א ערנסטע באטראכטנג איבער די מהלך הישיבות

אפהאנדלונגען און דיסקוסיעס בענינים העומדים על הפרק

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
שאץ מאץ
שר שלשת אלפים
תגובות: 3031
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 15, 2008 5:01 pm
לאקאציע: איבעראל
פארבינד זיך:

א ערנסטע באטראכטנג איבער די מהלך הישיבות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאץ מאץ »

א ערנסטע באטראכטנג איבער די מהלך הישיבות

אין א שכינות'דיגן אשכול האט אונזער חבר הפורם "קארל" געפענט א אשכול מיט א תביעה אז די חינוך סיסטעם דארף א דרינגענדע טויש, ווי עס איז פארוואנדלט געווארן אין לענגערע ווערטער אויסטוישן מיט צדדים לכאן ולכאן, איך וויל עפענען א אשכול ווי עס וועט ווערן ארום געשמועסט איבער די מצב הישיבות בזמן הזה ובעולם הזה, כאטש עס איז שוין צומאל געשריבן געווארן אין פארווארפענע אשכולות איבער די טעמע, (צב"ש אין היכל הנגינה ביים נושא פון טרעק 5....) אבער דא ווילן מיר זיך קאנצענטרירן אויף די מצב הישיבות וואס גייט היינט פאר, און יעדער זאל זיך קענען לאזן הערן וואס ער זאגט אדער ער מיינט, (ווילאנג עס האלט אויס מיט די תקנות הפורם)

ראשית וועלן מיט אנפאנגען מיט די טריקענע נייעס, אז הרה"ג ר' אהרן קרויס שליט"א רב ור"מ שער התלמוד ובית שמואל האט געזאגט א פייערדיגע דרשה איבער די טעמע, (ווער ס'וויל מזכה זיין דעם ציבור זאל אהער ברענגען די דרשה), די צווייטע טייל פון די נייעס איז, אז מ'האלט איצט דעם פערדן וואך אינעם זמן חורף תשע"א און מ'הערט אז עס זענען נאך פארהאן פיל בחורים וואס זענען נאכנישט פלאצירט אין קיין ישיבות,

עס איז זייער שווער אראפ צו לייגן דעם גאנצן מצב פון אלע זייטן, עס איז שוין געשריבן געווארן אין פארשידענע אידישע אויסגאבעס וועגן די טעמע פון בחורים מיט ישיבות א לענגס און א ברייט'ס, ווי עס האבן ערשיינט שמועסן מיט גדולי ראשי ישיבות און פארשטייצעך זיי האבן אדרעסירט דעם פראבלעם פון אלע זייטן, איך וויל אבער אנפאנגען מיט די טענה וואס הרב ר' אהרן קרויס שליט"א לייגט פאר, ער טענה'ט איבער דעם וואס ישיבות קלויבן זיך בחורים, מ'קלויבט אויס די גוטע פון די אזוי גערופענע שלעכטע, אין די גאר פריע עלטער פון בלויז 14 – 15 יאר, ער טענה'ט אז אויב דער ראש ישיבה קען נישט זיך אפגעבן מיט אלע מיני בחורים זאל ער מוחל זיין און אפטרעטן פון אמט, סתם צו ארבעטן מיט גוטע בחורים דאס קען יעדער, עס איז קיין גבורה צו נעמען בחורים וואס האלטן דערביי און לערנען מיט זיי, די חכמה איז צו ארבעטן מיט אפי' שוואכערע בעלי כשרון און מיט שוואכערע בעלי רצון,

עס מוז ארויס געברענגט ווערן אז דער אויבנדערמאנטע ר"י ר' אהרן איז א נאה דורש ונאה מקיים ווייל אין פאקט קענען אסאך מענטשן עדות זאגן אז ער האט במשך זיינע יארן אויפגעהויבן פיל בחורים צו א הויכן ניווא, און אפי' שוואכערע בעלי כשרון האבן מצליח געוועהן ביי אים אין ישיבה, די מעשה איז נאר פארוואס איז טאקע די מצב אזוי, וואס איז דער גורם צו דעם, און וואס איז די לעזונג דערצו,

אנגעהויבן האט זיך עס ווען אייניגע מגידי שיעור מיט די הילף פון אייניגע טאטעס האבן באשלאסן להגדיל שמם ושם בניהם צו גרינדן ישיבות פאר מציונים, די ציל פון גרינדן אזא ישיבה איז געוועהן איינס אז דער מגי"ש / ראש ישיבה זאל זיך עווארבן א גוטן נאמען און הייסן א סטאר און א כוכב בעולם התורה והישיבה, און די טאטעס פון גוטע בחורים גופא האבן אויך געקענט באשטיין אז זייער קינד זאל באקומען א נאמען פאר א מציון שבמציונים, דאס אז ער איז געוועהן סתם א מציון אין א סיסטעם ישיבה איז אים נישט גענוג, ער מוז זיין מער עפעס וואס זאל קלינגען מיט גלעקלעך, און אזוי מיט די צוויי אגענדעס איז געגרינדערט געווארן די מציונים ישיבות,

צומאל האבן טאטעס פון גוטע בחורים וואס האבן יא געלאזט זייערע קינדער אין סתם ישיבות ממש געהעצט די הנהלה אז זיי זאלן יענעם און יענעם בחור ארויס שטעלן, מיט די טענה אז מיין זון איז א פיינער ער דארף נישט זיין אין א ישיבה וואס האט דעם געוויסן בחור, און די הנהלה כאטש וואס זיי האבן נישט געוואלט ארויסשטעלן פארשידענע בחורים, אבער אויס פחד אז דער גוטע בחור זאל נישט ארויסגיין האט מען ארויסגעשטעלט פארשידענע שוואכע בחורים,

ווי נאר די מציונים ישיבות האט אנגפאנגען מצליח צו זיין און טאטעס האבן טאקע ארויס גענומען די גוטע בחורים פון סיסטעם ישיבות און אריין געלייגט אין די מציונים ישיבות מיטן ציל אז זייער נאמען זאל קלינגען, האבן זיך די רעגולער ישיבות זיך דערזעהן מיט א פראבלעם, ווייל מיט בלויז בינינים און שוואכע קען מען נישט האלטן קיין ישיבה, האט מען אנגעהויבן צו זיכן אן עצה וויאזוי מ'האלט די ישיבה אין די ראמען און בעיקר וויאזוי מ'האלט דעם נאמען פון די ישיבה, די ערשטע עצה איז צו קאנווינסן דעם גוטן בחור און זיין טאטן אז דער רעגולער ישיבה איז אויך גוט דורך דעם וואס מ'וועט זיך אליין אויך געבן אזא שם אז מ'קלויבט זיך בחורים, און די צווייטע עצה איז טאקע מקיים פסק זיין און ממש בפועל קלויבן בחורים, אזוי זאל מען לעוולען די ישיבה און ארויס שטעלן די שוואכע און דאס וועט צוריק האלטן דעם גוטן בחור פון ארויסגיין צו די מציונים ישיבות,

אין די ערשטע צייטן איז טאקע געוועהן עטליכע ישיבות וואס די איינגעשטעלע זענען געוועהן ערליכע אידן מיט אידישע הערצער און האבן רחמנות געהאט אויף די מער שוואכערע בחורים וואס ווערן ארויסגעשטעלט פון סיסטעם און רעגולער ישיבות, און לכבוד דעם זענען געפענט געווארן ישיבות מיט א נאמען אז זיי נעמען יא אריין בחורים און זיי זענען נישט אזוי קלייבעריש, אבער צו לאנג האט דאס נישט געקענט אנהאלטן ווייל אז א ישיבה וואס האט א נאמען אז זיי נעמען נאר שוואכע דער באקומט טאקע נאר שוואכע, א גוטע בחור וויל דאך נישט אהין גיין, און פירן א ישיבה מיט בלויז שוואכע איז קיין וועג נישט, האב זיך דאס צוביסלעך פארמאכט און זיך פארשפארט,

