כעווערע סימכעס ףירעמ, קרעטשמע קאהעל

געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
טאגליכט
טראוועל אגענט
תגובות: 295
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 03, 2006 5:27 pm
לאקאציע: אויפן פליגער

כעווערע סימכעס ףירעמ, קרעטשמע קאהעל

תגובהדורך טאגליכט » דאנארשטאג פאברואר 15, 2007 5:53 pm

כעווערע, סאיז שוין באלד פורים די דאזיגע וואך גייט מען שוין ר"ח בענטשן, ברויך מען אויף נעמען אונזער סטעף

נו ווער טראגט זיך אן?

זארעכפעפער
שר האלפיים
תגובות: 2167
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 24, 2006 2:28 pm

תגובהדורך זארעכפעפער » דאנארשטאג פאברואר 15, 2007 6:02 pm

טאגליכט:
גוטער איינפאל! נע נאדער ;l;p-

אבער... אבער... כ'מיין... עממ... עממ... ביי אונז קרעטשמע זיצער'ס איז א גאנץ יאר פורים/פרייליך... אפשר נישט?
און ווער נאך אזוי גוט ווי מיר, זענען מקיים במלוא מובן המולא דעם רמ"א אין סוף הל' פורים, "וטוב לב משתה תמיד?".
אלזא, אונזערע שטענדיגע ראשעקילע וועלן אונז מערצעשעם זיין צו דינסט אין דעם קומענדיגן חודש צוגלייך ווי א גאנץ יאר... וואסי דען ביי אונז אין קרעטשמע א קנפא נימא בין אדר לאב? און אז זיי זענען אונז גוט פאר אדר איז דאך א מכל שכן פאר אב...

אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12466
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.

תגובהדורך צייטליך » דאנארשטאג פאברואר 15, 2007 8:01 pm

די חורבן איז אז, פונקט אין די צייט וואס אלע שטעטלעך און שטעט איבער די וועלט האבן צוויי ראשע קאל'ס, זעמער אינז אבער געבליבן אנא ראש, און אנע קהל, אינזער גרויזאמער ראשעקאל האט אינז איבער געלאזט ממש... כ'וויל נישט זאגן, אליין, יא אליין,
עעעעהה, וואס רעדסטו דאס אזאנע שטותים ? יגר איז דאך דער משנה למלך, די מיינסט אז ער קען נישט? ער וועט זיין אינזער ראשעקאל, שוין טאגליכט,
יאלא, הויב אן צו ארבייטן אויפן "סקיט", (כ'מיין מיזט נישט שטיין ביים ארבייט ממש אויפן סקיט, ס'איז גוט אין דער זייט אויך,) אבער שוין, ווייל ס'איז שוין זייער שפעט, שוין באלד אכט אזייגער, נו שנעל, אבער ס'זאל זיין געלונגען,

אפפפס.ס'שוין אכטע.
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28277
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » דאנארשטאג פאברואר 15, 2007 10:46 pm

זארעכ;

איך הייב דיר נישט אן צו פארשטיין - אדר'דיג גערעדט.

א מנהג ישראל איז ביי דיר א קלייניגקייט? אינדעראלטערהיים פלעגט מען דאך אויפנעמען א פורים רב מיט א פורים קהילה, יעדער איינער האט זיך אונטערגעווארפן מלא קומתו אונטערן פארטוך פונעם נייעם רבי'ן, גאנצע שטעט און דערפער האבן געפארכט פאר א ווארט פון דעם פריש געקרוינטן מארע דאתרע. קומט א קליינער שמענדריק וזרח שמיה, און ער וויל אויסרייסן די גאנצע זאך מיטן שורש, איבערדרייען מיטן עוקץ אויף ארויף, מיט די טענה אז נשתנו העתים? האט מען ביי אייך נישט געלערנט אז צייטן בייטן זיך טאקע אבער די תורה (אין אונזער פאל: די מנהג ישראל תורה) בלייבט שטאנדהאפטיג אויף שטענדיג. מיר רופן אויס מיט פאטאס: מיר וועלן זיך נישט לאזן פארפירן פון די היינטיגע יונגווארג, א באנדע פורקי עול, וועלכע ווילן פון זיך אראפווארפן דעם יאך פונעם פורים רב, אונטערן פרומען מאסקע אז עס פעלט נישט אויס, רחמנא יליצנו, תהיה לא היה, מיר זענען גרייט צו גיין אין קאמף אקעגן די לצים מיטן פרומען פרצוף, מיר וועלן זיי בייקומען, מיטן הילף פון אונזער גרויסער פורים רב, וועמענס אידענטיטעט איז אזוי פארהוילן - אז ער אליין ווייס דאך נאך אויך נישט.

