פורים'דיגע וואלען
די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער
פורים'דיגע וואלען
בס"ד
אדרבה וואס איז אייער מיינונג
אדרבה וואס איז אייער מיינונג
לעצט פארראכטן דורך ירא שמים אום דאנערשטאג פעברואר 08, 2007 11:33 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
- מעסטערמיינד
- שר האלף
- תגובות: 1514
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 5:35 pm
מעסטערמיינד האט געשריבן:סארי איך קען נישט שטימען ווייל עס פעלט מיין אפשען, דהיינו, פורים איז פון מיינע געציילטע אנגעזעצטע טעג פון יאר, סארי.
מעסטערמיינד איך גלייב נישט וואס מיינע אויגען ליינען א יודיש קינד זאל פורים זיין "אנגעזעצט"
אין בכלל וועלעכע מענטש איז נישט אנגעזעצט א גאנץ יאר, פסח איז מען אנגעלאנט, אין א גאנץ יאר אנגעזעצט, איז ממילא בין איך דיר דן לכף זכות אז דאס האסטו געמיינט, אז פורים לאנסטו דיר נישט אן אויב אזוי, קומט אויס ,אז אויב די ביסט נישט מקיים עד דלא ידע מיט זיך אנלאנען (צילייגען) אין שלאפען אביסעל,איז מסתם טרינקסטו דיר אן אין די ווערסט שיכור ווי לוט ,אין ביסט אזוי מקיים דעם עד דלא ידע, אין אויב אזוי איז ווייטער שווער וויזו קענסטו זאגען אויף זיכער אז די ביסט אנגעזעצט
ווען די ביזט שיכור האסטו דאך נישט קיין קאנטראל אויף דיינע מעשים אין די געדענקסט אפילו נישט וואס די טוהסט אין זאגען אז די טרינקסט נישט אין די ביסט טאקע נישט מקיים עד דלא ידע ,וויל איך דיר נישט חושד זיין ,אבער אויב עס איז אזוי די מעשה, אין אנגעזעצט מיינסטו טאקע פשוטו כמשמעו,
דאן פארשטיי איך שוין פארוואס די ביסט אנגעזעצט ווייל די טרינקסט נישט, נו נעם דיר צים ביטערען טראפען, פאר פורים גיי צים מקוה יוד טוה פין עים פארלאנגען מיט די פיהלסטע מאס שטרענגקייט ער זאל דיר געבען אזא וויין וואס איז מסוגל צי פייטען אנגעזעצטקייט
לייג עס אריין אין ביזעם טאש ,היט עס אז א גוי זאל עס ח"ו נישט זעהן
,אין פורים אינדערפרי נאכען דאווענען ווען די קומסט אהיים געב ארויס א באפעהל אז מען זאל דעקען דעם טיש כסעודת שלמה
זעץ זיך צים טיש כמלך במסיבו, זאג א לשם יחוד מיט אלע כוונות, נעם ארויס דעם אוצר פינעם ביזעם טאש ,מאך קידוש מיט א הייליגען ברען אין נאכדעם טרינק אין טרינק אין טרינק אין טרררררייייינננקקקק
וועסט שוין נישט וויסען קיין חילוק פין אנגעזעצט אין אנגעלאנט ס'וועט דיר ווערען פרייליך אויפען הארצען והעיר שושן צהלה ושמחה
- שוועמל
- שר עשרת אלפים
- תגובות: 14264
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
- לאקאציע: גידולו בכל מקום
מעסטערמיינד האט געשריבן:סארי איך קען נישט שטימען ווייל עס פעלט מיין אפשען, דהיינו, פורים איז פון מיינע געציילטע אנגעזעצטע טעג פון יאר, סארי.
מעסטער ! אקוראשט דאס האב איך געוואלט שרייבן !!
פורים איז ביי מיר איין אנגעזעצטער טאג וואס איז נישטא זיינס גלייכן !! איך ווייס נישט פארוואס, איך וויל נאר ס'זאל דורכגיין ווי אמשנעלסטן.
גלייב מיר, יום כיפור האב איך אסך בעסער ליב ווי פורים.
