הילף: אנווייזונגען וויאזוי צו מאכן רינגעלעך אין "דער איד"

הילף אין ספעציעלע זמנים

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

קארל
שר חמש מאות
תגובות: 797
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 09, 2009 11:16 pm

הילף: אנווייזונגען וויאזוי צו מאכן רינגעלעך אין "דער איד"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קארל »

עס איז טאקע נישט נאנט צו סוכות, ווי אויך קען איך ב"ה מאכן רינגעלעך פאר דעם לולב, אבער איך דארף האבן די אנווייזונגען וויאזוי צו מאכן די רינגעלעך וועלכע ערשיינען יעדעס יאר אין דער "סוכות ביילאגע" פון "דער איד".
אויב איינער קען דאס מיר שיקן ווי אמשנעלסטן, וועל איך שטארק מכיר טובה זיין.
קארל
שר חמש מאות
תגובות: 797
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 09, 2009 11:16 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קארל »

די אנווייזונגען דארפן נישט זיין פון "דער איד" - דארטן געדענק איך פשוט אז עס ווערט געדרוקט יעדן סוכות. ווי אויך איז עס דארטן שווארץ און ווייס, גרינג צו מאכן א קאפיע. אויב איינער האט פון ערגעץ אנדערש איז אויך גוט.
קארל
שר חמש מאות
תגובות: 797
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 09, 2009 11:16 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קארל »

איינער פון די חשוב'ע חברי הקרעטשמע האט מיר אריינגעשיקט די דאזיגע אנווייזונגען. טאקע נישט פון "דער איד", אבער דאך נוצבאר.
אטעטשמענטס
Lulav Rings - Copy.jpg
באמבאסטיש
שר האלף
תגובות: 1755
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 22, 2010 12:46 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך באמבאסטיש »

איך האב א ווידיו קליפ, אי"ה לכשאפנה שפעטער נאכמיטאג וועל איך זיך באמיהען עס ארויפצושטעלן דא.
קארל
שר חמש מאות
תגובות: 797
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 09, 2009 11:16 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קארל »

מיין בקשה האט ב"ה געהאט דער ריכטיגער אפקלאנג.
א גוטהארציגער חבר הקרעטשמע האט מיר צוגעשיקט דעם פאלגנדן פייל:
אטעטשמענטס
(Page 63) Der Yid 60-3-C.pdf
דער איד
(131.92 KiB) געווארן דאונלאודעד 531 מאל
הערה
שר חמישים
תגובות: 70
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 13, 2013 5:33 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הערה »

בינדן לולב
לכבוד סוכות תשע"ט
קליינקעפיק
שר חמישים ומאתים
תגובות: 439
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 07, 2009 1:11 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קליינקעפיק »

א גוטן ערב יום טוב
אשדוד
שר חמש מאות
תגובות: 530
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 17, 2017 12:30 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אשדוד »

איך האב יעדע יאר א פראבלעם אז די רינגעלעך עפענען זיך מיר אויף במשך'ן יו"ט איז דא עפעס וואס מקען טון אז עס זאל זיך האלטן שטארק?
מזל מידיע
שר האלף
תגובות: 1593
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 24, 2015 9:14 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מזל מידיע »

בס"ד

די רינגעלעך ווערן לויז ווייל די בלעטער שרינקען, די נאסקייט גייט ארויס, ממילא ווערן די קניפן לופטיגער וכו'.

געהערט פון שווארטץ אתרוגים אז מ'זאל פרובירן צו נוצן אלטע טרוקענע בלעטער וואס זענען שוין ממילא איינגעשרינקען. מ'זאל עס נאס מאכן פאר'ן ארבייטן דערמיט, עס זאל ווערן פריש און ווייך, אבער ביים ווערן טרוקן וועט עס נישט ווייטער שרינקען צופיל ווייל עס איז שוין לכתחילה געווען אפגעטרוקנט.

אויך זאל מען מאכן די רינגלעך ווי שטערקער, ממש זייער שטארק איינגעצויגן, אז אפילו מיט'ן שרינקען זאל עס נאך אלץ נישט ווערן צו לויז.
ווי זאגט מען WOW אין אידיש? שיקט אייער מיינונג צו [email protected].
אשדוד
שר חמש מאות
תגובות: 530
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 17, 2017 12:30 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אשדוד »

מזל מידיע האט געשריבן:בס"ד

די רינגעלעך ווערן לויז ווייל די בלעטער שרינקען, די נאסקייט גייט ארויס, ממילא ווערן די קניפן לופטיגער וכו'.