אוועטאר
Jewboy
מלך הייד פארק
תגובות: 418
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 26, 2006 5:30 am
לאקאציע: אונטער דער ערד
פארבינד זיך:

תגובהדורך Jewboy » פרייטאג פאברואר 16, 2007 4:03 am

איך האב ביי מיר עפעס א פורים צעטל פון פאר א יאר, קען איך עס ארויפלייגן, אדער ס'איז נישט אינטרעסאנט שוין?
(RM :TTA. קרעמער)
א גוטן.
א גוטן, קען אלץ צו נוץ קומען

איזאק
שר האלפיים
תגובות: 2313
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 12, 2007 11:55 am

תגובהדורך איזאק » פרייטאג פאברואר 16, 2007 9:21 am

קרעמער ביסטו גוט

זארעכפעפער
שר האלפיים
תגובות: 2167
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 24, 2006 2:28 pm

תגובהדורך זארעכפעפער » פרייטאג פאברואר 16, 2007 9:43 am

אהא... אהא... עפעס א קליינער שמאנדריק?...
נאקעי... נו נו...

און זאג נאר, דו... דו... דו... גרויסער... גרויסער... עממ... עממ... עממ... איך ווייס נישט וואס... אבער... עפעס גרויסער... אה יא... עממ... עממ... גרויסער... עממ... גרויסער צולייגער... וקרעמער שמך.

זאג נאר, דו קענסט ענטפערן בדרא אויך, אדער נאר שלא בדרא?

העמממ... דו גרויסער צולייגער וקרעמער שמך. ביי אונז אין די קרעטשמע איז מען מקיים דעם מנהג ישראל, פון א 'פורים קהלה', מיט איר גאנצן קלאפער געצייג, אלל יער עראונד!.
ביי אונז איז א גאנץ יאר אדר!
כ'מיין איז דען נישט דער אויפגאבע פון אונזער 365'דיגער ראשעקול, אקוראשט די זעלבע אויפגאבע וואס די פורים ראשעקילע דארפן פארשלאגן מיט זיך, עטליסט בימי האדר?...

און ווייסט כעדער זאגן: ער, דער ראשעקול אונזערער, מאכט נאך א בעסערן דזשאב אין חודש אב ווי די אזוי גערופענע מנהגי'דיגע, תפוצת ישראל'דיגע, פורים ראשעקילע דארפן קלאמפערשט אהער שטעלן, עכ"פ אין זייער דינסט-חודש!

זאגמער, דו גרויסער קרעמער צולייגער, ווען האסטו זיך דאס לעצטע מאל, געקייכט, געווארפן, געדרייט, געקייקלט, געשאסן און אויסגעפלאצט פאר א געלעכטער פון א פורים ראשעקאל? און יא איך מיין צו פרעגן אין אדר, הא? זאג מיר?

איך, למשל, האב מער געלאכט פון אונזער ראשעקול'ס ארטיקלען, אין פראסטיגן כסליו אדער אין ברענעדיגן תמוז, צען מיליאן מאל מער ווי די זיסע, שיינע, בעטאמטע, אויסגעדראשענע, אויסגענעבעכטע דזשאוק פונעם זוי גערופענעם בעכיינדלטן פורים ראשעקול אין עצם יום הפורים...

שערטייסטע מער, אויך מער א צולייגער, דער גרויסער האטהזעמ, וקרעמער שמו...

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28277
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » פרייטאג פאברואר 16, 2007 3:20 pm

Jewboy האט געשריבן:איך האב ביי מיר עפעס א פורים צעטל פון פאר א יאר, קען איך עס ארויפלייגן, אדער ס'איז נישט אינטרעסאנט שוין?
(RM :TTA. קרעמער)


ליגט עס נישט אויפן וואנט אין אלט שטאט?

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28277
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » פרייטאג פאברואר 16, 2007 3:22 pm

איזאק האט געשריבן:קרעמער ביסטו גוט


איזאק ביסטו גוט.

----
ס'דערמאנט מיר א מעשה: א איד האט אמאל געשריבן א בריוועלע צו זיין חבר שלום, האט ער אים אריינגעווארפן בדרך מליצה "אתה שלום וביתך שלום וכל אשר לך שלום".

