זוכט א גרינגען גוטן וויין פאר פורים

געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'

די אחראים: אחראי, געלעגער

די קאץ ארויס פון זאק
שר חמישים ומאתים
תגובות: 464
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 02, 2011 8:38 pm

זוכט א גרינגען גוטן וויין פאר פורים

תגובהדורך די קאץ ארויס פון זאק » דינסטאג מארטש 08, 2011 9:57 pm

אלץ אזא איינער וואס איז נישט א טרינקער און נישט א רייכער,
אוך היס נאך יעצט ביים זיך דערמאנען ווען עס האט מיר אמאל אנגעפאקט צו טרייען צו פארזיכען דעם טעם פונעם ציגרעטל
וויין איז נישט בעסער ביי מיר יעדע שלונג פאלגט נאך צוויי ברעכערס בכפלים איינס פארן שמעק און איינס פארן פאקטישע טרונק
עס איז ממש א א ירידה לצורך עליה
איך טריי מיין בעסט אבער ווען עס ארבעט אוי ווי גוט איז עס ,עס לוינט זיך אלס ,
איך זיך א א פיינע וויין וואס זאל טעסטן סימעלער צו גרעפ דשוס אין מיך מאכן שיכור ווי מיין פעטער אייזיק אין מיין שכן אפרים וואס טרינקט ביי יעדע לחיים וויפעל איך ביי פסח ביידע סדרים צוזאם
בקיצור מיבונים קומסט אפיער בהאלטס נישט גארנישט :?: :P
לעצט פאראכטן דורך די קאץ ארויס פון זאק אום זונטאג מארטש 13, 2011 10:10 pm, פאראכטן געווארן 2 מאל סך הכל.

איך וויל פארשטיין
שר חמישים ומאתים
תגובות: 451
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 14, 2010 7:51 pm

תגובהדורך איך וויל פארשטיין » דינסטאג מארטש 08, 2011 10:35 pm

די קאץ ארויס פון זאק האט געשריבן:אלץ אזא איינער וואס איז נישט א טרינקער און נישט א רייכער, אוך היס נאך יעצט ביים זיך דערמאנען ווען עס האט מיר אמאל אנגעפאקט צו טרייען צו פארזיכען דעם טעם פונעם ציגרעטל וויין איז נישט בעסער ביי מיר יעדע שלונג פאלגט נאך צוויי ברעכערס בכפלים איינס פארן שמעק און פארן פאקטישע טרונק ממש א א ירידה לצורך עליה איך טריי מיין בעסט אבער ווען עס ארבעט אוי ווי גוט איז עס ,עס לוינט זיך אלס ,איך זיך א א פיינע וויין וואס זאל טעסטן סימעלער צו גרעפ דשוס אין מיך מאכן שיכור ווי מיין פעטער אייזיק אין מיין שכן אפרים וואס טרינקט ביי יעדע לחיים וויפעל איך ביי פסח ביידע סדרים צוזאם בקיצור מיבונים קומסט אפיער בהאלטס נישט גארנישט :?: :P


טרינקען האט עפעס מיט רייכערן?

אוועטאר
לובלין
שר חמש מאות
תגובות: 523
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 29, 2010 5:05 pm

תגובהדורך לובלין » דינסטאג מארטש 08, 2011 10:50 pm

וואס טוט זיך מיט דראגס?

אוועטאר
איזעי
שר האלף
תגובות: 1533
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 21, 2011 5:30 pm
לאקאציע: אויפן שטאק

תגובהדורך איזעי » מיטוואך מארטש 09, 2011 12:53 am

איין וויין איז דא וואס איך נוץ וואס האט א גאנץ נאנטע טעם צו גרעיפדזשאוס איך געדענק שוין נישט פונקטליך וויאזוי עס הייסט דאכט זיך בלאש קאנקארד, אבער עס איז נישט אזוי שטארק, און אויך איז עס א זיסע וויין וואס איז געווענליך נישט גוט אויף זיך אנצוטרינקען. בכלל ווייס איך נישט וויפיל מען דארף טרינקען דערפון צו ווערן שיכור.

אוועטאר
חיים'קע
שר חמישים
תגובות: 96
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 08, 2011 6:07 am
לאקאציע: אינעם שול הויף

תגובהדורך חיים'קע » מיטוואך מארטש 09, 2011 9:49 am

איך בין נישט פון די גרויסע מיבונים וועמען די לאדענסט דא איין,
אבער א ווארט האב איך פארט רעכט צו זאגן.

