטן, אבער דו מוזט נישט זיכער מאכן אז דו נוצט מיך אויס עד פ"א...

נעכטן געהערט פון א בדחן ביי א חתונה אז אמאל האט מען געוואוסט אז מען ברויך צו האבן דעם פופטן חלק שו"ע, היינט אבער דארף מען שוין האבן א זעקסן חלק אויך, ווייל דער פופטער חלק איז צו וויסן וויאזוי זיך צו באגיין מיט מענטשן, אבער דער זעקסטער איז וויאזוי זיך צו באגיין מיט אומענטשן...

דער ווארט קומט פון ר' ??? קאברינער זצ"ל
(אזוי שטייט אויף די סיין אין הערמאן קלינערס אויף דריגס עוו.)
שאלת חכם חצי נחמה
אוועטאר
פאקטיש
שר מאה
תגובות: 235
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 30, 2010 8:47 am
לאקאציע: נישט אין ארבעט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאקטיש »

פאר רוב זאכן פיר איך זעך, צו זאגן זייער שיין, נישט אויפגערעגט וואס ס'פראבלעם דא, און יאך קען נישט מיטארבעטן מיט זיינע קאפריזן.
ניטעאמאל גייט מיר אן דערנאך וויאזוי יענעמס קאפ פיבערט מיך צו אויסשפילן מיט געפילישע אויסריידן, ווייל ער טאפט א וואנט. ער זעט הי נאקט אן די ראנג דאר!
קיינער טאר זיך נישט פילן שלעכט צו ניצן די אייגענע רעכטן ווען מ'דארף.
איך פארשטיי אז דו וואלסט געוואלט ס'זאל זיין אזוי, אבער פאקט בלייבט פאקט!
אוועטאר
thefact
שר האלפיים
תגובות: 2511
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 31, 2007 3:30 pm
לאקאציע: וויליאמסבורג, ברוקלין
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך thefact »

מי יודע האט געשריבן:יישר כח געלעגער

לעצטענס געהאט א מעשה א אינגערמאן קומט צו און וויל בארגן א סעלפאן, נו בחפץ לב, בערך 15 מינוט שפעטער קומט ער צוריק און געבט עס אפ
שפעטער זע איך אויף די ריסענט קאלס, ווי דער אינגערמאן האט סך הכל געקאלט קול מבשר מיט נאך צוויי דריי משוגענע האט ליינס, הפנים ער האט זיך אנדערש נישט געקענט שטעלן דאווענען

שיגענער

ס'איז א אלטע טריק מ'קאלט ווי מ'דארף אין מ'מעקט אויס די נומער פון די ריסענט קאל היסטארי און פאר יענעם צו זעהן לייגט מען אריין קול מבשר וכדומה
הק' משה אהרן (וועבסייט - פראפייל)
לערנט אייך אויס צו שווימען אין די טיפע וואסערן פון קאמפיוטערס

די פאקט איז, אז מ'לערנט, קען מען, און אז נישט...
אוועטאר
זעלבסטשטענדיגער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 358
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 19, 2011 9:21 pm
לאקאציע: אין ביהמ"ד ביים תיקון טיש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זעלבסטשטענדיגער »

כא כא... פאקטיש - דערמאנסטמעך פון א מעשה וואס כ׳האב געהאט פאראיאר (מעשה שהי׳)...

איך האב אן עלטער פעטער וועלכע וואוינט אין א"י, ער קומט כסדר ארויס נאכגעלט קיין אמעריקא, אוי דער עלטער פעטער, איר מוזט אים (נישט) קענען, מיין טאטע (אלס א רעכטער נעפיו) קען אים שוין לענגער ווי איך, ער רופט דעם פעטער מיטן ריכטיגן צו-נאמען ׳פעטער מחמיר׳ (מאכמער) ווייל אייביג איזער ביזי מיטן בעטן פון זיינע משרתים (אמעריקאנע נעפיוס בלע"ז) מאכמער דאס מאכמער יענס, ווען ער פלעגט צו קומען צונונז איינשטיין האבן אלע געוואוסט אז עס איז נישט מסוגל זיך צו דרייען אין זיין שכינות (ובפרט ביים עסן פרישטאג) ווייל אז יא מוזטו זיין גרייט צו ארבייטן, לויפן ברענגען זאכן, מאכן קאוועס וכדומה... ער פלעגט זיך קענען אנרוקן פלוצלונג ביי אונז א דאנערשטאג נאכט אן זיך מעלדן בעפאר והנה ׳איך בין דא׳ און ס׳נישט געבליבן ביי דעם, ווי נאר דאס רענצל האט איבערגעטראטן דעם שוועל האב איך עס געמוזט גיין לויפן איבערנעמען (איך וואלט עס ווען גערן געטוהן, עס פאסט אזוי, אבער נישט אז ער מוז מיר אייביג הייסן, איך קען אליינס פארשטיין) עכ"פ מיין מאמע האט און אזא צייט געמוזט שיינערהייט צולייגן נאך א טעלער וואסער צו די זופ, נאך אן איי צום טשולענט, נאך א סלייס פיש איז נישט שייך געווען, נו וועמענס גיבט מען פארן גאסט... מיינס!