האלטן מיר כהיום תשע"א, אז כמעט קיין איין ישיבה איז נישט גרייט זיך צו פלאגן מיט א בחור וואס איז נישט גענוג שנעל און לויפט נישט גענוג שנעל מיט מיטן סיסטעם, דער מצב האלט דארט אז מגידי שיעור זענען לגמרי נישט דא לטובת דעם בחור, די מגי"ש זענען נישט די וואס טראכטן ווי קען איך אויפהייבן דעם תלמוד, ער איז דא נאר כדי צו זאגן א "גוטן שיעור" און ארבעטן מיט גוטע בחורים, און פארשטייט זיך ער זאל זיך נישט מוזן צופיל איבערשטרענגען, די מגי"ש האבן נישט ליב צו ארבעטן ארויס פון זייער ליין און ארויס פון זייער גדר פשוט מזרז צו זיין א בחור אדער זיך אפגעבן מיט א בחור (איך וויל נישט אראפ שטעלן ממש א פאקט אז אזוי איז עס ווייל ס'איז נאך אלץ דא אסאך מגי"ש וואס געבן זיך יא אפ זייער געטריי מיט זייערע תלמודים, אבער די פראצענט פון די מגי"ש וואס געבן זיך נישט אפ איז זייער גרויס)

און דאס איז דער היינטיגער גורם אז בחורים פון 14 יאר פליען אין די לופטן ווי בלעטער אין חודש חשון, נאכדעם וואס ער איז געלעבלט געווארן אלץ א שוואכע בחור און קיין ישיבה וויל זיך נישט צוכאפן צו אזא סחורה, און רוב מאל מאכט זיך אז א עסקן אדער א קרוב משפחה לייגט זיך אריין און מ'פלאצירט דעם בחור אין א ישיבה נאך אסאך שתדלנות, (איך זעה עס בחוש וויפיל מאל איך אליין האב באקומען טעלעפאן רופן פון קרובים און באקאנטע אז איך זאל שתדל'ן ביי געוויסע מנהלים מיט וועמען איך קען זיך אביסל לטובת זייער בחור)

יעצט לאמיר ענק פרעגן, אפי' ווען מ'האט שוין רחמנות אויף דעם בחור און נאך פיל שתדלנות לאזט מען אים אריין אין א ישיבה, צו האט נאך דער בחור אפי' א שאנס צו שטייגן?, ווען ער ווייסט אז מ'האט אים אראפ געזיגלט פאר א שוואך קינד?, ס'איז שומו שמים, מ'רעדט פון 14 יעריגע קינדער, געוואלד וואס קען מען שוין זעהן אויף א 14 יעריגע בחור? מ'מעסט סך הכל זיינע כשרונות, צי ער האט א גוטן קאפ צי נישט, צי ער קען ביים פארהער צי נישט, אלע פון אונז קענען מעיד זיין ווען מיר קוקן צוריק אין אונזער ערשטע ישיבה קטנה יאר דהיינו ביי די 14 יאר, און מ'מאכט דעם חשבון ווער ס'איז אלץ געוועהן אין מיין קלאס, ווער ס'איז אויסגעשטיגן און ווער נישט, פון וועלכן "פיינע בחור" איז געווארן א פלעינע יונגערמאן, און פון וועלכע פלעינע בחור איז געווארן א' חשוב'ע יונגערמאן, פון וועלכן בחור וואס איז באמת געוועהן א טראבל מעיקער איז געווארן א וואוילע טאטע פון קינדער, און וועלכע וואוילע שעפעלע אזי געווארן א טראבל מעיקער אלץ יונגערמאן, מ'קען עפעס מעסטן אין די ערשטע בחור'ישע יארן א בחור?,

מיין ר"י זצ"ל פלעגט זאגן אז א יונגער בחור קען מען אייביג בייגן, און ער פלעגט זיך טאקע נישט שטעלן ביים אריין נעמען יונגע בחורים, הערשט ביי די 16 יאר דארט האט ער זיך געשטעלט זאגנדיג אז א 16 יעריגע בחור איז שוין אביסל מוחלט וואס ער איז ממילא איז אים שוין שווער צו בייגן פלעגט ער שוין יא מער באטראכטן וועמען אריין צו נעמען וועמען נישט,

דאס איז בערך די מצב היינט פון די יונגערע בחורים וואס דארפן אריין גיין אין ישיבה קטנה'ס און וואלגערן זיך פון איין טיר צום צווייטן, און צו דעם קומט נאך צו א גרעסערע פראבלעם דאס איז שוין מיט די גרויסע בחורים, די וואס זענען שוין אייניגע יארן אין די בא בשנים סטעידש, (ווי יענער בחור וואס האט געזאגט ער איז שוין עטליכע יאר בלויז 18 יאר אלט.....) די ישיבה גדולה'ס האבן זיך דערזעהן מיט א פראבלעם וואס טוט מען מיט די עלטערע בחורים, זייערע חבירים זענען שוין חתנים, זייער אייגענע מוט איז דערשלאגן און צום געהעריגן סדר הישיבה האבן זיי מיינסטענס נישט קיין געדולד, און זייערע התנהגות איז א שטער פאר די ישבה, סאו וואס טוט מען מיט די אלטע בחורים? וואס הייסט וואס? ארויס פון ישיבה, גייטס וואלגערט'ס ענק אין די גאסן, ווערטס עמטליכע רווקים, ומשחיתים....

דאס איז די זייט וואס אונז פשוט'ע מענטשן געוועזענע פלעינע בחורים און היינטיגע טאטעס פון קינדער קוקן עס אן, יעצט לאמיר קוקן פון די מגי"ש און די ראשי ישיבות זייט, (עטץ געדענקטס נאך די אלטע צייטן ווען שאץ מאץ האט פראבירט צו שטיין אויף ביידע זייטן פון יעדע טעמע?....) זיי טענה'ן אז היות די גוי'שע גאס איז זייער ביטער און די טעכנעלאגיע מאכט זייער גרינג פאר יעדן בחור צו טרעפן דעם גאנצן גוי, איז פיל מאל דער מצב אז אפי' גאנץ יונגע בחורים פון 15 יאר זענען שוין פארפוילט און מ'קען זיי נישט האלטן אין ישיבה ווייל זיי זענען עלול צו פארדארבן אנדערע, און פארשטייט זיך אז די טאטעס ווילן דאס נישט איינזעהן ווייל וועלכע טאטע וועט דען מודה זיין אז זיין בחור איז פארדארבן און איז עלול מכשיל צו זיין אנדערע,

זאת ועוד, די שוואכערע בעלי כשרון זענען פאקטיש אויסגעשטעלט צו ליידן זייערע בחורישע יארן אין די ישיבות, ווייל היות מ'לערנט דא אויף א הויכן סטאנדארט וועט דער בחור וואס איז נישט דער שטארקע בעל כשרון נישט געהעריג מיטהאלטן די סדרי הלימודים געהעריג און דאס וועט גורם זיין אדער אז ער אליין וועט חלילה אוועק פאלן, אדער וויבאלד ער וועט נישט האבן קיין געדולד צו אלע שווערע לימודים וועט ער שטערן אנדערע פון לערנען, ממילא איז די עצה פונעם ראש ישיבה / מגי"ש ער זאל ארויס נעמען זיין בחור און שיקן אין אזא ישיבה וואס איז אויסגעשטעלט פאר שוואכע ווי ער וועט מער מצליח זיין, פארשטייט זיך אז א טאטע וואס הערט אזא דייעגנאז פון א מגי"ש וועט ער גלייך ווערן גערעגט, פארשטייסטו מיר ווייל ער האט נישט קיין געדולד זיך אפצוגעבן זאגט ער אויף מיין משה'לע אז ער איז שוואך, דו קענסט דאך מיין משה'לע ניין?, א פיין קינד ער טשעפעט נישט א פליג אויף די וואנט, דו האסט נישט קיין השגה וואס ער העלפט צוזאם אינדערהיים, און דא זאגט מיר דער מגי"ש אז ער איז שוואך ער באלאנגט אין יענע פלוני שוואכע ישיבה, א חוצפה, ער מיינט טאקע,

