אינטרעסאנטע פאקטן און ידיעות

געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
חוח בין השושנים
שר האלפיים
תגובות: 2616
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 19, 2019 12:30 pm

Re: אינטרעסאנטע פאקטן און ידיעות

תגובהדורך חוח בין השושנים » פרייטאג אוקטובער 09, 2020 5:39 am

גרשון האט געשריבן:אינטערעסאנט טאקע פארוואס ס'איז נישט פאפולער ביים המון. אין קאנאדע איז די צוויי דאלער (מעטאלענע) מטבע פונקט אזוי אין באנוץ ווי די איינסער.

(די איינסער ווערט גערופן "לוני" [Loonie] על שם דער Loon, א סארט קאטשקע, וואס איז אויסגעמאלן דערויף. די צווייער איז א "טוני" [Toonie] -- א צוזאמשטעל פון two און Loonie.)

דארפן זיי דארט יעדעס מאל פונאנדערשיידן און ספעסיפיצירן?
Loonie as in Larry
Toonie as in Tom

אויב יא איז א רחמנות...
אויב האסטו אויף מיר פאראיבל, טענות, מענות, א ויצעקו צו מאכן, א שטאך צו געבן, א קשיא צו פרעגן, אדער -להבדיל- א גוט ווארט צו זאגן טו עס ביטע דא.

אוועטאר
גרשון
שר האלף
תגובות: 1660
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 18, 2019 11:01 pm

Re: אינטרעסאנטע פאקטן און ידיעות

תגובהדורך גרשון » זונטאג אוקטובער 11, 2020 10:16 pm

יעדעס מאל וואס מ'ניצט די טערמינען. ס'איז אבער נישט אזוי אפט, ווייל אין געשעפט זאגט מען אז ס'קאסט א דאלער (ווער געדענקט נאך ווען מ'האט געקענט קויפן זאכן פאר איין דאלער?), נישט א לוני. פונקט ווי אין אמעריקע זאגט מען אז ס'קאסט צען צענט ווי איידער זאגן אז ס'קאסט א דיים.
ס'איז א פארגעניגן זיך צו מתווכח זיין מיט א ראציאנאלן מענטש

אדמיראל
שר חמש מאות
תגובות: 676
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 20, 2020 11:00 am

תגובהדורך אדמיראל » דאנארשטאג אוקטובער 15, 2020 6:36 pm

אין ליכט פון דעם תגובה, האבן מיר זיך דערמאנט פון אן אינטרעסאנטן היסטארישן עפיזאד.

פיורעלא לא-גוארדיע איז געווען א איד דורך זיין מוטער, און אן איטאליענער פון זיין טאטן'ס זייט.

ווען ער איז געלאפן פאר קאנגרעס אין 1922, האט ער געהאט צוויי קעגענער, וויליעם קארלין און הענרי פראנק. דער פראנק איז געווען א איד, און עס איז געווארן א פארמעסט ווער עס וועט באקומען די אידישע שטימעס, די 'דזשואיש וואוט'.

לא-גוארדיע פלעגט נישט רעדן פון זיין אידישן אפשטאם, אבער ווען פראנק האט ארויסגעשיקט פאסט קארטלעך געציילטע טעג פאר די וואלן מיט די פאלגענדע מעסעדזש:
There are three candidates who are seeking your vote: One is Karlin, the atheist. The second is the Italian LaGuardia, who is a pronounced anti-Semite and a Jew‑hater.

Be careful how you vote.

Our candidate is Henry Frank, who is a Jew with a Jewish heart, and who does good for us. Therefore, it is up to you and your friends to vote for our friend and beloved one, Henry Frank, for Congressman.


האט לא-גוארדיע אים געשיקט א בריוו אז ער איז גרייט אפצוהאלטן א דעבאטע מיט אים אין אידיש!

לא-גוארדיע איז דערנאך געוואויר געווארן אז הענרי פראנק קען נישט קיין ווארט אידיש, האט ער איבערגעטייטשט די בריוו אין אידיש און עס געדרוקט אין אלע אידישע צייטונגען. פארשטייט זיך אז עס איז געווען גרויסע בושות פאר פראנק, און ווען פראנק איז נישט אנגעקומען צו די דעבאטע, האט לא-גוארדיע אדרעסירט דעם פארזאמלטן עולם אין אידיש.

