אוי ס׳רעגנט שוין ווייטער... נו איז וואס?

געשמאקע ארטיקלען און באשרייבונגען

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
זעלבסטשטענדיגער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 358
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 19, 2011 9:21 pm
לאקאציע: אין ביהמ"ד ביים תיקון טיש

אוי ס׳רעגנט שוין ווייטער... נו איז וואס?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זעלבסטשטענדיגער »

קיינמאל בינעך נאכנישט אריין אינעם פארברענגען פארום בעפאר, כ׳ווייס נישט פארוואס, ס׳האצעך נישט געמאכט!
והוא רחום יכפר עון...

איך האלט נישט אז עמיצער איז ברוגז אפילו, וועמען גייט עס דען אן צו איך בין יא אריין צו נישט, דאס איז נישט מוסיף און נישט גורע, ווי איינער זאגט ס׳איז נישט מעלה ומוריד, ס׳איז נישט משנה גארנישט (ווילסט נאך אן אויסדרוק?) עניוועי.

איך מוז אייך זאגן יודעלעך טייערע, ס׳איז א געשמאק צו פארברענגען, כ׳מיין - און חב"ד אידעך דאס א שטארקע דערהער, דאס מין זאך ווי פארברענגען, אפילו א וויין האבן זיי שוין א נאמען געגעהן נאך דעם סארט מושג ׳פארברענגען׳...

איין מינוט ביטע...
ברוך ... שהכל נהי׳ בדברו

אהאהאהא - דאס איז א פיינער משקה... לחיים לחיים...
כא כא, דער עולם מיינט אז איך טרינק וואסער... ניין ניין - שוין גארנישט קיין וואסער, דאס איז "ברוינפן" (ליקער בלע"ז) אויסדרוקליך אלקאהאליק!

הקיצור - לאמיר זיך קאנצעטרירן דא אביסעלע, האלוי... צינד אן דעם עיר-קאנדישן זיי אזוי גוט... שכוח!

רבותי - איך וויל ענק פרעגן א אויפריכטיגע שאלה

לאמיך אייך דערציילן א שיינע מעשה וואס איז מעשים בכל יום
היינט אינדערפריה קום איך אן אין ביהמ"ד (געראדע פריה, היבש פריה) כ׳האמעך געראדע געפיהלט גאנץ פריש, כ׳בין געוועזן גוט אויסגעשלאפן, טרעפט מיך אן מיין חבר יוסל, א גוט מארגן שלמה - זאגט ער מיט א נידעריגן טאן, כ׳זאגעם גוט מארגן יוסל, וואס ביסטו עפעס אזוי נשתנה צורה, דיינע אויגן דערציילן מיר אז זיי פארלאנגען נאך שלאף... "אוי" גיט ער אזא קרעכץ אזוי כמו שכתוב (כאילו ער איז שוין א זעכציגער... הערסטו, ניטאמאל א דרייסיגער איז ער) ס׳רעגנט שוין ווייטער...

דא בינעך שוין געווארן אינגאנצן צעווילדעוועט, כ׳האבעס שוין נישט אויסגעהאלטן מער... איך גיב א שריי
"נו וואס איז אז ס׳רעגנט"!!!
פארשטייסטע מעך... דא שטיי איך אויף מיט א פרישקייט, אפילו ס׳רעגנט און איך פראביר צו זיין א מענטש מיט די טענה אז א רעגן טאג איז גארנישט אנדערש ווי א זיניגע. קומט ער מיר דא אן מיט א פארביטערטע פנים ׳ס׳רעגנט שוין ווייטער׳ כ׳האבעם שיער נישט אויפגעפראסקעט דעם יצמח... זאג נאר יצמח, אפשר גייסטו צום גאווענער טענה׳ן פארוואס ער לייגט נישט קיין שלאק העכער ניו יארק??? כ׳מיין - צו וועמען האסטו טענות דא, צו איז דען א מענטש פטור פון גיין ארבעטן אין א רעגן טאג ווייל ער איז נישט אין די גיסטע???