שלום, וועלכער האט נישט געוואלט אויסזען ווי א נאר, האט גענומען דעם זעלבן מליצה און צוריקגעשריבן פאר זיין חבר: "אתה פנחס וביתך פנחס וכל אשר לך פנחס".

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28277
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » פרייטאג פאברואר 16, 2007 3:24 pm

זארעך;

כ'האב געליינט דיינע טענות, איך וועל זיך איבערקלערן ביז נאך שבת (וועלכע?) אויב דו האסט א פונקט.

אוועטאר
abimlaibt
שר שלשת אלפים
תגובות: 3849
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 25, 2006 3:48 pm
לאקאציע: נישט קיין נפק"מ איך זיך ממילא א נייע ס'פלאץ

תגובהדורך abimlaibt » פרייטאג פאברואר 16, 2007 4:13 pm

קרעמער האט געשריבן:
איזאק האט געשריבן:קרעמער ביסטו גוט


איזאק ביסטו גוט.



זענט עטס ביידע גוט.
וויזוי מ'לעבט איז געלעבט. אבי מ'קלעיבט.

אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12589
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

תגובהדורך מאשקע » פרייטאג פאברואר 16, 2007 5:25 pm

abimlaibt האט געשריבן:
קרעמער האט געשריבן:
איזאק האט געשריבן:קרעמער ביסטו גוט


איזאק ביסטו גוט.



זענט עטס ביידע גוט.

אלע דריי.
An article a day keeps the babies away

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28277
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » מוצ"ש פאברואר 17, 2007 9:12 pm

זארעך;

כ'האב זיך איבערגעקלערט, און איך בין געקומען צו דער מסקנא (פארוואס איך בין געקומען צו אים? ער האט פשוט נישט געוואלט קומען צו מיר... האב איך געמאכט א פשרה און געקומען צו אים) אז פונקט ווי די גרויסע שטאט "כעלם" האט זיכער פארמאגט א "שטאטס-נאר", טראצדעם וואס איטליכער איינוואוינער איז געווען ראוי לאותו איצטלא, אזוי קענען מיר רואיג קרוינען א פורים רב מיט א גאנצע פורים קהילה טראצדעם וואס ביי אונז (באנונז בל"ס) איז א גאנץ יאר פורימ.

אוועטאר
ירא שמים
שר חמש מאות
תגובות: 706
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 09, 2007 1:32 am
לאקאציע: פה ק"ק פישפיקלאדיין

תגובהדורך ירא שמים » מוצ"ש פאברואר 17, 2007 9:46 pm

בס"ד

זרח ביזט גערעכט ביי אינז איז טאקע א גאנץ יאר פורים אבער למעשה שטייט משנכנס אדר מרבין בשמחה ווי פריילעך מען איז א גאנץ יאר דארף אדר זיין מער
אויב א גאנץ יאר קאטשקעט מען זיך פאר געלעכטער דארף מען אין אדר זיך איבערקאטשקענען אין אינטערקאטשקענען אנגעהויבען פון יום א' ר"ח אדר ביז ניסן
דערפאר פעלט זיך אויס א פורים קהילה מיט די גאנצע קלאפער געצייג אזוי ווי עס פאסט פאר אזא קהילה קדושה ווי די קרעטשמע וואס די אויגען פין קהילות איבער די גארער וועלט זענען געוואנדען צי אינז צי זען וויזו מען דארף זיך פירען
רב ואב"ד ק"ק פישפיקלאדיין והגלילות

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28277
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » זונטאג פאברואר 18, 2007 1:22 am

ירא שמים האט רעכט, בסתר כבגלוי, א פורים קהל דארף זיין!

אוועטאר
Jewboy
מלך הייד פארק
תגובות: 418
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 26, 2006 5:30 am
לאקאציע: אונטער דער ערד
פארבינד זיך:

תגובהדורך Jewboy » זונטאג פאברואר 18, 2007 10:12 am

קרעמער האט געשריבן:
Jewboy האט געשריבן:איך האב ביי מיר עפעס א פורים צעטל פון פאר א יאר, קען איך עס ארויפלייגן, אדער ס'איז נישט אינטרעסאנט שוין?
(RM :TTA. קרעמער)


ליגט עס נישט אויפן וואנט אין אלט שטאט?


קען זיין, כ'דענק נישט, אבער ערגעץ ווייסיך איז עס זעכער
א גוטן.