לא-גוארדיע - וועלכער האט אויסער אידיש, אויך געקענט שפאניש, איטאליעניש, פראנצויזיש, דייטש, און קראאטיש - האט דערנאך געוואונען מיט א שמאלע מערהייט פון בלויז 168 שטימען.

ליידער האט ער זיך אלע יארן אידענטיפיצירט אלס א קריסט ל"ע און איז געבליבן א תינוק שנשבה ולא הובא לקבר ישראל.

אדמיראל
שר חמש מאות
תגובות: 676
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 20, 2020 11:00 am

תגובהדורך אדמיראל » דאנארשטאג אוקטובער 22, 2020 5:45 pm

-
לעצט פאראכטן דורך אדמיראל אום פרייטאג אוקטובער 30, 2020 1:05 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אוועטאר
מים חיים
שר חמש מאות
תגובות: 687
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 14, 2016 12:08 pm

Re: אינטרעסאנטע פאקטן און ידיעות

תגובהדורך מים חיים » דאנארשטאג אוקטובער 22, 2020 6:23 pm


אדמיראל
שר חמש מאות
תגובות: 676
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 20, 2020 11:00 am

תגובהדורך אדמיראל » דאנארשטאג אוקטובער 22, 2020 8:31 pm

-
לעצט פאראכטן דורך אדמיראל אום פרייטאג אוקטובער 30, 2020 1:04 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אוועטאר
שמואל בארג
שר האלפיים
תגובות: 2879
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 18, 2016 6:44 pm

Re: אינטרעסאנטע פאקטן און ידיעות

תגובהדורך שמואל בארג » פרייטאג אוקטובער 23, 2020 11:55 am

רש"י הקדוש ברענגט די וואך פר' נח א גמרא אין סנהדרין "ווי לאנג א קליין קינד לעבט דארפסטו אים נישט אפהיטן פון מייז, עוג מלך הבשן שטארבט דארפ, מען אים שוין אפהיטן פון מייז". כהיום יום טוט מען זיך ברייט באנוצן צו לייזן מיסטעריעס מיט אט די ווינדערליכע זאך אז ווילאנג א מענטש לעבט וועלן בעלי חיים אוועקשטיין, די מינוט וואס מ'שטארבט קומען זיי צו לויפן.

אין די קורצע מינוטן נאך וואס די נשמה פארלאזט דעם גוף, ווען די דאקטורים ווייסן נאכנישט פונקטליך, זענען שוין דא די וואס ווייסן, דאס זענען די פליגן וואס קומען גלייך צופליען און הייבן אן צו לייגן אייער וואס פון דעם וועט ארויסקומען א פרישע דור פון פליגן ביז א טאג/צוויי.

אויב מאכט זיך א פארברעכן צו אנדערע אויספארשונגען וואס מ'וויל וויסן די פונקטליכע צייט ווען די געזעגענונג האט פאסירט, רופט מען דעם ספעציאליסט וואס ווערט אנגערופן אן "ענטאמאלידזשיסט", דאס מיינט איינער וואס קען זיך אויס אין שרצים ורמשים, און ער וועט קענען זאגן לויט וואספארא סארט פליגן עס זענען דא און ווי אלט די אייער זענען ווען דער קערפער האט עקספייערט.

אוועטאר
קאנטרי מאוד
שר חמש מאות
תגובות: 816
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 29, 2017 9:21 pm
לאקאציע: אויף די שטראזן,צווישן ביימער און גראזן,

Re: אינטרעסאנטע פאקטן און ידיעות

תגובהדורך קאנטרי מאוד » מוצ"ש אוקטובער 24, 2020 10:19 pm

ווייס איך נישט ווי עס צי שטעלן, שטעל איך עס ביים ידענים מארק אפשר קען איינער בייהילפיג זיין.

כ'האב היינט געטראכט, ביי תיבת נח שטייט אז אלע חיות האבן אליינ'ס געקומען צום תיבה, אפשר איז דעמאל'ס אריינגעגעבן געווארן און די חיות די באקאנטע אויסטערליש וואונדערליכע טבע וואס בעלי חיים האבן צי אנטלויפן פון א מקום סכנה צי א פארזיכערטע ארט, נאך אסאך פאר מענטשן ווייסן פון די סכנה בכלל, און דאס האט זיי געברענגט צום תיבה, דארף מען נאר וויסן אויב פיש האבן אויך דעם אינסטינקט.