די זעלבע זאך איז מיט די זונטאג׳ס.
אוי, ס׳איז זונטאג, די מאגן די מאגן די מאגן די מאגן,, אקעי כ׳האשוין געהערט איינמאל, מיין מאגן איז אויך נישט געמאכט פון אייזן, איז ממילא זאלעך מעך הענגען? זאלעך יעדן זונטאג פון מיין לעבן זיך דרייען ווי דער האן נאך די שחיטה מיט א הענגעדיגן קאפ און מיט פארלאשענע אויגן ווייל ׳ס׳איז זונטאג היינט׳? דו ווייסט וויפיל זונטאגס דו גייסט נאך אפלעבן אינעם עתיד, ווילסטו מיר זאגן אז ס׳איז א שאד אויף די אלע זונטאג׳ס ווייל ס׳גייט עניוועי זיין גע׳הרג׳עט?

דו שוטה
דו קורצקעפיגער
קליין קינד... הער אויף!!!

שוין, האלוי - קענסט שוין אויסלעשן דעם עירקאנדישאן
העמיר גיין דאווענען מנחה

יוסל... דו מוזט נישט ענטפערן אויף מיין תגובה, קענסט בלייבן שטיל, ס׳וועט דיר גארנישט געשעהן, איך זאג דיר צו.
וידבר...
איין מינוט
ברוך... בורא נפשות... ברוך חי העולמים!
דער זעלבסטשטענדיגער איז זיך-זעלבסט, שטענדיג..
אוועטאר
מי יודע
שר שמונת אלפים
תגובות: 8741
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מי יודע »

ווי קומט צו דיא אזויפיל קאנפידענס?????????
אה מן הסתם פון די רעגן פון ספירה

נו נאדיר איינס ;l;p-
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.
אוועטאר
מוישע_יאכעס
שר חמש מאות
תגובות: 596
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג סעפטעמבער 24, 2009 3:48 pm
לאקאציע: איך ווייס אויך נישט, אדרבה אפשר ווערסטו מיר געוואר?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מוישע_יאכעס »

פיינע נייעס!! דער איז גאנץ זעלבסטשטענדיג, אבער פארוואס און פארברענגען? אזא ארטיקעל בלאנגט ענדערש און "קרעטשמע", "פארברענגן" איז פאר שטותים נישט פאר הומאריסטישע אפהאנדלונגען וואס ברענגען ארויף א שמייכעל!

שקויעך, זייער שיין, לאכטי כמ"פ
ארוממך אלוקי המלך ואברכה שמך לעולם ועד, בכל יום אברכך ואהללה שמך לעולם ועד (קרעדיט: דוד בן ישי)
אוועטאר
ים רויבער
שר האלפיים
תגובות: 2177
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 03, 2011 2:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ים רויבער »

דער ענין פון זונטאג האט נישט נאר מיט'ן מאגען צוטוהן
עיין במס' תענית כז; וברש"י שם אז זונטאג איז דער מענטש פשוט שוואך
כא כא כא האבן זיך די רויבער צולאכט (מנחם מענדל)
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

עס רעגנט און יאסל רעגט זיך און שלמה נוצט עס אויס אריינצושליידערן אן ארטיקל אין פארברענגן
אוועטאר
זעלבסטשטענדיגער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 358
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 19, 2011 9:21 pm
לאקאציע: אין ביהמ"ד ביים תיקון טיש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זעלבסטשטענדיגער »

ים רויבער האט געשריבן:דער ענין פון זונטאג האט נישט נאר מיט'ן מאגען צוטוהן
עיין במס' תענית כז; וברש"י שם אז זונטאג איז דער מענטש פשוט שוואך

פיין פיין, איך ווייס פון די גמרא צו זאגן, ס׳איז אבער נישט קיין סתירה צו מיינע ווערטער

אבער קיין ים רויבער בינעך נאכאלץ נישט
דער זעלבסטשטענדיגער איז זיך-זעלבסט, שטענדיג..
אוועטאר
דארפסמאן
שר ששת אלפים
תגובות: 6484
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 14, 2006 2:52 pm
לאקאציע: אין דארף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דארפסמאן »

גיט גיט קיעפ אפ די גוד ווארק
הכו"ח ר' אברהם דארפסמאן שליט"א
פה ב'דארף יצ"ו -
אוועטאר
משה קארנפעלד
שר האלף
תגובות: 1689
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 08, 2009 12:06 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משה קארנפעלד »

איך האב שוין ארויס גענומען א פעטענט אויף די שלאק איידיע...