ווי אויך טענה'ן די עלטערן פון די גוטע בחורים מיט די מגי"ש אז אויב לערנט מען אין ישיבה אזא סטאנדארט וואס אפי' די שוואכערע זאלן מיטהאלטן דעמאטץ פאלן אוועק די גוטע, ווייל זיי פארלירן דאס געדולד אויב מ'איז מסביר און מ'שטעלט אוועק די שיעורים אויף א מדריגה די שוואכע זאלן אויך מיטהאלטן, און דאס איז באמת א שאד אז די גוטע בחורים זאלן אוועק פאלן, מ'דארף אין די בעלי כשרון אריין לייגן מער האפענונג ווי אין די שוואכע, ווייל די גוטע בחורים זענען געווענדליך די וואס שטייגן אויס אינעם נייעם דור פאר מרביצי תורה און כלי קודש, נו זאל מען אראפ שלעפן די גאנצע ישיבה בלויז צוליב די שוואכע בעלי הבנה?,

עס איז שווער צו געבן א כלל אין אזעלכע פעלער ווער ס'איז גערעכט צו דער טאטע צו דער מגי"ש, ווייל זייער אסאך מאל איז באמת דער מגי"ש גערעכט און דער בחור באלאנגט באמת אין פלוני ישיבה, נאר דער טאטע קען נישט פועל'ן ביי זיך אז "זיין" בחור איז שוואך, אבער טייל מאל איז עס א שנעלע איבערגעאיילטע החלטה פון א ראש ישיבה וואס האט זייטיגע מאטיוון פון הייסן א גוטע ישיבה און דערפאר איז ער משלח א בחור וואס מ'קען אנרופן בינינו צו א שוואכן מקום,

די פראגע איז נאר וואס קען מען באמת טון, און וואס איז די לעזונג אז יעדער בחור זאל טרעפן א פלאץ אין א ישיבה און מצליח זיין, ווייל צי זאגן אז בחורים זאלן גיין ארבעטן אזויווי אין דער אלטערהיים אין נישט אויסגעהאלטן ווייל די גאס איז נישט אויסגעשטעלט פאר א קליינע בחור און ס'איז אפי' נישט געהעריג לעגאל אז יונגע בחורים זאלן ארבעטן, ווי אויך אז א בחור זאל זיך דרייען אין די גאס איז מסוכן ממש, אז א בחור זאל ווערן צוקוועטש איז אויך מסוכן ממש ווייל די גאס שטעלט אים צו פלענטי הנאות עוה"ז און ער האט ווי צו לויפן ליידער, מוז מען מען בע"כ מער היטן און מער האלטן אונזערע בחורים אין די ישיבות, אנשטאט מ'זאל מוסיף זיין אין דעם הינזיכט טוט מען גאר פארמינערן די מעגליכקייטן פאר בחורים מצליח צו זיין,

איך גלייב אז ס'איז דא צווישן אונז גענונג מענטשן וואס זאלן רעדן דברים של טעם, איך וואלט געוואלט פארלייגן מיין פלאן פארן אויסשטעל פון ישיבות אינעם עתיד, אמת ס'איז פיינע דמיונות אבער פלאנירן מעג מען אייביג...., איך האב שוין געשריבן אין מיין טאג ביך פון א מגי"ש, אז א בחור איז אייביג זאט און אייביג אויסגערוהט און דערפאר מוז מען זעהן אנצופילן זיין קאפ מיט גענוג וויכטיגע זאכן וואס ער זאל אים פארנומען דעם קאפ, וואלט איך געזאגט אזוי, די מציאות איז אז מ'האט היינט בר מצוה בערך פון פסח כתה ח' ביז פסח כתה ט', בערך אזוי לויפט עס אין די קלאסן, אמאל איז טאקע געוועהן פון חשון ביז חשון דהיינו אז מ'איז בר מצוה געווארן נאר אין כתה ט', (ס'האט זיך געקענט מאכן אויסנאמען פון תשרי כתה ח' און חשון ישיבה קטנה) אבער היינט איז עס אראפ גערוקט געווארן מיט אפאר חדשים צוליב דעם וואס אין כתה א' דארטן האלט מען אז ווען דאס קינד איז עלטער טויג ער בעסער צו כאפן שנעלער און בעסער די עברי,

זאלן די בר מצוה קינדער בלייבן נאך איין יאר אין חדר / ישיבה, מיט א כתה י', מ'וועט מאכן אזא באזונדערע אפטייילונג אין די חדרים פון כתה ט' וכתה י', ווייל פאקטיש זענען די יעצטיגע כתה ט' יונגלעך רוב בחורים און זיי זענען שוין האלב ישיבה קטנה עידש, און פאר בחורים מוז מען סייווי האבן אנדערע גדרים ומהלכים, סאו ס'בעסטע וואלט געוועהן מ'זאל האלטן די בחורים נאך איין יאר אין כתה י', און געבן א נאמען ישיבה קטנה / מכינה / פיעוטים / וכדומה,

נאך כתה י' זענען שוין די בחורים בערך 14 אהאלב 15, פון דא אין ווייטער זאל זיין א אויסוואל פון ישיבות לויט לימודים, דהיינו פונקט ווי ווען להבדיל א סטודענט גייט אריין שטודירן אין קאלעדש האט ער א אפציע וועלכע מקצוע ער וויל לערנען, ער קען ווערן א דאקטער, לויער, אקאנטענט, פיליזאף, פיסכילאג, שרייבער, אינדשעניר, וכו' וכו', זאל זיין ישיבות מיט מקצועות, איין ישיבה פאר שיעור עיין ווי מ'לערנט דורך אלע דריי בבא'ס, א ישיבה ווי מ'לערנט הלכה גאנץ הל' שבת, א ישיבה ווי מ'לערנט יורה דעה, א ישיבה ווי מ'לערנט די חכמות העולם עפ"י תורה ווי הל' קידוש החדוש וחשבון החדשים סדר שקיעות החמה והמסתעף, א ישיבה ווי מ'לערנט פון אלעם אביסל, א ישיבה וואס לערנט לייכטערע לימודים, א ישיבה וואס לערנט גמ' גאנץ סדר מועד מיט מער אויף א שיעור פשוט'ן אופן,
די מעלות פון דעם זענען זייער ברייט, ווייל אפי' ביי גוטע בחורים איז דא טיפערע לערנער'ס און ס'איז דא מער שנעלערע לערנער'ס, ס'זענען דא בחורים וואס טויגן בעסער צו לערנען הלכה און ס'איז דא אזעלכע וואס טויגן בעסער פאר שיעור עיין, און זייער אסאך מער אזא בחור וואס וויל באמת לערנען גאנץ הל' שבת ווערט גע'רודפ'ט אין זיין ישיבה ווייל ער שטעלט זיך נישט צו צו די אלע אנדערע לימודים ווי שיעור עיין ולומדות,