ווער האט מחשבות אדער אינפארמאציע אויף אזא טראכט?

יודיש בלעטל
שר מאה
תגובות: 129
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אפריל 12, 2020 7:01 pm

Re: אינטרעסאנטע פאקטן און ידיעות

תגובהדורך יודיש בלעטל » מוצ"ש אוקטובער 24, 2020 10:28 pm

קאנטרי מאוד האט געשריבן:ווייס איך נישט ווי עס צי שטעלן, שטעל איך עס ביים ידענים מארק אפשר קען איינער בייהילפיג זיין.

כ'האב היינט געטראכט, ביי תיבת נח שטייט אז אלע חיות האבן אליינ'ס געקומען צום תיבה, אפשר איז דעמאל'ס אריינגעגעבן געווארן און די חיות די באקאנטע אויסטערליש וואונדערליכע טבע וואס בעלי חיים האבן צי אנטלויפן פון א מקום סכנה צי א פארזיכערטע ארט, נאך אסאך פאר מענטשן ווייסן פון די סכנה בכלל, און דאס האט זיי געברענגט צום תיבה, דארף מען נאר וויסן אויב פיש האבן אויך דעם אינסטינקט.

ווער האט מחשבות אדער אינפארמאציע אויף אזא טראכט?

אויב אזוי איז פארוואס נאר שניים איש ואשתו האבן געפילט
בד"וו פיש זענען נישט אריין אין די תיבה

אוועטאר
sheetrock
שר חמש מאות
תגובות: 999
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 29, 2017 4:42 pm
לאקאציע: אויפן קאוטש

Re: אינטרעסאנטע פאקטן און ידיעות

תגובהדורך sheetrock » מוצ"ש אוקטובער 24, 2020 10:29 pm

קאנטרי מאוד האט געשריבן:ווייס איך נישט ווי עס צי שטעלן, שטעל איך עס ביים ידענים מארק אפשר קען איינער בייהילפיג זיין.

כ'האב היינט געטראכט, ביי תיבת נח שטייט אז אלע חיות האבן אליינ'ס געקומען צום תיבה, אפשר איז דעמאל'ס אריינגעגעבן געווארן און די חיות די באקאנטע אויסטערליש וואונדערליכע טבע וואס בעלי חיים האבן צי אנטלויפן פון א מקום סכנה צי א פארזיכערטע ארט, נאך אסאך פאר מענטשן ווייסן פון די סכנה בכלל, און דאס האט זיי געברענגט צום תיבה, דארף מען נאר וויסן אויב פיש האבן אויך דעם אינסטינקט.

ווער האט מחשבות אדער אינפארמאציע אויף אזא טראכט?

די ילקט מעם לועז זאגט אז די אייבישטער האט געזאגט פאר די שרים פון די חיות אז זיי זאלן שיקן נאר 2 פון יעדע מין צום תיבה.
שטיצט א יוד

איך האב אייך נאר געוואלט זאגן אז: ווען דו שרייבסט עפעס פאר מיר און דו ווילסט אז איך זאל עס זעהן, ציטיר מיר.

אוועטאר
חוח בין השושנים
שר האלפיים
תגובות: 2616
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 19, 2019 12:30 pm

Re: אינטרעסאנטע פאקטן און ידיעות

תגובהדורך חוח בין השושנים » מוצ"ש אוקטובער 24, 2020 10:31 pm

יודיש בלעטל האט געשריבן:בד"וו פיש זענען נישט אריין אין די תיבה

@קאנטרי מאוד האט געשריבן זיינע ווערטער שוין נאך די ידיעה.
אויב האסטו אויף מיר פאראיבל, טענות, מענות, א ויצעקו צו מאכן, א שטאך צו געבן, א קשיא צו פרעגן, אדער -להבדיל- א גוט ווארט צו זאגן טו עס ביטע דא.