דיין אוועיטער שרייט ארויס וואס איך קלער יעצט. ;l;p-
©2012 קארנפעלד על. על. סי.
אלע רעכטן רעזערווירט
באמבאסטיש
שר האלף
תגובות: 1755
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 22, 2010 12:46 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך באמבאסטיש »

שטעלט אייך פאר א איד דאווענט שמו"ע בימות הגשמים, ער בעט אזוי ערליך משיב הרוח ומוריד הגשם און ותן טל ומטר לברכה. נאכן דאווענען גייט ער ארויס אין גאס, און ס'רעגענט... ער רופט זיך אן: "אוי ס'רעגענט שוין ווייטער..." וואסערע פנים האט דאס?

רעגן איז א גוטע זאך! אוי ס׳רעגנט שוין ווייטער... נו איז וואס?
אוועטאר
זעלבסטשטענדיגער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 358
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 19, 2011 9:21 pm
לאקאציע: אין ביהמ"ד ביים תיקון טיש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זעלבסטשטענדיגער »

משה קארנפעלד האט געשריבן:איך האב שוין ארויס גענומען א פעטענט אויף די שלאק איידיע...

דיין אוועיטער שרייט ארויס וואס איך קלער יעצט. ;l;p-

איך האב נישט פארשטאנען וואס איר האט געזאגט
דער זעלבסטשטענדיגער איז זיך-זעלבסט, שטענדיג..
אוועטאר
ווינקל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7788
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 21, 2009 12:10 am
לאקאציע: vinkel.ivelt ביי גימעיל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווינקל »

א אפענע פסוק האסטו פארזען? בנפול אויבך (רעגן) אל תשמח...

פיין געזאגט, וואויל געזאגט!
אוועטאר
זעלבסטשטענדיגער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 358
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 19, 2011 9:21 pm
לאקאציע: אין ביהמ"ד ביים תיקון טיש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זעלבסטשטענדיגער »

ווינקל האט געשריבן:א אפענע פסוק האסטו פארזען? בנפול אויבך (רעגן) אל תשמח...

פיין געזאגט, וואויל געזאגט!

ווארט, איך בין נאכנישט פערטיג...
און וואס טוצעך מיט אנדערע שווערע זמנים ווען מענטשן וואלטן זיך געוואונטשן צו נעמען א איינשלאף פיל ביז עס גייט פארביי
מוצאי שבת (חוץ ווען מ׳האט וואס צו טוהן)
פון ערב תשעה באב ביז נאכן ערשטן קיפעלע א נאכט שפעטער
וכו׳ וכו׳

כ׳בין נאך ווייט פון פערטיג :lol:
דער זעלבסטשטענדיגער איז זיך-זעלבסט, שטענדיג..
אוועטאר
זעלבסטשטענדיגער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 358
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 19, 2011 9:21 pm
לאקאציע: אין ביהמ"ד ביים תיקון טיש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זעלבסטשטענדיגער »

הערסט?
דער זעלבסטשטענדיגער איז זיך-זעלבסט, שטענדיג..
אוועטאר
שאץ מאץ
שר שלשת אלפים
תגובות: 3031
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 15, 2008 5:01 pm
לאקאציע: איבעראל
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאץ מאץ »

יעדעס מאל ס'וועט קומען א רעגן,
זאלסטו מיר לויפן אקעגן,
און די זעלבע שאלה פרעגן,
צו מ'מעגט זיך אויפרעגן,
פשוט גוט אויפגעלייגט זיין מיר אלע מעגן,
כאטש ס'איז נאס אלע וועגן, און שטעגן,
דיין שפראך טוט שניידן און זעגן,
זאלסט ווייטער שרייבן ווי די אמאליגע שרייבער'ס פלעגן,
שכוח
http://shatzmatz.blogspot.com/" onclick="window.open(this.href);return false;
prowed jew
שר חמש מאות
תגובות: 632
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 09, 2009 4:30 pm
לאקאציע: אין מיינע גלייזן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך prowed jew »