קדם האט עטליכע יאר צוריק ארויסגעגעבן א ליכטיגע וויין מיטן נאמען 'קאנקארד קאל', ס'איז א דריי פראצענטיגע וויין, ספעציעל פאר די וואס דערהייבן נישט קיין שטערקערע.
איך פערזענדליך האב עס דעמאלטס פארזיכט און נישט אזוי געגליכן צוליב א שטיקל זויערע נאך-טעם.

פאר דיר וואלט לכאורה גיט געווען א 'ליכטיגע' שוואכע וויין, וואס האט מער א זיסערע טעם.

די בלאש פון וואס איזעי רעדט, איז גראדע נישט קיין ווייטע טעם פון גרעיפ דזשוס, ס'איז אבער א זיבן אדער ניין פראצענטיגע.

ביקסאד
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4030
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 25, 2008 7:00 pm
לאקאציע: נעבן סאטמאר

תגובהדורך ביקסאד » מיטוואך מארטש 09, 2011 10:03 am

ועמך כולם צדיקים

אוועטאר
איזעי
שר האלף
תגובות: 1533
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 21, 2011 5:30 pm
לאקאציע: אויפן שטאק

תגובהדורך איזעי » מיטוואך מארטש 09, 2011 10:15 am

חיימ'קע, ער זוכט נישט קיין שוואכע וויין, ער זוכט א וויין וואס האט א נאנטע טעם צו גרעיפדזשאוס, און עס וועט אים שיכור מאכן, איך מיין אז בלאש קאנקארד ענפערט אויף דעם, אבער ווי איך האב שוין געשריבן קען זיין אז מען דארף טרינקען דערפון זייער אסאך אויף צו ווערן שיכור, און עס קען מאכן ברעכן, וויבאלד עס איז פארזיסטע וויין.

אויסער דעם האט מען מיר אויסגעלערנט אז אויב טרינקט מען צוויי דריי מיני וויין, דאן ארבעט עס נישט, מען מוז טרינקען נאר די זעלבע וויין, ביז מען ווערט שיכור, איך פערזענליך בין נאך קיינמאל נישט שיכור געווען, ממילא קען איך נישט רעדן פון עקספיריענס.

your friend
שר חמש מאות
תגובות: 606
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 09, 2009 3:53 pm

תגובהדורך your friend » מיטוואך מארטש 09, 2011 11:34 am

בלאש מיט קאנקארד קל ודומיהן וועלן דיר נישט מאכען שיכור פון איין כוסה, און ווי איך פארשטיי האסטו נישט ליב די טעם דערפון נאר די פועל יוצא, א יא??? איז אויב אזוי פרוביר צו שיכור'ן אויף ברוינפען וואס נאך אפאר אנסעס וועסטו ווערן פרייליך אין דערנאך ברויכסטע שוין נישט טרינקען קיין סאך אויף צו ווערן ערענסט שיכור. אבער הוה זהיר געב שטארק אכטונג נישט צו טרינקען דערנאך וויין ווייל חמירא סכנתא מאיסורא!

אוועטאר
קעלנער
שר חמש מאות
תגובות: 839
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 18, 2009 4:34 pm

תגובהדורך קעלנער » מיטוואך מארטש 09, 2011 11:50 am

לויט רש"י איז מען נישט יוצא מיט ברוינפן.

באמבאסטיש
שר האלף
תגובות: 1765
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 22, 2010 12:46 pm

תגובהדורך באמבאסטיש » מיטוואך מארטש 09, 2011 11:54 am

פארוואס נישט? ס'הייסט אויך יין = "יין שרף".

אוועטאר
קעלנער
שר חמש מאות
תגובות: 839
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 18, 2009 4:34 pm

תגובהדורך קעלנער » מיטוואך מארטש 09, 2011 11:56 am

און אז איך גיי מארגן מאכן א געטראנק און עס א נאמען געבן יין מתוק וועט מען אויך קענען יוצא זיין מיט דעם?

באמבאסטיש
שר האלף
תגובות: 1765
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 22, 2010 12:46 pm

תגובהדורך באמבאסטיש » מיטוואך מארטש 09, 2011 12:19 pm

אז דו פארשטייסט נישט אויף דעם וועג וועל איך דיר ענטפערן אויף א צווייטע וועג.