אוועטאר
קאנטרי מאוד
שר חמש מאות
תגובות: 816
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 29, 2017 9:21 pm
לאקאציע: אויף די שטראזן,צווישן ביימער און גראזן,

Re: אינטרעסאנטע פאקטן און ידיעות

תגובהדורך קאנטרי מאוד » מוצ"ש אוקטובער 24, 2020 10:35 pm

יודיש בלעטל האט געשריבן:
קאנטרי מאוד האט געשריבן:ווייס איך נישט ווי עס צי שטעלן, שטעל איך עס ביים ידענים מארק אפשר קען איינער בייהילפיג זיין.

כ'האב היינט געטראכט, ביי תיבת נח שטייט אז אלע חיות האבן אליינ'ס געקומען צום תיבה, אפשר איז דעמאל'ס אריינגעגעבן געווארן און די חיות די באקאנטע אויסטערליש וואונדערליכע טבע וואס בעלי חיים האבן צי אנטלויפן פון א מקום סכנה צי א פארזיכערטע ארט, נאך אסאך פאר מענטשן ווייסן פון די סכנה בכלל, און דאס האט זיי געברענגט צום תיבה, דארף מען נאר וויסן אויב פיש האבן אויך דעם אינסטינקט.

ווער האט מחשבות אדער אינפארמאציע אויף אזא טראכט?

אויב אזוי איז פארוואס נאר שניים איש ואשתו האבן געפילט
בד"וו פיש זענען נישט אריין אין די תיבה


האב איך דאס געמיינט אז נאר ווער ס'האט געדארפט דארט זיין האט באקומען דעם אינסטינקט
און וועגן דעם האבעך געזאגט מ'דארף וויסן בנוגע די פיש ווייל פיש זענען נישט דארט געווען

אוועטאר
הענדימען
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4295
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוקטובער 27, 2017 11:14 am

Re: אינטרעסאנטע פאקטן און ידיעות

תגובהדורך הענדימען » זונטאג אוקטובער 25, 2020 12:05 am

שוין א לאנגע צייט וואס איך ווייס נישט וואו עס צו לייגן

מיר ווייסן אז ווען דער אויבערשטער האט באשאפן די וועלט האט ער אויסגעשטעלט די טבע פונקטליך וויאזוי ער וויל און ווען איינער ערפונדט עפעס איז עס נישט נייע בריאה נאר אן אנטדעקונג פון נאך עפעס וואס דער באשעפער האט באשאפן ביי ששת ימי בראשית און דאס אז ס'זאל יעצט ווערן אנטדעקט איז אויך ווייל ער האט אזוי געוואלט

עס זענען דא מפרשי התורה וואס זאגן קלאר אז דער אויבערשטער האט באשאפן די וועלט ווי אן אלטע זאך. ד"ה אז ס'האט אויסגעקוקט ווי די ביימער זענען שוין יארן אלט וכדו'

אזוי אויך איז דא נאך זאכן וואס דער אויבערשטער האט אריינגעלייגט אין די טבע און אזוי פירט זיך די וועלט פונטקליך וויאזוי ער וויל

ס'איז אסאך א גרעסערע חכמה צו פראגראמירן א קאר צו קענען פארן אליינס אויף א הייוועי ווי צו פירן א קאר מיט א רעמאוט קאנטראל

נו אויב אזוי איז עס אסאך א גרעסערע גדלות הבורא אז די אלע ניסים ליגן טאקע אין די טבע. נישט אזוי?
ווען משיח וועט קומען וועט ער נישט ווייזן מיט די פינגער וועלכע קאנדידאט איז גערעכט אבער יא וויפיל מען האט איינגעהאלטן די פינגער פון טייפן א גוטן שטעך און איינגעהאלטן די אויגן פון מיטהאלטן אן אינטערעסאנטע פרעס קאנפערענס וכדו' וואו מ'קען געשטרויכעלט ווערן
goodmorning

יודיש בלעטל
שר מאה
תגובות: 129
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אפריל 12, 2020 7:01 pm

Re: אינטרעסאנטע פאקטן און ידיעות

תגובהדורך יודיש בלעטל » זונטאג אוקטובער 25, 2020 1:48 am

קאנטרי מאוד האט געשריבן:
יודיש בלעטל האט געשריבן:
קאנטרי מאוד האט געשריבן:ווייס איך נישט ווי עס צי שטעלן, שטעל איך עס ביים ידענים מארק אפשר קען איינער בייהילפיג זיין.