זאג נאר זעלבס-וכו' ביים תיקון טיש אין דיין שול איז דא עירקאנדישאן האסטעך זיכער דארט געהאט דאס בראנפן געטרינקעכטס
לאמיר זיך נעמען פון דאסניי פון יעצט אנגעהויבן..... נא הייב אן... אקעי יעצט צוזאמען...
אוועטאר
זעלבסטשטענדיגער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 358
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 19, 2011 9:21 pm
לאקאציע: אין ביהמ"ד ביים תיקון טיש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זעלבסטשטענדיגער »

prowed jew האט געשריבן:זאג נאר זעלבס-וכו' ביים תיקון טיש אין דיין שול איז דא עירקאנדישאן האסטעך זיכער דארט געהאט דאס בראנפן געטרינקעכטס

בזזזזזזזזזזז...... בזזזזזזזזזזז...... בזזזזזזזזזזז......
ווער דריזלט מיר דא יעצט אין קאפ אריין, זאלעך אויפהייבן? כ׳האף אז דער בעל תפילה וועט ווארטן אויף מיר...
קיינער קוקט נישט?
האלוי?
יא, שלמה?
אהא? נו! נא... מה בצע בדמי ברדתי אל שחת... נו, אהא?
קאל מיך נאכן דאווענען, כ׳וועל דיר ענטפערן גערן... כ׳קען נישט רעדן יעצט!
דער זעלבסטשטענדיגער איז זיך-זעלבסט, שטענדיג..
prowed jew
שר חמש מאות
תגובות: 632
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 09, 2009 4:30 pm
לאקאציע: אין מיינע גלייזן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך prowed jew »

דהיינו?
וואס האט דאס מיט מיין תגובה?
לאמיר זיך נעמען פון דאסניי פון יעצט אנגעהויבן..... נא הייב אן... אקעי יעצט צוזאמען...
אוועטאר
זעלבסטשטענדיגער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 358
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 19, 2011 9:21 pm
לאקאציע: אין ביהמ"ד ביים תיקון טיש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זעלבסטשטענדיגער »

אני עשיתי ואני אשא ואני אסבול ואמלט...

לאמיר זעהן צו ס׳איז דא עפעס איבערצובייסן... מעכיל... אביסעלע שהכל איז נישטא ערגעץ?
אה ענדליך, גיב אהער א גלעזל זיי מוחל... שכוח

וועמענס יארהצייט? נישטא קיין צעטל איז נישט, אבי מ׳קען ברכה מאכן.
ברוך ... שהכל נהי׳ בדברו... אהההההההההההההההההההההההה!
לחיים לחיים - די נשמה זאל האבן אן עליה
פאר אלע אידן א ישועה
פאר אלע קראנקע א רפואה
און פאר אלע רשעים א תליה...

לאמיר זעהן ווער ס׳האט מיר גערופן אינמיטן דאווענען
אה New Text Message
לאמיר זעהן
prowed jew - קודם כל וואספארא געספעלעכץ אידאס, פראוד ספעלט מען proud
נאכדעם לאמיר הערן וואס ער וויל...
"זאג נאר זעלבס-וכו' ביים תיקון טיש אין דיין שול איז דא עירקאנדישאן האסטעך זיכער דארט געהאט דאס בראנפן געטרינקעכטס"
א קשיא דאס, לאמיר אים צוריקרופן
call back...

טרררר.... טרררר.... טרררר.... טרררר.... טרררר.... טרררר.... ער הייבט נישט אויף
you have reached the sprint p.c.s. voice mail box of... prowed jew... to leave a voice message press one or
1.
beep
א גוטן, איך זעה איהר האט מיך גערופן פרעגן צו איך האב עירקאנדישאן אין מיין שוהל ביי תיקון, די ענטפער איז "יא ברוך השם"!
כל טוב
message sent, thank you for calling, good by

העמער גיין צום נעקסטן תיקון טיש...
דער זעלבסטשטענדיגער איז זיך-זעלבסט, שטענדיג..
אוועטאר
דער תהילים איד
שר ששת אלפים
תגובות: 6438
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 26, 2009 9:54 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דער תהילים איד »

איינער וויייסט וואס דא קומט פאר?