א גוטן, קען אלץ צו נוץ קומען

אוועטאר
יגרסהדותא
מ. ראש הקהל
תגובות: 3682
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 03, 2006 10:14 am
לאקאציע: קאר וואש

תגובהדורך יגרסהדותא » זונטאג פאברואר 18, 2007 12:57 pm

שיינע הלל געווען, ב"ה, דער בעל תפלה האט פרובירט צו זינגן דעם משנכנס ניגון, נו גאנץ שווערליך, און אויף אונז האט ער געטייטלט מיט די פינגער, לאמר: נו, העלפטס שוין ארויס

אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12466
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.

תגובהדורך צייטליך » זונטאג פאברואר 18, 2007 4:19 pm

ביינונז איז עס געווען שרעקליך קאטסראפאל,

דער בעל תפלה, גראדע יא א לעבעדיגער אינגערמאן, האט אנגעפאנגון הללו מיט א געהעריגן ניגון, ביים צווייטן יאמר נא האט ער אנגעפאנגען דעם ליהודים ניגון, מער ווי דאס האט נישט אויסגעפעלט, ס'איז וואר געווארן ליהודים דארט, די אלע עלטערע (ערנסטע בלע"ז) מענטשן פון די מנין האבן געפענט א העפטיגן ווידערשטאנד און דריימאל אזוי הויעך ווי פריעט גענימען זינגען די אלטע ניגון, און אנגעקוקט מיט ביטול די פאר אינגאטשעס וואס ווילן פארוואנדלען אזא הייליגען דאווענען און א שטיק הולולות עפ"ל, "ס'איז דא א חילוק צווישן פרייליכקייט און הולולות" האבן איינע פון די יודן מסביר געווען בטוב טעם, ס'איבעריג צו זאגן אז דער בעל תפלה האט געדארפט פארלאזן דאס ברעטל פאר מוסף, ווי די יודן האבן מורא געהאט אז אפשר ערגעץ ווי אינדערמיט פון שמנה עשרה וועט דער בעל תפלה אויסשרייען "ותערב" נוסח מוסף שמחת תורה,

הקיצור, ס'נישט אזוי גרינג צוציקימען צום שמחה..
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.

אוועטאר
ירא שמים
שר חמש מאות
תגובות: 706
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 09, 2007 1:32 am
לאקאציע: פה ק"ק פישפיקלאדיין

תגובהדורך ירא שמים » זונטאג פאברואר 18, 2007 9:27 pm

בס"ד

אקעי מען דארף קרוינען א פורים רב
ווער האט א ווייסע שטריימעל
א סטראקעס בעקעשע
א גאלדענע שטעקען
א פעלץ
א ווייסע פערד
רב ואב"ד ק"ק פישפיקלאדיין והגלילות

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14185
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

תגובהדורך שוועמל » מאנטאג פאברואר 19, 2007 12:51 am

א פערד האב איך
א שטעקן אבער נישט גאלד
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)

אוועטאר
סאכדעס
שר עשרים אלפים
תגובות: 20443
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע: אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

תגובהדורך סאכדעס » מאנטאג פאברואר 19, 2007 2:17 pm

ירא שמים האט געשריבן:בס"ד

זרח ביזט גערעכט ביי אינז איז טאקע א גאנץ יאר פורים אבער למעשה שטייט משנכנס אדר מרבין בשמחה ווי פריילעך מען איז א גאנץ יאר דארף אדר זיין מער
אויב א גאנץ יאר קאטשקעט מען זיך פאר געלעכטער דארף מען אין אדר זיך איבערקאטשקענען אין אינטערקאטשקענען אנגעהויבען פון יום א' ר"ח אדר ביז ניסן
דערפאר פעלט זיך אויס א פורים קהילה מיט די גאנצע קלאפער געצייג אזוי ווי עס פאסט פאר אזא קהילה קדושה ווי די קרעטשמע וואס די אויגען פין קהילות איבער די גארער וועלט זענען געוואנדען צי אינז צי זען וויזו מען דארף זיך פירען


ווער זאגט אז ביז ניסן.?