אין נימוקי או"ח שטייט אז דאס וואס רש"י זאגט "ביין" האט ער נישט געמיינט בדוקא, וה"ה אז מען איז יוצא בשאר משקאות המשכרים.

און אזוי אויך אין שו"ע ווערט נישט געפ'סק'נט להלכה אז עס מוז זיין דוקא ביין.

אוועטאר
איזעי
שר האלף
תגובות: 1533
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 21, 2011 5:30 pm
לאקאציע: אויפן שטאק

תגובהדורך איזעי » מיטוואך מארטש 09, 2011 12:44 pm

your friend האט געשריבן:בלאש מיט קאנקארד קל ודומיהן וועלן דיר נישט מאכען שיכור פון איין כוסה, און ווי איך פארשטיי האסטו נישט ליב די טעם דערפון נאר די פועל יוצא, א יא??? איז אויב אזוי פרוביר צו שיכור'ן אויף ברוינפען וואס נאך אפאר אנסעס וועסטו ווערן פרייליך אין דערנאך ברויכסטע שוין נישט טרינקען קיין סאך אויף צו ווערן ערענסט שיכור. אבער הוה זהיר געב שטארק אכטונג נישט צו טרינקען דערנאך וויין ווייל חמירא סכנתא מאיסורא!

נישט ריכטיג, ער שרייבט קלאר אז דער טעם איז זיין פראבלעם, ער וויל האבן דעם טעם, מיט דעם פועל יוצא, ברוינפן וועט ער נישט קענען טרינקען, אויב קען ער נישט טרינקען קיין וויין.

קאץ, קאץ, ארויס פון די זאק!
ביטע לאז דיך הערן, דער עולם איז זיך מתווכח וואס דו ווילסט, זאג צו דו ביסט צופרידן מיט די פארשלאגן, אויב יא וואספארא פארשלאג איז אקצעפטירבאר, און אויב נישט וואס איז שלעכט מיט די פארשלאגן און וואס קען מען דיר העלפן.

your friend
שר חמש מאות
תגובות: 606
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 09, 2009 3:53 pm

תגובהדורך your friend » מיטוואך מארטש 09, 2011 1:25 pm

אפשר גאר זאלסטע פרובירן צו שיכור'ן אויף גאר שטארקע סעלצער.
ביי מיין ברודער פון כיתה ט האט עס איין יאר געארבערט.

אוועטאר
קעלנער
שר חמש מאות
תגובות: 839
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 18, 2009 4:34 pm

תגובהדורך קעלנער » מיטוואך מארטש 09, 2011 1:34 pm

באמבאסטיש האט געשריבן:אז דו פארשטייסט נישט אויף דעם וועג וועל איך דיר ענטפערן אויף א צווייטע וועג.

אין נימוקי או"ח שטייט אז דאס וואס רש"י זאגט "ביין" האט ער נישט געמיינט בדוקא, וה"ה אז מען איז יוצא בשאר משקאות המשכרים.

און אזוי אויך אין שו"ע ווערט נישט געפ'סק'נט להלכה אז עס מוז זיין דוקא ביין.

דער חיי אדם שרייבט די טעם פארוואס מ'טרינקט וויין איז וויבאלד די גאנצע נס איז געשען דורך טרינקען וויין, די נס איז נישט געשען דורך טרינקען ברוינפען.

באמבאסטיש
שר האלף
תגובות: 1765
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 22, 2010 12:46 pm

תגובהדורך באמבאסטיש » מיטוואך מארטש 09, 2011 1:35 pm

דו טרינקסט ביידע? אין דיין בילד איז דא צוויי גלעזלעך, איינס מיט בראנפען און איינס מיט וויין.
לעצט פאראכטן דורך באמבאסטיש אום מיטוואך מארטש 09, 2011 1:36 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אוועטאר
משיח
שר האלפיים
תגובות: 2772
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 22, 2009 1:09 pm

תגובהדורך משיח » מיטוואך מארטש 09, 2011 1:35 pm

שטייט ווייט פון זיסע וויין אום פורים, ס'איז טאקע גוט אויף בשעת מעשה, אבער די נאכווייען זענען געפערליך.
Professional bookkeeping for your small business
benyomin@thebookkeepingpro.com | 347-708-2079