דאס וועט אטאמאטיש מאכן אז אפי' א שוואכערע בחור וואס מ'זעהט אז ער טויג נישט פאר שיעור עיין, ער זאל באקומען א שטופ פאר הלכה אדער אנדערע לימודים, און זייער אסאך בחורים וואס היינטיגע צייטן פאלן ארויס פון סיסטעם וועלן בלייבן אין סיסטעם, און אפי' די בחורים וואס בלייבן יא אין סיסטעם, וועלן אנקומען צו די חתונה מיט פארטיגע סחורה אין די האנט, דער פאקט איז אז ווייניג בחורים אפי' די לערנער'ס קומען אן צו די חתונה מיט א פולן באגאש מיט מקצועות וואס ער האט געלערנט, ווידער אויף דעם מהלך קען מען מסיים זיין גאנצע מקצועות התורה,

איך פארשטיי אז ס'איז דאמירן בעלמא, אבער איך בין נייגעריג צו הערן דעם דעת הקהל איבער די מצב הישיבות, די פראבלעמען, די לעזונגען, און וואס איז די עצה און די מהלך לגבי די עלטערע בחורים הבא בשנים וואס האבן שוין איבערגעשפרייזט די שנות הישיבה וויאזוי באהאנדלט מען זיי, און אזוי ווייטער,

איך בין נאר א מתחיל, זאגט עטץ ווייטער
http://shatzmatz.blogspot.com/" onclick="window.open(this.href);return false;
אוועטאר
מאנאגרעמס
שר האלף
תגובות: 1048
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 12, 2009 7:27 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאנאגרעמס »

מיין הארץ פלאטערט דיר צו דארפן איבערגעבן אז אזא סיסטעם וועט זיך קיינמאל נישט אויסארבעטן.
אמת, צווישן מיר און דיר איז דער עצה גאר א גוטער אבער דו האסט ווייטער צו טון מיטן דור "יענער". אז א טאטע וואס זעט אז ער האט א 14 יעריגער בינוני באקומט אן אויסוואל פון 3 מיני ישיבות וואס זיין זון קען זיך באמת שטארק ארויפארבעטן אין איינע פון זיי, וואו וועט ער פרובירן אריינצולייגן זיין בחור? ער וועט פרובירן אריינצולייגן זיין זון אין די ישיבה וואס איז אויפן בחורס סטאנדארט?

ניין! טעות מוחלט.
ער וועט פרובירן אריינצושטופן זיין זון אין די ישיבה וואו דער מצוין פון קלאס גייט אריין! פארוואס? פרעג אים!
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35409
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

איני מכניס ראשי בין ההרים הגבוהים, נאר צוויי פאקטן וועל איך דערציילן:

אני הקטן האט געהאט אמאל א מגיד שיעור וואס האט מיר געזאגט, פון דיר וועט שוין גארנידט אויסוואקסן.

איך האב א ידיד א גאר חשוב'ער אינגערמאן ער זעלבסט א געלונגענער מגיד שיעור אין א ישיבה וואס ביי מיר איז ברור אז לויט די היינטיגע סטאנדארטן וואלט מען אים, לויט ווי ער האט אויסגעזען דאן ביי די 14-15, נישט אנגענומען א ישיבה.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
imzist
שר חמש מאות
תגובות: 502
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 07, 2010 6:05 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך imzist »

farshlufen האט געשריבן:איני מכניס ראשי בין ההרים הגבוהים, נאר צוויי פאקטן וועל איך דערציילן:

אני הקטן האט געהאט אמאל א מגיד שיעור וואס האט מיר געזאגט, פון דיר וועט שוין גארנידט אויסוואקסן.

.


און דערווייל?...

(נאר א ווערטל).
אוועטאר
מי יודע
שר שמונת אלפים
תגובות: 8736
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מי יודע »

שאץ, יישר כח פארן אדרעסירן דעם נושא
קודם א זייטיגע שאלה (מחמת חסרון ידיעה), איז דער פראבלעם נאר ביי ישיבות וואס געהערן נישט צו א קרייז/מוסד אדער איבעראל?

מיין מלמד פלעגט זאגן אז איך קען אויסוואקסן א פני יהושע, און דערווייל? זעט איר דאך ווי איך דריי מיך...
שטארק מעגליך אז אזא סיסטעם ווי שאצל וואלט מיר געהאלפן מער צו שטייגן, ווייל למעשה היינט בין איך שטארק נוטה צו איינע פון די לימודים וואס שאץ האט דא אויסגערעכנט, און ווען איך בין געווען א 16 יעריגער בחור און ס'האט געפעלט ביי אונז אין ישיבה א חלק פון די סארט לימודים האב איך גע'טענה'ט מיט מיין ראש ישיבה דערוועגן וויפיל בחורים דער סארט לימוד וואלט געהאלפן, ותפלה עושה מחצה אז די סיסטעם האט זיך אנגעהויבן נאכדעם וואס איך בין ארויס פון דארט.

איך בין שוין ארויס פון ישיבה מער ווי צען יאר צוריק, און דערווייל האב איך נאכנישט קיין בחור אין א ישיבה צו קענען ארויסהאבן וואס ס'איז דער סיסטעם היינט אין די ישיבות.
אבער אזויפיל געדענק איך, ווען איך האב געלערנט אין ישיבה, און מיין ראש ישיבה האט זיך אפגערעדט פאר מיין טאטן זז"ג אז איך בין נישט מצליח אין לערנען, האט מיין טאטע זז"ג אים געצה'ט א עצה, וואס איך האלט אז דאס האט מיר אסאך געהאלפן און געראטעוועט.
מיין טאטע האט אים געזאגט, ס'איז דא אזויפיל פונקציעס אין א ישיבה וואס מען קען דערמיט מכבד זיין בחורים, גבאות עסקנות וכו' וכו', און אז דער בחור קען נישט איינזיצן 2 א האלב שעה ביים שיעור, זיי אים מסדר וויפיל דארף ער קענען, מיט וואס דארף ער ארויסגיין א וואך, און די איבריגע צייט קיפ אים ביזי.

מען דארף נאר האבן מזל אז דער מגי"ש/ראש ישיבה זאל האבן דעם שכל און נישט זיין א פערד און זאגן "עה ביטול תורה" צו טראכטן אז ס'וועט אים צושטערן די סדרים.

זאת ועוד, איך האב געלערנט אלע מיינע יארן נאר אין א סיסטעם ישיבה וואס האט באלאנגט א קרייז, און ווי פארשטענדליך זענען געווען בחורים וואס זענען אוועקגעפארן מחמת איזה סיבה שיהי'
אזויפיל קען איך אייך זאגן, 98 פראצענט וואס זענען אוועקגעפארן צו שטייגן און ווערן מצויינים, זענען נישט געבליבן צו לאנג אין כולל, און ארבעטן היינט צו ברענגן א דאלאר
און ווידער די גוטע וואס זענען געבליבן אינעם סיסטעם, אט די זענען אויפגעוואקסן יושבי אהל וכלי קודש
אוודאי איז עס נישט קיין כלל, איך דערצייל אייך אבער א מציאות וואס איך האב געזען ביי מיין יארגאנג.
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.
אוועטאר
שאץ מאץ
שר שלשת אלפים
תגובות: 3031
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 15, 2008 5:01 pm
לאקאציע: איבעראל
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאץ מאץ »

מי יודע: דער פראבלעם איז נוגע יעדן צוגלייך,
מאנאגראמס: איך האב דאך מקדים געוועהן אז ס'איז א חלום,

א וויכטיגע הוספה: איבער קוקנדיג דעם ארטיקל זעה איך אז איך בין אביסל צו איינזייטיג אויף די זייט פון די שוואכערע בחורים און פון די וואס האבן טענות פארוואס ישיבות קלויבן זיך, וויל איך צולייגן א וויכטיגע פונקט וואס איך האב פארגעסן ביים שרייבן, א סיסטעם ישיבה האט א פראבלעם אז דער בחור שפירט אז זיין קהילה שטעלט אים צו א ביהמ"ד, מקוה, ביה"כ, קאווע, שיעורים חוה"מ, און אויך א ישיבה, ער קומט אריין מיט די קאפ אין די הייעך אז אלעס באלאנגט צו אים, ער קוקט אויפן מגי"ש מיט אזא בליק ווער האט מיר דא חוצפה איינצוטיילן וואס צו טון,
ווידער ווען א בחור קומט אריין אין ישיבה וואס מ'האט אין אריין גענומען נאכדעם וואס ער האט זיך איינגעגעבן, קומט ער אריין מיטן קאפ אראפ און עטוואס הכנעה הערשט ביים בחור צום מגי"ש / ר"י, און הכנעה איז די וויכטיגסטע יסוד פאר א בחור,
http://shatzmatz.blogspot.com/" onclick="window.open(this.href);return false;
אוועטאר
מאנאגרעמס
שר האלף
תגובות: 1048
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 12, 2009 7:27 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאנאגרעמס »

איך האב קיינמאל נישט געלערנט אין א סיסטעם ישיבה. נו שוין, לאמיר רעדן פון אנדערע שמחות...