כ'האב היינט געטראכט, ביי תיבת נח שטייט אז אלע חיות האבן אליינ'ס געקומען צום תיבה, אפשר איז דעמאל'ס אריינגעגעבן געווארן און די חיות די באקאנטע אויסטערליש וואונדערליכע טבע וואס בעלי חיים האבן צי אנטלויפן פון א מקום סכנה צי א פארזיכערטע ארט, נאך אסאך פאר מענטשן ווייסן פון די סכנה בכלל, און דאס האט זיי געברענגט צום תיבה, דארף מען נאר וויסן אויב פיש האבן אויך דעם אינסטינקט.

ווער האט מחשבות אדער אינפארמאציע אויף אזא טראכט?

אויב אזוי איז פארוואס נאר שניים איש ואשתו האבן געפילט
בד"וו פיש זענען נישט אריין אין די תיבה


האב איך דאס געמיינט אז נאר ווער ס'האט געדארפט דארט זיין האט באקומען דעם אינסטינקט
און וועגן דעם האבעך געזאגט מ'דארף וויסן בנוגע די פיש ווייל פיש זענען נישט דארט געווען

גערעכט נישט געכאפט

אוועטאר
סטאוו יא פיטא
שר חמשת אלפים
תגובות: 5891
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 07, 2020 9:24 am

Re: אינטרעסאנטע פאקטן און ידיעות

תגובהדורך סטאוו יא פיטא » זונטאג אוקטובער 25, 2020 2:08 am

קאנטרי מאוד האט געשריבן:ווייס איך נישט ווי עס צי שטעלן, שטעל איך עס ביים ידענים מארק אפשר קען איינער בייהילפיג זיין.

כ'האב היינט געטראכט, ביי תיבת נח שטייט אז אלע חיות האבן אליינ'ס געקומען צום תיבה, אפשר איז דעמאל'ס אריינגעגעבן געווארן און די חיות די באקאנטע אויסטערליש וואונדערליכע טבע וואס בעלי חיים האבן צי אנטלויפן פון א מקום סכנה צי א פארזיכערטע ארט, נאך אסאך פאר מענטשן ווייסן פון די סכנה בכלל, און דאס האט זיי געברענגט צום תיבה, דארף מען נאר וויסן אויב פיש האבן אויך דעם אינסטינקט.

ווער האט מחשבות אדער אינפארמאציע אויף אזא טראכט?


ס'איז פארשטענדליך אז ווען בעלי חיים שפירן אז ס'קומט א פארפלייצונג זאלן זיי אריינלויפן טיעף אין יבשה אוועק פון די וואסערן, אדער לויפן צי א הויעכע ארט.
שווער צי זאגן אז די חיות האבן ארויס די מעקעניקס פון פינזן האלץ און האבן פארגעזעהן אז דער קאסטן גייט איבעלעבן דעם צונאמי...
ווער רעדט נאך אז דער גאנצע תיבה האט זיך געהאלטן בדרך נס און עפ"י טבע וואלט עס געדארפט ציפיצלט ווערן.
איידער איר גיבט א שפאן / אין מרה שחורה אריין / געבט אייך א דערמאן / אז פינקט ווי אן עראפלאן / וואס פארט קיין קאזאחסטאן / איז קיין ניק נישט פארהאן / וואס טראגט א טורבאן

נעה
שר מאה
תגובות: 212
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 28, 2020 2:23 pm

Re: אינטרעסאנטע פאקטן און ידיעות

תגובהדורך נעה » זונטאג אוקטובער 25, 2020 2:51 am

לכבוד ווינטער
שטייט אין רמב"ם אז ווינטער עסט מען מיט א דריטל מער ווי זימער
נעה, די מיינסט טאקע אז איך האלט אזוי?!?!