אוועטאר
שמערי בערי
ראש הקהל
תגובות: 8769
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 28, 2008 4:40 pm
לאקאציע: באַזאָטלט אינעם ראשעקאָלישן אפיס....
פארבינד זיך:

תגובהדורך שמערי בערי » מיטוואך מארטש 09, 2011 1:53 pm

ס'דא א וויין פון באראן הערצאג pinot grigio (אין אידיש: פינאו גריזשיאו), א טרוקענע, ווייסע, זייער לייכטע וויין. ווערד א פרוביר צו טאן.
איז אזוי, עכט איז מיין חתימה:
שריי נישט אזוי הויך, מ'וועט נאך מיינען אז דו ביסט גערעכט...

אבער יעצט טויש איך מיין חתימה, צו:
https://www.dryveup.com/yoely/iVelt/

אוועטאר
שמערי בערי
ראש הקהל
תגובות: 8769
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 28, 2008 4:40 pm
לאקאציע: באַזאָטלט אינעם ראשעקאָלישן אפיס....
פארבינד זיך:

תגובהדורך שמערי בערי » מיטוואך מארטש 09, 2011 1:54 pm

בילד
איז אזוי, עכט איז מיין חתימה:
שריי נישט אזוי הויך, מ'וועט נאך מיינען אז דו ביסט גערעכט...

אבער יעצט טויש איך מיין חתימה, צו:
https://www.dryveup.com/yoely/iVelt/

אוועטאר
קליקו
שר חמש מאות
תגובות: 885
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 06, 2010 11:17 am

תגובהדורך קליקו » מיטוואך מארטש 09, 2011 1:56 pm


אוועטאר
קליקו
שר חמש מאות
תגובות: 885
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 06, 2010 11:17 am

תגובהדורך קליקו » מיטוואך מארטש 09, 2011 2:05 pm

און פארשטייט זיך אויף פורים איז אינגאנצן א אנדערע מסכת. אבער איך ווייס דאך נישט וואס ס'וועט זיין ביז דאן. מילא קודם זאג איך ענק א קליינער סוד, וואס ווייניג ווייסן. אנשטאט זיך שטופן דער ווייסן זויערן שאטענאוו-סאטערן, איז דא א הערצאג וויין וואס רופט זיך "זייפענדל". אבער נישט חלילה די טונקל רויטע. די קאליר איז ליכטיג אראנדזש. איך האב עס פאריאר גע'עצה'ט פאר עטליכע אידן בעפאר פורים, און זיי האבן מיר נישט געקענט אויפהערן צו דאנקען. ס'איז זייער לייכט, און נישט זויער. מארק מיי ווארדס (אבער רופט מיך נישט צו דין תורה...).

קרעדיט

בילד

די שאלה איז נאר ווי אזוי קען זיין אז נאר קדם פרודיצירט גוטע וויין פאר ביליג, ווען אנדערע קאסטן אסאך מער פאר ווייניגער רעקאמענדירטע וויינען?

אין הפלא ופלא קיינער פון די אידישע וויין סוחרים זעהן נישט פאר וויכטיג צוצושטעלן קלענערע באטלעך פון פיינע וויין [ווייל די געהעריגע סייז 750 ml איז דאך פארהאן 4-5 גלעזעלך וויין, און פאר קידוש אויף שבת מיט הבדלה איז גענוג 2-3 גלעזעלך] נו וואלט דען נישט געווען פראקטיש צו קענען עפענען אויף שבת א פריש פלעשעל פיינע וויין [פון 350ml], אן דארפן איבערלאזן די אנדערע האלב זאל שימלען, [און אן איבערלאזן איבריגע פאר דאלאר פארן וויין סוחר...]ווייל פאר שבת הבאה איז עס דאך שוין נישט גוט? :roll:
לעצט פאראכטן דורך קליקו אום מיטוואך מארטש 09, 2011 2:41 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

your friend
שר חמש מאות
תגובות: 606
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 09, 2009 3:53 pm

תגובהדורך your friend » מיטוואך מארטש 09, 2011 2:39 pm

משיח האט געשריבן:שטייט ווייט פון זיסע וויין אום פורים, ס'איז טאקע גוט אויף בשעת מעשה, אבער די נאכווייען זענען געפערליך.