(איך שיהי', אריין אין פארברענגען..)
רבינו שאג בקול גדול וגו'
אוועטאר
זעלבסטשטענדיגער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 358
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 19, 2011 9:21 pm
לאקאציע: אין ביהמ"ד ביים תיקון טיש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זעלבסטשטענדיגער »

דער תהילים איד האט געשריבן:איינער וויייסט וואס דא קומט פאר?

(איך שיהי', אריין אין פארברענגען..)

איך האב געטראכט הויעך, פארגעסן אראפצורוקן די וואליום
Sorry about that

Proud Jew - האסט באקומען מיין וואויס מעיל?
דער זעלבסטשטענדיגער איז זיך-זעלבסט, שטענדיג..
אוועטאר
ים רויבער
שר האלפיים
תגובות: 2177
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 03, 2011 2:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ים רויבער »

טראכט'ס זייער אינטערסאנט
עניוועי טראכט נאך
כא כא כא האבן זיך די רויבער צולאכט (מנחם מענדל)
אוועטאר
איזעי
שר האלף
תגובות: 1529
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 21, 2011 5:30 pm
לאקאציע: אויפן שטאק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איזעי »

ים רויבער האט געשריבן:טראכט'ס זייער אינטערסאנט
עניוועי טראכט נאך


אבער הויך
אוועטאר
מידער
שר האלפיים
תגובות: 2409
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מאי 06, 2011 11:55 am
לאקאציע: אונטער פרעשור

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מידער »

מיר גלייבן באמונה שלימה אז יעדע טראפעלע רעגן וואס פאלט פון הימל איז כולו טוב פונעם רבש"ע, אבער מיט אונזער פליישיגע אויגן זעהן נישט אזוי שטארק די גוט'ס דערפון.

יעצט מיטן ליינען דעם ארטיקל פונעם תיקון טיש, זעה'ן מיר שוין איינמאל די גוט'ס פונעם רעגן...!

זעלבסטשענדיגער, זייער פיין אראפגעלייגט.
אוועטאר
זעלבסטשטענדיגער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 358
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 19, 2011 9:21 pm
לאקאציע: אין ביהמ"ד ביים תיקון טיש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זעלבסטשטענדיגער »

מידער האט געשריבן:יעדע טראפעלע רעגן וואס פאלט פון הימל איז כולו טוב פונעם רבש"ע, אבער מיט אונזער פליישיגע אויגן זעהן נישט אזוי שטארק די גוט'ס דערפון.

זאג נאר מידער - אז דו ביסט מיד אין א זיניגן טאג וואס זאלעך שוין זאגן אין א רעגן טאג, הא?
צווייטנס - כ׳האב נישט געזאגט אז דו זאלסט זיין אין א רעגן טאג פונקט אזוי פריילעך ווי אין א זיניגן טאג, כ׳האב נאר געזאגט אז ס׳איז נישט גערעכט זיך צו לאזן פונעם וועטער, מ׳קען אזוי אין ערגעץ נישט אנקומען (אה יע מ׳קען יא ערגעץ אנקומען, אין דער ערד...)
דריטנס - יישר כח פאר די קאמפלימענט!

זיי געזונט
שלמה זעלבסטשטענדיגער
דער זעלבסטשטענדיגער איז זיך-זעלבסט, שטענדיג..
אוועטאר
זעלבסטשטענדיגער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 358
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 19, 2011 9:21 pm
לאקאציע: אין ביהמ"ד ביים תיקון טיש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זעלבסטשטענדיגער »

שאץ מאץ דו ביסט אויך דא???
דו ביסט דאך דער וואס האט מיר געמאכט דעם סדר נאכט שיינען ווי די זין...

עס איז געווען געדרוקט אין א היימישע אויסגאבע, כ׳האמעך מחי׳ געווען, אה, ס׳איז מיר אזא זכי׳ דיין אנוועזנהייט דאהי ביים תיקון טיש
נעם א גלעזל משקה, מאך א ברכה!
דער זעלבסטשטענדיגער איז זיך-זעלבסט, שטענדיג..
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע קרעטשמע”