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)
שוועמל האט געשריבן:מעסטערמיינד האט געשריבן:סארי איך קען נישט שטימען ווייל עס פעלט מיין אפשען, דהיינו, פורים איז פון מיינע געציילטע אנגעזעצטע טעג פון יאר, סארי.
מעסטער ! אקוראשט דאס האב איך געוואלט שרייבן !!
פורים איז ביי מיר איין אנגעזעצטער טאג וואס איז נישטא זיינס גלייכן !! איך ווייס נישט פארוואס, איך וויל נאר ס'זאל דורכגיין ווי אמשנעלסטן.
גלייב מיר, יום כיפור האב איך אסך בעסער ליב ווי פורים.
שוועמעל לויט ווי עס קוקט אויס פין דיין בילד איז ביי דיר א גאנץ יאר פורים
- מעסטערמיינד
- שר האלף
- תגובות: 1514
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 5:35 pm
איך גלייב דאס נישט, אידען רחמנים בני רחמנים, ליינען אזעליכע תגיבות, פון מעסטער און פון שוועמעל, אין עס איז נאך קיינעם נישט איינגעפאלען צי ארגענעזירען א גרופע משמחי לב, אריבערציקימען צי זיי אום פורים, זיי אויפצילעבען, הזאת נעמי?
עס איז מיר איינגעפאלען א גיטע פורים תורה צי פאענטפערען די צוויי שווערע תגיבות, היות מיר מיינען דאך אז פורים איז אלעס ונהפוך הוא, קאן זיין אז דאס איז פשט אין זייערע ווערטער, אז פורים איז די פרייליכסטע טאג אין יאר פאר זיי, ודו"ק

דיסקליימער: ווען איך מאך א ספעלינג טעות, איז דאס נישט דיירעקט, עס פשוט א טעות.
- יגרסהדותא
- מ. ראש הקהל
- תגובות: 3686
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 03, 2006 10:14 am
- לאקאציע: קאר וואש
יוי איך בעט ענק, אנגעזעצט? אפשר דערשראקן, דאס יא. די לעצטע דריי יאר דרייוו איך ארום היבש בגילופין, יעדעס יאר פאר פורים מאך איך מיך א קבלה אז ווען איך ווער שיכור וועל איך נישט דרייווען, אבער איך ווער דאך נישט שיכור, איך ווער זייער אויפגעלייגט און איך שפיר נישט גענוג זיכער אז איך זאל מוזן אויפגעבן דאס וועגעלע וואס גליטשט זיך אזוי שיין אויף די גאסן, און איך בין בלויז דערשראקן אז די פאליציי זאלן מיך נישט פארטוישן פאר א שיכור.
פאראיאר "קיינמאל מער נישט געדאכט, איך זאג צו", האב איך אהיימגעדרייווט פון וומ"ס און גארנישט, מיין ווייב האט אזוינס געכאפט פון מיין שוויגער שפעטער (איינמאל א שוויגער..) זי זאגט איך האב אויסגעזען נארמאל (חחאחאחאחא... נאך נארמאל אויך..) איך האב נאר געדרייוועט זייער שטאט, 35-40 אויף די הייוועי, גראדע דאס געדענק איך אויך.. איך האב געוואוסט איך מוז מיך האלטן צו א לוי ספיד, ווייל טאמער נישט, אוי אוי
אקיצור, ווען פורים דרייעט זיך צווישן די פיס, בין איך דערשראקן, אבער אנגעזעצט? הער איך גוט?

- סאכדעס
- שר שלשים אלף
- תגובות: 31438
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
- לאקאציע: אלעמאל נאנט צו התאחדות
- פארבינד זיך:
נע יאך הגם כ'האלט א_ווי יגר'ל אז מ'קען דרייוון אויב איז מען נאר גוט אויפגעלייגט, אבער אלץ הרחק מן הכיעור והדומה לו, פון די ערשטע גלעזל, ריר איך נישט דאס רעדל. כ'וויל נישט דארפן וויינען אויף צוריק. כ'זאג נישט, מוצאי, ווען מ'ווערט שוין ניכטער, יעמאלט וואג איך זיך יא צו נעמן דאס רעדל אין די האנט אריין, פארשטייט זיך אויב זעה איך אז כ'בין ביי מיר, מ'קען רעדן צו מיר איבער געלט וכדומ'.