אוועטאר
ירום הודו
שר חמישים ומאתים
תגובות: 467
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 18, 2018 8:28 pm

Re: אינטרעסאנטע פאקטן און ידיעות

תגובהדורך ירום הודו » זונטאג אוקטובער 25, 2020 3:34 am

הענדימען האט געשריבן:שוין א לאנגע צייט וואס איך ווייס נישט וואו עס צו לייגן

מיר ווייסן אז ווען דער אויבערשטער האט באשאפן די וועלט האט ער אויסגעשטעלט די טבע פונקטליך וויאזוי ער וויל און ווען איינער ערפונדט עפעס איז עס נישט נייע בריאה נאר אן אנטדעקונג פון נאך עפעס וואס דער באשעפער האט באשאפן ביי ששת ימי בראשית און דאס אז ס'זאל יעצט ווערן אנטדעקט איז אויך ווייל ער האט אזוי געוואלט

עס זענען דא מפרשי התורה וואס זאגן קלאר אז דער אויבערשטער האט באשאפן די וועלט ווי אן אלטע זאך. ד"ה אז ס'האט אויסגעקוקט ווי די ביימער זענען שוין יארן אלט וכדו'

אזוי אויך איז דא נאך זאכן וואס דער אויבערשטער האט אריינגעלייגט אין די טבע און אזוי פירט זיך די וועלט פונטקליך וויאזוי ער וויל

ס'איז אסאך א גרעסערע חכמה צו פראגראמירן א קאר צו קענען פארן אליינס אויף א הייוועי ווי צו פירן א קאר מיט א רעמאוט קאנטראל

נו אויב אזוי איז עס אסאך א גרעסערע גדלות הבורא אז די אלע ניסים ליגן טאקע אין די טבע. נישט אזוי?



אמנם כן.
עיין מה שהובא בספר בעל שם טוב פרשת בשלח, וז"ל:
ז. וישב הים לפנות בוקר לאיתנו. מעשה מהבעל שם טוב ז"ל, שבא אחד אצלו ורצה לשאול אותו, היות כי למד חכמת הטבע והפילוסופיא ועל פי חכמות הללו יצא לו שבאותה שעה שנבקע הים לפני בני ישראל היה צריך הים אז להבקע על פי הטבע של הים, ואם כן מה זה הרעש מהנס בקריעת הים שאנו מאמינים, ועם זו הקושיא הלך במבוכה גדולה, ונסע להבעל שם טוב, וכאשר בא שמה, קודם שהוא שאל זאת מהבעל שם טוב, הלך הבעל שם טוב לבית הכנסת וציוה לקבץ את בני העיר ודרש לפניהם, בהיות כי יש שוטים בעולם ואפיקורסים שהוקשה להם כנ"ל, אמנם עינים להם ולא יראו כי כתיב (בפ' בראשית) בראשית ברא אלהים כו' אלהי"ם גימטריא הטב"ע, והטבע בעצמו גם כן ברא הקדוש ברוך הוא, וזהו שדרשו חכמינו ז"ל (במדרש רבתי בשלח פכ"א סי' ו') לאיתנו לתנאו מלמד שהתנה הקדוש ברוך הוא במעשה בראשית כו', ומאז הטביע הקדוש ברוך הוא בטבע הים שיתבקע לפני בני ישראל לאותה שעה, וממילא הנס יותר גדול, כי בראשית בריאת העולם עשה הקדוש ברוך הוא טבע זו לצורך ישראל, ובראשית בשביל ישראל שנקראו ראשית נברא טבע זו, ובאם לא היו ישראל צריכים לזה הנס לא היה הקדוש ברוך הוא עושה טבע זו בים:
(ביח יעקב פ' בראשית ופ' בשלח):
ברוך שחלק מחכמתו ליראיו

אוועטאר
הענדימען
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4295
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוקטובער 27, 2017 11:14 am

Re: אינטרעסאנטע פאקטן און ידיעות

תגובהדורך הענדימען » זונטאג אוקטובער 25, 2020 8:53 am

ירום הודו האט געשריבן:אמנם כן.
עיין מה שהובא בספר בעל שם טוב פרשת בשלח, וז"ל:

ברוך שכיוונתי
ווען משיח וועט קומען וועט ער נישט ווייזן מיט די פינגער וועלכע קאנדידאט איז גערעכט אבער יא וויפיל מען האט איינגעהאלטן די פינגער פון טייפן א גוטן שטעך און איינגעהאלטן די אויגן פון מיטהאלטן אן אינטערעסאנטע פרעס קאנפערענס וכדו' וואו מ'קען געשטרויכעלט ווערן
goodmorning

אוועטאר
איינס
שר תשעת אלפים
תגובות: 9877
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am