עכ"פ די מעשה איז אז היינט צוטאג בינעך שוין חתונה געהאט (והא ראי׳ איך שרייב אינעם קרעטשמע...) און דער פעטער זאל זיך מוטשען קומט נאך אלס קיין אמעריקא יעדע 3 חדשים, אבער אזוי בינעך דעך שוין פטור פון די גאנצע שלעפן און מאכן מיט די גאנצע פערדעריי... אבער איין זאך, ער קומט דאך נאכגעלט אין די שוהלן, און אויב בטעות טרעפט ער מיך אן דארטן, איז גרויסע צרות... אה, שלמה ביסט דא? קום אהער, אפשר גייסטו אביסל נאכגעלט, דו מעגסט בכלל צוזאמענשטעלן געלט פארן פעטער פון א"י, דו ווייסטעך איך מוטשעזעך מיט חובות ה"י... איך וויל זאלסטמער צוזאמענשטעלן לכה"פ 500 דאלער... איך פאר צוריק אי"ה קומענדיגן זונטאג, העסטעס מיר צוברענגען צו מיין אכסניא, יא?

אין אזא צייט פלעג איך אנפאנג זיין אמת׳דיג מיט אים, איך פלעג אים ענטפערן אז איך בין א פול-טיים ארבייטער, און 9 אזייגער דארף איך שוין זיין אין דער ארבייט און איך האב באמת נישט קיין צייט צו גיין נאכגעלט, דעמאלטס פלעגטצעך אנהייבן א דינגעריי, היתכן, א פעטער בעט און מ׳זאל נישט וועלן (דער פעטער האט נישט קיין פראבלעם אריינצוזאגן דיר אין פנים אריין דאס וואס ער טראכט) אלזא האבעך מיך שוין אויסגעלערנט אז ווען ער הייבט אן מיט זיינע שוגעת׳ן ענטפערט מען אים: יא זיכער, אוודאי, מ׳וועט זעהן צו טוהן דערין וכדו׳ אזוי עכ"פ קעמענזעך גרינג אפשאקלען, אבער ס׳איז נאכנישט קיין גאנצע ישועה ווייל סוכ"ס קאלט ער מיך אן פרעגן (כ׳ווייס נישט ווער ס׳האט אים געגעהן מיין סעל נומ׳) צו איך האב ס׳געלט פאר׳ן...

איז פאראיאהר שפאציר איך מיר אזוי רואיגערהייט אויף בעדפארד עוו. און פלוצלונג... אוי וויי, קוק ווער ס׳קומט מיר א קעגן, פעטער מחמיר... אבער כ׳האזעך נישט פארלוירן, ער איז נאך געווען גענוג ווייט אז ער האט מיך נאכנישט געהאט באמערקט, איך געב א נעם ארויס מיין סעלפאון, האלוי... און איך גיי ווייטער, ביז מ׳האמער זיך טאקע אנגעשטויסן מיטן פעטער, און איך געמעך אזא פלוצימדיגער שטעל אפ און איך זאג פאר יענעם (מר. וואנט) אויפן טעלפאון ׳איין מינוט האלט ממש איין רגע׳ און איך גיב א הילכיגן געשריי ׳שלום עליכם פעטער׳ אהההה... ברוכאשעם מ׳זעהצעך... גוט פעטער, העמער זיך נאך טרעפן, ביזטעך נאך דא... און איך רעד ווייטער אויפן טעלעפאון ׳סוי וואס זאגסטו מאיר׳ און איך ווייז אזוי מיטן האנט ׳ביי׳ פארן פעטער און איך פיץ מיר אפ פון דארט... (אוי האבעך אויסגעשאסן פאר געלעכטער...)!

הערסטו פאקטיש, נישט יעדן קען מען אזוי שיין ענטפערן - ווי דו זאגסט!
לעצט פארראכטן דורך זעלבסטשטענדיגער אום דאנערשטאג יוני 16, 2011 5:32 pm, פארראכטן געווארן 2 מאל.
דער זעלבסטשטענדיגער איז זיך-זעלבסט, שטענדיג..
אוועטאר
ארט און מוזיק
שר חמש מאות
תגובות: 586
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 10, 2011 9:28 pm
לאקאציע: טיף אינמיטן די פאטאשאפ קארידארן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ארט און מוזיק »

האסט א מזל אז די טעפעלאן האט זיך נישט צו קלינגן...
איך מיין אז גרעפיקס און מוזיק זענען פירסט קאזענס...
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע קרעטשמע”