------
מיין בלוט הייבט אן זידן.
אוועטאר
סאדע_באטל
שר האלף
תגובות: 1604
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 11, 2008 4:55 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאדע_באטל »

די סיסטעם איז א חורבן פאר מצויינים.

עס איז מוראדיג מגביל דעם מצויין, דער מצויין האלט זיך נישט ביים אנשטרענגן כפי כשרונותיו, ווייל ער האט שוין עררייכט וואס די סיסטעם פארלאנגט פון אים....
אפשר באגרעניצט מען די צאל חתימות וואס איין ניק מעג האבן פער וואך?
אויפריכטיג
שר שלשת אלפים
תגובות: 3447
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 16, 2008 8:10 pm
לאקאציע: ביים געפילטערטן קאמפיוטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אויפריכטיג »

כ'האב געוואוסט אז שאץ מאץ וועט אונז נישט לאזן אליין אויפ'ן וואסער מיט די ברענעדיגע טעמע פון בחורים און ישיבות.
דאס אויסקלארונג פונעם פראבלעם איז שוין א האלבע רעכענונג, און מיר האפן אז יעדער וועט צולייגן זיינע מיינונגען אין די נושא און אזוי וועלן מיר אפשר קענען צוקומען צו עפעס זאכליך.

און דאס זענען מיינע געדאנקן אין די נושא:

שאץ האט זיך פרובירט צו באווארענען אויב זיין פלאן וועט זיך נישט אויסארבעטן.... דעריבער האט ער געזאגט אז עס איז בלויז א חלום. דער אמת איז אבער אז מען דארף דעם חלום בלויז עטוואס צופיצען און דערנאך אולי וועט מען קענען עפעס אויפטון.

שאץ האט אראפגעלייגט א שטיקל לעזונג אז מען זאל מאכן עטליכע סארט ישיבות, אבער ווי מאנאגראם האט אנגעוויזן איז דאס נישט קיין לעזונג ווייל יעדע טאטע וועט אריינלייגן זיין זון אין די בעסטע ישיבה טראץ וואס די שיך איז צו גרויס פאר זיין זון.

דעריבער האלט איך אז מען זאל די עצה פון שאץ מאכן אין יעדע ישיבה באזונדער.

ואפרש שיחתי: אונזערע ישיבות זענען אויסגעשטעלט אויף א סיסטעם אז יעדע כתה האט זיך זיין לימוד און יעדער איינער אין די כתה מוז זיך צושטעלן צו דעם, ווער נישט פאלט ארויס. אפשר וואלט כדאי געווען מען זאל איינשטעלן אין די ישיבות אז עס זאל זיין אויסגעשטעלט עטליכע סארט לימודים, א שטייגער ווי שאץ מאץ האט ערווענט, און יעדער בחור זאל זיך קענען אויסקלייבן וועלכע לימוד ער וויל, אפגעזען וועלכע יארגאנג ער איז.

און נאכמער, אין אונזערע ישיבות איז איינגעפירט אז מען לייגט דעם גאנצן דוגש אויפ'ן איכות הלימוד, דאס הייסט ווער עס קען זיך צושטעלן צום שיעור עיון דער איז א מציון, און ווער עס קען נאר דעם שיעור פשוט, דער איז שוין א בינוני. פארוואס זאל מען נישט שטעלן דעם דגוש אויפ'ן כמות הלימוד? די מגידי שיעור זאל אריינלייגן מער כוחות אין מסביר זיין די בחורים התמדת הלימוד נישט קיין חילוק וואס, דער עיקר זיץ אין לערן און האק שטיקער, נישט קיין חילוק וועלכע מקצוע, דער עיקר פארברענג נישט די צייט נאר לערן בהתמדה.

דער געדאנק אז א בחור וועט געמאסטן ווערן לויט זיין התמדה וועט העלפן אז אסאך וואס קענען זיך נישט צושטעלן צום שיעור עיון, וועלן זיך נעמען אן אנדערע לימוד און זיצן און לערנען בהתמדה רבה.

אנשטאט נאכזאגן א טיפע קצות פאר אלע בחורים צוגלייך, טראץ וואס מייסטענס פארשטייען דאס נישט, זאל מען נאכזאגן און פארציילן די געוואלדיגע התמדה פונען קצות פאר יעדן איינעם, און דער פשט'ל פונעם קצות גופא בלויז פאר די בחורים וועלכע זענען מסוגל דאס אויפצוכאפן.

דער פלאן וועט אויך העלפן דעם פראבלעם אין וואס מיר טרעפן זיך כסדר אן, און איינער האט דאס שוין פריער דערמאנט דא אויך, אז די בחורים וועלכע זענען געווען אלץ בחור פון די בעסטע אויגעשטיגענע זענען נאך די חתונה פארוואנדלט געווארן אין פאלנע ארבייטער.

דער פראבלעם קומט ווייל מען האט אים אויסגעלערנט אז דער עיקר איז די טיפע לומדות און פשט'לעך און אויב קען מען דאס שוין נישט לערנען דעמאלט איז גארנישט ווערד.

ווען א בחור זאל אויפוואקסען מיט די איינציגע הנחה אז מען דארף לערנען ווען מען האט א מינוט צייט, נישט קייןן חילוק וואס דער עיקר לערנען, וועט דאס העלפן די בחורים צו בלייבן מתמידים אויך נאך די חתונה.

יעצט לאמיר הערן וואס אנדערע האבן צו זאגן.
over night kugel
שר מאה
תגובות: 153
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 31, 2009 3:33 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך over night kugel »

געהערט אמאל פון ר'שמעלקא לייפער אז ער וועט בשום אופן נישט שיקן זיינע קינדער צו א מצוינים ישיבה! ווייל איך וויל אז מיין קינד זאל פאסן צו רעדן צו מיך!!!
אוועטאר
מאנאגרעמס
שר האלף
תגובות: 1048
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 12, 2009 7:27 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאנאגרעמס »

אויפריכטיג זאגט שוין עפעס. אבער טאקע נאר עפעס.
קיין איין ישיבה וויל נישט דארפן צאלן פאר נאך מגי"ש. און אז דו שטעלסט יא צו נאר איין מגי"ש פאר יעדן דארפסטו האבן זייער גרויס מזל אז דער מגי"ש זאל וועלן נעמען דעם פרעשור.
דיין פוינט איז אבער זייער א גוטע.
אויפריכטיג
שר שלשת אלפים
תגובות: 3447
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 16, 2008 8:10 pm
לאקאציע: ביים געפילטערטן קאמפיוטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אויפריכטיג »