Re: אינטרעסאנטע פאקטן און ידיעות

תגובהדורך איינס » זונטאג אוקטובער 25, 2020 9:28 am

אינטערסאנט אז סווערט געברענגט פון בעל שם טוב
ווייל דער רמב"ם שרייבט אזוי אין שמונה פרקים
הָרָצוֹן הָיָה בְּשֵׁשֶׁת יְמֵי בְרֵאשִׁית, שֶׁיִּמָּשְׁכוּ הַדְּבָרִים כֻּלָּם עַל טִבְעָם תָּמִיד, כְּמוֹ שֶׁאָמַר: מַה שֶּׁהָיָה הוּא שֶׁיִּהְיֶה, וּמַהשֶּׁנַּעֲשָׂה הוּא שֶׁיֵּעָשֶׂה, וְאֵין כָּלחָדָשׂ תַּחַת הַשָּׁמֶשׁ (קהלת א ט). וּמִפְּנֵי זֶה הֻצְרְכוּ הַחֲכָמִים לוֹמַר: כִּי כָל הַמּוֹפְתִים הַיּוֹצְאִים חוּץ לַטֶּבַע אֲשֶׁר הָיוּ, וְגַם אֲשֶׁר עֲתִידִים לִהְיוֹת מֵאֲשֶׂר יָעַד בָּהֶם הַכָּתוּב - כֻּלָּם קָדַם בָּהֶם הָרָצוֹן בְּשֵׁשֶׁת יְמֵי בְרֵאשִׁית; וְהוּשַׂם בְּטֶבַע הַדְּבָרִים אָז שֶׁיִּתְחַדֵּשׁ בָּהֶם מַהשֶּׁיִּתְחַדֵּשׁ. וְכַאֲשֶׁר יִתְחַדֵּשׁ הַדָּבָר בְּעֵת הַצֹּרֶךְ יַחְשְׁבוּ הָרוֹאִים בּוֹ שֶׁעַתָּה נִתְחַדֵּשׁ - וְאֵין הַדָּבָר כֵּן.

די זאך איז אז מהאט נישט אנגענומען דעם רמב"ם און בפרט ביי די חסידישע וועלט איז געווען זייער שטארק די בשגחה פרטית אין יעדע רגע.
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם.

שרייבעריי פארמעסט ווינטער תשפ"א

אוועטאר
איינס
שר תשעת אלפים
תגובות: 9877
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am

Re: אינטרעסאנטע פאקטן און ידיעות

תגובהדורך איינס » זונטאג אוקטובער 25, 2020 9:31 am

הענדימען האט געשריבן:שוין א לאנגע צייט וואס איך ווייס נישט וואו עס צו לייגן

מיר ווייסן אז ווען דער אויבערשטער האט באשאפן די וועלט האט ער אויסגעשטעלט די טבע פונקטליך וויאזוי ער וויל און ווען איינער ערפונדט עפעס איז עס נישט נייע בריאה נאר אן אנטדעקונג פון נאך עפעס וואס דער באשעפער האט באשאפן ביי ששת ימי בראשית און דאס אז ס'זאל יעצט ווערן אנטדעקט איז אויך ווייל ער האט אזוי געוואלט

עס זענען דא מפרשי התורה וואס זאגן קלאר אז דער אויבערשטער האט באשאפן די וועלט ווי אן אלטע זאך. ד"ה אז ס'האט אויסגעקוקט ווי די ביימער זענען שוין יארן אלט וכדו'

אזוי אויך איז דא נאך זאכן וואס דער אויבערשטער האט אריינגעלייגט אין די טבע און אזוי פירט זיך די וועלט פונטקליך וויאזוי ער וויל

ס'איז אסאך א גרעסערע חכמה צו פראגראמירן א קאר צו קענען פארן אליינס אויף א הייוועי ווי צו פירן א קאר מיט א רעמאוט קאנטראל

נו אויב אזוי איז עס אסאך א גרעסערע גדלות הבורא אז די אלע ניסים ליגן טאקע אין די טבע. נישט אזוי?