"נאך" ווייען??? אדער "בשעת" ווייען?


קליקו, דו מיינסט אוודאי "זינגפאנדעל". לפי ידיעתי האט דאס א סלייט זיסקייט און איך וואלט דאס נישט רעקאמאנדירט פאר איינער וואס האט זיך אינגאנצען אפגעוואוינט פון זיסע וויינען
לעצט פאראכטן דורך your friend אום מיטוואך מארטש 09, 2011 2:43 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28307
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » מיטוואך מארטש 09, 2011 2:41 pm

קליקו האט געשריבן:און פארשטייט זיך אויף פורים איז אינגאנצן א אנדערע מסכת. אבער איך ווייס דאך נישט וואס ס'וועט זיין ביז דאן. מילא קודם זאג איך ענק א קליינער סוד, וואס ווייניג ווייסן. אנשטאט זיך שטופן דער ווייסן זויערן שאטענאוו-סאטערן, איז דא א הערצאג וויין וואס רופט זיך "זייפענדל". אבער נישט חלילה די טונקל רויטע. די קאליר איז ליכטיג אראנדזש. איך האב עס פאריאר גע'עצה'ט פאר עטליכע אידן בעפאר פורים, און זיי האבן מיר נישט געקענט אויפהערן צו דאנקען. ס'איז זייער לייכט, און נישט זויער. מארק מיי ווארדס (אבער רופט מיך נישט צו דין תורה...).

קרעדיט

צ"ל "זינפאנדל"

די קאץ ארויס פון זאק
שר חמישים ומאתים
תגובות: 464
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 02, 2011 8:38 pm

תגובהדורך די קאץ ארויס פון זאק » מיטוואך מארטש 09, 2011 2:43 pm

אקעי אקעי!!!! עס הייבט שוין כמעט אן צוארבעטן .!!
מיין קאפ דרייעט זיך שוין.... איך זע שוין שטערנס
..איך בין היינט אריין צו מיין מקוה יודל ,,אין זיך גענומען טעסטן יעדענס פארשלאג
,איזעי שרייט בלאש קאנקערד ,,אריין אין גארגעל,,
סעלצער טשאקלאד בענענע פלעווערד בראפען איז געווען די נעקסט אין די רייע צו טעסטען,,
דערנאך האט א מיטל יעריגע מיר אנצייגט אויף א ברענד ניו לייט דארק עפלסאויס וויין ,נאטרליך משעת קצירה
,,נא וואס קען זיין שלעכט,נישט געטראכט צוויי,, עס איז מיט קפיצת הדרך אריין ביזען זיבעטן ריפ ,,,
איך ווייס נישט וואס ,אבער עפעס א נס האט פאסירט ,כהאב נישט געבראכן !!ממש היסטערי,,
אבער עפעס אנדערש איז געשען איך זאג נישט וואס !!! עס הייבט זיך אן מיט א שין,,,,,
איך רעג מיך נאך אלץ אויפן מקוה יוד אז פריע טעסטיג שטעלט ער צו ,אבער פריע דעליווערי אהיים צו טראגען דעם עולם נאכן טעסטן דאס שוין נישט ,
,,,למעשה געץ מיר נאך גרונגע לייכטע וויין וואס איז הויעך אין פערצענט ,,איך זאל האבען א טשואס :o נא רופטס ענק אן ווארעם אין שכוח פאר די פארשלאגען ביז אהער
לעצט פאראכטן דורך די קאץ ארויס פון זאק אום מיטוואך מארטש 09, 2011 7:43 pm, פאראכטן געווארן 6 מאל סך הכל.

אוועטאר
משיח
שר האלפיים
תגובות: 2772
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 22, 2009 1:09 pm

תגובהדורך משיח » מיטוואך מארטש 09, 2011 4:55 pm

רב כ"ץ,
דו מוזט שרייבען קלארער וואס דו ווילסט,
קאמעס, פונטלעך, צוטייל די שורות וכדומה.
איך פארשטיי נישט קיין איין ווארט, וואס דו האסט געזאגט דארט (קרעדיט: מגילת אסתר מיט געזאנג)
Professional bookkeeping for your small business
benyomin@thebookkeepingpro.com | 347-708-2079


צוריק צו “היימישע קרעטשמע”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: המלאך הגואל, נעם אין אכט, פופציגער און 14 געסט