פארוואס זאל מען דארפן נאך מגי"ש, די זעלבע צאל מגידי שיעור ווי בעפאר זאלן ווייטער זיין, נאר יעדער זאל זיין געשטעלט אויף א חבורה אנשטאט א כתה לויט א יארגאנג.
קארל
שר חמש מאות
תגובות: 797
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 09, 2009 11:16 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קארל »

אז "שאץ מאץ" האט מיר צוגעטיילט עטוואס קרעדיט מוז איך דאך אריינרעדן אויך...
איך האב נישט יעצט די צייט סיסטעמאטיש ארויסצוברענגען דעם שרעקליכן חורבן פון די היינטיגע ישיבות, אבער לאמיך נאר ארויסברענגען אייניגע פונקטן:
א) א מגיד שיעור האט מיר געזאגט: "איך האב דרייסיג בחורים אין מיין כיתה; אויב בין איך 'לאָקי', קען איך גריסן יעדן בחור כאטש איינמאל אין צוויי וואכן."
ב) די מגידי שיעור ווערן בכלל נישט געקליבן לויט זייערע פעאיגקייטן אין חינוך, בלויז לויט א.ג. "לומדות", און א.ג. "יראת שמים".
ג) ישיבות טוען בכלל נישט אנערקענען טאלאנטן חוץ אזעלכע וועלכע טייטשן זיך איבער אין גוטע צייכנס אויף די בחינות (אדער צומאל אין שיינע לעמפעלעך ווען כ"ק מרן אדמו"ר הגה"ק עט"ר שליט"א מאכט חתונה).
ד) די אטמאספערע אין ישיבות איז געווענליך אזא וואס טוט אונטערדרוקן סיי וועלכע שעפערישקייט פון א בחור.
ה) ווי אנדערע האבן שוין באמערקט, טוען ישיבות זיך בכלל נישט רעכענען מיט דעם רצון פון א בחור - צו וועלכן סארט לימוד זיין הארץ ציט.
ו) וויבאלד ישיבות זענען נישט אפן אויף הרבצת התורה, נאר אויף אני-ואפסי אינטערעסן, איז אין גאר א סך ישיבות די הצלחה פון א בחור תלוי לויט ווי גוט ער קען זיך חנפ'ענען צו מרן הגאון הראש ישיבה שליט"א.
אוועטאר
שאץ מאץ
שר שלשת אלפים
תגובות: 3031
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 15, 2008 5:01 pm
לאקאציע: איבעראל
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאץ מאץ »

מ'זאגט א ווערטל אז די רעבעצן פון א ראש ישיבה אין דער אלטערהיים האט געזאגט ממילא דעם ראש ישיבה קומט זיך צו עסן, ער איז דאך ראש ישיבה, און מיר די רעבעצן קומט דאך צו עסן בין איך דאך די רעבעצן פונעם ראש ישיבה, אבער די בחורים. זיי זענען דאך אימזיסטע עסער'ס, צו וואס דארפן זיי עסן....

בערך אזוי קוקן אויס טייל ישיבות, די ישיבה איז נישט געגרינדערט געווארן כדי דער בחור זאל קענען לערנען אין א ישיבה, נע, די שיבה האט א ציל אז הרה"ג זאל הייסן ראש ישיבה, דער בחור איז נאר דא אן אומזיסטע עסער...
http://shatzmatz.blogspot.com/" onclick="window.open(this.href);return false;
אוועטאר
ווארום
שר חמש מאות
תגובות: 833
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 24, 2007 11:40 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווארום »

א ראש ישיבה פון א ישיבה קטנה דערציילט מיר איינמאל:

ער איז אריינגערופן צו זיין רבי'ן אויף א שמועס, א רבי וואס גיבט געווענדליך נישט קיין לאנגע שמוסען פאר די וואס קומען אריין צו איהם,
נאר אזוי ווי די רבי פירט קע"ה א גרויסן נעץ פון חינוך, האט איהם ווייגעטוהן די פאקט פון מצויינים און די נישט מצויינים וואס פאלן אוועק,
ממילא, איז ער געקומען צו א בייפאל! און ער שמועסט עס דורך מיט יעדע ראש ישיבה זיינעם.

דהיינו?
אז יעדע בחור, ווייסט דאך -בערך- צו וויפיל ער קען אנקומען, און די בחורים זאל אנהויב זמן זאגן פארן ראש ישיבה, רבי לעבן איך קען נישט אנקומען מער ווי 70 אויפן בחינה, עס איז די בעסטע וואס קען קען צילן!
און די ראש ישיבה פראגראמירט איין די נומבערס, אז אויב האט די בחור געקענט נאר 70 פראצענט פון די אלגעמיינע בחינה, דאן באקומט ער א 100! אויפן בחינה, ווייל דאס איז זיין מערסטע סטאנדארט!

א יאוואזשנע בייפאל!
עס וועט הייבן יעדע בחור, יעדע וועט האבן סיפוק, א מחיה!!

למעשה, פרעג איך איהם א האלבע יאהר שפעטער, נו? מהאט געזעהן גרויסע שינויים?

זאגט ער מיר בפנים זועפות:
עס איז געווען א טאטאלע דורכפאל!!
ברענעריי
שר חמישים
תגובות: 93
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אקטאבער 24, 2010 5:21 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ברענעריי »

מי אני להכניס ראשי..
איך וועל נישט אריין רעדן, אבער אזויפיל יא. דאס וואס פארשלאפן דערציילט מיט א בדדי הוה איז א פחד נורא! דאס האט מיך אויפגעשאקלט. דאס האט בארירט מיינע סטרונעס. גרויס איז אייער חלק פארן זיך נישט צוהערן און הארעווען ווייטער.

++
ווארום אייער מעשה איז אביסל אומפארשטענדליך. ס'איז שווער צו זאגן אז א בחור זאל אליין אפמאכן וואס זיינע כשרונות זענען. איך קען פארשטיין פארוואס עס האט זיך למעשה אויסגעלאזט מיט א דורכפאל!
imzist
שר חמש מאות
תגובות: 502
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 07, 2010 6:05 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך imzist »

אויפריכטיגס פלאן איז פאקטיש דא און זי עקזיסטירט אין גרויסן אין די גרעסערע / סיסטעם ישיבות גדולות.

נו. רעזולטאטן פליז?
אוועטאר
פונקטליך
שר האלפיים
תגובות: 2219
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 07, 2010 11:23 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פונקטליך »

שאץ מאץ האט געשריבן:ראשית וועלן מיט אנפאנגען מיט די טריקענע נייעס, אז הרה"ג ר' אהרן קרויס שליט"א רב ור"מ שער התלמוד ובית שמואל האט געזאגט א פייערדיגע דרשה איבער די טעמע, (ווער ס'וויל מזכה זיין דעם ציבור זאל אהער ברענגען די דרשה)

דרשת הרה"ג ר' אהרן קרויס (אונטן)
די זייגער לויפט, זעה צו זיין פונקטליך!
לאקשען ברעט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לאקשען ברעט »

לאמיר צילייגען מיינע געדאנקען :

קודם מוז מען פארשטיין איין זאך: אינדערהיים איז נישט געווען אזא זאך אז יעדער איז געגאנגען אין ישיבה, ווער ס'האט געהאלטען דערביי אין זיינע עלטערען אדער משפחה האט געהאט געלט האט מען געשיקט אין א ישיבה,
בדרך כלל איז אנגעקומען אין א ישיבה דער וואס האט געהאלטען דערביי אין פין זיי איז געווארען די כלי קודש, אין די אנדערע זענען געווארען פשוטע תמימות'דיגע אידען אין בעלי בתים,

נאכען קריג איז די וועלט געווארען אנדרעש, אין ס'איז געווארען א סיסטעם אז יעדער גייט אין א חינוך אנשטאלט ביז די 18-20 יאר סיי אינגלעך אין סיי מיידלעך,