עמדי בכתבי א שטיקל ביאור אויף פרשת בראשית, סשטומט זייער שיין די פסוקים מיט די מהלך אז דער אויבערשטער האט באשאפן די וועלט ווי א קאר וואס דארף אליין פארן.
בעצם שטייט קלאר אז ער האט באשאפן דעם אבן שתיה שממנו הושתת כל העולם און ווי גמרא ברענגט כשני פקיות של משי און דארט איז שוין געלעגן די גאנצע כח הבריאה און פון זיי האט זיך געפאורעמט די גאנצע וועלט.
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם.

שרייבעריי פארמעסט ווינטער תשפ"א

אוועטאר
הענדימען
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4295
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוקטובער 27, 2017 11:14 am

Re: אינטרעסאנטע פאקטן און ידיעות

תגובהדורך הענדימען » זונטאג אוקטובער 25, 2020 2:25 pm

כדי מ'זאל זיך נישט טועה זיין אין וואס איך זאג

נישט אז די וועלט פירט זיך לויט די חוקי הטבע און דער באשעפער לאזט עס אזוי אדער קוקט זיך גאר נישט אום

נאר דער באשעפער פירט די וועלט דורך די טבע ד"ה אז ער האט איינגעשטעלט די טבע אז וויאזוי ער וויל נאר קען ער טוהן אבער אלעס ליגט אין די טבע

פארקערט ווי די טבע הייסט א נס און קען נישט אנהאלטן (אויך נאר ווייל אזוי האט דער אויבערשטער באשטימט)

יעצט איז ניטאמאל א סתירה דאס וואס די סייענטיסטן רעכענען אויס אז געוויסע זאכן קוקן אויס ווי זיי זענען ווי די וועלט ווייל דער אויבערשטער האט עס אזוי באשאפן

די טיפשות און רשעות איז דאס אז זיי רעדן איין אז די וועלט איז געשעהן פון זיך אליינס וואס דאס מאכט נישט קיין סענס אפילו פאר איינעם וואס איז נישט אויפגעוואקסן מיט אמונה פשוט'ע ווי אונז אזויווי מונאוויטש האט אזוי שיין באשריבן דא
ווען משיח וועט קומען וועט ער נישט ווייזן מיט די פינגער וועלכע קאנדידאט איז גערעכט אבער יא וויפיל מען האט איינגעהאלטן די פינגער פון טייפן א גוטן שטעך און איינגעהאלטן די אויגן פון מיטהאלטן אן אינטערעסאנטע פרעס קאנפערענס וכדו' וואו מ'קען געשטרויכעלט ווערן
goodmorning

אדמיראל
שר חמש מאות
תגובות: 676
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 20, 2020 11:00 am

תגובהדורך אדמיראל » מאנטאג אוקטובער 26, 2020 8:45 am

-
לעצט פאראכטן דורך אדמיראל אום פרייטאג אוקטובער 30, 2020 1:09 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אוועטאר
אהרן הלוי
שר האלף
תגובות: 1295
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 18, 2018 1:42 pm

Re: אינטרעסאנטע פאקטן און ידיעות

תגובהדורך אהרן הלוי » מאנטאג אוקטובער 26, 2020 8:51 am

אבער וואס איז מיט אן ערליכע בירגער וואס שטרעבט מקיים צו זיין די געזעץ?
o-h?e
אשרי מי שלא חטא ומי שחטא ישוב וימחול לו (קרעדיט: בעלי תשובה, חסידים ואנשי מעשה)

אדמיראל
שר חמש מאות
תגובות: 676
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 20, 2020 11:00 am

תגובהדורך אדמיראל » מאנטאג אוקטובער 26, 2020 9:36 am

-
לעצט פאראכטן דורך אדמיראל אום פרייטאג אוקטובער 30, 2020 1:09 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אוועטאר
בערל קראקאווער
שר האלף
תגובות: 1187
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 17, 2016 1:18 pm
לאקאציע: בעקבתא דמשיחא

Re:

תגובהדורך בערל קראקאווער » מאנטאג אוקטובער 26, 2020 10:24 am

;l;p-
בד״וו א דאנק פאר אייערע טערעסאנטע ידיעות וכו׳.
ראש הקהל
הויפט געווינער - שרייבעריי פארמעסט תשע''ז
בקראקא אין אומרים ׳תתננו׳ ובאונגארן אין אומרים ׳הבינינו׳


צוריק צו “היימישע קרעטשמע”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: SemrushBo, אהרן ריכטער און 5 געסט