געוואוט האביך נישט, פשוט כ'פארשטיי נישט די פראגע, וואסעשאלע וואס כאב בעסער ליב? ווייסעך דען? כאב גארניש ליב, א שטייגער וואס האסטו בעסער ליב, די טלית אדער די תפילין? כ'מיין וואס דארף איך אפילו טראכטן?
געוואוט האביך נישט, פשוט כ'פארשטיי נישט די פראגע, וואסעשאלע וואס כאב בעסער ליב? ווייסעך דען? כאב גארניש ליב, א שטייגער וואס האסטו בעסער ליב, די טלית אדער די תפילין? כ'מיין וואס דארף איך אפילו טראכטן?
לעצט פארראכטן דורך סאכדעס אום פרייטאג פעברואר 09, 2007 12:55 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
גאליציאנער האט געשריבן:שוועמל האט געשריבן:מעסטערמיינד האט געשריבן:סארי איך קען נישט שטימען ווייל עס פעלט מיין אפשען, דהיינו, פורים איז פון מיינע געציילטע אנגעזעצטע טעג פון יאר, סארי.
מעסטער ! אקוראשט דאס האב איך געוואלט שרייבן !!
פורים איז ביי מיר איין אנגעזעצטער טאג וואס איז נישטא זיינס גלייכן !! איך ווייס נישט פארוואס, איך וויל נאר ס'זאל דורכגיין ווי אמשנעלסטן.
גלייב מיר, יום כיפור האב איך אסך בעסער ליב ווי פורים.
שוועמעל לויט ווי עס קוקט אויס פין דיין בילד איז ביי דיר א גאנץ יאר פורים
גילוי דעת די בילד (שוועמעל'ס)איז געטוישט געווארען נאך די דאזיגע תגובה
סאכדעס האט געשריבן:נע יאך הגם כ'האלט א_ווי יגר'ל אז מ'קען דרייוון אויב איז מען נאר גוט אויפגעלייגט, אבער אלץ הרחק מן הכיעור והדומה לו, פון די ערשטע גלעזל, ריר איך נישט דאס רעדל. כ'וויל נישט דארפן וויינען אויף צוריק. כ'זאג נישט, מוצאי, ווען מ'ווערט שוין ניכטער, יעמאלט וואג איך זיך יא צו נעמן דאס רעדן אין די האנט אריין, פארשטייט זיך אויב זעה איך אז כ'בין ביי מיר, מ'קען רעדן צו מיר איבער געלט וכדומ'.
אז ס'גוט אז ס'גוט.
-------
יגר;
ס'דאך באקאנט די מאמר העולם: פריינט לאזן נישט פריינט דרייוון שיכור, על כן, היי יאר, אויב זאלסטו זיך צוזאמטרעפן מיט מיר ווי פאראיאר, וועסטו אי"ה אוועקגיין בגפו, אן דיינע קאר שליסלעך!
- איך_הער
- סעקרעטאר
- תגובות: 18580
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
- לאקאציע: אין אפיס
- פארבינד זיך:
איך קען ממש נישט פארשטיין אזא זאך ווי פורים אנגעזעצט, רבותי, אונזערע חברים דארפן הילף, ס'איז נישט קיינע מעשיות, איר ווייסט וואס דאס מיינט פורים אנגעזעצט? איך האב עס געהאט איינמאל אדער צוויי, ווען איך בין געווען אויף מעדיקעישן און איך האב נישט געקענט טרינקען, אבער אין א יאר ווען מ'קען טרינקען, ווי אזוי קען מען דען זיין אנגעזעצט?
וועגן דרייוון פון די רגע איך הייב אן צו טרינקען, טאטש איך מער נישט קיין רעדל ביז ביינאכט און אסאך מאל ביזן נעקסטן אינדערפרי.
וועגן דרייוון פון די רגע איך הייב אן צו טרינקען, טאטש איך מער נישט קיין רעדל ביז ביינאכט און אסאך מאל ביזן נעקסטן אינדערפרי.
- סאכדעס
- שר שלשים אלף
- תגובות: 31438
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
- לאקאציע: אלעמאל נאנט צו התאחדות
- פארבינד זיך:
קרעמער ארלעדיגט, שוין, כ'על עס פאריכטן.