יעצט איז אזוי: פאר א חינוך סיסטעם פאר מיידלעך איז נישט געווען קיין מסורה, האט מען אליינס אויפגעשטעלט א סיסטעם, וואס איז מער ווייניגער ציגעפאסט לויטען מציאות,

אבער פאר א ישיבה פאר אינגלעך איז געווען א מסורה איז מען געגאנגען לויט דעם, די פראבלעם איז נאר אז אין די מסורה'דיגע סיסטעם זענען געגאנגען מער ווייניגער נאר בעלי כשרון, אין דא וואס מען מאכט א סיסטעם פאר יעדעם איז די סיסטעם אטומאטיש נישט ציגעפאסט,
אין ס'ווערט ווי א מדת סדום סיסטעם ווער ס'צי הויך שניידט מען אפ די פיס אין ווער ס'צי נידריג ציט מען אויס,

אין ממילא קומט אוטומאטיש ארויס פראבלעמען, ווייל אזוי ווי נישט יעדער קען מיטגיין מיט אזא סיסטעם, אטומאטיש מיטשען זיך די מגיד שיעורים, ווייל זיין פרובירען צי שטופען יעדען בחור אריין אינעם זעלבען שיך, אין זיי זעהען אז עס גייט נישט, אין אז ס'שטערט די ישיבה, קומען זיי צי די החלטה אז דער בחור באלאנגט נישט דא,

יעצט איז די שאלה וואס איז די עצה ?
וואלט איך געזאגט אזוי:
קודם דארף מען וויסען וואס איז די ציל אין נאכדעם קען מען זאגען א עצה,

די ציל איז לכאורה, צי האלטען דעם בחור אין א מסגרת פין אידישקייט אין יראת שמים אין אויך מענטשליכקייט, וואס דאס זאל אים זיין א יסוד אויפען לעבען,
אין אויך איז די ציל אז פין די בחורים זאלען ארויס קומען די נעקסטע דור פין כלי קודש, בעלי בתים, ארבעטער'ס אין סתם עמך אידען,

יעצט איז אזוי: כ'בין מסכים מיט שאץ'ס פלאן, אבער כ'גיי עס אביסעל ארום טוישען אין צילייגען כ'האף שאץ וועט נישט זיין ברוגז....
מיין פלאן לויטעט אזוי:
אז ס'דארף זיך אנהייבען ביי די גרויסע מעגא ישיבות וואס האבען הונדערטער בחורים זיי מיזען טוישען זייער סיסטעם אין ציטיילען די קלאסען לויט לימודים אין אויך אריין ברענגען וועלטליכע לימודים,( למשל ענגליש מיט געאוראפיע וכו'כ'ווייס אז ס'איז קאנטערווערסיאל אבער וועלטליכע למודים על טהרת הקודש איז די ציקומפט ס'שטייט אין ערגעץ נישט אז נאר פרויען מעגען וויסען וויזוי צי סיינען די נאמען ס'איז א זאך וואס פריער אדער שפעטער וועט מען עס מיזען איינזעהן אין מ'מוז אנפילען די קאפ אויך פין בחורים וואס האלטען נישט ביים לערנען וויל טאמער נישט..... אין קוקטס מיידלעך לערנען אין זיי בלייבען ערליכע אידישע טעכטער)
, אין אויך מיז זיין א מקום ווי בחורים קענען זיך אויסגעבען זייערע טלאנטען,

אין יעדע בחור וועט גייט ווי זיין הארץ ציהט אים, איינער הלכה איינער גמרא תוס' אין א דריטער א האלבע טאג תורה אין א האלבע טאג אנדערע למודים , (אין שרייטס נישט ביטול תורה ווייל ס'נישטא קיין גרעסערע ביטול תורה ווי א מדת סדום סיסטעם די בחורים לערנען סייווי נישט)

אזא סיסטעם האט א סאך א גרעסערע מקום פאר הצלחה ווייל די דארפט זיך נישט שלאגען מיטען בחור א גאנצען טאג אין דער בחור שפירט אז ער וואקסט אין אז ער איז א מענטש מיט סעלף רעספעקט, אין נישט אז א באנדע מגיד שיערים רודפען אים אין טאג איין טאג אויס,

די גרויסע ישיבות זיי קענען טוישען די מצב והקולר תלוי בצורם,
כ'האלט אז ס'שוין געקומען די צייט צי אויפהערען פייניגען די יוגענט,
זיי זענען אויך מענטשען אין זיי האבען אויך געפילען אין זיי מעגען אויך אויסוועלען זייער ציקומפט, אין אזא סיסטעם וועט זיין אסאך ווייניגער דראפאוט'ס אין ס'וועט אויסוואקסען ערליכע אידישע בעלי בתים מיט יראת שמים אין מידות טובות,

בלייבט צי זעהן וועלכע גרויסע ישיבה וועט האבען די קוראזש צי זיין די נחשון אין טוהן וואס די מציאות פארלאנגט

(יא אין פאר כ'פארגעס נישט געבען וואקסינעשענס וועט אויך ציהעלפען צי די סטאביליטעט פין די יוגענט)
אוועטאר
פונקטליך
שר האלפיים
תגובות: 2219
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 07, 2010 11:23 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פונקטליך »

לאקשען ברעט האט געשריבן:פאר א חינוך סיסטעם פאר מיידלעך איז נישט געווען קיין מסורה, האט מען אליינס אויפגעשטעלט א סיסטעם, וואס איז מער ווייניגער ציגעפאסט לויטען מציאות,
אבער פאר א ישיבה פאר אינגלעך איז געווען א מסורה איז מען געגאנגען לויט דעם, די פראבלעם איז נאר אז אין די מסורה'דיגע סיסטעם זענען געגאנגען מער ווייניגער נאר בעלי כשרון, אין דא וואס מען מאכט א סיסטעם פאר יעדעם איז די סיסטעם אטומאטיש נישט ציגעפאסט,

א גוטע געדאנק, כ'האב קיינמאל נישט אריינגעטראכט די סיבה


לאקשען ברעט האט געשריבן:ס'דארף זיך אנהייבען ביי די גרויסע מעגא ישיבות וואס האבען הונדערטער בחורים זיי מיזען טוישען זייער סיסטעם אין ציטיילען די קלאסען לויט לימודים אין אויך אריין ברענגען וועלטליכע לימודים,( למשל ענגליש מיט געאוראפיע וכו'כ'ווייס אז ס'איז קאנטערווערסיאל אבער וועלטליכע למודים על טהרת הקודש איז די ציקומפט ס'שטייט אין ערגעץ נישט אז נאר פרויען מעגען וויסען וויזוי צי סיינען די נאמען ס'איז א זאך וואס פריער אדער שפעטער וועט מען עס מיזען איינזעהן אין מ'מוז אנפילען די קאפ אויך פין בחורים וואס האלטען נישט ביים לערנען וויל טאמער נישט..... אין קוקטס מיידלעך לערנען אין זיי בלייבען ערליכע אידישע טעכטער)
אין אויך מיז זיין א מקום ווי בחורים קענען זיך אויסגעבען זייערע טלאנטען,
אין יעדע בחור וועט גייט ווי זיין הארץ ציהט אים, איינער הלכה איינער גמרא תוס' אין א דריטער א האלבע טאג תורה אין א האלבע טאג אנדערע למודים , (אין שרייטס נישט ביטול תורה ווייל ס'נישטא קיין גרעסערע ביטול תורה ווי א מדת סדום סיסטעם די בחורים לערנען סייווי נישט)

אזא סיסטעם וועט הרג'נען די גוטע בחורים ווייל אין רוב פעלער האבן בחורים נישט די שטארקייט זיך אליין צו האלטן, זיי מוזן האבן עפעס זאל זיי העלפן, ממילא וועט א פרייע סיסטעם וואס לאזט אוועקגיין פון לערנען עוסק צו זיין און וועלטליכע ענינים אוועקלייגן רוב פון די גוטע בחורים
דאס איז חוץ דעם וואס איינפירן לימודי חול אין ישיבה איז א נייע מין דערהער וואס קוקט ענדערש אויס ווי א משכיל'ישע צוגאנג, און וועט נישט צושטאנד קומען אפילו עס וואלט אויפגעטוהן.
(איינער האט דאס שוין פראבירט בזמנינו, צוליב תקנת המקום וויל איך נישט רעדן דערוועגן..)