געהערט פון שווארטץ אתרוגים אז מ'זאל פרובירן צו נוצן אלטע טרוקענע בלעטער וואס זענען שוין ממילא איינגעשרינקען. מ'זאל עס נאס מאכן פאר'ן ארבייטן דערמיט, עס זאל ווערן פריש און ווייך, אבער ביים ווערן טרוקן וועט עס נישט ווייטער שרינקען צופיל ווייל עס איז שוין לכתחילה געווען אפגעטרוקנט.

אויך זאל מען מאכן די רינגלעך ווי שטערקער, ממש זייער שטארק איינגעצויגן, אז אפילו מיט'ן שרינקען זאל עס נאך אלץ נישט ווערן צו לויז.

א גרויסן ייש"כ!
פינחס
שר חמישים ומאתים
תגובות: 327
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 20, 2017 12:03 am

Re: הילף: אנווייזונגען וויאזוי צו מאכן רינגעלעך אין "דער איד"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פינחס »

איינער האט א קלארע בילד
אוועטאר
שופר
שר חמישים ומאתים
תגובות: 453
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 21, 2016 11:40 pm

Re: הילף: אנווייזונגען וויאזוי צו מאכן רינגעלעך אין "דער איד"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שופר »

אוועטאר
הלבלר בקולמסו
שר תשעת אלפים
תגובות: 9997
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 15, 2018 10:37 am

Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הלבלר בקולמסו »

אשדוד האט געשריבן:איך האב יעדע יאר א פראבלעם אז די רינגעלעך עפענען זיך מיר אויף במשך'ן יו"ט איז דא עפעס וואס מקען טון אז עס זאל זיך האלטן שטארק?

1. מאך איבער נומ. 5 (דער איד) נאכאמאל
2. ביי נומ. 6 נעם די לינקע בלעטל צו מאכן דעם רינג אנשטאט די רעכטע
און מאך דעם רינג אין די אונטערשטע לאך.
3. דערנאך צו אריין די המשך פונעם בלעטל אויף די פארקערטע וועג אין די אויבערשטע לאך.
4. לייג אריין עאינם לולב צו אויס שטארק דעם רינגעלע, און דערנאך צו עס אויס אויף די אנדערע וועג, און שנייד אפ די איבריגע

דאס וועט מאכן הערמעטיש פארמאכט אז עס קען זיך אפי' נישט עפענען

איך האף עס איז קלאר אפשר קען איינר ווייזן בילדער
יעדע גוטע זאך קומט אמאל צו אן ענדע,
אבער נאכדעם קומט אן א בעסערס.

קליינקעפיק
שר חמישים ומאתים
תגובות: 439
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 07, 2009 1:11 am

Re: הילף: אנווייזונגען וויאזוי צו מאכן רינגעלעך אין "דער איד"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קליינקעפיק »

.
שמייכל אייביג!
שר חמש מאות
תגובות: 711
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 13, 2022 7:41 pm
פארבינד זיך:

Re: הילף: אנווייזונגען וויאזוי צו מאכן רינגעלעך אין "דער איד"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמייכל אייביג! »

כהאב געקויפט רינגעלעך, אבער וויאזוי ענדיג איך עס צו ס'זאל ליגן שיין אויף די לולב???
אוועטאר
כח און מח
שר חמש מאות
תגובות: 823
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 06, 2022 9:03 am

Re: הילף: אנווייזונגען וויאזוי צו מאכן רינגעלעך אין "דער איד"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כח און מח »

שופר האט געשריבן: פרייטאג אקטאבער 02, 2020 2:27 pm
סאיז די ערשטע מאל וואס איך זעה אז מקען מאכן די רינגעלעך מיט בלויז איין בלעטל, פארוואס מאכט עס רוב וועלט (עכ"פ די וואס איך האב געזעהן) מיט צוויי?
שרייב תגובה

צוריק צו “מועדים וזמנים”