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28277
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » מאנטאג פאברואר 19, 2007 2:20 pm

סאכדעס האט געשריבן:
ירא שמים האט געשריבן:בס"ד

זרח ביזט גערעכט ביי אינז איז טאקע א גאנץ יאר פורים אבער למעשה שטייט משנכנס אדר מרבין בשמחה ווי פריילעך מען איז א גאנץ יאר דארף אדר זיין מער
אויב א גאנץ יאר קאטשקעט מען זיך פאר געלעכטער דארף מען אין אדר זיך איבערקאטשקענען אין אינטערקאטשקענען אנגעהויבען פון יום א' ר"ח אדר ביז ניסן
דערפאר פעלט זיך אויס א פורים קהילה מיט די גאנצע קלאפער געצייג אזוי ווי עס פאסט פאר אזא קהילה קדושה ווי די קרעטשמע וואס די אויגען פין קהילות איבער די גארער וועלט זענען געוואנדען צי אינז צי זען וויזו מען דארף זיך פירען


ווער זאגט אז ביז ניסן.?

ירא שמים

אוועטאר
סאכדעס
שר עשרים אלפים
תגובות: 20443
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע: אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

תגובהדורך סאכדעס » מאנטאג פאברואר 19, 2007 2:21 pm

קרעמער האט געשריבן:
סאכדעס האט געשריבן:
ירא שמים האט געשריבן:בס"ד

זרח ביזט גערעכט ביי אינז איז טאקע א גאנץ יאר פורים אבער למעשה שטייט משנכנס אדר מרבין בשמחה ווי פריילעך מען איז א גאנץ יאר דארף אדר זיין מער
אויב א גאנץ יאר קאטשקעט מען זיך פאר געלעכטער דארף מען אין אדר זיך איבערקאטשקענען אין אינטערקאטשקענען אנגעהויבען פון יום א' ר"ח אדר ביז ניסן
דערפאר פעלט זיך אויס א פורים קהילה מיט די גאנצע קלאפער געצייג אזוי ווי עס פאסט פאר אזא קהילה קדושה ווי די קרעטשמע וואס די אויגען פין קהילות איבער די גארער וועלט זענען געוואנדען צי אינז צי זען וויזו מען דארף זיך פירען


ווער זאגט אז ביז ניסן.?

ירא שמים



שערקויעך פאר'ן אויספלאץ.

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28277
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » מאנטאג פאברואר 19, 2007 2:23 pm

סאכדעס האט געשריבן:
קרעמער האט געשריבן:
סאכדעס האט געשריבן:
ירא שמים האט געשריבן:בס"ד

זרח ביזט גערעכט ביי אינז איז טאקע א גאנץ יאר פורים אבער למעשה שטייט משנכנס אדר מרבין בשמחה ווי פריילעך מען איז א גאנץ יאר דארף אדר זיין מער
אויב א גאנץ יאר קאטשקעט מען זיך פאר געלעכטער דארף מען אין אדר זיך איבערקאטשקענען אין אינטערקאטשקענען אנגעהויבען פון יום א' ר"ח אדר ביז ניסן
דערפאר פעלט זיך אויס א פורים קהילה מיט די גאנצע קלאפער געצייג אזוי ווי עס פאסט פאר אזא קהילה קדושה ווי די קרעטשמע וואס די אויגען פין קהילות איבער די גארער וועלט זענען געוואנדען צי אינז צי זען וויזו מען דארף זיך פירען


ווער זאגט אז ביז ניסן.?

ירא שמים



שערקויעך פאר'ן אויספלאץ.

שערקויעך פארן געבן דעם געלעגנהייט.

שטאטס נער
שר מאה
תגובות: 147
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 16, 2007 3:22 pm

תגובהדורך שטאטס נער » מאנטאג פאברואר 19, 2007 2:26 pm

קרעמער האט געשריבן:זארעך;

כ'האב זיך איבערגעקלערט, און איך בין געקומען צו דער מסקנא (פארוואס איך בין געקומען צו אים? ער האט פשוט נישט געוואלט קומען צו מיר... האב איך געמאכט א פשרה און געקומען צו אים) אז פונקט ווי די גרויסע שטאט "כעלם" האט זיכער פארמאגט א "שטאטס-נאר", טראצדעם וואס איטליכער איינוואוינער איז געווען ראוי לאותו איצטלא, אזוי קענען מיר רואיג קרוינען א פורים רב מיט א גאנצע פורים קהילה טראצדעם וואס ביי אונז (באנונז בל"ס) איז א גאנץ יאר פורימ.


וואס??

איך האב געהאט א פיליניג אז איינער רעדט פין מיר, כאב געוואלט זיכער מאכען אז כאב עס געטראפן, אין איך דארף עס מער נישט זיכען


צוריק צו “היימישע קרעטשמע”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 10 געסט