לאקשען ברעט האט געשריבן:(יא אין פאר כ'פארגעס נישט געבען וואקסינעשענס וועט אויך ציהעלפען צי די סטאביליטעט פין די יוגענט)

נישט מסכים...
די זייגער לויפט, זעה צו זיין פונקטליך!
אוועטאר
מי יודע
שר שמונת אלפים
תגובות: 8736
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מי יודע »

פונקטליך האט געשריבן:
לאקשען ברעט האט געשריבן:ס'דארף זיך אנהייבען ביי די גרויסע מעגא ישיבות וואס האבען הונדערטער בחורים זיי מיזען טוישען זייער סיסטעם אין ציטיילען די קלאסען לויט לימודים אין אויך אריין ברענגען וועלטליכע לימודים,( למשל ענגליש מיט געאוראפיע וכו'כ'ווייס אז ס'איז קאנטערווערסיאל אבער וועלטליכע למודים על טהרת הקודש איז די ציקומפט ס'שטייט אין ערגעץ נישט אז נאר פרויען מעגען וויסען וויזוי צי סיינען די נאמען ס'איז א זאך וואס פריער אדער שפעטער וועט מען עס מיזען איינזעהן אין מ'מוז אנפילען די קאפ אויך פין בחורים וואס האלטען נישט ביים לערנען וויל טאמער נישט..... אין קוקטס מיידלעך לערנען אין זיי בלייבען ערליכע אידישע טעכטער)
אין אויך מיז זיין א מקום ווי בחורים קענען זיך אויסגעבען זייערע טלאנטען,
אין יעדע בחור וועט גייט ווי זיין הארץ ציהט אים, איינער הלכה איינער גמרא תוס' אין א דריטער א האלבע טאג תורה אין א האלבע טאג אנדערע למודים , (אין שרייטס נישט ביטול תורה ווייל ס'נישטא קיין גרעסערע ביטול תורה ווי א מדת סדום סיסטעם די בחורים לערנען סייווי נישט)

אזא סיסטעם וועט הרג'נען די גוטע בחורים ווייל אין רוב פעלער האבן בחורים נישט די שטארקייט זיך אליין צו האלטן, זיי מוזן האבן עפעס זאל זיי העלפן, ממילא וועט א פרייע סיסטעם וואס לאזט אוועקגיין פון לערנען עוסק צו זיין און וועלטליכע ענינים אוועקלייגן רוב פון די גוטע בחורים
דאס איז חוץ דעם וואס איינפירן לימודי חול אין ישיבה איז א נייע מין דערהער וואס קוקט ענדערש אויס ווי א משכיל'ישע צוגאנג, און וועט נישט צושטאנד קומען אפילו עס וואלט אויפגעטוהן.


סטאפ מיט די נאונ סענס
רביה"ק בעל דברי יואל מסאטמאר האט אויך לוחם געווען פאר די מלחמה קעגן מיידל שולעס, און וואס איז געווען נאך די מלחמה?
די גרעסטע מיידל שולע אין די וועלט האט ער מייסד געווען

מיר לעבן ליידער אין א אנדערע וועלט, און ווען מען זעט די צאל נושרים במחנינו, איז די צייט שוין זיך צו עפענען די אויגן און טון צו די זאך.

כאפט א בליק אויף אונזער היינטיגע סיסטעם
די בחורים לערנען 12 שעה א מעל"ע גמרא שו"ע וכו' וכו', קיינמאל איז מען נישט אוף וועגן ביטול תורה (חוץ בין הזמנים וואס דעמאלט איז אויך דא בין הזמנים ישיבה)
די מיידלעך לערנען אפשר 6 שעה א טאג, יעדן זונטאג און יומא דפגרא האבן זיי אוף

יעצט נאך די חתונה ווען א עוורידזש חסידישער בחור האט חתונה
דער מאן: קען נישט קיין הלכות דבר יום ביומו, ווייל ער האט געלערנט קצות'ן, ווען מען דארף רעדן צו די עלעקטעריק קאמפאני שיקט ער אויך דעם ווייב, ווייל ער קען נישט קיין ענגליש
די פרוי: זי איז דער וואס ס'איז מעורר דער מאן, אויף הלכות ברכות הלכות שבת וכו', און במילי דעלמא כנ"ל

נו זאגט איר, איז נישט אונזער סיסטעם קאראפטעד?
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.
אוועטאר
פונקטליך
שר האלפיים
תגובות: 2219
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 07, 2010 11:23 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פונקטליך »

"מי יודע"
גערעכט אז די סיסטעם טויג נישט און ווי אסאך האבן שוין ערווענט אין א אנדערן אשכול אז די סדר הלמודים איז נישט גוט אויסגעשטעלט נאר מ'דארף לערנען אויף אזא וועג אז עס זאל שפעטער ברענגען תועלת,
אבער וואס האט דאס מיט לערנען לימודי חול אין ישיבות?
די זייגער לויפט, זעה צו זיין פונקטליך!
קארל
שר חמש מאות
תגובות: 797
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 09, 2009 11:16 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קארל »

מי יודע ברענגט ארויס א ריכטיגע נקודה.
לויט די פילע שעות וועלכע א בחור זיצט אין ישיבה וואלט א בינוני געדארפט ארויסקומען צו די אכצן מיט לכה"פ טויזנט בלאט גמרא בע"פ.
למעשה זענען רוב יונגעלייט עמי-הארצים, און קענען נישט קיין איין איינציגע סוגיא אין ש"ס על בוריה!
זאת ועוד, צווישן די ישיבה-ווענט אליין - טראצדעם וואס די שעות הלימודים זענען 10-12 שעה, לערנט א דורכשניטליכער בחור מאקסימום צוויי שעה א טאג. דוק ותשכח.
אוועטאר
מי יודע
שר שמונת אלפים
תגובות: 8736
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מי יודע »

פונקטליך האט געשריבן:"מי יודע"
גערעכט אז די סיסטעם טויג נישט און ווי אסאך האבן שוין ערווענט אין א אנדערן אשכול אז די סדר הלמודים איז נישט גוט אויסגעשטעלט נאר מ'דארף לערנען אויף אזא וועג אז עס זאל שפעטער ברענגען תועלת,
אבער וואס האט דאס מיט לערנען לימודי חול אין ישיבות?

לימודי חול, לימודי קודש, רוף עס ווי אזוי דו ווילסט
דו דארפסא האלטן ביזי מיט בחורים מיט עפעס

ווייל אויב נישט...
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.
אוועטאר
פונקטליך
שר האלפיים
תגובות: 2219
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 07, 2010 11:23 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פונקטליך »

גערעכט אז ס'איז דא א פראבלעם מיט אסאך (טייל ישיבות: רוב) בחורים וואס מ'דארף אנפולן זייער צייט אבער דאס אויבנדערמאנטע איז נישט קיין לעזונג ווייל דאן וועט מען אויפציען א דור מיט "בלויז" פשוט'ע בעלי בתים וואס קענען אביסל קיצור.
די זייגער לויפט, זעה צו זיין פונקטליך!
שרייב תגובה

צוריק צו “דעת הקהל”