ביין מיר איין יאר האבן מיינע שוואגערס געוואלט מיר צונעמן מיינע שליסלעך, אזעכע חכמים ווי קרעמער וכדומה להם, כאילו נאר זיי קענען זיך באהערשן, און אנדערע נישט. אבער בלא, מיינע שליסלעך זענען נישט ארויס פון מיר. זענען זיי אויפגעקומען מיט א ווילד חידוש, דהיינו, זיי וועלן מיר בעטן אז כ'זאל עפענען די קאר ווייל די רביצין דארף עפעס וויכטיג פון קאר. נו, דאס איז נישט קיין פראבלעם, האביך געפענט די אויטא פאר זיי. זענען זיי געגאנען און געפענט די הא"ד בלע"ז, און רעליסט די בעטערי, אזוי אז כ'זאל עס נישט קענען אנצינען. מורא'דיג, זייער זיס. כאילו כ'בין א קליין קינד, און כ'ווייס נישט אז כ'בין אנגעטרונקן און כ'קען נישט דרייוון. פארשטייט זיך אז שושן פורים אינדערפרי, ווען כאב זיך געאיילט צו כאפן זמן תפלה מנין, ביניך געוועזן פארנומען אריינצולייגן די ווייערס צוריק אין די בעטערי. ועל זה אמר הכתוב: זארג דיר נישט פאר א צווייטן, און רשי אויפן פלאץ זאגט: טוה נישט קיין אומגעבעטענע טובות.
ניטאמאל האבן די גוטע ידידים מיינע געפילט פאר וויכטיג מיר צוזאגן א טאג שפעטער וואסערע גרויסע חכמה זיי האבן אויפגעטוהן. כ'רעדט שוין נישט פון דעם, אז ס'איז געווען א געדינגענע אויטא, און כאב אפילו נישט געוואוסט וואס האט פאסירט אז ס'צינד זיך נישט אן. די בלוט איז מיר ארויפגקומען אין קאפ שרעקענדיג זיך פאר די קאנסקעווענצן.
אלזא צו וואס ארויסברענגן דעם גאנצן אנגעווייטאגטע שושן פורים פון יענץ יאר? אבער א רוף צו קרעמער און צו אלע בדומה לו'ס, ביטע זארגט אייך נישט, די דרייווערס האלטן זיך נאך אזוי געלערנט ווי איר האלט אז איר זענט געלערנט שטודירט קלוג. לאזט אנדערע אידן אויך האבן א שמחת פורים.

פקודתו פון התאחדות שמרה רוחי!
אפריון נמטייה פאר סאכדעס'נס זיסע שוואגערלעך, וואס מיט זייער גרויס חכמה האבן זיי פארמיטן א טראגישן אינצידענט, וואס וואלט פון אונז אוועקגענומען רח"ל דעם גרעסטן שרייבער (תרתי משמע) פון היימישע קרעטשמע.
אי"ה היי יאר געזונטערהייט, מיט פרישע כוחות (מאחורי הקלעים קומט די ידיעה אז היי יאר וועט מען דיר ארונטערנעמען די רעדנער [ליין: רעדלעך]).
אי"ה היי יאר געזונטערהייט, מיט פרישע כוחות (מאחורי הקלעים קומט די ידיעה אז היי יאר וועט מען דיר ארונטערנעמען די רעדנער [ליין: רעדלעך]).
איך נעם געוועליך מיט צווי פאר פין מיינע שליסלעך, איינס לייג איך אויף די הויזען און די צוויטע פאר שליסלעך לייג איך אין טאש. אבער גלייך ווען איך גיס אן די ערשטע כוס גיב איך פאר מיין אידענע איין פאר פין מיינע שליסלעך און מיט דעם קויף איך איר אינטער,
הגם איך דרייוו נישט ווען איך קען מער נישט, אבער ווען איך קאן נאך יא דרייוו איך יא, פרשטייט זיך נאר אויב עס איז וויכטיג
הגם איך דרייוו נישט ווען איך קען מער נישט, אבער ווען איך קאן נאך יא דרייוו איך יא, פרשטייט זיך נאר אויב עס איז וויכטיג
דיסקליימער: ווען איך מאך א ספעלינג טעות, איז דאס נישט דיירעקט, עס פשוט א טעות.